☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8739
בלאט: 1 2 3 4

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 5, 2016 10:42 am

· #340328
מענטשן וואס נוצן פראסטיטוטס שאצן מענטשן נאר לויט ווי זיי קוקן אויס. קוק אריין אין אבות דר' נתן נוסחא א, מא. אפשר וועט דיר ליכטיג ווערן.

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 5, 2016 10:44 am

· #340329
מאיר הערש
איך האב געזען בילדער פון פוטסטעפ'ס סטעף און פון די וואס זענען געווארן מעמבערס, וויל איך פארשטיין איין זאך: פארוואס האבן זיי אויך אוועקגעווארפן זייער שפיגלעך און קוקן זיך נישט אן ווי זיי זענען געווארן אזוי מיאוס אויפ'ן פנים. באמת. זיי האבן אזוי שטארק משנה צורה געווען אז זייער פנים איז געווארן אזוי פארגרעבט, אן עקל אנצוקוקן. זעען זיי דאס נישט אליין אדער איז עס נאר מיינע אויגן?

עס האט לכאורה יא אסאך צו און מיט דיינע אייגן (כאטש דו ביזט אפשר געווען סארקאסטיש), ווייל דו (און מיר אלע) האסט א נעגאטיווע בליק דערויף, און דיין טעיסט-באדס זענען בייעס'ד דערפון.

למען האמת, האט מועסקייט נישט מיט גארנישט. פונקט ווי דו זוכסט נישט די רעליגיע אדער לייווסטייל וואס ווען מאכן דיין פנים שיינען (א שטייגער אויב די אראבישע פליישיגע האנטעך איבערן קאפ ברענגט שיין ארויס דיין דימפל), נאר דו זיכסט ערגעט צוויישען דער אמת און דיין קאמפארט. דאס זעלבע דארט.

@טאמבל סאס האקט (אזוי זאגט מען?).

מאיר הערש » דינסטאג יולי 5, 2016 11:11 am

· #340335
וואס רעדסטו? דאס חן ביי אלע זענען אינגאנצן אוועק. נישט נאר דאס אידישע חן נאר אפילו גוי'שע חן האבן זיי נישט. איך וויל פארשטיין ווי אזוי זיי אליין באמערקן דאס נישט. זייער פנימ'ער זענען ממש צום איבלען. דאס האב איך געפרעגט אן א שפאס פארוואס זיי האבן זייער שפיגלעך נישט מיטגענומען?

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 5, 2016 11:20 am

· #340338
דו ביזט אריינגעקומען קלאר די ערשטע מאל.

מאיר הערש » דינסטאג יולי 5, 2016 11:31 am

· #340340
שלום על ישראל
דו ביזט אריינגעקומען קלאר די ערשטע מאל.

קענסט דאס איבערזעצן אין אידיש?

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 5, 2016 11:45 am

· #340342
איך הער אזויפיהל מאל רעדן וועגן אידישע חן. אפשר ברענגסטו א פיקטשער פון א טיפישע אידישע חן ווס א גויאישע חן?

מאיר הערש » דינסטאג יולי 5, 2016 12:14 pm

· #340347
גיי אויף די פוטסטעפס סייט וואו זיי ווייזן ווי אזוי זיי האבן אויסגעזען אלס איד און ווי אזוי זיי זען אויס יעצט וועסטו אליין זיך איבערצייגן אין מיין גערעכטיגקייט דעם קאנטראסט פון א אידישע חן און איינער וואס האט דאס פון זיך אראפגעווארפן. ממש הימל און ערד.

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 5, 2016 12:17 pm

· #340348
וואס האט דאס מיט חן צוטוהן? זאג דו האסט א ציאונג צו בארד און פאות מער ווי אהן. אזוי ווי כ'שטעל מיך פאר, טיכלעך און שפיצלעך ציען דיך מער.

מאיר הערש » דינסטאג יולי 5, 2016 12:31 pm

· #340351
ס'האט גארנישט צו טון מיט בארד און פיאות אדער טיכלעך און שפיצלעך. רוב פרומע אידן צו זיי האבן בארד און פיאות און פרויען וואס גיין נישט מיט קיין טיכלעך/שפיצלעך האבן דאס אידישע חן. אבער די חברה דארט האבן דאס ממש פארלוירן. אפשר דאס נבילות און טריפות האט זייער פנימ'ער אזוי פארגרעבט און מיאוס געמאכט. איך וואונדער מיך אויף דיר אז דו זעסט נישט די חילוק.

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 5, 2016 12:37 pm

· #340353
אפשר ווייל שיינקייט איז סובדזשעקטיוו? פון וואו נעמסטו אז נבילות וטריפות פארמיאוסן פיזיקאלי דער געזיכט פון א מענטש?

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 5, 2016 12:39 pm

· #340354
איך מיין ער רעדט פון אראפנעמען די בארד\פיאות.

שבת אחים » דינסטאג יולי 5, 2016 2:29 pm

· #340375
אז מ׳שניידט אראפ די בארד און פיאות ווארפט מען אוועק די אידישע צורה און די גאנצע חן! נישט אזוי?

אן עי סייד נאוט כהאב נישט קיין ספק אז מאיר הערש וואלט וועין גע׳Hit אויף אסאך פוטסטעפערס און אטד״ס.

מאיר הערש » דינסטאג יולי 5, 2016 2:36 pm

· #340378
טאמבל סאס
אפשר ווייל שיינקייט איז סובדזשעקטיוו? פון וואו נעמסטו אז נבילות וטריפות פארמיאוסן פיזיקאלי דער געזיכט פון א מענטש?

אידן, וואס מער קדושים וטהורים זיי זענען דערקענט עס זיך אויף זייער פנים און קינד און קייט באמערקן עס, וידיעת ההפכים שווה.

