איז מעגליך אז די אלע אידן וואס זייערע פילטער לאזט נישט אדורך "קאווע שטיבל", זאלן נישט קענען דאונלאוידען דעם פה-סח פי די עף וויבאלד עס ליגט אויפ'ן קאווע שטיבל סערווער?
"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8569
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
אוי, צרות ישראל. זענען דא אזוינע פילטערס וואו דראפ באקס איז שוין אינגאנצן פארשפארט. יא יא אזויווי איר קוקט מיך אן.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
וואס איז מיט אויטאמעיטעד אימעיל?
Didn't read yet but looks like an amazing job. Thanks for all of you that were involved in this project. Can't wait to read about R' Efroyim Zlaznik,
אין אנדערע ווערטער, כדי זאלסט טון א טובה און שרייבן א ווארט מוז ארויס קומען א גאנצע גליון. נישט שיין.
אפשר קען איך אויך האבן דעם קאנטאקט נומער פון דעם קארל און אים א טעקסט טון ווען איך בין אין דער גיסטע?
איינער טעקסט מיר יעצט אזוי:
please go on
<a class="postlink" href="/">http://www.kaveshtiebel.com</a>
and download the pay each gilyin you will see it there on the main page
and print it out for me tnx
אוי ווי זיס איז דאס ניטאמאל ווייסט ער צו וועם ער רעדט ער דארף מיר מסביר זיין וואס דאס איז

מה הואאיינער טעקסט מיר יעצט אזוי:
please go on
<a class="postlink" href="/">http://www.kaveshtiebel.com</a>
and download the pay each gilyin you will see it there on the main page
and print it out for me tnx
אוי ווי זיס איז דאס ניטאמאל ווייסט ער צו וועם ער רעדט ער דארף מיר מסביר זיין וואס דאס איז
יעצט ווייסט איך שוין. 😂
קיינמאל נישט געהערט דעם טייטש אויף פסח (pay each), עס איז א גוט פאסיג ווארט...
באמת האט ער געמיינט pay sach
בלשון פה-סח
בלשון פה-סח
@אנאנים טייערע
מיין דאנק ווערטער פאר דיין ארטיקל זענען עפעס וואס איז אומבאשרייבליך, איך האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געליינט נאכדערצו אין א אידישע שפראך, שכח פאר דיין ארבייט נהנתי מאוד מאוד.
מיין דאנק ווערטער פאר דיין ארטיקל זענען עפעס וואס איז אומבאשרייבליך, איך האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געליינט נאכדערצו אין א אידישע שפראך, שכח פאר דיין ארבייט נהנתי מאוד מאוד.
דו לייענסט עס פאר פסח? איך האלט עס פאר'ן סדר נאכט
איך האב נאר געליינט דעם ארטיקל ווייל עס האט מיך געכאפט פונעם דעקל. און גלייב מיר ווארף אראפ די בעזים און שמאטע פון די האנט און לויף שנעל ליינען דעם ארטיקל. איך האב עס געליינט מיט איין אטעם ווי די עשרת בני המן, עס איז עפעס אומבאשרייבליך וואס דער ראובן ווארפט צוזאם, ידיעות, חכמה, תורה, ממש נתפעל צו ווערן.
מיינט נישט אז אנדערע זענען שוואכער איך האב פשוט נאר דאס שוין געליינט.
מיינט נישט אז אנדערע זענען שוואכער איך האב פשוט נאר דאס שוין געליינט.
@אנאנים, איך האב אויך שוין דורכגעליינט דיין ארטיקל און כ'האב זייער הנאה געהאט, זייער אינטערעסאנט און באלערנד. די קשיות ואיבעיות וואס זענען מיר נאך געבליבן וועל איך מוזן לאזן ווען דו וועסט ארויפלייגן דעם ארטיקל אין שטיבל.
נשתוממתי!!!!! לא יאומן כי יסופר וואס די כח פון א חבורה איז אומשטאנד צו טאן. חילכם לאורייתא!! א מייסטערהאפטע ארבעט.
א גרויסע יישר כח פאר @כוכב און @מה הוא פאר די הערליכע ארבעט אנבעליוועבל!
אבער איך בין דאך א איד מוז איך אריינווארפן א קריטיק אויך!
די ערשטע ארטיקל וואלט געדארפט זיין א שיינע באשרייבונג פון @וועטערבאריכט מיט די פארקעס"ט פאר יו"ט!
