הסכמות אויף ספרים?
לאור די אשכול פון גראדע מעכעלע, אז אפילו היימישע ספרים קען מען פעלשן, און מען קען מאכן צו שפאט אפילו גדולים וטובים, וויל איך אויסשומעסן דעם ענין פון הסכמות אויף ספרים.
ס'איז ידוע אז אסאך ערליכע אידן האבן געהאלטן אז מען טאר נישט אריינקוקן אין א ספר אן א פארלעסליכע הסכמה. פארשטייט זיך אז כל אחד לפי השקפתו, א סאטמארער טאר נישט נעמען אין האנט א ספר וואס האט אן הסכמה פון רב קוק אדער שטיינמאן, און א בעלזער טאר נישט נעמען א ספר מיט א הסכמה פון רז"ל פילאף (כ'מאך נאר א משל, יו געט די פיקטשער). אבער אז מען זעהט למעשה אז רבנים קען מען אויסנארן, און בכלל ווערן די ספרים מער און מער נמצא, חדשים לבקרים, און נישט אלע רבי'לעך היינט קענען טיילן הסכמות, איז לכאורה זייער שווער צו האלטן טרעק אז יעדע ספר'ל וואס כ'נעם ארויס אין ביהמ"ד זאל האבן א פאסיגע הסכמה.
איך האב פונקט לעצטנס געטראפן הענגען א צעטל אין ביהמ"ד פון אן אלטן קול קורא (תרמ"ב) צו מחזק זיין דעם ענין בזמנינו, און דאס האט מיר געמאכט מער טראכטן דערוועגן.
.