☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » איך האב פיינט GMAIL

איך האב פיינט GMAIL

92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4237
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 30, 2014 10:41 am

· #198160
עס זעהט אויס אז מען קען נישט סארטירן ג'ימעיל מעסעדזשעס לויט דעם סענדער, נאר ביי דאטום. זייער א שלעכטע זאך.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 13, 2014 11:52 am

· #200280
זעהט אויס GOOGLE האט זיך דערשראקן פון מיין אשכול, און אויך אביסל פון די קאמפעטישען....
עס גייט ארום א רומאר אז זיי פלאנירן צו רידעזיינען ג'ימעיל אויפן קאמפיוטער, עס זאל אויסקוקן שענער און בא'טעמ'טער. הלואי.

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2457878,00.asp">www.pcmag.com/article2/0,2817,2457878,00.asp</a><!-- w -->

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מאי 13, 2014 1:54 pm

· #200310
זיכער האבן זיי זיך דעשראקען פון דיין אשכול, @רויטע וואנצעס האט ערגעץ ווי געשריבען.
רויטע וואנצעס
פון קאווע שטיבל = פעילדשמריה = דעילי ניוס = די ניו יארק טיימס = די רייז פרעסער טיימס פון באליוויע.

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 5:07 pm

· #221450
גוגל האט נאכאמאל אנגעפיפן די פובליק קאנצענזוס און אוועקגענומען די ריפרעש באטאן פון קראום פון זייער לעצטע אפדעיט צום ענדרויד בראוזער. חבל על דאבדין, לאמיר האפן אויף תחיית המתים בקרוב. אבער קענענדיג גוגל איז דא גאר שוואכע שאנסען דאס זאל געשען, נאר זיי וועלן ענדערש לאזן דעם עולם זיך צוגעוואונען צום נייעם אויסשטעל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 5:25 pm

· #221454
די איינציגסטע ביסל כח וואס מיר פשוט'ע מענטשן פארמאגן איז זיי באמבארדירן ביי די "יוזער רעוויואס", געבן שוואכע רעטינגס און ארויסשרייבן די סיבות דערצו.

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 6:49 pm

· #221465
עה, נישט מיט גוגל.

קאפקעיק » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 2:36 pm

· #221612
געפילטע פיש
גוגל האט נאכאמאל אנגעפיפן די פובליק קאנצענזוס און אוועקגענומען די ריפרעש באטאן פון קראום פון זייער לעצטע אפדעיט צום ענדרויד בראוזער. חבל על דאבדין, לאמיר האפן אויף תחיית המתים בקרוב. אבער קענענדיג גוגל איז דא גאר שוואכע שאנסען דאס זאל געשען, נאר זיי וועלן ענדערש לאזן דעם עולם זיך צוגעוואונען צום נייעם אויסשטעל.

און עס אריינגעלייגט אין די אינטערערד'ישע מעניו אנשטאטס די בעעק —> קנעפל, וויבאלד איעדע פאוין האט א אייגענע בעעק קנעפל.
📎 Screenshot_2014-09-05-14-35-39.png

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 2:44 pm

· #221614
יא יא, אבער כדי צו ריפרעשן דארף מען דרוקן צוויי מאל, אנשטאט איין מאל ווי ביז היינט.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:36 pm

· #231354
אצינד זעה איך א אינטרעסאנטער פיעטשור וואס גוגל האט צוגעלייגט אין די דעסקטאפ גימעיל (ד.מ. אויף מיין קאמפיוטער בראוזער),
ווען דער אימעיל מעסעדזש ענטהאלט א שיפמענט, קומט ארויס אינדרויסן א אפציע אויף די רעכטע זייט צו טרעקן דעם פעקעדזש.
אויב האב איך א איבעי ארדער גיט ער מיר אן אפציע צו זעהן דעם ארדער.
WAY TO GO, גוגעלע.

.
📎 Gmail feature.jpg

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:37 pm

· #231356
וואס האסטו באשטעלט אויב איך מעג פרעגן?

