☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8241

אשכול אן א טיטל #8241

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8241

— » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:09 pm

· #251974

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

כוכב » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:19 pm

· #251980
בעיני געווינט די פלארידע קול קורא דעם טיטול די גרויליגסטע און נארישסטע קול קורא אוו אלל טיים.
כאילו פלארידע איז עפעס א מציאות ס'סך הכל נאך אן אמעריקאנער שטאט וואו די וועטער איז ווארימער און צוליב וואס סאיז נישט אזוי ווייט פון ניו יורק און ס'קאסט נישט אזוי סך אהינצופארן גייט מען אהין.

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:46 pm

· #251985
מיר קרענקט אויך די קול קורא און די ליצנות דערין ווען מ'איז מפרסם אן איסור פון פערציג יאר צוריק. זאג נאר, ווען א רב האט געגעבן א הכשר אויף א פראדוקט פערציג יאר צוריק מיינט אז היינט איז עס אויך כשר?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:52 pm

· #251989
מיאמי איז נישט א סטעיט אין אמעריקע

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:00 pm

· #251991
בשם התאחדות הרבנים דארצות הברית ובעהאמעס פה מיאמי פלארידע לפ"ק.

אזוי ווי ס'איז געקומען צו אונזערע אויערן שמועות וואס האט אויפגעשאקלט די ערליכע רבנים בכל אתר ואתר, דאס וואס מאנכע זענען זיך מתיר צו גיין וואקאציע אין דעם טריפה'נע שטאט ניו יארק, היו לא תהיה..

ווילן מיר דא קלאר מאכן עטליכע וויכטיגע נקודות:

ניו יארק איז דאס צענטער פון טומאה ופריצות וואס די טריפה'נע אמעריקע שטעלט מיט זיך פאהר. עס קומען דארט צו גיין פון אלע עקן פון די וועלט אינגע צולאזטע עלעמענטן וואס האבן נישט קיין שום עול אין לעבן, בלויז ווי מ'קען זיך נאכגעבן נאך און נאך משוקצ'דיגע תאוות.


מיר דארפן זיין שטאלץ און אננעמען דאס אחריות אויף דעם וואס אונזערע הייליגע רבי"ס זצוק"ל האבן מיט זייער טיפן שכל און ווייטען בליק, ב"ה, מיט בלוט! צוריק איינגעפלאנצט דאס אמאליגער אידישקייט פון דערהיים דא אינעם שטאט פלארידע וואס איז אביסל אוועק פון די רוישיגע מעטראפאלישע שטאטישע איבלען, ווי אויך איז פלארידע א שטאט וואו עס וואוינען מיינסטענס די עלטערע לייט וואס זייערע תאוות ברענט שוין נישט אזוי שטארק ווי אין די אינגע יארן.

על כן טוהן מיר בעטן און ווארענען בכל מיני אזהרות ובקשות, אז קיין שום מאן אדער פרוי זאל זיך מורה היתר זיין צו גיין קיין ניו יארק סיטי און באטרעטן אזא טמא'נע באדן, נישט פאר וואקאציע, אדער קיין שום אנדערע סיבה.

שלוחי מצוה, גבאים פון רבינ'ס הויף, אדער רבנים וואס גייען להחזקת מוסדותיהם זענען ערלויבט צו גיין אהין לויט די אנווייזונגן פון רבינ'ס שטוב.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:38 pm

· #252035
ועל תביאיני לידי נסיון וועט נישט העלפן

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 11:54 pm

· #252063
אנאנים, א שאד זיך צו עסן דאס געזונט. דער צעטל ליגט אויפן וואנט און רעדט צום וואנט.
אדרבה, שא נא עיניך וראה, גיי קוק וואס טוט זיך אפ היינט צו טאגס אין פלארידע, קע"ה היימישע אידן כחול הים, ווי די זאמד פונעם ביעטש!!
און טאקע פון די היימישע גווארדיע, סאטמארע אידן. ווי אזוי שרייבן די צייטונגען? "שאי סביב עיניך וראי כולם נקבצו באו לך"...
ווי גייט דאס ווערטל? א סטאטיסטיק זאגט עס זענען פאראן מער פאלם שטרימפ אין מיאמי ווי פאלם ביימער. וש"י.
וחמת המלך שככה.

