"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8569
"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
מיט גרעסטן פארגעניגן טו איך פרעזענטירן די "פה-סח" אויסגאבע מעשי ידיהם להתפאר פון חברי ק"ש און גראפירט דורך
@מה הואאיך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען דערין, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון.
גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן ווי ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן און פארשפרייטן פאר מינימום דריי חברים און מער, און דערמיט אויסברייטערן די גרעניצן פון דאס פרייהייט פון ווארט!
חג כשר ושמח,
אייער פריינט, כוכב
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.kaveshtiebel.com/pesach/pe-sach.pdf">www.kaveshtiebel.com/pesach/pe-sach.pdf</a><!-- w -->
בבקשה וואס פריער ארויפלייגען די ארטיקלען אויף קאווע שטיבל נארמאל זאל מען קענען אפווענדען די תורות פון דער עולם.וואס א מין פרייהייט וואלט דאס געווען ווען מ'קען נישט צוריקרעדן.
דורכגעבליקט, ס'קוקט אויס א הערליכע ארבעט. א גרויסן דאנק פאר כוכב, מה הוא, און אלע אנדערע וועלכע האבן אנטייל גענומען אהערצושטעלן דעם הערליכן פראעיקט. דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.
עס שיינט - די פה-סח העפט - ווי א ווינדערליכע ווערק. אן ערמוטליכע דאנק, פון הארצן טיפע, מוז אויסגעברענגט ווערן - פאר אלעמען - אין אנערקענונג, פאר דער שעצבארער "כוכב". א דאנק.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
שוין דאונלוידעד. רעד נישט צו מיר פאר די נעקסטע צוויי שעה.
איינער ווייסט ווי איז דא א דרוקער אין בארא פארק וואס קען מיר דאס שיין און שנעל ארויסדרוקען און צאמלייגען אויף יום טוב?
M&S, 15&44
COPY CAT, 13&46
COPY CORNER 13 & 54
ביטע נאכנישט ארויסשטעלן די ארטיקלען אויף קאווע שטיבל ביז צו א קומענדיגע מעלדונג.
מיין פערזענליכע בקשה. אלעס מחברים וועלן קריגן זייער רעדאגירטער ארטיקל. ביטע דאס פארלאנגען אין אישי. אבער לאמיר צואווארטן אביסל, פה סח זאל קריגן איר פארדינטע אנערקענונג.
געווענליך האב איך נישט ליב צו שרייען הויך ווען מ'קען רעדן רואיג, אבער אין דעם פאל שרייט זיך עס פון זיך אליין:
כוכב! כוכב! כוכב!
ווער ס'האט אפאר פיס זאל צולייגן א האנט צום כאָר, און באגלייטן מיט הילכיגע אפלאדיסמענטן. מיין קליינטשיגער מוח באגרייפט נישט וויאזוי ער האט דאס באוויזן אין אזא קורצער צייט.
👍 👍 👍
גארנישט קלענערע אפלאדיסמענטן קומט זיך פאר'ן גראפיקער
מה-הוא">@מה-הוא. אזא ארבעט אריינצולייגן! רבונו של עולם!
ר' אפרים זצ"ל??!! Wow
הערליך שיין,
@כוכב. האסט פארשאפט א שמחת יום טוב פאר אידן וועמען דו קענסט ניטאמאהל, א ריכטיגע חסד שאינו מצפה לתשלום גמול. מה כנגד מידה ישולם לך מן השמים, חסד וחן, תורה וגדולה, נחת והרחבת הדעת.
און צו דיר,
@מה הוא, איז נישטא קיינע ווערטער צו דאנקען פאר דיין ענדלאזע ארבעט. האסטעך אונטער גענומען און האסט מקיים געוועהן! ס'איז א מייסטער ארבעט, וכהנה וכהנה יוסף ד' עליכם!
ווארטלאז. שפראכלאז. א קאלטקייט פון מויל צו אויערן, ווער האט דעם כוכב געבוירן?