מאיר הערש » דינסטאג יולי 5, 2016 2:37 pm

· #340379
שבת אחים
אז מ׳שניידט אראפ די בארד און פיאות ווארפט מען אוועק די אידישע צורה און די גאנצע חן! נישט אזוי?

אן עי סייד נאוט כהאב נישט קיין ספק אז מאיר הערש וואלט וועין גע׳Hit אויף אסאך פוטסטעפערס און אטד״ס.

מעג איך פארשטיין וואס דו מיינסט צו שרייבן און וואס איז "אטד״ס"?

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 5, 2016 5:35 pm

· #340416
מאיר הערש
טאמבל סאס
אפשר ווייל שיינקייט איז סובדזשעקטיוו? פון וואו נעמסטו אז נבילות וטריפות פארמיאוסן פיזיקאלי דער געזיכט פון א מענטש?

אידן, וואס מער קדושים וטהורים זיי זענען דערקענט עס זיך אויף זייער פנים און קינד און קייט באמערקן עס, וידיעת ההפכים שווה.

איך זיך שוין לאנג א וועב-זייטל ווי מ'קען ארויפלודענען א בילד פאר א מענטש, און די זייטל וועט זאגן צו די שכינה רוהט אויף אים. ס'עט זיין א תיקון העולם ביי שידוכים.

שבת אחים » מיטוואך יולי 6, 2016 2:40 am

· #340519
מאיר הערש
שבת אחים
אז מ׳שניידט אראפ די בארד און פיאות ווארפט מען אוועק די אידישע צורה און די גאנצע חן! נישט אזוי?

אן עי סייד נאוט כהאב נישט קיין ספק אז מאיר הערש וואלט וועין גע׳Hit אויף אסאך פוטסטעפערס און אטד״ס.

מעג איך פארשטיין וואס דו מיינסט צו שרייבן און וואס איז "אטד״ס"?

ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו אלעס פארשטיין.

מאיר הערש » מיטוואך יולי 6, 2016 8:36 am

· #340531
וויפיל יאר דארף איך האבן צו דערגרייכן דיין אלטער?

דרך אגב, פילן זיך די פוטסטעפערס און OTDס שוין גליקליכער אז זיי דארפן נישט מער קושן די מזוזה, נישט זאגן מודה אני אינדערפרי, נישט זינגען זמירות שבת ביים טיש, נישט איינטונקען די חלה אין האניג ראש השנה, אדער קענען אריינבייסן אין אן עפל אן א ברכה?

הקטן » מיטוואך יולי 6, 2016 8:42 am

· #340532
איך פראשטיי נישט וואס דו ווילסט

זיי (דארפן) [טיען] אויך נישט
ליינע די מגילה
לערנען די דף
זיך שטיפן און מוקוה ערב יו"כ
קלאפן הושענת
בענטשען נאכן עסען
אויף זיין תיקון ליל שבועת
...

איך וואלט קיינמאל געווארן אטד, איך קען מיך נישט זען גיין מיט סניקערס אנע זאקען, פעי

קנאק-יענקל » מיטוואך יולי 6, 2016 5:56 pm

· #340653
טאמבל סאס
אפשר ווייל שיינקייט איז סובדזשעקטיוו? פון וואו נעמסטו אז נבילות וטריפות פארמיאוסן פיזיקאלי דער געזיכט פון א מענטש?

גאנץ א פיינער מקור אין מס' שבת דף פ"ו ע"ב, עכו"ם כיון דאכלין שקצים ורמשים חביל גופייהו.

מאיר הערש » מיטוואך יולי 6, 2016 6:33 pm

· #340664
עטץ ווייסט וואס הייסט א פאראדאקס? א שטריימל מיט א פאני-טעיל. עס גייען ארום די סארט פאראדאקסן אין די גאסן, בעליוו איט אור נאט! חידושים פון דער 21סטן סענטערי אשר לא שערום אבותיכם וואס אין דער ווילדסטן חלום וואלטן זייער עלטערן דאס נישט געקומען אויפ'ן געדאנק. קען איינער מיר געבן צו פארשטיין ווער זענען די חברה? איז דאס א נייע מאדע?

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 6, 2016 7:13 pm

· #340670
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
קנאק-יענקל
טאמבל סאס
אפשר ווייל שיינקייט איז סובדזשעקטיוו? פון וואו נעמסטו אז נבילות וטריפות פארמיאוסן פיזיקאלי דער געזיכט פון א מענטש?

גאנץ א פיינער מקור אין מס' שבת דף פ"ו ע"ב, עכו"ם כיון דאכלין שקצים ורמשים חביל גופייהו.

שטייט עכו"ם. און נאכדעם האב איך נישט געבעטן מאמרי חז"ל. עמפיריקלי קענסטו דאס אויפווייזן מיט א לאגישע טעאריע?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נאסע ליילעך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:07 am

· #340774
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
מאיר הערש
וויפיל יאר דארף איך האבן צו דערגרייכן דיין אלטער?

דרך אגב, פילן זיך די פוטסטעפערס און OTDס שוין גליקליכער אז זיי דארפן נישט מער קושן די מזוזה, נישט זאגן מודה אני אינדערפרי, נישט זינגען זמירות שבת ביים טיש, נישט איינטונקען די חלה אין האניג ראש השנה, אדער קענען אריינבייסן אין אן עפל אן א ברכה?

