☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דער שבת עפפ

דער שבת עפפ

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7277

פארוואס? » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:34 pm

· #226375
דער שבת עפפ


עס איז נעכטן ארויף געקומען צו מיר א משלחת פון חשובע רבנים, (פון די אנדערע קרייזן), און פראמענענטע פראגראמערס און היי-טעקנישנס, און זיי האבן פארגעשלאגן א פלאן, וואס זיי פלאנען אי״ה גרייט צו מאכן פאר די נעקסטע ווינטער. 

דער פלאן מיטן נאמען דער שבת עפפ, איז א עפפ, ספעציעל דעזיגנירט פאר ארטאדאקסישע אידן שומרי שבת, וואס מוזן זיך באנוצן מיט זייער סמארט-פאון אום שבת. און אזוי אויך ארויסהעלפן צענדליגער אידן וואס כידוע זענען ליידער כיום געצווינגען צו האלטן נאר א האלבן שבת. 



די שבת-עפפ איז געבויעט אויף א וועג, אז ער נעמט איבער קאנטראל איבערן פאון, און ער מאכט איהם ארבעטן אויף א וועג אז ס׳זאל נישט זיין קיין שום חשש פון חילול-שבת. זיי האבן געקומען צו מיר כדי צו באקומען א הסכמה, זיי ווילן אויך א הכשר פון אונזער-חדר, האבן זיי מיר ערקלערט ווי אזוי עס וועט ארבעטן, אז עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעם:

[list][*]בעטערי - די עפפ וועט ארויפ-צווינגען א קביעות׳דיגע באנוץ פון בעטערי, (אזוי ווי א שבת-עלעוועיטער), אזוי אז וואס איהר וועט נאר טוהן מיטן סמארט-פאון וועט נישט גורם זיין קיין איבעריגע באנוץ פון בעטערי. 
[/*:m]
[*]שרייבן - די שבת-עפפ האט צוויי וועגן ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דעם איסור פון כתיבה: 
1. אן אפציע צו גורם זיין א שפעטיגונג פון דעם קיבארד רענדאמלי, אזוי אז עס וועט נאר זיין גרמא. 
2. יעדע שעה וועט אויטאמאטיש ווערן אויסגעמעקט די אלע דעיטע וואס איהר האט געשריבן, אזוי אז עס וועט נישט ווערן פאררעכנט פאר עכטע כותב. 
[/*:m]
[*]סאונדס - אלע סאונדס וועט ווערן דיסעיבלד ווען די עפפ איז אקטיוו. 
[/*:m]
[*]סקרין - די עפפ וועט צווינגען די סקרין בלייבן אנגעצינדן די גאנצע צייט, אזוי אז עס וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון אנצינדן אדער אויס לעשן די פאון. 
[/*:m]
[*]טשארדזשינג - די פאון וועט דארפן אסאך מער בעטערי ווי אינמיטן די וואך צוליב די עפפ. סא, עס וועט זיין א צייכן אויפן אינפארמאציע-באר צו קענען זעהן אויב מ׳מעג יעצט איינפלאגן/אויספלאגן די פאון. [/*:m][/list:u]

עד כאן תורף דבריהם, און דאן האבן זיי געוואלט הערן א דעה פון א אונגארישן רב, האב איך צוגעמאכט מיינע אויגן, און זיי געזאגט אזוי:

דער אמת איז, אז אין אלע פראבלעמען וואס איהר דערמאנט, גייט איהר נאר אריין אין די טרוקענע הלכה שאלות, אבער איך - אלס א היימישער רב - קוק עס אן אינגאנצן אנדערש, דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם פון ״חדש אסור מן התורה״, ווי אזוי קענען מיר זיך טרויען צו טוהן אזא זאך, אונז האמיר דאס דאך קיינמאל נישט צו געזעהן. 

אלא מאי, מ׳קען עס מתיר זיין מיט זייער א פשוט׳ן מהלך. כידוע, איז דער אינטערנעט גע׳אסר׳ט געווארן בדעה אחת פון אלע "היימישע" רבנים, (ווייל ווען נישט איז ער דאך אויטאמאטיש מער נישט היימיש), מיט א תוקף פון ״יהרג ואל יעבור״. ואף על פי כן, נמנו וגמרו, און מען האט עס מתיר געווען לצורך פרנסה. 


