☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8649
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:18 pm

· #266003
זאכן וואס מאכט מיר צופרידן
דער אשכול 'זאכן וואס רעגט מיך אויף' איז שוין מלא על כל גדותיו, ועוד ידינו נטויה, די ליסטע איז נאך א לאנגע...

אבער עס זענען אויך פאראן זאכן וואס מאכט מיר פרייליך, אויפגעלייגט און צופרידן. כ'מיין נישט דווקא אן אינערליכע שמחה, וואס דאס איז יעדער מענטש פאראנטווארטליך פאר זיך אליין, עס איז אינעם מענטש, נישט תלוי אין חיצוניות'דיגע סיבות. כ'רעד ענדערש למשל פון זאכן וואס פאדערן א תיקון און ווערן מתוקן, פאזעטיווע געשעענישן, וכדומה - אין אנדערע ווערטער, פארקערט ווי די זאכן וואס רעגט מיך אויף.

***

שוין יארן וואס איך (און נאך מיליאנען פאסאזשירן) קריצן מיט די ציין אויף די שמאלע עירליין סיעטס וואס איז שוין באלד קלענער פון מיין בעבי'ס קאר סיעט, און אויסער דעם איז כמעט נישט פאראן קיין לעג-רום. ווער רעדט נאך אויב דער פאדערשטער פאסאזשיר איז מקיים הלילה הזה מסובין, דאן ביסטו ווי געבינדן אין קייטן ימה וקדמה צפונה ונגבה.

יארן לאנג וואונדער איך זיך פארוואס די גאווערמענט מישט זיך נישט אריין צו מאכן עפעס א גזירת המינימום בלע"ז, די גאווערמענט וואס נעמט קעיר פון 16 אונציגע סאדע גלעזלעך און נאך אזעלכע שרעקעדיגע סכנות, און ביי מיר אין די ביזנעס זענען זיי גוזר גזירות קשות ואכזריות אויף די בעלי בתים בלויז צו קענען בעסער מאכן פאר די פוילע ארבעטערס זיי זאלן קענען כראפעצן און נישט אריינקלאפן אין די טרעפ (האט איר שוין געהערט פון OSHA?) און איז נאך מחייב זיי צו באצאלן ווי טאטעלע אווערטיים ווען זיי זענען מ'כלומר'שט סיק, דערנאך זאלן זיי קענען קלאגן די קאמפאני אויף שטותים וכו', און פונקט ביי די עירליינס לאזן זיי צו אזא הפקירות, אלעס ווייל זיי האבן אפאר דאלער צו צאלן פאר לאביאיסטן.

עכ"פ בין איך צופרידן צו ליינען אז ענדליך האט זיך די זאך א שאקל געטאן און מען קוקט אריין דערין. ניין, נישט צוליב יושר און נישט פאר אונזער באקוועמליכקייט, זייט נישט קיין חושד בפסולים. נאר כלומר'שט אונטערן אויסרייד פון זיכערהייט, אז מען זאל קענען גרינגער ארויסלויפן אין פאל פון א סכנה ח"ו ווען דער שטן איז מקטרג.

מערקווירדיג אז די DOT שרייבט דארט, אז די סיבה פארוואס מען האט קיינמאל נישט געטון דערין איז - פשוט און פראסט - ווייל די קאנסומער קאלן זייער ווייניג קאמפלעינען דערויף. זיי זעלבסט, די DOT, ווייסן דאך נישט פונעם פראבלעם. זיי באקומען דאך פעטע געהאלטן און פליען זיכער אין ערשטע קלאס. נו, א זאטער פארשטייט נישט דעם הונגעריגן. דארפן זיי פשוט צוקומען צו קאמפלעינטס פון די פשוטי עם כמוני כמוך, און כנראה אז ווי מער מען באקלאגט זיך, אלס מער איז פאראן א טשאנס אז זיי זאלן זיך וויסענדיג מאכן דערפון. אלזא ווער ער האט דעם נומער פונעם DOT זאל ביטע מפרסם זיין כדי יעדער זאל אנהייבן קלינגען זיך באקלאגן עד אשר יצא מאפם.

