א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6693
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
און פאָגראָמירט די שטאָט.
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
אזא טאָר נישט ארײן.
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
טייערער רבי שלום, דאס איז נישט די ערשטע פאעזיע וואס איר שרייבט דא און איר לאזט עס איבער אלס אן אומאנטשידענע רעטעניש.
זייט מוחל, קיינער פארשטייט נישט וואס איר זאגט, אז איר ווילט דער עולם זאל הנאה האבן, ביטע עלאבארירן.
א דאנק
כ'פלאג מיר אויך צופארשטיין, אבער פון די ''לייקס'' זעע איך אז ער האט א קליענטעל וואס פארשטייט און האט הנאה. כה לחי
מ'לייקט מפני הכבוד, און ווייל סדא וואס גלייכן פאעזיעס וואס זיי פארשטייען נישט...
עלי ועל צווארי קיינער פארשטייט נישט וואס ער וויל.
סאיז נישט קיין שום חסרון אין פאעזיע, פאעזיע איז קיינמאל נישט געמאכט געווארן מזאל נישט פארשטיין.
ר׳ שלום, שטארק צום פינטל.
אינספירירט דורך ״
אויפגאנג פון מאלפע׳ס פלאנעט״ אדער פון יואלי׳ש קרויס׳לעך ודומיהם?
נ.ב. ׳כוכב׳ איז אפשר גאר טאקע פון אן אנדערער פלאנעט, ווי מ׳זאלט ערוואקסענע אריין זעצן אין קינדער בענקלעך און ביכער פיטערן ערשט נאכדעם וואס איז עס איז צומאלן און צושניטען אויפ׳ן שפיץ גאפל.
קינד, אפשר רעדסטו קלארער, איז דאס עפעס אן עליטע קלאב פון מענטשן וואס רעדן צום דופן עקומה. כמיטשע מיך נאך מיט דיין ויקחו אליך£€¢¥¤°°¬*~>
ליבער שטערן,
אז עמיציר שרייבט אויף אן אנדער׳ן שטייגער וואס איז דיר נישט צום הארצן (מחמת געוואוינהייט אדער בחירה) איז יענער דערפאר נישט פונעם העכער׳ן שטייסל, און אז ס׳לייגט זיך דיר נישט אויפ׳ן שכל ביזטו נישט דערפאר א יוצא דופן.
דער פעדער איז א וואונדערליכער קראן, און דורך איר טינט רינט דורך די נשמה און הארץ פונעם שרייבער. כשם שאין פרצופיהם דומים כך אין דעותיהם שוות, פאר יענעם איז עס קונסט, פאר דיר איז עס מיסט, אך ווי הערליך!
פאעזיע איז ווי א שפיגל ווי יעדער זעהט בעיקר זיך. ווי א ניגון אן ווערטער לערנט יעדער אליינס אריין פשט און עס קען גיין עד אין סוף. ע״פ רוב איז די כוונה פונעם משורר גאר עפעס אנדערש און מען מוז נישט יורד זיין לסוף דעתו. דאס איז איר שיינקייט.
א פירוש אויפ׳ן פירוש? ווי הסברה אויף א וויץ. ס׳איז אוודאי מעגליך, אבער ס׳פארלירט דעם טעם.
טרענסעלעיטעד אויף french, יעצט איז די ענין שוין קלאר, אצינד איז דאס א נחת צו ליינען.......
Une prière était un gorille
Et fogromirt la ville.
Qui n'a akegngeshtelt?
Une rançon a été.
Pas de réponse! S'écrie le manger.
Tel ne puisse pas entrer.
Est le gorille, avec des pilotes face,
Hors d'un inanimé être.
כ'מיין אז זרלע ע''ה האט אמאל געהאט א אשכול איבער די גרעפצערייען הנקרא כהיום פאזיע.
ר' פלעין ,אויף זולו איז עס נאך מער קלאר.
Umthandazo wayengumuntu gorilla
Futhi fogromirt komuzi.
Abangazange akegngeshtelt?
Isihlengo kwaba.