אבער איך בין דאך א איד מוז איך אריינווארפן א קריטיק אויך!
די ערשטע ארטיקל וואלט געדארפט זיין א שיינע באשרייבונג פון @וועטערבאריכט מיט די פארקעס"ט פאר יו"ט!
א הערצליכן ייש״כ פאר הני תרי צנתרא דדהבא כמר:
@כוכב ו@מה הוא
ואתם עמם ידי הנאמנים עושי המלאכה
פאר׳ן אהערשטעלן אזא הערליכן העכסט געלונגענעם אויסגאבע,
ועל כולם די אלע מחברים הנשגבים
וועלכע האבן אונז צוגעשטעלט וואונדערליכע לייען מאטעריאל שאין דוגמתם, עלנכ״ה.
בטוחני אז דער זכות פון הנאה וואס עט׳ס האסט פארשאפט פאר די פולע לייענער וועט אוודאי אויך גורם זיין הנאה לכם ולאהובי לבכם, בעולם ולעולם.

יישר כח
איך האב אדורכגעקיקט אין אנגעהויבען צו לייענען דער פסח אויסגאבע עס איז הערליך אין פראפעשינעלי ציזאמענגעשטעלט אין די תוכן איז זעהר גיט. עס איז א שטאלץ פאר מיר צו קענען סערווירען אזא רייכע , געלערענטע אין openminded ציבור מיט מיין דעילי וועטער ריפארטס.
געדענק צו שערן דיינע נעגל מארגן (פאר מצות באקן) 😂 😂
גילוי דעת
להווי ידוע אז דאס קונטרס איז ארויסגעקומען אין שלושת ימי הגבלה צו ערמעגליכן דעם עולם עס צו פרינטן אויפן באלעבוס'נס חשבון, נישט חלילה עס צו ליינען פאר יום טוב, כל הקורא פה-סח בערב פסח כאילו בא על ארוסתו בבית חמיו.
כוכב, מה הוא, ודעימיהם, אן הערכיכע דזשאב וואס איר האט אראפגעלייגט דא, יישר חילכם.
כוכב, מה הוא, ודעימיהם, אן הערכיכע דזשאב וואס איר האט אראפגעלייגט דא, יישר חילכם.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
געגעבען פאר מיין טאטע א קאפי, פרעגט ער מיר ווער געבט עס ארויס? ווייז איך עם אויפן דעקל קאועשטיבעל.
פרעגט ער מיר קאוע שטיבעל פון וועלכע שול?
פארוואס שטייט נישט אויפן דעקל די פולע אדרעס פונעם קאוע שטיבעל?
פרעגט ער מיר קאוע שטיבעל פון וועלכע שול?
פארוואס שטייט נישט אויפן דעקל די פולע אדרעס פונעם קאוע שטיבעל?
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
פלאוויוס: תינוק שלא נפתחו אפרוחיו [emoji106]
טשולדיגט מיר כוכב און אלע אנדערע געטרייע מוציאים פון די היסטארישע פה-סח אויסגאבע, איך בין פלעין דום געפלעפט און צוגענאגלט צו מיין פה-סח אויסגאבע אז איך האב נישט די צייט און פאסיגע ווערטער וואס ענק צו זאגן, ווען איך וועל צוריק אראפרוקן די ברילן וועלכעס ליגט מיר אויפן קאפל וועל איך פרובירן מיך צוזאמענקלויבן און אפגעבן מיין דאנק אין וועלכע פארמאט איהר ווילט נאר...איך וועל שרייבן, רעדן, שרייען, און קוויטשענען...איך וואלט אפילן אריינגעווארפן א סכום הגון פאר די אייביגע הוצאות וואס אזאנע פראיעקטן ברענגען מיט זיך מיט!
[ציטאט אראפגענומען]
ייש"כ. ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז דאס באמת געשריבן גאר אין קורצן, ווען איך האב ווען מער צייט קען איך שרייבן פון יעדן פאראגראף, כאטש א גאנצן בלאט. כ'האף בעז"ה ממשיך צו זיין ווייטער ווי נאר איך באקום רשות פון כוכב ארויפצושטעלן מיין ארטיקל אין שטיבל.
שמעקעדיג? כוכב? זענט איר אויפן קאפ געפאלן?
