פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8545
פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
חוסו עלי.
שיקטס אריין אייערע ארטיקלען. ווארטס נישט אויפ'ן דעדליין. מיר מוזן אנקומען מיט די ארבעט. נא ונא.
די רעדאקציע ערווארט לעצט מינוטיגע ארטיקלען לעת עתה פון:
@בן תמליון,
@ברסלבער, @אנאנים,
@געפילטע פיש,
@שמערל, און
@קינד_אן_קייטביטע מעלדט דא צו רעזערווירן אן ארט.
מאך פלאץ פאר מיר
לעצט מינוטיגע ארטיקלען ווערן אויך ערווארט פון
@פישלע העררינג,
@בן נריהו,
@איש עברי און
@קאווע טרינקער.
Re: פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
איך ענדארס אן ארטיקל פון @בן נריהו
פה-סח וועט נישט זיין בשלימות אן דעם.
נופת צופיםאיך ענדארס אן ארטיקל פון @בן נריהו
פה-סח וועט נישט זיין בשלימות אן דעם.
אפשר וועט לאזן ער זיך וויסן פון ווי שטאמען ער קימט
@בענזשעמין פרענקעל האט געשריבן אן ארטיקעל אדער האט ער זיך אפ געשניטען זײן בארד?
קאצקע ציקערנופת צופיםאיך ענדארס אן ארטיקל פון @בן נריהו
פה-סח וועט נישט זיין בשלימות אן דעם.
אפשר וועט לאזן ער זיך וויסן פון ווי שטאמען ער קימט
אינטרעסאנט איז זי נישט - מיין לעבנס געשיכטע. שטאמען שטאמט א מענטש - פון דאס וואס לעבהאפט עם עס גיבט. ווען א צווייגעלע אין א מוטער בוים ווערט איבערגעפלאנצט - איר שטאם איז זיין שטאם. מוז מען - פרעג איך - ווארטען ביז מען ווערט איבערפלאנצט? זיך נעמען אן אייגן שטאם קען זיך יעדער - זאל ער זיך נאר איבערפלאנצען.
Re: פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
און פון ווי זיין אידישע שפראך געלערנט האט ער זיך
Re: פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
שרייבן אינע'ם גליון - נישט יעדער קען - נעמט ביטע די שרייב ווערק - בעהט איך - און טוהט אריבערפלאנצן - צו די מערכת - א שטיקל א שיינע
נייגעריג דאס מענטשהייט איז - וויסנשאפט זאמלז זי - באגערט צו וויסן - די אויסשפראך אייערע קומט צו אייך פון וואו.
Re: פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
וויסן זאלט איר אלע איך בין אין לאוו מיט @בן נריהו.
נעה, כ'האב מיך שוין פאררעדט.
אזאנע זאכן טוהט מען נישט ברבים עס באלאנגט פאר די אלטע גייסט
איך וועל בעז"ה שרייבן אן ארטיקל.
א גרויסן יישר כח מיר קוקן ארויס אויף אייער ארטיקל
אלץ גראפיקער:
ב"ה די מיר האלטן גאנץ אפ טו דעיט איך פראביר נאכצוקומען די פילע ארבעט דעריבער בעט איך כדי עס זאל בעזר השם זיין א דבר השלום און שיינע ארבעט ביטע האלט זיך צום זמן און יאגט אייך צו אז עס זאל זיין גוט און אין צייט צוגעשטעלט
#מאכטס מיר נישט ארבעטן שווער...
כדי צי שטילן מיין נייגער
קען איך אפשר בעיטן מען זאל פאסטן וועמענ'ס ארטיקלעך גייען שוין זיכער ערשיינען?
@כוכבסורפרייז. אויך האב איך נישט די צייט צו מאכן די ליסטע. גלויבט מיר איך ארבעט שווער.
פליקער אויב עס וועט דיר מאכן געשמאקער דאס טשאלנט ,איך האב געטייפט איינס.
Re: פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
איך אויך.
ניין ניין, נישט @איך אויך נאר איך אויך.
אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה וועט זיך שליסן די מעגליכקייט אריינצושטעלן אייער ארטיקל. ביטע פארפאסט נישט די געלעגנהייט.
די אלע רעדאגירער וואס האבן נאך ארטיקלען פון מיר זאלן עס ביטע צוריקשיקן ווי אמשנעלסטנס.
ביסט גאנץ א שווערער באסס, כוכב.
.
האט
@מצטמק ויפה אריינגעשיקט עפעס?
אנבעליוועבעל ווי ער איז נעלם געווארן, אוי פלעגט ער שיין זאגן
איז נאך דא איינער וואס רעכנט צו אריינשיקן אם ארטיקל און איך ווייס נאכנישט דערפון, זאל ער זיך ביטע אנרופן.
מיין שרייב ווערק איז אפגעשיקט געווארן - דורך פערזענליכע זענדונג - צו דיין קאווע שטיבל קאנטע. מיין האפענונג איז גאנץ גערן דאס עס איז צו דיין צופרידענהייט.
ערהאלטן. ישר כחכם.
Re: פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
בעני - דיין ארטיקל - דיינס - מאכן מאכט עס מיר עקסייטעד - גאר עקסייטעד.
נופת צופיםבעני - דיין ארטיקל - דיינס - מאכן מאכט עס מיר עקסייטעד - גאר עקסייטעד.
זיי רואיג, מיין פריינט, עס קען דיך נאך איינשלעפען.
Re: פתחו לי "פה-סח", בעת נעילת הפתח: די דעדליין איז זונטאג!
איך האב אים געפאקט - דעם בן נריהו - רעדן קען ער אויך רעדן - ווי א מענטש א נארמאלע
ביטע זיך האלטן צום דעדליין. ארטיקלען וואס וועלן אריינקומען נאך צוועלף א זייגער היינט אויף דער נאכט וועלן געשטעלט ווערן אלס צווייטער פריאריטעט.