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:40 pm

· #231360
אפטע געב א קליק אויף view order עסטע אלעס זעהן

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:54 pm

· #231511
אפטעמיסט
וואס האסטו באשטעלט אויב איך מעג פרעגן?

א ספעשל קרוין פאר זיינע 10k בריליאנטן.

ביבער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:23 pm

· #231537
[ציטאט אראפגענומען]

Inbox by gmail, א קאמבינאציע פון gmail און Google now, מיר דערמאנט עס פון Google wave, איך געב עס נישט קיין סאך יארן...

אליצפן » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:26 am

· #232417
איך האב לעצטנס א פראבלעם, אז אויף די דזשימעיל עפפ אויף מיין פאון קען איך נישט זען נייע אימעילס. עס קומט ארויף אין די אינבאקס אז ס'דא א נייע רעפליי, אבער ווען איך קליק אויף די מעסעדזש זעה איך נאר די פריעדיגע מעסעדזשעס.
דער פראבלעם איז נאר ביי א רעפליי, נישט ווען כ'באקום א נייע מעסעדזש.

כוכב » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:28 am

· #232418
גוגל הענגאוטס ביי מיר זייגט.
איינער האט אן עצה

@געפילטע פיש
@שמעקעדיג
#כ'האב פיינט גימעיל

שמערל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:36 pm

· #232608
כ'האב נארוואס דאונלאודעט די נייע apk ווערזשן 5.0 פון זשימעיל, עס קוקט אויס צו זיין א היט. פיל נייע פיוטשערס און א הערליכע אינטערפעיס, @שמעקעדיג סאיז צייט זיך צו איבערבעטן..

קליגער אינגערמאן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:44 am

· #232684
לינק פארן נייעם זדשימעיל ענדרויד עפּפּ
נאדער א לינק צו דאוינלוידען..

אינזשוי !!!!

פליקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:32 am

· #232729
קליגער אינגערמאן
נאדער א לינק צו דאוינלוידען..

אינזשוי !!!!

פארוואס א עיפיקי, איז דעי עפפ נישט די לעצטע ווערסיע פון ג'ימעיל אינעם פלעי סטאר?

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:27 am

· #232761
שמערל
כ'האב נארוואס דאונלאודעט די נייע apk ווערזשן 5.0 פון זשימעיל, עס קוקט אויס צו זיין א היט. פיל נייע פיוטשערס און א הערליכע אינטערפעיס, @שמעקעדיג סאיז צייט זיך צו איבערבעטן..

די גרעסטע מעלה איז אז ס'איז א יוניווערסאל אי-מייל קליענט, דו קענסט אריינלאודן אלע דיינע אימעיל אקאונטס פון יאהו, האטמייל, וכו', די ארבעטס\עקסטשעינדזש אימעיל.

פליקער
קליגער אינגערמאן
נאדער א לינק צו דאוינלוידען..

אינזשוי !!!!

פארוואס א עיפיקי, איז דעי עפפ נישט די לעצטע ווערסיע פון ג'ימעיל אינעם פלעי סטאר?

ס'נאכנישט אוועילעבעל פאר יעדן, ס'איז געמאכט פאר לאליפאפ.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:34 am

· #232764
ביבער
[ציטאט אראפגענומען]

Inbox by gmail, א קאמבינאציע פון gmail און Google now, מיר דערמאנט עס פון Google wave, איך געב עס נישט קיין סאך יארן...

פארוואס עפעס? ס'האט גראדע פיינע פיטשערס, פאר'ן פאון איז עס גאנץ געשמאק, איך האב ליב אז דו קענסט אפשטופן א אימייל צו א געוויסע צייט, אדער א געוויסע פלאץ. (למשל, איך האב יעצט באקומען א קיופאן אימעיל פון א געוויסע סטאר, כ'בין נישט אינטערעסירט צו זען די אימעיל ביז איך קום אן צו יענע סטאר, סקען זיין מארגן, סקען זיין א חודש ארום. ווי נאר איך קום אן צו יענע סטאר שווימט יענע אימייל נאכאמאל ארויף צום אויבערפלאך.)

