☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קורצע מעלדונגען

קורצע מעלדונגען

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8190
בלאט: 1 2 3 4

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 12:45 pm

· #343276
Re: קורצע מעלדונגען
ר' בערל, די גמרא איז ב״ק דף לב, מ'רעדט נישט פון זיך צוגרייטן אויף שבת, נאר פון די עצם קבלת שבת אליינס.
ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז דער מנהג צו שפרינגען ביי לכה דודי מיט גרויס עקסטאז, גאנץ אלט.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2016 12:49 pm

· #343277
מפוזרי
ר' בערל, די גמרא איז ב״ק דף לב, מ'רעדט נישט פון זיך צוגרייטן אויף שבת, נאר פון די עצם קבלת שבת אליינס.
ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז דער מנהג צו שפרינגען ביי לכה דודי מיט גרויס עקסטאז, גאנץ אלט.

מפוזרי:ס'זעהט אויס אז איך בין אן אונגערישער. ס'האט מיר גענימען אזוי לאנג צו כאפן... 😂 😳

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 24, 2016 2:28 pm

· #343294
בסיבת הריצה זענט עטץ ביידע גערעכט; בנמוק"י מבואר כבערל, און אין ר"ח איז משמע כמפוזרי.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2016 2:42 pm

· #343296
ונבנתה העיר
בסיבת הריצה זענט עטץ ביידע גערעכט; בנמוק"י מבואר כבערל, און אין ר"ח איז משמע כמפוזרי.

ונבנתה: ייש"כ. אט אויף דעם ארויף פלעגט ר' ישמעאל צו זאגן...שני כתובים המכחישים זה את זה. עד שיבוא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם...יתגדל...!

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 5:31 pm

· #343331
Re: קורצע מעלדונגען
ונבנתה העיר
בסיבת הריצה זענט עטץ ביידע גערעכט; בנמוק"י מבואר כבערל, און אין ר"ח איז משמע כמפוזרי.

מפוזרי'ס טעם איז נישט קיין ר״ח נאר א גמ׳. דער ר״ח איז נאר מפרש די גמ׳.
דער נימו״י זאגט אז לפי״ז איז כל שכן שלצורך שבת מותר. והרמב״ם מתיר אפילו לצרכי עצמו כדי שיהיה פנוי בכניסת השבת, ומכח זה חידש הרי״ז מנהגו המפורסם לשבת באפס מעש בכניסת השבת.

עכ״פ, לדעת כולם איז דער היתר נאר סמוך לביהמ״ש כשאין לו יותר פנאי.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 24, 2016 6:48 pm

· #343340
דער נמוק"י האט די זעלבע גירסא פונעם ר"ח דערפאר איז ער מפרש די שייכות מיט א ק"ו, אבער פריער ביי רץ ברשות זאגט ער קלאר כדי צו 'קויפן' צרכי שבת.

און אזוי לערנען רובם ככולם, ובכללם הר"מ בהל' חו"מ.

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 7:02 pm

· #343341
Re: קורצע מעלדונגען
נכון. אבער די גמרא ברענגט נאר די פאל (ס'דא אן אנדער גירסא?) פון די ר״ח

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 24, 2016 7:06 pm

· #343343
דער ר"ח לייגט צו 'מרקיד ואזיל', פשוט איז לכאורה ווי דער ר"מ אז מען לויפט פריער כדי צו זיין פנוי לקבל פני המלכה.

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 7:11 pm

· #343345
Re: קורצע מעלדונגען
ס'דען דא א הו״א אריינצולערנען אין רב חנינא'ס בואו ונצא לקראת כלה, אַנדערש ווי דער ר״ח?

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 24, 2016 7:17 pm

· #343346
ונבנתה העיר
אז מען לויפט פריער כדי צו זיין פנוי לקבל פני המלכה.

