☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מעג מען פארן קיין נארט מיאמי אויף אפרוה?

מעג מען פארן קיין נארט מיאמי אויף אפרוה?

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2261
בלאט: 1 2

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:51 pm

· #57601
מעג מען פארן קיין נארט מיאמי אויף אפרוה?
ווי באקאנט איז אסאך יאר צוריק ארויס געקומען פון די גדולי ישראל זצ"ל מדור העבר א איסור פאר געזונטע מענטשן צו פארן קיין פלארידע פאר איינעם וואס דארף עס נשט פאר געזונט, דער איסור ווערט פארשפרייט יעדעס יאר אין די ווינטער וואכן אין היימישע צייטונגען.

מיין שאלה איז צי די איסור איז נאר געווען אויף מיאמי, ווי דער היימישער עולם איז דעמאלס געגאנגען, אדער מיינט עס גאנץ פלארידא, אריינגערעכענט נארט מיאמי וועלעכער איז אויך נישט ווייט פון ביטש, און זיל בתר טעמא.

פארוואס פרעג איך, ווייל איך האב היינט באקומען די פאלגענדע מעסעדזש

SatmarHQ: Rabeiny Shlita leaving today for Upree in North Miami for 2 weeks, for urgent matter contact the Mashbak R' Shmiel Teitelbaum.

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:58 pm

· #57610
סתם פאר אינטערסאנטקייט, איך ווייס נישט צו איר זעהט שוין אמאל געווען אין פלארידע, אבער נארט מיאמי איז יא ווייט פונעם ביטש! (מען קען נישט וואקן).

נישט אז איך וויל ארויסברענגען מיט דעם צו מען מעג יא אדער נישט אהין פארן, ווייל אין מיינע אויגן איז פאלם ספרינגס גארנישט בעסער!

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:01 pm

· #57614
אינטערסאנט אז די רבנים אסר'ן נישט פאלם ספרינגס
אין נישט נאר זיי אסר'ן נישט, נאר זיי גייען אלע אהין...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:08 pm

· #57618
וי באקאנט איז אסאך יאר צוריק ארויס געקומען פון די גדולי ישראל זצ״ל מדור העבר א איסור פאר געזונטע מענטשן צו פארן קיין פלארידע פאר איינעם וואס דארף עס נשט פאר געזונט, דער איסור ווערט פארשפרייט יעדעס יאר אין די ווינטער וואכן אין היימישע צייטונגען.

1) ס'איז פארהאנען היינט צו טאג'ס גדולי ישראל, וואס זענען גרעסער בחכמה ובמנין ווי פון די אוסרים, ע"כ איז דאס נישט קיין איסור מוחלט.
2) ווען דו זאגסט גדולי ישראל, וועלכע "ישראל" מיינסטו? די ליסטע פון די נישט-אוסרים איז גרעסער
3) מ'קען נישט ברענגען א ראיה פון די רבנים וואס פארען אהין, צוליב דעם וואס די איסור איז נאר חל אויף געזונטע מענטשען.

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:17 pm

· #57624
היסטאריקער
ווי באקאנט איז אסאך יאר צוריק ארויס געקומען פון די גדולי ישראל זצ״ל מדור העבר א איסור פאר געזונטע מענטשן צו פארן קיין פלארידע פאר איינעם וואס דארף עס נשט פאר געזונט, דער איסור ווערט פארשפרייט יעדעס יאר אין די ווינטער וואכן אין היימישע צייטונגען.

ענדיגט זיך נישט די קול קורא ווי פאלגענד...???:

וע"ז באנו על החתימה פה מיאמי

דזשאוסט קידדינג! און שרייטס נישט...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:19 pm

· #57627
נו, זיי זענען דאך "התאחדות הרבנים דארצות הברית ווווווווווווווקאנאדע"
פאסט דאך אז זיי זאלן זיך אומקוקען כאטש איינמאל א יאר אין זייערע גלילות שטעט

קפנדריא » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:23 pm

· #57628
פאליטיק אין דער זייט, נארט מיאמי איז א גאר איידל און שטיל פלאץ, נישט נאר מ'זעט נישט קיין פריצות, מ'זעט קוים א מענטש פאר די אויגן, מיין זיידע פארט אסאך דארט, ס'איז צו פארן מיט א קאר בערך א האלבע שעה צו די נענטסטע ביטש, ע"כ איז דאס זיכער נישט אין דעם איסור כמובן.

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:43 pm

· #57633
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:51 pm

· #57638
איר האט א שטיקל טעות, ווייל אין נארט מיאמי, איז נישט דא קיין ביטש.

