☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8739
בלאט: 1 2 3 4

שלום על ישראל » פרייטאג יולי 8, 2016 3:17 pm

· #341105
שבת אחים
... שטודיעס איז נישט קיין אימפירקעל סייענס!

אזוי? כ'מיין ס'איז נאך שטערקער.

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 3:25 pm

· #341106
שלום על ישראל
שבת אחים
... שטודיעס איז נישט קיין אימפירקעל סייענס!

אזוי? כ'מיין ס'איז נאך שטערקער.

פארוואס? דו ווייסט וויאזוי שטודיעס ארבעט?

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 3:35 pm

· #341108
שלום על ישראל
געוויסע חלקים פון די ווארט "עוואלאציע" איז באשטעטיגט, אבער די חלק ה'עוואלאציע וואס שטאמט פון מאלפעס איז נישט באשטעטיגט אלס א פאקט. (זעה וויקיפעדיע)

ווען די וואלסט יעצט געזעהן דיין אור אור עלטער זיידע, 19,000 דורות ארויף וואלט ער אויסגעקוקט מעהר ענדליך צו א מאלפע ווי א מענטש, זיי האבן געוואוינט ווי חיות אין וואלד און זיך אויפגעפירט ווי חיות אן קיין טראפ מענשטליכקייט און וויסענשאפט אין זיי.

פון ווי ווייס איך עס? כהאב עס געליינט אין א שטודיע פון די טיימס מעגעזין, און אין עפעס א בוך וואס איך גלייב זייער שטארק דערניען וואס לויט מיר איז עס אימפירקעל סייענס 😂

שלום על ישראל » פרייטאג יולי 8, 2016 4:17 pm

· #341113
שבת אחים
פארוואס? דו ווייסט וויאזוי שטודיעס ארבעט?

מער ווייניגער. מען רעדט צו לעבעדיגע מענטשן, היינטיגע צייטן, נישט מ׳כאפט אהן א שטיקל פאסיל און מ׳שאצט מיט קארבאן דעטינג וואס קען נישט פאקטיש איבערגעוויזן ווערן (ווייל די חכמה איז נאכנישט אזויפיעל יאהר ווי די שטודיע).

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 8:26 am

· #341192
שלום על ישראל
מאיר הערש
און וואס איך האב געפרעגט נעכטן, זענען די פאניטעיל-שטריימלעך חברה אויך פון אייער OTD גרופע אדער זיי מאכן שבת פאר זיך? זיי רעדן א היימישע זאפטיגע אידיש אבער צו וועלכע גרופע בעלאנגען זיי?

דער ערשטע מאל כ'הער פון אזא פענאמענאן. אקעי, די צווייטע (נעכטן די ערשטע).
פרטים? ווי זעהט מען דאס?

מען האט זיי געזען אין א"י אין צפת און אין ירושלים מיט די גאנצע שמונה בגדים און ווי איך האב געשריבן רעדן זיי א גוטע היימישע אידיש. אז ווייניג מענטשן ווייסן פון זיי זענען זיי אפשר נאר א קליינע גרופע.

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 9:03 am

· #341193
שבת אחים
אבער נאכאלץ איז מוראדיג שווער צו באמת וויסן אויב זיי זענען גליקליך און צופרידן.
סאוסייד איז א קליניקל דיפרעשאון וואס זייער אסאך מענשטען אויף די וועלט ווערן געבוירן מיט דעם

א נארמאלע מענטש וועט נישט זיין גליקליך אויפ'ן חשבון פון א צווייטן, חוץ טאמער ער איז היי...
ווי קען א מענטש זיין גליקליך און האבן אן אמת'ע שמחת החיים ווען מען ווייסט אז די עלטערן וויינען און קלאגן נאך זיי אן אויפהער? די גילטי קאנשענס פון די אפגעפארענע רייסט דאך שטיקער פון זיי [פון די אטד'ס] טאג און נאכט - וואס טאקע ברענגט א סך פון זיי צו נעמען זייער לעבן - און זיי גיין אונז נאך אריינבאבקן אז זיי זענען גליקליך? באלויני!

סאוסייד איז טאקע א קליניקל דיפרעשאון וועגן דעם קען מען פארשטיין פארוואס אזוי פיל קליניקל דיפרעסט גיין אראפ פון וועג ל"ע און דאן נעמען זיך זייער לעבן. אלע דיינע פשט'לעך פון סייענטיסטס שמייענטיסטס זענען גארנישט ווערד ווי די פאקטן וואס ווייזן קלאר. "רעשיו-ווייז" זענען נאר א קליינע פערסענט פון פרומע אידן וואס האבן זיך גענומען זייער לעבן און צוגלייך צו די גרויסע פערסאנט וואס האבן זיך גענומען זייער לעבן פון די וואס זענען אראפ פון אידישן וועגן ל"ע. און דו ווייסט דאס גאנץ גוט.

טאמבל סאס » זונטאג יולי 10, 2016 9:34 am

· #341194
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נע, אברך משי האט בעסער געטויגט

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג יולי 10, 2016 11:14 am

· #341210
ווער האט געליינט די ארטיקל אין די פארוועטס וועגן פייגי געלבשטיין?

<a class="postlink" href="http://forward.com/news/national/344500/going-offthederech-after-window-to-the-outside-world-opens-in-satmar-brookl/">http://forward.com/news/national/344500 ... ar-brookl/</a>

mevakesh » זונטאג יולי 10, 2016 12:09 pm

· #341214
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
איך האב עס יעצט געלייענט איך קען איהר נישט אבער איך קען איהר ברודערקע

א איד » זונטאג יולי 10, 2016 2:22 pm

· #341229
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
ווער איז איר ברודער?

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 2:35 pm

· #341233
א איד
ווער איז איר ברודער?

בעסער דו ווייסט נישט. קען זיין ס'זענען דא נאך געשוויסטער אבער צוויי קינדער (זי מיט א ברודער, האפנטליך נישט מער) האבן נעבעך גרויס צער געברענגט פאר די עלטערן, כלל ישראל און רבש"ע.

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 2:40 pm

· #341234
שבת אחים
ווען די וואלסט יעצט געזעהן דיין אור אור עלטער זיידע, 19,000 דורות ארויף וואלט ער אויסגעקוקט מעהר ענדליך צו א מאלפע ווי א מענטש, זיי האבן געוואוינט ווי חיות אין וואלד און זיך אויפגעפירט ווי חיות אן קיין טראפ מענשטליכקייט און וויסענשאפט אין זיי.

פון ווי ווייס איך עס? כהאב עס געליינט אין א שטודיע פון די טיימס מעגעזין, און אין עפעס א בוך וואס איך גלייב זייער שטארק דערניען וואס לויט מיר איז עס אימפירקעל סייענס 😂

יא, יא, דיינע זיידעס קומען אפשר פון מאלפעס אבער אונז אידן קומען נישט פון דעם זעלבען שורש. אונזער יחוס האט זיך אנגעפאנגען מיט אדם און חוה, יצירי כפיו פון דער הייליגע באשעפער יתברך.

א איד » זונטאג יולי 10, 2016 2:42 pm

· #341235
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
מאיר הערש
א איד
ווער איז איר ברודער?