כוכב
גוגל הענגאוטס ביי מיר זייגט.
איינער האט אן עצה

@געפילטע פיש
@שמעקעדיג
#כ'האב פיינט גימעיל

כ'האב נישט קיין עצות פאר זייגן, פראביר ביי א lactation consultant.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:02 pm

· #232787
געפילטע פיש
ס'נאכנישט אוועילעבעל פאר יעדן, ס'איז געמאכט פאר לאליפאפ.


[quote="לאליפאפ"]Android האט געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן ארויסראולן זייער נייע מאביל סאפטוועיר 5.0 וועלכער הייסט...

לאליפאפ
[/quote]

פליקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:20 pm

· #232818
געפילטע פיש
שמערל
כ'האב נארוואס דאונלאודעט די נייע apk ווערזשן 5.0 פון זשימעיל, עס קוקט אויס צו זיין א היט. פיל נייע פיוטשערס און א הערליכע אינטערפעיס, @שמעקעדיג סאיז צייט זיך צו איבערבעטן..

די גרעסטע מעלה איז אז ס'איז א יוניווערסאל אי-מייל קליענט, דו קענסט אריינלאודן אלע דיינע אימעיל אקאונטס פון יאהו, האטמייל, וכו', די ארבעטס\עקסטשעינדזש אימעיל.

פליקער
קליגער אינגערמאן
נאדער א לינק צו דאוינלוידען..

אינזשוי !!!!

פארוואס א עיפיקי, איז דעי עפפ נישט די לעצטע ווערסיע פון ג'ימעיל אינעם פלעי סטאר?

ס'נאכנישט אוועילעבעל פאר יעדן, ס'איז געמאכט פאר לאליפאפ.

וויזוי ווייס איך צי איך בין א לאלי?
איך האב געהאט א פרישע אפדעיט א קארצע צייט ציריק

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:23 pm

· #232821
ביסט געוויס נאך נישט קיין לאלי,
גוגל הייבט ערשט יעצט אן ארויסצולאזן די הוצאה ראשונה ומ'באג'ת פון לאליפאפ צו די אייגענע נעקסוס דעווייסעס, און מיט די צייט וועלן די אנדערע קאמפאניס זיי אויכעט קריגן, ווי מאטאראלע און נאך.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:52 pm

· #248891
געפילטע פיש

די גרעסטע מעלה איז אז ס'איז א יוניווערסאל אי-מייל קליענט, דו קענסט אריינלאודן אלע דיינע אימעיל אקאונטס פון יאהו, האטמייל, וכו', די ארבעטס\עקסטשעינדזש אימעיל.



שוין! יעצט וועלן זיי שוין קענען נישטערן אין די יאהו, אוטלאק, עי. או. על. אויך!. איך זעה נישט אז מען זאל זיי נאך קענען סראסטן אויף אזעלעכע זאכן.

ביבער » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:08 am

· #250775
געפילטע פיש
גוגל האט נאכאמאל אנגעפיפן די פובליק קאנצענזוס און אוועקגענומען די ריפרעש באטאן פון קראום פון זייער לעצטע אפדעיט צום ענדרויד בראוזער. חבל על דאבדין, לאמיר האפן אויף תחיית המתים בקרוב. אבער קענענדיג גוגל איז דא גאר שוואכע שאנסען דאס זאל געשען, נאר זיי וועלן ענדערש לאזן דעם עולם זיך צוגעוואונען צום נייעם אויסשטעל.


די לעצטע קראום בעטע האט שוין pull to refresh, יעי!

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 5:24 pm

· #251605
די עקלדיגע מענטשן ביי גוגל האבן באשלאסן צו אומברענגען מיין אזוי-באליבטן גוגל-טאלק, א טשעט עפפ וועלכע איך נוץ אויפן קאמפיוטער אן עי דעילי בעיסיס, און זיי טוען עס כלומר'שט ערזעצן מיט דעם עקלהאפטיגן ברי' הנקרא 'הענגאוט', כ'ווייס הענגאוט איז מער פארגעשריטן אין געוויסע עריעס און גיט מער פיעטשערס (וואס כ'דארף נישט), אבער די חסרונות און די קאמפליקאציעס דערפון איז עד אין לשער, טויזענטער מענטשן קריצן מיט די ציין און גיסן טרערן (כ'מיין, וואטעווער) אז זיי גייען פארלירן דעם פשוט'ן סימפל גוגל-טאלק.

