☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8243
בלאט: 1 2 3

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:33 pm

· #253325
פרייוויליג
די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.


איך קוק שוין לאנג ארויס אויף די טאג ווען עס וועט ערשיינען א העכסט נעטראלן היימישען צייטונג וואס וועט סטאבלאזירן דעם גאנצען בייעס פון די פארדארבענע סאטמארע צייטונגען צו יעדן צייט.

ממה נפשך, איז "די צייטונג העכסט נאטראל און היימיש, וואס איז דא ארויסצוקוקן?? איז עס נישט, האבעך מורא אז די סיבה ס'נישטא איינס איז ווייל ס'נישט דא קיין קלייענטל דערפאר...

אזוי צו אזוי... איינמאל ס'דא א שבת עפפ פארן טעלעפאון פעלט שוין בכלל נישט אויס קיין צייטונג...

שלמה המלך » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:42 pm

· #253331
נישט קלאר די מצבה בילד.... אפשר כדאי איבערצישטעלען - ביידע זייטען
יש"כ

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:25 pm

· #253367
[ציטאט אראפגענומען]


גערעכט איינער וואס גייט צו די בחירות און מאכט א ברכה אויף ר׳ עובדי׳ ז״ל איז חייב סקילה שריפה הרג חנק און האט נישט קיין פלאץ אין אונזער היימישע צייטונגען און ער איז נישט ווערט צו שרייבן וועגן אים , די אמתדיגע אדמורים וואס אונזערע צייטונגען זענען ווערט צו באשרייבן זענען נישט ח״ו פארנומען מיט אזעלכע שוידערליכע זאכן ווי גיין צו די בחירות און מאכן ברכות לבטלות זיי זענען דאך פארנומען מיט הויכע זאכן און עניני הקהילה ווי זיצן אין קאָורט מיט די ברודער/שוואגער/פעטער/נעפיו און א יעדע פרייע מינוט אויסצוניצען לשם שמים פארן אויף דאָטשע און זיך נישט אוועקריקן א זוז כל שהוא פון אונזער אלטן אויסגעטרעטענע וועג וויאזוי אונזערע פריערדיגע צדיקים פלעגן פאָרן אינדערהיים קיין קאַרלאסבאַד מיט מסירות נפש ממש , קענסטו טאקע קלאר זעהן אז ס׳איז נישט נשתכח געווארן דעם דרך הבעש״ט ווען אזויפיל היינטיגע רבנים זענען ממשיך די גאלדענע קייט און פירן ווייטער אָן די מלוכה ממש פּונקט אזוי ווי דער הייליגער סבא קדישא לבית רוזין פלעגט זיך אופפירן און מען קען טאקע זעהן בחוש ווי די היינטיגע צדיקים די גדולי הדור נעמען דעם וואַנדער שטעקן אין דער האנט און גייען אין גלות אריין ווינטער און זומער אין די גרויסטע קעלט אין היצן און וואלגערן זיך ארום אין די פרעמד ממש א שטייגער ווי די הייליגע ברודער ר״ר אלימלך און ר״ר זושע און מיר דארפן טאקע זיין שטאָלץ מיט די היינטיגע פני הכלב וואס האלטן אָן די טראַדיציע מיט א פעסטקייט אָן זיך אוועקריקן א משהו פון אונזער מסורה, זיצן זיי טאקע אויף די ווארימע ערטער און זענען מקיים די מצות עשה פון צדיקים יושבין ועטרותיהם בידיהם ונהנים מזיו השכינה !

חוץ מזה וואס ערכאות גניבות לשה״ר ליגענט לא תעמוד על דם ראיך איז דאך אלעס מדרבנן משא״כ בחירות און ברכות לבטלות איז דאך א דאורייתא

קיצור הדברים אונז דארפן זיך האלטן צו די מסורה אונז וועלן קיינמאל נישט באשרייבן און דער איד און אין דער בלאט פון די געמיינע לינקע רבנים וואס גייען מיט שטריימל און בעיקיטשע צו די בחירות ! האט שוין איינער געהערט מ׳זאל שרייבן אמאל עפּעס און אונזערע צייטונגען וועגן בעלזא, גור ,וויזניץ, קלויזנבורג, באאין, קארלין, סערעט , קיינמאל נישט !! היו לא תהיה !!!