לאמיר האפן אז די יעצטיגע "אריינקוקן דערין" וועט ברענגען גינסטיגע רעזולטאטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:22 pm

· #266005
אפילו ביים רעדען פון פרייליכע זאכען איז האלב די מאמר קוועטשערייען. פארפאלען, אזוי איז א איד!

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:32 pm

· #266007
כאפסט נישט. כדי צו פארשטיין לשמחה מה זו עושה פאדערט זיך מקדים צו זיין וואס האט געקוועטשט ביז אהער און הערשט דערנאך פארציילן ווי אזוי מען איז ארויס מאפילה לאורה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 14, 2015 6:58 pm

· #266024
Oy was I thirsty!

shem-tov » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:16 pm

· #266034
אז מען איז שוין ענדליך ארויסגעקראכן פון פיר חדשים ביטערע פרעסט מיט שניי און סקומט א געשמאקער זומער

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 14, 2015 10:41 pm

· #266094
שמעקעדיג


שוין יארן וואס איך (און נאך מיליאנען פאסאזשירן) קריצן מיט די ציין אויף די שמאלע עירליין סיעטס וואס איז שוין באלד קלענער פון מיין בעבי'ס קאר סיעט, און אויסער דעם איז כמעט נישט פאראן קיין לעג-רום. ווער רעדט נאך אויב דער פאדערשטער פאסאזשיר איז מקיים הלילה הזה מסובין, דאן ביסטו ווי געבינדן אין קייטן ימה וקדמה צפונה ונגבה.



אומגלויבליך וואספארא כח מיר פארמאגן. מ'מאכט א שטורעם אויף ק"ש און עס ווערט דערהערט אין די הויכע פענסטער. סאוטוועסט עירליין האט אקוראשט געמאלדן אז זיי וועלן פארגרעסערן די זיצן אויף זייערע פליגער מיט א האלבע אינטש.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:06 pm

· #266246
מיך מאכט זייער צופרידן אז קאווע שטיבל לעבט און בליהט מיט אזוי פיל גוטע און פאזעטיווע טיפע און אינטרעסאנטע אשכולות ב"ה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:45 pm

· #266314
איך בין צופרידען אז אין ק''ש, וואס איז למעשה אפען פאר אלע היימישע פראבלעמען, למעשה איז צימעס גאנץ ווייניג באנוצט. דער עולם שטייט העכער, עפ''י רוב, פון געמיינע שטותים.

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:47 pm

· #266315
יא
איך בין פריש דא
איך איך ווער נאר פרישער יעדע מינוט
א געשמאק

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:41 pm

· #266359
נו ווילאנג טאביק איז פריש שמעקט דאס גוט.

א איד » מיטוואך אפריל 15, 2015 5:08 pm

· #266368
Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן
ליטוואק פון בודאפעסט
אפילו ביים רעדען פון פרייליכע זאכען איז האלב די מאמר קוועטשערייען. פארפאלען, אזוי איז א איד!

אפשר זאגסטו מיר ווי אין מיינע נישטיגע פאר הונדערט תגובות האסטו געזעהן האלב דערפון קוועטשערייען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 5:10 pm

· #266369
Healthy self esteem?
ווערט האט דיר איינגערעדט אז מ'מיינט דיר?

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 5:25 pm

· #266377
א איד
ליטוואק פון בודאפעסט
פארפאלען, אזוי איז א איד!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:58 pm

· #266431
ביסט גערעכט. טעיתי. אזוי זענען אידען

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:24 pm

· #266464
לעולם פרוביר איך אייביג צו זיין פאזיטיוו אבער צומאל (צופיל מאל...) זענען פאראן זאכן וואס רעגט מיך אויף...

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 26, 2015 12:53 am

· #269588
איך האב נארוואס ארויסגענומען די פאסט און צווישן אלע ענוועלאפס פון די לעצטע צוויי טעג איז נישט געווען קיין איין ביל!