גנדי » פרייטאג פעברואר 6, 2015 4:00 pm

· #252191
דאס ליצנות איז אזוי גרויס אז מען פירט א חמשה בעשר בשבט טיש אין מיאמי.

שעפטל » זונטאג פעברואר 8, 2015 4:48 pm

· #252332
האבעך שוין געשריבן, אז דו וועסט גוט קוקן ענדיגט זיך די קול קורא
וע"ז באנו על החתימה פה מיאמי, עיר האבות והאמהות

בעל מדות » זונטאג פעברואר 8, 2015 7:30 pm

· #252386
אדאנק עזריאל פאר דיין אייגנארטיגע ארטיקל געמישט פון לצנות, ווייטאג, חסידות, און ידיעות,... אבער איך מיין אז אין די היינטיגע מצב זענען די קול קורא'ס אזוי שטארק אפגעפרעגט אז די פאפיר אויף וואס זי געפינט זיך שעמט זיך אוועק דערמיט, זיי ווערן נישטאמאל געלייענט און פיגורירן נאכאמאל און נאכאמאל אהן קיין שום אינטערעסע ביי די מענטשהייט.
מען זאגט נאך אז ווען דער סאטמארער רבי פון ק"י האט ביי א געלעגנהייט געפרעגט פון הרב ר' דוד ווערדיגער ע"ה די קרוין פון "אידישע נגינה" (טאטע פון ר' מרדכי) וויפיל געלט מען מאכט אויף א סידי? האט ר' דוד געענטפערט מיט א שמייכל אויף די לעפצן, "מען מאכט צען טויזנט דאלער בערך אויף א סידי אהן א קול קורא און ארום צוואנציג טויזנט דאלער מיט א קול קורא"...
די שברים פון כלל ישראל וואס זענען אייביג די נערנים ביי מחאות האבן גענימען די אמאל הייליגע געדאנק פון "מוחה זיין" ווען א משכיל האט גערייכערט אום שבת צו רייצן זיך מיטן געמיינדע...און אדאפטירט אלץ א מאדנע שגעון וואס ברענגט ארויף שלשול ביי מענטשן, זיי זענען ווערדלאז און איך מיין אז נטורי קרתא אינאיינעם מיטן צימערמאן פארבאנד (דער מענטש וואס פארפלעקט כלל ישראל מיט זיינע אומבאגרייפליכע אנטריסטונגען) האבן אפילו לעצטענס ארויסגענימען א "פעטענט" דערויף און זיי פארמאגן לעגאל די רעכטן צו נוצן די מחאות, איך האב שוין דא אויך אין קורצן באטאנט די לעכערליכקייט פון מחאות,
עס ברויך א לענגערע היסטארישע באהאנדלונג פון די אמת'ע ווייטאג ביים מוחה זיין "אמאל" און די צייטן פון פנחס וואס זיין "בקנאו את קנאתי" איז געווען תורה'דיג און פון א מענטשליכע שטאנדפונקט ביזן פענאמענאלע באגריף "היינט" ווי התאחדות הרבנים מיט די עטליכע באטריגערישע באנדעס האבן אויסגעוועפט דעם מחאה פראצעדור ווי א זעקל לאקשן וואס ווערים זיצן דערין,



איך וואלט געזאגט פאר די נוסחאות מאכער, צעטלעך קלעבער, ווייטאג שפירער, פאשקעוויל ווארפער און די אלע וואס נוצן מוחה זיין פאר זייער ביזנעס, אז אויב שטערט ענק באמת אין הארץ פולע זאכן דאן זאלט איהר שוין טוישן גאנג ווי ביז אהער און אויפהערן מיט די פאלטשע היפאקריטסווע וואס האט נישט קיין הענט, פיס, בויך און גלידער, ווייל איר וועט ווערן נאך מער אויסגעשפיגן פון דעם געזעלשאפט און זיך טרעפן אין אן אינזל איינזאם ווען משיח קימט אינז אפנעמען, לאזט אפ פלארידא ווען ענק בויך אידן פאשען דארט וואקאציע און הערט אויף מיט אנדערע קרייזן ווי ליבאוויטש און אזוי ווייטער וועלכע זענען נאך ערליכער פון אינז (ששששש....) און טוען דעם רצון השם מיט א אומבויגזאמע תמימות אין א צייט ווען ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם ביי אסאך אינדרויסן פון אינזער מחנה וואס זענען אנטלאפן צוליב סיבות וסיבות שונות.