בעסער דו ווייסט נישט. קען זיין ס'זענען דא נאך געשוויסטער אבער צוויי קינדער (זי מיט א ברודער, האפנטליך נישט מער) האבן נעבעך גרויס צער געברענגט פאר די עלטערן, כלל ישראל און רבש"ע.

און אויב וויל איך יא וויסן?
איך וויל וויסן אויב איך מיין די זעלבע משפחה?

שבת אחים » זונטאג יולי 10, 2016 2:49 pm

· #341236
מאיר הערש
שבת אחים
ווען די וואלסט יעצט געזעהן דיין אור אור עלטער זיידע, 19,000 דורות ארויף וואלט ער אויסגעקוקט מעהר ענדליך צו א מאלפע ווי א מענטש, זיי האבן געוואוינט ווי חיות אין וואלד און זיך אויפגעפירט ווי חיות אן קיין טראפ מענשטליכקייט און וויסענשאפט אין זיי.

פון ווי ווייס איך עס? כהאב עס געליינט אין א שטודיע פון די טיימס מעגעזין, און אין עפעס א בוך וואס איך גלייב זייער שטארק דערניען וואס לויט מיר איז עס אימפירקעל סייענס 😂

יא, יא, דיינע זיידעס קומען אפשר פון מאלפעס אבער אונז אידן קומען נישט פון דעם זעלבען שורש. אונזער יחוס האט זיך אנגעפאנגען מיט אדם און חוה, יצירי כפיו פון דער הייליגע באשעפער יתברך.

הונדרעטער פראצענט גערעכט! וואס נאך טוט זיך אזוי? וויאזוי איז די וועטער אין וואודריטש?

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 3:17 pm

· #341241
שבת אחים
ווער האט געליינט די ארטיקל אין די פארוועטס וועגן פייגי געלבשטיין?
<a class="postlink" href="http://forward.com/news/national/344500/going-offthederech-after-window-to-the-outside-world-opens-in-satmar-brookl/">http://forward.com/news/national/344500 ... ar-brookl/</a>

ס'האט א קלוגע מענטש צוגעגליכן פוטסטעפס צו ISIS. אוי האט ער גוט געזאגט און צוגעטראפן צום פינטל. ער האט עס געגעבן צו פארשטיין אזוי:

איין גרופע הרג'עט דעם גוף מיט זייערע ווילדע מעשים ווייל זיי האלטן אז די מענטשן זענען נישט גענוג רעליגיעז, וכו';
די צווייטע גרופע ליידער הרג'ענען אוועק איידעלע און טייערע אידישע נשמות מיט זייערע ווילדע מעשים ווייל זיי זענען צו רעליגיעז.

ביידע פייפן אן די וועלט אין גרויסן און זענען נאך פראוד דערפון.

א ביישפיל.
ביי ISIS זעט מען ווי א נארישע מענטש וואס האט אנגענומען דאס איסלאמישע גלויבן און וויל טון עפעס א העלדישע שריט צו הרג'ענען כופרים, שווערט ער געטריישאפט צו ISIS און איז גרייט צו גע'הרג'עט ווערן און טאמער ער ווערט נישט גע'הרג'ט איז ער גרייט צו זיצן אין תפיסה פאר לאנגע יארן.
אזוי אויך זענען די מעמבערס פון פוטסטעפס וואס נעמען אן די מעמבערשיפ פון פוטסטעפס נאכדעם וואס מען האט זיי צוגעזאגט הרים וגבעות, מען שטאפט זיי אן מיט געלט און מען רעדט זיי איין אז זיי וועלן זיין די גליקליכסטע מענטשן אין דער וועלט, אן קיין שום עול, הפקר פעטרישקע, מען קען טון וואס מען וויל. זענען זיי גרייט דערפאר אפגעריסן צו ווערן ל"ע פון כלל ישראל, פון דער הייליגע קייט פון אלע דורות.

ביידע האבן מורא'דיגע חוצפה אין זיך און וואס מער בארבארישע און אויסטערלישע זאכן ISIS טוט פילן זיי זיך מער ISIS'יש. צווישן די ISIS מעמבערס זענען אויך דא מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן צווישן ציווילעזירטע וועסטערן-וועלט מענטשן אין די וועסטערן קולטור און טאקע דארטן צווישן ציוויליזירטע מענטשן פירן זיי דורך זייערע בארבארישע מעשים. זיי טון נישט זייער מעשים רעים עפעס אין א פארווארפענע לאך, אין עפעס א צוריקגעשטאנעם לאנד, ניין. זיי מאכן עס אין פאריז, אין בריסל, אין לאנדן, ווי אויך, אין די ציוויליזירטע טערקיי, למען ישמעו ויראו.
די זעלבע איז מיט די פוטסטעפס מעמבערס וואס זענען ברעינוואשט געווארן ביי די פוטסטעפס גרופע. די מענטשן פארן נישט וואוינען אין די הרי אררט אין יענע עק וועלט, ניין. נאר דוקא אין די היימישע שמאלץ גריב אין בארא פארק, וויליאמסבורג וכו' וכו', כדי עס זאל וואס מער אויסשטעכן די אויגן פון די נאנטע, פון די משפחה, פון די שכנים, פון די ערליכע אידן וואס זייער הארץ טריפט מיט בלוט פון זייערע אלע מעשים רעים. און לויט חז"ל איז דאך גדול המחטיאו יותר מן ההורגו. אויב אזוי, איז פוטסעפט א סך ערגער פון ISIS.

דאס וואס ISIS האט א ציאונגסקראפט און איז זייער פאפולער און ווערט נתרבה אזוי ווי שוואמען נאכ'ן רעגן ווייזט נישט אז ס'איז עפעס א גוטע פאזיטיווע ארגעניזאציע.
די זעלבע זאך, אז פוטסטעפס ווערט ליידער נתרבה ווי אויף הייוון איז נישט קיין סימן אז ס'איז אן אויסגעהאלטענע זאך. ס'איז שוין אמאל געווען די היפי-מאוומענט וואס האט אריינגעשלעפט ספעציעל די יוגנט און אויך אידן ל"ע. אויך איז געווען א תקופה פון קאמוניסטן, בונדיסטן, וכו'. די אלע מאוומענטס זענען ביז היינט געבליבן א זייער נעגעטיווע זאך. אזוי אויך איז פוטסטעפט וואס האט א זייער ביטערן טעם און אזוי וועט עס בלייבן ביז ס'וועט גארנישט בלייבן פון די שיטה, במהרה בימינו אמן.

נהורא נפישא » זונטאג יולי 10, 2016 3:46 pm

· #341246
מאיר הערש דו וואלסט הנאה געהאט ווען אויב באמבאדירט מען פוטסטעפס מיט אלע אירע בארד מעמבערס ?

פרייוויליג » זונטאג יולי 10, 2016 3:59 pm

· #341248

א רשעות און א גרויל צו רעזעמבלען א גרופע מערדער, רוצחים, און אכזרים, צו א גרופע וואס געבט הילף פאר צובראכענע אידן. פוטסטעפס איז נישט קיין מיסיאנערישע גרופע, עס איז געמאכט פאר צובראכענע אידן וואס האבן נעבעך פארלוירן האפענונג אין זייערע לעבן, זיי צו געבן עידוד וחיזוק.

