☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קורצע מעלדונגען

קורצע מעלדונגען

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8190
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » זונטאג יולי 26, 2015 10:27 pm

· #291871
די גאז/עלעקטריק קאמפאני מעלדט אז זיי קענען נישט דערשטרייטן דעם אומגעהויערן פלוצלינגדיגע באנוץ פון הייס וואסער. זיי זאגן אז טויזענטער שאוערס און וואשמאשינען האבן זיך אויף איינמאל אנגעצינדן אן רחמנות...

(נאר א וויץ)

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:16 pm

· #302354
אויב דארפט איר גיין ערגעץ אין די אידישע געגענטער זאלט איר גיין צופיס, לאז די קאר אינדערהיים. ס'וועט אייך שפארן צייט און עגמת נפש

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:57 pm

· #302359
Re: קורצע מעלדונגען
📎 uploadfromtaptalk1443200233628.JPG

מאנסי בתפארתה

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:08 pm

· #302365
Re: קורצע מעלדונגען
📎 uploadfromtaptalk1443200901088.JPG
תפארת שבתפארת

מבקר » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:55 am

· #303139
Google.com for sale
אן אינדיאנער האט דריי טעג צוריק אפגעקויפט גוגל'ס דומיין פאר די שפאט ביליגע פרייז פון $12



למעשה האט גוגל זיך גרינג אן עצה געגעבן מיט דעם. פאר מער איבער דעם ליינט דא.

גר ותושב » מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 9:43 pm

· #307043
Re: קורצע מעלדונגען
Alert! Starting tonight Nov 1st. No Street Parking in Ramapo (Monsey) from 12am to 6am. (S.V. starting Nov 15th) <a class="postlink" href="https://t.co/zXPzRMViIg">https://t.co/zXPzRMViIg</a>

שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:50 pm

· #310852
די עסקנים וואס גרייטן צו די כ"א כסלו מסיבות זאלן נעמען אין אכט אז אזוי ווי די פארגאנגענע יארן וועט אויך היי יאר זיין א גרעסער עולם ווי געראכטן. מ'זאל זעהן אנצוגרייטן גענוג פלאץ און מתנות פאר די משתתפים. אין איין וועגס וועט מען זיך שפארן די עד אין איד/בלאט בעטענדיג אנטשולדיגוגנג אז צוליב די אומ-פאראויס-געזעהנע פלייץ פון ריבוי עם אנ"ש כ"י האט מען נישט געקענט יעדן פלאצירן און טיילן גענוג שלחן מלכים'ס.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:55 pm

· #310853
😂 😂 😂

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 3, 2016 9:04 am

· #315762
נעכטן איז געצויגן געווארן די פאוערבאלל לאטערי ווי ס'איז נישט געווען קיין געווינער וואס האט געהאט אלע נומערן.

די גוטע נייעס איז אז די סכום פון קומענדיגע לאטערי איז ארויף צו פיר הונדרעט מיליאן. טאמער וועל איך געווינען, וועט עס אי"ה דא געמאלדן ווערן

שבת אחים » זונטאג יאנואר 3, 2016 9:17 am

· #315764
שמעון וואלף
נעכטן איז געצויגן געווארן די פאוערבאלל לאטערי ווי ס'איז נישט געווען קיין געווינער וואס האט געהאט אלע נומערן.

די גוטע נייעס איז אז די סכום פון קומענדיגע לאטערי איז ארויף צו פיר הונדרעט מיליאן. טאמער וועל איך געווינען, וועט עס אי"ה דא געמאלדן ווערן


האסט מסתמא א גרעסערע טשענס אז דיין אוואטאר דער ווילדער וואלף זאל דיך פארצוקען ווי געוואונען די לאטערי, !But hey you never know
!good luck און פארגעס נישט מעשר קענסטו געבן פאר מוסדות וויזניץ סטעטן איילענד טשעקס קען מען אויסשרייבן צו שומר שבת (מיינסט מחלל ש...)מיר האבן א רעסיט בוק א רב א מרא דאתרא א קאמיטע, חג כשר ושמח. עני באדי לעיקוואד פלעטבוש וויליאמסבורג מאנסי מאנרא בלומענבערג סיגעיט אטלאנטיק סיטי ?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:48 am

· #318068
ג' בשלח - פרשת המן.

