☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מערץ 18 2012 - 2015 - שיתא אלפא תגובתא וחד חריב.

מערץ 18 2012 - 2015 - שיתא אלפא תגובתא וחד חריב.

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8442

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 15, 2015 9:02 pm

· #258763
מערץ 18 2012 - 2015 - שיתא אלפא תגובתא וחד חריב.
דא לדא נקשן, ווען מ'קוקט אויף צוריק - ס'ווערט גאנצע 3 יאר פון ווען "קאווע טרינקער" האט זיך איינגעשריבן דא אין קאווע שטיבל - ס'כאפט א שוידער. שוין פון לאנג ווירבעלען מיינע געדאנקען איבער וואס צו שרייבן לכבוד דעם זעקס טויזענטסטע תגובה. געטראכט האב איך צו מאכן אזא שטיקל משנה תורה, א שנעלע חזרה איבער מיינע גרעסערע תגובות, מיינע קינות'ן און נביאות'ן, קווענקעלנישען, שיעורים אין קול מבשר און אנאליזען אויף אחב"י האשכנזים, מילקשעיקער'ס חידו"ת און סיפורים פון צדיקים בדוים. האב איך דען די צייט איבערצוגיין 6000 תגובות צו זיך דערמאנען מיינע אלטע / צייטווייליגע שיטות און שטיות? - מצד שני, שרייבן עפעס ניי איז אויך נישט אזא לייכטע זאך. איבער וואס האב איך נאך נישט געשריבן? מוסדות / תקנות? סודות פון בית שמש? אנשיל'ס שמייכל? א.א.וו. - בא הכתוב השלישי, איין זאך קען איך אייך צווויסען טוהן בגדר צוואה: זאג נישט קיינעם ווער דו ביסט. קיינער קען נישט באהאלטן דיין אידענטיטעט אזוי גוט און געטריי ווי דו אליינס.

כוכב » זונטאג מערץ 15, 2015 10:04 pm

· #258784
גילוי איז א פארשאלטענע מכה אשר לא כתובה בתורה, און די אידענטיטעט פון די ניקים איז די באליבסטע טאפיק אין אישי,הענגאוט וואטסעפפ וכו'. בראשית דרכי האב איך נישט אזוי פארשטאנען דעם חומר הענין (ליין: געליטן אויף די אייגענע הויט) האב איך אויך געקענט אויסדרוקן אן אינטערעסע ואת חטאי אני מזכיר היום. היינט פארשטאפ איך מיך די אויער ווען איינער וויל דיסקוטירן אידענטיטעטן. יענער איז א בור ברשות הרבים און אזא איינער ווערט געבלאקט פון מיינע הענגאוטס.
שמע בני, דערווייל איז נישטא קיין אנדערע עצה ווי מיטנעמען דעם סוד אין קבר, וכן אני נוהג.

שמערל » זונטאג מערץ 15, 2015 10:17 pm

· #258790
.

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 15, 2015 10:58 pm

· #258800
בא @קאווע טרינקער, והעמידן על אחת...

וואטעווער הוגה'ס אג'ענדע איז געווען מיט'ן אויסארבעטן ק"ן טעמים לטהר גילוי (גילוי עצמית), איז קאווע טרינקער'ס דברים פשוטים, מיט @כוכב'ס חיזוק, פיל שטערקער.

א ווארט וואס גייט ארויס פון מויל קען מען נישט צוריקשטעלן, ואת הנעשה אין להשיב. מיר זענען דא צו פארברענגען רואיג און מיט פרידען, נישט צו איבערדרייען עסטעבלישמענט און אנמאכען א דזשיהאד.

זאל זיך יעדער טרעפן זיין מויזלאך פון ווי צו שעפן רואיגקייט און אנגענעמע פארברענגען, און זאל יעדער נאכדעם צוריקגיין איש תחת גפנו ואיש תחת תאינתו, בהסתרה שבתוך הסתרה על דעת אל המסתתר בשפריר חביון, ויושב בסתר עליון.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 15, 2015 11:16 pm

· #258810
כוכב
גילוי איז א פארשאלטענע מכה אשר לא כתובה בתורה


שטייט יא, לא תגלה ערותך (שמות, כ', כג ).

אויסלייזער » זונטאג מערץ 15, 2015 11:54 pm

· #258854
קאווע טרינקער
געטראכט האב איך צו מאכן אזא שטיקל משנה תורה, א שנעלע חזרה איבער מיינע גרעסערע תגובות, מיינע קינות'ן און נביאות'ן, קווענקעלנישען, שיעורים אין קול מבשר און אנאליזען אויף אחב"י האשכנזים, מילקשעיקער'ס חידו"ת און סיפורים פון צדיקים בדוים. האב איך דען די צייט איבערצוגיין 6000 תגובות צו זיך דערמאנען מיינע אלטע / צייטווייליגע שיטות און שטיות? - מצד שני, שרייבן עפעס ניי איז אויך נישט אזא לייכטע זאך. איבער וואס האב איך נאך נישט געשריבן? מוסדות / תקנות? סודות פון בית שמש? אנשיל'ס שמייכל? א.א.וו.

איך פארשטיי נישט קיין ווארט

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:03 am

· #258868
.

אויסלייזער » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:05 am

· #258869
איך בין טאקע נישט ניי. אבער אלץ געהאט לימיטעט עקסעס.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 16, 2015 10:22 am

· #258936
מזל טוב @קאווע טרינקער צו די 6000 תגובות כולם שוים לטובה. איך האף אז די בגדר צוואה מיינט נישט ח"ו אז דו גייסט אונז פארלאזן, ויה"ר דו זאלסט אונז ווייטער מהנה זיין און מיר זאלן דיר מהנה זיין.
לגוף הענין מיין איך אז יעדער האלט די זעלבע זאך. עס גייט אריין אין די נושא פון וואס ונבנתה העיר האט געשריבן הנאה/צער - בחירה. הוגה ודעימיה האבן דורכגעטראכט די נושא און עס איז אים אויסגעקומען אז די ס"ה וועט זיין הנאה, און קאווע טרינקער ודעימיה האבן געהאט אן אנדער סך הכל, לכאורה ווענדט זיך יעדער מענטש באזונדער לויט זיינע אומשטענדען אויב עס לוינט זיך אים יא גילוי אדער נישט, קיינער קען נישט רעדן פאר א צווייטן.

ווען קאווע טרינקער וואלט זיך כאטש מגלה געווען פאר זיין ווייב און קינדער, וואלטן מיר אפשר זוכה געווען צו דעם...
📎 MT.jpg