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 4:19 pm

· #341252
פרייוויליג
א רשעות און א גרויל צו רעזעמבלען א גרופע מערדער, רוצחים, און אכזרים, צו א גרופע וואס געבט הילף פאר צובראכענע אידן. פוטסטעפס איז נישט קיין מיסיאנערישע גרופע, עס איז געמאכט פאר צובראכענע אידן וואס האבן נעבעך פארלוירן האפענונג אין זייערע לעבן, זיי צו געבן עידוד וחיזוק.

יא, יא, עידור וחיזוק אין טיפן גריב אין שאול תחתית אריין. מיט אזעלכע גוטע פריינד, ווער דארף שונאים? דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז נישט קיין מיסיאנערישע גרופע איז נישט אמת ווייל זייער ציל איז צו העלפן דעפרעסט און אנדערע אידן אראפגיין פונ'ם טראדיציאנאלישע אידישן וועגן. זיי גיבן פאר דארשטיגע מענטשן געזאלצענע און פארפעסטעטע וואסער. איך ווייס פאר א פאקט פון ערליכע אידן וואס האבן געוואלט באקומע שטיצע פון זיי, האבן זיי רעאגירט אז זיי טוען נאר העלפן די וואס ווילן זיך גליטשן...

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 4:20 pm

· #341253
נהורא נפישא
מאיר הערש דו וואלסט הנאה געהאט ווען אויב באמבאדירט מען פוטסטעפס מיט אלע אירע בארד מעמבערס ?

לאו דוקא. יתמו חטאים ולא חוטאים. און תפילה קען דאס זעלבע אויפטון.

נהורא נפישא » זונטאג יולי 10, 2016 4:24 pm

· #341256
ווען פוטסטעפס וואלטן געהרגט מענטשן יעדן טאג וואלסטו אויך געווארט ביז זיי וואלטן תשובה געטאן ?

שלום על ישראל » זונטאג יולי 10, 2016 4:37 pm

· #341259
מאיר הערש
ס'האט א קלוגע מענטש צוגעגליכן פוטסטעפס צו ISIS. אוי האט ער גוט געזאגט און צוגעטראפן צום פינטל. ער האט עס געגעבן צו פארשטיין אזוי:

איין גרופע הרג'עט דעם גוף מיט זייערע ווילדע מעשים ווייל זיי האלטן אז די מענטשן זענען נישט גענוג רעליגיעז, וכו';
די צווייטע גרופע ליידער הרג'ענען אוועק איידעלע און טייערע אידישע נשמות מיט זייערע ווילדע מעשים ווייל זיי זענען צו רעליגיעז.

ביידע פייפן אן די וועלט אין גרויסן און זענען נאך פראוד דערפון.

א ביישפיל.
ביי ISIS זעט מען ווי א נארישע מענטש וואס האט אנגענומען דאס איסלאמישע גלויבן און וויל טון עפעס א העלדישע שריט צו הרג'ענען כופרים, שווערט ער געטריישאפט צו ISIS און איז גרייט צו גע'הרג'עט ווערן און טאמער ער ווערט נישט גע'הרג'ט איז ער גרייט צו זיצן אין תפיסה פאר לאנגע יארן.
אזוי אויך זענען די מעמבערס פון פוטסטעפס וואס נעמען אן די מעמבערשיפ פון פוטסטעפס נאכדעם וואס מען האט זיי צוגעזאגט הרים וגבעות, מען שטאפט זיי אן מיט געלט און מען רעדט זיי איין אז זיי וועלן זיין די גליקליכסטע מענטשן אין דער וועלט, אן קיין שום עול, הפקר פעטרישקע, מען קען טון וואס מען וויל. זענען זיי גרייט דערפאר אפגעריסן צו ווערן ל"ע פון כלל ישראל, פון דער הייליגע קייט פון אלע דורות.

ביידע האבן מורא'דיגע חוצפה אין זיך און וואס מער בארבארישע און אויסטערלישע זאכן ISIS טוט פילן זיי זיך מער ISIS'יש. צווישן די ISIS מעמבערס זענען אויך דא מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן צווישן ציווילעזירטע וועסטערן-וועלט מענטשן אין די וועסטערן קולטור און טאקע דארטן צווישן ציוויליזירטע מענטשן פירן זיי דורך זייערע בארבארישע מעשים. זיי טון נישט זייער מעשים רעים עפעס אין א פארווארפענע לאך, אין עפעס א צוריקגעשטאנעם לאנד, ניין. זיי מאכן עס אין פאריז, אין בריסל, אין לאנדן, ווי אויך, אין די ציוויליזירטע טערקיי, למען ישמעו ויראו.
די זעלבע איז מיט די פוטסטעפס מעמבערס וואס זענען ברעינוואשט געווארן ביי די פוטסטעפס גרופע. די מענטשן פארן נישט וואוינען אין די הרי אררט אין יענע עק וועלט, ניין. נאר דוקא אין די היימישע שמאלץ גריב אין בארא פארק, וויליאמסבורג וכו' וכו', כדי עס זאל וואס מער אויסשטעכן די אויגן פון די נאנטע, פון די משפחה, פון די שכנים, פון די ערליכע אידן וואס זייער הארץ טריפט מיט בלוט פון זייערע אלע מעשים רעים. און לויט חז"ל איז דאך גדול המחטיאו יותר מן ההורגו. אויב אזוי, איז פוטסעפט א סך ערגער פון ISIS.

דאס וואס ISIS האט א ציאונגסקראפט און איז זייער פאפולער און ווערט נתרבה אזוי ווי שוואמען נאכ'ן רעגן ווייזט נישט אז ס'איז עפעס א גוטע פאזיטיווע ארגעניזאציע.
די זעלבע זאך, אז פוטסטעפס ווערט ליידער נתרבה ווי אויף הייוון איז נישט קיין סימן אז ס'איז אן אויסגעהאלטענע זאך. ס'איז שוין אמאל געווען די היפי-מאוומענט וואס האט אריינגעשלעפט ספעציעל די יוגנט און אויך אידן ל"ע. אויך איז געווען א תקופה פון קאמוניסטן, בונדיסטן, וכו'. די אלע מאוומענטס זענען ביז היינט געבליבן א זייער נעגעטיווע זאך. אזוי אויך איז פוטסטעפט וואס האט א זייער ביטערן טעם און אזוי וועט עס בלייבן ביז ס'וועט גארנישט בלייבן פון די שיטה, במהרה בימינו אמן.

אויב יענער איז אזוי קלוג, וויאזוי הייסט ער? נישט קיין נפקא מיני.
דיינע רייד זענען רעטאריש, און קען גענוצט ווערן מיט אסאך מער רעאליטעט אויף צענדליגע היימישע קולטס און גענגס. (איך וויל נישט פארוואנדלען די אשכול צו צימעס.)