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 1:26 am

· #269602
אוי איך האב מורא דאס איז א שטילקייט בעפארן שטורעם.
איך גרייט מיך שוין צו קליקן אויפן 'זאכן וואס רעגן מיך אויף' אשכול

petergrifin » זונטאג אפריל 26, 2015 2:23 am

· #269612
שמעון וואלף
איך האב נארוואס ארויסגענומען די פאסט און צווישן אלע ענוועלאפס פון די לעצטע צוויי טעג איז נישט געווען קיין איין ביל!


אזוי שפעט קוקסטו אויף די פאסט?! אונזער עלטערן האבן זיך געפירט אדורך צו לײנען די פאסט פאר הבדלה.

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 26, 2015 9:06 am

· #269650
דאס זענען געווען פארצייטישע אידן. די היינטיגע דור איז יוצא די מנהג מיט קוקן די בליץ-פאסט פאר הבדלה און די טראדיציאנאלע פאסט לאזט מען אויף שפעטער

געוואלדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 12:12 pm

· #269678
מיין טעקסט ריטורן טשעק איז אנגעקומען, ב"ה

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 26, 2015 2:18 pm

· #269707
Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן
מיר מאכט צעפרידען אז אבאמא ווערט צוריק א פאשיטע סיטיזען ( אפשר דאס אויך נישט) אין ווייניגער ווי צווי יאר

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 26, 2015 3:20 pm

· #269734
Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן
דאס לייג אין די אנדערע עשכול. דא לייגט מען די האלב פילע קאפ

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 4:06 pm

· #269752
אינטרעסאנט אז די אלע צופרידענע זאכן מוז קומען נאכן האבן געליטן פון עפעס. א מענטש ווערט נישט סתם אזוי פלוצלינג צופרידן אוט-אף-דע-בלא.
(דאס איז נאך א ראי' צו מיין טענה אז די וועלט איז נישט באלאנסירט מיט טוב ורע, דער רע איז פיל מער ווי דער טוב, וכמ"ש ורהבם עמל ואון.)

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 6:37 pm

· #269834
שמעקעדיג
אינטרעסאנט אז די אלע צופרידענע זאכן מוז קומען נאכן האבן געליטן פון עפעס. א מענטש ווערט נישט סתם אזוי פלוצלינג צופרידן אוט-אף-דע-בלא.
(דאס איז נאך א ראי' צו מיין טענה אז די וועלט איז נישט באלאנסירט מיט טוב ורע, דער רע איז פיל מער ווי דער טוב, וכמ"ש ורהבם עמל ואון.)

די לעבן איז אזוי ווי א פלעי. ס'איז נישט אינטערעסאנט נאר אויב דארכאויס איז דא גאר אנגעצויגענע מאמענטן.

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 26, 2015 6:44 pm

· #269837
Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן
[ציטאט אראפגענומען]

און מיך מאכט באזארגט, טראכטענדיג אז אין בלויז 2 יאהר גייט מען זאגן, איי ווי נעמט נאך אזא אבאמא, קוק נאר וואס א חורבן דער נייער חכם ברענגט דא אן אויף אונז, אין אבאמאס צייטן איז אזוינס נישט געשען

chusid » מיטוואך מאי 6, 2015 12:50 am

· #272863
איך בין העפי ווייל איך האב אויסגעהערט א אנאליז פון שמעון ראלניצקי מיט יונה כהן איבער רעסיזם און איך זע אז עס איז נאך דא נארמאלע ראציענאלע מענטשן ביי אונז בכלל און אין אונזער מידיע בפרט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 26, 2015 5:24 pm

· #278268
איך האב געזען אין די צייטונגען די פרסומת פון תהלים - כולל, מיט זייער ליסטע פון פלעצער אין די וועלט, און אין לעיקוואוד איז ביזדערווייל נשיט דא איינס!
הלוואי ווייטער!

