☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8243
בלאט: 1 2 3

שעפטל » פרייטאג פעברואר 6, 2015 1:51 am

· #252085
הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב
אין די מינוטן קומט אריין די ערשיטערנדע בשורה, אז הרה"צ רבי אליעזר שלמה שיק, באוויסט אין די וועלט אלס דער "מהרא"ש", באקאנט ביי פילע אלס דער צדיק פון יבניאל, און א גאר רעספעקטירטער מנהיג אינערהאלב די ברסלב'ע חסידות, דער מייסד פון די "היכל הקודש" אימפעריע, איז יעצט נפטר געווארן!
📎 מוהרא_ש_-_הצדיק_מיבנאל.jpg

א שנעלע אפהאנדלונג פון מהרא"ש זצ"ל:

הרב אליעזר שלמה שיק, ווערט אנגערופן ביי די מערהייט פון מענטשן "מוהרא"ש" (מ'ורינו ו'רבינו ה'רב ר'בי א'ליעזר ש'למה) אדער גאר דער צדיק פון יבנאל, איז געבוירן געווארן אין תל אביב, כ"א אייר ה'ת"ש. צו זיין טאטע הגאון הגדול רבי מנחם זאב שיק זי"ע, אב"ד טאקאי, און זיין מאמע הרבנית מלכה. אלס קינד האט ער געוואוינט אין ירושלים און געלערנט אין תלמוד תורה "עץ חיים". ער האט געלייגט תפילין ביי הרה"ק רבי אהרלע בעלזא'ר זי"ע. שפעטער ווען ער איז אלט געווען בערך 13 יאר האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן קיין אמעריקע (זיין טאטע איז שוין געגאנגן צוויי יאר פריער, און נישט געווען ביי זיין בר מצוה), זיי האבן געוואוינט אין די בראנקס, אבער דער מהרא"ש איז געפארן יעדן טאג צוויי שעה מיטן באן קיין וויליאמסבורג, און איז אריין לערנען אין די ישיבה פון קאשוי רב ז"ל. און דערנאך געלערנט בערך פינף יאר אין ישיבת תפארת ירושלים ביים פוסק הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל.
איך האב גראדע געהערט אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמוד פונעם סאטמאר רב דער דברי יואל זצ"ל, און געלערנט אין זיין ישיבה, נאך אין ארץ ישראל, די שאלה איז נאר צו ס'איז געווען אלס 7-8 יעריג קינד צו אפשר שפעטער.

דער מהרא"ש האט דערציילט אז ווינטער תשי"ז, זייענדיג אלט בערך 16 יאר איין טאג ווען ער האט געדארפט פארן זיין צוויי שעה'דיגע וועג, האט ער געכאפט א ספר פון אינדערהיים פארן וועג, און פערצופאל איז עס געווען די ספר "משיבת נפש" וואס איז מלוקט געווארן דורך הרב אלתר מטעפליק, וואס איז פון די כתבים פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב און זיין תלמוד הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע, און אזוי איז ער נתקרב געווארן צו ברסלב.

שבט תשכ"ב האט ער חתונה געהאט צו זיין רעביצין, די טאכטער פון כ"ק אדמו"ר רבי אשר ישעיה הלוי ראטענבערג זצ"ל, האדמו"ר מקאסאן. זיין מסדר קידושין איז געווען זיין רבי הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל.
📎 500px-Koson.jpg

די זעלבע צייט האט זיך געענפענט א ברסלב'ע שוהל אויף 16 עוו. אין בארא פארק, ווי דער מהרא"ש האט אנגעהויבן צו געבן שיעורים יעדע וואך.

ממש געציילטע יארן נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן מיט זיין הרבצת התורה וואס איז אנגעגאנגן פאר איבער 50 יאר!!! און ער האט אנגעהויבן צו שרייבן בריוון אהין און צוריק צו הונדערטע אינגעלייט און בחורים פון איבער די וועלט, וואס מיט די יארן איז שוין ארויסגעקומען איבער 120 בענדער פון זיינע שאלות ותשובות "אשר בנחל", און מ'רעדט דא פון טויזענטער בריוון, ווי דער מהרא"ש אליינס שרייבט אין א בריוו וואס איז לעצטענס ארויסגעגעבן געווארן, רעדט מען דא פון איבער 70 טויזענט בריוון!!

אזוי אויך האט ער אנגעהויבן צו פארשפרייטן די ספרי ברסלב, אינטערן נאמען "אליעזר שלמה ברסלבר".

תשכ"ו איז ער די ערשטע מאל געפארן קיין אומאן צום קבר פון רבי נחמן, ער איז געפארן דורך ארץ ישראל און קודם דארט באגעגענט פרעזענדליכקייטן פון חסידי ברסלב, ווי הרב שמואל האראוויץ, הרב לוי יצחק בנדר, און הרב אליהו חיים רוזן.