נו, יעצט לאמיר מאכן א קל-וחומר, מה-דאך א איסור פון יהרג ואל יעבור ווערט נדחה לצורך פרנסה, על אחת כמה וכמה, ווען מ'רעדט נאר פון איסור שבת וואס ווערט נדחה מפני פיקוח-נפש, דארף דאך זיכער ווערן נדחה לצורך פרנסה. ומתוך שהותרה לצורך - הותרה נמי שלא לצורך. 

און על פי סוד איז דאך ידוע אז עפפ איז בבחינת עפל, און שבת איז דאך א בחינה פון חקל תפוחין קדישין, (והמדקדקים נוהגים מטעם זה להשתמש בכלים שנוצרו ע"י חברת אפפל) כיל״ח, והוא רחום יכפר עוון. 


שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:29 pm

· #226385
סתם נייגעריג. אויף וואס קען מען באדארפן א פאון אום שבת? איך רעד לצורך, נישט פאר ק"ש און יוטוב.

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:41 pm

· #226389
ארדערן טאמס אנליין.
לייענען נייעס אין ביה״כ (כבוד הבריאות).
אין אר״י פאר אימידיעט טעראר נייעס (רויטע אלערט).
ווען די רבי קומט אריין צום טיש.
סייענען פאר יו פי עס אדער פעדעקס.
צאמרופן אלע בני משפחה אויפן גרופ פאר קידוש.
וואונטשען פאר די סיניערס אדער זיידעס גוט שאבעס (כיבוד אב/והדרת פני זקן)

סמיילי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:24 am

· #226398
על פי הלכה זענען זיי גערעכט?

פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:09 am

· #226420
סמיילי
על פי הלכה זענען זיי גערעכט?

געוואנדן וואס דו רופסט אן הלכה.
איך וואלט געפרעגט בכלל, איינער וואס זאגט אז מ'מעג נוצן עלעקטעריק אום שבת, איז קעגן הלכה? שווער צו ענטפערן...

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:39 am

· #226455
איך זע נישט פארוואס א שפעטיגונג אין א קיבאורד זאל הייסן גרמא כל אימת ס'וועט זיכער געשריבן ווערן און סאיז דרכה בכך.
הגע בעצמך, אינוויזבל טינט וואס ווערט זעבאר נאך א שעה, צי הייסט עס גרם מלאכה?
בכל אופן, טעקסט איז סתם אזוי נישט קיין כתיבה ומלאכת מחשבת, ווארום אין משכן האט מען נישט געשריבן מיט שווארצע פיקסל לעמפלעך, ווי אויך דארף כתיבה זיין בכוח גברא משא'כ טייפן אויף א קיבאורד האט נישט די צורה פון מלאכת כתיבה ווייל נישט די עצם קראפט פונעם מענטשן שרייבט דעם אות ודוק.

געדיכטע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:34 am

· #226518
טענהט ענק ארום און ווען עטס זענטס פארטיג קומטס צו מיר...
אפענע כפירה און ליצנות פונעם הייליגן שב"ק... רחמנא ליצלן

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:20 pm

· #226591
סמיילי
על פי הלכה זענען זיי גערעכט?

ניין! ווייל מ'קען פארוואסערן די גאנצע תורה מיט אזאלכע פשט'לעך. למשל די רעפארמער טענה'ן אז פארדעים שטייט אין די תורה אז חזיר איז אסור, ווייל די אידן זענען געגאנגען אין מדבר און זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגע מיטלען צו אויפקאכן עסן. און חזיר, כידוע, האט א ווארעם וואס הייסט טריקינאסיס, וואס אויב מ'קאכט נישט אינגאנצן אויף די פלייש בלייבט דער ווארעם אינווייניג און שעדיגט. משא"כ היינט אז אינז האבן געז רעינדזשעס מיט טעמפ. קאנטראל. אויך האבן מיר היינט רעפרידזשערעישן, צו האלטן פריש די פלייש. וואס די אידן אין מדבר האבן נישט געהאט. די זעלבע איז וועיגן חתונה האבן מיט גויים. אמאליגע גויים זענען געוועין אומגעלערנט. און די היינטיגע גויים זענען זייער אינטעליגענט און געבילדעט. קוק למשל אויף דייטשלאנד. די גרעסטע נאציס זענען געוועין דאקטוירים און לאיערס. און זיי אלע האבן זייער שטארק ליעב געהאט מוזיק... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:28 pm