מבקר » זונטאג יאנואר 31, 2016 7:44 pm

· #319676
מבקר
אן אינדיאנער האט דריי טעג צוריק אפגעקויפט גוגל'ס דומיין פאר די שפאט ביליגע פרייז פון $12



למעשה האט גוגל זיך גרינג אן עצה געגעבן מיט דעם. פאר מער איבער דעם ליינט דא.

יעצט הערט מען די סכום וואס גוגל האט יענעם באצאלט, און וואס יענער האט געטוהן דערמיט.

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 9, 2016 9:17 am

· #323763
געדענקן צו שניידן די נעגל היינט. מארגן און פרייטאג איז ר"ח

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:43 pm

· #324051
Re: קורצע מעלדונגען
ווער טראגט די אחריות פין מיך דערמאנען צו שניידן די נגל ווען ראש חודש פאלט פרייטאג ?

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 18, 2016 3:53 pm

· #325647
נאכן רוקן דעם זייגער, געדענק צו אנשטעלן דעם שבת זייגער מיט די נייע זמנים.

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 25, 2016 5:42 pm

· #326365
געדענקן ארויסצונעמן מוקצה זאכן פון די טאשן

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 25, 2016 6:14 pm

· #326366
שמעון וואלף
געדענקן ארויסצונעמן מוקצה זאכן פון די טאשן

ס'גארנישט געבליבן

ליפא » פרייטאג אפריל 8, 2016 11:58 am

· #328329
נישט פארגעסן צו שערן היינט די נעגל, מארגן איז ר''ח

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג אפריל 8, 2016 12:17 pm

· #328331
געדענקן אנזאגן די ווייב אז מקומט אהיים שפעט שבת אינדערפרי.
יוצר ביי שחרית אין ביי מוסף, הלל, דריי ספרי תורה

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 8, 2016 12:23 pm

· #328337
שטאפענע קאפעליטש
יוצר ביי שחרית אין ביי מוסף

ובזה יש לפרש "אתה יצרת"

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג אפריל 8, 2016 12:26 pm

· #328340
חוץ פון דעים, שבת החודש איז דא יוצר ביי מוסף

גר ותושב » פרייטאג אפריל 8, 2016 12:26 pm

· #328341
Re: קורצע מעלדונגען
📎 uploadfromtaptalk1460132796503.jpg

בן אדם » פרייטאג אפריל 8, 2016 12:37 pm

· #328343
שטאפענע קאפעליטש
חוץ פון דעים, שבת החודש איז דא יוצר ביי מוסף

און ווער רעדט נאך פון די נשיא, בפרט פאר דער וואס פירן זיך עס צו זאגן מיט די טראפן, און די יהי רצון'ס (פאר א.ס.ד. ליידענדע).

שמעון וואלף » פרייטאג אפריל 8, 2016 4:27 pm

· #328378
מיט די נשיא האמיר 4 ספר תורה דעם שבת. לאמיר אנגרייטן עפעס איבערצובייסן פאר'ן ליינען

ליפא » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:55 pm

· #330466
היינט נאכט איז בדיקת חמץ

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 9:06 pm

· #330467
REMINDER!! Your father's checking out your room tonight, make sure to hide your stuff...
c/p

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 22, 2016 1:46 pm

· #330516
אנשטעלן די שבת זייגערס אויף 1-2-3-4-5 אזייגער, כל אחד כפי מנהגו ווען ער ענדיגט דעם סדר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 4:12 pm

· #330958
עירוב תבשילין נישט פארגעסן.
אויך צוריק רוקן די שבת זייגערס צו די געווענליכע יו"ט זמנים.
ווי אויך אויספאקן די טאשן פון מוקצה זאכן.

פליקער » דינסטאג מאי 3, 2016 4:04 pm

· #331454
שעלי סילווער גייט יושב'ן 12 יאר ל"ע ול"ע

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 25, 2016 7:57 am

· #334484
.
📎 QuickMemo+_2016-05-25-07-54-43-1.png

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2016 4:23 pm

· #337456
נישט פארגעסן קויפן יקנה"ז ליכט, פאר הבדלה מוצאי שבת שחל להיות ביו"ט.