Ayikho impendulo! Okhala the udle.
Ezinjalo ningangeni.
Ingabe gorilla, ne abashayeli nazo,
Off a engenalutho oluphilayo kube.
@איך אויך דו שעלסט עפעס צוזאם גארילעס מיט נאציס, ריכטיג? האב איך גוט פארשטאנען?
א אשכול איז געווארן א גארילע........ 😉
שלום איז זיך טועה. כוכב האט געשריבן אז פאעזיע איז קיינמאל נישט געמאכט געווארן מ'זאל נישט פארשטיין.
יעצט ליין איבער זיין לעצטע שורה וויאזוי ער טייטשט איבער כוכב'ן
זייט מוחל
זייט מוחל, כ'וועל דאס פארריכטן. טעות אין פשט.
כ'שאץ אפ די דיסקוסיע. כ'וועל ענטפערן אי"ה ביי א געלעגנהייט.
אינטערסאנט ר' שלום איר האט צייט איבער צו טייטשן א האלבע אשכול פון קאווע שטיבל אויף פעיסבוק אבער מסביר צו זיין א קורצע פאעזיע פון אפאר ווערטער וואס איר האט געשריבן דא נעכטן וואס קיינער דא קען נישט דעם פירוש המילות האט איר נישט פלוצלינג קיין צייט? 😉
יעצט לויף נישט צוריק צו פעיסבוק שרייבן וואס איך האב יעצט געזאגט פאר דו ביסט נישט מסביר פארן גאנצען קאווע שטיבל געמיינדע די ענינים פון די בעל תפילה מיטן גאָרילע,
דער עולם ווארט מיט שפאַן 🙂 😃
איך בין בכלל נישט קיין EXPERT אבער איך וועל פרובירן צי אויסטייטשען די POEM:
די THEME איז וועגן א א איד, א כופר וואס האלט א דרשה.
די גאנצע שטאט רעדט וועגן דעם.
דער כופר מאכט א חורבן אין שטאט. מ'איז ברוגז אין קיינער וויסט נישט ווי אזוי מווערט פטור פין איהם.
מעריב איז געווארן א הינדל
און גע'קטנ'ט אויפ'ן שטאט.
ווער האט אים גע'שחט'ן?
דער שוחט האט.
נישטא קיין כפרות! שרייט דער חסיד,
יום כיפור טאר נישט אריין.
איז מנחה אנטוישטערהייט,
אוועק א צומח זיין.
קאווע שטיבל סאיז ממש א מחי'ה
ס'מאכט נישט קיין חילוק צי סאיז א חתונה אדער א לוי'ה
איר וועט דארט טרעפן אלע געשמאקע נייעס
ווילאנג משרייבט נישט ארויס קיין שם הוי'ס
און יעדער צי זיינע ווערטער ברענגט אנדרע ראיות
דער עולם בעט מ'זאל זיך האלטן ראוהיג
און נישט פאפירן אזוי ווי דער טיטאניק
יעדער זאל שרייבן אויף א שיינעם אופ'ן
כדאי דער עולם זאל אויף איי וועלט נישט אנטלויפן
נישט יעדער איינער איז די טייפ
צי רעדן א גאנצען טאג פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב
אז מ'ועט נאר שטותים שרייבן
וועט דער עולם נישט וועלן דא בלייבן
אפילו די פאעזיע איז נישט אינגאנצען צום זאך
זייט אבער מודה אז ס'האט אייך געקאסט א לאך
א גארילע איז געווארן א פאעזיע
א גארילע איז געווארן א פאעזיע
און האט פאגראמירט די גאנצע שטיבל
עסהאט ארויסגעלאזט קולות משונהדיקע
יעדער האט זיך קעגנגעשטעלט
נישטא קיין משיב! שרייען די קריטיקירער
אזא טאר נישט זיין
אזוי איז די פאעזיע, מיט א קרומע מינע
צוריק א גארילע געווארן
הגם ס׳איז ביי מיר קלאר אז איך קען נישט יורד זיין לסוף דעתו של אותו גאון ר׳ שלום, און אויב קען מיר געלונגען צו כאפן זיינע טיפזיניגע שורות, וואלט איך געזאגט דאס איז געוויס עפעס איבער עוועלוציע, און איבער דעם קריעצעניסטישן צוגאנג דערצו. פארט וועל איך אבער ווי, און אלס א חסיד, אריינשטופן א תורה׳לע דערויף.