· #226593
כוכב
איך זע נישט פארוואס א שפעטיגונג אין א קיבאורד זאל הייסן גרמא כל אימת ס'וועט זיכער געשריבן ווערן און סאיז דרכה בכך.
הגע בעצמך, אינוויזבל טינט וואס ווערט זעבאר נאך א שעה, צי הייסט עס גרם מלאכה?
בכל אופן, טעקסט איז סתם אזוי נישט קיין כתיבה ומלאכת מחשבת, ווארום אין משכן האט מען נישט געשריבן מיט שווארצע פיקסל לעמפלעך, ווי אויך דארף כתיבה זיין בכוח גברא משא'כ טייפן אויף א קיבאורד האט נישט די צורה פון מלאכת כתיבה ווייל נישט די עצם קראפט פונעם מענטשן שרייבט דעם אות ודוק.

די זעלבע פשט'ל קענמען זאגן איבער אנצינדן און אויסלעשן לייטס אום שב"ק. ס'איז דא א זאך וואס הייסט "רילעי". דער מענטש דריקט אויפ'ן קנעפל פון "רילעי" און דער רילעי צינדט אן און לעשט אויס די לעקטער.. 🙄 🙄 🙄 🙄 😉 😮

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:33 pm

· #226594
אויף דעים מהלך קען מען אויך מאכן אז מען זאל מעגן דרייווען א קאר שבת, ווען דו צינדסט אן די ענדזען וועלן זיי מאכן אז די ענדזען צינט זיך אן א מיניט שפעטער, איז עס נאר א גרמא....
וואס נאך איז נייעס

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:35 pm

· #226595
געדיכטע
טענהט ענק ארום און ווען עטס זענטס פארטיג קומטס צו מיר...
אפענע כפירה און ליצנות פונעם הייליגן שב"ק... רחמנא ליצלן

איך ווייס נישט צו דו ווייסט ס'דא נאך א סייט וואס הייסט איי וועלט!

דא רעדט מען אזוי

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:47 pm

· #226599
דאס איז געמאכט פאר די הייליגע אידן. קנאים, וכו'. דא איז נאר דא אפיקורסים און ציונים. איך אליין קען איינעם א געפערליכן ציוני, וואס ער האט מיר שוין כמה פעמים געזאגט אז ווען נישט וואס ער איז שוין א זיידע (ב"ה) און כמעט א עלטער זיידע וואלט ער געפאקט פעקלעך און געפארן זיך אריינשרייבן אין די טמא'נע מדינת ישראל מיליטער. אדער אפשר אין די טמא'נע נחל חרדי... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג אקטאבער 5, 2014 1:33 pm

· #227437
Introducing The Shabbos App
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=aEDHi09oyXY&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=aEDHi09 ... e=youtu.be</a>

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:35 pm

· #227462
איך האב נאכנישט מחליט געווען אויב איינער מיינט עס ערנסט, הרב פינק און אויך די חברה פון די עפפ טענה'ן חי וקיים זיי מיינען ערנסט, אבער די גאנצע משא ומתן ארום דעם איז אזוי פריילעך עס איז פשוט שווער צו גלייבען.
די נפקא מינה פון דער חקירה איז צו עס באלאנגט אין די שמייכל אפטיילונג אויף ק"ש אדער אין די תורה ומחשבה אפטיילונג.
על כל פנים אויב וועלן זיי מצליח זיין צו מעורר זיין א שטיקל ערנסטע דעבאטע איבער נוצען סמארטפונס ודומיהם אין שבת והיה זה שכרם, דערווייל איז נשיטא קיין געהעריגע דעבאטע דערוועגן.
איינער ווייסט ווער פירט אן זייער מארקעטינג? זיי מאכן גאר א גוטע דזשאב צו מאכען אזויפיל גערודער אזוי..
זיי האבען אפילו געעפנט א פעידזש וואס רופט צו אסר'ן דער אפפ צו ציען נאך מער אויפמערקזאמקייט..