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 26, 2015 5:48 pm

· #278272
שוין לאנג וואס איך עס מיך דאס געזונט מיט צפון קארעא. יא יא, לאכט נישט. וויפיל איך לייען צוזאם פון די שרעקליכע רשעות וואס גייט דארט פאר אונטער דעם רעזשים, ווי מען פייניגט מענטשן אויף שטותים והבלים, דורך דעם וואנזיניגן קים איל יאנג פאנג (עפעס אזוי) וואס גייט בדרכי אבותיו בלי שום שינוי כל דהוא ח"ו, זיינע מענטשן הונגערן אוועק בשעת דער גראביטשקער אנגעפרעסענער טונקט זיך איין אין תאוות אכילה, מען ציטערט פון אים ווי פון די מלאכי חבלה, איך מיין אז מען דארף נישט צופיל שרייבן, המפורסמות אין צריך באשרייבונג, וכבר אמר הצייטונג, קאמענטארן זענען איבריג.

איז מיר געווען א נחת צו ליינען אינעם 'שטערן' אז מאחורי הפרגוד זענען פאראן פאררעטער (בעיקר אנטלאפענע און געפייניגטע פונעם רעזשים) וועלכע טוען אריינשמוגלען אויף פארשידענע אופנים מערב וועלט פראפאגאנדע און לייען מאטעריאל, און טוען אויפקלערן די פאנאטישע יושבי חושך אז זיי זענען בכלל נישט די גליקליכסטע אין די וועלט ווי מען פרובירט זיי אראפמאלן, נאר אדרבה, אינדרויסן פון זייער באקס מאכט מען א לעבן, און זיי לעבן גאר אונטער א דיקטאטורישע הערשאפט וועלכע וועט פריער אדער שפעטער מוזן צוזאמפאלן, און וועט גיין אין די זעלבע וועגן פון זייערע פארגייער, אנדערע דיקטאטורן וועלכע זענען סוף כל סוף פארפאלן געווארן... זיי שאצן אז ארום 30 פראצענט (!) פונעם לאנד איז שוין באוואוסטזיניג דערצו, און עס פארשפרייט זיך אלס מער, און זיי גיבן עס מאקסימום א 10 יאר, זיי גלייבן אז ביז דאן וועט די רשעות'דיגע מלוכה זיין א פארגאנגענהייט.

פארשטייט זיך אז די חברה ביים רעדל זיצן נישט שטיל, זיי פרובירן מיט אלע זייערע כוחות צו כאפן די יעניגע, און באשטראפן די וועלכע מען כאפט ליינען די מאטעריאל, און דערווייל ברעינוואשן די אונטערטאנען ווי גליקליך זיי זענען... אבער די שמוגלער זאגן אז עס וועט זיי ווייניג וואס העלפן, און בקרוב וועט מקויים ווערן וכל הרשעה בעשן תכלה... כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.

גיב א שמייכל » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:29 am

· #278666
Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן
בן אדם
שמעקעדיג
אינטרעסאנט אז די אלע צופרידענע זאכן מוז קומען נאכן האבן געליטן פון עפעס. א מענטש ווערט נישט סתם אזוי פלוצלינג צופרידן אוט-אף-דע-בלא.
(דאס איז נאך א ראי' צו מיין טענה אז די וועלט איז נישט באלאנסירט מיט טוב ורע, דער רע איז פיל מער ווי דער טוב, וכמ"ש ורהבם עמל ואון.)

די לעבן איז אזוי ווי א פלעי. ס'איז נישט אינטערעסאנט נאר אויב דארכאויס איז דא גאר אנגעצויגענע מאמענטן.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 31, 2015 6:24 pm

· #279384
די פאלגענדע איז א שטות, קאמפערד צו מיינע אנדערע זאכן, אבער דאך וועל איך עס מענשענען.