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 7:31 pm

· #343347
Re: קורצע מעלדונגען
דוחק גדול לומר כן. מהיכ״ת אז דער רמב״ם לערנט אזוי פשט אין גמ׳? אפשר לערנט ער ווי דער נימו״י מכח ק״ו?
און די צווייטע מעשה מיט ר׳ ינאי איז דאך זיכער ווי דער ר״ח.
און רש״י וואס זאגט ,,כאדם המקבל פני מלך״ איז אויך ווי דער ר״ח.
און ווער האט ס'האט געהערט ווי חסידים קאכן זיך ביי „בואו ונצא, האט נישט קיין ספק אז דער ר״ח איז גערעכט.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 24, 2016 8:23 pm

· #343360

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 8:40 pm

· #343363
Re: קורצע מעלדונגען
תודה. ועדיין אין זה הפשט הפשוט. וכן מה שפסק שמחצות ואילך לא נפסק להלכה.

ממנהג האר״י רואים שלמד כהר״ח.
אז מ'וויל קען מען עס מאכן פאר א מחלוקת מקובלים עם הפילוסופים, כידוע שכל דברי הר״ח דברי קבלה משא״כ הרמב״ם ...

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 26, 2016 3:32 pm

· #343600
פארוואס איז די אשכול אונטער "נייעס", האַמער איך לייען דא פאר ברכת התורה.

מפוזרי » מיטוואך יולי 27, 2016 9:02 am

· #343684
Re: קורצע מעלדונגען
שלום על ישראל,
אויב ליינסטו נישט אויפן קול איז נישט קיין פראבלעם.

נ״ב מ'ברויך נישט קוקן נייעס בעפאר ברכת התורה.

מפוזרי » מיטוואך יולי 27, 2016 9:19 am

· #343687
Re: קורצע מעלדונגען
ונבנתה העיר

שוב התבוננתי, אז די גאנצע אריכות איז אך למותר.
די זעלבע גמרא ווערט אויך געברענגט אין מסכת שבת קיט. און דארט איז גאר נישט שייך צו לערנען שלא על דרך הר״ח.
וכן הוא מובא ברמב״ם הל׳ שבת פ״ל, ובשו״ע סימן רסב.

אין דעם אור זרוע דארף מען אזוי ליינען:
בע״ש מאי ברשות איכא כדר׳ חנינא דאמר בא ונצא לקראת (שבת) כלה מלכה . פירש רש׳׳י ז״ל כאדם המקבל פני מלך. [ול]כן צריך אדם לרוץ ולתקן כל צורכי שבת.
אפילו מ'וועט נישט גורס זיין ולכן ווי איך בין מציע, קען עס נאכאלץ האבן די זעלבע משמעות.
אבל זה אין להעלות על הדעת, אז ווען ר׳ חנינא רופט די תּלמידים בואו ונצא, מיינט ער בואו ונצא לשוק איינצוקויפן לכבוד שבת.

שלום על ישראל » מיטוואך יולי 27, 2016 12:54 pm

· #343713
מפוזרי
שלום על ישראל,
אויב ליינסטו נישט אויפן קול איז נישט קיין פראבלעם.

נ״ב מ'ברויך נישט קוקן נייעס בעפאר ברכת התורה.

די רישא האט א רבותא אז אפילו דברי תורה איז מותר כל זמן ס'איז נישט בקול, ווידעראום די סיפא האט א רבותא אז אפילו נייעס בעלמא ברויך מען נישט,ואפילו קוקן!

וויאזוי גייט דאס?

נ.ב. איך האב מיט מיטגעכאפט מיט די לומדים, ווייל כ'האב פיינעלי יוצא געווען ברכת התורה.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 27, 2016 2:01 pm

· #343723
מפוזרי
אבל זה אין להעלות על הדעת, אז ווען ר׳ חנינא רופט די תּלמידים בואו ונצא, מיינט ער בואו ונצא לשוק איינצוקויפן לכבוד שבת.

לא עלתה על דעתי מעולם.