״א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע״
דער אלטער מאטאד פון דאווענען איז געווארן דער טייוול אליינס. מ׳האט מורא זיך צו פארלאזן דערויף, אזש ווי ס׳זאל ווען זיין א גערילע. אנשטאט לויפט מען נאך סגולות. או יאמר, גערילע גייט ארויף אויף דער עצם סגולה. דאווענען איז פארוואנדלט געווארן אין א צירקוס שפיל. ס׳טייטש יענער דאווענט אנשטאט דיך. מ׳קויפט, און מ׳פארקויפט.
״און פאָגראָמירט די שטאָט.״
ס׳איז ממש א פאגראם אויף דער מענטשהייט. מען דרייט דערפאר איבער ס׳שטאט. ערב בוקר וצהרים שרויפט מען דעם עולם, מיט אלע מאדנע און ווילדע סגולות.
״װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.״
שוין ליידער דערקייקלט צו אזא ביטערן פארנעם, אז אויב איינער זאל זיך אוועק שטעלן, און פראבירן צו אילוסטרירן ווי לעכערליך זיי זענען, וועט יענער בא׳טיטול׳ט ווערן אלס כופר.
״נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.״
״דע מה שתשיב לאפיקורס״, זאגט דער העלד וואס שטעלט זיך יא אוועק, אפצו׳חוזק׳ן פון די נארישע סגולות. אז קענסטו נישט אפפרעגן דעם ציניקער, איז א סימן אין דברים בגו.
״אזא טאָר נישט ארײן״
די בעלי סגולה, זיי זענען גאר די אפיקורסים, און דאס איז וואס די תורה פארבאט.
״איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.״
א תפילה איז געווארן א גארילע
תפילה איז געווארן א "מצות אנשים מלומדות'דיגע" ריטואל
און פאגראמירט די שטאט
דאס גאנצע שטאט זאגט און זאגט אבער דאס מוח איז אפגעשטארבן, ערגעץ ווייט.
ווער האט זיך קעגן געשטעלט?
א כופר האט.
"דאס דאווענען דינט בלויז א גילט פון נישט האבן געדאווענט," שרייט דער אנגעבליכע כופר. וואס טויג אזא דאווענען, ענדערש בלייב איך אינדערהיים
נישטא א משיב שרייט דער רעטער.
אזא טאר נישט זיין.
די פרומע שרייען: דאווענען אפילו אן כוונה איז כאטשיג עפעס, און רעטעט אפילו אזוי פון א צרה.
איז די גארילע מיט טריבע מינע
אוועק א דומם זיין
אנשטאט אויפקלערן דאס חשיבות התפילה אויפצו-וואכן דעם המון עם, האבן זיי באצווינגען צו בלייבן ווייטער אזוי דאווענען כמעשה קוף בעלמא. איבערלאזנדיג דעם עולם מיט א טריבע זויערן טעם אין מויל מיט א באצווינגענע דומם'דיגע געדאווענאכטס.
איך מײן איך בין דער אײנציגסטער נעבעך װאס קען נישט אויף קומען מיט א פשט אויפן גראם.. 😳
petergrifinאיך מײן איך בין דער אײנציגסטער נעבעך װאס קען נישט אויף קומען מיט א פשט אויפן גראם.. 😳
זיי נישט צובראכן מיין טייערער פיטער די ביסט גארנישט דער איינציגסער וואס פארשטייט נישט פשט דאַכצעך מיר אז דער בעל מחבר אליין ר׳ שלום קען אויך נישט דעם פשט 😃 😂
דערווייל מאכט ער אונז צו נער אויף פעיסבוק און לאזט אלע חכמי השטיבל זיך ברעכן קאפ מיט די מיסטעריע פאעזיע 😠
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע......
