פלאוויוס האט שוין ענדליך מצליח געווען צוריקצוברענגען די שמועס אויף די רעלסן האט עס סדרן געמוזט רואינירן. @פלאוויוס, גוד לאק מיט לעיקוואד נאכאמאל.
קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8754
בלאט: 1 2
לעיקוואדמיין פוינט איז אז פון א טרוקענע וויסנשעפטליכער פונקט איז נישטא קיין גוטע סיבה צו טראכטען אז וויסענשאפט וועט אויסראטען דער טויט
מ'רעדט נישט פון אויסראטן טויט. א מענטש וועט אייביג קענען שטארבן אין א קאר עקסידענט. נאר פון די מעגליכקייט אז צו (כמעט) יעדע נאטורליכע מחלה וועט ווערן געפינען א רפואה, וואס איז בכלל נישט אזא ווייטע מציאות איינמאל מען וועט דערגיין די גענעטישע פראבלעמען פון אלע מחלות און קענען ערצייגן נייע גענעס פון סטעם צעלן וכדו'. די בעסטע וועג צו שטארבן וועט דעמאלט זיין צו באגיין זעלבסטמארד.
הוגהלעיקוואדלמשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]
דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף מור'ס געזעץ א.ד.ג.
דו געצעץ דילט מיט speed
פאר AI פעלט אויס פיל מער וואו ספיד - הגם speed איז וויכטיג
בכלל וואו מער מען קימט נענטער צו די speed of light שנעלער איז מען ביים סוף פין די געזעץ.
כוכבוואס איז פשט אין דעם פאראגראף:אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח
חזקה על חבר, אבער איך מיין זאלסט זיך אויסקלארן, דיינע ווערטער קענען אויסגעטייטשט ווערן אלס כפירה.
כפירה???
די דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבן בכלל, דארף א הסבר
די דארוועניסט איז דאס מסביר ווייל דאס איז עדאפטיוו - adaptive
דער מאמין זאגט אז דאס איז ביי דיזיין - על דרך "אנחנו מאמינים בני מאמינים".
אויב איז וויכטיג מיר זאלן גלייבן זענען מיר עקוויפט מיט א דראנג וואס שטיפט דערצו
די דראנג וואס שטיפט מענטשן צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח איז די זעלבע
איך פארשטיי אז Mind Uploading איז פיל מער פיקשען ווי עלימינירן זקנה. די פארשונג פון DNA איז טאקע נאך אין די ווינדלען רעלאטיוו, אבער פאקטיש זענען דא צעלן אינעם מענטש וואס ווערן קיינמאל נישט אלט (sperm cells). אבער בנוגע איבערפירן אינפארמאציע פונעם מוח דארף מען פריער קענען אויפכאפן די מחשבה גופא. איז דא עפעס אין דער וויסנשאפט לעת עתה וואס צייגט אז מ'קען בכלל קלערן פון אזא הוה אמינא?
"Consciousness is part of the natural world. It depends, we believe, only on mathematics and logic and on the imperfectly known laws of physics, chemistry, and biology; it does not arise from some magical or otherworldly quality."[8]
דא ליגט דו פיקשן באגראבן
דאס איז מער וואו וויסן אינפא - דא רעדט מען פין יודע טוב ורע
אבער לויט די סייענטיסט'ס outlook פין די וועלט איז דאס אזאך וואס מיז זיין אזוי.
Re: קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
דר. מיטשיאו קאקו, א טעארעטישע פיזיקער, האט געשריבן אן אינטרעסאנטע בוך, The Future of Humanity. ער רעדט דארט ארום איבער א מעגליכע גלענצענדיגע עתיד פאר דאס מענטשהייט, אויב קומט מען איבער די פארשידענע פראבלעמען (פונדאמענטאליזם, קלימאט טויש אא״וו) וואס אנטפאנגט די מענטשהייט לעת עתה. ער רעדט דארט ארום איבער די AI Singularity. אויך דערמאנט ער וויאזוי, טעארעטיש, וועט צוגיין mind uploading (אינ׳ם קאנטעקסט פון אנקומען צו אנדערע star systems [emoji6]). ער געט זיין אייגענע מער rigorous definition פון consciousness (זיין feedback loop definition, עפעס וואס איז falsifiable. ער איז עס מסביר מער באריכות אין זיין בוך The Future of the Mind). אגב, ער האט ארויסגעגעבען א בוך Parallel Worlds וואו ער׳ז זייער פיין מסביר String Theory און די multiverse והמסתעף.
(מ׳האט דא דערמאנט אז ס׳דא די וואס האבן געוואלט יוצא זיין מצות מחאה. עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די שדי חמד אין מערכה ה אות כ האט אן איסתפקתא אויב די מצות מחאה [הוכח תוכיח] וואס שטייט די וואך איז דוקא טאמער ס׳איז נזדמן לפניך אדער אז מ׳דארף אפירזוכען א מעשה כדאי עס מקיים צו זיין ע״ש. זייער אסאך מענטשן נעמען אן דעם צווייטן צד... [emoji6])
Sent from my iPhone using Tapatalk
(מ׳האט דא דערמאנט אז ס׳דא די וואס האבן געוואלט יוצא זיין מצות מחאה. עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די שדי חמד אין מערכה ה אות כ האט אן איסתפקתא אויב די מצות מחאה [הוכח תוכיח] וואס שטייט די וואך איז דוקא טאמער ס׳איז נזדמן לפניך אדער אז מ׳דארף אפירזוכען א מעשה כדאי עס מקיים צו זיין ע״ש. זייער אסאך מענטשן נעמען אן דעם צווייטן צד... [emoji6])
Sent from my iPhone using Tapatalk
בלאט: 1 2