אז איך רעד שוין ארום דא וועל איך שילדערן א געשיכטע וואס האט געעפנט א לאך אין מיין הארץ און עס געלאזט אפן ביז יעצט, אהן א ענטפער פאר מיין עגבערנדע פראגע (אויב א מנהל זעהט אינטערעסע קען ער מיט מיין גאנצן צישטימונג עפענען א נייע טעמע און אפטיילן פון דעם אשכול)

ביי א איבערגעפרומטע פאמיליע מיט איינפלוס פון יעדע זאך וואס פארן צווייטן וועלט קריג איז נישט געווען, א שטייגער ווי נטורי קרקע און אזוי ווייטער האט א קינד ליידער אפגעלאזט זיין מסורה און אנטרינען פון טאטנ'ס שטוב און פון זיין פאמיליע וואס האט געלעכצעט נאך אים,
איך האב געשפירט א טרויער פאר דעם נשמה וויסנדיג אז ער גייט אויף א פעלד אנגעפילט מיט מינעס און שווערע עקספיריענס'ן וואס קומען אויף א שווערע וועג פון גייסטישע ליידן אפהאקן מיט פאמיליע און אזוי ווייטער.
איך האב "זיך נעכטן געגעסן און מארגן פארגעסן" און קיינמאל נישט פרובירט פארשטיין דעם "פארלאזער" ווייל איך האב נישט געהאלטן דערפון און איך האב פלעין "נישט געטראכט פון אים"
געווען יעצט א האלבע יאר צוריק און איך זעה א בילד פון אים און א לענגערע שילדערונג ווי ער שילדערט "סודות פון חדר" און איך לייען זיין געשיכטע וואס ער שילדערט מיט סענסיטיווע איבלענישן, און דאס איז וואס עס דרוקט אים.


איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....


אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.

און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:26 am

· #252535
איך מיין אז אפילו די קול קורא פון די רבנים איז געשריבן געווארן אין מיאמי יצ"ו, נישט אז יצחק שטערן האט געדארפט אראפצופארן, מ'האט עס געשיקט דורך אימייל.

היסטאריקער » מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:17 pm

· #252578
על הטוב יזכרו די רבנים וואס פארן אויף אנדערע פלעצער כדי נישט צו זיין היפאקריטס
ווי למשל סקולען, מהר״א מסאטמאר, פאפא, וויען, און נאך

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 3:57 pm

· #308140
עצה טובה ווער עס וויל זיך מקשר זיין מיט די צדיקים, קען ארויפקוקן צו די זין וואס שיינט אויך אין מיאמי.

אוי רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר....

טמיר » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 7:53 pm

· #308161
בעל מידות: איך קען אסאך גרויסע קנאים, קיינער וואלט נישט געטון אפילו אן ענליכע זאך. אדער איז ער סתם אזוי א חסר דעה, אדער איז די מעשה 95% ליגענט.

וככלל, מען קען נישט פון אזאלכע סארט בויען א כלל אויף א גאנצע גרופע מענטשן

שטילע אינגערמאן » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 9:27 pm

· #308175
בעל מדות


איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....


אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.

און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.


א ביטערע רחמנות אויף דער קינד וואס האט נעבעך געוואלט איבערצייגן די פאטער אז ער איז א מציון אין די פאטער האט עיהם צופילקט די בעכער, אין די טאטע דארף מען הענגן אונדרויסען פון שומר שבת א זונטאג נאכט.

