קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8754
קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
פון זייט מיר ווייסען די היסטאריע זענען מענטשען נישט צופרידען מיט די פשוט'ע מעשה פון זייער לעבן, דער לעבן איז מלא חסרונות והגבלות, און האבן אויסגעטראכט פאנטאסטישע מעשיות וועגן וואס געשעהט נאך מען שטארבט, פאר מען ווערט געבוירען, אדער בכלל אין אנדערע אלטערנעטיווע עולמות ווי אלעס איז מוראדיג פאנטאסטיש. אדער וועגן ווי משיח גייט קומען און ווי לעתיד לבוא וועט אלז זיין געוואלדיג. אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז א סימפטאם פון רעליגעזע אמונה תמימה וואס נוצט די פאנטאזיעס פאר פארשידענע צרכים. שטעלט זיך אבער אויס אז למעשה אפילו ביי אזעלכע וואס זענען כופר אין יעדער אמונה דתית טראכטען זיי אויך די זעלבע סארט פאנטאזיעס און מאכען אויך די זעלבע סארט מעשיות אז זייער לעבן און וועלט זאל זיין גרעסער ווי עס איז. ביי טייל אנערקענען זיי אז דאס איז טאקע א פאנטאזיע און פיקציע אויף זיך אביסעל דערהייבען פון דער טאגטעגליכע שוועריקייט. אבער ביי א טייל נוצט מען די סייענטיפישע מושגים אויף השערות רחוקות מן השכל והדעת אין אין קאנטעקסטס וואס קיין שום טריקענע דרישת החכמה והאמת וואלט נישט אנגעקומען צו דעם, מוז מען זאגען אז דער זעלבער מענטשליכע דראנג וואס האט אויסגעטראכט די אלע רעליגיעזע מעשיות טראכט אויס די.
פון די סארט רעכן איך כל מיני סייענטיפישע נבואות וועגן דער עתיד, למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז, אדער אז מען וועט אויסטרעפן וויאזוי מער נישט צו שטארבען, פארשידענע תקוות וואס זענען בפשטות קעגן די שכל הישר און ערפארונג פון סייענס, אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח שטיפט זיי צו גלייבען אין די כמו סייענטיפישע נבואותער.
היינט האב איך געטראפען א דוגמא נפלאה לכך. כידוע לכל (אדער נישט ? 😕 ) גודל השבר ווען זאין מאליק, פון די גרויסע סטארס פון דער יוגנטליכער בענד וואן דיירעקשין האט מכריז געווען אז ער טיילט זיך אפ פון די גרופע. טייל האבען גאר געזאגט אז מיום שחרב קבוצת הביטלס איז נאכנישט געווען אזא חושך ואפילה אויף דער וועלט. הכלל, וואס טוהט מען אין אזא צרה, מגייט צו די צדיקים צו די נביאים זאלן אונז מחזק זיין אז אויף יענער וועלט וועט זיין גוט, אדער וואס. איז מען געגאגנגען צו דער כהן גדול פון היינטיגע פיזיקס מוהר"ר סטיווען הוקינג זאל זיין געזונט,
וכה דיבר: וויבאלד מיר ווייסען דאך אלע די מולטיווערס טעאריע, וואס זאגט אז פאר יעדער פיזישע אפשרות אויף דער וועלט איז בעצם דא א צווייטער וועלט ווי עס איז געשעהן אנדערש, ממילא האט איר זיך נישט וואס צו טרויערן טייערער קינדער, דאס וואס ער האט אפגעלאזט די גרופע איז דאך נאר ביי איין געוויסער וועלט, פארהאן אבער א צווייטער יוניווערס אין וועלכער מאליק שפילט נאך פעסט אין די בענד, דאס וועט זיין אייער טרייסט חזקו ואמצו.
ובלשונו הטהור
"My advice to any heartbroken young girl is to pay close attention to the study of theoretical physics. Because one day there may well be proof of multiple universes," he said. "It would not be beyond the realms of possibility that somewhere outside of our own universe lies another different universe—and in that universe, Zayn is still in One Direction.
און דער עולם איז אהיימגעגאנגען מחוזק מדבריו הקדושים. פארזיכערט אז אין א צווייטער יוניווערס שפילט נאך דער באליבטער זאין אין וואן דיירעקשין כולם אהובים כולם ברורים ינוחו בשלום זאלן זיין פאר אונז א מליצה ישרה פאר דער קאסמאלאגישער מולטיווערס.
קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
.