אין יאר תשל"ג, זייענדיג אלט 33 יאר, האט ער אנגעהויבן צו דריקן די ספרים און קונטרסים מיט דברי חיזוק וואס ער האט אליינס געשריבן, אנגעהויבן מיט א "קריאת שמע שעל המיטה" מיט א פירוש, און די ספר "ארך אפיים". נאכן ארויסגעבן דעם ארך אפיים האט מען אים שטארק גערודפ'ט אפילו צווישן די ערענסטע חסידי ברסלב.

ראש השנה תשל"ו האט זיך דער מהרא"ש באטייליגט אינעם קיבוץ חסידי ברסלב, אין די ירושלים'ע שוהל, ווי ער האט געגעבן א גאנצע דרשה איבער די גרויסקייט פון ראש השנה.

אנפאנג תשל"ז האט דער מהרא"ש אויפגעשטעלט די ערשטע ביהמ"ד מיטן נאמען "היכל הקודש – חסידי ברסלב", און פון דארט האט זיך עס צושפרייט, ווען אנגעהויבן בערך דריי יאר שפעטער איז ער געפארן אפאר מאל א יאר קיין ארץ ישראל, ווי ער האט שוין געהאט הונדערטע חסידים און אנהענגער, און געעפענט בתי מדרשים אין ירושלים, בני ברק, טברי',צפת, אשדוד, בת ים, נתיבות, תל אביב, באר שבע און נאך.

למעשה אין תשמ"ו האט זיך דער מהרא"ש באזעצט מיט א קבוצה חסידים אין יבנאל. וואס איז געווארן מיט די יארן די צענטער באזע פון די חסידות, היינט איז דא דארט א תלמוד תורה "ילדי חן", א בית הספר לבנות 'בית פייגא', א סמינאר "בית מלכה" (נאך זיין מאמע), ישיבות ,בית שלמה' און 'בית מנחם, פאר בחורים, א ישיבה 'דמשק אליעזר' פאר בעלי תשובות, כוללים, א מדרשיית 'בית שפרה' פאר מיידלעך מבקשים..., א גרויסע בית המדרש, און א נייע גרויסע בית הכנסת (געענדיגט געווארן דריי יאר צוריק) און א קיך פאר די ארומע איינוואוינער דארטן, פון די צווישן איבער 400 משפחות וואס וואוינען דארט.

למעשה האט דער מהרא"ש געוואוינט מער איבערן יאר אין בארא פארק אין אמעריקע, און האט אויך אויפגעשטעלט בתי מדרשים אין וויליאמסבורג (איינס איז דער מרכז 'היכל הקודש' ברסלב און נאך א שוהל בית המדרש 'התאחדות התלמידים'), מאנסי (אויך שוין דא צוויי), און דריי בתי מדרשים אין קרית יואל-מאנרא, (איינס אינמיטן שטאט, ממש נעבן די גרויסע ביהמ"ד אין קרית יואל, דערנאך ביי די צוויי עקן, איינס אין שכונת עצי תמרים און איינס אין שכונת ברך משה).. ווי אויך א שוהל אין בראזיל.

וויליאמסבורג איז למעשה א שטארקע באזע, וואס ס'איז אויך דא א תלמוד תורה "היכל הקודש", א בית חינוך לבנות "בית פיגא" (נאכן מאמע'ן פון רבי נחמן), א באקאנטע ישיבה "תפארת התורה" מיטן ראש ישיבה זיין תלמוד הרב יואל ראטה, אזוי אויך האבן זיך די מרכז חסידי ברסלב שטארק אריינגעלייגט אין דריקן די ספרים פון רבי נחמן און רבי נתן, און אזוי אויך די הונדערטע ספרים פון מהרא"ש.

אביסל איבער זיינע השקפות:

ער לערענט שטארק דעם עולם איבער שלום בית, שוין ארויסגעגעבן אסאך קונטריסים סיי פאר די מענער און סיי פאר די פרויען איבער דעם. און נאך מער, ער האט אסאך פארברענגט איבער די כבוד חמיו וחמותו וואס א מענטש מוז האבן אין אלע אומשטענדן און שרייבט אז דאס איז פון די גרעסטע שליסלן אין שלום בית. (שטעלט אלעס אויף די שיחות רס"ג-רס"ד אינעם שיחות הר"ן).