איך האב געמאכט אסאך ריסורטש דערוועגן און אנגעפרעגט א פאר חברים מיינע דארט, זיי טענה'ען אז יא! זיי שפירן גליקליכער. איך זיך נישט דא סתם צו פארשפרייטן קיין ליגענטס. איך האב קראנטע באווייזן דערויף וואס איך קען נישט דא ארויפשטעלן.
גראדע לאו דווקא פוטסטעפס מעמבער'ס, איך קען אסאך זעלבסשטענדיגע או טי די'ס וואס שפירן זיך פונקט אזוי אדער גאר אפשר מער גליקליך. -( #שבת [emoji14])
גראדע איז אינטערסאנט אנצומערקן אז אסאך פון זיי טענה'ען אז זיי האבן אויפגעגעבן אויף זמירות שבת, נאך ביפאר'ן אויפגעבן יודישקייט. ווידעראום אין האניג קלעימען זיי אז זיי טינקען נאך היינט אויך. גיי ווייס... ( ניין באמת, גיי ווייס אביסל).

מאיר הערש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:38 am

· #340777
האבן זיי אויך ארויסגעטראסקעט זייערע מזוזות? און האבן זיי א ספעציעלע הנאה אריינצובייסן אין אן עפל אן א ברכה?

דער גאצע ציל פון OTD און פוטסטעפס איז פשוט צו ווייזן אז זיי פייפן אן דער רבש"ע ר"ל און האבן בכלל נישט קיין מורא פון אים. און מיט דעם מיינען זיי אז זיי זענען גליקליכער. זיי וועלן דאך נישט גיין הרג'ענע'ן אדער ראבעווען מענטשן ווייל זיי האבן מורא פון דער פאליציי. א גרויס רחמנות אויף זיי. מיט זייער מעשים רעים פארשטייט מען זייער גוט, דייטליך און קלאר וואס חז"ל זאגן "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנסו בו רוח שטות."

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:04 am

· #340778
מאיר הערש
דער גאצע ציל פון OTD און פוטסטעפס איז פשוט צו ווייזן אז זיי פייפן אן דער רבש"ע ר"ל און האבן בכלל נישט קיין מורא פון אים. און מיט דעם מיינען זיי אז זיי זענען גליקליכער. זיי וועלן דאך נישט גיין הרג'ענע'ן אדער ראבעווען מענטשן ווייל זיי האבן מורא פון דער פאליציי. א גרויס רחמנות אויף זיי. מיט זייער מעשים רעים פארשטייט מען זייער גוט, דייטליך און קלאר וואס חז"ל זאגן "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנסו בו רוח שטות."

מאן יאמר? דו ווייסט קלאר, אדער דו האפסט אזוי?

מאיר הערש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:18 am

· #340780
איך האף אזוי? ניין איך האף נישט אזוי, חס ושלום! הלואי זאלן זיי תשובה טון.
דו זעסט נישט קלאר מיט דיינע פליישיגע אויגן אז זיי טוען אלעס להכעיס דער רבש"ע? מען דארף נישט זיין קיין ראקעט סייענטיסט דאס צו זען.

נאסע ליילעך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:18 am

· #340782
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
שלום על ישראל
מאיר הערש
דער גאצע ציל פון OTD און פוטסטעפס איז פשוט צו ווייזן אז זיי פייפן אן דער רבש"ע ר"ל און האבן בכלל נישט קיין מורא פון אים. און מיט דעם מיינען זיי אז זיי זענען גליקליכער. זיי וועלן דאך נישט גיין הרג'ענע'ן אדער ראבעווען מענטשן ווייל זיי האבן מורא פון דער פאליציי. א גרויס רחמנות אויף זיי. מיט זייער מעשים רעים פארשטייט מען זייער גוט, דייטליך און קלאר וואס חז"ל זאגן "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנסו בו רוח שטות."

מאן יאמר? דו ווייסט קלאר, אדער דו האפסט אזוי?

גוד לאק מיטן ארגיומענט..

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:40 am

· #340784
שווערע צייטן דא.

פרעגט די גמרא
מי שאכל שום וריחו נודף, יחזור ויאכל שום אחר כדי שיהא ריחו נודף?

לכאורה א געוואלדיגע קשיא, נו? ווער האט א תירוץ אויפן בית יוסף׳ס קשיא??? אדרבה לאמיר הערן.

מאיר הערש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:03 am

· #340798
נאסע ליילעך
שלום על ישראל
מאיר הערש
דער גאצע ציל פון OTD און פוטסטעפס איז פשוט צו ווייזן אז זיי פייפן אן דער רבש"ע ר"ל און האבן בכלל נישט קיין מורא פון אים. און מיט דעם מיינען זיי אז זיי זענען גליקליכער. זיי וועלן דאך נישט גיין הרג'ענע'ן אדער ראבעווען מענטשן ווייל זיי האבן מורא פון דער פאליציי. א גרויס רחמנות אויף זיי. מיט זייער מעשים רעים פארשטייט מען זייער גוט, דייטליך און קלאר וואס חז"ל זאגן "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנסו בו רוח שטות."

מאן יאמר? דו ווייסט קלאר, אדער דו האפסט אזוי?

גוד לאק מיטן ארגיומענט..

איך ווייס נישט וועלכע ריסורטש דו האסט געמאכט אבער די פאקטן ווייזן אנדערש. רוב פון זיי זענען אלעס אבער נישט גליקליך. א ראיה זעט מען פון די פיל סאו'עסיידערס. אז אזוי פיל פון זיי נעמען זיך זייער לעבן איז דער גרעסטע ראיה אז זייער לעבן איז פוסט און לעהר און זיי זענען דיסעפוינטעט פון זייער מצב און זיי זעען אז זיי האבן נישט דערגרייכט זייער ציל און זעען נישט די עקספעקטעישנס וואס זיי האבן זיך פארגעשטעלט און מען האט זיי איינגערעדט ווען זיי זענען געווען גרייט צו מאכן די טויש אין זייער לעבן-שטייגער. א סך זענען אויך העכסט צעבראכן אז זיי זענען קרח מכאן ומכאן, זיי זענען געבליבן לעקיש פון דא און דארט, זיי האבן פארלוירן ביידע וועלטן – זיי האבן נישט די משפחה, נישט די חברים/חברט'עס און נישט די סביבה און אויך די נייע סביבה וואו זיי האבן געוואלט זיך איינגלידערן פילן זיי זיך אויך זייער אומבארקוועם. דאס היימישקייט וואס זיי האבן א מאל געהאט און געפילט, האבן זיי אויך נישט און אין זייערע פנימיות לעכטצן זיי נאך דעם ווי א דארשטיגע נאך א קאלטע טראפן וואסער. דאס איז א פאקט. און זיי גיין זיך און דיר נאך אריינרעדן אז זיי האבן ביידע וועלטן און טאנצן אויף ביידע חתונות מיט א מאל און זענען די גליקליכסטע אויף דער וועלט. אפשר ביסטו אזוי גאליבל און קעסט ווערן אייגערדעט אבער רוב מענטשן זעען די פאקטן און ווייסן דעם אמת.