אבער טוע א טובה הער אויף קויפן די קרעפ, דער בחור איז נישט אראפ פון וועג וועגען דעים, דאס איז אפשר א גוטע תירץ אדער א צו הילף, אבער זיי מוחל האק נישט אין טשיייניק.
דא ביי אונז א געוואלד קראנקע עלטערן וואס האבן געמאכט מיטן קינדער וואס זיי איז געפאלן, ספעיצעל די אינגערלייט וואס האבן עלטערן וואס זענען גיבורען תיכף נאכן קריג האבן די עלטערן איבגעלאסט יעדער שני וחמישי די טעם זיי האבן באקומען, אין ב״ה א הערליך דור פון חסידישע אינגערלייט מעט אייפאונס אין בעקיטשעס.
אראפ נעמען די פיאות האט זירא מיט א טאטע רוב מאל, סהאט מיט די קינד וועלען האקן א לעבן,

אהרן » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 9:49 pm

· #308176
@שטילע אינגערמאן איך ווייס נישט פינקטלעך אויף וואס די ביסט חולק, אבער עס איז מוסכם ביי אלע, אז איינער וואס באקומט נישט עקסעפטענס גייט נישט זוכן עקסעפטענס, נאר ער איז בועט אינעם סיסטעם וואס האט אים דעליווערט די ביטערקייט און גייט זיך זוכן עפעס אנדערש, ואכ"מ.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 10:47 pm

· #308179
שטילע אינגערמאן
ב"ה א הערליך דור פון חסידישע אינגעלייט מיט אייפאונס און בעקיטשעס.

😛

מאטל שניידער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 5:22 pm

· #390599
איינער האט אפשר א בילד פון די קול קורא אדער א PDF?

מרדכי ישראל » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 6:10 pm

· #390604
די לעצטע פאר יאר קומט שוין נישט ארויס קיין קול קורא'ס אקעגן פארן קיין מיאמי מען נעמט זיך איבער די עכט פרצות ווי סנודס און אינטערנעט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 7:20 pm

· #390607
שטילע אינגערמאן
בעל מדות


איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....


אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.

און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.


א ביטערע רחמנות אויף דער קינד וואס האט נעבעך געוואלט איבערצייגן די פאטער אז ער איז א מציון אין די פאטער האט עיהם צופילקט די בעכער, אין די טאטע דארף מען הענגן אונדרויסען פון שומר שבת א זונטאג נאכט.

אבער טוע א טובה הער אויף קויפן די קרעפ, דער בחור איז נישט אראפ פון וועג וועגען דעים, דאס איז אפשר א גוטע תירץ אדער א צו הילף, אבער זיי מוחל האק נישט אין טשיייניק.
דא ביי אונז א געוואלד קראנקע עלטערן וואס האבן געמאכט מיטן קינדער וואס זיי איז געפאלן, ספעיצעל די אינגערלייט וואס האבן עלטערן וואס זענען גיבורען תיכף נאכן קריג האבן די עלטערן איבגעלאסט יעדער שני וחמישי די טעם זיי האבן באקומען, אין ב״ה א הערליך דור פון חסידישע אינגערלייט מעט אייפאונס אין בעקיטשעס.
אראפ נעמען די פיאות האט זירא מיט א טאטע רוב מאל, סהאט מיט די קינד וועלען האקן א לעבן,


אין דער ספר הזכרון אויף הרב הוטנער, ברענגען זיי א גאר אינטרעסאנטע רשימה פון איהם. ער שרייבט וואס איז געשען צו איהם נאכ'ן לערנען דער מוסר מהלך. ער האט אלס געוואוסט די גמרא פון אותו האיש, וואס יהושע בן פרחיה האט איהם דערווייטערט אין מיטען ק"ש מיט א שאקעל מיט די האנט, און אזוי איז ער ארויס לתרבות רעה.
איידער ער האט געלערנט מוסר, האט ער געטראכט ביי זיך, קוק אן די גאנצע קריסטענדום, אלס איז געבויט אויף א קליינע שאקעל מיט די הענט, קוק ווי אלס איז געבויט אויף אזא קליינע יסוד, ס'איז אלס איין שטיק גארנישט. נאכ'ן לערנען מוסר האט ער געזען אז פארקערט, מ'זעט פון דא די גרויסע כח פון א שאקעל מיט די האנט, אז פון אזא קלייניקייט קען ארויסקומען אזא מין ריזיגע צרה ווי די קריסטליכע גלויבונג, וואס האט יארען געבויט און געבליעט און גערודפ'ט אידען און דער אויבישטער. אלס פון א שאקעל מיט די האנט.