ירח בן יומו » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:41 pm

· #253373
שבת אחים

חוץ מזה וואס ערכאות גניבות לשה״ר ליגענט לא תעמוד על דם ראיך איז דאך אלעס מדרבנן


שקר וכזב! די אלע איסורים זענענן מדאורייתא



(די רבנן האלטן דאס נישט)

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:43 pm

· #253382
[ציטאט אראפגענומען]

דאס שרייבסטו צום סוף...???

ישמעאל הכהן » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:25 am

· #253412
ער איז אבער נישט איינע פון די אדמורי סאטמאר אדער באבוב צי סיי וועלכע אנדערע שיינע ברענד קאמפעני חסידות וועלכע האבן מער ווייניגער איבירגענומען אימפפעריעס וואס זייערע עלטער פעטערס אדער זיידעס האבן אויפגעבויעט, און זיי, די רבי'ס, ווערן בלויז גענוצט פאר זייערע שיינע בארד מיט וואס זיי זאלן רעפרעזנעטן די חסידותער וואס זיי האבן באקומען אויפן טאץ. הרב שיק איז דער זאך אליינס, ער האט געבויעט א חסידות א מאוומענט רוף עס א קולט מיט זיינע בלוט און שווייס וואס האט אים קיין סך כבוד נישט געברענגט. אז ער הייסט שרייבן דאס וואס ער שרייבט נו סאיז מאדנע, א רינגעלע אינעם קייט פון טוצער מאדנע זאכן וואס ער האט געטון ביים לעבן, איך פארשטיי נישט יענץ מוז איך נישט פארשטיין דעס אויך נישט. אלענפאלס איז דאס נישט קיין ליצנות

שעפטל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:03 pm

· #253482
[ציטאט אראפגענומען]

שכח פארן ענדליך ארויסגעבן דיין צער! פון יעצט און ווייטער פארשטיי איך דיך שוין....

פליקער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:18 pm

· #253489
קען איינער מסביר זיין זיין שיטה און עניוות, עס איז מיר א פלא ווי א מענטש א חסיד קען אזוי שרייב אויף זיך, איך וויל פארשטיין נישט חוזק מאכן, איך בין נישט קיין ב חסיד אבער דאס אז ער האט געהאט פילע חסידים איז דאך זיכער ע"כ וויל איך פארשטיין וואס דא קימט פאר, און ביטע נישט צייגן וואס דער ראפשיצער האט געטיען, ווייל איך קען נישט מדמה זיין די צוויי.

אויב איז א פראגע אפענסיוו דאן קען מען דאך מעקן

שעפטל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:21 pm

· #253490
איך בין אויך נישט מדמה מוהרא"ש צום ראפשיצער רב זצ"ל, אבער איך האב ליב ווי דו פראטעקסט דיך מיטן
פליקער
און ביטע נישט צייגן וואס דער ראפשיצער האט געטיען, ווייל איך קען נישט מדמה זיין די צוויי.
פארוואס נישט???
נאכאמאל איך זאג נישט אז זיי זענען די זעלבע, אבער ווער בין איך צו מעסטן און איינטיילן ווער ס'מעג שרייבן וואס? און יעצט פרעג דיר אליינס די שאלה...

פליקער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:32 pm

· #253494
שעפטל
איך בין אויך נישט מדמה מוהרא"ש צום ראפשיצער רב זצ"ל, אבער איך האב ליב ווי דו פראטעקסט דיך מיטן
פליקער
און ביטע נישט צייגן וואס דער ראפשיצער האט געטיען, ווייל איך קען נישט מדמה זיין די צוויי.
פארוואס נישט???
נאכאמאל איך זאג נישט אז זיי זענען די זעלבע, אבער ווער בין איך צו מעסטן און איינטיילן ווער ס'מעג שרייבן וואס? און יעצט פרעג דיר אליינס די שאלה...


