☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קורצע מעלדונגען

קורצע מעלדונגען

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8190
בלאט: 1 2 3 4

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:34 am

· #250135
קורצע מעלדונגען
איך עפען דעם אשכול ווי יעדער וועט קענען שטעלן זיינע מודעות, פריי פון אפצאל. כדי די אשכול זאל זיך האלטן צום ציל, בעט איך אז מ'זאל נאר שטעלן טריקענע מעלדונגען ווי צ.ב.ש.
דערמאנונג: מארגן איז ראש חודש, געדענקן צו שניידן די נעגל

מארגן איז די יארצייט פון אדמו"ר מילקשעיק, נישט זאגן תחנון


אויך וועט מען קענען מעלדן נייע גזירות, איסורים וחרמים וואס קומען ארויס מזמן לזמן כדי דער עולם וואס ליינט נישט קיין פרעמדע צייטונגען זאל וויסן המעשה אשר יעשון.

אויב וויל איינער מער אויסשמועסן א געוויסע מעלדונג, ווערט ער געבעטן צו זיכן א צווייטער אשכול ווי מ'רעדט דערפון אדער עפענען א נייע, און אהינלינקן.

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:36 am

· #250138
ובזה החלי

היינט נאכט קומען פאר אסאך שמחות און די בעלי שמחה זענען נערוועז אז מ'וועט נישט קומען צוליב די ערווארטערטע שניי שטורעם. ווער עס קען זיך באטייליגען זאל וויסן אז ער טוט אן עקסטרע חסד.

דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:40 am

· #250139
ס'שנייט, דער עולם זאל פארזוכטאג זיין ביים גיין, מ'זאל זיך נישט חלילה אויס גליטשען.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:19 am

· #250148
די סארט מעלדונגען שטייען נישט אין די פרעמדע צייטונגען.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:19 am

· #250149
מהדרין יאגערטס איז אויך גוט

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:22 am

· #250152
מ'בעט די וואס עסן חלב סתם (עכו"ם) זאלן לאזן די חלב ישראל פאר די וואס מוזן עס האבן

ישמעאל הכהן » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:25 am

· #250155
איך האב געקויפט די לעצטע מעלות אין מיין גראסערי. לויפט שנעל פאר סגייט אויס איבעראל

פליקער » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:27 am

· #250156
נישטא מער קיין חמץ אין סטאר

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 26, 2015 12:30 pm

· #250164
נישטא קיין חדר

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 12:40 pm

· #250165
@berlbalaguleh וועט, אלץ לאנג יעריגע בעל עגלה, באלד אויפטרעטן מיט וויכטיגע אנווייזונגען אויף די קומענדיגע שניי.

סטעי טונד

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 26, 2015 12:41 pm

· #250166
געוואלדיג
נישטא קיין חדר

געוואלדיג: נישט ריכטיג. די מערסטע חדרים און ת"ת'ס האבן היינט געהאט א פולן פראגראם.
מארגן, וועט מען שוין זען. ונז' ונחי' ונרא'.(צוליעב די קורצע מעלדונגען, שרייב איך נאר האלבע ווערטער... 😂

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 26, 2015 12:47 pm

· #250167
שמעון וואלף
@berlbalaguleh וועט, אלץ לאנג יעריגע בעל עגלה, באלד אויפטרעטן מיט וויכטיגע אנווייזונגען אויף די קומענדיגע שניי.

סטעי טונד

וויכטיגע אנווייזונג. ספעציעל פאר באס דרייווערס: מארגן, דינסטאג. אויב ס'וועט נישט געשעען קיין נס און דער שטורעם וועט זיך נישט אוועקדרייען, וועט (מסתמא) נישט זיין קיין חדר. ע"כ זאללן די באסדרייווערס שלאפן א ביסל לענגער. נאר נישט פארשלאפן זמן קריאת שמע. (לפי שיטת הגר"א. )...!

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:36 pm

· #250179
איך ווייס נישט, איך האב שוין נישט חדר

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:21 pm

· #250187
מ'קען שוין אנפאנגן צו עסן פון די ארדער וואס מ'האט געקויפט פאר די בליזארד

דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:25 pm

· #250188
געוואלדיג
נישטא קיין חדר


נאך נישט אזוי זיכער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8191">viewtopic.php?f=24&t=8191</a><!-- l -->

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:26 pm

· #250189
שמעון וואלף
מ'קען שוין אנפאנגן צו עסן פון די ארדער וואס מ'האט געקויפט פאר די בליזארד


פון חברי אייוועלט:

ק.נ.א. וועטער
צים פינטעל
מקען שוין אנהייבן צו עסן פון די ארדער וואס מען האט געקויפט פאר די בליזארד?