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 7, 2016 1:20 pm

· #340819
מאיר הערש
נאסע ליילעך
שלום על ישראל
מאיר הערש
דער גאצע ציל פון OTD און פוטסטעפס איז פשוט צו ווייזן אז זיי פייפן אן דער רבש"ע ר"ל און האבן בכלל נישט קיין מורא פון אים. און מיט דעם מיינען זיי אז זיי זענען גליקליכער. זיי וועלן דאך נישט גיין הרג'ענע'ן אדער ראבעווען מענטשן ווייל זיי האבן מורא פון דער פאליציי. א גרויס רחמנות אויף זיי. מיט זייער מעשים רעים פארשטייט מען זייער גוט, דייטליך און קלאר וואס חז"ל זאגן "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנסו בו רוח שטות."

מאן יאמר? דו ווייסט קלאר, אדער דו האפסט אזוי?

גוד לאק מיטן ארגיומענט..

איך ווייס נישט וועלכע ריסורטש דו האסט געמאכט אבער די פאקטן ווייזן אנדערש. רוב פון זיי זענען אלעס אבער נישט גליקליך.

פון ווי קענסטו רוב פון זיי? איך בין שוין היפש אפאר יאר א אט״ד און איך קען נאך אפילו נישט רוב פון די אטד״ס! איך טרעף טאקע יעדע טאג נייע אבער נאכאלץ איז מוראדיג שווער צו באמת וויסן אויב זיי זענען גליקליך און צופרידן. סאוסייד איז א קליניקל דיפרעשאון וואס זייער אסאך מענשטען אויף די וועלט ווערן געבוירן מיט דעם, אין די היימישע פרומע סביבה איז ליידער דא פול מיט סאוסייד, הצלה פארדרייט נאר די מעשיות כדאי נישט צו פארשעמען די משפחה און וועגן אנדערע סיבות (געהערט פון מיין ברודער וואס איז א פארעמעדיק און א גרויסע מאכער אין הצלה), אבער ס׳איז דא גענוג און נאך סאוסיידס ליידער אין די קאמיונטי.

דו קענסט נישט רוב פון די אטד״ס און די הייבטס נישט אן צו וויסן קיין פאקטן און אלעס וואס דו שרייבסט איז זייער סובדזשעקטיוו און פערזענליכע געפילן מיט א שטארקע בייעסי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 7, 2016 2:13 pm

· #340827
מאיר הערש
דו זעסט נישט קלאר מיט דיינע פליישיגע אויגן אז זיי טוען אלעס להכעיס דער רבש"ע?

קיינמאל נישט געזען זיי זאלן אלעס טון להכעיס (נישט אז אלעס זעה איך).
אידישקייט האט אפאר שווערע זאכן אין זיך מיינעך, איז אזוי שווער צו פארשטיין אז איימיצער וויל זיך פארגרינגערן?
רוף עס ענדערש אן לתיאבון. וואס לויפסטו ביז להכעיס?
אפשר דארפסטו קוקן מיט דיינע מילכיגע אויגן וועסטו בעסער זעהן..

נאסע ליילעך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 2:58 pm

· #340831
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
שבת אחים
מאיר הערש
נאסע ליילעך
שלום על ישראל
מאיר הערש
דער גאצע ציל פון OTD און פוטסטעפס איז פשוט צו ווייזן אז זיי פייפן אן דער רבש"ע ר"ל און האבן בכלל נישט קיין מורא פון אים. און מיט דעם מיינען זיי אז זיי זענען גליקליכער. זיי וועלן דאך נישט גיין הרג'ענע'ן אדער ראבעווען מענטשן ווייל זיי האבן מורא פון דער פאליציי. א גרויס רחמנות אויף זיי. מיט זייער מעשים רעים פארשטייט מען זייער גוט, דייטליך און קלאר וואס חז"ל זאגן "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנסו בו רוח שטות."

מאן יאמר? דו ווייסט קלאר, אדער דו האפסט אזוי?

גוד לאק מיטן ארגיומענט..

איך ווייס נישט וועלכע ריסורטש דו האסט געמאכט אבער די פאקטן ווייזן אנדערש. רוב פון זיי זענען אלעס אבער נישט גליקליך.

פון ווי קענסטו רוב פון זיי? איך בין שוין היפש אפאר יאר א אט״ד און איך קען נאך אפילו נישט רוב פון די אטד״ס! איך טרעף טאקע יעדע טאג נייע אבער נאכאלץ איז מוראדיג שווער צו באמת וויסן אויב זיי זענען גליקליך און צופרידן. סאוסייד איז א קליניקל דיפרעשאון וואס זייער אסאך מענשטען אויף די וועלט ווערן געבוירן מיט דעם, אין די היימישע פרומע סביבה איז ליידער דא פול מיט סאוסייד, הצלה פארדרייט נאר די מעשיות כדאי נישט צו פארשעמען די משפחה און וועגן אנדערע סיבות (געהערט פון מיין ברודער וואס איז א פארעמעדיק און א גרויסע מאכער אין הצלה), אבער ס׳איז דא גענוג און נאך סאוסיידס ליידער אין די קאמיונטי.

