☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8275

אשכול אן א טיטל #8275

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8275

— » פרייטאג פעברואר 13, 2015 1:09 am

· #253419

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:22 am

· #253435
זייט לאבין איז אוועק פון מאמענט קויף איך עס מער נישט. ס'וואונדערט מיך וויאזוי פאפיר פארנעמט אזויפיהל לופט.

סאשי פיש » פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:39 am

· #253439
אלס איינער וואס האט נישט געליינט די מאמענט קען איך וויסן וואס גייט פאר?

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:29 am

· #253444
פישלע העררינג
זייט לאבין איז אוועק פון מאמענט קויף איך עס מער נישט. ס'וואונדערט מיך וויאזוי פאפיר פארנעמט אזויפיהל לופט.

Btw לאבין שרייבט נאך פון מאל צו מאל.

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:34 am

· #253445
פישלע העררינג
זייט לאבין איז אוועק פון מאמענט קויף איך עס מער נישט.

זיי מסביר ביטע?

פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:46 am

· #253446
טאמבל סאס
פישלע העררינג
זייט לאבין איז אוועק פון מאמענט קויף איך עס מער נישט.

זיי מסביר ביטע?

כמעט אלע לעצטיגע ארטיקלן זענען לופט, אומגעצייטיגט, און רוי. לאבין'ס ארטיקלען זענען געווען קוראזשפול, קריעיטיוו, גוט ארטיקיולעיטעד, אינטרעסאנט, ברייט אויסגעשמועסט, און מיט א פולע היקף.

לעצטענס איז ער שוין נישט דארט מער, איז דער מאמענט אין מיינע אויגן נישט מער ווערט די פרייז, און צייט.

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:11 am

· #253452
ער שרייבט יא פישעלע! יש לך טעות!

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:12 am

· #253453
אה, כ'האב געמיינט ער איז אוועק ווייל צווישן אים און די מכון איז א שווארץ קאץ אדורכגעלאפן.

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:05 pm

· #253526
די הערה איז אן הערה אבל אם לדין אינו דומה. דער ירושלמי פון פרידלנדער האט געהאט גוטע תורות. די איינציגסטע פראבלעם זיינע איז אז עס איז נישט ירושלמי. וואלט ער עס ארויסגעגעבן בשם חידושי שלמה פרידלנד וואלט עס געווען א שיין ספר. הייסט עס נישט די תורה'דיגע חלק איז דער פראבלעם נאר טאקע די סייענטיפישע חלק, דהיינו ווער האט עס געשריבען אין וועלכע תקופה וכו, און אין דעם האבען טאקע אויך רבנים זיך טועה געווען. נאר עס איז א חילוק פון א תורה'דיגע טעות והבן.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 7:57 pm

· #253565
לעיקוואד
די הערה איז אן הערה אבל אם לדין אינו דומה. דער ירושלמי פון פרידלנדער האט געהאט גוטע תורות. די איינציגסטע פראבלעם זיינע איז אז עס איז נישט ירושלמי. וואלט ער עס ארויסגעגעבן בשם חידושי שלמה פרידלנד וואלט עס געווען א שיין ספר. הייסט עס נישט די תורה'דיגע חלק איז דער פראבלעם נאר טאקע די סייענטיפישע חלק, דהיינו ווער האט עס געשריבען אין וועלכע תקופה וכו, און אין דעם האבען טאקע אויך רבנים זיך טועה געווען. נאר עס איז א חילוק פון א תורה'דיגע טעות והבן.

לעיקוואוד: ניין. ס'איז א טעות. ווייל דער געפעלשטער "ירושלמי" איז מופרך מעיקרו. ס'איז נאך ערגער ווי א חיבור וואס איז פלאגיאירט. ווייל ס'איז אומאויטענטיש. ממילא איז שוין נישט קיין חילוק וואס דער מחבר אדער מביא לדפוס זאגט.
ס'איז נאר א חידוש אויף די גדולי ישראל וועלכע האבן געגעבן א הסכמה. וויאזוי זיי האבן נישט געכאפט. פונקט אזוי ווי ס'איז אנגעגאנגען היציגע דעבאטעס און וויכוחים איבער דעם זוהר. אויב ס'איז אויטענטיש אדער געפעלשט דורך א פעאיגן פעלשער. ס'זענען דא שטארקע ארגומענטן און ראיות אויף ביידע צדדים. אגב. ר' יעקב עמדין האלט אויך אז ס'איז געפעלשט. אבער, לעומת זה איז דא שטארקע ראיות אז דער זוהר איז יא אויטענטיש....או.קעי. דער שמועס איז שוין פארפארן...!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:59 pm

