☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!

ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!

121 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8416
בלאט: 1 2 3

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:39 pm

· #258032
ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
מיט כבוד, עהרע און געזאנג צום אלמעכטיגן טוען מיר עפענען די טויערן צו דער רעדאקציע פון "פה-סח", אונטער'ן סלאגאן: דאס פרייהייט פון ווארט! די קאווע שטיבל אויסגאבע צום בעפארשטייענדן חג הגאולה שנת תשע"ה.
פאלגנד זענען די יעצטיגע פלענער און שטאטוטן פון דעם קאמפיין:

א) דער ציל איז אהערצושטעלן אן ערשטקלאסיגער מאגאזין מיט רייכע רובריקן און קאלומס וואס וועט ארויסגעשטעלט ווערן אין א ווירטואלן פארמאט לכבוד יו"ט.

ב) וויכטיגע באמערקונג: דאס איז אן ערשטמאליגער פראיעקט און פאדערט זיך דער קאלעקטיווער צוזאמענארבעט פון דעם גאנצן ציבור. אן דער מיטארבעט פון כל יחיד ויחיד פון אונזערע חברים מקשיבים, יעדער לויט זיינע געבענטשטע יכולת, איז נישטא קיין שום גאראנטי פאר סוקסעס. ביטע דאס נישט נעמען לייכט.

ג) די מערכת נעמט אן ארטיקלען פון היינט און ווייטער. אויב וועט זיך אויספעלן צו רעדאגירן אן ארטיקל קען דער מחבר פארלאנגען אז זיין ארטיקל זאל צוריקגעשיקט ווערן פאר באשטעטיגונג.

ד) צו האלטן די קוואליטעט די העכסטע שייך קען מען זיך נישט מתחייב זיין אריינצושטעלן אלע ארטיקלען וואס וועלן אריינגעשיקט ווערן. די אלע ארטיקלען וואס וועלן אפגעזאגט ווערן וועלן באלד ארויסגעשטעלט ווערן אין שטיבל אונטער'ן "פה-סח" קאמפיין טעמע.

ה) די אויסגאבע איז געווידמעט פאר פרישע חומר. אן ארטיקל וואס ערשיינט אויפ'ן נעץ בעפאר דעם מאגאזין וועט אויטאמאטיש ארויספאלן

ו) דער ציל איז אהערצושטעלן א רייכע אויסוואלן פון ארטיקלען איבער א רייע אינטעלעקטועלע נושאים ווי יהדות, השקפה, טעכנאלאגיע, וויסנשאפט, מוזיק, קורת ימי הדורות, הומאר און פעליטאן, היסטאריע און אנשי שם, און נאך.
צוליב וואס דער מאגאזין צילט צו אפעלירן צו א ברייטערן אלגעמיינעם ציבור און בכדי צו האלטן דעם ניווא פון דעם מאגאזין הויך און זעלבסטצייטיג שווה לכל נפש, ווערן אומקריעטיווע אנטי-סיסטעם סענטימענטן, רענטס און עקסטרעם קאנטרעווערסיאלע העמק-דבר ארטיקלען נישט בעפארציגט. א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

ז) דער נאמען פון דער אויסגאבע וועט זיין "פה-סח", וואס קען נישט זיין מער פאסיג לכבוד דעם חג החירות וואס -- ווי ערווענט אין קלאסישע ספרי דרוש ואגדה – איז דער דיבור ארויס פון גלות און איז די פאסיגע טעמע פאר אונזער ציל, צו געבן דאס פרייהייט פונעם ערליכן חרדישן און אינטעלעקטועלן ווארט פאר די וואס קענען דאס ליידער נישט געפינען ערגעץ אנדערש.

ח) מיר האבן מיט אונז א פראפעסיאנאלער גראפיקער הלוא הוא ידידינו עוז אונזער נייער ידיד @מה הוא וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן אלע גראפיקס אנגעלעגנהייטן. ברם, צוליב די אנגעצויגענע ערב פסח צייט האט דער גראפיסט געבעטן אז מ'זאל אים געבן מינימום א וואך צייט צוצושטעלן די ארבעט. דעריבער בעטן מיר פון אלע חשוב'ע שרייבער אריינצושיקן אייערע מאטעריאל ווי אמשנעלסטנס. לייגט דאס נישט אפ אויף דער לעצטער מינוט, ויפה שעה אחת קודם.