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:58 pm

· #227470
שטאפענע קאפעליטש
Introducing The Shabbos App
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=aEDHi09oyXY&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=aEDHi09 ... e=youtu.be</a>

אוי זענען זיי זיס, און די מארקעטינג דערפון איז בריליאנט, זיי כאפן די פיש פאר די נעץ און פארענטפערן דעם איסור נאך איידער זי איז ערשינען...
#לצים

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 3:12 pm

· #227477
אויך מיר בריליאנט. אויב זיי האבן נישט געקענט טרעפן א איד וואס זאל רעדן אויף דעם רעקאלאמע (קאברותא, קזון איש, מנקה...) וויפיל אידן וועלן זיי קענען טרעפן צו ניצען דעם עפפ?

zurich » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:32 pm

· #227518
דעיס אז די גאנצע כלי איז א כלי שמלאכתו לאיסור האבן זיי נישט אוועקגענימען

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:34 pm

· #227519
כלי שמלאכתו לאיסור לצורך גופו איז מותר

zurich » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:35 pm

· #227520
אפטעמיסט
כלי שמלאכתו לאיסור לצורך גופו איז מותר

און ווען איז עס אסור?

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:37 pm

· #227521
שלא לצורך גופו או מקומו

zurich » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:42 pm

· #227523
אפטעמיסט
שלא לצורך גופו או מקומו

נאר? סתם זיך צו שפילן?

הייסט מען מעג ניצן א האמער שבת?

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:42 pm

· #227524
יא. אויב דארף מען עס

"צורך גופו, היינו כדי להשתמש בו לצורך מותר, כגון פטיש לצורך פיצוח אגוזים"

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:26 pm

· #227537
עניוועיס, מהיכי תיתי אז א פון איז א כלי שמלאכתו לאיסור?

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:33 pm

· #227538
אזוי, אז דער עפפ זאל ארבעטן לויט וואס זיי זאגען דארפן זיי האבען עקסעס צו זייער יסודותדיגע חלקים פון אייער פאון. דאס הייסט זיי וועלן קענען טרעקן אלעס וואס טוהט זיך מיט דיין פאון. איז מסתם איז דער גאנצער איידיע אז דער בעל מחבר העפפ זאל קענען האבען די דאטא אויף יעדער איד וואס נוצט זיין פאון שבת. אפשר איז גאר דאס די פלאן..

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:35 pm

· #227540
זאגסט ס'קען גאר זיין אז טעג שטייט אונטער דעם עפפ...

פארוואס? » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:43 pm

· #227547
אפטעמיסט
יא. אויב דארף מען עס

"צורך גופו, היינו כדי להשתמש בו לצורך מותר, כגון פטיש לצורך פיצוח אגוזים"

מיר גייען שוין אויפמאכן א פעיסבוק פעידזש צו מחרים זיין היתר.
האסט געהערט אזוינס?! באלד גייען דיר נאך מענטשן פאלגן, תמימות׳דיגע אידן גייען עס אננעמען מיט די גאנצע ערנסקייט.

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 5, 2014 7:20 pm

· #227558
די גרעסטע פראבלעם מיט זיי איז,
היינט זענען מתיר די הלכות שבת, מארגן וועלען זיי מתיר זיין די איסור וואס די היינטיגע רבנים האבן אוועק געשטעלט ביי סיטי פעלד.

zurich » זונטאג אקטאבער 5, 2014 10:08 pm

· #227602
לעיקוואד
עניוועיס, מהיכי תיתי אז א פון איז א כלי שמלאכתו לאיסור?

אדרבא לאמיך הערן פארוואס איז עס נישט?

נושא ונותן » זונטאג אקטאבער 5, 2014 11:34 pm

· #227621
zurich

אדרבא לאמיך הערן פארוואס איז עס נישט?

דא הייבט זיך אן דער פראבלעם אז דער מושכל ראשון איז אסור און נאכדעם דארף מען שוין מסביר זיין פארוואס נישט.
מיר האבן ל"ט מלאכות וואס חז"ל האבן געזאגט, אדרבה ניצען א פאן איז זורע? אפשר גאר דש? עליך להביא ראיה אז עס איז בכלל דא א סרח איסור פאר מען הייבט אן צי דן זיין וועגן דעם