נאך יארן וואס מייקראסאפט האט געטון מיט די קאנסומער וואס זיי האבן געוואלט, זיי האבן (געשפירט ווי זיי) דאמינירן די וועלט, זייענדיג די גרעסטע און רייכע קאמפאני, האבן זיך זאכן א שאקל געטאן. עפל און גוגל זענען אריינגעקומען אין די פיקטשער און מייקראסאפט האט אנגעהויבן פאלן און שפירן די היץ, און ווען זיי האבן ארויסגעגעבן דעם לעצטן אפערעטינג סיסטעם, ווינדאוס 8 - מעגליך זיי האבן געוואלט בעסער מאכן, אבער די וועלט האט עס נישט געקענט דערליידן, זיי האבן גענומען א גוטן ווינדאוס 7 און געמאכט א חורבן פון ווינדאוס - האט די קריטיק נישט געשפעטיגט צו קומען, וואו אימער מען האט נאר אריינגעלייגט א סוירטש פון ווינדאוס אכט האט מען געקענט טרעפן נעגאטיווע קאמענטארן פון וועלכע עס האט געשפריצט ווייטאג און שנאה...

מייקראסאפט איז נישט פלוצים געווארן גוטהארציג, נאר פשוט באקומען אביסל מער הכנעה זעענדיג אז זיי וועלן נישט פארבלייבן לעולם ועד אלס דער דאמינירנדע קאמפאני וואס יעדער דארף צו זיי צוקומען, און זיי האבן אויפאיינמאל אנגעהויבן צוצולייגן אן אויער צום דעת הקהל, טוהן ריכטיגע ריסוירטש, און זיך צושטעלן צום רצון פון זייערע קאסטומערס.

אויסצורעכענען אין איין תגובה אלע שינויים פון די לעצטע פאר יאר ביי מייקראסאפט איז כמעט אוממעגליך, פון די נייע ווינדאוס 10 בקרוב, די וועג ווי אזוי מ.ס. אפיס ארבעט, 365, סיי אויף קאמפיוטער'ס און סיי אויף זייערע טעלעפאנען, אויך אויף אנדרויד און עפל, ווי אויך זייער אוטלאק וועב-אימעיל, ווי @קורקלענד און @אפשר שרייבן שוין דא, הצד השוה איז אז די ליסטע איז גאר א לאנגע, און עס זעהט אויס ווי עס קומט בעסערע צייטן. וואס דארפן מיר מער ווי דעם אז מייקראסאפט - נאכן איינזעהן די דיסעפוינטמענט פון ווינדאוס 8 - האט געאפפערט צו געבן ווינדאוס 10 גענצליך אומזיסט!! פאר די ווינדאוס 7 און 8 באנוצער.

איינע פון די בעסטע איידיעס וואס האט מיר שטארק געכאפט, איז אז מייקראסאפט האט געטון א זאך וואס יעדע קאמפאני וואלט מלכתחילה געדארפט טון - און ערלויבט יעדן אינדיווידואלער מענטש אריינצושיקן זייערע פידבעק און איידיעס צו פארבעסערן זייערע פראדוקטן. ביי אוטלוק האבן זיי געעפנט א געהעריגע פארום און זיי רעספאנדן צו מענטשן ווי נאנטע חברים... עיי' בלינק הנ"ל; פאר ווינדאוס 10 האבן זיי געגרינדעט א ספעציעלע סייט ווי יעדער שמויגער קען אריינקלאפן זיינע האפענונגען, ווי אויך קען מען וואוטן אויף יעדע איידיע, כדי זיי זאלן קענען מעסטן די אינטערעסע שטאפל ביי יעדע עצה. די סייט האלט שוין ביי קרוב צו 7,000 עצות... עס איז נאך נישט צו שפעט, איר קענט אויך אריינלייגן אייערס.. נאר ס'איז קרוב לודאי אז אויב באדערט אייך עפעס האט עס שוין איימיצער מקדים געווען. כמעט יעדע איידיע וואס איך האב געוואלט שרייבן איז שוין געשטאנען דארטן, חוץ ממש איינס-צוויי. (הלואי טוט גוגל אזוינס מיט זייער ענדרויד!)

מייקראסאפט וועט אודאי נישט זיך צושטעלן 100% צו אלע עצות, ניטעמאל קען מען דאס ערווארטן, אבער צו זעהן ווי זיי גייען ארויס פון זייער וועג און וואס זיי טוען אלס לטובת זייערע קאסטומערס - און בכלל די האפענונג פאר א בעסערע מייקראסאפט - איז דערפרייענד, דערפרישענד, און כמים קרים על נפש עייפה.