· #253745
[ציטאט אראפגענומען]

כעלמ'ער מגיד: עטליכע פון די ראיות זענען: איינס. אז דער זוהר מאכט פארשידענע פרעדיקשנ'ס וועלכע זענען טיילווייז אדער אינגאנצן מקויים געווארן. למשל. דער זוהר אין פ' נח אויפ'ן פסוק "וארובות השמים נפתחו"...בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא...!...און דער מציאות איז אז די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זענען אויפגעקומען נאך דעם יאר ת"ר./1840. וואס אין יענעם יאר איז געווען דער גאלד ראש, ווען מ'האט געטראפן א סאך גאלד אין קאליפארניע און נעוואדא..און ס'האט זיך אנגעהויבן די גרויסע אויסוואנדערונג צו די מערב געגענט פון אמעריקע.

די צווייטע פרעדיקשן וואס דער זוהר זאגט (דאכט זיך אין פ' וירא), איז, אז בעפאר משיח וועט קומען וועלן די בני ישמעאל באקומען גרויס עשירות. אין זכות פון מצות מילה וואס זיי זענען מקיים. אבער לעולם הבא ווען זיי וועלן שטיין אין די רייע כדי צו באקומען שכר וועט מען זיי זאגן אז זיי האבן שוין באקומען דעם שכר בעולם הזה. דער לשון הזהר איז אזוי ווי א שטר פרוע... א באצאלטער טשעק...

די דריטע ראיה אז דער זוהר איז אויטענטיש און נישט אויפגעמאכט פון עפעס א מיסטער משה די ליאון...איז די תפילה פון "בריך שמיה" וואס מ'זאגט בשעת הוצאת ס"ת. ווייל אזא תפילה קען א פעלשער נישט אויפמאכן...!

פישלע העררינג » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:07 pm

· #253767
קאצקע ציקער
ער שרייבט יא פישעלע! יש לך טעות!

געקויפט על סמך דיין זיכערקייט, @קאצע ציקער. יצחק וואטעווער'ס באלעמער ארטיקל איז טאקע זייער צו דער זאך, אז די משפטי השם משמחי לב ווערן פארטריקענט ווען מען ווערט צו טעקניקל מיט זיי.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:34 pm

· #253777
כעלמ'ער מגיד: אויב דו וועסט מדייק זיין אין מיינע ווערטער. איך האב געזאגט..."נאך דעם יאר"...נישט דווקא אין דעם יאר...!...און דער מציאות איז (כ'האב עס נאכגעקוקט דעם אלט פעשיאן וועי. אין אן אלמאנאך). אז חוץ די סטיעם ענדיזשין, און נאך אפשר עטליכע קליינע טעכנישע ערפינדונגען. אבער טעלעגראף און די פראקטישע באנוץ פון עלעקטריציטעט איז אלץ געקומען נאך דעם יאר ת"ר/1840...!

איבער די עשירות פון די בני ישמעאל. איז דער פאקט אז ביז דעם יאר 1920, פאר ענגלאנד, און נאכדעם אמעריקע האבן אנטדעקט די ריזיגע אויל קוועלער אין די געוויסע אראבישע מדינות זענען זיי אלע געווען ארימע שלעפער און ציגיינערס. און דאס אז זיי פיהרן זיך אויף אויף א פעאדאלן אופן, און טיילן נישט דאס עשירות מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג, מיינט נאר אז זיי זענען אן אומה שפילה, ווי די גמרא רופט זיי אן...און די פאלעסטינער (פאר די וועלכע ווילן פרעגן..) זענען בכלל נישט קיין בני ישמעאל. נאר א געמיש פון עגיפטער, סיריער און טשערקאסן, וועלכע די טערקן האבן אהינגעברענגט צו באזעצן די מדבריות און וויסטענישן פון פאלעסטינע. און ביז די ציונים זענען ב"ה אנגעקומען און האבן אזוי וואונדערליך אויפגעשטעלט אזא הערליך לאנד, איז פאלעסטינע געווען איין שטיק מדבר...!