דו קענסט נישט רוב פון די אטד״ס און די הייבטס נישט אן צו וויסן קיין פאקטן און אלעס וואס דו שרייבסט איז זייער סובדזשעקטיוו און פערזענליכע געפילן מיט א שטארקע בייעסי.

טשיל מען! איך האניש קיין פרענדס אין פודסטעפס. איך האב פשוט פרובירט צו זיין סארקאסטיש (והמבין יבין) כעצת המשורר "עם עקש תתפתל".. (מיט ערעב מאיר הערש'ן). קען זיין ס'נישט אין פלאץ און נישט שיין, ואתכם הסליחה.

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 7, 2016 3:00 pm

· #340832
כבין נעכטן געוועהן אין בארא פארק מיט אפאר אטד״ס וואס יעדער פון זיי זענען אפענע אטד״ס, זיי זענען אריין אין א רעסטעראונט עסען און כמעט אלע פון זיי (ואני בתוכם) האבן אנגעטוהן קאפלעך, פשוט פאר איין סיבה ״רעספעקט״ פאר זייער אלטע קאמיונטי און חברים, איך קען דיר אויסרעכענען צענדליגער אזעליכע מעשיות ווי איך האב מיטגעהאלטן ווי אטד״ס פראבירן נישט דירעקט וויי צוטוהן די קאמיונטי וואס האט זיי פערזענליך וויי געטוהן, פארשטייט זיך נישט יעדע אט״ד איז די זעלבע, סאיז דא וואס זענען זייער פארווייטאגט אויף די קאמיונטי און זיי וועלן יא דירעקט וויי טוהן די קאמיונטי און ארויס געבן זייער ווייטאג, אבער ס׳מיינט נאכנישט אז יעדע מענשט וואס וויל אנעמען א אנדערע דירעקציע אין לעבן וויל דוקא וויי טוהן זיין קאמיונטי, פארקערט רוב פון זיי וואלטן זיך געוואונטשען אז די קאמיונטי, חברים, און משפחה זאלן עקסעפטן אז זיי האבן אנגענומען א אנדערע דרך אין לעבן.

מאיר הערש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 3:44 pm

· #340840

אודאי ווילן זיי נישט וויי טון די קאמיוניט, עלטערן און משפחה אבער בין אדם למקום האט מען נישט דעם זעלבן סענסעטיוון געפיל און מען מיינט אז ס'איז א הפקר וועלט און מען קען טון וואס מען וויל און ס'איז ח"ו נישט דא קיין שכר ועונש.

מאיר הערש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 3:46 pm

· #340841
און וואס איך האב געפרעגט נעכטן, זענען די פאניטעיל-שטריימלעך חברה אויך פון אייער OTD גרופע אדער זיי מאכן שבת פאר זיך? זיי רעדן א היימישע זאפטיגע אידיש אבער צו וועלכע גרופע בעלאנגען זיי?

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 5:54 pm

· #340858
מאיר הערש
איך ווייס נישט וועלכע ריסורטש דו האסט געמאכט אבער די פאקטן ווייזן אנדערש. רוב פון זיי זענען אלעס אבער נישט גליקליך. א ראיה זעט מען פון די פיל סאו'עסיידערס. אז אזוי פיל פון זיי נעמען זיך זייער לעבן איז דער גרעסטע ראיה אז זייער לעבן איז פוסט און לעהר און זיי זענען דיסעפוינטעט פון זייער מצב און זיי זעען אז זיי האבן נישט דערגרייכט זייער ציל און זעען נישט די עקספעקטעישנס וואס זיי האבן זיך פארגעשטעלט און מען האט זיי איינגערעדט ווען זיי זענען געווען גרייט צו מאכן די טויש אין זייער לעבן-שטייגער.

עפעס זאגסטו, אבער די הנחה קומט פאר ווי איינער זאל זאגן אז קענסער (ה"י) קומט פון קימא-טערעפי צו תשובה טוען מאכט בעלי עבירות, והא ראיה אז די אלע וואס נעמען קימא-טערעפי האבן קענסער און אלע בעלי תשובות האבן געטון עבירות...

דער משל איז מובן. אסאך פון די חברה (ווייט נישט אלע) זענען אנטלאפן ווייל דאס לעבן איז נישט גוט געגאנגן דאהי. אסאך זענען ליידער געווען וויקטימס פון אביוז (למיניהם), געוויסע האסן געהאט פארשידענע שוועריגקייטן אויף וואס די משנה באציט זיך מיט "אל תדון". אלזא, ווען זיי האבן באשלאסן צו זיכען א נייע לעבנ'ס-שטייגער, מיינט נישט אז אלע פראבלעמען גייען אוועק (אפילו ס'האט זיי געדאכט פאר דעם אז יא). אבער א ניכטערע בליק ווייזט אז נישט דער יונג איז ווייטער א אומצופרידענער און "כ'זעה שוין וואספארא כאראקטער דער פארשוין האט", נאר דער מענטש קען נעבעך נישט אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען. א רחמנות געפיהל דארף ארומנעמען (אפגעזעהן פון די אל תתחבר לרשעים) איינזעהענדיג אז ער איז נעבעך איינגעזינקען אין פּיין און לייד און יעצט קען מען (אז מ'וויל) פארשטיין זיין נער'ישע פארלאזן דעם בוכה"ע.