ווי אזוי פלעגט ר' שמואל זאגן? כה לחי.

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 3, 2015 3:57 pm

· #280253
זאכן וואס מאכן מיר פריילעך
אז איך האב זוכה גיוועהן צו די ערשטע לייק פון ר' יחיאל יעקבזון און זיין יאר צייט וואס ער איז דא!!!
אין דיזע אשכול

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 4:04 pm

· #280258
שמעקעדיג
אינטרעסאנט אז די אלע צופרידענע זאכן מוז קומען נאכן האבן געליטן פון עפעס. א מענטש ווערט נישט סתם אזוי פלוצלינג צופרידן אוט-אף-דע-בלא.
(דאס איז נאך א ראי' צו מיין טענה אז די וועלט איז נישט באלאנסירט מיט טוב ורע, דער רע איז פיל מער ווי דער טוב, וכמ"ש ורהבם עמל ואון.)

שמעקעדיג: אפילו די גמ' רעדט פון דעם עניין. (כ'מיין אין ערשטן פרק פון מס' פסחים...)...ווי די פאלגנדע מימרא שטייט געשריבן..."היינו דאמרי אינשי. חברך מית, אשר. איתעשר, לא תאשר"...אויף אידיש געטייטשט הייסט דאס אזוי...אויב מ'זאגט דיר אז דיין חבר איז (פלוצלונג) געווארן אן עושר, זאלסטו נישט גלייבן. אבער אויב מ'פארציילט דיר אז דיין חבר איז (ל"ע) געשטארבן, זאלסטו עס יא גלייבן...!...

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 5:21 pm

· #280296
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין צופרידען אז אין ק''ש, וואס איז למעשה אפען פאר אלע היימישע פראבלעמען, למעשה איז צימעס גאנץ ווייניג באנוצט. דער עולם שטייט העכער, עפ''י רוב, פון געמיינע שטותים.

ליטוואק פון בודאפעסט:...לא דיברה תורה אלא כנגד יצר הרע...!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 5:32 pm

· #280301
שמעקעדיג:...און ר' מנשה...?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 3, 2015 5:35 pm

· #280304
הא?

האמת לאמיתו » מיטוואך יוני 3, 2015 5:48 pm

· #280313
וואס מאכט מיר צופרידען ??? עעהההעעעםםם?? אה !! שוין ענדליך צו זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל..
און צו באקומען לייק'ס פון אלט געזעסענע תושבים...
ווי למשל שמעקעדיג ( עס "שמעקט מיר זייער זיינע לייק'ס..)

בן אדם » מיטוואך יוני 3, 2015 6:01 pm

· #280316
האמת לאמיתו
וואס מאכט מיר צופרידען ??? עעהההעעעםםם?? אה !! שוין ענדליך צו זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל..
און צו באקומען לייק'ס פון אלט געזעסענע תושבים...
ווי למשל שמעקעדיג ( עס "שמעקט מיר זייער זיינע לייק'ס..)

דארפסט נאר ציוויסען אז א לייק פון שמעקעדיג קומט נישט ווייל מ'פאריפט זיך אויפ'ן אמת, נאר ווייל מ'האט טאקע געשריבן אמת, ודו" ק.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 3, 2015 6:08 pm

· #280320
אנפאנג איז מיר אויך געווען א גדולה זוכה צו זיין צו א לייק פון שמעקעדיג ביז כ'האב גערילייזט אז נישט נאר איך נאר יעדער וואס זאגט עפעס צו דער זאך באקומט עס, האט עס אביסול פארלוירן די חשיבות. אבער נעווערמיינד שמעקעדיג, איך פאטש מיך נאכאלץ די בויך יעדס מאל די ווארפסט צו א לייק

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 7:52 pm

· #280351
שמעקעדיג
הא?

