☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8569
בלאט: 1 2 3 4

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 6, 2015 6:26 pm

· #264389
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
כ'האף אז מ'גייט קענען שטימען פאר די ארטיקלען

איך אויך » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:28 pm

· #264444
סתם פאר די רעקארד ,איינער האט בכלל געליינט וואס איך האב אפגעקלאפט?

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:31 pm

· #264445
איך אויך
סתם פאר די רעקארד ,איינער האט בכלל געליינט וואס איך האב אפגעקלאפט?

יא, איך האב. זייער שיין אריבערגעפירט א תוכן'דיגע ארטיק'ל פון המבשר. די פארצייטישע צדיקים האבן פארמאגט ברייטע פלייצעס. נישט געפארכט די דזשאנדארן. איינגעשטעלט ס'לעבן צו טוהן א טובה א איד.

יישר כוח!

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:47 pm

· #264452
איך האב עס געליינט צוויי מאל. די צווייטע מאל פאר מיינע קינדער. הערליך זיס באשריבן צום זאך.

איך אויך » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:49 pm

· #264453
וי"ל שזה היה כונת המשורר בפה -סח.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:13 pm

· #264464
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/264316">viewtopic.php?p=264316#p264316</a><!-- l -->
@אנאנים

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 5:19 pm

· #264605
סתם פאר מיין נייגעריגקייט, איך האב באמערקט אז די גרעפיקס פון די גאנצע קונטרס איז אביסל בלורי, און נאר די ארטיקל פון ראובן איז קלאר און שארף, מה הטעם?

ברסלבער » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:38 pm

· #264629
דער ארטיקל איבער געבראקטס פון @א איד, וואלט מען שוין געדארפט ארויפשטעלן זייענדיג מעניני דיומא.

ער שרייבט דארט: "הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל האט געזאגט, אז ווער עס האט זיך נישט אנגעהויבן צו פירן מיט דעם מנהג פון נישט עסן געבראקטס, דארף טאקע נישט אנהייבן, אבער ווער עס פירט זיך שוין אזוי זאל שוין נישט אויפהערן", איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר צייכנסטו צו א מראה מקום.

נופת צופים » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:53 pm

· #264632
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
געוואלדיג
סתם פאר מיין נייגעריגקייט, איך האב באמערקט אז די גרעפיקס פון די גאנצע קונטרס איז אביסל בלורי, און נאר די ארטיקל פון ראובן איז קלאר און שארף, מה הטעם?

מיר זעהט אויס אז די קונטרס איז א jpeg וואס מיינט אז עס איז פיקסעלס, און וויבאלד ס'איז נישט א הויכע רעזאלושען, איז עס אביסל בלוררי.

אזא זאך מאכט מען געווענליך vector

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:04 pm

· #264683
די קונטרס איז לכאורה געווארן צאמגעשטעלט אין adobe illustrator און נאכדעם אריינגעברענגט אין in-design. ס'איז אלעמאל א גרויסע קאפוויי די רעזעלאשען זאל בלייבן די זעלבע, מ'דארף זיך ארומשפילן. ווען מ'יאגט זיך האט מען נישט קיין צייט דערפאר.

נופת צופים » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:14 pm

· #264691
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
פארוואס זאל מען עס צוזאמשטעלן אין illustrator ווען in design איז דאס פלאץ פאר דעם. (אויסער די פאר גרעפיקס ווי למשל די פה סח חתימה פון אונטען )

איך בין חושד אז פאר סאם ריזען האט ער עס געמאכט אין פאטאשאפ.

@מה הוא קענסט ארויסהעלפן?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:17 pm

· #264692
ס'האט אויך צו טוען מיט דעם אז רוב בילדער זענען גענומען פון גוגל. די פיקסל סייז פון גוגל איז וואס ס'איז. אמאל איז מען lucky אז ס'איז הויכע רעז. געווענדליך נישט.

נופת צופים » דינסטאג אפריל 7, 2015 11:05 pm

· #264706
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נכון. אבער אפילו די טעקסט איז אויך פיקסעלדיג.( איך האף ס'קומט נישט פון דשוגעל )

כוכב » דינסטאג אפריל 7, 2015 11:09 pm

· #264708
לפי ידיעתי האט ער גענוצט אינדעזיין.