ווייל דער ראפשיצער איז נישט דאהי צי זאגן וואס ער האט געמיינט אדער צי ער האט ווירקלעך געלאזט אזא צוואה

שעפטל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:41 pm

· #253498
ישמעאל הכהן
פרייוויליג
די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.

קענסט שוין @פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער בלאט א באשרייבונג אויף הרב שיק.

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:26 pm

· #253539
אויף פורום אוצר החכמה האט איינער אנגעמערקט אינטרעסאנטע נקודות ווי צו פארשטיין די הלוך ילך און ביטויים פון מוהרא"ש דארף מען ארויסהאבען די ברעסלבע שפראך און הנחות.

א"א להאריך כעת בע"ש, אבער בהתבוננות וועט איר זעהן אז די גאנצע הנהגה און אלעס וואס מען זעהט אין די צוואה וכו' איז אלעס נאכגאמאכט אדער זיך אפגעלערנט פון ר נחמן זי"ע, פון די רעדן בשבחי עצמו ביז מגנה זיין די רודפים ושונאים ביז עוסק זיין אין שידוכים (ר נחמן האט הויכע תורות וועגן דעם אז דער צדיק איז דער גרעסטער שדכן און איז משדך אלע שידוכים) ביז נישט ממנה זיין א ממלא מקום און הייסען קומען אויף די קבר. אפילו אפאר זאכען טרעפט מען לכאורה נישט אין ר נחמן ווי למשל די שרייבען אזויפיל בריעווען יש ששיערו אז דאס בויט זיך אויף מגלת סתרים הגם איך ווייס נישט כרגע אויב דאס איז קראנט.

כוכב » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:04 pm

· #253550
ר' זיידל קרעטשינפער מאכט אויך נאר נאך זיין טאטע און נאכמאכן מינימיזירט נישט דעם משוגעת וואס שרייט ארויס מכל פסיעותיו וה' הטוב יכפר.

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:50 am

· #253667
שעפטל
ישמעאל הכהן
פרייוויליג
די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.

קענסט שוין @פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער בלאט א באשרייבונג אויף הרב שיק.

פיין ארלעדיגט, ער ווערט אבער באשריבן אין קליין ווי עפעס א אלטער פעדלער וואס האט צופעליג עפעס א שטיקל ביאגראפיע צו זיין נאמען. עס איז ביליג.

יאיר » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:03 am

· #253688
[ציטאט אראפגענומען]

ניין, חס ושלום. דאס וואלט דאך ממש געווען גאוה. דער מנהג המקום איז צו גיין אין אידישן אדער גוי'אישן בית דין און בעטן זיי זאלן דיך קרוינען מיט'ן טיטל כ"ק אדמו"ר שליט"א.

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:46 am

· #253695
[ציטאט אראפגענומען]



ענטשולדיגט מיר עזריאל אבער דאס איז געווען א שפראך וויאזוי מען האט גערעדט סיי ביי הרה''ק רבי נחמן און זיין תלמיד
זיכער אז נישט יעדער איז בארעכטיגט דערצו
אבער בזמנינו זענען דאך רובא דרובא פון די ווייסע זשופיצעס נישט בארעכטיגט מיט וואסערע שוך זיי טוען זיך אן.

שלמה המלך » דינסטאג פעברואר 17, 2015 8:26 pm

· #254350
זיין אייניקעל צבי'קא גאלדמאן איז דער ערשטער וואס האט געברויכט א שידוך און געפאלגט די צוואה! אויסגעזאגט גאנץ תהילים ביים זיידען און ככלות השבעה זינטאג דע וואך איז ער א חתן געווארען בשטומ"צ, היינט נאכט איז די תנאים...
גדולה צדיקים במיתתן יותר מבחייהם!
מזל טוב

הוגה » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:23 pm

· #254375
שלמה המלך
זיין אייניקעל צבי'קא גאלדמאן איז דער ערשטער וואס האט געברויכט א שידוך און געפאלגט די צוואה! אויסגעזאגט גאנץ תהילים ביים זיידען
גדולה צדיקים במיתתן יותר מבחייהם!