ביז די משל האב איך נאך מיטגעהאלטן...
יא יא אפטעמיזם בייעס.
בד"וו, אין אן אנדער עולם באווארפט דיך ר' יחזקאל שניידער מיט שטיינער
אין אן אנדערן עולם באווארפט ער מיר כאטש כ'האב גארנישט געזאגט
אין אן אנדערן עולם זאגט ער אליין דאס זעלבע, היפאקראטיע ?
ולסיום, אין אנדערן עולם זאגט האקינגס אז די מולטיווערס טעאריע איז אזוי אבסורד, אז איך ווייס שוין נישט וועלעכע האקינגס צו גלייבן
דו גלייבסט נישט אז משיח גייט קומען?
לעיקוואדלמשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]
דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף
מור'ס געזעץ א.ד.ג.
.
וואס טוהט דאס אין שבת אחים?
@שמערל @פליקער@אנאנים
כוכבדו גלייבסט נישט אז משיח גייט קומען?
איך שרייב אן אשכול מסביר זיין אז אפילו סטיוון הוקינג גלייבט אין משיח און דו ליינסט גאר פארקערט?
לעיקוואדוואס טוהט דאס אין שבת אחים?
@שמערל @פליקער@אנאנים
ס'האט מעך גענומען א מינוט ביז כ'האב געכאפט אז די שרייבער פון דער תגובה איז נישט קיין צווייטער ווי....... עם אליין
איך געדענק נישט איך זאל עס דא לייגן, טאמער יא איז עס געווען א טעות איך האב זיך נישט געכאפט אינמיטען די נאכט. עכ"פ בעט איך די גבאים זאלן עס אריינפירען אין העמק דבר אדער תורה ומחשבה אדער קאווע שטיבל אדער שמייכל אדער וויסנשאפט במקומו הראוי לו.
די שרייבסט אזא מורא'דיגע מאמר און די ווייסט אליין נישט ווי ס'באלאנגט ? ואחרון הכביד "שמייכל" 😃
וואס איז פשט אין דעם פאראגראף:
אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח
חזקה על חבר, אבער איך מיין זאלסט זיך אויסקלארן, דיינע ווערטער קענען אויסגעטייטשט ווערן אלס כפירה.
חזקה על חבר אז ער ניצט זיין שכל און ווייסט וואס איז פשט. האלטסט טאקע איך דארף מסביר זיין? איך וועל נאכאמאל איבערזאגען. עס איז דא א צורך ביי מענטשען צו גלייבען אין א משיח אין א בעסערען עתיד. מען זעהט די צורך איז אזוי שטארק עס געפינט איך אפילו ביי אטעאיסטען. יעצט זיי פליז מסביר וואס דאס האט מיט כפירה?
אקעי אקעי, שריי נישט, דער טאן האט זיך געהערט אביסל זלזול'דיג.
אה כ'האב פארגעסן דא איז כתה ג'.
אמאל שרייבט איימיצער בלישנא דמשתמע לתרי אנפין און מען קען פרובירן אויסטייטשן צום גוטן, אמאל איז עס צו אויפפאלנד און בדוחק גדול קען מען פרובירן אריינקוועטשן א לימוד זכות.
כנראה אז דער קלוגער עולם דא אין כיתה ג' איז נישט אזוי איבערגעשפיצט, איך האב היינט צופרי געקריגן 5 קאמפלעינטס. און דאס שוין חוץ די אפענע אטאקעס אין אשכול זעלבסט.
סאו ביטע זיי זיך מסביר קלאר און דייטליך נישט אראונד די בוש, לאז נישט יעדן מיט די צונג אינדרויסן.
.
וייזט אויס מען האט אנגענומען
מיינע נייע תקנותלעיקוואד
ליצנות ונוסח
1) מהיום והלאה איז אסור יעדער סארט ליצנות, סארקאזם, אדער סיי וועלכער סארט שרייבאכץ וואס פאדערט מער ווי א כתה ג' חינוך עס צו פארשטיין ריכטיג. מען בעט יעדער זאל שרייבן בלויז ברחל בתך הקטנה, בעסער אויב קען מען אין רויטע באלדע אותיות, אז יעדער איינער זאל קלאר פארשטיין אלעס.
[/justify]
לעיקוואדאה כ'האב פארגעסן דא איז כתה ג'.