מיין בעסטער קאסטומער. הרב י.מ. סופר. המכונה מנשה פליפ-פלאפ... 😂

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:36 am

· #283488
...אז מעיאר דע בלאזיא האט באשטימט אפאר מיליאן אנצוהויבן א מלחמה מיט די ראטן אין די סיטי.
שוין די העכסטע צייט, כאטש כ'האב מורא אז דאס איז.......... too little, too late

ישראל קאפקע » דינסטאג יוני 23, 2015 8:04 pm

· #284706
די גאווערנאר פון דרום קאראליינע איז ענדליך נאכגעקומען די ברייטע פארלאנגען אראפצונעמען די פאן פון די קאנפעדערעט סטעיטס. עמעזאן און איבעי האבן אויך ביידע געמאלדן אז זיי גייען נישט ערלויבן צו פארקויפן דעם פאן, אדער אייטעמס וואס האבן דעם פאן אויף זיך, אויף זייערע וועבזייטלעך.

געוואלדיג » דינסטאג יוני 23, 2015 9:14 pm

· #284731
געלעזט די ראסיזם פראבלעם אין אמעריקא, ב"ה.

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 9:36 pm

· #348810
עס מאכט מיר נישט צופרידן אז די לעצטע תגובה אין די אשכול איז איבער א יאר אלט, עס מאכט מיר יא צופרידן ווען איך האב געפילט היינט אז איך האב געהאט עפעס א געוויסע צורך און עס איז מיר געווארן מסודר עפעס אויסטערליש, השי"ת אהבה האב איך דאן געפילט.

וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 11:41 pm

· #348827
געוואלדיג
עס מאכט מיר נישט צופרידן אז די לעצטע תגובה אין די אשכול איז איבער א יאר אלט, עס מאכט מיר יא צופרידן ווען איך האב געפילט היינט אז איך האב געהאט עפעס א געוויסע צורך און עס איז מיר געווארן מסודר עפעס אויסטערליש, השי"ת אהבה האב איך דאן געפילט.


וכאן צריך לסיים מיט'ן באקאנטען נוסח איך האב ציגעזאגט מפרסם צי זיין..

אפשר איז דא עפעס א קונטרס נחלת שבעה אויף סגולות?

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 12:57 pm

· #348904
וואלווי: היינט דארף מען שוין נישט קיין קונטרס. די באבא'ס טיילן סגולות לרוב, פאר די וואס גיבן דאלארן. נאר פרוביר נישט צו געבן געלט...עסטו שוין הערן פון די זאק פון קללות וואס זיי האבן. ס'איז נאך גרעסער ווי די זאק פון ברכות און סגולות...!

אייז קריעם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:31 pm

· #349559
שמעקעדיג
שוין לאנג וואס איך עס מיך דאס געזונט מיט צפון קארעא. יא יא, לאכט נישט. וויפיל איך לייען צוזאם פון די שרעקליכע רשעות וואס גייט דארט פאר אונטער דעם רעזשים, ווי מען פייניגט מענטשן אויף שטותים והבלים, דורך דעם וואנזיניגן קים איל יאנג פאנג (עפעס אזוי) וואס גייט בדרכי אבותיו בלי שום שינוי כל דהוא ח"ו, זיינע מענטשן הונגערן אוועק בשעת דער גראביטשקער אנגעפרעסענער טונקט זיך איין אין תאוות אכילה, מען ציטערט פון אים ווי פון די מלאכי חבלה, איך מיין אז מען דארף נישט צופיל שרייבן, המפורסמות אין צריך באשרייבונג, וכבר אמר הצייטונג, קאמענטארן זענען איבריג.