איך מוז ארויסברענגען מיין ווייטאג און עקספעריענס, אז דאס שרייבען אזא אויסגאבע מיט ניק נעמען איז א קאלאסאלער טאקטישער טעות. איך זעה אזא שיינע היימישע פרומע מאגאזין, נו דרוק איך עס ארויס איך ברענג עס ביי מיין טאטן אין שטוב ערב בדיקת חמץ איך ווייז עם קוק אזא שיינע מאגאזין זיי האבן אפילו אריינגעשטעלט מיינס אן ארטיקל. נו גיט ער א בליק, הייבט אן אזוי צו קרומען מיט די נאז ווער זענען די מענטשען וואס איז דאס כוכב? מה הוא? וואס איז דא בכלל דער פשט. נו, עס איז מיר פארגאנגען דער גאנצער אפעטיט, גיי הייב אן מסביר זיין פארהאן אזא פורום אויפן טריפהנער אינטערנט ווי עס שרייבען היימישע חסידישע יונגעלייט וואס רעדן זיך איין זיי דארפן זיך באהאלטען און דאס זענען די ניק נעמען מיט וואס זיי באנוצען זיך אויף די שרעקליכע אפיקורסות מיט ניבול פה מיט ווער ווייסט וואס גייט דארט פאר אז זיי האבען דער גאנצער קאנספירעסי. אביסעל שכל וואלט איר נאך געמעגט האבען. אויב נישט די אמתע נאמען כאטש שרייבען עפעס נעמען וואס מאכט סענס, ווי עס פירען זיך נארמאלע היימישע אויסגאבעס, זאל שטיין יואל פינקעלשטיין חיים ברוך איידלשטיין וכו' וכו'. שמעקעדיג? געפילטע פיש? וואס? וועלכער פשט האט אזא מין טעות?
איך דארף מודה זיין אז דאס מאל איז עס איבערגעשטיגן קרעטשמע'ס 'קראטש - מיר אויסגאבע.
געפילטע פיש מאכט סתם נישט קיין סענס ווען אזויפיל אידן עסן פאלשע פיש די טעג
האסט א טענה, אויב קוקט מען עס אן ווי עפעס וואס ברויך אפילירן צו א פרעמדע עולם וואס קען נישט ק"ש ביזטו גערעכט. מ'וואלט טאקע געקענט לייגן אנשטאט דעם כ. שטערן, ראובן ראבינאוויטש, ל.ד. נ מאנן, ג. פיש, וכדו'.
לעיקוואד זאגט א גוטע נקודה. די ענטפער ווענד זיך לכאורה אין וואס די ציהל מיט די אויסגאבע איז. איז עס א מתנה פאר לאיעל קאווע שטיבל לייענער און מער ווי א פנימי זאך, אדער פשוט א מארקעטינג טול אריינצוברענגן מער לייענער פאר קאווע שטיבל.
אנגעהויבן צו ליינען היינט, איין ארטיקל שענער פונעם צווייטן, טיפע רעיונות, קלוגע געדאנקען
אומגלויבליך! ממש אומגלויבליך!
👍 פאר גאנץ קאווע שטיבל, און בפרטיות פאר אונזער הויפט מחותן
איך הייב אן בלאשן מיט מיין ארטיקל וואס איז אריינגעפאלן צווישן אזעלכע מייסטערווערק. ווען איך וואלט ווען געוואסט וואס קאווע שטיבל קען... שוין זאל זיין כפרות עוונות...
אומגלויבליך! ממש אומגלויבליך!
👍 פאר גאנץ קאווע שטיבל, און בפרטיות פאר אונזער הויפט מחותן
איך הייב אן בלאשן מיט מיין ארטיקל וואס איז אריינגעפאלן צווישן אזעלכע מייסטערווערק. ווען איך וואלט ווען געוואסט וואס קאווע שטיבל קען... שוין זאל זיין כפרות עוונות...
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
אינטערעסאנט אז אפילו די צייטינגען ניצן ניקלעך מיט דיים'ס, א שטייגער ווי ואיה ואנה, בן זומא ימש סופר ועוד
עס איז נישט די שאלה צו וועם מען אפילירט אדער מארקעט. מ'מעג אמאל טראכטען סתם נארמאל אויך אן אזוינע חשבונות. יעדער איינער דא (עכ"פ רוב..) לעבט אין א מציאות אין א סביבה אין א משפחה אין א בית מדרש אין א חברה וכו', מיר לעבן נישט אויף קאווע שטיבל ווירטואליע. אז איך דרוק א מאגאזין צו ליינען אויף יום טוב איז נאטורליך עס וועט ליגן עס וועלן עס זעהן אנדערע איך וועל עס וועלן משתף זיין פאר משפחה פאר חברים וכו', איך וויל עס קענען דיסקוסירען בין גברא לגברא, וכו', און אזוי האט דאס נישט קיין טעם פשט אדער חן.