כוכב, האסט מיר געשפארט געלט, כגיי נישט קויפן דער איד, דער בלאט, דער זמן, וגו׳
מיין פרינטער שפייט יעצט אויס זעקס קאפיעס פאר פארצאטישע חברים אין פאר מיר
שקויח אין תזכו למצוות, כשרן פרייליכען פסח
אויפ'ן קאמפיטער האב איך דאונלאדעד, אויפ'ן פאון קען איך נישט. אפשר וויבאלד ס'איז אזא גרויסע פייל?
שטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..
מה הואשטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..
פאר די? אפי צוויי. סאיז שיין געסטעיפלט אין קארלירטע בלעטער. קום עס אויפפיקען
ארויסגפרינט.
איינער האט צו בארגן א סטעיפלער וואס האקט צאם 108 פעידזשעס?
איך פרינט עס דופליקעיט (אויף 2 זייטן)
אבער אפילו 54 פעידזשעס קען מיין סטעיפלער נישט הענדלען.
כוכב עס איז נישט נאטורליך וואס דו האסט באוויזן. ברעכסט היסטאריע.
כ'האב מורא פון א חשש גילוי. פון וועלכע הויז מען וועט ארויסהערן כראפעצן ביי יחץ, איז עס מסתמא דו.
אדער פון וועלכע ביהמ"ד בית הכסא מ'וועט הערן בלעטער מישן וועט מען וויסן ס'איז מיר
Wow wow wow!
אין מילים!
ומצדיקי הרבים ככוכבי"ם לעולם ועד!
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
מה הואשטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..
@מה הוא, טען פאונטס - ניין, הונדערט פאונטס - wow! Breathtaking!
איך האב נישט געטראפן אן אנדערע תגובה פון דיר געב איך דיר א לייק דא.
📎 Peh_Such.jpg
אוי מיין גאט!!!!!!!!!!! ק"ש פארט אויף רעדער!
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
אין מילים !
נאך גארנישט געליינט אבער די גרעפיקס זעהט מען גלייך די ארבעט דערפון, וואו איז דא א תגובה פון
@מה הוא ווי איך זאל קענען א לייק טאן?
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
מה הואשטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..
דא האט ער זיך שטילערהייט אנגערופן. רבותי, געט'ס אים די לייקס וואס ס'קומט אים.( אפאר לייקס קומט נישט צו אים צו באצאלן פאר זיין ארבעט, אבער שכר מצוה בהאי עלמא ליק"א)
שמעקעדיגאיך פרינט עס דופליקעיט (אויף 2 זייטן)
אבער אפילו 54 פעידזשעס קען מיין סטעיפלער נישט הענדלען.
כוכב עס איז נישט נאטורליך וואס דו האסט באוויזן. ברעכסט היסטאריע.
כ'האב מורא פון א חשש גילוי. פון וועלכע הויז מען וועט ארויסהערן כראפעצן ביי יחץ, איז עס מסתמא דו.
קענסט עס ארויספרינטען ווי א בוקלעט, פיר זייטן פער פעידזש, העסטע האבן נאר 27 פעידזשעס.
נופת צופיםמה הואשטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..
דא האט ער זיך שטילערהייט אנגערופן. רבותי, געט'ס אים די לייקס וואס ס'קומט אים.( אפאר לייקס קומט נישט צו אים צו באצאלן פאר זיין ארבעט, אבער שכר מצוה בהאי עלמא ליק"א)
גוט ווארט 😃
א גרויסן יישר כוח פאר אלע באטייליגטע
פאר ווער עס וויל א
דראפ באקס לינק יבוא ופיקל
הערליך. עס א היסטארישער דורכברוך פארן יהדות החרדית. עס איז א נייער באשאף, פרייהייט פון ווארט על דרך ישראל סבא. יישר כוחכם אייך אלע.
.
העכער אלע ווערטער
דער פלאנעט
@כוכב, איז לויט פארשער זייער unique מיט דעם אז עס קרייזט ארום די וועלט מיט א שרעקליך שנעלער אימפעט. זיי פארשן גענוי
@מה הוא די סיבה דערצו. טייל ווילן זאגן אז עליענס טויזענטער יארן צוריק האבן דארט איינגעזייט קאווע בונדלעך, און די קאפין דערפון מאכט דעם פלאנעט גיין גאגא.