די גוגל וועט נישט ארויסגיין אזוי שנעל פון גיהנם. אזויפיל מענטשן צו מצער זיין נאכאנאנד!!!

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 5:27 pm

· #251607
דערווייל לאזן זיי נאך צוריק טוישן צו די אלטע טשעט.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 5:30 pm

· #251608
פעברואר 16 האקט זיך עס אפ פאר גוד.

אז מען רעדט שוין,
כ'האב זיך ארומגעשפילט מיט איינעמ'ס כלי מיט די נייע אנדרויד ווערסיע, לאליפאפ. וואס זאל איך ענק זאגן? אזא שלעכטע לאלי האב איך שוין לאנג נישט געלעקט.
כ'בין אדורך איינס נאך איינס די א.ג. מעלות דערפון, יעדע איינע איז ביי מיר א חסרון, דער אויסזעהן (מאטעריאל דעזיין בלע"ז), די סעטינגס, די נאטיפיקאציעס, די נייע PHOTOS עפפ וואס איז צאמגעשטעלט מיט די גוגל-פלאס חזיר'יי, וכו'.
מיין אדווייס איז, בלייבט מיט די אלטע ווערסיע פאר דערווייל.

פאלענד ספרינג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:46 pm

· #251624
הלוואי ווען איך ווייס דאס פאר איך אפדעיט צו לאליפאפ.

נופת צופים » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:15 pm

· #252945
שמעקעדיג
זיי טוען עס כלומר'שט ערזעצן מיט דעם עקלהאפטיגן ברי' הנקרא 'הענגאוט'

שמעקעדיג, איך פארשטיי פון וואו איר קומט. מן הסתם בוזטו שוין א גוטע פאר יאר עלטער פון מיר און עס קומט דיר אן שווער זיך צוגעוואונען צו נייע זאכן. איך האב קיינמאל נישט געניצט גוגל טאלק נאר איך האב אלץ געניצט הענגאוטס. איך האב אריינגעשטעקט גוגל טאלק אין הענגאוטס אריין אין איך זאג דיר ס'איז א מחיה. איך ווייס איך סאונד אביסל ווי גוגל אבער מי סעיז געט יוזט טו איט ענד יול לאוו איט.

פליקער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:22 pm

· #252948
א הערליכע ארטיקל באגעיגענט פון בן זומא וועיגן גוגל

אמאל איז געווען א קעניג. אזוי פלעגן מיר אמאל זיך פארשטעלן דאס דאווענען – רעדן פאר׳ן אויבערשטן. פון א קעניג האט מען מורא, אבער נישט דווקא ווייל ער וויל עמיצן שלעכטס טאן. ס׳איז די מורא וואס קומט פון דער טיפער, ממשות׳דיגער דיסטאנץ צווישן דעם מענטש און דער פאזיציע פון קעניג. א מלך איז געווען די העכסטע פארעם פון אויטאריטעט און איז במילא געווען דער נאענסטער אופן וויאזוי צו ממחיש זיין דעם גרעסטן און טיפסטן אפשיי פון איין מענטש כלפי א צווייט וועזן.

יענער קעניג איז אבער געבליבן שטעקן אין אן עפאכע וואס שוין לאנג פארביי. בשעת דער קעניג זיצט אין זיין מלכות׳דיגער קארעטע געשפאנט צו זעקס ווייסע פערד, איז דער עולם פארביי און פאראויסגעפלויגן מיט אויטאמאבילן און עראפלאנען. דער קעניג טראגט א שיינעם פוירפל-וואל מאנטל, אבער דער עולם פארנייגט זיך היינט נישט אפילו פאר טייערע אנצוגן מיט שניפסלעך. דער קעניג מאנט רעספעקט, אבער די מענטשהייט מאלט דערווייל קאריקאטורעס פונעם פרעזידענט, און פאפיראציס כאפן פריוואט-מאמענטן בילדער פון דער פרינעצעסין.