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:35 pm

· #227696
לאמיר זען, אפשר טאקע?
(א) הַזּוֹרֵעַ. די בעטערי איז זורע עלעקטריק אינעם פאון, ווי אויך איז אריינפלאגן אין וואנט אזויווי א עציץ מחובר לקרקע שאינו נקוב.
(ב) וְהַחוֹרֵשׁ. ?
(ג) וְהַקּוֹצֵר. ארויסנעמען די פאון פון פלאג
(ד) וְהַמְּעַמֵּר. אויב לייגט מען אפאר פאונס איינס אויפן צווייטן.
(ה) הַדָּשׁ. קוועטשן באטענס.
(ו) וְהַזּוֹרֶה. די פאון דארף בורר זיין פון די ווייערלעס סיגנעלס וועלכע זענען אוכל (דעטע וואס איז אינטענדעד פאר דעם דיווייס) און פסולת (static interference)
(ז) הַבּוֹרֵר. כנ"ל
(ח) הַטּוֹחֵן. ווייבערעישאנס
(ט) וְהַמְּרַקֵּד. א"ד כנ"ל לענין זורה, וא"ד כנ"ל, ס'טאנצט ווען ס'ווייברעיט.
(י) וְהַלָּשׁ. לש מיינט אז מ'נעמט צוויי באזונדערע באשטאנדטיילן און מ'לייגט עס צוזאם צו מאכן א נייע מין סאבסטאנס, אזוי אויך געשעט אינעם פאון ווען ס'נעמט די סיליקאן, ווייערס, עלעקטריציטעט און מאכט פון דעם א לעבעדיגע זאך. ווי אויך די קאלירן אין די פיקסעלס.
(יא) וְהָאוֹפֶה. פשוט, די בעטערי.
(יב) הַגּוֹזֵז אֶת הַצֶּמֶר. כנ"ל לגבי קוצר.
(יג) הַמְּלַבְּנוֹ. ווען די סקרין ווערט ווייס.
(יד) וְהַמְּנַפְּצוֹ. ?
(טו) וְהַצּוֹבְעוֹ. פשוט, די קאלירן אויפן סקרין.
(טז) וְהַטּוֹוֶה. וועב web
(יז) וְהַמֵּסֵךְ. מסך איז א screen.
(יח) וְהָעוֹשֶׂה שְׁנֵי בָתֵּי נִירִין.
(יט) וְהָאוֹרֵג שְׁנֵי חוּטִין. כנ"ל, וועב
(כ) וְהַפּוֹצֵעַ שְׁנֵי חוּטִין.
(כא) הַקּוֹשֵׁר. קאננעקטן צום וועב אדער פרענדען איינעם אויף פעיסבוק הייסט "צור קשר".
(כב) וְהַמַּתִּיר.
(כג) וְהַתּוֹפֵר שְׁתֵּי תְּפִירוֹת.
(כד) הַקּוֹרֵעַ עַל מְנָת לִתְפֹּר שְׁתֵּי תְּפִירוֹת. Ripping a CD
(כה) הַצָּד צְבִי.
(כו) הַשּׁוֹחֲטוֹ. Power off
(כז) וְהַמַּפְשִׁיטוֹ. פארנעגראפיע
(כח) הַמּוֹלְחוֹ.
(כט) וְהַמְעַבֵּד אֶת עוֹרוֹ.
(ל) וְהַמּוֹחֲקוֹ.
(לא) וְהַמְּחַתְּכוֹ.
(לב) הַכּוֹתֵב שְׁתֵּי אוֹתִיּוֹת. פשוט
(לג) וְהַמּוֹחֵק עַל מְנָת לִכְתֹּב שְׁתֵּי אוֹתִיּוֹת. פשוט
(לד) הַבּוֹנֶה. פשוט
(לה) וְהַסּוֹתֵר. פשוט
(לו) הַמְּכַבֶּה. פשוט
(לז) וְהַמַּבְעִיר. פשוט
(לח) הַמַּכֶּה בְּפַטִּישׁ. פשוט, וגם הטלפון משמיע קול ואסור משום מתקן מנא.
(לט) הַמּוֹצִיא מֵרְשׁוּת לִרְשׁוּת. פשוט, קודם גזירה שמא יוציא, ווי אויך די סיגנאלן גייען ארויס מרשות לרשות, און חוץ לתחום.

Fill in the blanks please

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:39 pm

· #227699
פונקט הַמּוֹחֲקוֹ האסטו געלאזט בלענק?

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:46 pm

· #227703
דו מיינסט ממחק?