בן אדם » מיטוואך אפריל 8, 2015 12:22 am

· #264725
ברסלבער
דער ארטיקל איבער געבראקטס פון @א איד, וואלט מען שוין געדארפט ארויפשטעלן זייענדיג מעניני דיומא.

ער שרייבט דארט: "הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל האט געזאגט, אז ווער עס האט זיך נישט אנגעהויבן צו פירן מיט דעם מנהג פון נישט עסן געבראקטס, דארף טאקע נישט אנהייבן, אבער ווער עס פירט זיך שוין אזוי זאל שוין נישט אויפהערן", איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר צייכנסטו צו א מראה מקום.

ס'איז אויך געווען אין איינע פון די ברעסלאווער גליונות פאראיאר פסח, און זיי האבן געשריבן "כידוע" אן קיין מקור. כ'געדענק נישט דעם נאמען פונ'ם גליון אבער ס'דער וואס שרייבט אלעמאל היסטוריה פון ברסלב

אויסגערוט » מיטוואך אפריל 8, 2015 9:16 pm

· #264967
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק ב'

שם פה
1) מיין רבי, מוהרא"ש
זייער שיין און פראפעשינאל באשריבן. הגם איך האב אים קיינמאל פערזענליך געטראפען איז אינטערעסאנט געווען זיך צו באקענען מיט זיין היסטאריע. איין זאך נאר, לויט די ארטיקל האט ער זיך נאר געשלאגן מיט מענטשן ווען ער האט געפילט אז מען וויל אים צוריקהאלטן פון דערהייבען אנדערע. אויב אזוי וואס איז פשט פון דער גאנצער חלק וואו ער שרייבט זייער שארף קעגן די וואס האבן זיך געשלאגען מיט אים "פערזענליך"
2) דו"ד נאו"ם ישרא"ל
זייער א שיינע ארטיקל. ער האט טאקע א שטארקע נאכפאלגונג אבער איך מיין אז ס'איז אביסל איבערגעטריבן סיי מיט אריינווארפען די חלק פון זיך שואל עצה זיין בכל מיני פראבלעמען, און סיי מיט אים רופן "דער סאמע גרעסטער מגיד אינעם דור" כאילו מ'רעדט פון ר'שלום שבדרון
3)זרח אור
אסאך אינטערעסאנטע פונקטן און די מהות ארויסגעברענגט פונעם ראש ישיבה זצ"ל. די באשרייבונג איז אבער געשריבן אזויווי ראשי פרקים. קורץ און שארף. אולי מחמת חוסר מקום.
4)משה איש האלקים
אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון א איד וואס איך האב קיינמאל געהערט פון. מוראדיגע מעשיות, עפעס סאונדט אדער עקסטרעארדינערי אדער דמיונות נפלאות

ברסלבער » מיטוואך אפריל 8, 2015 9:25 pm

· #264970
אויסגערוט
1) מיין רבי, מוהרא"ש
זייער שיין און פראפעשינאל באשריבן. הגם איך האב אים קיינמאל פערזענליך געטראפען איז אינטערעסאנט געווען זיך צו באקענען מיט זיין היסטאריע. איין זאך נאר, לויט די ארטיקל האט ער זיך נאר געשלאגן מיט מענטשן ווען ער האט געפילט אז מען וויל אים צוריקהאלטן פון דערהייבען אנדערע. אויב אזוי וואס איז פשט פון דער גאנצער חלק וואו ער שרייבט זייער שארף קעגן די וואס האבן זיך געשלאגען מיט אים "פערזענליך"

ער האט קיינמאל נישט גערעדט און געשריבן קעגן איינעם וואס האט אים פערזענליך געטשעפעט (כאטש וואס עס איז געווען גענוג אזעלכע).