הוגה » דאנערשטאג יוני 9, 2016 4:46 pm

· #337461
שמעקעדיג
נישט פארגעסן קויפן יקנה"ז ליכט, פאר הבדלה מוצאי שבת שחל להיות ביו"ט.


אדער קען מען זיך שפארן די צוויי דאלער, נוצן געהעריגע לעכט און מאכן דערויף א בורא מאורי האש, אזויווי אידן האבן געטון אלע יארן ביז איינער איז אויסגעקומען מיט דעם געניאלע ביזנעס איינפאל.


.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2016 4:53 pm

· #337463
איך שרייב עס פאר די וועלכע נוצן טרעוול ליכט אדער נרונים וואס איז שווער צו מאכן מיט זיי א גזירה שווה און מדמה זיין מילתא למילתא...

הוגה » דאנערשטאג יוני 9, 2016 5:27 pm

· #337468
@אנאנים, איך האב נישט געמיינט אוועק צו מאכן די וואס קופן די יקנה"ז לעכט, ספעציעל די וואס טוען עס מיט די כוונה פאר די חיות ושינוי שבו. אבער מען מוז געדענקן און אנזאגן די קינדער אז עס איז נישט דא קיין מצווה צו קויפן א ספעשל ליכט, ווייל אז נישט וועט מען ביז נישט לאנג שטיין ביים רב ערב יו"ט מיט די יקנה"ז ליכט פרעגן אויב עס איז א הדר שבהדר וכו', כמנהגינו מקדמת דנא, און איינער וואס וועט נישט נוצן א יקנה"ז ליכט וועט זיין א קאלטע אויפגעקלערטער...

אגב, @שמעקעדיג, מען קען מאכן א בורא מאורי האש אפילו אויף א סינגעל טרעוועל ליכט, ספעציעל בליל יו"ט, וכן נוהגין בהרבה מקומות.

.

הוגה » דאנערשטאג יוני 9, 2016 5:55 pm

· #337475
[ציטאט אראפגענומען]


איך בין נישט קיין פוסק אבער איך ווייס אז אין געוויסע מקומות פירט מען זיך צו מאכן די ברכה צו א סינגעל לעכט בליל יו"ט. אין סתם א מוצ"ש מעג מען אויך ע"פ שו"ע, די אבוקה איז נאר א לכתחלה. (מצוה מן המובחר לברך על אבוקה ויש מי שאומר שאם אין לו אבוקה צריך להדליק נר אחר לצורך הבדלה חוץ מהנר המיוחד להאיר בבית. סי' רצ"ח)

.

בן אדם » פרייטאג יוני 10, 2016 1:54 pm

· #337595
נישט פארגעסן צו מאכן זיכער אז אלע מומעס און עלטער מומעס האבן פלאוערס און טשיז קעיק לכבוד יו"ט.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 28, 2016 10:44 am

· #339326
היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.

(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)

ביליג » דינסטאג יוני 28, 2016 10:46 am

· #339327
Re: קורצע מעלדונגען
איז עס ווערט צו טוהן ?
איך האב עפעס פון בלייבן בייווינדאוס 7 ?

עפעס אזוי » דינסטאג יוני 28, 2016 10:51 am

· #339328
שמעקעדיג
היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.

(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)


דאכצעך מיר אז די ביסט מיט א חודש צו פרי, עס איז ביז July 29 נישט June 29 😉

טמיר » דינסטאג יוני 28, 2016 11:30 am

· #339331
Re: קורצע מעלדונגען
הייסן הייסט עס אז עס לוינט זיך נישט צי אפגרעידן עכ"פ פון 7. א גרויס חלק פון 10 איז אז מייקראסאפט האט מער קאנטראל צי שפיאנירן אויף די באנוצערס אקטיוויטעטן. וועגן דעם שטיפן זיי אזויפיל

עפעס אזוי » דינסטאג יוני 28, 2016 12:01 pm

· #339334
ביליג
איז עס ווערט צו טוהן ?
איך האב עפעס פון בלייבן בייווינדאוס 7 ?