די לימוד קבוע יעדן טאג זאל זיין אויף פופצן זאכן! חומש, רש"י און תרגום אונקלוס פון די וואכענדיגע פרשה; תנ"ך; משנה; תלמוד בבלי; תלמוד ירושלמי; תוספתא; מדרש רבה; מדרש תנחומא; רמב"ם; טור; שולחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר; ליקוטי מוהר"ן; ליקוטי הלכות (ווי מ'זעהט אין שיחות כ"ח ו-ע"ו אינעם שיחות הר"ן און אינעם קונטרס סדר-דרך-הלימוד).
עקסטער האט ער איינגעפירט צו לערנען בעיון און האבן א בקיאות אין די ספרי רבי נחמן. און האט געמאכט א לוח אז מ'זאל ענדיגן ליקוטי מהר"ן יעדן חודש.

מער באקאנט איז זיין מהלך פון דער סדר הלימוד פון זאגן אסאך אהן פארשטיין, מוהרא"ש האט אריינגעברענגט צווישן זיין עולם זאגן און זאגן 18 פרקים משניות וכדומה. זאגנדיג אז דאס איז דער ברסלבער דרך (שיחות הר"ן ע"ו)

דער מהרא"ש האלט בשיטה אז מ'זאל חתונה האבן בערך ביי די 16, און ס'האט אים טאקע געברענגט קאפ ווייטאג בערך פאר 14-15 יאר צוריק אין ארץ ישראל ווי ער איז נישט געפארן מורא'האבענדיג אז מ'וועט אים ארעסטירן, למעשה האט זיך עס אפגעשטילט. און מ'זעהט טאקע ווי זיי חסידים טון שידוכים ביי די יארגאנג.

איך בין נאכנישט געווען אין יבנאל, אבער איך הער אז אין יבנאל גייט דאס גאנצע שטעטל ווייס אנגעטוען שבת, ווייל לויטן זוהר דארף מען אזוי גיין.

למעשה איז מהרא"ש געווען פון די באקאנטע ברסלב'ע משפיעים און מדריכים, האט געהאט גראדע אסאך קעגנערשאפט אינערהאלב אנדערע מדריכים.

ער איז נסתלק געווארן היינט י"ז שבט תשע"ה.

ער האט איבערגעלאזט הונדערטער ספרים, צווישן זיי:
קונטרס "סדר דרך הלימוד" - ווי דערמאנט ברענגט ער ארויס וויאזוי מ'דארף צו לערנען.
שו"ת אשר בנחל - ווי געשריבן, איבער הונדערט צוואנציג בענדער, מיט טויזענטער בריוון.
שאלות ותשובות בחסידות ברסלב - פערצן חלקים, וואס ענטפערט אלע מנהגים און פראגעס פאר חסידי ברסלב.
אוצר הקונטרסים - שוין ארויסגעקומען 32 בענדער וואס ערהאלט דערין איבער טויזענט קונטרסים.
עקסטער פון דעם איז שוין ארויסגעקומען בענדער וואס נעמט אריין א געוויסע נושה ווי: אוצר הקדושה, אוצר החיים, אוצר הסבלנות, אוצר לנשים, אוצר חינוך הילדים, אוצר שלום בית, אוצר הרפואות, אוצר לבחורי ישיבה, אוצר ראש השנה, אוצר הפרנסה.
פעולת הצדיק - קורות חייו פון רבי נחמן מברסלב
שפת הנחל - א פירוש אויף ליקוטי מוהר"ן
זאת התורה - דרושים על התורה, אויף די וואכענדיגע סדרה
שיחות מוהרא"ש - 15 בענדער פון שיחות און סיפורים וואס זענען געזאגט געווארן פאר די תלמידי "היכל הקודש"
נהרי אפרסמון - א פירוש אויף מעשיות וואס מ'דערציילט אויף רבי נחמן
סידור "עת רצון" - א ביאור אויפן סידור התפילה געשטעלט אויף די ווערטער פון רבי נחמן
ס'דא 22 בענדער אויף פרקי אבות "אהבת אבות" "חסדי אבות", "מגן אבות" און נאך
תוך הנחל - שיחות אויף די פרשה, מיט געשטעלט אויף די ווערטער פון רבי נחמן
קדושת ישראל - געשטעלט איבער די קדושת הברית
ארך אפיים - פון די ערשטע ספרים, פשוט איבערן מידת הסבלנות
אילן החיים - א מוסר ספר
דיבורי מוהרא"ש - איבערגעשריבן אין עיברית זיינע אידישע דרשות

ס'דא א וועבזייטל http://www.breslevcity.co.il/ מיט אסאך אינפארמאציע

דאס איז ווי מ'זאגט אביסל פשוט באשריבן אזא אדם גדול. בשם כל קהלה קדישא הדין חברי השטיבל איז אונז צום האפן אז אזא כתבה רבא ווי @ברסלבער זאל אפשרייבן כדרכו א ריכטיגע לענגס און א ברייטס.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:10 am

· #252088
פארוואס ווערט עס נישט באריכטעט אין ערגעץ ? און נישט אפילו אויף זייער וועבסייט?