(דער אמת איז אז איעדער לעבט מיט א פעקל, נאר דער זעלבער קלאפ טוט איינעם ווי מער ווי פארן צווייטן. אבער מ'טאר נישט קוקן אויפן קלאפ נאר אויף די ווייטאג. איך זאג דאס צו פארענטפערן אוצרות מיט פאַלאַסיס )

מאיר הערש
א סך זענען אויך העכסט צעבראכן אז זיי זענען קרח מכאן ומכאן, זיי זענען געבליבן לעקיש פון דא און דארט, זיי האבן פארלוירן ביידע וועלטן – זיי האבן נישט די משפחה, נישט די חברים/חברט'עס און נישט די סביבה און אויך די נייע סביבה וואו זיי האבן געוואלט זיך איינגלידערן פילן זיי זיך אויך זייער אומבארקוועם. דאס היימישקייט וואס זיי האבן א מאל געהאט און געפילט, האבן זיי אויך נישט און אין זייערע פנימיות לעכטצן זיי נאך דעם ווי א דארשטיגע נאך א קאלטע טראפן וואסער. דאס איז א פאקט. און זיי גיין זיך און דיר נאך אריינרעדן אז זיי האבן ביידע וועלטן און טאנצן אויף ביידע חתונות מיט א מאל און זענען די גליקליכסטע אויף דער וועלט. אפשר ביסטו אזוי גאליבל און קעסט ווערן אייגערדעט אבער רוב מענטשן זעען די פאקטן און ווייסן דעם אמת.

די צינישע ווערטער האט אסאך חוצפה און רשעות אין זיך! (איך מיין בכלל נישט @מאיר הערש וואס זאגט נאר נאך וואס מ'האט אלע אונז אויסגעלערנט צו טראכטן און זאגן.)

קודם באנעמען מיר זיך מיט די או.טי.די. מיט אפשיי ווי מיר האבן זיך קיינמאל געקענט אדער טערארעזירן מיר זיי כאילו זיי האבן געטראגן מיט עירוב, און נאכדעם רייצן מיר זיך מיט זיי אז זיי זענען אויסגעשפילט?! סדום האט נישט געקענט קאמפאזירן אזא קראנקע מענטאליטעט!

לאמיר זעהן א טויש, נאך היינט! לאמיר זעהן ווי אונזער "תחתונים למעלה" קאמיוניטי זאל זיך נעמען מקרב זיין די אט"ד חברה (עד שיעור אל תתחבר לרשעים אדער חיזוק ידי עוברי עבירה, פארשטייט זיך). ליידן אים איין צום שבת טיש (פארשטייט זיך אז ער דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט), און דערמאן אים מיט ווארעמקייט וואס ער פארפאסט.

דערנאך, אויב ער איז מקורב, און לעבט זיין פורק-עול לעבן און איז נישט צופרידן, פרעג אים וואס ס'דריקט אים אויפן הארץ, און - ווען דו זעהסט אז די ליידיגקייט פון אידישקייט איז געווען די פראבלעם, וועסטו קומען פארציילן דיין געפינס.

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 5:56 pm

· #340859
מאיר הערש
און וואס איך האב געפרעגט נעכטן, זענען די פאניטעיל-שטריימלעך חברה אויך פון אייער OTD גרופע אדער זיי מאכן שבת פאר זיך? זיי רעדן א היימישע זאפטיגע אידיש אבער צו וועלכע גרופע בעלאנגען זיי?

דער ערשטע מאל כ'הער פון אזא פענאמענאן. אקעי, די צווייטע (נעכטן די ערשטע).

פרטים? ווי זעהט מען דאס?

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 5:56 pm

· #340860

הקטן » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:02 pm

· #340869
נאסע ליילעך

איך האב געמאכט אסאך ריסורטש דערוועגן און אנגעפרעגט א פאר חברים מיינע דארט, זיי טענה'ען אז יא! זיי שפירן גליקליכער. איך זיך נישט דא סתם צו פארשפרייטן קיין ליגענטס. איך האב קראנטע באווייזן דערויף וואס איך קען נישט דא ארויפשטעלן.

איך ווייס נישט וואו אזוי די האסט געמאכט דיין ריסערטש, איין זאך איז זיכער אז דארך פרעגן דעם אטד "זאג ביסטו היינט מער גליקליכער"? איז נישט דער וועג צי מאכן דעם ריסערטש
גראדע איז יא דא זייער אסך סייענטיפיק ריסערטש אין די לעצעטע פאר יאר וואס זאגט אז "רעליגעזע מענטשן זענען מער פריילעכע מענטשן" ס'איז דא אסך סיבות פארוואס דאס איז אזוי

איך אויך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:07 pm

· #340871
שבת אחים

איך בין שוין היפש אפאר יאר א אט״ד

כאטשיג האסטו די באללס צו זיין האנעסט.

הקטן » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:24 pm

· #340881
באללס צו וואס???

איך אויך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:44 pm

· #340892
האנעסט = אויפריכטיג.

נאסע ליילעך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:53 pm

· #340896
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
הקטן
נאסע ליילעך

איך האב געמאכט אסאך ריסורטש דערוועגן און אנגעפרעגט א פאר חברים מיינע דארט, זיי טענה'ען אז יא! זיי שפירן גליקליכער. איך זיך נישט דא סתם צו פארשפרייטן קיין ליגענטס. איך האב קראנטע באווייזן דערויף וואס איך קען נישט דא ארויפשטעלן.

איך ווייס נישט וואו אזוי די האסט געמאכט דיין ריסערטש, איין זאך איז זיכער אז דארך פרעגן דעם אטד "זאג ביסטו היינט מער גליקליכער"? איז נישט דער וועג צי מאכן דעם ריסערטש
גראדע איז יא דא זייער אסך סייענטיפיק ריסערטש אין די לעצעטע פאר יאר וואס זאגט אז "רעליגעזע מענטשן זענען מער פריילעכע מענטשן" ס'איז דא אסך סיבות פארוואס דאס איז אזוי

עיין בתגובה האחרונה שלי (אם זה מעוניין).