@כוכב, אין מיין וויסטן חלום וואלט איך זיך נישט גערישט אויף אזא אינהאלט'סרייכן אויסגאבע
א מעסטער פיעס!
@מה הוא, אזוי אויך די גראפיקס זענען צו באוואונדערן
השי"ת זאל איך באצאלן מיט אלעם גוטן
אפטעמיסטאדער פון וועלכע ביהמ"ד בית הכסא מ'וועט הערן בלעטער מישן וועט מען וויסן ס'איז מיר
נו, אפטע: מ'האט שוין געענדיגט יוצר. מ'האלט שוין אינמיטן ליינען. שוין צייט צו פלאשן. באלד וועלן דיינע ב"ב און קינדער דיר קומען זוכן... 😂 🙄
איך וואלט מציע געווען, אז ווער עס איז ביכולת זאל אריין שיקן אפאר דאלער דורך פעי פאל צו די קאווע שטיבל אימעיל פאר כוכב. כוכב דארף צאלן פאר א טעראפיסט נאך די אויסערגעווענדליכע שווערע ארבייט.
@אנאנים
וואונדערליך! הפלא ולעפעלע! מיין הארץ צאפלט פאר שמחה. איך בין גערירט כמעט ביז טרערן. איך האב מחליט געווען אז דאס מאל וועל איך אנהויבן לייענען פון אונטן אויף ארויף.
@כוכב! כ'האב זיך גערכענט אז ס'קומט א גוטס אבער דאס איז העכער אלע ערווארטונגען!!!
כוכב כוכב במה אברכך..דו האסט אונז שוין צום ווייס איך וויפיל'טן מאל געוויזן אז דער כוכב איז א וואן אוו עי קיינד.
דעם אמת מוז איך דיר זאגן אז דו ביסט מיר א לעבעדיגע מוסטער פון ״אז מען וויל קען מען״. דו ביסט אנגעקומען דא מיט א קנאפע יאר צירוק גארנישט מער ווי א צווייטן, און דו האסט פשוט גענומען די לייצעס אין די האנט אן קיינעמ׳ס איינלאדענונג אז עס איז געגאנגען א ריח. ווער געדענקט נישט ווי ביים צווייטן טאג זיך דרייען דא האסטו שוין געעפנט א אשכול ״און די שכח פון די טאג גייט פאר....״ (עפעס בערך אזוי). דאן בשעתו האב איך דיר געוואלט גיבן א שטויס פון אונטן ווי מען זאגט ׳האללא ווער האט דיך געפרעגט?!׳ אבער פון דארט ביסטו געגאנגען מעלה מעלה און געמאכט א מהפיכה פון אונזער קלויז. קעיפ איט אפ כוכב.
נב. אנטשולדיג אז איך האב נישט אריינגעשיקט קיין ארטיקל (אויב עס אינטערסירט איינעם) איך בין פשוט נישט אנגעקומען דערצו אל אף וואס די רצון איז געווען בתוקפו. אי״ה ווען דער בוים אין בעקיארד העט זיך צו וואקסן כדבעי העמיר קענען פארברענגען דא כדבעי.
א טאג וואס וועט אפגעשריבן ווערן אין היסטאריע מיט קאווע, שווייס, בלוט און טרערן. רבותי, די כוחות וואס איז דא אריין דורך כוכב און זיינע שותפים איז היסטאריש. שינת עראי און אכילה פורתא איז באמת פראקטעצירט געווארן! היינט בין איך א פראעד קאווע שטיבלער! קאווע שטיבל האט היינט באקומען א נייע סטאטוס און מיינונג! די רעוולוציע איז דא!
נו שוין, מיינס וועט שוין מוזן זיין פאר קומענדיגע יאר. 😞
די חברותא ריפט, די ווייב ריפט, די שווער ריפט, נישטא קיין אנטווארט, די סעלפאון ליגט פארפאקט ערגעץ, קיינער עקזעסטירט נישט יעצט, איין זאך איז יעצט דא, פה-סח!, די גאנצע בריאה איז געקומן צו א טאטאלע אפשטעל.. איי לאוו יא כוכב!