ט) דער פלאן לויטעט אז דער ווירטואלער מאגאזין וועט ערשיינען דינסטאג פאר יו"ט. ביטע אריינשיקן אלע ארטיקלען מינימום ביז שפעטסטנס מיטוואך ערב שבת הגדול.

י) סיי וואס פאר אן ארטיקל אין סיי וואס פאר א פארמאט, נושא, אדער לענג, ווערט הערצליך ענטפאנגען און באגריסט, און וועט ערנסט באטראכט ווערן אלס קאנדידאט אריינגעשטעלט צו ווערן אין דער אויסגאבע אויב וועט עס געפינען ווערן פאסיג דורך דער הנהלה. ווי פארשטענדליך וועט דער אויסוואל זיין באזירט אויף דעם רעלאטיוו פון דעם חומר וואס מיר וועלן ערהאלטן.

יא) א מתן שכרה בצדה פון פערציג דאלער קעש וועט געשיקט ווערן אין פעיפאל פאר די ערשטע צען שרייבער פון הויכער קוואליטעט, וואס זייערע ארטיקלען וועלן אנגענומען ווערן אין "פה-סח". די ארטיקלען דארפן נאכקומען די פאלגנדע פארשריפטן: א. קוואליטעט זאל זיין גענוג הויך ווי עס פאסט פאר א פובליצירטער מאגאזין, און זאל נישט דארפן מער ווי מינימאלע הגה. ב. דער ארטיקל זאל ענטהאלטן 5000 קערעקטערס אדער מער (אויב ס'פארמאגט אויך אריגינעלע דאקומענטן/בילדער קען געמאלט זיין קורצער).

יב) עס וועט געפארעמט ווערן א קאמיטע פון רעדאגירער, פאר וועלכע עס וועט געעפענט ווערן דעם "שרייב טישל" פארום, צו פארלייכטערן די צוזאמענארבעט. די מערכת טוט איינלאדענען סיי ווער עס איז באהאוונט אין אידיש-גראמאטיק ארויסצוהעלפן מיט דער רעדאגירונג. א פערזענליכע איינלאדענונג ווערט ארויסגעשיקט פאר @פלאוויוס און @יאיר, מיר קוקן ארויס פאר אייער הילף און קאאפעראציע

יג) ווי געשריבן פון אנהויב, די מערכת קענען נאר טון די השתדלות! מיר בעטן יעדן יחיד, שארצט אייך ארויף דעם ארבל און שטעלט אהער א שיינעם ארטיקל אדער צוויי לכבוד דעם "פה-סח" און נאר אזוי וועלן מיר קענען עררייכן דעם געגארטן ערפאלג.

יד) מיר באדאנקען זיך פון פאראויס פאר סיי וואס פאר א הילפס-אנבאט. ווער עס איז וויליג צוזאמצונעמען פון אלטן חומר פאר א סאפלומענט און דאס גלייכן איז העפליך געלאדנט.

טו) הגם מיר האבן נישט דא קיין ביזנעס אינטערעסן, אבער אויב ווילט איר אדווערטייזן אייער ביזנעס אין אונזער מאגאזין ביטע זיך ווענדן אין אישי.

טז) דער גראפיקער איז גרייט, די רעדאקציע איז גרייט, כוכב איז דערביי, יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בידך. זייט מקיים דעם "אם אין אני לי מי לי". מיר ווארטן פאר "אייער" ארטיקל, ואל תאמר לכשאפנה אשנה.

זאל דאס אידישע שריפט דערגרייכן א נייער פרעצעדענט, ושתשרה שכינה במעשה ידינו.

דער כבוד און פארגעניגן איז אינגאנצן מיין,
כוכב

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:49 pm

· #258039
דאס גייט ארויס גיין צום ברייטן גאס?

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:58 pm

· #258044
לית דין בר נש
דאס גייט ארויס גיין צום ברייטן גאס?