א באקאנטער וועלכער ארבעט אינעם חינוך-פעלד האט אנגעהויבן נוצן זינגערס, שוי-שפילערס און אנדערע אזעלכע היימישע שטערנס צו אילוסטרירן וויאזוי מען זאל זיך פילן פאר׳ן דאווענען. יענער האט גערייצט די קינדערשע פאנטאזיעס מיט בילדער ווי דער אדער יענער בארימטער זינגער וויל זיך מיט אים טרעפן און כאפן א שמועס פנים אל פנים. יענער מחנך האט געוואלט געבן די קינדער א שמעק פון עפעס צו זייערע מוחות קענען זיך באציען. וויאזוי דען קען מען אויס׳משל׳ען צו אַ היינטיג קינד דאס געפיל פון באמת ארויסקוקן צו רעדן מיט עמיצן, כלפי וועמען מ’דארף פילן אזא סארט יראת הרוממות?

פאר אונז, דערוואקסענע, איז עס טאקע זייער שווער. ס׳איז בכלל נישט אזוי גרינג פאר אונז צו אנטוויקלען אן אינטימען שייכות מיט גאט און געטליכקייט. אין א וועלט וואו אלעס און יעדער איז גלייך און ווען רעספעקט גייט נישט קיין סך ווייטער ווי פארמאליטעט, איז נישטא קיין געהעריגער שפרינג-ברעטל פון וואכעדיגקייט צו עפעס העכערס. מיר האבן נישט דעם מיטל-פארמיטלער וואס זאל עפעס ווי צעווישן דעם תהום פון וואס איז ביז יענעם אומבאגרייפליכס. שייכות און דביקות זענען געבליבן זיצן אלס געפעק אין יענעם אבסטראקטן קעניג, וואס איז געבליבן אפגע׳גולמ׳ט אין מוזעאום פון דער צייט.

צווישן אונז גערעדט, האט די השגחה אונז יא אהערגעשטעלט א מיטל זיך פארצושטעלן דעם אויבערשטן. מאיעסטעט און עקסעלענץ זענען שוין נישט אקטועלע מענטשליכע באגריפן. אנדערע כאראקטער-שטריכן, אזוי צו זאגן, וועגן גאט זענען אבער יא שייך און אקטועל היינט, און טאקע אויף א סך גרעסערן פארנעם ווי אמאל. אזעלכע אייגנשאפטן ווי „מלא כל הארץ כבודו (די גאנצע וועלט איז פול מיט זיין כבוד) – פון א גאט וואס ווייסט אלעס, זעט אלעס, און פירט אן מיט אלעם, זענען היינט זייער גאנגבארע תושבים אין דעם לעבן פונעם היינטיגן מענטש. דער „ען-עס-עי‟ איז גאנץ א פאסיגער ערזאץ פאר דער מלוכה פון אמאל, און עדווארד סנאודאון קען נעמען דאס פלאץ פונעם מגיד.

אזוי נישט אום שבת גערעדט, דינט אונז „גוגל‟ אלס די בעסטע אילוסטראציע פאר א וועזן וואס ווייסט אלעס וואס מיר טראכטן און טוען, און קען אזש פאראויסרעכענען וואס מיר האבן בדעה צו טאן אין דער צוקונפט. דער ווירטואלער ריז געפינט זיך אייביג איבעראל: אויפ׳ן טיש ווי אין טאש, אין שטוב און ביי דער ארבעט, אין שול און אויף דער גאס. ער ווייסט וואס מיר טוען, און רעכנט ניש׳קשה׳דיג אויס וואס מיר וועלן ווארשיינליך טאן, געווענליך נאך איידער מיר מאכן דעם אייגנטליכן באשלוס. גוגל, הייסט עס, קען אריינקוקן אין דער צוקונפט, אפילו ווען ער רעדט אונז איין אז מיר האבן פרייע בחירה…