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דו דארפסט ביטשן ווי א גוטע גימל יונגל, האסט געשריבן אן אשכול, ביזט נישט אריינגעקומען אזוי קלאר, מ'מעג פרעגן פשט, העסטעך אויסגעקלארט, ושלום על ישראל, פארוואס דארפסטו שפרינגען ווי איינער זאל ווען בארירן דיין קרוין.
איך האב נאכנישט בכלל געהערט וואס איז די שאלה אדער הוה אמינא פון כפירה דא. שטייצעך מען האט דא פארמעקט די תגובה וואס איך האב דא געשריבען וואס איז מסביר פארוואס איך שריי.
איך גיי עס אבער צוריקלייגן. לאמיר זעהן ווער עס וועט געוואונען.
??? אין אישיהיות עס איז אריין געקומען קאמפלעין'ס קעיגן דיין אשכול אז עס איז כפירה אדער קרוב לזה, האט עס א מנהל אוועקגעפירט קודם קיין שבת אחים, ביז עס וועט זיין א זיצינג אויב מען זאל עס גענצליך מעביר זיין.
איך האב דערויף נישט דן געוועין, מיין כפירה דעטעקטאר ברויך ווערן קאלעברירט איידער איך מאך אזעלכע דעסיזשען'ס.
אויב ווילסטו קען איך מעביר זיין דעים אשכול בדרך כבוד, און עס וועט זיין כאילו לא היה כלל וכלל.
לאז מיר וויסן, אדער ווארטן ביז א נהל וועט מחליט זיין.
[quote="לעיקוואד אין א
אנדערע אשכול"]איך שטום מיט אז טאמער האלט איינער כפירה'דיגע שיטות זאל ער זיי ארויסשרייבען קלאר און זיך נישט שעמען.[/quote]
פלאי פלאים. ווען איך האב געזעהן די תגובה פון ר' חאצקל'ן דא האב איך נישט געהאט קיין ספק אז ביז פינעף מינוט איז דאס פארמעקט. סתם איינער שרייט פוי טמא אין אן אינטעלעקטואלער אשכול און שרייט אריין דיבורים וואס האבן גארנישט מיט די נושא נישט זיי פרעגן נישט זיי ענטפערן סתם געשריגען אין די וועלט אריין. ניין אבער, דאס איז נאך א הוכחה אז די קלוגע כתה ג' יונגלעך האבען דא געזעהן כפירה דארף מען זיך נאך רעכענען מיט זיי.
@שמעקעדיג אזוי ארבעט היינט אייער מענטשליכקייט און שכל הישר?
שמעקעדיגאמאל שרייבט איימיצער בלישנא דמשתמע לתרי אנפין און מען קען פרובירן אויסטייטשן צום גוטן, אמאל איז עס צו אויפפאלנד און בדוחק גדול קען מען פרובירן אריינקוועטשן א לימוד זכות. כנראה אז דער קלוגער עולם דא אין כיתה ג' איז נישט אזוי איבערגעשפיצט, איך האב היינט צופרי געקריגן 5 קאמפלעינטס. און דאס שוין חוץ די אפענע אטאקעס אין אשכול זעלבסט.
דא איז נישט געווען קיין שום לישנא דמשתמע לתרי אנפין. דא איז געווען אפאר ווערטער וואס אפאר האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף צו קענען מקיים זיין די מצוה מחאה יומי אן נעמען אביסל מיה און עס אדורך ליינען כדבעי' און פארשטיין די קאנטעקסט. מילא זיי, אבער די מנהלים האבן נישט קיין רעכט דן צו זיין פארן עס אדורכטון בכובד ראש. מען זעהט קלאר אז זיי האבן געמאכט א טעות (והא ראי' מ'האט עס צוריקגעשטעלט). א התנצלות וואלט געווען דאס מינדעסטע וואס מענטשליכקייט פארלאנגט.
איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט צו שרייבן א זאכליכע ארטיקל? אזא אקט טוט וויי און צייגט אז מען אפרישיעיט עס נישט.
.
היות די מנהלים פחדנים באהאלטען זיך אונטער ניקים ווילן בכלל נישט ארויסקומען דעפענדען די אייגענע החלטות און אנשטאטס מעקן זיי זיי ווילן אלץ רעדן אין אישי אן בכלל נעמען אחריות און פשוט מעקן ווען מרעדט וועגן זיי און האלטן אין איין רעדאגירען מיין תגובה אויבן גיי איך עס נאכאמאל איבערלייגען.