ער דארף נישט צוקומען צו די זיידעס הבטחות, ס'איז גדול כח הנכד, זייענדיג אליינס משמש באדמורו"ת קהלת פיסענלאוו שוין לאנגע יארן, יאריך ימיו על ממלכתו...


.

יאסל ראקאווער » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:06 am

· #254405
די גלאז איז האלב ליידיג
און דערצייט וואס דער עולם שטוינט אויף א שחצנות פון א מענטש. וואונדער איך זיך צו האט ער זיך טאקע געהאלטען אזוי גרויס ווי די וועלט האלט פון ר' נחמן? אדער, ווי ס'איז שטארק מסתבר, האט ער געהאלטען ר' נחמן אזוי קליין ווי זיך?!

שלמה המלך » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:06 am

· #254416
יא ער איז אליין געוועהן ביים ציון נישט דורך בלוטוט, ער איז מיטגעפארען מיט די מטה.
יא עס איז שוין פון לאנג די שידוך אבער עס האט זיך געשלעפט און געשלעפט! אויסגעפירט געווארען איז עס למעשה יעצט!

קרעקער » מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:42 pm

· #254449
און דערצייט וואס דער עולם שטוינט אויף א שחצנות פון א מענטש. וואונדער איך זיך צו האט ער זיך טאקע געהאלטען אזוי גרויס ווי די וועלט האלט פון ר' נחמן? אדער, ווי ס'איז שטארק מסתבר, האט ער געהאלטען ר' נחמן אזוי קליין ווי זיך?!


דעס איז א אלטע חקירה אויף שמואל וויעדער ווען ער שרייבט אין בלאט (די זעלבע יעדער אויף זיין רבי) אז ר' אהרן איז אזוי גרויס ווי די יטב לב, צו ער מיינט גרויס צו מאכען ר' אהרון, אדער אראפצוברענגען דעם יטב לב, די מטרה איז זעכער די זעלבע

גאנצל » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:41 am

· #254642
די חקירה איז שוין נאך עלטער ווען שלמה יענקל באשרייבט ר' יוא' מסאטאר ז"ל צו ער וויל מאכן ר' יואל פאר א מלאך אדער ער וויל אונז זאל מיר פארשטיין אז א מלאך איז אויך נישט אזוי גרויס כלפי ר' יוא' ז"ל

ווי האט אמאל א עלטערע ליבליכע אידל מיט א שמייכל אויפ'ן פנים און א באחן'ט איינגעקנייטשט שטערן געזאגט פאר הרה"צ ר' שלום אליעזר אב"ד סאטמאר ב"פ 15 ווען ער איז נאך געווען א בחור'ל

"דו ווייסט פארוואס די שטוב (ווער געדענקט נאך.....) האט ענק אזוי פיינט. ווייל ווען מ'זעהט ענק דערמאנט מען זיך אז די רבי איז א ילוד אשה......ודפח"ח

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:11 pm

· #254670
והיינו טעמא פון אלע מעשה ביכלעך פון אלע גדולים...

איך אויך » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:26 pm

· #255998
@גאנצל איך כאפ נישט דעם ליבליכן אידל'ס ווארט ,קענסט אפשר עקספלעינען?

גאנצל » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:03 am

· #256052
איך אויך
@גאנצל איך כאפ נישט דעם ליבליכן אידל'ס ווארט ,קענסט אפשר עקספלעינען?


אויב ביסטו אויפגעוואקסן אין סאטמאר דארפסטו פארשטיין די ווארט

Kool man » פרייטאג פעברואר 27, 2015 10:44 am

· #256226
קען אפשר איינער דא בעסער אויסוועלגערען די מערכה מיט מער פרטים? וויאזוי הייסט די עלטערער זוהן, די יונגערע? וואו וואוינען זיי? וואו זענען זיי איידעמער? וואס איז מיט יואלי רוטה? און מיט אלע אנדערע וואס יאווען זיך צו ווערען ממלא מקום'ס דא?