אויסגערוט » מיטוואך אפריל 8, 2015 9:26 pm

· #264971
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
ברסלבער
אויסגערוט
1) מיין רבי, מוהרא"ש
זייער שיין און פראפעשינאל באשריבן. הגם איך האב אים קיינמאל פערזענליך געטראפען איז אינטערעסאנט געווען זיך צו באקענען מיט זיין היסטאריע. איין זאך נאר, לויט די ארטיקל האט ער זיך נאר געשלאגן מיט מענטשן ווען ער האט געפילט אז מען וויל אים צוריקהאלטן פון דערהייבען אנדערע. אויב אזוי וואס איז פשט פון דער גאנצער חלק וואו ער שרייבט זייער שארף קעגן די וואס האבן זיך געשלאגען מיט אים "פערזענליך"

ער האט קיינמאל נישט גערעדט און געשריבן קעגן איינעם וואס האט אים פערזענליך געטשעפעט (כאטש וואס עס איז געווען גענוג אזעלכע).

וואס איז מיטן רב פון יבנאל?

ברסלבער » מיטוואך אפריל 8, 2015 9:27 pm

· #264972
דער רב אין יבניאל האט אים פערזענליך נישט געטשעפעט, יענער האט פרובירט מיט אלע כוחות אונטערצוהאקן די מוסדות וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט אין יבניאל.

אויסגערוט » מיטוואך אפריל 8, 2015 11:27 pm

· #265007
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק ג'

אקטועל
1) מעבדות לחירות, בימים ההם בזמן הזה
הלואי זאל יעדער אין אזא מצב דאס קענען טון. וואס זאל מען טון אז מען דארף ברענגען פרנסה אין שטוב.
Sad but true.

2)שלאף-שטונדע
זייער אינטערעסאנט

3) איזהו חכם
באלערנד און שיין. דער ענד איז זייער אבראפט

בינו שנות דור
1) ילפינן יציאה ממציאה
איך בין נישט קיין היסטאריקער באט איי לאווד איט

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:36 pm

· #265118
[ציטאט אראפגענומען]

געענטפערט במקומו.

אויסגערוט » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 6:30 pm

· #265237
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק ד'

שחוק פינו
[emoji4] [emoji3] [emoji2] [emoji1] פאר אלע. ערעב איד איז גארנישט אזא שחוק

שפת אמת מים עמוקים

1) בין איך א גרויער קאצקער
זייער שיין. ברענגט ארויס מיינע אינערליכע ספיקות.
2)דער וועג צום אמת
נישט מיין קאפ אוו טיע
3)ווען באגייט מען זעלבסטמארד אין קושטאופיע
עמוק עמוק עמוק. מתוק מתוק מתוק

וכל המרבה לספר
1)גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס
פשוטו כמשמעו א שיינע מעשה

פי בשיר
1) קדחת
דאס גאנצע לעבן איז מיר דורך געלאפן אין אן אויגענבליק. הפלא'דיג

בפי ישרים

1) א גוט ווארט
ברענגט ארויס א יסודות'דיגער פראבלעם וואס איז זייער גרויס ביי אונז היימישער. כ'געדענק נאך מיין חתונה ווען כ'האב כסדר געזאגט פליז און שקויעך פאר מיין ווייב האט זי געמיינט איך בין געפאלען פון דער לבנה.
2)ליבשאפט און פרידן
אינטערעסאנט הן אין תוכן און הן אין די נקודה פון וויסן ווען ס'איז לשמה

דאס איבעריגע וועט מוזען זיין נאכן אוועקפאקן די דישעס

גוט יו"ט

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 12, 2015 3:02 am

· #265320
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
קענסט מיר ביטע מגלה זיין דו עמוק עמוק עמוק פונעם קושטאופיע? כהאב געפילט אז איים מיסינג סאמטינג ווען כהאב עס געליינט

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 12, 2015 3:07 am

· #265321
דער שרייבער איז זיך דא (נישט) מסביר.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/264620">viewtopic.php?p=264620#p264620</a><!-- l -->