אחראי » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:13 am

· #252089
יעדער זאל זיכער מאכן צו האלטן דעם אשכול רעספעקטפול.

ישמעאל הכהן » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:14 am

· #252090
שבת אחים
פארוואס ווערט עס נישט באריכטעט אין ערגעץ ? און נישט אפילו אויף זייער וועבסייט?

YWN does report

שעפטל » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:17 am

· #252092
שבת אחים
פארוואס ווערט עס נישט באריכטעט אין ערגעץ ? און נישט אפילו אויף זייער וועבסייט?

זיי מעלדן דאס אויף קול ברסלב, 212-444-9191 1-2

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:23 am

· #252094
יעצט שרייבט שוין יעדער , קאווע שטיבל איז מסתמא געוועהן ממש די ערשטע דאס צו מעלדן , בד״ה

ישמעאל הכהן » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:26 am

· #252095
ס'גייט נישט זיין א לויה דא.

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 6, 2015 4:28 am

· #252100
א שאד איך האב עם נישט געקענט. איך וועל נאר זאגען א משהו וואס איך מיין פון ארום און ארום.

ער איז געווען לכאורה דער ערשטער בדורנו מפרסם צו זיין תורת ברסלב צו דער המון עם אינדרויסען פון די פיצי קבוצות חסידי ברסלב וואס איז געווען, אין דער זין איז ער דער רבי פון אלע משפיעים און דער גאנצער באועגונג פון ברסלב וואס טוהט זיך היינט. געדרוקט ספרים פאר ביליג, געשריבען אייגענע ספרים און ליקוטים בלשון מדברת להמון, וכו'. די גאטס וואס ער האט געהאט דאס צוטוהן מעג זיך יעדער לערנען, ער איז געווען ברסלב פאר ברסלב איז געווען אין סטייל.. און אין זיינע אלע פעולות זעהט מיט די גאטס און זריזות וואס ער איז נישט מיד געווארען פון אויפשטעלן נאך און נאך זאכען שרייבען נאך און נאך ספרים וכו'. הגם ער האט געהאט פארשידענע דורכפעלער האט ער זיך נישט אפגעשטעלט קיין רגע פון טוהן זיינס שרייבען נאך א ספר זאגען נאך א שיעור עפענען נאך א קבוצה וכו'.

די זעלבער האט ער געהאט די גאטס צו זאגען און דרשנען און מפרסם זיין פארשידענע דעות און שיטות הגם זיי זענען זייער ווייט פון די מיינסטרים פון חרדים, ווי למשל די זאגען ספרים, אדער זיינע דעות בעניני מאחוה"פ, די זאכן קען ברסלבער בעסער אראפלייגען פאר מיר. איך ווער נאר נתפעל פון די גאטס.

די ריבוי ספרים וקונטרסים בכמות וואס ער האט אנגעשריבען פארדעקט אביסל די מעלות וואס עס איז דא אין דעם באיכות, איך האב געליינט עטליכע בענדער למשל אשר בנחל, אין יעדער איינס איז דא כמה בריווען מיט ריכטיגע שיינע זאכען, צווישען רוב וואס זענען מער ווייניגער איבערגע'חזר'ט אהובי בני תתחזק. ווען עפעס א חסיד האט שכל מאכט ער אזא ליקוט פון די שטערקערע שטיקלעך מסודר לפי עניינים וכדומה.
א טייל ספרים וואס זענען מיר מער געפאלען: דער תולדות פון ר נחמן וואס ער האט געמאכט 'פעולת צדיק' איז א יחיד במינו צאמגעשטעלט פון אלע מקורות און ספרים די תולדות בפרטי פרטים. הגם שיש וויכוחים על כמה פרטים שכתב נעמט דאס נישט אוועק דער יחוד פון דער ספר. זיין סידור עת רצון איז א שיינע פירוש מיוסד על הקדמות אמתיות וואס מען קען מיט דעם ממש דאווענען דער גאנצע דאווענען לויט די כוונות, וכן ראיתי נוהגים. אין די בענדער שיחות מוהרא"ש איז דא פארשידענע ענינים פלאים וד"ל. דער ספר על התורה זאת התורה איז דא טייערע קלוגע ווערטער על סדר הפרשיות.

א געוויסער חידוש וואס מען באמערקט נישט איז אז טראץ וואס ער מאכט אלעס גאר גאר פשוט רעדט ער פון פארשידענע ערנסטע און טיפע עניינים וואס מען דארף זיין א תלמיד חכם בנגלה ונסתר מיטהאלטען. ער האט עפעס א שיטה וחידוש בענין מייחד זיין ייחודים אז יעדער קען דאס טוהן דורך בעיקר מכוון זיין עב סג מה בן וואס איך האב געזעהן ער שמועסט כמה פעמים אבער קיינמאל בשלימות, אפשר קען א צווייטער משלים זיין.