ברסלב'ער אוואו ביסטו אנטלאפען? לייכט אונז אויף.. 😳

איחוד פעלד » מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:13 pm

· #256299
כ'מיין אז דער עיקר סיבה פאר א גרעסערע מחלוקת דארט,איז ווייל דארט איז עמטליך געפרעדיגט געווארען אז זיי זענען אנדרעש פין אנדערע חסידות'ן, ביי זיי איז נישט קיין ביזנעס,.ממילא.ברענגט עס אז אלע קינדער און תלמידים וועלען האלטען אז זיי זענען די מערסטע ראוי.

סאו וואט » מוצ"ש פעברואר 28, 2015 10:30 pm

· #256308
אונטרעסאנט, געהערט פון משפחה קרוב פונעם צדיק פון יבניאל, ווען כ'האב איהם געפרעגט צו דער צדיק איז געוועהן צוקריגט מיט'ן טאטע? אז ער האט איהם אויסגעלאזט פונעם מציבה? און דערמאנט דער טאטענס נאמען? ענטפערט ער מיר, אז ער איז בכלל נישט געוועהן צוקריגט מיטן טאטע, אדרבא, זיי זענען זייערע גוט געוועהן, נאר ווען ער האט געשריבען זיין צוואה, האט זיין טאטע נאך געלעבט, און ס'איז פשוט ארויס פון קאפ צו דערמאנען זיין טאטענס נאמען אויפן מציבה און נאך אלס מיטן טיטל זצ"ל.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 1:38 am

· #256331
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ריכטיג. ס'איז ניטאמאל שייך א מחלוקת דאהי (אויסער אין יבנאל). פונקט ווי אמאל, איידער חסידותן זענען געווען פארטייען, ווען א רבי איז אוועק, האט יעדע חסיד זיך אויסגעוועילט א רבי לויט זיין געשמאק. און ממש אזוי שפילט זיך דא אפ. יעדער גייט צו וועם ער וויל.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 1, 2015 8:42 am

· #256357
נאר אביסעל אנדרעש וויאמאהל, אז אמאהל האט א רבי איבערגעלאזט אפאר יתומים און עקספענסעס פלאס אפאר מנהגים, היינט לאזט א רבי איבער א אימפעריע פין פיפציג מיליאן און א באנטש טינופת.

ברוך שאמר » זונטאג מערץ 1, 2015 9:33 am

· #256372
[ציטאט אראפגענומען]

באבעוו ?? וועלכע באבעוו?

ברסלבער » זונטאג מערץ 1, 2015 1:23 pm

· #256423
קאווע טרינקער
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ריכטיג. ס'איז ניטאמאל שייך א מחלוקת דאהי (אויסער אין יבנאל). פונקט ווי אמאל, איידער חסידותן זענען געווען פארטייען, ווען א רבי איז אוועק, האט יעדע חסיד זיך אויסגעוועילט א רבי לויט זיין געשמאק. און ממש אזוי שפילט זיך דא אפ. יעדער גייט צו וועם ער וויל.

זייער גוט ארויס געברענגט.

הדד בן בדד » מאנטאג מערץ 2, 2015 2:22 pm

· #256692
Kool man
קען אפשר איינער דא בעסער אויסוועלגערען די מערכה מיט מער פרטים? וויאזוי הייסט די עלטערער זוהן, די יונגערע? וואו וואוינען זיי? וואו זענען זיי איידעמער? וואס איז מיט יואלי רוטה? און מיט אלע אנדערע וואס יאווען זיך צו ווערען ממלא מקום'ס דא?

ברסלב'ער אוואו ביסטו אנטלאפען? לייכט אונז אויף.. 😳


דער עלטערער זון הייסט זושא, דער אינגערער מוישי (נתן משה שמואל), דער עלטערער וואוינט ביי די עלטערן אין שטוב דער אינגערער אין מאנסי. דער עלטערער איז א גרוש דער אינגערער איז אן איידעם ביי א ראטטענבערג פון די קאסאנ'ער\קאזעווע משפחה (א קרוב, ווייל זיין מאמע איז אויך א ראטטענבערג).