א איד » זונטאג אפריל 12, 2015 9:53 am

· #265339
א גוטן אסרו חג - מה נאמר ומה נדבר די פה-סח איז געווען דאס יאר במלוא מובן המלה, צוגעשטעלט פאר מיר צו ליינען, פאר די ווייב, און צו פארציילן פאר די קינדער.
יעצט דארף מען נאר טרעפן די פאר מינוט צו קאמענטירן אויף אלע ארטיקלען.
א גרויסן יישר כח פאר @מה הוא, און אלע שרייבער, העלפער, רעדאגירער א.א.וו.
און א עקסטערן ייש״כ פאר @כוכב, פארן מיר לאזן העלפן פאר אזא הערליכע אויסגאבע, איך בין שטאלץ צו זיין א חלק פון אזא פראיעקט.

א איד » זונטאג אפריל 12, 2015 10:00 am

· #265341
"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
בנוגע די ארטיקל פון משה איש האלקים ליהוי ידוע דאס איז אמת ויציב פאר ווער עס האט געקענט דעם מענטש.
בכלל איז ער אין די לעצטע יאר געווארן מער אויפגעכאפט, און דאס יאר לכבוד זיין יארצייט, איז דא אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הר״ר משה חיים שטיינבערג, וואס איז געווען גאר נאנט צו אים, ווי אויך אין די צייטונג איז דא א באשרייבונג פון אים, אין וואס עס שטייט דא אין אונזער ארטיקל, זאגט הרב שטיינבערג אויף קול מבשר אויך, און כפי ידיעתי שטייט דאס אויך אין די צייטונג, כהאב עס נאכנישט געזעהן.

petergrifin » זונטאג אפריל 12, 2015 10:12 am

· #265342
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
שכוח א איד פאר דער ארטיקל איך האב ליב סאם טיימס ספאקי מעשות. האט ער געוואוינט אין דער אפארטמענט בילדינג אויף 15th ave and 47th st?

ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 12, 2015 10:53 am

· #265347
ווער האט דעם פילם ווי ער שפילט מיט די פייגלעך?

א איד » זונטאג אפריל 12, 2015 11:19 am

· #265349
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
איך האב עס ערגעץ אין מיינע ארכיוון, כהאב נאכנישט געהאט קיין צייט עס אויפצוזוכן

א איד » זונטאג אפריל 12, 2015 11:20 am

· #265350
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
petergrifin
שכוח א איד פאר דער ארטיקל איך האב ליב סאם טיימס ספאקי מעשות. האט ער געוואוינט אין דער אפארטמענט בילדינג אויף 15th ave and 47th st?

ניין ער האט געוואוינט אין די איסט סייד, פון דארט אין מאנסי, אין די לעצטע יאר צוויי אין אשל אברהם

יאיר » זונטאג אפריל 12, 2015 12:32 pm

· #265362
איך האב במשך פסח דורכגעליינט רוב ארטיקלען פון פה סח און איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון זיי. די באשרייבונגען אויף מוהרא"ש, ר' ישראל דוד שלעזינגער, און ר' אפרים זלאזניק זענען געווען שטארק דערפרישענד און געשמאק געשריבן. ס'איז א זעלטנהייט צו ליינען ביי אונז די פערזענליכע איינדרוקן פון א תלמיד איבער א רבי'ן. איך האב באוואונדערט די פארש ארבעט פון ראובן, ונבנתה העיר, כעלעמער מגיד און אנדערע, וועלכע האבן קענטיג אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין צוזאמשטעלן זייער ווערק. און עס איז מיר געווען אן עונג יום טוב צו ליינען די חומר למחשבה פארקליידעט אין פארשידענע צורות דורך כעלעמער מגיד, לעיקוואוד, פלאוויוס, בענזשאמין פרענקלין, פישלע הערינג, און אנדערע, וועלכע האבן געגעבן אן אייגנארטיגער קוק ווינקל אויף פארשידענע אספעקטן פון אידישקייט און פון לעבן.
איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע טאלאנטפולע שרייבער, מגיהים און גראפיקער, און בפרט פאר ידידנו החשוב @כוכב, וועלכער איז געשטאנען אונטער דעם גאנצן פראיעקט, און לא נח ולא שקט ביז ער האט צוזאמגעשטעלט א הערליכער ארבעט. א גרויסן יישר כח.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 12, 2015 1:00 pm

· #265365
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
סאיס דא געווען ארטיקלען וואס איז געווען א שאד די פאפיר און טינט, נישט ווייל סאיז נישט גוט, נאר ווייל זיי קענאיך ליינען אין יעדע ספעציעלע פסח אויסגאבע פון די איד, בלאט.