נו, זיי משתף, רעד ביים ליינען, ווער לאזט דיר נישט. אבער איך פערזענליך, אפילו ווען איך שרייב ווען מעשיות פונעם ישמח משה, אדער שיינע ווערטלעך פון חתם סופר, וואלט איך אויך נישט געוואלט שרייבן מיין נאמען, כ'בין נישט אינטערעסירט צו הייסן א שרייבער, אדער אז יעדע יוקל פייבוש זאל מיר קומען זאגן הערות בין גברא לגברא. קען זיין ס'איז א מחלה, אבער ס'האט גארנישט מיט קאווע שטיבל איינגעלייגט.
גלייב נישט וואס כזעה, כ׳ראב זיך די אויגן @משה געציל ז״ל האט געלייקט, ממש תחית המתים, וואס פה-סח האט אלץ באוויזען....
האמיר דאך געשמועסט, איך קען איבערזאגען פון ג. פיש בשם דער ישמח משה, נישט פון געפילטע פיש..
לעיקוואד האט א שטארקע נקודה. איך האב געוויזן פאר מיין פאטער ברסלבערס ארטיקל, גראדע דער נאמען ברסלבער מאכט סענס, ספעציעל פאר אזא ארטיקל, אבער נישט די אלע כוכב און געפילטע נעמען.
דאס איז די מעלה פון עקספיריענס. מ'לערנט זיך.
אגב, מיין טאטע האט מיר געפרעגט וואס דיינאוסאורס איז...
דאס איז די מעלה פון עקספיריענס. מ'לערנט זיך.
אגב, מיין טאטע האט מיר געפרעגט וואס דיינאוסאורס איז...
יא, ביי מיר אויך האט @ברסלבער געראטעוועט די זאך, אה דאס האט מיט מהרא"ש, שוין, ער פארשטייט שוין..
אז מ'רעדט פון חן, איז עס גראדע יא זייער בא'חנט אויף דעם אופן פון שרייבן ניקס. נאר פראקטיש איז מסתמא לעיקוואד גערעכט.
נו מיט אזא פענסי נאמן ווי פלאוויוס וואלט איך מיך אויך נישט געשעמט..
הרב @לעיקוואוד, אנטשולדיגט אבער קוק אריין אין א צייטונג פון הונדרעט יאר צוריק, אלע פרומע צייטונגען זענען פול מיט ניק'ס. נישט אז ראובן כ''ץ. אדער שמעון לוי, נאר אחד המדברים, צו תלמיד קטן, אא''וו. ווייז דיין טאטע ווי דער חזו''א האט געשריבען וכדו' און אלע טענות וועלען צופאלען ווערען.
איך וויל מציע זיין נאך אן עצה. מ'זאל ארויף לייגען דער פה-סח אויף createspace.com מ'זאל קענען דרוקען אויף א קונטרס אופן פאר ביליג, און נאך אפשר פארדינען אפאר דאללאר
איך וויל מציע זיין נאך אן עצה. מ'זאל ארויף לייגען דער פה-סח אויף createspace.com מ'זאל קענען דרוקען אויף א קונטרס אופן פאר ביליג, און נאך אפשר פארדינען אפאר דאללאר
איך כאפ נישט דאס איז עפעס א פשעטל וואס מברענגט ראיות מיט דימויים מילתא למילתא? פאקט איז ווי עס איז יעצט האט נישט קיין פשט.