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:52 pm

· #57639
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

האסטו שוין די קוואליפיקאציעס צו חתמע'נן אויף די נעקסטע ק"ק.

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:14 pm

· #57655
קאווע טרינקער
וי באקאנט איז אסאך יאר צוריק ארויס געקומען פון די גדולי ישראל זצ״ל מדור העבר א איסור פאר געזונטע מענטשן צו פארן קיין פלארידע פאר איינעם וואס דארף עס נשט פאר געזונט, דער איסור ווערט פארשפרייט יעדעס יאר אין די ווינטער וואכן אין היימישע צייטונגען.

1) ס'איז פארהאנען היינט צו טאג'ס גדולי ישראל, וואס זענען גרעסער בחכמה ובמנין ווי פון די אוסרים, ע"כ איז דאס נישט קיין איסור מוחלט.
ווער איז גרעסער פון די גדולי ישראל נאך די מלחמה?
2) ווען דו זאגסט גדולי ישראל, וועלכע "ישראל" מיינסטו? די ליסטע פון די נישט-אוסרים איז גרעסער
איך רעד פון די וואס מיר זענן אייביג געוועןסרים למשמעותם
3) מ'קען נישט ברענגען א ראיה פון די רבנים וואס פארען אהין, צוליב דעם וואס די איסור איז נאר חל אויף געזונטע מענטשען.

אבער א רב וואס איז "פיזיש" געזונט און פארט קיין נארט מיאמי איז עס א מעשה רב

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:20 pm

· #57659
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

וועק דיך איבער און גיס דיך אפ נעגעל וואסער, אין נארט מיאמי איז נישט דא קיין ביטש, און דאכט זיך אויך נישט קיין האטעלס...

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:25 pm

· #57663
פרענטש וואנילע
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

וועק דיך איבער און גיס דיך אפ נעגעל וואסער, אין נארט מיאמי איז נישט דא קיין ביטש, און דאכט זיך אויך נישט קיין האטעלס...

אייזן 😂 😂 😂
שרייב שוין פאר די געלט, אז נארט מיאמי איז בכלל נישט אין אמעריקא
ס'איז ערגעץ צווישן וויליאמסבורג אין קראון הייטס...

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:28 pm

· #57667
דא האט איר די מאפע

לויט ווי מ'זעהט, איז נאר מיאמי אין סאוט פלארידא

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:31 pm

· #57669

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:33 pm

· #57671
היסטאריקער
קאווע טרינקער

ווער איז גרעסער פון די גדולי ישראל נאך די מלחמה?
יש ויש
2) ווען דו זאגסט גדולי ישראל, וועלכע "ישראל" מיינסטו? די ליסטע פון די נישט-אוסרים איז גרעסער
איך רעד פון די וואס מיר זענן אייביג געווען סרים למשמעותם
דו האסט א ברירה צו זיין סר למשמעות וועלכע רב דו ווילסט, אלע ציען די מסורה צו די זעלבע משה רבינו
3) מ'קען נישט ברענגען א ראיה פון די רבנים וואס פארען אהין, צוליב דעם וואס די איסור איז נאר חל אויף געזונטע מענטשען.

אבער א רב וואס איז "פיזיש" געזונט און פארט קיין נארט מיאמי איז עס א מעשה רב

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:56 pm

· #57690
פרענטש וואנילע
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

וועק דיך איבער און גיס דיך אפ נעגעל וואסער, אין נארט מיאמי איז נישט דא קיין ביטש, און דאכט זיך אויך נישט קיין האטעלס...

די ווילסט זאגן אז עס הייסט נארט מיאמי "ביטש" בלויז נאכצומאכן סאוט??

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:58 pm

· #57692
sunbar
פרענטש וואנילע
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

וועק דיך איבער און גיס דיך אפ נעגעל וואסער, אין נארט מיאמי איז נישט דא קיין ביטש, און דאכט זיך אויך נישט קיין האטעלס...

די ווילסט זאגן אז עס הייסט נארט מיאמי "ביטש" בלויז נאכצומאכן סאוט??