די נידון איז עפעס אנדערש:

די גמ' זאגט אז איינער האט מזיק געווען בשעת'ן לויפן ער"ש איז ער פטור 'מפני שרץ ברשות'.

פרעגט די גמ' 'מאי ברשות איכא'?

ענטפערט די גמ' 'כדר' חנינא, דאמר ר' חנינא בואו ונצא לקראת כלה מלכתא'.

יעצט איז די שאלה וואס מיינט די גמ' צו ברענגן פון ר' חנינא צו דעם דין אז א רץ בער"ש איז פטור.

אני הקדוש האלט אז פשוט פשט איז, וכן מבואר באו"ז ומשמע בר"מ החו"מ ובריש דברי הנימוק"י, אז דער צושטעל גייט אזוי:

אזויווי מען זעהט דאך אז ר' חנינא איז געגאנגען לקבל פני המלכה, איז מובן אז מ'דארף זיין גרייט אין צייט פאר דעם קעניגליכען קבלת פנים, ממילא האט מען רשות צו לויפן ער"ש איינצושאפן צרכי שבת כדי מען זאל זיין גרייט אין צייט.

ע"כ דער ערשטער פשט.

דער ר"ח לייגט אבער צו צוויי ווערטער אין די גמ': כר' חנינא 'דהוה מרקד ואזיל' ואמר בואו ונצא וכו'.

לויט איהם איז דער צושטעל פון ר' חנינא מער דירעקט. די ראי' איז פון דעם גופא וואס ר' חנינא פלעגט ארומטאנצן בשעת קבלת שבת און האט נישט חושש געווען להיזיקא, וכדברי הגאון מפוזרי נר"ו.

בן אדם » מיטוואך יולי 27, 2016 2:19 pm

· #343724
שלום על ישראל
פארוואס איז די אשכול אונטער "נייעס", האַמער איך לייען דא פאר ברכת התורה.

ס'מאכט זיך אמאל אז מ'לערנט אויס אינמיטען רעדן

מפוזרי » מיטוואך יולי 27, 2016 5:18 pm

· #343759
Re: קורצע מעלדונגען
שלום על ישראל
מפוזרי
שלום על ישראל,
אויב ליינסטו נישט אויפן קול איז נישט קיין פראבלעם.

נ״ב מ'ברויך נישט קוקן נייעס בעפאר ברכת התורה.

די רישא האט א רבותא אז אפילו דברי תורה איז מותר כל זמן ס'איז נישט בקול, ווידעראום די סיפא האט א רבותא אז אפילו נייעס בעלמא ברויך מען נישט,ואפילו קוקן!

וויאזוי גייט דאס?

נ.ב. איך האב מיט מיטגעכאפט מיט די לומדים, ווייל כ'האב פיינעלי יוצא געווען ברכת התורה.

נישט אלץ וואס איז מותר ברויך מען טון

מפוזרי » מיטוואך יולי 27, 2016 5:31 pm

· #343762
Re: קורצע מעלדונגען
ונבנתה העיר
מפוזרי
אבל זה אין להעלות על הדעת, אז ווען ר׳ חנינא רופט די תּלמידים בואו ונצא, מיינט ער בואו ונצא לשוק איינצוקויפן לכבוד שבת.

לא עלתה על דעתי מעולם.

די נידון איז עפעס אנדערש:

די גמ' זאגט אז איינער האט מזיק געווען בשעת'ן לויפן ער"ש איז ער פטור 'מפני שרץ ברשות'.

פרעגט די גמ' 'מאי ברשות איכא'?

ענטפערט די גמ' 'כדר' חנינא, דאמר ר' חנינא בואו ונצא לקראת כלה מלכתא'.

יעצט איז די שאלה וואס מיינט די גמ' צו ברענגן פון ר' חנינא צו דעם דין אז א רץ בער"ש איז פטור.