כוכב » פרייטאג פעברואר 6, 2015 8:57 am

· #252113
איך האב אויך נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם איד פון דער נאנט כאטש וואס איך בין יא איינמאל געווען ביי א שיעור. וואס איך האב נאר באמערקט איז דעם אינטרעסאנטן פאראדאקס אין זיין שפראך ווען פון איין זייט איז ער געווען רך כקנה פול מיט ווארעמקייט און צוגעלאזנקייט אין די בריוון ומצד שני איז ער געווען אן אויסגעשפראכענער און פרעכער טיפ פול מיט דרייסט און עקשנות און זיינע ספרים זענען געשריבן שטייף און עקספליצירט און מיט נישט קיין קליינע מאס אראגאנץ.
ווי בולט איז עס געווען אין די צוויי לעצטע צוואה בריוו וואס געווענליך ווען א מענטש שרייבט זיינע לעצטע געזעגענונגס ווערטער זעט מען צווישן די שורות א צעבראכנקייט און בויגזאמקייט און אולי אן אומאריגינעלקייט, ווי אנדערש איז מוהרא''ש וואס איז געבליבן מיט פולסטן אריגינעלן אויסגעשפראכנקייט ביז צו דער לעצטער מינוט.

נאך איין ווארט, כאטש וואס ער האט געוואלט אייננעמען די וועלט קיין ברסלב, האט ער אבער גענצליך פארלוירן דעם פי אר'ישן קאמף ביים ברייטען אלגעמיינעם ציבור בלייבנדיג א מנהיג בקצה המחנה, אין טייל צום פארדאנקען זיין אויבנדערמאנטן נאטור וואס האט זיך שטארק דערקענט אין זיין הנהגה, סיי מיט די מאסנשטאבליכע הפצה אויף זיינע ספרים און הויפטזעכליך צוליב דעם אייגנארטיגן חותם ער האט ארויפגעלייגט אויף זיינע תלמידים, און נאך סיבות וואס האט צו טון מיט זיין פערזענליכקייט ומה נעשה אז אחראי קוקט שוין שטרענג.

ישמעאל הכהן » פרייטאג פעברואר 6, 2015 9:24 am

· #252115
צוואה audio

ירח בן יומו » פרייטאג פעברואר 6, 2015 9:44 am

· #252118
אויף קול ברסלב פארציילט מען די נייעס אזוי טריקן אן קיין שום געפיל, ווער רעדט נאך פון א געפיל פון א קינד צו א טאטע

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 6, 2015 10:08 am

· #252120
ירח בן יומו
אויף קול ברסלב פארציילט מען די נייעס אזוי טריקן אן קיין שום געפיל, ווער רעדט נאך פון א געפיל פון א קינד צו א טאטע

גיי ציריק צו די פריעדיגע נייעס ווי מען זאגט אז מען זאל איינרייסן, דאס איז אויך אן א געפילן?

ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 6, 2015 10:50 am

· #252129
[ציטאט אראפגענומען]

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 6, 2015 10:52 am

· #252130
אפשר געהערט דאס אין א באזינדערע אשכול, אבער אז מ'רעדט שוין, בין איך נייגעריג צו וויסן די מהות פון יבניאל - עיר ברסלב. ווער זענען די תושבים? היימיש/חסידוש, ספרדים, ירושלימע ברסלבער, בעלי תשובה? און בכלל וואס האט אים געברענט צו בויען דעם שטעטל?

Ben-Shishim » פרייטאג פעברואר 6, 2015 10:54 am

· #252132
No one mentioned his age.
How old was he?

ישמעאל הכהן » פרייטאג פעברואר 6, 2015 10:55 am

· #252133
15 יאר עלטער פון דיר

גנדי » פרייטאג פעברואר 6, 2015 11:26 am

· #252137
טוט מיר באנק אז איך האב אים נישט געקענט. איך האב אייביג געוואלט אריין גיין צו אים פאר א שיעור אד"ג.

מיר אלע האבן באקומען די ערשטע בליק אויף אים דורך די קונטרסים טיילער(ס). אבער ער איז געווען א חשובע איד. א שאד איך האב אים נישט באזוכט. חבל אל דאבדין ולא משתכחין.

וועמען נאך זאל איך גיין שנעל באזוכען פאר עס איז צו שפעט?

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 6, 2015 11:37 am

· #252141
די זוהן וואס מען זעהט אויפן פיקטשער איז א נארמאלער מענטש?

ישמעאל הכהן » פרייטאג פעברואר 6, 2015 12:02 pm

· #252145
קאצקע ציקער
די זוהן וואס מען זעהט אויפן פיקטשער איז א נארמאלער מענטש?