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 2:32 am

· #341020
הקטן
נאסע ליילעך

איך האב געמאכט אסאך ריסורטש דערוועגן און אנגעפרעגט א פאר חברים מיינע דארט, זיי טענה'ען אז יא! זיי שפירן גליקליכער. איך זיך נישט דא סתם צו פארשפרייטן קיין ליגענטס. איך האב קראנטע באווייזן דערויף וואס איך קען נישט דא ארויפשטעלן.

איך ווייס נישט וואו אזוי די האסט געמאכט דיין ריסערטש, איין זאך איז זיכער אז דארך פרעגן דעם אטד "זאג ביסטו היינט מער גליקליכער"? איז נישט דער וועג צי מאכן דעם ריסערטש
גראדע איז יא דא זייער אסך סייענטיפיק ריסערטש אין די לעצעטע פאר יאר וואס זאגט אז "רעליגעזע מענטשן זענען מער פריילעכע מענטשן" ס'איז דא אסך סיבות פארוואס דאס איז אזוי

פלוצים גלייבסטו אין סייענטיפישע ריסערוטש? ביי עוועלאציע ווען די גאנצע סייענטיפישע קאמיונטי זאגט איין זאך שרייעסטו דאך חי וקים אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן און דא פלוצים קויפסטו אפ די סייענטעפישע ליגענט?

ביטע געב מיר א לינק פון סייענטיפישע ריסערוטש אז רעליגעזע מענטשען זענען מעהר פרייליך? איך האב עס קיינמאל נישט געזעהן.

איך פרידיקט אז דו גייסט ענטפערן אז נאר געוויסע סייענטיפישע ריסערוטש וואס שטימט מיט דיין רעליגע/אגענדא נעמסטו אן אלץ סייענס די איבריגע איז דאך שטותים מיט לאקשן אזש אפילו ר׳ אביגדור מיללער און יענקל ברוך טורנהיים האבן געלאכט פון סייענטיסטן וואס זאגן אז מענשטען זענען אייניקלעך פון מאנקיס.

שלום על ישראל » פרייטאג יולי 8, 2016 9:55 am

· #341046
דו מישט צוזאם סייענטיפישע שטודיעס מיט סייענטיפישע טעאריעס, וואס די שפעטערע איז נאר דאס וואס די נאמען זאגט. אפילו מאמינים גלייבן נישט מער ווי דער גלויבן אליינס.

איינפאלס, גיב א זוך אויף גוגל און דו וועסט טרעפען מיליאנען ארטיקלען וואס באשטעטיגט אז רעליגיעזע מענטשן זענען מער צופרידן מיטן לעבן. ופשוט הוא. סיי וועליכער צרה אדער פארלוסט אין לעבן, שפירט זיך נישט אזוי שווער אויב מ׳טראכט אז ס׳איז געקומען פאר א גוטע סיבה, ועוד כמה טעמים, ואכמ״ל.

.

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 12:03 pm

· #341072
איך מיש צאם סייענטיפישע שטודיעס מיט סייענטיפישע טעאריעס? וועלכע איז טעאריע און וועלכע איז א שטודיע, הקטן האט געשריבן אז ס'איז דא "סייענטיפישע ריסערטש" אז רעליגעזע מענטשן זענען מעהר גליקליך, אבער עוועלוציע וואס איז יא אימפירקעל סייענס לאכט ער דערפון! ווער מישט די יוצרות?

ברענג איין לינק געבעקט ביי קאנטעמפארערי סייענס אז רעליגעזע מענטשן זענען מעהר פרייליך! איין לינק ביטע?

שלום על ישראל » פרייטאג יולי 8, 2016 12:44 pm

· #341082
שבת אחים
איך מיש צאם סייענטיפישע שטודיעס מיט סייענטיפישע טעאריעס? וועלכע איז טעאריע און וועלכע איז א שטודיע, הקטן האט געשריבן אז סאיז דא ״סייענטיפישע ריסערוטש״ אז רעליגעזע מענטשען זענען מעהר גליקליך, אבער עוועלאציע וואס איז יא אימפירקעל סייענס לאכט ער דערפון!, ווער מישט די יוצרות?

ברענג איין לינק גע׳בעיקט ביי קאנטעמפארערי סייענס אז רעליגעזע מענטשען זענען מעהר פרייליך! איין לינק ביטע?

כאטש וואס אוואלוציע ווערט גערופן אימפירקעל, איז עס א אימפירקעל טעאריע, נישט אימפירקעל סייענס.

רעליגיעזע מענטשן האבן שטערקערע סאציעלע שייכות און לעבען אין א ארגענעזירטע סאסייעטי (מקור: פּסיכאָלאָגיע-היינט).

דאס עצם תפילה און בטחון ברענגט א מער פאזיטיווע מענטאליטעט, א שליסל אינגרידיענט צו צופרידענקייט (מקור: לעב-טיימס).

עס ווערט באטראכט אז א זייטיגע בענעפיט פון רעליגיע, איז א געזונטערע לעבנס-שטייגער, ווי למשל קיין דראגס, קיין ווילדע שיכרות, קיין [בלוי-העמד] פארברעכן, און נאך. מקורות: טיים מעגעזין, און נאך אסאך (כ'האב נישט קיינע לינקס).

די לעגאַטום פּראָספּעריטי אינדעקס האט געטראפן (2008) אז מענטן וואס גלייבן אינען בורא הכל און זעהן אים אלס א ערענסטע חלק אין זייער לעבן, זענען - אין אלגעמיין - מער צופרידן מיט זייער מצב, ווען פארגלייכט מיט אנדערע מענטשן אין די זעלבע פינאנציאלע מצב, יאהרגאנג און אנדערע דעטאלן.