אני הקדוש האלט אז פשוט פשט איז, וכן מבואר באו"ז ומשמע בר"מ החו"מ ובריש דברי הנימוק"י, אז דער צושטעל גייט אזוי:

אזויווי מען זעהט דאך אז ר' חנינא איז געגאנגען לקבל פני המלכה, איז מובן אז מ'דארף זיין גרייט אין צייט פאר דעם קעניגליכען קבלת פנים, ממילא האט מען רשות צו לויפן ער"ש איינצושאפן צרכי שבת כדי מען זאל זיין גרייט אין צייט.

ע"כ דער ערשטער פשט.

דער ר"ח לייגט אבער צו צוויי ווערטער אין די גמ': כר' חנינא 'דהוה מרקד ואזיל' ואמר בואו ונצא וכו'.

לויט איהם איז דער צושטעל פון ר' חנינא מער דירעקט. די ראי' איז פון דעם גופא וואס ר' חנינא פלעגט ארומטאנצן בשעת קבלת שבת און האט נישט חושש געווען להיזיקא, וכדברי הגאון מפוזרי נר"ו.

הבנתי.
ולפי״ז ביסטו מסכים מיט מיין הגהה אין אור זרוע.
ועוד אחת: לויט דעם או״ז קען זיין אז אין ר׳ חנינא'ס פאל איז מען נישט פטור, שלא כהנמו״י.

מיין פראבלעם מיט דעם פשט איז געווען, פארוואס דארף מען ר׳ חנינא דערצו, אן דעם וואלט מען דען נישט געוואוסט אז ס'איז א מצווה זיך צוצוגרײטן פאר שבת און אז מ'מוז בע״כ זיין פארטיג בעפאר שבת?

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 27, 2016 5:45 pm

· #343765
איך מיין אז דער המשך הפלפול זאל טאקע גערוקט ווערן צו תורה אפטיילונג, די קורצע מעלדונגען זענען פארוואנדלט געווארן אין לאנגע פלפולי תורה.

אברך משי » מיטוואך יולי 27, 2016 5:46 pm

· #343767
נאר נאך איין קורצע ווארט:
דער פשט אין די ווערטער פון רבינו חננאל אז דאס ווארט איז אז מ'קען מזיק זיין ביים ארומטאנצן האב איך שוין געהערט פון לאנג, אבער כ'געדענק ווען כהאב געלערנט די סוגיא איז מיר נישט געווען ברור אז דאס איז טאקע די כוונה פון ר"ח.
בכל אופן אויב מלערנט אזוי פשט איז מכאן ראי' לתולדות אברהם יצחק ועוד

מפוזרי » מיטוואך יולי 27, 2016 5:58 pm

· #343769
Re: קורצע מעלדונגען
ווי כ'האב שוין געשריבן:

מפוזרי

ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז דער מנהג צו שפרינגען ביי לכה דודי מיט גרויס עקסטאז, גאנץ אלט.


עכ״פ, אין נמו״י איז זיכער מבואר אזוי.
סאררי שמעקעדיג

יהושע חיים » מיטוואך יולי 27, 2016 11:08 pm

· #343793
מפוזרי
שלום על ישראל,
אויב ליינסטו נישט אויפן קול איז נישט קיין פראבלעם.

נ״ב מ'ברויך נישט קוקן נייעס בעפאר ברכת התורה.


איך גלייב ער האט מקיים געווען די הלכה וואס דער רבי זי"ע האט פארגאסן וכו' וכו' און זיך צוגעגרייט צום דאוונען מיט הכנות אז דער קישקעס זאלן טאקע זיין נקי נקי
עס איז באקאנט אז צדיקים וגדולים (ביי די גדולים כצ"ל) האבן געהאט א שווערע עבודה פון נישט טראכטן תורה אדער דברים שבקדושה אונזער חבר האט אויך דער פראבלעים וויל ער זיך אן עצה געבען מיט אביסל נייעס פון קאווע שטיבל
ובדבר שמצטער אותו צדיק יכשל בו הוא בעצמו?