א איד » זונטאג אפריל 12, 2015 7:15 pm

· #265444
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
איך ווייס נישט ווי עס צו לייגן, און צו וועם זיך צו ווענדן.
איך טראכט אז פאר די נעקסטע פאר וואכן, ווילאנג דער עולם איז אין די פה-סח שוואונג, זאל זיין א סוב פארום מיטן נאמען פה-סח ווי דארט זאל ליגן אלע באשרייבונגען פונעם אויסגאבע, אזוי זאל מען עס נישט דארפן זוכן אין יעדע פארום כדי צו קאמענטירן.
יישר כח פארן אויסהערן.
א איד

נופת צופים » זונטאג אפריל 12, 2015 8:22 pm

· #265463
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
איך האלט אינמיטן מסדר זיין א מפתח. כ'האף עס ארויסצושטעלן אין די נעקסטע פאר שעה

מה הוא » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:29 am

· #265600
איך האב במשך דעם יו"ט אדורכגעליינט א גרויס חלק פונעם רייכען פה-סח און איך בין ממש ארגאפט געווארן פון יעדע ארטיקל עקסטער און איך האב שטארק הנאה געהאט ב"ה און איך ליין נאך אלץ איך האף אלעס צו דורכליינען
בשעת איך האב געארבעט האב איך טאקע געזען אלע ארטיקלען אבער נישט געהאט די מינומאם צייט צו ליינען אבער דעם יו"ט געקוקט מיט פולע ישוב הדעת און עס איז באיכות מלא תוכן
אנטשולדיגט נישטא געווען דעם יו"ט און געזען אז מען מיר געפרעגט,
איין זאך האט מיר דאס זיכער ארויסגעהאלפן אז עס האט מיר געגעבן א גוטע און שטארקע לעסין פאר קומענדיגע מאל און איך האב אסאך זיך געלערנט פאר אנדערע מאל אי"ה
און יא מען זעט אז עס איז גאר א שנעלע ארבעט,

כוכב » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:14 am

· #266193
@בר דעת
@קאווע טרינקער
@יידל
@יאיר
@אחד העם

מיין רבי פלעגט זאגן, נאך זעקס מאל כאפט ער אויפ'ן ווינק.

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:40 pm

· #266304
וויל גראטולירן די שרייבער פון די "פה-סח"
זייער א גוטע ארבעט
און נאך בחינם אויך
שטארק הנאה געהאט

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:00 pm

· #266330
איך האב נישט געוויסט אז א כוכב קען אזוי גוט שמעקן

באניצער וועלכע האבן געלייקט כוכב פאר די הודעה (87 בסך הכל):
טאביק • לאליפאפ • סופר ומונה • שיטה מקובצת • המלוכה והממשלה • shem-tov • מאראנצןזאפט • קליגער אינגערמאן • יואליש • קריינא דאיגרתא • kliger • תנא קמא • אחד העם • משה געציל • נעגאשיעיטאר • וויליאמסבורגער • סלינקי • וועטערבאריכט • היסטאריקער • ראש הישיבה • лпم iοوԴ • גיבור • אנאנים • מור וקציעה • Kool man • קארל • שפתים ישק • Big Boy • אבי גערעדט • ידען • שלום על ישראל • שלום בערגער • קאצקע ציקער • לעמיל • ר' שלמה אבן גבירול • גאנצל • סאשי פיש • petergrifin • יואב • יאסל ראקאווער • סמבטיון • מצטמק ויפה • עזריאל • סדרן • chusid • טאמבל סאס • יין שרף • רויטע וואנצעס • ראובן • אנאנים • געוואלדיג • עמעזאן • מפוזרי • איך אויך • געפילטע פיש • קאסטנער • פלעין יודיש • הוגה • ביבער • אויליגער • אפשר • מנחם • פליקער • אנאנים • בעל מדות • שמערל • אסף המזכיר • מאטי • קינד_אן_קייט • קאווע טרינקער • מוזיקאנט • שטילע אינגערמאן • ונבנתה העיר • פלאוויוס • אפטעמיסט • שמעקעדיג • אנאנים • בן תמליון • לעיקוואד • בן נריהו • קעלנער • נופת צופים • פישלע העררינג • ברסלבער • לית דין בר נש • ישמעאל הכהן • אנאנים
ראנג: 79.8%