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 4:10 pm

· #258049
כ'פארשטיי נישט די שאלה. עס וועט זיין א דאונלאוד וכל דכפין יתי ויפ-סח.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 11, 2015 4:12 pm

· #258051
ס'האט עפעס אויסגעזען פון דיינע ווערטער ווי ס'וועט ארויסקומען אין א עכטן באנד פארשפרייט אין געשעפטן.

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 4:17 pm

· #258055
ט) דער פלאן לויטעט אז דער ווירטואלער מאגאזין וועט ערשיינען דינסטאג פאר יו"ט. ביטע אריינשיקן אלע ארטיקלען מינימום ביז שפעטסטנס מיטוואך ערב שבת הגדול.

מה הוא » מיטוואך מערץ 11, 2015 4:41 pm

· #258059
עליכם השלום!
מיר האבן שוין אנגעהויבן מיט די ארבעט און לויט ווי עס קוקט אויס איז @כוכב גרייט מיט פילן אימפעט אז עס זאל זיין א דבר השלום
און מיר האפן אי"ה פון אונזער זייט אויך צוצוהעלפן לאמיר האפן אז מיר וועלן עס קענען באשיינען

בן נריהו » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:13 pm

· #258067
דאס געשריבענע ווערק, פארענדיגט, ווי - ביטע - זאל מען עס שיקען?

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:14 pm

· #258068
@כוכב,

מען נעמט בלויז אן קוואליטעט פון א הויכע כעליבאר?

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:17 pm

· #258071
מ'נעמט אן ארטיקלען פון סיי וועלכן קאליבער און אויב איז עס ראוי לדפוס וויט עס אריינגיין אינעם מאגאזין. באצאלן וועט מען אבער נאר פאר הויכע קוואליטעט לויט'ן פארלאנג פונעם ספאנסאר.
גלייכצייטיג טוען מיר באגריסן אונזער הויפט רעדאקטאר @פישלע העררינג וואס מיט זיינע גאלדענע כשרונות טוט פיל ביישטייערן צום פראיעקט.

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 7:56 pm

· #258098
מיר טון זיך באדאנקען פאר א חשובער חבר וואס איז געווען דער המתחיל במצוה און אריינגעשיקט א מעגא ארטיקל.
מיר טון זיך באדאנקען פאר ברסלבער פאר'ן זיך אונטערנעמען בלי"נ א ארטיקל מיט זיין גאט געבענטשן פעדער.
א הערצליכן דאנק פאר אפטעמיסט וואס אויסער וואס ער איז א געטרייער חבר המערכת, האט ער זיך אונטערגענומען אן ארטיקל.

פלאוויוס » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:14 pm

· #258112
דער געדאנק איז א הערליכער. קומט זיך א מעדאל פאר די אחראים.

א דאנק @כוכב פאר דער פערזענליכער איינלאדונג. איך וועל פרובירן צו העלפן מיט וואס איך קען.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:15 pm

· #258113
כדי עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתוקן קלער איך אז מען זאל אויסטיילן פארשידענע קאטעגאריעס פון שרייב ווערק. צום ביישפיל, הגות בעניני יהדות, פיקציע, פאעזיע, וכדו', אזוי אז עס זאל זיין א ווערייעטי פון אלע סארטן זאכן. אויסער דעם קלער אז דאס וועט געבן אן ערנסטקייט פאר דער זאך אויב יעדער זאל פון פאראויס אריינגעבן דעם נושא וואס ער גייט שרייבן, און יעדער זאל שרייבן בלויז איין ארטיקל, אזוי וועט מען שרייבן מיט מער ישוב הדעת, נישט זיצן אין ביה"כ און אפקאטשקען עפעס.