נאר איין נקודה וואס ס'שלינגט זיך נישט אראפ, די נומער איינס שליסל אטריביוט וואס מאכט אייסעס פאר אייסעס, איז די בלוט-דארשטיגע מערדערייען, ד.ה. זיי נעמען מענטשן וואס האבן אלע אינטערעסע צו לעבען, און די אייסיס האקן זיי אפ די קאפ! ימ"ש! דו קענסט זאכן עפעס ענדליכס אויף פוסטריט? איך רעדט שוין נאך די פארגלייך פון רציחה צו הריגת נפש. זיי האבן עפעס אן אקטיווער קאמפיין צו אוועקשלעפן נפשות פון אומזער סיסטעם און זיי אפפארן? זיי האבן אמאל געווארפן פאשקעווילן קעגען פרומקייט? בויקאטירט איינעמ'ס פרנסה פארן נישט אפפארן? געהעצט צו צוטיילן א משפחה ווייל איינע פון די עלטערן איז א כעניאק?

פארקערט יא!

יעצט לאמיר נאכאמאל איבער'חזר'ן, וועמען שטעלסטו צוזאם מיט אייסיס?

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 4:48 pm

· #341263
נהורא נפישא
ווען פוטסטעפס וואלטן געהרגט מענטשן יעדן טאג וואלסטו אויך געווארט ביז זיי וואלטן תשובה געטאן ?

פוטסטעפסט הרג'עט נישט קיין מענטשן נאר אידישע נשמות.

נהורא נפישא » זונטאג יולי 10, 2016 4:51 pm

· #341264
נאר נשמות??????
וויי ווי מיר האלטן
דו גלויבסט שוין נישט אינעם מאמר חז"ל גדול המחטיאו יותר מן ההרגו
ווער ווייסט צו דו ביזט שוין אויך נתפס געווארן.
ר'אברהם לייטנער וואלט דיר אפגעפסלט פאר עדות

מאיר הערש » זונטאג יולי 10, 2016 4:59 pm

· #341265
שלום על ישראל
אויב יענער איז אזוי קלוג, וויאזוי הייסט ער? נישט קיין נפקא מיני.
דיינע רייד זענען רעטאריש, און קען גענוצט ווערן מיט אסאך מער רעאליטעט אויף צענדליגע היימישע קולטס און גענגס. (איך וויל נישט פארוואנדלען די אשכול צו צימעס.)

נאר איין נקודה וואס ס'שלינגט זיך נישט אראפ, די נומער איינס שליסל אטריביוט וואס מאכט אייסעס פאר אייסעס, איז די בלוט-דארשטיגע מערדערייען, ד.ה. זיי נעמען מענטשן וואס האבן אלע אינטערעסע צו לעבען, און די אייסיס האקן זיי אפ די קאפ! ימ"ש! דו קענסט זאכן עפעס ענדליכס אויף פוסטריט? איך רעדט שוין נאך די פארגלייך פון רציחה צו הריגת נפש. זיי האבן עפעס אן אקטיווער קאמפיין צו אוועקשלעפן נפשות פון אומזער סיסטעם און זיי אפפארן? זיי האבן אמאל געווארפן פאשקעווילן קעגען פרומקייט? בויקאטירט איינעמ'ס פרנסה פארן נישט אפפארן? געהעצט צו צוטיילן א משפחה ווייל איינע פון די עלטערן איז א כעניאק?

פארקערט יא!

יעצט לאמיר נאכאמאל איבער'חזר'ן, וועמען שטעלסטו צוזאם מיט אייסיס?

ISIS האט אויך נישט קיין אקטיווע קאמפיין אוועקצושלעפן מענטשן. רובא דרובא - אזוי ווי פוטסטעפס - ווערן די מענטשן, ספעציעל די דעפרעסטע - צוגעצויגן צו זיי.
ב"ה זיי טון נאך נישט אפיציעל שיקן פאשקעווילן קעגן פרומע. אויב פ"ס וואלט געהאט א טראפ ירא שמים וואלטן זיי געהאלפן די מענטשן וואס קומען צו זיי מיט געלט און אנדערע שטיצע און זיי צוריקגעקערט מיט ווארעמקייט צו אידישקייט. נאר זיי טוען פונקט פארקערט. זיי כאפן אן די שוואכע קרבנות מיט ביידע הענט און העלפן זיי אראפגיין פון וועג. איז דאס נישט ערשט-קלאסיגע רשעות?

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2016 5:08 pm

· #341268
מאיר הערש
שבת אחים
ווען די וואלסט יעצט געזעהן דיין אור אור עלטער זיידע, 19,000 דורות ארויף וואלט ער אויסגעקוקט מעהר ענדליך צו א מאלפע ווי א מענטש, זיי האבן געוואוינט ווי חיות אין וואלד און זיך אויפגעפירט ווי חיות אן קיין טראפ מענשטליכקייט און וויסענשאפט אין זיי.

פון ווי ווייס איך עס? כהאב עס געליינט אין א שטודיע פון די טיימס מעגעזין, און אין עפעס א בוך וואס איך גלייב זייער שטארק דערניען וואס לויט מיר איז עס אימפירקעל סייענס 😂

יא, יא, דיינע זיידעס קומען אפשר פון מאלפעס אבער אונז אידן קומען נישט פון דעם זעלבען שורש. אונזער יחוס האט זיך אנגעפאנגען מיט אדם און חוה, יצירי כפיו פון דער הייליגע באשעפער יתברך.

ס'אינטרעסירט מיך אינגאנצן נישט אויב מיין זיידע, 15 מיליאן דורות און 2און א האלב ביליאן יאר צוריק איז געווען א מאנקי און ער האט געדזשאמפט אויף די ביימער אין דזשאנגל אין אפריקע און ר'האט געהאט א וויידל. איך האב נישט קיין וויידל (איך האף אזוי) און מיין יחוס האטציך אנגעהויבן ביי אדם הראשון, וועם דער אייבישטער האט באשאפן פונקטליך 5,776 יאר צוריק. איך בין בכלל נישט פון די אויפגעקלערטע מענטשן וועלכע גייען נאך די אזוי-גערופענע סייענטיסטן מיט זייערע נארישע טעאריעס. אויפצווייזן אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט מיט גרויס חכמה איז אינגאנצן איבריג, ווייל אזאלכע ריזן ווי דער רמב"ם, וועם די אויפגעקלערטע קענען נישט באשולדיגן אז ר'איז געווען עפעס א פארחניאק'טער איד'ל אינ'ם הוידו-נאנאשער ביהמ"ד וואס האט נישט געוואוסט פון גארנישט צו זאגן. ער, און אנדערע אמת'דיגע חכמי ישראל האבן שוין לאנג אויפגעוויזן דעם סייענטיפישן אמת.
דער ילקוט מעם לועז ברענגט אן אינטרעסאנטן משל איבער די ריכטיגקייט פון די אזוי-גערופענע סייענטיסטן.
ס'אמאל געווען א קעניג,(אזוי ווי אלע משלים און מעשיות) וועלכער האט געהאט א זוהן. דער זוהן האט אבער געהאט ווייניג שכל. דער קעניג האט איהם געשיקט אין א ווייטע מדינה צו לערנען חכמה. נאך א פאר יאר איז דער בן המלך צוריקגעקומען צו זיין טאטנ'ס הויז. ווען ער איז געקומען אהיים האט דער קעניג געמאכט א גרויסע סעודה און ר'האט גערופן אלע מיניסטארן פון זיין מלוכה, צו באווייזן פאר זיי וואספארא חכמות זיין זוהן האט געלערנט. איינס פון די חכמות וואס דער בן המלך האט געלערנט איז געווען אז ער קען דערקענען וואס א מענטש האלט אין זיין האנט, אפילו די האנט איז פארמאכט. איינער פון די שרים איז צוגעקומען צום בן המלך און האט איהם געפרעגט ער זאלל זאגן וואס ער האלט אין די (פארמאכטע) האנט. האט דער בן המלך געזאגט..."דו האלטסט אין דיין האנט א זאך וואס איז רונדעכיג און הויל אינמיטן". א יעדער איז ארויס פון התפעלות פון די וויסנשאפט פון דעם בן המלך. האט איהם דער קעניג געפרעגט...אבער זאג אונז וואס איז דאס...רופט זיך אן דער בן המלך .א מילשטיין פארשטייט זיך אז דער גאנצער עולם האט אויסגעפלאצט אין געלעכטער... 😂 🙄
די זעלבע איז---זאגט ר' יעקב כולי, דער מחבר פונ'ם ילקוט מעם לועז--- מיט די סייענטיסטן און עוואלוציאנער'ן. זיי האבן די ריכטיגע אינפארמאציע אבער זיי ליינען עס נישט אפ ריכטיג. דערפאר האבן זיי אזא פנים ווי דער בן המלך... 😳