בן אדם » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:04 am

· #343801
יהושע חיים

עס איז באקאנט אז (געוויסע) צדיקים וגדולים (ביי די גדולים כצ"ל) האבן געהאט א שווערע עבודה פון נישט טראכטן תורה אדער דברים שבקדושה

אין פאר דעם ליידען מיר אונז

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 28, 2016 1:13 pm

· #343852
שמעקעדיג
היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.

(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 28, 2016 3:41 pm

· #343874
שמעקעדיג: ייש"כ.אההה.מ'קען שוין א ביסל אפאטעמען...ווייל די לעצטע פאר טעג און בלעטער איז דער אשכול געהיידזשעקט געווארן דורך די בעלי פלוגתא צו ס'איז א רבינו חננאל אדער א נמוקי יוסף. א קיצור. ס'האטציך געטון אויף טישן און אויף בענק. רבינו חננאל אהער און דער נימוקי יוסף אהין. נאך2 בלעטער. נמוקי יוסף, גערעכט. רבינו חננאל צוגעצייכנט. נאך 3 בלעטער . בליעה"ר וכן ירבו. ס'איז זייער שיין. אבער אלעס האט דאך א גבול. ס'איז נמנו וגמרו אז ביידע זענען געווען צדיקים און גאונים. איך מיין אפשר קאזינס אויכעט... 😂
שוין. ב"ה ס'איז דא עפעס אנדערש אויכעט פון וואס צו רעדן...לענין. ס'איז מיר א קליינע נפק"מ צו ווינדאוס 10 איז יא אומזינסט צו נישט. וועגן 2 טעמים. איינס איך האב שוין לאנג צוריק איסטאלל'ד ווינדאוס 10. 2. ווייל לויט וואספארא גאון איך בין אין קאמפיוטערס און וויפיל איך נוץ ביידע איז מיר נישט קיין שום נפקא מינה צו ס'איז ווינדאוס 7 אדער 10... 😂 🙄

בן אדם » דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:19 pm

· #343909
חברה, די רעביצין גייט יעצט רעדן. שא שטיל!!! @שבת אחים

שבת אחים » פרייטאג יולי 29, 2016 3:35 am

· #343932
בן אדם
חברה, די רעביצין גייט יעצט רעדן. שא שטיל!!! @שבת אחים


און ווי קום איך אריין דא? ס׳אינטערסירט מיך פונקט ווי די פאריעריגע שניי, ס׳איבלט מיר ווען איך הער איר רעדן, אבאמא׳ס רעדע איז געוועהן גאנץ אינטערסאנט צוהערן ער האט כאטשיג אביסלע כאריזמא אגם ער איז מיר אויך געווארן לעצטענס א הילערי ראובאט און א פאפיט, סאיז זייער פאלש און עקעלדיג, פאר מיר אויב סאיז נישט בערני אדער איינער ווי אים וואס איז נישט אינטערגעקויפט ביי קארפרעט אמעריקע אינטערסירט מיך נישט די גאנצע פאליטיקל פראסעס, און פונקט ווי איך וואלט נישט געשטיצט א קאראפטירטע פאליס דיפארטמענט ווי מ׳קען אינטערשמירן די פאליציי און די ריכטער א שטייגער ווי די דאמינקען ריפובליק, בראזיל, האיטי, און אנדערע דריטע-וועלט לענדער, די זעלבע שטיץ איך נישט א סיסטעם ווי מ׳קען געבן א ענוועלאפ פאר א פאליטישאון און אים אינטערקויפן אז ער זאל ארבעטן פאר פריוואטע אינטערעסן, לייען די מעשה אדער וואטש די מאווי פון די געוועזענע גרעסטע לאביאסט אין וואשינגטאן דזשעק אבראמוב (א פרומע איד) וואס איז געגאנגען זיצן פאר קארפאציע, וועסט אנקוקן די גאנצע אמעריקענע סיסטעם אנדערש.