נאר טועמיה 😃


קיווי סטראבערי
צים פינטעל
מקען שוין אנהייבן צו עסן פון די ארדער וואס מען האט געקויפט פאר די בליזארד?

יא אבער מיט די נייע געימס מעג מען נאך נישט שפילן



איד'ל מיטן פידל
צים פינטעל
מקען שוין אנהייבן צו עסן פון די ארדער וואס מען האט געקויפט פאר די בליזארד?

פלצתי

די קארן טשיפ מיט די טשוטשו'ס (הוי מי יתן לנו... ) קענסטו שוין עסן אבער די J&J דרינק לאז איבער..

מאטי » מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:45 pm

· #250192
אייוועלט:

פון ק"ש
מען מעג שוין ליינען די ביכער וואס מ'האט זיך אנגעגרייט?

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:47 pm

· #250194
pix11.com/2015/01/26/live-blog-massive-blizzard-barrels-toward-tri-state-region/

דרייוון אין nyc נאך 11:00pm פארבאטן פאר נאן-עמערזשענסי וויעקעלס

בא גד » מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:50 pm

· #250195
א גוטע עצה
איך בין געווען א אויבער חכם ביים א שניי פאריאר און טייער באצאלט
געווען סטאק אויפן הייוועי אן קיין געז פאר שיינע שעות
זייער א שווערע אפקימעניש געווען
האבט שכל און זייט נישט קיין חכמים, פאלגט וואס מען הייסט

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 4:15 pm

· #250226
רבותי! ביטע זיך האלטן צום תקנת האשכול און נאר שרייבן טריקענע מעלדונגען. נישט שפעקולאציעס אדער פראגעס און ענטפערס.

ישר כוחכם

דער שכן » מאנטאג יאנואר 26, 2015 6:03 pm

· #250249
שמעון וואלף
רבותי! ביטע זיך האלטן צום תקנת האשכול און נאר שרייבן טריקענע מעלדונגען. נישט שפעקולאציעס אדער פראגעס און ענטפערס.

ישר כוחכם


זיי זאגען אז די שניי וועט זיך נישט אזוי שנעל צולאזן. ס׳וועט בלייבן הארט און טריקען פאר א לאנגע צייט.

איז עס לויט די תקנת האשכול ...פון טריקענע מעלדונגען?

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:40 pm

· #250293
קומענדע מאל וואס די גראד אין ניו יארק סיטי גייט אריבערגיין די פרירונג פונקט איז פרייטיג (עס גייט מעגליך רעגענען אויך) ביז דאן גיימיר זיין סטאק מיט צוויי פיס שניי!

דער שכן » דינסטאג יאנואר 27, 2015 5:10 am

· #250377
ישראל קאפקע
קומענדע מאל וואס די גראד אין ניו יארק סיטי גייט אריבערגיין די פרירונג פונקט איז פרייטיג (עס גייט מעגליך רעגענען אויך) ביז דאן גיימיר זיין סטאק מיט צוויי פיס שניי!



ווייט פון 2 פיס. אסאך ווייניגער.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:42 am

· #250399
געדענקן צו זאגן פרשת המן. אויך אנזאגן אין שטוב

פליקער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:08 am

· #250414
סארי קינדער ס'יז שוין דא חדר

Kool man » דינסטאג יאנואר 27, 2015 2:50 pm

· #250455
בליזערד אילוזשען אווערסטאק מעלדונג:
צו פארקויפען 6 באטלעך מילעך, 10 יאגורט, דריי דאזען אייער, 12 קענס טונא, און איין קעיס ספרינג וואסער

נ.ב. מיין שכן האט אסאך סיריעל און טרוקענע עסען צו פארקויפען [טרוקענע מעלדונג]

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 27, 2015 5:46 pm

· #250502
ווער ס'האט נאכנישט אויפגעשארט די שניי ווערט געבעטן עס צו טון ווי אמשנעלסטן

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:18 pm

· #250551
שמעון וואלף
געדענקן צו זאגן פרשת המן. אויך אנזאגן אין שטוב

אוי לו למי שאשתו מפרנסתו

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 3, 2015 5:41 pm

· #251610
אלטערנעט סייד איז סוספענדירט ביז נאך שבת (פרשת יתרו)

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 9, 2015 6:50 pm

· #252683
יעצט קומט אריין די מעלדונג אז אלטערנעט סייד איז אין קראפט מארגן, דינסטאג משפטים

petergrifin » מאנטאג פעברואר 9, 2015 10:10 pm

· #252716
װי אזוי פלאנען זײ צו רײניגען די גאסן אויס גלאנצן די אײז? א מין אבסעשען דאס אלטערנעט סײד
פארקינג. זײ װײסן אז רוב גאסן קען מען נישט קלינען איז װאס פײניגט מען?