ווענט זיך ווי א טאג. אויך ווענציך וואס נארמאל מיינט

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 6, 2015 12:04 pm

· #252147
ישמעאל הכהן
קאצקע ציקער
די זוהן וואס מען זעהט אויפן פיקטשער איז א נארמאלער מענטש?

ווענט זיך ווי א טאג. אויך ווענציך וואס נארמאל מיינט

איך האב עים אמאל געזעהן פראווענען, ער האט מיר אויסגעזעהן ווי א מענטש וואס איז נישט מיט אלעמען

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 6, 2015 12:21 pm

· #252150
[ציטאט אראפגענומען]

לויט ווי איך פארשטיי איז דאס נישט דירעקט א צוואה עס איז פשוט א טעיפ פון א שמועס וואס ער האט געזאגט לעצטנס ווי ער האט ווייזט אויס געשפירט אז ער וועט נישט לעבן צו לאנג האט ער אזוי גערעדט.
איך געדענק בשעתו פאר אפאר חדשים עס האט געהאלטען אין איין ארויסקומען אזוינע דרשות פון עם האב איך עס אנגעקוקט אביסעל מאדנע און איבערגעטריבען, אבער יעצט זעהט מיר אויס ער איז גערעכט. און איך זעה אין דעם א שטארקע מעלה כלפי רוב אנדערע מנהיגים וואס מיר קענען וואס שפילען ביזן לעצטער מינוט כאילו זיי גיין לעבן אויף אייביג און מאכען נישט קיין שום הכנות און כל שכן נישט קיין דרשות ברבים וועגן דעם אז זיי שטארבען און וויאזוי מען זאל זיך פירען נאכדעם, זעהט מען דא א איד האט די קאפ אויף די פלייצע און טראץ וואס ער איז זיך מחזק באמונה ער וועט אויסגעהיילט ווערן וכו' רעדט ער קלאר און פשוט יזכיר לו יום המיתה אז ער גייט שטארבען און זאגט אן פאר די תלמידים וחסידים דברי חיזוק והתעוררות ווי ממשיך זיין לאחר פטירתו.

[ר' נחמן זי"ע איז אויך א שטיקל חידוש אין דעם קעגן אנדערע צדיקים אז ער האט גערעדט וועגן לאחר פטירתו וקברו וכו', ודי בזה]

petergrifin » פרייטאג פעברואר 6, 2015 1:56 pm

· #252162
📎 IMG-20150206-WA0010.jpg

שלמה המלך » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:12 pm

· #252163
בד"ה
אחוץ וואס ער איז געוועהן א גרויסע משפיע /רבי וכדו' איז ער אויך געוועהן א באטעמ'טע מענטש, איך האב אים געקאנט פערזענליך אלץ משפחה אויס, סתם געוועהן בע'טעם'ט צי פארברענגען מיט איהם ער האט געקענט אסאך פארברענגען, שמועס'ן און לערנען (חוץ ברסלב אויך)
חבל על דאבדין

שלמה המלך » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:14 pm

· #252164
אין אייערוועלט טיט זיך א געמעקעכטץ כנהגם, עפעס טיט זיך וועגען א לויה, יא ניין ווי וואס ווען, ANY UPDATES PLEASE?

שלמה המלך » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:19 pm

· #252167
פארוואס קורץ און שנעל? וואס איז די געיעג געוועהן? ער קימט דאך נישט היינט לקבורה? האט ער דען נישט א גרויסע משפחה און אסאך אנהענגער דאהי? איך ציל נישט מיט מיין קשיא אין ערגעץ, איך וויל באמת וויסען פשט? פאליטיק? OR SO?

בעל מדות » פרייטאג פעברואר 6, 2015 3:45 pm

· #252187
א טאטע, א ברודער, א רבי, א שטיק הארץ. א ליכטיגקייט וואס האט באלאכטן פארקלעמטע נשמהליך אין די חשכות און פינסטערניש. מהרא"ש זצוק"ל, האט אונז איבערגעלאזט לחיי עולם הבא. טייכן טרערן זענען פארגאסן געווארן פאר זיין רפואה אבער דער רבש"ע האט אנדערש געוואלט, און דער ציכטיגער אור, דאס ליכטיגקייט איז פארשטילט געווארן, א וואלקן פון טרויער האט אינוואדירט די שוין אזוי אויך טונקלן האריזאנט...

ווער וועט אונז טרייסטן, מחזק זיין, שמייכלן, גלעטן, שאקלן אונזער וויגעלע מיט ליבע און ווארעמקייט. ווער וועט אונז ווייטער באגלייטן און געבן ווייטער די קוראזש פארצוזעצן דעם וועג.