👍

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 4:50 pm

· #57729
מיט טייל שרייבער איז א שאד יעדע ווארט, ווייל אז איך וועל זאגן יעצט איז טאג, וועט ער זאגען סאיז נאכט.. פאר אינפארמאציע פוירפעסעס, די אידישע געמיינדע געפינט זיך ביי בערך פון 160'טע גאס ביז בערך 170 גאס, צווישן 8 און 11, וועלכע איז עטליכע גאסען אוועק פון די קאנאל (נישט קיין ביטש), א קליינער רואיגער שטילער טייך, און איז א שיינער מרחק צו פארען צו א ביטש פראנט, דער וואסער פון דעם אקעאן / ביטש לויפט ביי קאלינס עוועניו, און איז נישט איבעראל א ביטש, און קאלינס עוועניו איז ווייט נישט קיין וואקינג דיסטענס פון נארט מיאמי, און ווען מ'פארט שוין צו מיט א קאר קיין קאלינס, דארף מען נאך צופארען ביז צו טרעפן א אפענע ביטש אפענינג, א היבשע מרחק פון די ישוב אין נארט מיאמי, ווער ס'זוכט א שטילע שיינע פלאץ פאר אפרוה און ס'זאל אויכעט זיין ערליך אויסגעהאלטען, און איז גאר ווייט פון ראיות אסורות און פון די ביטש איבלען, איז די פלאץ נארט מיאמי..

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 5:36 pm

· #57740

אה האלט מיר אויף א וועג
פריער איז בכלל נישט געווען דארט קיין ביטש אדער האטעל
האסט נישט מורא געהאט פין א גוגל סורטש

פרענטש וואנילע
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

וועק דיך איבער און גיס דיך אפ נעגעל וואסער, אין נארט מיאמי איז נישט דא קיין ביטש, און דאכט זיך אויך נישט קיין האטעלס...

יעצט באווארענסטו דיך בעסער ווייל רוב קען זיך נישט אויס אין די ארטיגע גאסען
קענסט לייגן ווי די ווילסט די אידישע געגענט זאל זיין
נאר א 'קאנאל', אין נישט קיין 'אשען' אין ענליכע חידושים

די ס''ה איז אז ס'דא א קול קורא אין ר' זלמן לייב פייפט אריין דערין
ווען די ענטפרסט ווען נישט די ערשטע מאל וואלסטו בעסער געשטאנען

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 5:42 pm

· #57742
אויב ס'איז אמת (לויט יאנקל און זיין לינק) אז פוק חזי עמא דבר איז א היתר,
דאן איז א היתר גמור צו פארן קיין פלארידע...
וויאזוי גייט דאס ווערטל? א לעצטע סטאטיסטיק זאגט אז עס געפינען זיך אין פלארידע מער פאלם טייטס ווי פאלם ביימער....

ח"ו איך וויל נישט מקיל זיין און חוזק מאכן, איך האב נאר געטראכט הויך (אזוי ווי איך טו אסאך מאל..)

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 5:43 pm

· #57743
דא האט איר א לינק צו גוגל מעפס, פון דעם פלאץ אין די 160'ער ביי עלעווער עוועניו, (וואס איז בד"וו נישט ממש נארט מיאמי, נאר נארט מיאמי ביעטש נעמט אנגאפער 7 מינוט אנצוקומען צום געיערטן ביעטש.

מ'זאגט א ווערטל, אז ווען עליס איילענד וואלט געווען ביים פלארידע בארטן, און אלע אימיגראנטן פונעם קריג וואלטן דארט געלאנדעט, וואלט אויף קאללענס עוועניו געהאנגען גרויסע פלאקאטן פון התאחדות הרבנים דארה"ב ווקיובא אז מ'זאל חלילה נישט פארן קיין ניו יארק אויף אפרוה ווייל די גאסן דארט זענען זייער אויסגעלאסן, ס'איז די צענטער פון פריצות, ווי מ'לאזט נישט זיין קיין יוד, דארט מעגן חוקי תועבה חתונה האבן איינער מיטן צווייטן, און מציצה בפה איז פארבאטן.

ס'שוין גארנישט קיין ווערטל, מ'האט זיך אנגעלייגט אויף דעם מיאמי כאילו מיר האבן נישט די זעלבע דא. ווייסט איר אז ניו יארק האט אויך ביעטשעס?

סקופ: אין מארינבאד ווי אלע רבנים זענען געפארן אין די בעדער פארן קריג, ווען וועלט איז נאך געווען וועלט, האט מען אריין געלאזט פרויען אויך.