יואלי ראטה (אדער רוטה...) איז א תלמיד פונעם מוהרא"ש. יעדער פון די דריי אויבנדערמאנטע טרייט צו כאפן וואס מער פון זיין טאטנס מענטשן, האפענדיג אזוי צו מאכן פרנסה. זאל דער אויבערשטער זיי אלע געבן וואס עס פעלט זיי.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 2, 2015 4:24 pm

· #256725
איך האב געהערט אז עס איז אויך דא עפעס א תלמיד וואס איז געווען זיין כותב וואס געבט איבער שיעורים אין היכל הקודש איך ב"פ און אסאך קלעבן צו איהם,
ווייסט איינער מער פרטים?

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 6:19 pm

· #256755
אז מען טראכט אריין אזוי וואלט געדארפט זיין ביי אלע חסידות'ער, די רבי שטארבט און די חסידים ג'יין צו וועם זיי ווילן!! אין די קינדער פונים רבין האבן זיי אין בארד

נופת צופים » דינסטאג אפריל 21, 2015 8:59 pm

· #268368
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
אתא, א קליינע בקשה לטובת הציבור, ווען דו שטעלסט ארויס א לינק, ביטע שרייב א האלבע שורה וואס דאס איז.

בד"וו די ערשטע האלב פונע'ם url קענסטו אייביג אויסלאזן. מ'ווייסט ממילא. [emoji6]

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 5, 2015 4:36 pm

· #272728
מען פארט אין די מאסן צום ציון.
א צעטיל וואס הענגט לעבן די כותל

הבא ללמד » דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:57 pm

· #277683
אינטערסאנט און דע מודעה שטייט "שיבואו ויסיימי את כל ספר התהלים "מכל הלב" און דע צוואה שטייט "שיבואו לציון קבורתי ויגמרו שם את כל הספר תהלים בפעם אחת בלי הפסק" און דע "מכל הלב" ווערט דארט אינגאנצען נישט דערמאנט, זיעט אויס זיי ווילען נישט נעמען קיין טעשנסעס אז טאמער וועט עס נישט געלונגען איז עס וועגען עס איז נישט געווען "מכל הלב"

ווי זאגט יענער "ווייל די האסט נישט געגלייבט"

בן נריהו » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:32 pm

· #277689
געווען אין אומן - ביי רבי נחמן - ראש השנה; אין ריבניץ - ברענען ציגל - שושן פורים; אין ליזעסק - כ"א אדר - ביי רבי ר' אלימלך; אין קערעסטיר - ביי רבי ישעיהו'לע אסרו חג פסח; אין נו דזערזי - ביי רבי נפתלי'צע צבי מ'באבוב - ל"ג בעומר; און יעצט אין יבניאל ביים יבניאל'ער צדיק.

וועלכער צדיק בעקומט קרעדיט אין די ראוילינג קרעדיט פון די ענדגילטיגע ווינדער ערצעלונג?

פילייכט - איז מיין קלער און טראכט - איז א חז"ל'שע פארבאט אויף כ"ד חודש צווישן איין צדיק און אנדערען אין פלאץ, אזוי - כאטשיק - וועט זיך אנזען פון וועלעכע צדיק'ס השפעה-ברוסטן מען זייגט.

Milk shake » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:40 pm

· #277694
די סגולה ארבעט בעסער ווען מ'פארטוישט זיין נאמען פון ר' אליעזר שלמה אויף שלמה אלעזר? מה הפשט?

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יוני 2, 2015 12:04 pm

· #279860
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
די רבי ז"ל רופט אויף ראש השנה 📎 uploadfromtaptalk1433261048129.jpg

יענער פויגעל » דינסטאג יוני 2, 2015 4:45 pm

· #279912
סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יוני 2, 2015 5:00 pm

· #279915
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
יענער פויגעל
סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?

לכו' א דערמאנונג.
זיי מאכן א מצב יעדעס יאר

הוגה » מיטוואך יוני 3, 2015 10:46 am

· #280158
יענער פויגעל
סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?


דאכציך אז ער האט געשריבן אין צוואה אז מ'זאל מבטל זיין דער מנין נאך זיין פטירה און אלע זאלן גיין דאווענען אין די גרויסע קלויז. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ. דער מודעה קומט לאפוקי פון דעם.

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 3, 2015 11:04 am

· #280171
הוגה
יענער פויגעל
סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?