אין מיין קליינע ערפארונג אין מיין קינדער האב איך זיך איבערגעצייגט מערערע מאל דער ענין. אמאל קען מען דורך א קלייניקייט מאכען פראבלעמען און פאררעכטען אדער אויסמיידען פראבלעמען דורך א קלייניקייט. יא, איך האב נישט קיין ערפארונג אין בחורים אוועק גייען פון אידישקייט און וויאזוי דאס צו פארמיידען, אבער ס'איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער אזא מעשה. אז דער בחור גייט צוריק אין ישיבה אן א חשק אין לערנען, און דערנאך זוכט ער מיט וואס אנצופילען די צייט, איז עס מיר גאנץ לייכט פארצושטעלען דער גליטש פון אזא מעשה.

איך האב זיך אויסגעלערנט נישט מזלזל צו זיין אין קלייניקייטען.

היסטאריקער » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 12:31 pm

· #390791
ליטוואק פון בודאפעסט

אין דער ספר הזכרון אויף הרב הוטנער, ברענגען זיי א גאר אינטרעסאנטע רשימה פון איהם. ער שרייבט וואס איז געשען צו איהם נאכ'ן לערנען דער מוסר מהלך. ער האט אלס געוואוסט די גמרא פון אותו האיש, וואס יהושע בן פרחיה האט איהם דערווייטערט אין מיטען ק"ש מיט א שאקעל מיט די האנט, און אזוי איז ער ארויס לתרבות רעה.
איידער ער האט געלערנט מוסר, האט ער געטראכט ביי זיך, קוק אן די גאנצע קריסטענדום, אלס איז געבויט אויף א קליינע שאקעל מיט די הענט, קוק ווי אלס איז געבויט אויף אזא קליינע יסוד, ס'איז אלס איין שטיק גארנישט. נאכ'ן לערנען מוסר האט ער געזען אז פארקערט, מ'זעט פון דא די גרויסע כח פון א שאקעל מיט די האנט, אז פון אזא קלייניקייט קען ארויסקומען אזא מין ריזיגע צרה ווי די קריסטליכע גלויבונג, וואס האט יארען געבויט און געבליעט און גערודפ'ט אידען און דער אויבישטער. אלס פון א שאקעל מיט די האנט.
איך האב זיך אויסגעלערנט נישט מזלזל צו זיין אין קלייניקייטען.


היינט איז זיין יארצייט

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 30, 2019 10:37 am

· #423525
מרדכי ישראל
די לעצטע פאר יאר קומט שוין נישט ארויס קיין קול קורא'ס אקעגן פארן קיין מיאמי מען נעמט זיך איבער די עכט פרצות ווי סנודס און אינטערנעט

כהיום יום - יעדע וואך אין "דער איד" איז דא 2 בלעטער מיט'ן הארבן איסור.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 30, 2019 10:39 am

· #423526
רביה''ק זי''ע
אין ישיבה איז געווען א גוי א דשעניטאר וואס פלעגט פארציילן אז ער פלעגט אמאל זיין א דשעניטאר נישט מער און נישט ווייניגער ווי אינעם וואטיקאן אליינס. איין טאג - פלעגט ער פארציילן - איז געווען א גרויסע הייליגע פאסט-טאג, אינמיטן וואשן די פלארס צו וואס הערט ער לעבעדיגע מוזיק. "ווער וואגט זיך צו הוליען אזוי אין אזא הייליגן טאג?" טראכט ער צו זיך מיט גרויס וואונדער, גייט ער נאך די קול פון די מוזיק ביז ער קומט אן צו א געוויסע צימער, ער גיבט אן עפן אויף דעם טיר, און וואס זעט ער דארט? די גרעסטע קארדינאלן האקן שטיקער און שיכורן ארום!!! "וואס גייט דא פאר?" רופט ער אויס מיט גרויס וואונדער, "איז דען נישט היינט די הייליגע פאסט-טאג?! ווי קענען ענק שיכורן אין אז הייליגן טאג?!". "נע, דו פארשטייסט נישט" זאגן זיי איהם, "דאס איז אלץ געזאגט געווארן פאר זיי, ס'מיינט נישט אונז..." ודפח"ח.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 30, 2019 10:52 am

· #423528
און אז מען רעדט שוין פון היפאקריטיסווע, איז כדאי צו זעהן טאקע אין דעם זעלבן איד.