רוב ניק-נעמען ווי אמאל איז נישט געווען קיין סוד ווער דאס איז, אויך נישט דער חזון איש. עס איז געווען א שיינע פען נאמען, נישט א מאדנע מיטל פון זיך באהאלטען. אזויווי לעיקוואד 🙂
רוב ניק-נעמען ווי אמאל איז נישט געווען קיין סוד ווער דאס איז, אויך נישט דער חזון איש. עס איז געווען א שיינע פען נאמען, נישט א מאדנע מיטל פון זיך באהאלטען. אזויווי לעיקוואד 🙂
"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
לעקוואד וואס איז דיין/טאטעס פראבלעם די פאני פען נאמען אדער אז מאיז זיך נישט מגלה ? איך פיל עפעס אז דיך באדערט מער אז מאיז זיך נישט מגלה אין מיט דיין געשליפען צינגעל מאכסטו חוזק פון אונז מיט וואס די קענסט
#שלוםבערגער
#שלוםבערגער
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
סקומט פסח אלעס לויפט צום טאטען זיך אויפווייזען, אז איך ווייז דאס פאר מיין טאטע דארף איך מיך איינלאדענען ביי ברוך מאשקעוויטש צום סדר
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
סדא ליין מאטריאל וואס איז רעקאמאנדעד פאר עלטער פון 18 אדיר 21. שרייב פה-סח דעקעל געמאכט פאר אינגער ווי 40 און פטור מיט אלע טאטעס פראבלעמען.
האב איך שוין מסיים געווען דעם פה-סח
יעצט קען מען אנהייבן מיט'ן טיילן לייקס און הערות
יעצט קען מען אנהייבן מיט'ן טיילן לייקס און הערות
מוהרא"ש - ברסלבער
@ברסלבער, ברזל! איך בין אנגעקומען צו לייענען בלויז דיין מהרא"ש ארטיק'ל. אויסערגעווענדליך גוט און הארציג געשריבן. דו ברענגסט גוט ארויס וויאזוי ברסלב האט געקוקט אויף איהם לעומת וויאזוי ער אליינס האט געקוקט אויף זיך, און דו צייכנסט אן דעם גורם פאר זיין זעלבסשטענדיגע מהלך. אגב, אין איינער פון די פסח'דיגע פיקטשער רבנים מאגאזינען האב איך געזעהן א בילד פון מהרא"ש אלץ בחור, נאך וואס דו שרייבט איבער זיינע יונגע יארן זעהט זיך דער בילד אנדערש.
יישר כוח!
יישר כוח!
כוכב, א ריזיג יישר כח פאר דיין געוואלדיגער ארבעט, א פראיעקט שאדם אוכל פירותיו בעולם הזה. נישט נארמאל וואס דארט טוט זיך. כה לחי, שכח נאכאמאל.
כ'האב למעשה געלייענט בערך האלב. כ'זע נישט זיין ארטיקל דא אין שטיבל, כ'האב אבער געוואלט גיבן א קאמפלימענט פאר דעם ניק "געוואלדיג". שמך נאה לך ואתה נאה לשמך. כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל "די טעכניק פונעם שלאנג". שוין לאנג נישט געהערט א משל וואס זאל עקשעלי גיבן צו פארשטיין דעם נמשל. שכח פלאוויוס פאר'ן רעדאגירן, די ריכטיגע גראמאטיק האט צוגעגעבן צו דער פליסיגקייט פון לייענען.

פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק א'
קודם כל פארשטייציך א גרויסן ייש"כ פאר "כוכב" און "מה הוא" פאר די אבסאלוט אויסטערלישע און פראפעשינאל דזשאב. ימים על ימי כוכב/מה הוא תוסיף.....
איך וועל שרייבן לויט מיינע פערזענליכע געפילן און האף נישט צו פוגע זיין אין קיינעם.
למען תספר
1) די צושטערטע שבת הגדול דרשה
מייסטערפול געשריבען מיט אן אמת וואס וואלט געמעגט ארויסגעברענגט ווערן סאך אפטער.
2) דער טעם הכמוס פון צאנזער רב אויף "מאשין מצות"
נאר אנגעכאפט אפס קצהו. אפשר מחמת חוסר מקום אבער וואלט געקענט געדעקט ווערן רייכער
3)מנהג געבראקטס
זייער באלערנד. האט בארייכערט מיינע ידיעות אין דעם ענין
4) פסח על שום מה?
I got the point.
אבער דער ארטיקל פליט אין די הויכע ספערן און פארלאנגט צופיל פאר רואיגע ליין מאטריאל
5)כל המרבה לספר
געוואלדיג!!! ברענגט ארויס דער מצוה במלא הדרה. אילו זכיתי וואלט איך דעס געליינט ערב פסח. ס'וואלט געטוישט דער גאנצער סדר.
6)והגדת לבנך
ברענגט ארויס דער אמונה פשוטה פאר יעדער אין סיי וועלכע מדרגה צו רילעיטן
7)איינדרוקן פון פסח
Great point