שלום על ישראל » זונטאג יולי 10, 2016 5:20 pm

· #341272
מאיר הערש
ISIS האט אויך נישט קיין אקטיווע קאמפיין אוועקצושלעפן מענטשן. רובא דרובא - אזוי ווי פוטסטעפס - ווערן די מענטשן, ספעציעל די דעפרעסטע - צוגעצויגן צו זיי.

אז דו פארשטייסט אז זיי האבן נישט קיין אקטיווע קאמפיין אוועקצושלעפן מענטשן, פארוואס פארשטייסטו אז זיי ענדלען צו אייסיס?

מאיר הערש
...זיי כאפן אן די שוואכע קרבנות מיט ביידע הענט און העלפן זיי אראפגיין פון וועג...

ווי און וויאזוי העלפן זיי איינעם אראפפארן? אז זיי העלפן אפגעפארענע מיט עדיוקעשאן און אפשר גאר פא רעלטערן צו האבן צוטריט צי צזייערע קינדער, הייסט העלפן אפפארן מיט ביידע הענט?!

ב.ד.וו., איך האב שוין עטליכע מאל זיך געווינדערט וויאזוי מיר וואלט אויסגעקוקט אויב וואלט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אן ארגעזינאציע, וואס וואלט אין עפעס א וועג געהאלפן ממשות'דיג מיט דזשאב וכדומה. וויפיעל וואלט געבליבן? וויפיעל פון די אמטי-פוסטריט עסקנים וואלטן זיך צוגעשארט? שוין, אריין אין שאוער מחשבות.

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 7:36 pm

· #341460
שבת אחים
פאר מיר איז די גרעסטע ראי׳ אז סאיז נישט אמת אז רעליגעזע מענשטען זענען מעהר גליקליך און צופרידן, קוק נאר וויפל מענשטען האבן אפגעלאזט רעליגע זייט 1990

נישט א יעדער וואס איז otd איז אמאל געווען אויפן "דרך"
געווען א וווילער בחור, אדער געווען פרים מיינט נישט אז מען איז געווען אויף דעם "דרך"

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 7:42 pm

· #341462
הקטן

נישט א יעדער וואס איז otd איז אמאל געווען אויפן "דרך"
געווען א וווילער בחור, אדער געווען פרים מיינט נישט אז מען איז געווען אויף דעם "דרך"

No true Scotsman fallacy

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 7:47 pm

· #341463
שבת אחים
הקטן
נאסע ליילעך

איך האב געמאכט אסאך ריסורטש דערוועגן און אנגעפרעגט א פאר חברים מיינע דארט, זיי טענה'ען אז יא! זיי שפירן גליקליכער. איך זיך נישט דא סתם צו פארשפרייטן קיין ליגענטס. איך האב קראנטע באווייזן דערויף וואס איך קען נישט דא ארויפשטעלן.

איך ווייס נישט וואו אזוי די האסט געמאכט דיין ריסערטש, איין זאך איז זיכער אז דארך פרעגן דעם אטד "זאג ביסטו היינט מער גליקליכער"? איז נישט דער וועג צי מאכן דעם ריסערטש
גראדע איז יא דא זייער אסך סייענטיפיק ריסערטש אין די לעצעטע פאר יאר וואס זאגט אז "רעליגעזע מענטשן זענען מער פריילעכע מענטשן" ס'איז דא אסך סיבות פארוואס דאס איז אזוי

פלוצים גלייבסטו אין סייענטיפישע ריסערוטש? ביי עוועלאציע ווען די גאנצע סייענטיפישע קאמיונטי זאגט איין זאך שרייעסטו דאך חי וקים אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן און דא פלוצים קויפסטו אפ די סייענטעפישע ליגענט?

דא קימט נישט אריין אויב איך אדער יענער גלייבט סייענטיפישע ריסערוטש צי נישט.
ווילסט דן זיין אויב ס'איז דא ריסערטש דאס איז אן אנדער מעשה

@נאסע ליילעך האט געשריבן אז ער האט געטון "אסאך ריסורטש" אויף דעם האב איך געזאגט דעם פאקט, אז ס'איז דא א שלל מיט סייענטיפיש ריסערטש איבער דעם - וואס ווייזט ממש דער היפך

די ריסערטש ווייזט, אזוי וואו אלמאל, סך הכול א correlation צווישען לעבן א ריין ריליגעזע לעבן מיט מער ציפרידענהייט, בדרך כלל
דאס מיינט נישט אז א יעדער וואס שאקלט לולב איז מער ציפרידען
דאס מיינט אויך נישט אז א יעדער וואס עסט שרימפ איז נישט ציפרעדען
ס'מיינט אבער יא, אז א גרעסערע פרעסענט % צפרידענהייט קען מען טרעפען ביי מענטשען וואס זענען רילעגעז וואו אדער ביי מענטשן וואס לעבן א לעבן פין לית דין ולית דיין

דארפסט נאך אלץ א לינק, אדער שלום על ישראלס איז געווען געניג?

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 7:53 pm

· #341466
ביבער
הקטן

נישט א יעדער וואס איז otd איז אמאל געווען אויפן "דרך"
געווען א וווילער בחור, אדער געווען פרים מיינט נישט אז מען איז געווען אויף דעם "דרך"

No true Scotsman fallacy

וַיֹּאמֶר

mevakesh » מאנטאג יולי 11, 2016 7:55 pm

· #341468
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
ביבער דו באקומסט אלערטס ווען הקטן שרייבט? אדער דו ליינסט אלעס און ביסט נאר מגיב אויף הקטן؟....