.
📎 Miami (2).jpg 📎 Miami (1).jpg

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:15 am

· #423529
שמעקעדיג: דרשות מוסר לחוד. וכסף לחוד...!

איך געדענק מיט יארן צוריק איז געווען א פולל פעידזש עד אין ..."די צייטונג"...פון א האטעל אין שווייץ וואס האט אויסגערעכנט אלע תענוגי עולם הזה, שידה ושידות. אריינגערעכנט א דזשעקוזי. און אויפ'ן נעקסטן פעידזש איז געווען אן ארטיקל פון אן ערליכן איד וועלכער האט מעורר געווען איבער די תערובות אין האטעללן. און ער האט פארגעשלאגן אז מענער און (להבדיל) פרויען, רחמנא ליצלן, זאללן עסן אין אנדערע זמנים אין דיינינג רום. און אום שב"ק ווען משפחות עסן צוזאמען, זאלל מען אויפשטעללן א ..."שפאניש ווענטל"...!

דאס קען נאר אן אונגערישער מח. ווען אין די זעלבע ציייט וואס ער געט זיך נאך אלע תאוות עולם הזה ווילל ער אויכעט זיין א ..."פרומער"...!

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:17 am

· #423530
שפאנונג: א איסור צו פארן נופש'ען אין חלדודנא, איז אונטערוועג
הרב צבי קלאר מיט עסקן נמרץ יואלי צימערמאן האלטן שוין אצינד אין די לעצטע פאזעס פון צוגרייטן א פרישע א איסור צו פארן קיין חלדודנא.
אין זייער פרעסע קאנפערענץ האבן זיי פראקאלמירט, אז זיי טוען דאס בלויז מיט די גוטהייסונג פון די הייליגע רביס, וואס זיצן דארט אפ זיך צו פלעגן דעם גוף קדוש (לא להנאת גופי ח''ו)

דער אלגעמיינער מענטשהייט נעמט אויף די גינסטיגע נייעס מיט א אומהויערע סאטיספעקציע. דער שטאנדהאפטיגער חלדודנא-איסר פארשפרעכט צו זיין א פולשטענדיגע רעוואלוציע. לויט ווי אנעליסטן שאצן, וועט דער פרישער הייליגער חלדודנא איסר, גאר נאך איבערשטייגען דעם דויערהאפטע פלארידא איסור, וואס איז ווי ברייט באוויסט אויסטערליש פארהייליגט בתפיצות ישראל.
כלל ישראל קוקט ארויס מיט שפאנונג אויפן ערשיינונג פונעם פרישען חלדודנא-איסר. ( די עסקנים פארשפרעכן אז מ'וועט אהיים שיקן די קינדער פון ישיבה, פון די דאזיגע עלטערן וואס וועלן בייזוויליג פארלעצן דעם בעפארשטייענדעם חלדודנא-איסר.)

אין אלגעמיין ווענדט זיך דאס כלל ישראל צו די רבנים מיט א הארציגער פארלאנג. אז מ'זאל אהער שטעלן מער איסורים חמורים פארן ציבור... נעמליך, זינט די ערשיינונג פון סושי און כורעים שמאטעס אויף יום הקדוש, און האנד געשטריקטע גארטלעך, איז צום באדויערן אידישקייט גאר שטארק לייכט געווארן, אזש ס'האט זיך דערקיילקעלט צו א צושטאנד פון רבים חללים הפילה הזונה... דער איינציגסטער מעטאד וועלכע וועט ווירקליך ראטעווערן דעם כלל ישראל, איז בלויז איסורים. נאך איסורים און נאך איסורים...און בלויז איסורים. וואס הארבער אלס בעסער...

שיעור פארגעסן...

דער לעצטער וואס וועט ארויסגיין, זאל ביטע פארמאכן די לעקטער...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:30 am

· #423533
פארדעם דארף מען טאקע פראדוצירן קינדער אין דער וועלט אריין, אז אפילו ווען דער עולם כאפט הענט און פיס, זאל דאך עפעס א פראצענט איבערבלייבן, ואינך יודע איזה מהן יוכשר.