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:29 pm

· #258115
יאיר, איך בין מסכים הונדערט פראצענט אבער דא עקב אז beggars can't b chosers. אלעס ווענדט זיך אינעם ציבור. פון מיין זייט וועט זיכער נישט זיין קיין צוריק האלט אהערצושטעלן דעם שענסטן דבר נאה ומתקבל ,און זייט וויסן מיר האבן א פראפעסיאנאלן גראפיסט צו דער רעכטער היינט.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:33 pm

· #258116
אויף דעם לערנען אונז שוין חז"ל טוב מעט בכונה מהרבה שלא בכונה. אויסער ביי די כת הידוע וואס זענען ליידער מפקפק אין כמה מאמרי חז"ל און זעען אן ענין אין אנפילן הויכעשטאקיגע פארענטשעס מיט וואס מער פלייש.
נאכמער, מען דארף דאך שטעלן עפעס א ביישפיל וואס דאס מיינט ליטעראטור און וואס איז דער חילוק צווישן א זיסער וויץ וואס איז פאסיג צו אויסלופטערן אויף א פארום און אן ערנסטער מאמר וואס באלאנגט צו ווערן פאבליצירט אין א מאגאזין פארמאט. כאטש איך פארשטיי אז דאס מיינט חלילה אז מען אנערקענט אז שלום בערגער האט א שטיקל פוינט.

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:46 pm

· #258119
יז) מיר בעטן אלע חשוב'ע חברים צו נעמען די ווערטער פון אונזער רעדאקטאר יאיר אין ערנסטנסטנס באטראכט.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:52 pm

· #258120
העי, באטיטל מיר נישט אלס רעדאקטאר. איך האב קיינמאל נישט אנגענומען דעם כיבוד.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:59 pm

· #258122
איך טראכט פון אן ארטיקל איבער די סוגיא פון אריזאנע מאשין מצות און קם ליה בדרבה מיניה

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:01 pm

· #258125
נישט אונטעררייסען כוכב' ס פראיעקטען. הגבאים.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:05 pm

· #258126
😂

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:10 pm

· #258133
געב אכטונג פון גילוי יעצט ווייסן מיר שוין אז דו האסט א עקס שוואגער (אדער נישט)

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:48 pm

· #258152
.

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:00 pm

· #258160
קוקטס ווי ער פאקט איין פאר גילוי...

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:03 pm

· #258162
.

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:05 pm

· #258163
בכל אופן, האבן מיר שוין קעגנערשאפט אויך, עס הויבט אן שמעקן פון א רעאליטאט.

קאצקע ציקער » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:13 pm

· #258167
באמת א שיינעם דאנק הרב כוכב wow!!

כוכב » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:32 am

· #258253
א ישר כח פאר שמערל פאר זיין וויליגקייט צו שרייבן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר אנאנים פאר'ן זיך אונטערנעמען אן ארטיקל.

כוכב » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 6:23 pm

· #258315
יש'כ בן נוריה - א הארציגן.
טענקס קינד און קייט.

פליקער » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 8:37 pm

· #258341
ני אז מען טאר נישט האקן אויפן סיסטעים, בין איך אuט, אז איך מעיג אראפ פליקן הסיסטעים בין איך אין פאר א פייערדיג'ס

כוכב » פרייטאג מערץ 13, 2015 7:29 am

· #258410
יש''כ ונבנתה פאר'ן אריינשיקן אייער וואונדער ווערק
א דאנק אייך סמבטיון פאר אייער וויליגקייט צו שרייבן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר בן תמליון פאר אייער ארטיקל.

כוכב » פרייטאג מערץ 13, 2015 10:10 am

· #258423
ביטע נישט אריינשיקן קיין ארטיקלען אין אישי. עס פארשווערט די ארבעט. אלע ארטיקלען זאלן אריינגעשיקט ווערן אין א ווארד פייל. פאר אן אימעיל אדרעס ווענדט אייך אין אישי.

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 13, 2015 10:16 am

· #258424
כוכב
ביטע נישט אריינשיקן קיין ארטיקלען אין אישי. עס פארשווערט די ארבעט. אלע ארטיקלען זאלן אריינגעשיקט ווערן אין א ווארד פייל. פאר אן אימעיל אדרעס ווענדט אייך אין אישי.

@כוכב, קומען נישט מיט אפאר אידענטיפייאינג פראפערטיס ווען מען שיקט א וואורד פייל? נישט יעדער האט די גדלות המוחין פון לעיקוואד.