א גארילע געכאפט דאווענען
📎 2.jpg
📎 1.jpg
אפשר וועל איך יורד זיין לסוף דעתו? ...
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
מיט די היינטיגע מחלוקת אין כמעט יעדע חסידות, פאר א משל איין באבוב איז מתפלל אז די צווייטער באבוב זאל האבן א מפלה, איין סאטמאר איז מתפלל אז דער צווייטער צד זאל פאלן, און אזוי ווייטער און דער תפילה וויל ווערן א גארילע און פאגראמירן די שטאט
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
די אלע מחלוקת'ן אין קהילות האבן שוין באשאפן נישט איין כופר ליידער, די חברה קענען אבער די הלכות גוט, און אין א פארזוך צו ראטעווען זיינע געוועזענע ברודער זוכט ער אפיר לופהאל'ס אין אונזערע תפילות, ער טרעפט איינס, און שרייט אויס מיט פרייד (זעה וויאזוי א אידישע נשמה ווערט נישט פארלאשן!)
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער
די אידן האבן געשמועסט ביים דאווענען און נישט געענטפער ''אמן'' אויף די תפילות!
אזא טאָר נישט ארײן.
אזוי ווי ס'שטייט אז אן אמן גייט עס נישט ארויף
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
און אלע צדדי החסידות בליען ווייטער להגדיל תורה ולהאדירה וכדי בזיון וקצף
דערמאנט מיר ווען מיין וואש מאשין זינגט עוד ישמע אדער סיי וועלכער ניגון איך וויל נאר.
אין צאמגעווארפענע ווערטער קענסטו אריינלערנען וואס דו ווילסט.
זייער א שיינע פשט. אבער וואו קומט אריין די נישט אמן געזאגעכטס אינמיטן א הייסע חסיד'ישע געשלעג?
אה מיינסט צוזאגן אז מ'האט זיך געהארגעט אין שול..
כוכבדערמאנט מיר ווען מיין וואש מאשין זינגט עוד ישמע אדער סיי וועלכער ניגון איך וויל נאר.
אין צאמגעווארפענע ווערטער קענסטו אריינלערנען וואס דו ווילסט.
😂
שקויעך
א דאנק פאר די פירושים. מסכים מיט אלעמען. נאך מער פאעזיע:
www.amazon.com/gp/aw/d/1627200142/ref=redir_mdp_mobileהייסט עס, דו האסט אליינס נאכנישט געוואוסט וואס עס מיינט....
איך וועל קויפן דאס ביכל, ווען עס וועט ארויסקומען מיט א פירוש פון
@אפטעמיסט @יואב @מאטי!
יין שרףהייסט עס, דו האסט אליינס נאכנישט געוואוסט וואס עס מיינט....
און ער ברענגט אונז אראפ א לינק פאר נאך...דו פארשטייסט וואס טוט זיך דא ??? 😃 😂 😂 😉 🙄
אנאנים דו האסט מיך נאך מער צומישט. 🙄 😃
ר
@שלום בערגער איי גאט יו
ער רעדט ווען מען איז מתפלל אז עפעס שלעכטס זאל פאסירען מיט עמעצין
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילעאז די תפילה דארף גיין יענעם שעדיגען, איז עס ווי א גארילע
און פאָגראָמירט די שטאָט.עס מאכט אן חרבנות, ווי עס שטייט אנדרלמוסיא בא, אינה מבחין
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?ווער קען זיך קעגן שטעלן קעגן די גארילע וואס עס איז באשאפען געווארן פון די תפילה
א כופר האָט.א כופר וואס גלייבט נישט און די כח פון תפילה
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.נישטא קיינער וואס וועט קענען משיב'ען דעם כופר, אויב די גאראליע, וועט טאקע צו אים נישט אנקומען, שרייט דער וואס פראבירט צו ראטעווען די אמונה פאר יידן
אזא טאָר נישט ארײן.טאר מען דעם גאראליע נישט אריינלאזען און עגרעץ נישט
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,אוועק א דומם זײן.ווייל ער האט נישט געקענט מזיק'ען נישט דעם כופר, און נישט דעם פאר וועם מען האט דעם גארילע מתחילה גערופען.