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 8:03 pm

· #341474
הקטן

די ריסערטש ווייזט, אזוי וואו אלמאל, סך הכול א correlation צווישען לעבן א ריין ריליגעזע לעבן מיט מער ציפרידענהייט, בדרך כלל
דאס מיינט נישט אז א יעדער וואס שאקלט לולב איז מער ציפרידען
דאס מיינט אויך נישט אז א יעדער וואס עסט שרימפ איז נישט ציפרעדען
ס'מיינט אבער יא, אז א גרעסערע פרעסענט % צפרידענהייט קען מען טרעפען ביי מענטשען וואס זענען רילעגעז וואו אדער ביי מענטשן וואס לעבן א לעבן פין לית דין ולית דיין

דארפסט נאך אלץ א לינק, אדער שלום על ישראלס איז געווען געניג?

יא א לינק ביטע.
גראדע אויף לענדער ווייס איך פון סטאטיסטיקס וואס זאגן אז פרייע לענדער זענען אויבן אן פאר לאנגע יארן שוין. רעליגיעזע לענדער זענען טיף טיף אראפ.

mevakesh
ביבער דו באקומסט אלערטס ווען הקטן שרייבט? אדער דו ליינסט אלעס און ביסט נאר מגיב אויף הקטן؟....

לא זה אף זה, אבער א correlation איז דא... ולמען האמת איך האב נישט אדוכגעליינט דעם אשכול ביז דא אבער א fallacy בלייבט א fallacy און איך האב געוואלט מעורר זיין דערויף.

תורה ומדע » מאנטאג יולי 11, 2016 8:10 pm

· #341475
שאלה: איז דא ציןןישען די פוטסטעפסניקעס אפילו איינער וואס קען אפלערנען א שטיקל גמרא תוספות מיטען פני יהושע למשל, אדער געפונען זיך דארט נאר עמירצים אדער שטחיותדיגע דך יומי - סטייל לערנערס. ליבי אומר לי אז איינער וואס קען דארך לערנען א שטיקל קצות אדער רמב"ם מיט שער המלך קומט נישט אהן אהין רח"ל. וויסט עמיצער דער ענטפער?

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 8:26 pm

· #341480
דו האסט א פראבלעם מיט א fallacy ?
דא איז די ריפראט worldhappiness.report/
מיר רעדן פין סייענס,שלום האט געברענגט פין psychology today
און די ווייזט מיר עפעס א קירוב סייט?

קענסט מסביר זיין וואו אזוי דיין נערישער סייט איז געקימען צי זיין מסקנה?
איז טאקע אמעריקע 13 אויך אוף די ליסט פין פרייהט נאך דענמארק? און United Kingdom 23

Burundi איז די נידרקיסעט אויף דעם ליסט וואס האט א 20% אימגלויביגע -
דיין סייט כדי די קליינע קינדער זאלן דאס אפקויפן שרייבט ער אז אפגאנאסטאן איז די לעצטע

1. Denmark (7.526)
2. Switzerland (7.509)
3. Iceland (7.501)
4. Norway (7.498)
5. Finland (7.413)
6. Canada (7.404)
7. Netherlands (7.339)
8. New Zealand (7.334)
9. Australia (7.313)
10. Sweden (7.291)
11. Israel (7.267)
12. Austria (7.119)
13. United States (7.104)
14. Costa Rica (7.087)
15. Puerto Rico (7.039)
16. Germany (6.994)
17. Brazil (6.952)
18. Belgium (6.929)
19. Ireland (6.907)
20. Luxembourg (6.871)
21. Mexico (6.778)
22. Singapore (6.739)
23. United Kingdom (6.725)
24. Chile (6.705)
25. Panama (6.701)
26. Argentina (6.650)
27. Czech Republic (6.596)
28. United Arab Emirates (6.573)
29. Uruguay (6.545)
30. Malta (6.488)
31. Colombia (6.481)
32. France (6.478)
33. Thailand (6.474)
34. Saudi Arabia (6.379)
35. Taiwan (6.379)
36. Qatar (6.375)
37. Spain (6.361)
38. Algeria (6.355)
39. Guatemala (6.324)
40. Suriname (6.269)
41. Kuwait (6.239)
42. Bahrain (6.218)
43. Trinidad and Tobago (6.168)
44. Venezuela (6.084)
45. Slovakia (6.078)
46. El Salvador (6.068)
47. Malaysia (6.005)
48. Nicaragua (5.992)
49. Uzbekistan (5.987)
50. Italy (5.977)
51. Ecuador (5.976)
52. Belize (5.956)
53. Japan (5.921)
54. Kazakhstan (5.919)
55. Moldova (5.897)
56. Russia (5.856)
57. Poland (5.835)
58. South Korea (5.835)
59. Bolivia (5.822)
60. Lithuania (5.813)
61. Belarus (5.802)
62. North Cyprus (5.771)
63. Slovenia (5.768)
64. Peru (5.743)
65. Turkmenistan (5.658)
66. Mauritius (5.648)
67. Libya (5.615)
68. Latvia (5.560)
69. Cyprus (5.546)
70. Paraguay (5.538)
71. Romania (5.528)
72. Estonia (5.517)
73. Jamaica (5.510)
74. Croatia (5.488)
75. Hong Kong (5.458)
76. Somalia (5.440)
77. Kosovo (5.401)
78. Turkey (5.389)
79. Indonesia (5.314)
80. Jordan (5.303)
81. Azerbaijan (5.291)
82. Philippines (5.279)
83. China (5.245)
84. Bhutan (5.196)
85. Kyrgyzstan (5.185)
86. Serbia (5.177)
87. Bosnia and Herzegovina (5.163)
88. Montenegro (5.161)
89. Dominican Republic (5.155)
90. Morocco (5.151)
91. Hungary (5.145)
92. Pakistan (5.132)
93. Lebanon (5.129)
94. Portugal (5.123)
95. Macedonia (5.121)
96. Vietnam (5.061)
97. Somaliland region (5.057)
98. Tunisia (5.045)
99. Greece (5.033)
100. Tajikistan (4.996)
101. Mongolia (4.907)
102. Laos (4.876)
103. Nigeria (4.875)
104. Honduras (4.871)
105. Iran (4.813)
106.Zambia (4.795)
107. Nepal (4.793)
108. Palestinian Territories (4.754)
109.Albania (4.655)
110. Bangladesh (4.643)
111. Sierra Leone (4.635)
112. Iraq (4.575)
113. Namibia (4.574)
114. Cameroon (4.513)
115. Ethiopia (4.508)
116. South Africa (4.459)
117. Sri Lanka (4.415)
118. India (4.404)
119. Myanmar (4.395)
120. Egypt (4.362)
121. Armenia (4.360)
122. Kenya (4.356)
123. Ukraine (4.324)
124. Ghana (4.276)
125. Congo (Kinshasa) (4.272)
126. Georgia (4.252)
127. Congo (Brazzaville) (4.236)
128. Senegal (4.219)
129. Bulgaria (4.217)
130. Mauritania (4.201)
131. Zimbabwe (4.193)
132. Malawi (4.156)
133. Sudan (4.139)
134. Gabon (4.121)
135. Mali (4.073)
136. Haiti (4.028)
137. Botswana (3.974)
138. Comoros (3.956)
139. Ivory Coast (3.916)
140. Cambodia (3.907)
141. Angola (3.866)
142. Niger (3.856)
143. South Sudan (3.832)
144. Chad (3.763)
145. Burkina Faso (3.739)
146. Uganda (3.739)
147. Yemen (3.724)
148. Madagascar (3.695)
149. Tanzania (3.666)
150. Liberia (3.622)
151. Guinea (3.607)
152. Rwanda (3.515)
153. Benin (3.484)
154. Afghanistan (3.360)
155. Togo (3.303)
156. Syria (3.069)
157. Burundi (2.905)

