☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נאך 70 יאר: 70 טעג פון לערנען איבער די קדושים

נאך 70 יאר: 70 טעג פון לערנען איבער די קדושים

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8189

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 25, 2015 5:08 pm

· #250048
נאך 70 יאר: 70 טעג פון לערנען איבער די קדושים
פאר שלומי אמוני ישראל איבער דעם גארער וועלט, וועט דעם היינטיגען טאג, January 25- גאנצע זיבעציג יאר נאך די באפרייאונג פון די פארשעמסטע פלאץ אויף די וועלט, אוישוויץ, ווי מיליאנען אידען זענען דארט פארגאזט געווארן דורך די נאציס ימח שמם וזכרם – פארצייכנט ווערן אלץ די התחלה פונעם אלעוועלטליכן פראגראם פון "70 טעג פאר 70 יאר" געווידמעט צו געדענקן די קדושים אין די קומענדיגע 70 טעג, יעדען טאג מיט א פרישע באדייט. במשך היי יאר וועט זיך איבערחזרן דעם פראגראם 7 מאל. די ערשטע רונדע הייבט זיך אן היינט, און ענדיגט זיך אויף פסח.
דער פראגרעם שטייט אונטער די גרעסטע אידישע ארגענעזאציעס, ווי די OU יד ושם, מזרחי, THE US רב הראשי, ראביי זאקס.
היינט, דעם ערשטען טאג, ערשיינט א מאמר פון הרב זאקס. מארגן, די צווייטע טאג, איז אוועקגעלייגט פאר הרב דר. אברהם י. טווערסקי.
לויט ווי ס'איז ערווארטעט, וועלן די פרייע און חסידישע אידן נישט נעמען א טייל אין דעם פראגראם.
פאר מער דעטאלן באזוכט דעם וועב זייטל <a class="postlink" href="http://www.70for70.com/">http://www.70for70.com/</a>
א ספעצילע ספר, מיט 70 מאמרים פון די גרעסטע אידישע משפיעים בדורינו, איז ערשינען לכבוד דעם פראגראם.

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:53 am

· #250145
<a class="postlink" href="http://tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/books/188365/stop-obsessing-over-holocaust#oqjbum8PMUYAvq6V.01">http://tabletmag.com/jewish-arts-and-cu ... UYAvq6V.01</a>

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:18 am

· #250147
70 טעג איז אביסעלע צו סאך אז ס'זאל זיך האלטן. ענדערש וואלט עס געדארפט זיין 7 טעג וואס איז די מספר קטן כדוגמת די 6 לייטס העכער אונגוואר בית המדרש לזכרון ה6 מיליון

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 26, 2015 5:40 pm

· #250242
טאג 1
(רעזאווירט)