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
א אינגערמאן איז געווארען א מנהל אין א ישיבה אין איז פארוואנדעלד געווארען אין א מאנסטער
און פאָגראָמירט די שטאָט.
פשוטו כמשמעו
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
פארשטייט זיך ווער עס קריטיקירט די סיסטעם ווערט פארשריגען .
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
דער עסקן לשם שמים שרייט רבותי וועקט זיך אויף
אזא טאָר נישט ארײן.
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן
דער מנהל אין ראש ישיבה לאכט זיך אויס, נישט קיין שמייכעל אדער א תשובה , ניטאמאל ענפערט ער דיך , ער האט דיך אין בוידעם קענסט זיך הענגען ...
און שלום שטייט אין דער זייט און זאגט, כ'האב אין זינען געהאט די אלע פירושים, און נאך דריי הונדרעט און פיפציג פירושים. יעדער איינער איז משיג לויט זיין דרגא. און דאס גופא איז די גארילע דער משיב און דער כופר, ווייל זיי זענען מרמז אמאהל אויף כח"ב אמאהל אויף חב"ד אדער אויף חג"ת, צו אויף די טריניטי, ווענד זיך אויף די מדריגה פין די מקבלים.
דער איין און איינציקער פשט פון מיין ליד לעולם ועד!
איך האב געוואלט ענטפערן באריכות נאר די דיסקוסיע איז צו גוט צו שטערן! בקיצור, די תפילה ווערט צו שטארק, אגרעסיוו, און נאר דער דרויסנדיקער, דער כופר, קען איינזען ווי די השערות פון יידישקייט -- אדער גאטספארכטיקייט -- קענען גאר ניט מתקן זיין, אלא וואס: צעשטערן זייערע קהילות.
אינטערעסאנט איז דער אלעגמיינער צוגאנג צו פאעזיע וואס ווערט דא אויסגעדריקט. ס'איז ניט שבעים פנים, אלא וואס: איין איינציקער פשט וואס מ'מוז אים מכוון זיין כדי מקיים זיין די מיצווה פון לימוד דיכטונג. מילא, געזונטערהייט. ס'איז א סך מער אינטערעסאנט צו לאזן דעם לייענער אליין מפרש זיין. און זעט: איר זיין מסוגל דאס צו טאן. אדער, רייסט אראפ דאס ליד. דאס איז אויך כשר און א מנהג מקדמונים ביי לייענערס פון פאעזיע.
אבער כבוד הדוכטער
@שלום בערגער, איז פאעזיע ווי א חידה, מען דארף צוטרעפן, סאיז עפעס ווי א קעסטעל רעטעניש, און א קינדער אויסאגבע, אדער ווי א שווערע סעדאקע שפיל, וואס מען פארטיילט און די מושב זקנים'ס? לכאורה פאעזיע, איז די שפראך פון דער געפיל פונעם דוכטער, דער דוכטער באקומט א גייסטיקע השראה, און ער וויל דאס פאראייביגען, נעמט ארויס א שטיקעל פאפיר און ער צייכענט זיך עטליכע ווערטער, און דאס גייט אלס ברענגען צו דעם גייסטיקען השראה, נאר וואס, ער וויל דאך אנדערע אויך מיטטיילען, שרייבט ער דאס אויף א פארמאלען אויפען אז אנדערע זאלן דאס אויך פארשטיין, און ווי טיפער דער געפיל פונעם דוכטער אלס טיפער איז דער פאעזיע, אבער איר שטעלט עפעס אוועק אז פאעזיע איז נישט מער ווי עפעס א קונטסליכער חידה, ילמדינו
איחוד פעלדאון שלום שטייט אין דער זייט און זאגט, כ'האב אין זינען געהאט די אלע פירושים, און נאך דריי הונדרעט און פיפציג פירושים. יעדער איינער איז משיג לויט זיין דרגא. און דאס גופא איז די גארילע דער משיב און דער כופר, ווייל זיי זענען מרמז אמאהל אויף כח"ב אמאהל אויף חב"ד אדער אויף חג"ת, צו אויף די טריניטי, ווענד זיך אויף די מדריגה פין די מקבלים.