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 8:27 pm

· #341483
תורה ומדע
שאלה: איז דא ציןןישען די פוטסטעפסניקעס אפילו איינער וואס קען אפלערנען א שטיקל גמרא תוספות מיטען פני יהושע למשל, אדער געפונען זיך דארט נאר עמירצים אדער שטחיותדיגע דך יומי - סטייל לערנערס. ליבי אומר לי אז איינער וואס קען דארך לערנען א שטיקל קצות אדער רמב"ם מיט שער המלך קומט נישט אהן אהין רח"ל. וויסט עמיצער דער ענטפער?

איך האלט גראדע מען קען קענען קצות און קיינמאל נישט האבן געווען אופן "דרך"
ס'איז דא געניג און נאך פלייסיגע בחרים און וווילע אינגעלייט, וואס האבן קאנעקטעט מיט דע "סיסטעם" אבער האבן קיינמאל און זייער לעבען נישט קאנעקטעט מיט דעם בורא עולם
ווייסען נישט וואס דאס איז טעמו וראו כי טוב ה

תורה ומדע » מאנטאג יולי 11, 2016 8:46 pm

· #341487
הקטן
תורה ומדע
שאלה: איז דא ציןןישען די פוטסטעפסניקעס אפילו איינער וואס קען אפלערנען א שטיקל גמרא תוספות מיטען פני יהושע למשל, אדער געפונען זיך דארט נאר עמירצים אדער שטחיותדיגע דך יומי - סטייל לערנערס. ליבי אומר לי אז איינער וואס קען דארך לערנען א שטיקל קצות אדער רמב"ם מיט שער המלך קומט נישט אהן אהין רח"ל. וויסט עמיצער דער ענטפער?

איך האלט גראדע מען קען קענען קצות און קיינמאל נישט האבן געווען אופן "דרך"

מסכים אבער דער נשמה פון יהדות ליגט לדעתי אין לימוד התורה בעיון און מיט ״אינעלעקטועל האנעסטי״.

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 8:56 pm

· #341491
הקטן
דו האסט א פראבלעם מיט א fallacy ?
דא איז די ריפראט worldhappiness.report/
מיר רעדן פין סייענס,שלום האט געברענגט פין psychology today
און די ווייזט מיר עפעס א קירוב סייט?

קענסט מסביר זיין וואו אזוי דיין נערישער סייט איז געקימען צי זיין מסקנה?
איז טאקע אמעריקע 13 אויך אוף די ליסט פין פרייהט נאך דענמארק? און United Kingdom 23

Burundi איז די נידרקיסעט אויף דעם ליסט וואס האט א 20% אימגלויביגע -
דיין סייט כדי די קליינע קינדער זאלן דאס אפקויפן שרייבט ער אז אפגאנאסטאן איז די לעצטע

וואו וואו רואיג ביטע. בארואיגט אייך קודם דערנאך ענטפער מיר אויף די פאלגענדע.
זיי מסביר קלאר פארוואס worldhappines איז א קירוב וועבסייט?
וואס רופסטו סייענס? און פארוואס איז עס ווייניגער סייענס ווי psychology today?
פארוואס איז עס א נארישער סייט?
פארוואס קען נישט זיין אמעריקע אויף נאמבער 13? וויפיל פראצענט רעליגיע ווייסטו איז פארהאן אין אמעריקע?
בכלל וועלכע fallacy רעדסטו פון?

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 9:03 pm

· #341495
ביבער
הקטן
דו האסט א פראבלעם מיט א fallacy ?
דא איז די ריפראט worldhappiness.report/
מיר רעדן פין סייענס,שלום האט געברענגט פין psychology today
און די ווייזט מיר עפעס א קירוב סייט?

קענסט מסביר זיין וואו אזוי דיין נערישער סייט איז געקימען צי זיין מסקנה?
איז טאקע אמעריקע 13 אויך אוף די ליסט פין פרייהט נאך דענמארק? און United Kingdom 23

Burundi איז די נידרקיסעט אויף דעם ליסט וואס האט א 20% אימגלויביגע -
דיין סייט כדי די קליינע קינדער זאלן דאס אפקויפן שרייבט ער אז אפגאנאסטאן איז די לעצטע

זיי מסביר קלאר פארוואס worldhappines איז א קירוב וועבסייט?

worldhappiness.report זאגט נישט וואס דו זאגסט!
קיין זכר נישט דערפין

progressive secular humanist זאגט דאס
דאס איז אויך סייענס?
דאס האט דיין קירוב סייט ארויסגעזויגען פין פינגער, און פארריפט זיך אויף דעם worldhappiness.report - און דו כאפסט נישט דער חילוק.

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 9:21 pm

· #341501
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Importance_of_religion_by_country">https://en.wikipedia.org/wiki/Importanc ... by_country</a>

טרעף דעם correlation צווישן דעם און worldhappines און זאג מיר אויב דו קומסט צו אנדערע קאנקלושענס.
לאז אפ pathoes סנישט גוט פאר דיין בלוט דרוק.

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 9:29 pm

· #341504
א.ק.
נישט סייענס נאר ביבערס מסקנה, גוט.

איך האב גענימען די ערשטע אויף די ליסטע Estonia - די מערסטע פריי
קימט אריין -72 אין ציפרידענהייט

וואס נאך זאל איך טון?

איך האב גענימען די 5 מערסעטע נישט ציפרידענע לענדער
קיין איין פין זיי זענען נישט אויף די top 10 רעליגעזע לענדער!

יעצט דיפיין סייענס, צי פארדרייען די שמוס

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 9:34 pm

· #341508
פארן גיין ווייטער, אפשר דעפיינסטו סייענס?

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 9:41 pm

· #341511
הקטן

איך האב גענימען די 5 מערסעטע נישט ציפרידענע לענדער
קיין איין פין זיי זענען נישט אויף די top 10 רעליגעזע לענדער!

יעצט דיפיין סייענס, צי פארדרייען די שמוס

נישט אויף דעם איז געווען דער רעפארט. ליין איבער.

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 9:45 pm

· #341512
דו ביסט ציקער זיס,

דער ריפארט רעדט בכלל נישט וועגן רעליגיע
דיין קירוב סייט, וואס אין דיינע אויגן פעסט אלס סייענס, רעדט דערפין
און דו זאגסט אז ס'שטימט 🙄

זיינע מסקנות הייבן נישט אן צי קלעבן - קיין קארעלעשען!