אין די בוך איז רעליגיע מסוכן?, ברענגט ער פון פיו ריסורטש און אנדערע אז מענטשן מיט ספיריטואליטישע לעבנס-שטייגער זענען דאפעלט אזוי אויסגעשטעלט זיך צו פאררופן אלס "זייער צופרידן". ער שרייבט אז דאס איז אויך באשטעטיגט געווארן דורך אריבער 200 שטודיעס וואס ווייזן אז שטארק-רעליגיעזע זענען אין א נידריגערע אויסזיכט צו זעלבסמארד, דראגס און נאך.

די בוך האנטבוך איבער רעליגיע און געזונט פון קאניג\קעניג\קארסאן (700+ דפים), באארבייט א שטודיע פון 1992 וואס האט אריינגעקוקט אין די לעבנס פון אפגעפארענע, און ס'קוקט אויס ווי זייער אומצופרידענקייט האט נישט קיין דירעקט שייכות מיט רעליגיע. (איך וואלט געוואלט זעהן מער פרטים פון די שטודיע און די ספעציפישע שאלות מ'האט געפרעגט, ווייל עס דא - מער ווי איבעראל - מאכן א חילוק פון הימל און ערד.) איינפאלנס, אינעם בוך ברענגט ער א אנדערע שטודיע פון 1993 וואס האט געפונען אז מענטשן אהן קיין רעליגיעזע אפיליאציעס האבן א העכערע אויסשטעלונג צו דעפרעסיע, און דאס ווערט באשטעטיגט דורך אריבער 147 אינדעווידואלע פארשונגען.

עניוועי, צייט פאר טועמיה, און דאס איז נישט אימפירקעל נאר וועט באשטעטיגט ווערן דורך די לאַבאָראַטאָריע פון מיינע טעסט-באָדס.

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 2:51 pm

· #341097
ברענגסט נישט קיין שום ״סייענטיפישע ריסערוטש״ אז מענשטען וואס זענען רעליגעז זענען גליקליכער.
דעס איז אלעס פרייוואטע מיינונגען און ביכער.

פון נעמסטו אז עוועלאציע איז א טעיאריע? דו טשערי פיקסט וואס דו ווילסט ס׳זאל זיין אמת און וואס נישט?

שלום על ישראל » פרייטאג יולי 8, 2016 3:13 pm

· #341101
געוויסע חלקים פון די ווארט "עוואלאציע" איז באשטעטיגט, אבער די חלק ה'עוואלאציע וואס שטאמט פון מאלפעס איז נישט באשטעטיגט אלס א פאקט. (זעה וויקיפעדיע)

וויאזוי קומסטו זאגן אז איך האב דיר נישט געברענגט קיין ריסערטש? Psychology Today איז א הויך-רעספעקטירטע דזשארנאל, לעב-טיימס אויך. טיים מעגעזין איז גענוג פראגרעסיוו? די לעגאַטום פּראָספּעריטי אינדעקס איז די העכסטע אוטאריטעט פון די סארט שטודיעס. האסט געבעטן "א לינק פון סייענטיפישע ריסערוטש" לייען און קליק די אלע וואס איך האב געברענגט.

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 3:14 pm

· #341102
פאר מיר איז די גרעסטע ראי׳ אז סאיז נישט אמת אז רעליגעזע מענשטען זענען מעהר גליקליך און צופרידן, קוק נאר וויפל מענשטען האבן אפגעלאזט רעליגע זייט 1990, אין אמעריקע אליינס האבן אזא 25 מיליאן מענשטען אפגעלאזט זייער רעליגע און טראדיצענאלע וועגן, אין אייראפע איז די נומבערס אסאך העכער, אויב וואלט געוועהן אמת אז ״פאר יעדעם״ איז בעסער רעליגע וואלטן נישט אזויפיל מענשטען אפגעלאזט רעליגע!

סאיז זיכער דא מענשטען וואס ציען צו רעליגיע, קאנסערוועטיזים, סטרוקטשער, פאמילע וועליוס, ספירוטשעלטי וכו׳ און די וועג איז זיי בעסער אין לעבן און ס׳מאכט מעהר סענס פאר זיי, איז אבער נישט קיין כלל אז פאר א יעדעם איז דעס גוט סאיז דא אסאך מענטשען וואס האלטן אז פאר זיי איז בעסער צולעבן ליבעראל און פריי פון רעליגע, און סאיז זיכער נישט אז אלע מענשטען וואס זענען רעליגעז זענען מעהר גליקליך און צופרידן אין זייער לעבן, יעדער איז אנדערש!

שבת אחים » פרייטאג יולי 8, 2016 3:16 pm

· #341103
שלום על ישראל
געוויסע חלקים פון די ווארט "עוואלאציע" איז באשטעטיגט, אבער די חלק ה'עוואלאציע וואס שטאמט פון מאלפעס איז נישט באשטעטיגט אלס א פאקט. (זעה וויקיפעדיע)

וויאזוי קומסטו זאגן אז איך האב דיר נישט געברענגט קיין ריסערטש? Psychology Today איז א הויך-רעספעקטירטע דזשארנאל, לעב-טיימס אויך. טיים מעגעזין איז גענוג פראגרעסיוו? די לעגאַטום פּראָספּעריטי אינדעקס איז די העכסטע אוטאריטעט פון די סארט שטודיעס. האסט געבעטן "א לינק פון סייענטיפישע ריסערוטש" לייען און קליק די אלע וואס איך האב געברענגט.

נאכאמל, קיין איינע פון די זאכן זענען נישט סייענטיפיקלי פראווען, סאיז אלעס מיינונגען... שטודיעס איז נישט קיין אימפירקעל סייענס!
בלאט: 1 2 3 4