איך טריי בכלל נישט צי זאגען וואס די חידה מיינט אין סהאט מיך נישט עכט איטערעסירט , כהאב פשוט געוואלט ארויסברענגען א נקודה אין כהאב עס אנגעלייקט אויף די חידה
שלום בערגעראיך האב געוואלט ענטפערן באריכות נאר די דיסקוסיע איז צו גוט צו שטערן! בקיצור, די תפילה ווערט צו שטארק, אגרעסיוו, און נאר דער דרויסנדיקער, דער כופר, קען איינזען ווי די השערות פון יידישקייט -- אדער גאטספארכטיקייט -- קענען גאר ניט מתקן זיין, אלא וואס: צעשטערן זייערע קהילות.
אינטערעסאנט איז דער אלעגמיינער צוגאנג צו פאעזיע וואס ווערט דא אויסגעדריקט. ס'איז ניט שבעים פנים, אלא וואס: איין איינציקער פשט וואס מ'מוז אים מכוון זיין כדי מקיים זיין די מיצווה פון לימוד דיכטונג. מילא, געזונטערהייט. ס'איז א סך מער אינטערעסאנט צו לאזן דעם לייענער אליין מפרש זיין. און זעט: איר זיין מסוגל דאס צו טאן. אדער, רייסט אראפ דאס ליד. דאס איז אויך כשר און א מנהג מקדמונים ביי לייענערס פון פאעזיע.
ווי איז מרומז דער חלק פין צושטערען די קהילות?
וואס זאל איך טוהן, אז עס קומען מיר אריין מחשבות זרות אויף דעם גאנצען בערגער, איך האב מורא אז ער איז נישט דא מער, ווי פירען מענטשען ביים רעדל, און מאכן שפאס פון אונז אלעמען, בין איך משוגע אדער וואס?
smartinofוואס זאל איך טוהן, אז עס קומען מיר אריין מחשבות זרות אויף דעם גאנצען בערגער, איך האב מורא אז ער איז נישט דא מער, ווי פירען מענטשען ביים רעדל, און מאכן שפאס פון אונז אלעמען, בין איך משוגע אדער וואס?
האסט ערשט יעצט געכאפט ? זאג פון ווי שטאמסטו פון אינדערהיים פון אויבערלאנד אדער פון אינטערלאנד ???
מאכן שפאס? חלילה.
מיין איינציקער ציל: פארשפרייטן מיין בידנע סחורה, מע זאל לייענען און ארומרעדן. כ'האב הנאה פון אייערע פירושים.
הערט. איר ווילט, איך זאל פסקענען וואס ס'איז "ריכטיק" און וואס ניט. נאר כ'זאג זיך אפ לחלוטין דאס צו טאן. כ'בין ניט קיין רבי אין חדר, איר זייט אלע קלוגע דערוואקסענע מיט שכל. פלאנטער אליין אויס וואס איר מיינט און פארטיידיקט.
איר ווילט, רב נחמן זאל אויפשטיין תחיית המתים און אייך אלעמען איבערגעבן שווארץ אויף ווייס דעם "אמתן" טייטש פון זיינע מעשיות?
שלום בערגער
איר ווילט, רב נחמן זאל אויפשטיין תחיית המתים און אייך אלעמען איבערגעבן שווארץ אויף ווייס דעם "אמתן" טייטש פון זיינע מעשיות?
😂 😂 😂 👍
כוכבדערמאנט מיר ווען מיין וואש מאשין זינגט עוד ישמע אדער סיי וועלכער ניגון איך וויל נאר.
אין צאמגעווארפענע ווערטער קענסטו אריינלערנען וואס דו ווילסט.