פליקער אין אישיהיות עס איז אריין געקומען קאמפלעין'ס קעיגן דיין אשכול אז עס איז כפירה אדער קרוב לזה, האט עס א מנהל אוועקגעפירט קודם קיין שבת אחים, ביז עס וועט זיין א זיצינג אויב מען זאל עס גענצליך מעביר זיין.
איך האב דערויף נישט דן געוועין, מיין כפירה דעטעקטאר ברויך ווערן קאלעברירט איידער איך מאך אזעלכע דעסיזשען'ס.
אויב ווילסטו קען איך מעביר זיין דעים אשכול בדרך כבוד, און עס וועט זיין כאילו לא היה כלל וכלל.
לאז מיר וויסן, אדער ווארטן ביז א נהל וועט מחליט זיין.
איין זאך האט מען זיכער אויפגעטון, מ'רעדט שוין נישט קיין כפירה אין דעם אשכול, מ'שלאגט זיך ווי כתה ג' יונגלעך.
דער עולם ווערט פארבעטן צו טרינקען דעם מארגן קאווע. ס'זעט מיר אויס ווי יעדער איז דא אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט. כאפטס א טשיל.
הוגה
איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט צו שרייבן א זאכליכע ארטיקל? אזא אקט טוט וויי און צייגט אז מען אפרישיעיט עס נישט.
.
איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט א מנהל צו מעקן אדער רוקן אשכולות? עס טוט וויי אז מען אפרישיעט נישט.
שוין, מיר קענען ארויף צו כיתה ד'.
ביי אונז איז געווען איינגעפירט אז די כתה ג' יונגלעך האבען דרך ארץ פאר די כתה ט' יונגלעך, נישט אז מען איז מחייב יעדער צו רעדן אויף די כתה ג' לעוועל כדי די קליינע קינדערלאך זאלן נישט האבען קיין טענות.
לעיקוואד, ביי נושאים פון דעם סארט האבן פילאזאפן שטענדיג אנגענומען אן אנדער מהלך. זע רמב"ם אין הקדמה (ווילסט א ציטאט, אדער דו ווייסט פון וואס איך רעד?)
און איך תמים בין געווען זיכער אז מיין פראבלעם אין דער אשכול וועט זיין מסביר צו זיין אז ר' הוקינג איז נישט אזא טיפש ווי איך האב עם געמאכט דא און די סייענטיפישע פרעדיקציעס האבען יא האפט און זיין תורה וואס איך ברענג דא האט ער געמיינט מער א וויץ ווי ערנסט. סמיר גארנישט איינגעפאלען אז פונקט דאס וועט די טראכט פאליציי שעל ידי קהילתנו הקדושה מחליט זיין עס איז כפירה.
דער האקינג חלק איז זייער זיס. דער עולם האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ערשטן פאראגראף, נאך פאר מ'איז אנגעקומען צו האקינגס.
די טעמע איז דוקא זייער אן אינטערעסאנטע טעמע, אבער איך פארשטיי די עמפינדליכקייט פון אנדערע. מ'דארף נאר אויסקלויבן די ריכטיגע ווערטער, נישט מער.
הדא הוא דכתיב עם שכל. זעהט אויס דער עולם דא האלט נאך פאר די שיעור אין הבנת הנקרא ווי מ'איז מסביר וואס איז א הקדמה צו וואס און וויאזוי מען כאפט די פוינט פון אן ארטיקל.
אגב איז אין די ערשטע חלק אויך נישטא קיין ווארט כפירה אבער שוין.
און איך האב געמיינט אז מ'האט געמאכט א העמק דבר פארום זיך נישט דארפן זארגן כסדר וועגן די סארט עמפינדליכקייט וואס אנדערע האבן צו באהאנדלען עניינים עיקריים מיט שכל. ד'זה וו. זאל מען דא נאכמאל איבערחזרן די אלע שמועסען בהיתר העמק דבר?
לעיקוואד, כפירה איז נישטא אין ערגעץ. מ'רעדט נאר פון דעם וואס דער עולם האט געפילט. איך פיל מיך נישט בא'טעמ'ט צו פארטיידיגן דיינע קעגנער, ווייל איך פארשטיי דיין זייט פונקט אזוי, אבער איך מיין אז דו דארפסט אויך קענען אראפקריכן פונעם לייטער צו פארשטיין אנדערע.
סנישטא וואס צו פארשטיין. אז איינער פילט זיך אומבאטעמ'ט גייט ער ארויס. און אז ער פארשטייט נישט קען ער פרעגן. ווי למשל כוכב האט געפרעגט. שרייען פוי טמא אדער מעקן און רוקן איז נישט מוצדק בשום אופן אויף דעם בעט מען מחילה נישט מען איז זיך מסביר אז מען איז בארעכטיגט אזוי צו פילען.