רבי, רבי, אבי אבי, מיר זענען יתומים, ווער וועט אונז טרייסטן??? דיין הייליגער נשמה האט זיך צוריקגעקערט צום רבש"ע, דיין הייליגער גוף ווערט טאקע באגלייט למנוחת עולמים, צו איר אייביגער רוה, אבער מיר בלייבן ווייטער מקושר צו דיר, דיינע ווארעמע דברי חיזוק, הארציגע רייד, ארגינעלע פאטערליכע ליבשאפט פארבלייבט אבער יא מיט אונז, אין מיינע שווערסטע מאמענטן האסטו דערלאכטן מיין פארקלעמט הארץ ווען ס'איז געווען פינסטער, און די גאראטעס האבן אויסגעזעהן הערמאטיש פארשלאסן ווען איך האב געוויינט, געיאמערט, געהאפט, און דאן האט אין מיין ענגער גלות צעל אריינגעשיינט א ליכטיגקייט וואס מיר ערוועקט צו א נייער ליכטיגער רעאליטעט. "אשר בנחל", דיינע בריוון האבן מיר געראטעוועט, איך האב געשפירט נענטער צום אויבערשטן, יא, דו מהרא"ש האסט מיר ממש געראטעוועט און מיר געגעבן די האפפענוג און שטארקייט נישט אויפצוגעבן, נאר ווייטער קעמפן אויפן בלוטיגן פראנט, און איך וועל ארויסגיין זיגרייך מיט שמחה און אייביגע פרידן.

דאס איז געווען דיין ליבליכע שטימע וואס האט גערעדט צו מיר, געשריבן צו מיר, און געטרייסט מיט די געטליכע ווערטער פון אונזער הייליגער רבי נחמן בן פיגא. מען טרעט איצט אריין אינעם הייליגער שבת קודש, בעת די שבת ליכט טוען ברענען, טוען אונזערע הערצער מיטגעכאפט ווערן אין א פלאם פייער פון חיזוק, בענקשאפט, און נאסטאלגיע צו דיר רבי, אבער ווי דו האסט אונז געלערנט, אז און דו שווערסטע מאמענטן דארף מען זיך שטארקן מיט שמחה. לאמיר מקיים זיין דעם בא שבת בא מנוחה, און זיך מתענג זיין ברודערליך אינאיינעם בשבת אחים גם, וואס דאס וועט זיכער זיין אן עליו' פאר מהרא"ש זצוק"ל.

דיין תלמיד: אהרן י. שפילמאן


*********
נאטיץ פון "בעל מדות": קאפי פעיסט.

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:04 pm

· #252338
איך וועל מוזן אויסכאפן שמעקעדיג דאס מאל
אנאנים דער Watermark נערווירט ווען מען וויל ליינען אזא בריוו

אהבת ישראל » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:15 pm

· #252342
צוואה
לאמיר האפען אז דע מהרא"ש זצ"ל...האט דעם נוסח המציבה נישט אליינס געשריבען..מסתמא האט דאס געשריבען א תלמיד וואס מיינט אז ער טוט עם א טובה מיט דעם....דער מהרא"ש איז געווען אסאך קליגער פין שרייבען אזעלעכע נוסחאות וואס ברענגט נישט ציפיל כבוד......

אהבת ישראל » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:29 pm

· #252349
[ציטאט אראפגענומען]


אפילו אלעס איז אמת ....אבער אין תשע"ה מיינט איר אז א מענטש קען שרייבען אויף זיך אליינס אזעלעכע שבחים אין טיטלען ???????? נא וועי דער מהרא"ש האט דאס נישט געשריבען.....

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:35 pm

· #252354
אהבת ישראל
[ציטאט אראפגענומען]


אפילו אלעס איז אמת ....אבער אין תשע"ה מיינט איר אז א מענטש קען שרייבען אויף זיך אליינס אזעלעכע שבחים אין טיטלען ???????? נא וועי דער מהרא"ש האט דאס נישט געשריבען.....

עס איז געשריבן תשמ"ח

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:36 pm

· #252355
אהבת ישראל
לאמיר האפען אז דע מהרא"ש זצ"ל...האט דעם נוסח המציבה נישט אליינס געשריבען..מסתמא האט דאס געשריבען א תלמיד וואס מיינט אז ער טוט עם א טובה מיט דעם....דער מהרא"ש איז געווען אסאך קליגער פין שרייבען אזעלעכע נוסחאות וואס ברענגט נישט ציפיל כבוד......


קוק אריין אין זיינע קונטרסים און ספרים וועסטו טרעפן אזעלכע - און נאך פיל שטערקערע - לשונות וואס ער שרייבט אויף זיך אליינס. גיי קוק.

און צו שרייבן אז ווער עס וועט קומען אויף זיין קבר וועט געהאלפן ווערן איז יא נארמאל?

דאס איז געווען זיין לשון און דאס איז געווען דער מענטש. לאוו הים אר ליעוו הים.