מאטי » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 1:52 pm

· #227713
עובדא דחול, אושא מילתא, פורץ גדר, כבר נפוץ לאיסור בכל תפוצות ישראל.
דוגמות מטרייה בשבת. (ביאור הלכה שט"ו)
עיין כאן

פארוואס? » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:05 pm

· #227714
(כט) וְהַמְעַבֵּד אֶת עוֹרוֹ. - processor.

נושא ונותן » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:10 pm

· #227716
געפילטע פיש
לאמיר זען, אפשר טאקע?

ס'איז דא נאך א מצווה וואס עס איז דא אזעלעכע וואס זענען נוהג צי טוהן אין שבת און אויך דארט איז דא די זעלבער חשש.
לאמיר זעען
(א) הַזּוֹרֵעַ. פשוט
(ב) וְהַחוֹרֵשׁ.ג"כ פשוט
(ג) וְהַקּוֹצֵר. נאכען זרוע
(ד) וְהַמְּעַמֵּר. ווען מען לייגט איינס אויפן צווייטן.
(ה) הַדָּשׁ. פשוט
(ו) וְהַזּוֹרֶה. מבחוץ
(ז) הַבּוֹרֵר. כנ"ל
(ח) הַטּוֹחֵן. ווייבערעישאנס
(ט) וְהַמְּרַקֵּד. א"ד כנ"ל לענין זורה, וא"ד כנ"ל, ס'טאנצט ווען ס'ווייברעיט.
(י) וְהַלָּשׁ. פשוט
(יא) וְהָאוֹפֶה. פשוט.
(יב) הַגּוֹזֵז אֶת הַצֶּמֶר. כנ"ל לגבי קוצר.
(יג) הַמְּלַבְּנוֹ. ווען די אויגען ווערט ווייס.
(יד) וְהַמְּנַפְּצוֹ. האר
(טו) וְהַצּוֹבְעוֹ. פשוט, די קאלירן טוישען זיך.
(טז) וְהַטּוֹוֶה. חו"ן
(יז) וְהַמֵּסֵךְ. אויסציען .
(יח) וְהָעוֹשֶׂה שְׁנֵי בָתֵּי נִירִין. כנ"ל והטווה.
(יט) וְהָאוֹרֵג שְׁנֵי חוּטִין. כנ"ל,
(כה) הַצָּד צְבִי. כפשוטו
(כו) הַשּׁוֹחֲטוֹ. כנ"ל
(כז) וְהַמַּפְשִׁיטוֹ. פארנעגראפיע
(כח) הַמּוֹלְחוֹ.
(כט) וְהַמְעַבֵּד אֶת עוֹרוֹ. פשוט
(ל) וְהַמּוֹחֲקוֹ. פשוט
(לא) וְהַמְּחַתְּכוֹ.
(לב) הַכּוֹתֵב שְׁתֵּי אוֹתִיּוֹת.
(לג) וְהַמּוֹחֵק עַל מְנָת לִכְתֹּב שְׁתֵּי אוֹתִיּוֹת.
(לד) הַבּוֹנֶה.
(לה) וְהַסּוֹתֵר. האר
(לו) הַמְּכַבֶּה. פשוט
(לז) וְהַמַּבְעִיר. פשוט
(לח) הַמַּכֶּה בְּפַטִּישׁ. סאדו
(לט) הַמּוֹצִיא מֵרְשׁוּת לִרְשׁוּת. פשוט,
וכיון שאין הציבור יכולים "לעמוד" וכבר דשו בה רבים היתירו. וכנ"ל לענין הסלולרי

פארוואס? » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 2:18 pm

· #227719
וכבר דשו בה רבים

מבפנים או מבחוץ?
און בכלל, א רבים אין איינס, ס׳איז דאך אן אשת איש?

-------------
אריין אין דעם ״אונטערן״...

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 3:11 pm

· #227741
נושא ונותן
געפילטע פיש
לאמיר זען, אפשר טאקע?

ס'איז דא נאך א מצווה וואס עס איז דא אזעלעכע וואס זענען נוהג צי טוהן אין שבת און אויך דארט איז דא די זעלבער חשש.
לאמיר זעען

(לד) הַבּוֹנֶה.

בונה האסטו אויסגעלאזט? סיי פשוט פשט, און סיי מל' ויבן ה' אלוקים את הצלע.

וכן איז דאס א גוטע דוגמא וואו א כלי שמלאכתו לאיסור מעג מען מטלטל זיין שבת לצורך מצוה.