וואס זוכט דער אשכול אין העמק דבר?
לול
און לגופו של ענין: די שפילערייען פון סטיווען האקינגס (און נאך וויסנשאפטלער) זענען זייער גוט אויף טשיקאוועס, אבער נישט ווייניג השערות פון דער וויסנשאפט האבן יא אן אחיזה אינעם מעגליכן עתיד. דאס וואס דו שליסט אויס חיים נצחיים פונעם בילד איז לכאורה נישט ריכטיג. איך ווייס נישט צי ס'איז א טובה פאר דער מענטשהייט צו קענען עלימינירן אלטקייט אינגאנצן, אבער בכל אופן איז נישט ארויס פון וועג צו קלערן אז די וויסנשאפט וועט אנקומען אהין פריער אדער שפעטער.
פארשטייט זיך אבער אז פון דא ביז צו פילן "קאמפארט" אין אזעלכע אמונות איז שוין א ווייטער שפרונג.
מיין פוינט איז אז פון א טרוקענע וויסנשעפטליכער פונקט איז נישטא קיין גוטע סיבה צו טראכטען אז וויסענשאפט וועט אויסראטען דער טויט, און אוודאי נישט אין אונזער לעבן (ווען מ'רעדט פון אינפיניטי טוישט זיך אסאך זאכען..). מען האלט היינט אזוי ווייט פון דעם ווי הונדרעט טויזנט יאר צוריק, טראץ פארשידענע וויסנשאפטליכער וואס זענען כלומ'רשט עוסק אין דעם. נאר פארוואס רעדן אסאך קלוגע און בארימטע חכמים פון אזעלכע אפשריות רחוקות מאד, ווייל עס גיט זיי א געוויסע האפענונג און עס איז זיי מנחם פון זייערע מארטעליטי, פונקט ווי רעליגיעזע מענטשען נוצען זייערע אמונות אין נצחיות הנפש וכדומה אויף דעם. די זעלבע הוקינג, אפילו ער זאגט עס פאר א וויץ, אבער למעשה נוצט ער די סארט מאדנע טעאריעס הגם זיי זענען זייער רחוק מן השכל טאקע פאר אזעלכע קליינע סיבות ווי דער מענטשליכע צורך פאר נחמה נאכדעם וואס זיין באליבסטער בענד האט זיך צוטיילט. דאס איז לפי טענתי די סיבה פארוואס די סארט מאדנע טעאריעס זענען בכלל פאפולער. זה רק להבהיר מה שאמרתי. כמובן יש לעיין ולהתווכח מכמה צדדים.
מיט דיין עיקר פוינט בין איך מסכים. ס'איז טאקע אינטערעסאנט צו זען ווי וויסנשאפט דינט די אינטערעסע פון די מאסן אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי אסאך טראדיציאנעלע אמונות. (בנוגע דעם פרט פון אומשטערבליכקייט מיין איך אז כאטש מ'קען נישט עלימינירן דעם באגריף פון טויט, ווערט מען אלץ נענטער צו עלימינירן די ערשיינונג פון אלטקייט - וואס קען פארלענגערן מענטשליכע לעבנס דריי פיר מאל אזויפיל. אודאי נישט אין אונזער דור, אבער ביז אפאר דורות.)
למעשה איז סייענס-פיקיציע אויך שטארק פאפולער, כאטש מענטשן פארשטייען אז ס'איז נאריש. ס'איז אבער מעגליך אז דא שפילט אויך א ראלע וואס דו זאגסט, די נחמה אינעם ענדלאזן כוח פון וויסנשאפט.
למעשה קען מען נאך אסאך טראכטען וועגן וויאזוי סייענס פילט אן אדער פראבירט אנצופילען די זעלבע צורך פון דער מענטש צו וויסען זיין מציאות אין א גרעסערע קאנטעקסט מאין בא ולאן הולך, אזויווי מער רעליגיעזע אדער רוחניות'דיגע טעאריעס. אין אנדערע ווערטער צונעמען די סייענטיפישע קוק נישט מצד די פאקטען נאר מצד די מקום וואס ער ערפילט אין דער מענטש'ס נפש. על דרך וואס די רעליגיעזע ווערזיע פון די מעשיות ערפילט א מקום בנפש. איך האב דאס נישט קלאר ארויס עס איז נאר א מראה מקום.