איז מיר געווען א נחת צו ליינען אינעם 'שטערן' אז מאחורי הפרגוד זענען פאראן פאררעטער (בעיקר אנטלאפענע און געפייניגטע פונעם רעזשים) וועלכע טוען אריינשמוגלען אויף פארשידענע אופנים מערב וועלט פראפאגאנדע און לייען מאטעריאל, און טוען אויפקלערן די פאנאטישע יושבי חושך אז זיי זענען בכלל נישט די גליקליכסטע אין די וועלט ווי מען פרובירט זיי אראפמאלן, נאר אדרבה, אינדרויסן פון זייער באקס מאכט מען א לעבן, און זיי לעבן גאר אונטער א דיקטאטורישע הערשאפט וועלכע וועט פריער אדער שפעטער מוזן צוזאמפאלן, און וועט גיין אין די זעלבע וועגן פון זייערע פארגייער, אנדערע דיקטאטורן וועלכע זענען סוף כל סוף פארפאלן געווארן... זיי שאצן אז ארום 30 פראצענט (!) פונעם לאנד איז שוין באוואוסטזיניג דערצו, און עס פארשפרייט זיך אלס מער, און זיי גיבן עס מאקסימום א 10 יאר, זיי גלייבן אז ביז דאן וועט די רשעות'דיגע מלוכה זיין א פארגאנגענהייט.

פארשטייט זיך אז די חברה ביים רעדל זיצן נישט שטיל, זיי פרובירן מיט אלע זייערע כוחות צו כאפן די יעניגע, און באשטראפן די וועלכע מען כאפט ליינען די מאטעריאל, און דערווייל ברעינוואשן די אונטערטאנען ווי גליקליך זיי זענען... אבער די שמוגלער זאגן אז עס וועט זיי ווייניג וואס העלפן, און בקרוב וועט מקויים ווערן וכל הרשעה בעשן תכלה... כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.

How has this been working in Iraq, Libiya etc.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 6:22 am

· #390365
Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן
באקומען א בריוו פון די קינדער׳ס חדר. ס׳שטייט דארט פוסטע אויסדרוקען אויך, אבער צווישען די שורות זעט מען א פיינעם צוגאנג צו די חינוך און קינדער. דער חדר האט אין זיך א געמיש פון קינדער, און זיי מוטשען זיך יערליך מיט דער superbowl. נארמאל איגנארירען זיי, אבער פאראיארנן האבען זיי עפעס געזאגט פאר די עלטערע כתות, דוכט זיך געמאכט עפעס א לערנען פארמעסט יענעם טאג.

דער מנהל איז א זוהן פון דער באקאנטע אבי שולמאן, דער גרינדער פון דער life coach באוועגונג ביי חרדים.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 10:47 am

· #390373
אבי גערעדט
[ציטאט אראפגענומען]

און מיך מאכט באזארגט, טראכטענדיג אז אין בלויז 2 יאהר גייט מען זאגן, איי ווי נעמט נאך אזא אבאמא, קוק נאר וואס א חורבן דער נייער חכם ברענגט דא אן אויף אונז, אין אבאמאס צייטן איז אזוינס נישט געשען


איי, ניבא ו(לא) ידע מה ניבא.....

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 4:23 pm

· #390398
אונז צאלן איצט א פרייז פאר אבאמא'ס פראקראסטינאציע. זיין פלאן איז לדעתי געווען פשוט צו שטיפן די פראבלעם צום פאלגענדע אדמיניסטראציע. בנוגע אן אמת'ע לעזונג האט ער זיך בכלל נישט געקימערט.

סתם אזוי גערעדט, האב איך נאך דערווייל גארנישט פארלוירן זייט טראמפ איז אריין. אויב עפעס האב איך נאר פארדינט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 5:23 pm

· #390403
אוודאי נישט, ווייל זיין ערשטע זיג איז געווען דער פרייטיג צו נאכט. ביז דעמאלס האט ער גארנישט געקענט אויפטוהן. מ'עט נאך זע'ען צו וואס טויג זיינע געזעצען, וואס זענען באמת נישט זיינס נאר די חלום פון אלע רעפובליקאנער, צו מאכען די רייך רייכער, און מוסר זאגען די ארימעלייט.

די אלע ענווייראמענטעל זאכען וואס ער האט מתיר געווען נעמען דאך צייט ביז מ'ליידט דערפון. אבער דאס איז געבויט אויף סייענס, און די רעכטע האבען דאך מבטל געווען סייענס אויך.
בלאט: 1 2