טמיר
הייסן הייסט עס אז עס לוינט זיך נישט צי אפגרעידן עכ"פ פון 7. א גרויס חלק פון 10 איז אז מייקראסאפט האט מער קאנטראל צי שפיאנירן אויף די באנוצערס אקטיוויטעטן. וועגן דעם שטיפן זיי אזויפיל


וואס איך וואלט ממליץ געווען איז.

מאכטס א image backup פון ענקער הארד דרייבס, אפגרעידס, און נאכדעם פשוט Restore די image,* אזוי טאמער איין טאג גייסטו ווילן אינסטאלן Windows 10 האסטו עס כאטשיג פאר פרי, פארוואס עס נישט מאכן? סאיז בחינם.

*עס ווערט געסעווט די אקטיוועישן אויף מיקרוסאפט סערווערס, סאו ווענעווער מען אינסטאלט שפעטער (נאכן אפגרעידן איינמאל) ווינדוס 10 ווערט אוטומאטיש עקטיוועיטעד (חוץ טאמער מען טוישט הארוועיר).

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 28, 2016 12:28 pm

· #339340
עפעס אזוי
שמעקעדיג
היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.

(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)


דאכצעך מיר אז די ביסט מיט א חודש צו פרי, עס איז ביז July 29 נישט June 29 😉

גערעכט! טעיתי. 😳

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:18 pm

· #339722
הלואי זאל מען זיך שוין איינמאל נעמען
45.jpg

א איד » פרייטאג יולי 1, 2016 10:37 am

· #339807
Re: קורצע מעלדונגען
ווינדאוס 10 איז נאך אומזיסט?

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 1, 2016 10:44 am

· #339809
יא, נאך א חודש, ביז יולי 29.

בן אדם » פרייטאג יולי 22, 2016 3:19 pm

· #343206
רבותי.
This is יונתן שווארץ
You all remember me that few years ago I was scammed with over $200.000 when i received emails that they changed the bank account. Since then i received 100's of phone calls with similar stories that had a good ending and some that had a bad ending.
But this week was BRUTAL. I received over 7 phone calls from ppl that I know asking me for help since they wired their hard earned money to a crook that emaild them that the bank account has been changed. Yesterday alone 2 ppl that I spoke with lost $147.000
They are doing it much smarter now than ever before.
The are hacking in to your email and also to your suppliers email and the email is a perfect mach to what you have on your email list.

What to do.

NEVER NEVER NEVER send money to a new account without verifying with your company BY A PHONE number that matches the business card or catalog.

You should call them, even if "the company" called you don't believe it.


After calling your company alwals Communicate via Skype, Wechet, What's app, to verify and make sure that this is the real company.

Always with a new account number send a small wire with a funny amount like $5.13 and then call your company and ask them how much they got.

Anyone with more ideas please share.
התורה חסה על ממונם של ישראל

ביליג » פרייטאג יולי 22, 2016 3:28 pm

· #343207
Re: קורצע מעלדונגען
נישט פארגעסן זיך אפצושערן

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 22, 2016 7:28 pm

· #343220
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: פארצייל עס נישט פאר די באדי שאפס און אינשורענס קאמפעניס. זיי דארפן מאכן פרנסה...!
אויך. די גמ' אין מסכת בבא קמא רעדט נישט פון 15 מינוט פאר'ן זמן שבת. דארט רעדט זיך פרייטיג אינדערפריה...!

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 8:10 am

· #343254
Re: קורצע מעלדונגען
ר' בערל, במחכ״ת די גמרא רעדט פון בין השמשות, ווען ס'איז שוין שבת, אינמיטן לכה דודי.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2016 11:46 am

· #343262
מפוזרי
ר' בערל, במחכ״ת די גמרא רעדט פון בין השמשות, ווען ס'איז שוין שבת, אינמיטן לכה דודי.

מפוזרי: לויט ווי איך פארשטיי די משנה און די גמ', איז עס א גאנצן טאג. פון אינדערפריה אנגעהויבן. ס'שטייט נישט פון ווען מ'קומט ארויס פון מקוה און מ'זעצט זיך אריין אין עס.יו.ווי...און מ'שמייסט אראפ לי עוו. אדער 14'טע עוו...!
בלאט: 1 2 3 4