און דאס קען אפשר
אויך ליגן אינעם פאעזיע. והיינו, אז ס׳דאך באקאנט די
אינפיניט מאלפעס טעארעם וואס לויטעט אז אויב עס זענען דא אן אינפיניט צאל פון מאלפעס אויף אינפיניט קיִבּאָרדס וועט ארויסקומען פאעטישע ווערק. 🙂
מ׳קען זאגן אז דאס ליגט ערענסטערהייט אינעם געדאנק פונעם פאעזיע לגבי תפילה. והיינו, אז מ׳קען טאקע נישט באגרייפן ווי אזוי צו עפּרוֺיטשן דאס געדאנק פון ג-ט און געטליכקייט דורך תפילה, און מ׳וואלט ענדערשער געדארפט זיין ״דומם״ [לך ״דומיה״ תהלה, ועיין במו״נ ח״א פנ״ט], אבער דער וואס איז נישט א כופר און איז פארט א מאמין פרובירט עפ״י דרך פון אינפיניט מאלפעס/גאָרילעס.
(ועיין כאן.)מאטיא תפילה איז געווארן א גארילע
תפילה איז געווארן א "מצות אנשים מלומדות'דיגע" ריטואל
און פאגראמירט די שטאט
דאס גאנצע שטאט זאגט און זאגט אבער דאס מוח איז אפגעשטארבן, ערגעץ ווייט.
ווער האט זיך קעגן געשטעלט?
א כופר האט.
"דאס דאווענען דינט בלויז א גילט פון נישט האבן געדאווענט," שרייט דער אנגעבליכע כופר. וואס טויג אזא דאווענען, ענדערש בלייב איך אינדערהיים
נישטא א משיב שרייט דער רעטער.
אזא טאר נישט זיין.
די פרומע שרייען: דאווענען אפילו אן כוונה איז כאטשיג עפעס, און רעטעט אפילו אזוי פון א צרה.
איז די גארילע מיט טריבע מינע
אוועק א דומם זיין
אנשטאט אויפקלערן דאס חשיבות התפילה אויפצו-וואכן דעם המון עם, האבן זיי באצווינגען צו בלייבן ווייטער אזוי דאווענען כמעשה קוף בעלמא. איבערלאזנדיג דעם עולם מיט א טריבע זויערן טעם אין מויל מיט א באצווינגענע דומם'דיגע געדאווענאכטס.
איך האב עס על פי רוב אויך אזוי אפגעליינט.
די ווערטער ״א כופר האט״, האב איך אויסגעטייטש ״איינער וואס זאגט אנדערש און אנעקענט די פראבלעם, רופט מען א כופר״.
שכח פאַרן אַרויפשלעפּּן די פּאָעמע. אז איך לייען זי איצט איבער, שיינט מיר אַז ר'
@שלום בערגער באַציט זיך צו דער gun violence עפּידעמיע אין אַמעריקע.
תפילה מיינט מען די טרויעריג-באַרימטע פראַזע Thoughts and Prayers. די רעאַקציע פון קאָנסערוואַטיוון אַנשטאָט פּראָבירן אָפּצושטעלן דעם פּאָגראָם. בסך הכל שאַפן זיי פרישע גאָרילעס.
"מָה הָעֲבֹדָה הַזֹּאת לָכֶם?" פרעגט דער כופר אין דער געטליכקייט פונעם סעקאָנד-אַמענדמענט. צי קען דען דער סעקאָנד-אַמענדמענט זיין דער תירוץ? צי קען דען די תפילת-שווא זיין די לעזונג? (איזהו "עבודה" שבלב, זו תפלה. פּה און לב דאָ זענען אָבער נישט שווים, פאַרמאָגט נישט קיין האַפט).
"איצט בעת צענדליגער משפּחות קלאָגן נאָך די אומשולדיגע קרבנות, איז נישט קיין צייט צו מאַכן די נושא א פּאָליטישע," דערקלערט דער קאָנסערוואַטיווער געזעץ-געבער — "נישט קיין צייט צו רעדן איבער גאָן-רעגלאַמענטן." און… אַוועק א דומם זײן, ומפטירין כדאתמול.