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 8, 2015 10:37 pm

· #252407
די ר"ת פון שיק איז בכלל נישט מאדנע. עס איז מפורסם אז די נאמען שיק איז ארגינעל געגעבן געווארן וועגן די ר"ת.

מיר איז איטערעסאנט אז די נוסח המציבה ענדיגט ער נפטר בשנת תש.. פון וואנענט האט ער געוויסט אז ער וועט נישט דער לעבן די ת"ת יארן?

Yossy » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:22 am

· #252415
[ציטאט אראפגענומען]

טאקע ממש די זעלבע זאך 🙄

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 6:07 am

· #252474
עס איז אונטערעסאנט ווי מיט דעם צוואה טרייעט ער אויפצושטעלן עפעס א נייעם מין הרכב פון ברסלב מיט ליובאוויטש, מאכן יפוצו פון ליובאוויטש מיט התבודדות אויף זיין קבר פון ברסלב, בויען אין יעדן שטאט און געגענט דווקא נאך בתי מדרש היכל הקודש (דוגמת בית חב"ד) מיט דעם עצם מציאות פון מאכן א מאסן אויסוואנדערונג צו זיין קבר ווי ביי מוהר"ן...

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:37 am

· #252486
[ציטאט אראפגענומען]

ער זאגט נישט וויפיל פון די צוויי טויזנט איז געווען ביי דער זעלבער מענטש 🙄

מאטי » מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:46 am

· #252490
אודאי אזוי. יעדער וואס האט געענדיגט תהילים איידער מ'איז געהאלפן געווארן איז דאך זיין קרעדיט.

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:30 am

· #252976
דא אין דעם קליפ ביי דער 30 מינוט מארק, קען מען הערן ווי ער גיבט א פליק אריין אויפ'ן חשבון פון סקווירא אז זיי פארברענען מענטשען, אריין געזעצט מענטשן אין תפיסה, און אלס איך וועיס נישט, די וואס גייען מיט די באוטס און דער ציצית ביז אהער [צום האלדז...].

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=WvV7Vpk4jhQ">https://www.youtube.com/watch?v=WvV7Vpk4jhQ</a>

הדד בן בדד » מיטוואך פעברואר 11, 2015 7:58 am

· #252987
אבער נאר פאר יענעם'ס שונאים. פאר זיינע מעג מען יא...

אויס מענטש » מיטוואך פעברואר 11, 2015 7:14 pm

· #253065
@הדד וואס
האקטסו א טשייניק???
ווען האט מען געטון עפעס פאר זיינע שונאים???

שאול » מיטוואך פעברואר 11, 2015 7:42 pm

· #253069
מבויט פעסט
📎 25.jpg

שאול » מיטוואך פעברואר 11, 2015 7:47 pm

· #253070
מבויט פעסט
📎 24.jpg

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:16 am

· #253133
אויס מענטש
@הדד וואס
האקטסו א טשייניק???
ווען האט מען געטון עפעס פאר זיינע שונאים???


איך זעה וויזוי ער באהאנדלט זיי אין זיין צוואה

לית דין בר נש » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:51 am

· #253191
ווי אזוי פלאנט ער צו קענען ארויסקריכן פון אזא מעכטיגע געביידע ביי תחיית המתים?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:35 pm

· #253231
ווערט ער באשריבן אין די היימישע צייטונגען?

שאול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:45 pm

· #253249
.
📎 unnamed (1).jpg

שאול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:47 pm

· #253252
.
📎 unnamed.jpg

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:54 pm

· #253277
[ציטאט אראפגענומען]

דיסקלעימער... איך האב נישט באקומען קיין פעני פון זיי...

פרייוויליג » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 5:55 pm

· #253310
די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.


איך קוק שוין לאנג ארויס אויף די טאג ווען עס וועט ערשיינען א העכסט נעטראלן היימישען צייטונג וואס וועט סטאבלאזירן דעם גאנצען בייעס פון די פארדארבענע סאטמארע צייטונגען צו יעדן צייט.

פרייוויליג » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:09 pm

· #253312
קוקענדיג אויפן מציבה פארשטיי איך נישט וויאזוי מען קען אזוי שלעכט סענטערן ווערטער פון א מציבה. דער אויבערשטער חלק איז נישט סענטערט, און די מיטעלסטער חלק איז צו גרויס אז עס קען זיך דוכטען אז רבי נחמן אדער רבי נתן ליגט דארט. און בעצם די נוסח המציבה איז נישט שלעכט, ער האט זיך נישט באווארפן מיט טיטלען, ער האט געשריבן די פשוט'ער פאקטן וואס ער האט באמת געהאלטן ער פארדינט זיך. החסיד אמיתי, וסבל יסורים, און צוגעלייגט העמיד תלמידים רבים אלס א זכות לנשמתו.

יהא זכרו ברוך.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:13 pm

· #253313
פרייוויליג
די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.
בלאט: 1 2 3