--פלאוויוס האקט ענליך.
נישט פונקט אזוי. דאס ווייזט אז די התלהבות פון די מאסן איז אומצוטרויליך...
איך בין אבער מסכים מיט דיר אז נישט ווייניג אטעאיסטן זענען בסך הכל מאמינים אין דער כל-יכול'שאפט פון סייענס, צומאל אויף קינדערישע אופנים.
שמעקעדיגהוגה
איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט צו שרייבן א זאכליכע ארטיקל? אזא אקט טוט וויי און צייגט אז מען אפרישיעיט עס נישט.
.
איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט א מנהל צו מעקן אדער רוקן אשכולות?
ניין. און איך זאג דאס אלס איינער וואס איז שוין געווען אין די פאזיציע.
הוגהלעיקוואדלמשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]
דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף
מור'ס געזעץ א.ד.ג.
לעיקוואד רעדט מסתמא פון קורצווייל וכת דיליה. חוץ מזה עקספערטן זאגן אז מורס געזעץ וועט בקרוב עקספייערן.
יאירהוגהלעיקוואדלמשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]
דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף
מור'ס געזעץ א.ד.ג.
לעיקוואד רעדט מסתמא פון קורצווייל וכת דיליה. חוץ מזה עקספערטן זאגן אז מורס געזעץ וועט בקרוב עקספייערן.
זענען די עקספערטן אפשר די וואס האלטן נישט פון AI? 😕
למעשה מור'ס געזעץ האט זיך אביסל פארשטייטערט אין די לעצטע צוואנציג יאר. אבער עס מיינט נישט אז מקען נישט פרעדיקטן וואס מ'וועט קענען טון. עס מיינט אז מ'קען נישט פרעדיקטן ווען מען וועט עס קענען טון.
.
ניין, דאס זענעם עקספערטן פון גאנץ אנדערע תחומים אין מדעי מחשב. עיין לדוגמא פה <a class="postlink" href="http://www.seattletimes.com/business/the-prophet/">http://www.seattletimes.com/business/the-prophet/</a>
בכלל דארף מען וויסן אז מור'ס געזעץ איז נישט א אמתע חוק במובן המדעי. סאיז א געוויסע קורץ טערמיניגע אנאליז.
כפירה אין דעם פארום איז נישט ערלויבט. דעריבער, איז עס דער אחריות פון יעדן שרייבער צו שרייבן זיינע תגובות מיט א קלארקייט, אז זיינע ווערטער זאלן נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי כפירה און זאלן זיך נישט הערן ווי א משתמע לתרי אנפי פאר'ן פשוטן ליינער.
דער ארטיקל איז געווען אומקלאר געשריבן, און איז דעריבער באזייטיגט געווארן צו שבת אחים, ביז דער מחבר האט זיך אויסגעקלארט.
שבת אחים איז קיין שטראף בלויז א געלעגנהייט פאר דעם שרייבער קלארצושטעלן זיין אריגינעלע כונה. מיט אנטשולדיגונג פאר סיי וועלכע אומאנגענעמליכקייטן.
ווער גייט פונקט זיין דער שופט פון "אומקלארקייט"? דער גרעסטער טיפש אין צימער, וואס האט אין זיין לעבן נאכנישט געשריבען אן אינהאלטספולער תגובה אויף אן ערנסטע העמק דבר נושא?
און ר' סדרן, מיר אלע ווייסען איר האט א נארמאלער ניק מיט וואס איר שרייבט געווענטליך, אפשר אויך אין דער אשכול, אז איר ווילט עפעס מודיע זיין רעדט מיט אונז ווי א מענטש צווישען מענטשען, אנטלויף נישט צו עפעס אן אנאנימער גרינע ניק מיט וועם מ'קען זיך גארנישט טענה'ן.
אין די פאר וואכן וואס איך בין געווען גבאי האב איך כסדר פארפירט אז מ'דארף האבן נארמאלע גדרים אויף וואס איז יא ערלויבט און וואס נישט. מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף א רענדאם אינטואיציע פון איינעם פון די גבאים וואס איז אידישליך און וואס איז נישט. אויב עפעס זאל מען שטעלן א באשטימטע בית דין המרוצה על שני צדדים (וועלכע קענען נישט אליין מעקן) וואס זאלן פסק'נען לכאן או לכאן ביי יעדן ספק. דער שוואכקייט פון דעם איצטיגן סיסטעם ווייזט זיך כסדר ארויס.