איך שטיץ טאקע די אלטע באביטשקע קלינטאן אנטקעגן דעם צודרייעטען בהמה, ווייל ווי נישט ווי אפילו זי איז א גראבע אומבחנ׳טע ליגענער וואס איז אינטערגעקויפט ביי די רייכע און די אויל קאמפניס, איז זי נאכאלץ טויזענט מאל בעסער און נארמאלער ווי טראמפ וואס איז א נייע לעוועל פון craziness און זייער unpredictable וואס אזא משוגענער קען אלץ טוהן מיט די קאנטרי, משא״כ הילערי איז טאקע קאראפטירט אבער זייער פראדיקיטעביל און בעסיקלי סטאטוס קווא פון די אבאמא אדמיניסטרציע וואס איז טאקע ווייט פון וואס איך וואלט וועין געוואלט, און נישט קיין פראגרעיסיוו, אבער דאך איז זי טויזענט מאל בעסער ווי א רייכע אומוויסענדע אידיאט אן קיין שום קרעדיביליטי און אן קיין שום עקספירענס אין גאווערמענט. איז בלית ברירה בין איך סטאוק מיט די באביטשקע, סאיז נאר א גרויסע שאד אז פון איבער 300 מיליאן אמעריקאנער האט מען נישט געטראפן קיין אנדערע נארמאלע קאנדידאט נאר די צוויי טשויסעס וואס איז א קלארע catch-22 סיטאוציע, נישטא קיין נארמאלע מענשטען וואס מיינען די גיטס פון די המון-עם יעדער איז סעלפיש ליידער, און וויאזוי האט נאר די רבי געזאגט קוק אין מיין חתימה.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 10:13 am

· #343946
אוי שבת'ל איז סטאק מיט א באביטשקע...

חברה, אויב דאס זענען קורצע מעלדונגען, דאן וואס זענען לאנגע?

געוואלדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 11:52 am

· #343950
דעם שבת קודש גלייכן מיר זיך צוריק אויס מיט די קריאה פון די בני ארץ ישראל, אונז זענען שוין געווען פארוקט זייט פסח.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 12:18 pm

· #343952
געוואלדיג
אונז זענען שוין געווען פארוקט זייט פסח.

אונז זעמיר געווען פאררוקט און מיר וועלן אזוי בלייבן, נישט משנה זיין פון די מסורה.

א איד » פרייטאג יולי 29, 2016 12:31 pm

· #343953
Re: קורצע מעלדונגען
געוואלדיג
דעם שבת קודש גלייכן מיר זיך צוריק אויס מיט די קריאה פון די בני ארץ ישראל, אונז זענען שוין געווען פארוקט זייט פסח.

נישט דעם שבת, קומענדיגע וואך שבת.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 4:27 pm

· #343962
וויניגער טעות ווי שמעקי מיט א חודש.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 8:53 am

· #344543
געדענקטס צו שניידן היינט די נעגל; מארגן איז ראש חודש

גראף » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:00 am

· #344549
Re: קורצע מעלדונגען
שמעון וואלף
געדענקטס צו שניידן היינט די נעגל; מארגן איז ראש חודש

און איינער וואס פירט זיך צו בייסן די נעגל?

ביליג » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:23 am

· #344552
Re: קורצע מעלדונגען
מ'טאר נישט עסן קיין פליישיגס אין די 9 טעג !

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 11:54 pm

· #352734
איך זוך דער עולם דא אין קראון הייטס. האלו! האלאד? איינער איז דא?

#משיחנאו

בן אדם » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:06 am

· #352737
אה! איך זע דיך, איך קום יעצט...

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:13 am

· #352740
דער שש איז דא! ווער ביסטו? דער מיט'ן משיח פלעג, אדער דער וואס טיילט קאטן קענדי?

נאטירליך » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 2:12 am

· #352745
ווי האלט מען דארט?