איין הערה,
@מה הוא:
די פארזוך פון
@ונבנתה העיר צו דערגיין ווער משה רבינו און בתיה בת פרעה זענען, דורך קארעלירען מיט די מצרי'שע געפינסען, נאכדערצו ווען עס קומט באגלייט מיט לעבעדיגע בילדער, וואלט באלאנגט באמבאסטיש אויפ'ן דעקל: "איז דאס ווירקליך משה רבינו'ס צורה?! זעהט פעידזש 55"... ס'איז א מייסטערהאפטע פארש ארבעט.
סאיז מיין טעות, א פארזעעניש ולונבנתה הסליחה. איך עס מיך שוין דערויף אפאר שעה...
חברה, אין אזא טאג ווי היינט לויפן מיר דורך מחשבות אין קאפ: רבונו של עולם, ווען נישט קאווע שטיבל, וויפיל טאלאנט, חומר און אינפארמאציע וואלטן געגאנגען לאיבוד? וויפיל מער משוקע במ"ט שערי קרומע וואלטן מיר געווען? וואויל איז אונז אז מיר האבן אזא בית וועד לחכמים, וואויל איז אונז אז באריסטא ודעימי' זענען געבוירן, וואויל איז דער חלק פון כוכב'ס מוטער פארן אים טראגן ניין חדשים, און וואויל איז איר חלק פאר'ן אים ארויסשיקן צו אונז אויף דעם כדור הארץ!
און פארשטייט זיך, אשריך כוכב! טוב לך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא!
[ציטאט אראפגענומען]
עמנואל הרומימי ככוכב על הכתב והמכתב ידו הויה
ומי ככוכב שבט סופר בתומכו
ומי ככוכב אצבע אלהים לחרות דברות עשרה
ומי ככוכב על הצאן והעדרים
חיים נחמן ביאליקגם-כוכ"ב אחד שם עוד יקרץ עינו,
ושאר העולם שותק כאלו אינו –
מפה והלאה ומפה ומעלה
רק לילה, לילה, לילה...
[/quote]
רבי חיים נחמן'ס ז"ל איז נאך די בעסטע, וגם מתאים ביותר.
איך וועל מיך ענדערש איינהאלטן און עס ליינען אויף יו"ט, אז ס'זאל זיין א ריכטיגע שמחת יום טוב. ס'ליגט שוין ביי מיר שיין אנגעפאקט (סארי, כאב נישט קיין "פ" מיט א פינטעל אויף מיין קיבארד) און א פאלדער רעדי טא גאו. די ביסל וואס כ'האב אריינגעגנבעט א בליק, איז " אויסערגעווענליך!"
איך פיל גילטי צו בייקומען אזא מתנה אומזיסט.
א ריזיגע שכוח פאר אלע וואס האבן צוגעלייגט א פלייצע ארויסצוגעבן אזא דבר השלם.
אן א דאנק פאר ק"ש פארן געבען די אכסניה
וואס איז שייך צוצוצולייגן? ס'איז שוידערליך אומגלויבליך וואס די צוויי האבן באוויזן. דער גרעסטער אטאאיסט קען זיך יעצט נישט פארמעסטן מיט מיין אומגלויב.
א דאנק כוכב און מה היא און פאר אלע שרייבער און שטיצער פאר אזא, נישטא קיין ווערטער, ארבעט!
[ציטאט אראפגענומען]
עמנואל הרומימי ככוכב על הכתב והמכתב ידו הויה
ומי ככוכב שבט סופר בתומכו
ומי ככוכב אצבע אלהים לחרות דברות עשרה
ומי ככוכב על הצאן והעדרים
חיים נחמן ביאליקגם-כוכ"ב אחד שם עוד יקרץ עינו,
ושאר העולם שותק כאלו אינו –
מפה והלאה ומפה ומעלה
רק לילה, לילה, לילה...
[/quote]
בא עמוס והעמידן על אחת:
כּוֹכַב אֱלֹהֵיכֶם
כוכבים המאירים בעי שבוחי (פסחים ב)
אין איין ווארט מ'האט געוואוסט אז עפעס גייט זיין עפעס א פה סח
אבער אויף אזאנס האט זיך קיינער גערישט
שכוח כוכב זאלסט לייכטן און ס'זאל דיר לייכטן ביז'ן טאג פון משיח