כוכב » פרייטאג מערץ 13, 2015 10:31 am

· #258426
רוב מענטשן האבן נישט זייער קאמפיוטער ביים נאמען.
ביי שושנים געדענק איך נישט עס זאל זיין א גילוי פראבלעם. קיינער האט נישט ארויפגעברענגט דעם קאנסערן.
דאס קענט איר זיין זיכער אז די מערכת פון "פה-סח" וועט נישט גרובלען אין אייער אידענטיטעט. ניטאמאל איז דא די צייט דערפאר...

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 13, 2015 10:34 am

· #258428
כוכב
רוב מענטשן האבן נישט זייער קאמפיוטער ביים נאמען.
ביי שושנים געדענק איך נישט עס זאל זיין א גילוי פראבלעם. קיינער האט נישט ארויפגעברענגט דעם קאנסערן.
דאס קענט איר זיין זיכער אז די מערכת פון "פה-סח" וועט נישט גרובלען אין אייער אידענטיטעט. ניטאמאל איז דא די צייט דערפאר...

"איך" שיק עס נאר אין אישי. זאג מיך אויב דו עקסעפטס עס. 🙄

כוכב » פרייטאג מערץ 13, 2015 10:37 am

· #258429
בסדר. אבער ווער עס קען זאל שיקן אין ווארד.

גדעון » פרייטאג מערץ 13, 2015 12:07 pm

· #258439
הער גאוס גדעון עגעין..

בקשה צו די ארויסגעבער, ביטע נישט אנפילן אפאר הינדערט בלעטער מיט ברייטע בארדערס מיט בעקגראונד בילדער.

איך מיין אז רוב עולם וויל עס ארויספרינטן צו ליינען און יום טוב, ענדערש זאל עס זיין ווייניגער בלעטער מיט ווייניגער גרעפיקס עס זאל נישט נעמען א האלבע שעה עס ארויסצופרינטן און אויסליידיגן דעם טאנער.

שכח

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 13, 2015 12:30 pm

· #258441
איך וואלט פארגעשלאגן מ'זאל עס לכתחילה דרוקן "שערים" סטייל (צוויי קאלומס) אזוי מ'זאל עס קענען צעשניידן אדער איינבייגן אין העלפט און אריינפאסן אין בעקישע בוזעם קעשענע.

פישלע העררינג » מוצ"ש מערץ 14, 2015 11:53 pm

· #258564
@כוכב, אדווערטייזינג איז טאקע אן אפשען?

כוכב » זונטאג מערץ 15, 2015 12:02 am

· #258570
יא.

כוכב » זונטאג מערץ 15, 2015 12:03 am

· #258571
יש"כ געוואלדיג פאר'ן זיך אנטראגן צו שרייבן אן ארטיק'ל.

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 15, 2015 12:07 am

· #258573
כוכב
יא.

מה יקר?

כוכב » זונטאג מערץ 15, 2015 12:16 am

· #258578
וויפיל דו ווילסט צאלן. איך האב נישט קיין הוצאות אויף דער מינוט. די תשלומין אויף די שרייבער ליגט נישט אויף מיר. דאס געלט וועט מסתמא גיין פאר'ן גראפיקער אויב ער וועט מסכים זיין צו נעמען. אז נישט וועט מען אפשר געבן גרעסערע סכומים פאר די שרייבער.

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 15, 2015 12:23 am

· #258585
כוכב
וויפיל דו ווילסט צאלן. איך האב נישט קיין הוצאות אויף דער מינוט. די תשלומין אויף די שרייבער ליגט נישט אויף מיר. דאס געלט וועט מסתמא גיין פאר'ן גראפיקער אויב ער וועט מסכים זיין צו נעמען. אז נישט וועט מען אפשר געבן גרעסערע סכומים פאר די שרייבער.

קען איך אלזא צאלען מיט אן ארטיק'ל?

כוכב » זונטאג מערץ 15, 2015 9:38 am

· #258636
קום אין אישי.

א ישר כח נופת צופים פאר'ן אנטראגן אייער גרייטקייט צו שרייבן אן ארטיקל.

כוכב » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:14 pm

· #258953
א ישר כח פאר אור מופלא רום מעלה הרב יצחק לאווי פאר'ן אנטראגן צו שרייבן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר עזריאל און א איד פארן אפפערן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר געפילטע פיש פאר אייער גרייטקייט צו שרייבן אן ארטיקל.
א ישר כח פאר'ן מייסטער רעדאקטאר און נחשון לדבר מצוה פישלע העררינג פארן אונז געבן דעם כבוד צו פאבליצירן זיינע טאלאנטפולע ווערק.