📎 a6ee921b5348d67989033769060a5c10-1.jpg
קענסט שוין זאגן אז ער איז א נביא, און גערעדט וועגן קאוויד, אז מען האלט נישט פין דיסטאנסינג און מאסקעס, נאר תפילה,ַַ און עס פראגאמירט און הרג'ט מענטשען, נאר דער כופר דער מסור האט זיך קעגנגעשטעלט.
נבהל ומשתומם, פארוואס כאבן דומם?
זאל נישט זיין קיין משיב, מאך דו זעלבסט דעם והשיב!
די שטאט, א גאָרילע, און דו זאגשע תפילה
מילה במילה...
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
און פאָגראָמירט די שטאָט.
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
אזא טאָר נישט ארײן.
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
די מישט אויס משיב הרוח און והשיב לב אבות.
יואבשכח פאַרן אַרויפשלעפּּן די פּאָעמע. אז איך לייען זי איצט איבער, שיינט מיר אַז ר'
@שלום בערגער באַציט זיך צו דער gun violence עפּידעמיע אין אַמעריקע.
תפילה מיינט מען די טרויעריג-באַרימטע פראַזע Thoughts and Prayers. די רעאַקציע פון קאָנסערוואַטיוון אַנשטאָט פּראָבירן אָפּצושטעלן דעם פּאָגראָם. בסך הכל שאַפן זיי פרישע גאָרילעס.
"מָה הָעֲבֹדָה הַזֹּאת לָכֶם?" פרעגט דער כופר אין דער געטליכקייט פונעם סעקאָנד-אַמענדמענט. צי קען דען דער סעקאָנד-אַמענדמענט זיין דער תירוץ? צי קען דען די תפילת-שווא זיין די לעזונג? (איזהו "עבודה" שבלב, זו תפלה. פּה און לב דאָ זענען אָבער נישט שווים, פאַרמאָגט נישט קיין האַפט).
"איצט בעת צענדליגער משפּחות קלאָגן נאָך די אומשולדיגע קרבנות, איז נישט קיין צייט צו מאַכן די נושא א פּאָליטישע," דערקלערט דער קאָנסערוואַטיווער געזעץ-געבער — "נישט קיין צייט צו רעדן איבער גאָן-רעגלאַמענטן." און… אַוועק א דומם זײן, ומפטירין כדאתמול.
על זה נאמר "טבא חדא פילפלא חריפתא ממלא צנא דקרי"
מיט אביסל מער "פעפער", וואלט איך געזאגט אז גארילע באציהט זיך דער משורר צו א קאמף. מלשון א גארילע קאמף.
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילעפירוש, ווי @יואב זאגט, די Thoughts and Prayers איז געווארן אן אידעאלאגישער קאמף בין ימין לשמאל. דער שרייט צווייטע אמאנדמענד, און דער שרייט ס'קאסט אפ בלוט
און פאָגראָמירט די שטאָט.װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
היינו וועלכע צד איז נגד? די לינקע, וועלכע ווערן סטיגמיזירט אלס כופרים און אטעאיסטן. או יאמר, זיי זענען "כופר" אין די "תפילה", זיי האלטן אז מ'ברויכט טוהן למעשה און אויפהערן מיט די ענדלאזע "תפילות".
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
אזא טאָר נישט ארײן.וטענה בפיהם: נישט דא קיין תירוץ, (משיב) שרייט דער רעטער, (דער אקטיוויסט וועלכע וויל ראטעווען פאטענציעלע שיסערייען) אזא טאר נישט אריין (זיין?)
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.איצט איז נישטא קיין פאסיגערע טיטל פאר דער געווער פארטיידיגער ווי א גארילע, נאכן זעהן די שאדנס וואס דאס קען ברענגען. איז ער אוועק א דומם זיין, און אן א סיבה וועט ער דאס ווייטער פארטיידיגן