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 10:00 pm

· #341516
הקטן
דו ביסט ציקער זיס,

דער ריפארט רעדט בכלל נישט וועגן רעליגיע
דיין קירוב סייט, וואס אין דיינע אויגן פעסט אלס סייענס, רעדט דערפין
און דו זאגסט אז ס'שטימט 🙄

זיינע מסקנות הייבן נישט אן צי קלעבן - קיין קארעלעשען!

אויף דעם וועל איך דיר נאכאאמאל פרעגן וויאזוי דו דעפיינסט סייענס? אויב ס'דא 2 באזונדערע סייענטיפיק סטאטיסטיקס איז עס נישט סייענס?

נישט קיין קאררעלעישאן? אפשר אויב דו רעכנסט 50/50 אבער דער פאקט איז אז 85 פערצענט מענטשן אין די וועלט זענען רעליגיעז און פון די 15 פערצענט זענען די מערסטע קאנצענטרירט אין לענדער וואס זענען גראדע פון די מערסט העפי לענדער דאס איז שוין איינמאל א קארעלעישן.

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 10:13 pm

· #341528
נאמבערס בלאפען נישט
בלאפערס ניצן נאמבערס
און דע פאל זייער סלאפי

נאסע-לאלעכס ריסערטש איז שוין בעסער פאר דע געלט

דא האסטו ריסערטש נישט ביבער-דשאנק-סייענס
Highly religious Americans are happier and more involved with family

www.pewforum.org/2016/04/12/religion-in-everyday-life/
די ליסט איז ענד-לאז
איך רעדט פין peer reviewed און אסך פעלער געמאכט פין גאווערמענט פאנדעד גרענטס

ביבער » מאנטאג יולי 11, 2016 10:33 pm

· #341541
הקטן
נאמבערס בלאפען נישט
בלאפערס ניצן נאמבערס
און דע פאל זייער סלאפי

ווער בלאפט?
פארוואס סלאפי?
פארוואס דארף מען איבערפרעגן נאך יעדעס מאל דו שרייבסט עפעס. אנשטאט צו שפילן מיט קאסמעטיק קליינע פאנטס, פיצי פאנטס, ברעקעטס, לערן דיך צו שרייבן קלאר.

הקטן

דא האסטו ריסערטש נישט ביבער-דשאנק-סייענס
Highly religious Americans are happier and more involved with family

www.pewforum.org/2016/04/12/religion-in-everyday-life/
די ליסט איז ענד-לאז
איך רעדט פין peer reviewed און אסך פעלער געמאכט פין גאווערמענט פאנדעד גרענטס

ערשטנס איך האב בכלל נישט געזאגט אז ס'איז נישטא אנדערע סטאטיסטיקס, צווייטענס דארט ווי די ארומיגע זענען רעליגיעז איז אוודאי בעסער צו זיין רעליגיעז. אייסיס יוכיח.

אדרבה, טייל האלטן גאר אז דאס וואס רעליגיע איז קאראלעיטעד מיט העפינענס איז נאר וועגן די סאשעל קאננעקשנס וואס רעליגיע האט, גארנישט מיט ספירוטואל. דאס שטימט זייער גוט מיט דער פאקט אז אין די לענדער וואס רעליגיע איז נישט טייל פונעם לעבן וואס דארט איז דא אנדערע סאציאלע קאננעקשנס איז העפינעס פונקט אזוי גוט (אדער נאך בעסער ווען מ'נעמט אוועק די גילט קאנשעסנעס מיט וואס רעליגיע איז פול)

תורה ומדע » דינסטאג יולי 12, 2016 11:22 am

· #341633
תורה ומדע
הקטן
תורה ומדע
שאלה: איז דא ציןןישען די פוטסטעפסניקעס אפילו איינער וואס קען אפלערנען א שטיקל גמרא תוספות מיטען פני יהושע למשל, אדער געפונען זיך דארט נאר עמירצים אדער שטחיותדיגע דך יומי - סטייל לערנערס. ליבי אומר לי אז איינער וואס קען דארך לערנען א שטיקל קצות אדער רמב"ם מיט שער המלך קומט נישט אהן אהין רח"ל. וויסט עמיצער דער ענטפער?

איך האלט גראדע מען קען קענען קצות און קיינמאל נישט האבן געווען אופן "דרך"

מסכים אבער דער נשמה פון יהדות ליגט לדעתי אין לימוד התורה בעיון און מיט ״אינעלעקטועל האנעסטי״.

איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין. לימוד גפ"ת בעיון על דרך ישיבות ליטא איז דער אנטידאאוט צו כפירה און א לעבען פון הפקרות. דאס איז א ענין שכלי און פארשטייט זיך אויך אן ענין סגולי ווי באקאנט.
מען זעהט א גרויסער חילוק צויישען בעלי תשובה וואס ווערען מקורב דורך חקירות און ספרי מוסר אדער חסידות לעומת די וואס זעצען זיך אריין אין 'אור שמח' אדער 'ישיבת תורה ואמונה' ווי זיי ליגען אין לערנען. און די סיבה דערצו איז אז די לעוועל פון חכמה און עהרליכקייט וואס ליגט אין לומדות און אין יגיעת התורה איז פשוט נישטא אין קיין שום אנדערע חלק פון יהדות.
אבער דאס איז נאר אויב מען לערענט געזונט מיט הבנה אזוי ווי עס איז די ליטווישע מסורה. אויב לערנען מיינט שאקלען זיך ביי די גמ' כמנהג החסידים אדער לערנען דף היומי האט עס נישט די זעלבע עפעקט. א אינגערמאן אדער בחור וואס למשל הארעוועט אויף א שטיקעל רעק"א און איז געטרעינט צו אנאליזירען א סוגיא דורך א ראש ישיבה וואס מעסט יעדער ווארט וואס ער זאגט ביים שעור נוסח בריסק קען מען נישט איבער רעדען מיט א שיבוש נוסח פוטסטעפפס. משא"כ אויב אידישקייט באשטייט פון רגש, ניגונים, לערנען בלעטער, רצופות וכדו' איז אסאך גרינגער איבער צו רעדען דעם איד. בפרט אויב ער וטשעט זיך אין לעבען מיט פרנסה שלום בית וכדו וואס ער קען אטריביוטען צו זיין חסידישער ערציאונג און צמצום.

געוואלדיג » דינסטאג יולי 12, 2016 12:39 pm

· #341653
או כלך לדרך אחר, אויב די אידישקייט איז געבויעט אויף הרגש און שמחה קען מען דאס נישט פארדרייען, און אויב איז עס געשטעלט אויף מקדש זיין די שכל און זאגן אין גמ' בויך סברות איז מעגליך דאס צו פארדרייען מיט אנדערע סברות.

diff » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 9:21 am

· #384316

diff » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 9:45 am

· #384317
<a class="postlink" href="https://video.twimg.com/ext_tw_video/905862121929543680/pu/vid/1280x720/hR3bzCw0fxcVeaD8.mp4">https://video.twimg.com/ext_tw_video/90 ... cVeaD8.mp4</a>
בלאט: 1 2 3 4