אונטער חכם » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:51 am

· #399448
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין נישט זיכער אבער אויב געדענק איך גוט איז די מעשה געווען אז די ליצים האבן געשריבן שטותים והבלים און עס איז אריין אין א זשורנאַל וואס די עדיטארס דארפן איבערקוקן אלעס וואס גייט אריין דארט ממילא איז עס אינגאנצען נישט קיין דמיון צום ירושלמי המזויף אדער בשמים ראש וואס עס איז זייער שווער, אדער אוממעגליך געווען צו כאַפּן פון דעם אליינס אז עס איז מזויף.
וואלט דער ארטיקל געשריבן אז די ליצים האבן געשריבן א מאמר אין נאמען פון איינשטיין אדער אויב וואלט דיין מעשה געווען אז רבנים האבן געגעבן אן הסכמה אויף שטותים והבלים וואלסטו געהאט א פוינט.

נקודת-אמת » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:47 am

· #399451
[ציטאט אראפגענומען]


די קשיא אויפ'ן גאלד-געיעג בין איך מסכים, און אפשר וועט ר' בערל מסביר זיין וואס האט חכמה מיט גאלד, (ווייל לויט די ספירות העליונות ווי ווייט איך ווייס גאלד איז אנטקעגן די מידה פון גבורה, אבער קען זיין...)
אבער די חכמות וואס דו ווייסט אלץ פון פארדעם האט גארנישט געמאכט די וועלט מעהר פארגעשריטן, פון חכמה אליינס צו כאפן אן התפעלות? נו.
פון שנת ת"ר און ווייטער איז דער וועלט געווארן מעהר און מעהר פארגעשריטן ווי צ.ב.ש. מיט'ן לעקטער, קאר'ס, פליגער'ס א.א.וו.
קען זיין אז געוויסע טעכניקעס און טאקטיקן וואס האבן צו געברענגט פאר דעם האבן שוין פיזיקער'ס אנטדעקט יאהרן פאר דעם.
אבער זינט ה'ת"ר האבן זיך די שערי-חכמה געעפנט געווארן פאר די וועלט נישט נאר פאר די פילאזאפן און די חכמים.

(ואם תדייק בלשון פתיחת השערים זוהי הכוונה שיוכל כל אחד לכנוס בהם, וואס ביז יענטסמאהל איז דאס נאר געוועהן א v.i.p. zone)

בהצלחה.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:13 pm

· #399455
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

כעלמ'ער מגיד: עטליכע פון די ראיות זענען: איינס. אז דער זוהר מאכט פארשידענע פרעדיקשנ'ס וועלכע זענען טיילווייז אדער אינגאנצן מקויים געווארן. למשל. דער זוהר אין פ' נח אויפ'ן פסוק "וארובות השמים נפתחו"...בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא...!...און דער מציאות איז אז די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זענען אויפגעקומען נאך דעם יאר ת"ר./1840. וואס אין יענעם יאר איז געווען דער גאלד ראש, ווען מ'האט געטראפן א סאך גאלד אין קאליפארניע און נעוואדא..און ס'האט זיך אנגעהויבן די גרויסע אויסוואנדערונג צו די מערב געגענט פון אמעריקע.

די צווייטע פרעדיקשן וואס דער זוהר זאגט (דאכט זיך אין פ' וירא), איז, אז בעפאר משיח וועט קומען וועלן די בני ישמעאל באקומען גרויס עשירות. אין זכות פון מצות מילה וואס זיי זענען מקיים. אבער לעולם הבא ווען זיי וועלן שטיין אין די רייע כדי צו באקומען שכר וועט מען זיי זאגן אז זיי האבן שוין באקומען דעם שכר בעולם הזה. דער לשון הזהר איז אזוי ווי א שטר פרוע... א באצאלטער טשעק...

די דריטע ראיה אז דער זוהר איז אויטענטיש און נישט אויפגעמאכט פון עפעס א מיסטער משה די ליאון...איז די תפילה פון "בריך שמיה" וואס מ'זאגט בשעת הוצאת ס"ת. ווייל אזא תפילה קען א פעלשער נישט אויפמאכן...!

וואו איז דער דיסלייק קנעפל??? אזעלכע שטותים צו רעדן?! ס'דא גענוג און נאך ספרים וואס האבן געמאכט פרעדיקשינס וואס זענען מקוים געווארן, מ'דארף נישט זיין קיין רשב"י פאר דעם, און אפילו נישט קיין בעל רוח הקודש. ווער רעדט נאך פון רמד"ל, וואס כו"ע מודי אז ער איז נישט געווען קיין פשוטער מענטש.

שלום על ישראל » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:16 pm

· #399471
די שאלה איבער נביאות, דארף אייביג זיין, וויפיהל נביאות פונעם זוהר האט זיך נישט ארויסגעשטעלט?