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:37 pm

· #258957
לץ. קומט נישט צו צו א "אור מופלא, רום המעלה", אבער כ'על סעטטלען אויף דעס.

כוכב » מאנטאג מערץ 16, 2015 2:24 pm

· #258974
ניין. סורפרייז.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 16, 2015 3:57 pm

· #258992
ווילאנג איך בין מיך נישט מגלה בין איך נישט אור מופלא רום מעלה און איינמאל יא ווער איך דעמאלטס, וויאזוי ארבעט דאס?

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 17, 2015 1:19 pm

· #259242
בקשה צו די טייערע מיטגלידער פון קאווע שטיבל, כאבה"י!
ידידנו רעב @כוכב איז אונטער אומגעהויערע סטרעסס מפני כובד המלאכה, נעם איך איבער זיין מעגאפאן פאר אפאר מינוט, בשליחותו.

1) די פה-סח רעדאקציע איז גרייט אנצונעמען אנאנסען, פאר א מיניאלע אפצאהל.

- די עד וועט געזעהן ווערן דורך פי-עשר פון וויפיהל באזוכער עס זענען דא.

- די עד מוז נישט קומען דוקא פון א קאווע שטיבל עפיליעיט... קענסט איינער וואס זוכט עקספאוזשער ביים עולם? רעד איהם צו!

- די אינקאם וועט גענוצט ווערן צו שענקן א מתנה פאר'ן גראפיקער, און צו פארשענערן און פארבעסערן די ניווא פון די סחורה.

- די רעדאקציע איז פלעקסיבל, שיק א אישי אדער אימעיל פאר כוכב'ן און ער וועט זיך דורכקומען מיט דיך.



2) מיר בעטן נאכאמאהל פון די חשוב'ער חברים וועלכע קענען האלטן א פעדער, און האבן שיינע עניינים צו באשרייבען, אל תמנע טוב, נעם זיך די פאר מינוט אפצושרייבען עפעס שיין און שיק עס אריין.

- די רעדאקציע האט א שטאב פון רעדאגירער וועלעכע וועלן דיך צוהעלפן אז אפילו דאס ואס דו שרייבסט שנעל זאל אויסגעפוצט ווערן לבסוף.

- די סחורה וואס אי שוין אריינגעקומען זענען העכסט אינטרעסאנט, שיין, באטעם'ט, און רואיג. נישטא קיינע רענטס, באקגלאגענישן און אזוי ווייטער. עס וועט זיין א שטארקע נשיאת חן אי"ה, און ווער א חלק דערפון וואס פריער.


הכו"ח בשם כוכב

פישלע

כוכב » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:01 pm

· #259281
ישר כח סמבטיון פאר אננעמען אן ארטיקל.

חברה, מרעדט דא פון סיריעס ביזנעס, דער גראפיקער מאכט אן ערשט קלאסיגע ארבעט, סקוןמט אריין הערליכע סחורה.
איילט אייך צו מיט אייער ארטיקל צו פארזיכערן א פלאץ אינעם מעגא מאגאזין פה-סח.



@יאיר
@רויטע וואנצעס
@מאראנצןזאפט
@גימפל
@איך אויך
@מאטי
@יואב
@הציץ ונפגע
@אנאנים
@שפתים ישק
@מוזיקאנט
@נח געציל
@יין שרף
@רוח קדים
@מצטמק ויפה
@הערשי
@מנחם
@גנדי
@נהורא נפישא

פארוואס איז אייער נאמען נאכנישט אין דעם אשכול?

איך האב נישט קיין צייט זיך צו ווענדן צו יעדן פערזענליך. איך בעט אייך ברחמים חוסו על כוחי ועל זמני און זייט מקיים דעם טרם יקרא ואני אענה.
א דאנק פון פאראויס.
ווער עס קען ארויסהעלפן מיט די פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן, אפילו א קליינע נדבה, זאל זיך ווענדן אין אישי
בלאט: 1 2 3