דער שכן » דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:43 am

· #252769
petergrifin
װי אזוי פלאנען זײ צו רײניגען די גאסן אויס גלאנצן די אײז? א מין אבסעשען דאס אלטערנעט סײד
פארקינג. זײ װײסן אז רוב גאסן קען מען נישט קלינען איז װאס פײניגט מען?


ווייל די קאסע איז ליידיג, מדארף אריין ברענגן געלט. די קוויטל שרייבערס דארפן ווערן באצאהלט וועכענטליך. די שלעפער טראקס און אזור אויך די אנדערע חלאתן דארפן שינדן. מארגן איז בעק טו ווארק!

שמן זית » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:08 am

· #252824
איך ווייס נישט צו דאס גייט אריין אין כלל פון א "קורצע מעלדונג" אבער איך לייג עס דא, און איך וועל בלי נדר פרובירן עס זאל זיין קורץ...

אפס..... ס'מוז דאך זיין עפעס א מעלדונג אויך... אקעי, ווער עס איז גוט מיט מיין בעה"ב זאל אים ביטע קאנווינסין מיר צו געבן וויקעשאן אפאר טעג.... די נערווען פלאצן מיר שוין פון ארבעטן... גענוג איז גענוג..

שלח.. איין מינוט, ס'איז קורץ? ס'איז א מעלדונג? אקעי, שלח.

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:42 pm

· #252865
דער לייק איז פאר די סיטי פליז שיק עס ווייטער

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:41 pm

· #253021
אלטערנעט סייד סוספענדירט מארגן, דאנערשטאג משפטים

שעפטל » מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:45 pm

· #253022
די נייע בלעק און ווייט בעקעריי אין וויליאמסבורג מאכט פיינע סחורה

ווערט געשריבן בשעת'ן אריינבייסן אין א דעניש

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:48 pm

· #253023
ביטע לאז וויסן אויב די האלטסט די זעלבע נאך אראפשלינגען אויך?

שעפטל » מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:51 pm

· #253024
פיקס פארטיג. יאם!!!

שמן זית » מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:03 pm

· #253026
קורצע מעלדונג:

די סחורה פון די נייע "בלעק ענד ווייט" בעקעריי אין ווילי, האט די זעלבע טעם בשעת'ן אריינבייסן וואו נאכ'ן אראפשלינגען....

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:48 pm

· #253218
אנווייזונגען פאר שבת שקלים

אנזאגן אין שטוב מ'זאל צוגרייטן אן עקסטרע קוגל
שמשים זאלן אויפמישן די מפטיר ס"ת צו פרשת שקלים
בעלי תפילות ווערן געבעטן נישט אויסצוציען מוסף ווייל דער עולם איז הינגעריג
די וואס דאווענען אין א שול ווי די בעלי תפילה ליינען נישט ק"ש, זאלן אנגרייטן קידוש צו מאכן ביי קריה"ת

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 6, 2015 4:06 pm

· #257311
די אלע וואס פלאנען צו ברענגן די איבערגעבליבענע שלח מנות אין שול, ווערן געבעטן עס צו ברענגן ווילאנג ס'איז נאך פריש.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 1:07 pm

· #265125
.
📎 IMG-20150409-WA0000.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:10 am

· #266176
ענדיג צו, חד גדיא חד גדיא

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:06 am

· #266603
ק/פ
Alert: TLC Police out in Williamsburg today, targeting the hitch place and other blocks. Be careful. Pls fwd

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:47 pm

· #268569
FREE LUNCH!
Someone just called in with a CC saying he wants us to swipe his card for 150 Tuna Sandwiches for the next 150 customers to give away for free. The deal is that yo. have to wash and have in mind Reb Shaya ben R' Moishe.
Come and bring a friend!
BRUNCH 161 Division Ave.

סאשי פיש » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:07 pm

· #268573
Re: קורצע מעלדונגען
עס גייט נאר זיין א סערוויס טשארטש פון 5:99...

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 18, 2015 9:43 am

· #276213
דערמאנונג:

היינט ער"ח סיון, געדענקן צו זאגן תפילת השל"ה

www.tefillos.com/tefillas_hasheloh.asp

שמעון וואלף » דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:45 am

· #289639
געדענקן צו שניידן היינט די נעגל ווייל מארגן איז ראש חודש.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:57 pm

· #289810
מאכט צו די ער קאנדישאן אין מאכט אויף די פענסטער. ס׳דא פאר א טשעינדש גוטע לופט אין דרויסען

גר ותושב » זונטאג יולי 26, 2015 8:56 pm

· #291850
Re: קורצע מעלדונגען
נישט פארגעסן צו מאכן הבדלה
בלאט: 1 2 3 4