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:32 am

· #423534
רביה''ק זי''ע
פארדעם דארף מען טאקע פראדוצירן קינדער אין דער וועלט אריין, אז אפילו ווען דער עולם כאפט הענט און פיס, זאל דאך עפעס א פראצענט איבערבלייבן, ואינך יודע איזה מהן יוכשר.


יא, און אויך כפרות איז א ערענסטע פראבלעם...

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:27 pm

· #423548
פה מיאמי יצ"ו
איך ווייס פון איינער וואס נאכען צוריק-קומען פון מיאמי ווי ער פלעגט וויילן אגאנץ ווינטער - האט איהם ר' מאטעלע זצ"ל געפרעגט נו וויאזוי איז עס ?
האט יענער געזאגט "אז וואלט די שיף געאנקערט נאך די מלחמה אין פלארידע וואלט זיכער געווען א איסור גדול צו פארן צו די טרייפענע ניו יארק, ודפח"ח

שמעון וואלף » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 12:35 am

· #423633
שמעקעדיג
און אז מען רעדט שוין פון היפאקריטיסווע, איז כדאי צו זעהן טאקע אין דעם זעלבן איד.

.

די עד פון די ocean view איז פאר גוים. זעהסט דאך אז ס'איז געשריבן אין ענגלעש

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 7:18 am

· #423645
פילייכט פאר'ן שבת גוי וואס מען ניצט פאר'ן אינטערנעעאט!

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 16, 2022 11:53 pm

· #491783
נישט געקענט טרעפן א פאסיגע אשכול, שרייב איך עס דא.

צווישן די פלאקאטן וואס הענגן אין בית מדרש האט איינס געכאפט מיין אויג וואס דארט ווערט געמאלדן דברי חיזוק פון רבנו שליט"א פאר די וואס שטייען אויף ליל ששי שובבי"ם אין די פריע פארטאגס שעה'ן און שלעפן זיך אין ביהמ"ד טראץ די ביטערע פרעסטן. פערצופאל איז דאס געווען אין אן ארונישע שול אבער על הכלל כולו יצא - די זעלבע געדאנק טרעפט מען ביי אנדערע רבי'ס אויך.

דער אדמו"ר זיצט זיך אויף וואקעישן (מנוחת הנפש בלע"ז), געפארן מיט א פריוואטע פליגער מיט עטליכע משרתים, א געשמאקע קלימאט פאר'ן טעגליכע שפאציר, דא דארט זיצט מען מיט א ספר וואס די בילדער ווערן ברייט פאבלעצירט, און ער שרייבט דברי חיזוק פאר די חסידים וואס רייסן שטיקער פון זיך לכבוד שובבי"ם.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:48 am

· #491788
ווי גייט נאר די באקאנטער וויץ,
איינער זעט ווי זיין חבר משה, א שטיקל אויפגעקלערטער, זינגט זיך אזוי מיט א דביקות, רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר... הנני מקשר נפשי...
פרעגט ער, משה, זייט ווען ביסטו געווארן אזא חסיד פונעם רבין?
זאגט ער, וואס פארשטייסטו נישט, בשעת איך פריר דא יעצט פאר קעלט אין ניו יארק, באדט זיך יעצט די רבי שליט''א, אין א געשמאקע ווארימע שיקוזי, אין די ווארימע מיאמי פלארידא...

פאליטיקאנט » מאנטאג יאנואר 17, 2022 1:19 am

· #491790
איינער האט מיר געזאגט אז די רבי'ס זענען אין א גרעסערע בחינה ווי יחזקאל הנביא, ווייל ביי עם שטייט: לא ראה יחזקאל מה שראתה שפחה על הים, אבער די רבי'ס זענען יא זוכה כסדר צו זען דעם שפחה על הים....

כספי » מאנטאג אוגוסט 7, 2023 12:37 am

· #533051
שרייבט איינער (אויף אייוועלט) ער"ה איז די מנהג צו פארן צו די בערג/פלארידע/מיאמי/שווייץ/חלאדודנא וכו', ווייל מ'דארף גיין ער"ה צו מקום מנוחת הצדיקים...