ער ווייסט און איז איבעראל, אבער איז אויך מלא חסד. גוגל דערציילט קיינעם נישט וועגן אונזערע טונקעלע זייטן און טיילט מיט קיינעם אונזערע געהיימניסן. ער ווייסט אלעס, אבער מאכט א שווייג. אויב עמיצער וויל זיך בייטן דעם עבר, קען ער מיט אביסל אנשטרענגונג פארמעקן סיי וואס. ער קען אויך בייטן זיין אויפפירונג, און גוגל וועט אנהייבן פארשלאגן אנדערע ברירות אויף יו-טוב און מיט דער קאטעגאריע אנאנסן וואס וועלן זיך אזוי „אומשולדיג‟ באווייזן ביים ארומשווימען אויפ׳ן אינטערנעט.

א שאד נאר וואס אנשטאט אויסזוכן די נוצליכקייט פון דעם נייעם קעניג, האבן מיר באשלאסן אים מחרים צו זיין. נו גוט, גוגל בלייבט דא על-אף דעם חרם; ס׳איז אבער אביסל שווער אים צו נוצן אויף רוחניות, ווען אזויפיל ענערגיע איז אינוועסטירט געווארן אינעם קאמפיין אים אפצומאלן ווי א שלעכט-מיינענדער מאנסטער. אבער וויבאלד גוגל איז במילא דא און זיין מלוכה נעמט אריין אונזערע הייזער און גאסן, לאמיר שוין באנעמען דעם מוסר השכל וואס ער קומט געבן.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:45 pm

· #252954
נופת צופים
שמעקעדיג
זיי טוען עס כלומר'שט ערזעצן מיט דעם עקלהאפטיגן ברי' הנקרא 'הענגאוט'

שמעקעדיג, איך פארשטיי פון וואו איר קומט. מן הסתם בוזטו שוין א גוטע פאר יאר עלטער פון מיר און עס קומט דיר אן שווער זיך צוגעוואונען צו נייע זאכן. איך האב קיינמאל נישט געניצט גוגל טאלק נאר איך האב אלץ געניצט הענגאוטס. איך האב אריינגעשטעקט גוגל טאלק אין הענגאוטס אריין אין איך זאג דיר ס'איז א מחיה. איך ווייס איך סאונד אביסל ווי גוגל אבער מי סעיז געט יוזט טו איט ענד יול לאוו איט.


<a class="postlink" href="http://thefusejoplin.com/2014/03/google-talk-google-hangouts-business/">http://thefusejoplin.com/2014/03/google ... -business/</a>

שמערל » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:06 pm

· #259972
יעצט געאפדעיטעט די פרישע ווערסיע קראום, איך וויל דא אריינקומען מעלדן מיט שמחה אז עס האט שוין צוריק באקומען ריפרעש דורך א דראפ דאון, זעה איך ווי די גאנצע פעיזש לאוד זיך נישט געהעריג, די ניק אינפאוי קומט אריין אויף עטליכע רייטס, אזוי

דורך

יידל

»

דאנערשטאג

מערץ 19,

2015

9:49

am

רחמנא לצלן וואס די שרצים קענען אלס אפטוהן. דער עולם זאך נזהר זיין עס נישט צו דאונלאודעט.
נאכאמזל איך האבן שוין טעפעטויד.

יידל » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 8:04 pm

· #260000
Re: איך האב פיינט GMAIL
<a class="postlink" href="http://www.slate.com/articles/technology/technology/2015/02/email_overload_building_my_own_email_app_to_reach_inbox_zero.html">http://www.slate.com/articles/technolog ... _zero.html</a>

דאס פאר שמעקעדיג.

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:04 pm

· #270712
יעצט באמעקט א נייע אפציע פון גימלmale, אויב ביסטו אריינגעסיינט אין אטליכע אקונטס, קענסטו זעהן אלע אימעילס צוזאמען, אונטער all inboxes
@שמעקעדיג

נופת צופים » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:09 pm

· #270713
Re: איך האב פיינט GMAIL
דזשימעיל האט הערליך איבערגעמאכט די קאנטעקטס בלאט. ס'פיהל'ט זיך ווי אן עפפ.
צווישן אנדערע קען מען מערדשען דאפלטע קאנטעקטס זייער גרינג...