דאכציך אז ער האט געשריבן אין צוואה אז מ'זאל מבטל זיין דער מנין נאך זיין פטירה און אלע זאלן גיין דאווענען אין די גרויסע קלויז. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ. דער מודעה קומט לאפוקי פון דעם.

אויב אזוי פארוואס איז מען טאקע ממשיך די מנין?

הוגה » מיטוואך יוני 3, 2015 11:09 am

· #280174
איך בין נישט דער ווארטזאגער פאר היכל התורה, אבער אין אסאך פעלער פאלגט מען נישט צוואות. לדוגמא, דעם קלויזנבורגער רב האט מען נישט געמאכט ד' מיתות בי"ד. בפרט דא וואס עס איז נוגע פאר אנדערע מענטשן מער ווי עס איז אים נוגע, און זיי האלטן אז פאר זיי איז בעסער יא צו האבן אן אייגענע מנין.

שוין, גענוג שפעקולאציע, זאלן די ברסלב'ער קומען זיך פארענטפערן.

שושן פורים » מיטוואך יוני 3, 2015 12:00 pm

· #280186
הוגה
איך בין נישט דער ווארטזאגער פאר היכל התורה, אבער אין אסאך פעלער פאלגט מען נישט צוואות. לדוגמא, דעם קלויזנבורגער רב האט מען נישט געמאכט ד' מיתות בי"ד. בפרט דא וואס עס איז נוגע פאר אנדערע מענטשן מער ווי עס איז אים נוגע, און זיי האלטן אז פאר זיי איז בעסער יא צו האבן אן אייגענע מנין.

שוין, גענוג שפעקולאציע, זאלן די ברסלב'ער קומען זיך פארענטפערן.


ער שרייבט אז נאך זיין פטירה קען יעדער גיין למקום שלבו חפץ, און די תלמידים מאכן זיין מנין אלץ מקום שלבם חפץ
כמבואר דא

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 3, 2015 12:06 pm

· #280187
יישר כח פארען קלארשטעלן

ברסלבער » מיטוואך יוני 3, 2015 12:21 pm

· #280192
שושן פורים
ער שרייבט אז נאך זיין פטירה קען יעדער גיין למקום שלבו חפץ, און די תלמידים מאכן זיין מנין אלץ מקום שלבם חפץ
כמבואר דא

זיי שרייבן דארט אז בחייו האט ער געוואלט מען זאל דאווענען מיט אים און לאחר פטירתו זאל מען גיין וואו מען וויל. דאס איז נישט אמת, ער האט אייביג געזאגט אז מען זאל גיין דאווענען וואו מען וויל, ווען ער האט גערעדט פון ראש השנה אין אומאן האט ער געווענליך צוגעלייגט אז דער עיקר איז אז מען זאל זיין אין אומאן, און עס איז נישט קיין חילוק וואו מען דאווענט דארט, און די זעלבע האט ער געשריבן אויף אומצאליגע פלעצער.

דער צעטל איז זייער פשוט פארשטענדליך צו מודיע זיין אז דער מנין אין בנין המעגעמעטער וועט ווייטער אנגיין ווי פריער.

זעמיל מילכיגער » מוצ"ש יולי 18, 2015 10:36 pm

· #289949
איינער ווייסט וואס עס גייט פאר עכשיו ביבנאל??? מען האט געטראפן די וואך ר' אשר טלידנו הי'ד געהאנגען אויף זיין פארטש, און אין איילעניש געווארן אפגעפירט אין שפיטאל ווי דינסטאג איז ער אוועק, אפיציעל איז געשטאנען באריכטעט אין די נייעס אז ער איז באגאנגען זעלבסט מארד, אבער ווי א קליפ פון א סורוועיליענס קעמרע האט פארגעשטעלט זעהט מען ווי צוויי אירע שלעפן איהם און דערמארדען איהם. ווי זיי געבן איבער איז ער געווען גבאי דארט און צוליב פאליטישע חשבונות פון משה בן מרא"ש האט מען געדינגען פארשוינען זאלן איהם מסדר זיין.
האט איינער מער דעטאלען????????????
בלאט: 1 2 3