איך אויך » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 5:39 am

· #352754
ולא זכר איש את המסכן: דער וואס האט 'ממציא' געווען די לעבדיגע שמחות בית השואבה (בתוך פארשידענע אנדערע זאכן וואס ער האט מייסד געווען) אין די תקופה וואס הרה''ק ר' אהרן ראטה האט נאך געהאט א קליינע חבורה'לה ארום זיך איז הרה''ח ר' יוסף אייכלער ע''ה דער מייסד פון 'ישיבת המתמידים'.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 4:43 am

· #352899
אנאנים: איך בין מיט עטליכע יאר צוריק געווען אין קרוינהייטס ביי א שמחת בית השואבה מיט איינעם פון מיינע זוהן שיחיו. וועלכער איז אויכעט אן אוואנטוריסט (עדווענטשורער, בלע"ז) אזוי ווי איך. מ'מוז אלעס אויסטרייען. אונז האמיר פארברענגט אין די געהויבענע, פרייליכע אטמאספער. און איך און מיין זוהן זענען געווארן אדורכגענומען פון די שמחה ממש עד כלות הנפש. ווען פון איינעם פון די פארטשעס אויף די ארומיגע גאסן פון איסטערן פארקוועי האטציך געטון א טומל מיט א טאנצעניש. פארשטייצעך, באגלייט מיט פלעשער פון וואדקא, וועלכע האבן זיך געגאסן בשפע. און די ארטיגע אידן ה' עליהם יחיו האבן אונז איינגעלאדנט מיטצוהאלטן די שמחה. איך בין געווארן אזוי פארכישופ'ט אז איך האב שוין געהאלטן אויף די סטעפס ארויפצוגיין. נאר כ'האב מיך דערמאנט אז איך וועלל מוזן איבערנעכטיגן דארט אין קרוינהייטס, אדער אין די פאליציי סטאנציע. איך וואלט ממילא נישט געטראפן מיין קאר, ווען כ'וואלט געווען אין א מצב פון עד דלא ידע. אבער די אטמאספער פון שמחה עילאית וואס כ'האב דאן געשפיהרט האביך אין קיין שום אנדער פלאץ געזעהן אדער געהערט...!
נ.ב.: איבער די אוואנטורעס פון א זוהן און זיין טאטע, וועלכע זענען געגאנגען באזוכן א איד אין תפיסה, און האבן שוין שיעור אליינס געענדיגט דארטן אלס תושבים, וועלן מיר אי"ה פארציילן אין אן אנדערע געלעגנהייט....!

אייז קריעם » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:56 pm

· #352949
מיך האט דאס מערסטע באאיינדרוקט צו זעהן ווי ס'זיצן צענדליגע מענטשן און 770 שפעט ביינאכט מוצאי ערשטע טעג יו"ט און לערנען חסידות אליינס אן קיין חברותא אפילו.
מענטשן זיצן אויף די טרעפן אוין אלל אווער.
עס פילט זיך אזוי ווי גן עדן. לא רעב ללחם ולא צמא למים.
חסידות איז זייער escape.

בן אדם » זונטאג אקטאבער 30, 2016 9:38 am

· #353151
.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 17, 2017 3:52 pm

· #365906
רוקן די שבת זייגערס לויט די פארגערוקטע זומער צייט.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 17, 2017 6:33 pm

· #365917
קוקט איבער די טאשען. אפשר וועט איר טרעפען א הונדערטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:17 pm

· #365930
Re: קורצע מעלדונגען
די קעניג פין אמעריקע
קוקט איבער די טאשען. אפשר וועט איר טרעפען א הונדערטער.

דאס איז ווען מ׳קוקט יענעמ׳ס טאשען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יעלה ויבא » מאנטאג מערץ 20, 2017 9:44 am

· #366133
Re: קורצע מעלדונגען
📎 IMG-20170320-WA0017.jpg

lead, follow, or get out of the way
בלאט: 1 2 3 4