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 5:57 pm

· #57753
דאס איז ארום א שעה צו וואקען

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 6:51 pm

· #57773
פרענטש וואנילע
מיט טייל שרייבער איז א שאד יעדע ווארט, ווייל אז איך וועל זאגן יעצט איז טאג, וועט ער זאגען סאיז נאכט.. פאר אינפארמאציע פוירפעסעס, די אידישע געמיינדע געפינט זיך ביי בערך פון 160'טע גאס ביז בערך 170 גאס, צווישן 8 און 11, וועלכע איז עטליכע גאסען אוועק פון די קאנאל (נישט קיין ביטש), א קליינער רואיגער שטילער טייך, און איז א שיינער מרחק צו פארען צו א ביטש פראנט, דער וואסער פון דעם אקעאן / ביטש לויפט ביי קאלינס עוועניו, און איז נישט איבעראל א ביטש, און קאלינס עוועניו איז ווייט נישט קיין וואקינג דיסטענס פון נארט מיאמי, און ווען מ'פארט שוין צו מיט א קאר קיין קאלינס, דארף מען נאך צופארען ביז צו טרעפן א אפענע ביטש אפענינג, א היבשע מרחק פון די ישוב אין נארט מיאמי, ווער ס'זוכט א שטילע שיינע פלאץ פאר אפרוה און ס'זאל אויכעט זיין ערליך אויסגעהאלטען, און איז גאר ווייט פון ראיות אסורות און פון די ביטש איבלען, איז די פלאץ נארט מיאמי..

אז די וועסט פארן נארט אויף קאלינס, וועט זיך די נאמען פון די גאס טוישן עטליכע מאל. יעצט עס איז צווישן די קאנאל און די ביטש. די געגנטער ווי האלאנדעיל און ארום, איז נארט מיאמי.

סיגעיט איז נעבן די וואסער. בארא פארק איז נישט. זענען ביידע סאוט ברוקלין אדער נישט??

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:56 pm

· #61867
די רבי שליט''א אין 'נארט' מיאמי ביעטש, פלארדיע
📎 684404512.jpg

איינשרייבן » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 6:24 pm

· #62411
איך הער נישט אויף צו לאכען פין די היינטיגע צדיקים וואס פארקויפן ווי הייליג זיי זענען - אין איד איז די וואך געווען א בריוו ווי מהרז''ל שרייבט צו די בחורים אז ער זייער פארנומען במילי דשמיא אין פלארידא
📎 Untitled.jpg

דעינעש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 8:07 am

· #62521
א בפירושע פסוק: י'הללך זר, 'ולא', פיך.

מורינו הרב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:02 am

· #62566
נחום ראזנבערג איז ביזי אז עס איז א געי קאמיונטי דארט.

ער זאגט אז דעריבער פארן ר' אהרן מיט פאפא רב אינאיינעם, ווייל.............. צוזאמען......... וד"ל

היסטאריקער » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:43 am

· #62585
ער רעדט פון פאלם ביטש, נישט נארט מיאמי

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:33 pm

· #62607
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

North Miami is a place where chasidishe dressed poirkeh oil moved to do whatever. Whenever they just want !

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:35 pm

· #62608
gehlungen
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

North Miami is a place where chasidishe dressed poirkeh oil moved to do whatever. Whenever they just want !

And? You're jealous?

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:38 pm

· #62611
sunbar
gehlungen
sunbar
ווי אין נארט מיאמי? איך בין געווען אין נארט מיאמי און די האטעל איז געווען הארט ביים ביטש.. .

North Miami is a place where chasidishe dressed poirkeh oil moved to do whatever. Whenever they just want !

And? You're jealous?

YES NO maybe so !

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:41 pm

· #62615
ווען איך בין דארט געווען האב איך געהאט א גרויסע טובה פון איינער פון דער מין מענטשן. ביטע רעד נישט אויף זיי...

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:46 pm

· #62624
מורינו הרב
נחום ראזנבערג איז ביזי אז עס איז א געי קאמיונטי דארט.

ער זאגט אז דעריבער פארן ר' אהרן מיט פאפא רב אינאיינעם, ווייל.............. צוזאמען......... וד"ל

WOW it looks like you really have a lot of extra time 😂

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:50 pm

· #62697
איינשרייבן
איך הער נישט אויף צו לאכען פין די היינטיגע צדיקים וואס פארקויפן ווי הייליג זיי זענען - אין איד איז די וואך געווען א בריוו ווי מהרז''ל שרייבט צו די בחורים אז ער זייער פארנומען במילי דשמיא אין פלארידא

דעינעש
א בפירושע פסוק: י'הללך זר, 'ולא', פיך.

ס'איז דאך ממש אזוי. חוץ די חתימה האט ער גארנישט געשריבן דארט. (זכה...) מלאכתו נעשית ע"י אחרים.

אריינגעטראכט » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:18 pm

· #62709
פשט איז:
דקא עסיק במילי דשמיא
פארנומען צו קוקן אויף די הימלען,
קען זיין אז ער האלט מיט די איזרעילי עירפארס, פון די נאנט (כלי בלעז)
אדער קוקט ער אווי די פייגל פליען,

בקיצור אין אנדערע ווערטער ער גייט נישט ליידיג, סמיינט גאר ערענסט פארנומען ......