ביבער » מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:02 pm

· #267209
@כוכב, איז שוין דא א פלאן פאר נעקסטע אויסגאבע? ס'וואלט כדאי געווען צו לאזן מעלדן ווי פריער, איך האב באקומען א קנאת סופרים נאך די געלונגענע פה-סח אבער איך דארף מער צייט נאטיץ, געעוענליך דורכן וואך האב איך נישט קיין צייט און ישוב הדעת צו שרייבן אבער אמאל מאכט זיך א שעה אדער צוויי וואס איך בין פריי און אז מ'האט א ציל מיט א דאטום וועט עס געבן די מעגליכקייט פאר מיר און אנדערע פאריאגטע און פארפלאגטע נשמות ווי מיר אויך צו שרייבן.

תודה...

כוכב » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:29 pm

· #267759
ברוכים הבאים אלע חשוב'ע געסט צו קאווע שטיבל .
לאדנט אייך אראפ א פה סח. עס קאסט נישט קיין געלט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:33 pm

· #267760
פונקט אין אזא הייסע סיזען האט מען עס אראפגענומען פון הויפט בלאט? ס'קען רואיג בלייבן ביז שבועות.

סאשי פיש » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:37 pm

· #267761
איך האלט אז כוכב שטייט אונטער די פרענק ער האט געוואלט צוציען ליינער צום הערליכען פסח אויסגאבע.
וועגן דען שפילט ער ווי ער האלט נישט דערפון...

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:38 pm

· #267762
רויטע וואנצעס
פונקט אין אזא הייסע סיזען האט מען עס אראפגענומען פון הויפט בלאט? ס'קען רואיג בלייבן ביז שבועות.

כוכב » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:39 pm

· #267764
אלע מיינע גוטע פריינט ווערן געבעטן צו ריטוויטן רויטע און האלטן דעם אשכול הויך אויפ'ן אויבן אן.
😂

ברסלבער » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:40 pm

· #267765
ישמעאל הכהן
רויטע וואנצעס
פונקט אין אזא הייסע סיזען האט מען עס אראפגענומען פון הויפט בלאט? ס'קען רואיג בלייבן ביז שבועות.

@אנאנים

סאשי פיש » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:53 pm

· #267769
ברסלבער
ישמעאל הכהן
רויטע וואנצעס
פונקט אין אזא הייסע סיזען האט מען עס אראפגענומען פון הויפט בלאט? ס'קען רואיג בלייבן ביז שבועות.

@אנאנים

נופת צופים » מאנטאג אפריל 20, 2015 1:15 pm

· #267772
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
סאשי פיש
ברסלבער
ישמעאל הכהן
רויטע וואנצעס
פונקט אין אזא הייסע סיזען האט מען עס אראפגענומען פון הויפט בלאט? ס'קען רואיג בלייבן ביז שבועות.

@אנאנים

נופת צופים » מאנטאג אפריל 20, 2015 1:15 pm

· #267773
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
@כוכב איך וויל בלייבן גוט מיט דיר.

מה הוא » מאנטאג אפריל 20, 2015 4:50 pm

· #267856
[ציטאט אראפגענומען]

א דאנק

ווייל אזוי » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:40 am

· #329129
וויל איך יעצט עס דאונלאדען און איך קען נישט עפענען די לינק קען אפשר איינער עס איבערלייגן ?
ןלמצוה גדולה יחשב
בלאט: 1 2 3 4