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:43 pm

· #270726
קאווע טרינקער
יעצט באמעקט א נייע אפציע פון גימלmale, אויב ביסטו אריינגעסיינט אין אטליכע אקונטס, קענסטו זעהן אלע אימעילס צוזאמען, אונטער all inboxes
@שמעקעדיג

שוין באמערקט א שטיק צייט צוריק. אבער כ'זעה עס נאר אויפן פאון. איז עס אויפן קאמפיוטער אויכעט?

קורקלענד » דינסטאג מאי 26, 2015 11:20 pm

· #278360
חברה. מייקראסאפט איז אויפגעשטאנען פון זייער טיפע שלאף און ס'זעהט אויס ווי ס'גייט קומען גוטע צייטן. לעצטיגע נייעס

בן נריהו » מיטוואך מאי 27, 2015 12:36 am

· #278369
גוגעל, די פירמע, שטעלט ארויס - אן עפפ - "גוגעל אינבאקס". @שמעקעדיג

אפשר » מיטוואך מאי 27, 2015 12:53 am

· #278372
מייקראסאפט איז בכלל נישט געשלאפן לעצטנס, ווער עס האלט אביסל מיט די נייעס פון ווינדאוס 10 קען זעהן ווי די חברה ארבייטן אריין יומם ולילה אין זייערע פראדוקטן, ווי עס זעס אויס גייט עס זיין א גרויסע היט.

די חברה האבן באלאדנט ענדראוד מיט עפל מיט א האגל פון עפפס, צווישן זיי א פולע געשמאקע אפיס אויסווייל וואס איז געשמאק געלינקט צו one drive. אויך זייער outlook עפפ פאר ענדראוד איז זייער געשמאק מיט א הערליכע אינטערפעיס.

ווער רעדט נאך פון זייערע אנדערע ענינים וואס איז נישט אזוי באקאנט, עס איז בעיקר געמאכט פאר ענטערפרייז ביזנעסער, וויAzure, SQL Server וואס זיי האלטן אין איין אפדעיטן מיט געשמאקע פיטשורס.

איך וואלט אינוועסטעד אין זייערע סטאקס.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 12, 2015 11:58 am

· #282308
איינע פון די געוואלדיגע אומגעבעטענע טובות פון גוגל איז א "sign in" פיעטשער אין קראום. דאס קען העלפן אריבערברענגען דיינע בוקמארקס און אנדערע פרעפערענצן צו א צווייטע קאמפיוטער אדער עני דעווייס ווי דו סיינסט זיך אריין צו יענע קראום. ממש וואונדערליך, ניין?

בין איך געזעצן ביי א חבר'ס קאמפיוטער אפאר טאג צוריק און כ'האב געוואלט עפעס דאונלאודן פון מיין "גוגל מוזיק", אבער גוגל האט מיר נישט ערלויבט, ווייל "קראום" איז אריינגעסיינט מיט מיין חבר'ס נאמען, נישט מיט מיינס. בלית ברירה האט איך זיך טעמפארערי אריינגעסיינט מיט מיין אקאונט, וראה זה פלא, אפילו נאכן צוריקסיינען צום חבר'ס אקאונט, זענען אלע מיינע צענדליגער בוקמארקס געבליבן אויסגעמישט מיט זיינע!!

מען קען פלאצן פון גוגל. אזעלכע בהמות.

וכדומה.. » פרייטאג יוני 12, 2015 12:07 pm

· #282312
האלא רעג דיך נישט,

סאיז דא א פשוטע עצה אויף דעם, וואס איז ספיציעל געמאכט פארדעם, דאס איז די incognito אפשען, אדער cntrl shift n, די שארטקאט פאר א נייע incgnito טעב,

דאן קענסטו רואיג אריינסיינען, און די רגע די פארמאכסט דעם טעב בלייבט נישט קיין זכר פון דיר פון דיין אקאונט אדער דיינע בוקמארקס
בלאט: 1 2