דעינעש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:22 pm

· #62736
שוואכע רעאקציעס פונעם זאלונישן לאגער דא היצטער, אהער. (עם איי מיססינג סאםטינג??).

אה..! דע ענטפער במילי דשמי' איז שוין אט פארענטפערט. כ'הער איימיצער פשט זאגן אז וויבאלד עס ווערט אינגרויסן צוגערישט א שיינע חתונה בעיר ה' שמה אין עיר הק' י-ם, איז מען ספעציעל פארנומען יעצט מיט'ן זיך צוגרייטן מיט\פאר די דרשות\שמועסן (נוסח 'שלחן מלכים' ביי מהר"א שליט"א ועוד) לעם ה' וכבוד הרבנים שליט"א. זענען זיך די ארונים זיך מחזק אז בשעת'ן זיך מעיין זיין אין 'שלחן מלכים' איז פאררעכנט אלס 'במילי דשמי''. והכל על מקומו יבא בשלום.. מסכים!??..

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:09 am

· #62908

מיקוה נייעס » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:38 am

· #63248
מעג מען פארן קיין נארט מיאמי אויף אפרוה?
נאר רבי'ס מעגן פארן

שמואל הלוי » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:41 am

· #63253
מ'לאזט קיינעם נישט אהינפארן כדי מ'זאל נישט זעהן וואס די רבי'ס טוען דארט 😂

איינשרייבן » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:48 pm

· #63370
עס איז געווען א געהויבענע שבת אין פלארידע די וואך, וויבאלד עס זענען געווען מער רבנים ווי שוהלען האבען די רבנים געפירט צוזאמען די טישן (א שטייגער ווי פורים) אין נארט מיאמי האט ר' מיכל לעבאוויטש געזאגט ה' מלך אין ר' זלמן לייב האט געזאגט תורה

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:06 pm

· #63377
איינשרייבן
איך הער נישט אויף צו לאכען פין די היינטיגע צדיקים וואס פארקויפן ווי הייליג זיי זענען - אין איד איז די וואך געווען א בריוו ווי מהרז''ל שרייבט צו די בחורים אז ער זייער פארנומען במילי דשמיא אין פלארידא

דאס איז ווערד אלע געלטער
טרוד במילי דשמיא אין פלארידא

👍 👍

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:10 pm

· #63379
ווי פלעגט יארמער רב זאגן? ווען ער זעהט א שווימינג סוט מיט א עטרה ביים ביטש ווייסט ער די רביס זענן שוין אין מיאמי.

פיינע קאווע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:15 pm

· #63382
איינשרייבן
עס איז געווען א געהויבענע שבת אין פלארידע די וואך, וויבאלד עס זענען געווען מער רבנים ווי שוהלען האבען די רבנים געפירט צוזאמען די טישן (א שטייגער ווי פורים) אין נארט מיאמי האט ר' מיכל לעבאוויטש געזאגט ה' מלך אין ר' זלמן לייב האט געזאגט תורה

דאס אז ר' מעכיל לעבאוויטש האט געזאגט ה' מלך גלייב איך

גלות יוד » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:20 pm

· #66151
ביהמ"ד
איינער ווייסט ווי די דעשער ביהמ"ד איז, און אויכט איז דא א עירוב דארט?

פרענטש וואנילע » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:29 pm

· #66258
דעעש איז אין מיאמי ביטש (סאוט ביטש) אויף גאס 36 ביי קאלינס עוו, נישט אין נארט מיאמי, נישטא קיין עירוב דארטען, אין נארט מיאמי דרייען זיך די חסידים בעיקר אין "קהל חסידים", מיט א מקוה, אפשר עירוב אויכעט..,

גלות יוד » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:53 pm

· #66283
ביסטו זיכער עס איז נישדא א עירוב דארט ווייל איך האב געהערט אז עס איז יא דא

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:07 pm

· #66290
אן עירוב איז זעכער דא דארט, איך ווייס נאר נישט אויב ס'גייט ביז דעעש.

אברעמעל » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 12:37 am

· #66414
אין נארט מיאמי איז זיכער דא א עירוב איך פלעג אסאך רעדן מיטן בעל , ער איז אויך די מוהל, זיין לייסענס פלעיטס איז mohal.
איך רעד פון בערך פינעף יאר צוריק.

park ave » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:43 am

· #66453
אן עירוב איז זעכער דא דארט, איך ווייס ס'גייט ביז דעעש
בלאט: 1 2