☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » נייעס פון גרויסע קאמפאניס

נייעס פון גרויסע קאמפאניס

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8114
בלאט: 1 2 3

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:29 pm

· #247559
נייעס פון גרויסע קאמפאניס
אין די אויטאמאטיוו וועלט איז די רעגירונג זייער שטרענג אויב מען טוט נישט רעפארטן פראבלעמען פון קארס וואס קען שטעלן די דרייווערס אין א סכנה.
א יאר צוריק האט מען בא'קנס'עט טאיאטע מיט איבער א ביליאן דאלער פאר אזא עבירה.
יעצט איז די נייעס אז האנדא האט אויך עפעס נישט רעפארטעד, און זיי האבן באקקומען א שטראף צו באצאלן 70 מיליאן.

וועמען קען איך קנס'ענען? כ'דארף אפאר דאלער..

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 7:25 pm

· #247610
געפערטיגט מיט די סיגארעט קאמפאני'ס. שוין אויסגעזויגן מייקראסאפט. יעצט זענען די קאר קאמפאניס אויף די רייע.

פוד סטעמפס מוז געדעקט ווערן. נישטא קיין ברירה. ההכרח לא יגונה.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:48 pm

· #247656
פרטים?

בשבילי! » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:21 am

· #247662
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2015/01/13/nyregion/new-york-city-council-discusses-cap-on-prices-charged-by-car-service-apps-during-peak-times.html?_r=0&referrer=">http://mobile.nytimes.com/2015/01/13/ny ... &referrer=</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:43 am

· #248366
טארגעט שליסט אירע 133 געשעפטען אין קאנאדא. טארגעיט איז אריינגעשפרינגן אין קאנאדא מיט צוויי יאר צוריק אביסל צו גרויס אויף אמאל און האט שוין דארט דערלייגט אפאר ביליאן דאללאר.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:47 am

· #248397
אויב אזוי וואס איז פשט אז זייער סטאק איז אין 2014 געפאלן א שיין ביסל?

שמערל » פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:04 am

· #248402
רויטע וואנצעס
אויב אזוי וואס איז פשט אז זייער סטאק איז אין 2014 געפאלן א שיין ביסל?


ווייל זיי מאכן נישט קיין פראפיט, זיי אינוועסטן צוריק יעדע דאללער וואס זיי מאכן.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:52 am

· #248413
רויטע וואנצעס
אויב אזוי וואס איז פשט אז זייער סטאק איז אין 2014 געפאלן א שיין ביסל?

דאס דערמאנט מיך א מעשה. מיין מאמע ע"ה האט געארבעט אין א פעקטארי ביי א היימישן איד. דער בעה"ב האט געהאלטן אין איין וויינען אז ער דערלייגט צו די ביזנעס. האט איהם מיין מאמע אמאל געזאגט..."אפשר פארמאכט איהר די פעקטארי. אזוי וועט איהר כאטש נישט דערלייגן..." 😂

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:54 pm

· #248927
שוין יארן וואס איך טראכט ביי מיר אז דער 'קרעדיט סקאור' סיסטעם איז נישט אויסגעהאלטן, נאך אלעם רעדט מען דאך פון מיר, די קאמפאניס האבן סודות פון מיינע פינאנציעלע היסטארי, וואספארא שגעון איז דאס צו באהאלטן די אינפארמאציע פון מיר און עס נאר צייגן אויב איך צאל זיי גראבע געלטער? קרעדיט רעפארט'ס (וואס איז נישט אזוי וויכטיג ווי די סקאור) איז ענדליך געווארן א געזעץ (אפאר יאר צוריק) אז די קאמפאניס מוזן שיקן לכה"פ איין מאל א יאר אומזיסט, אבער קרעיט סקאור מאי תהא עליה? פארוואס דארף איך צאלן קרוב צו $50 צו קענען באקומען מיין פייקא סקאור?

עכ"פ לעצטנס אין די נייעס זעה איך אז עטליכע בענק וועלן דאס געבן אומזיסט פאר זייערע קאסטומער'ס. דיסקאווער קארטל טוט דאס שוין א שטיק צייט, יעצט וועלן טשעיס, סיטיבאנק, און באנק אף אמעריקע זיך צושטעלן דערצו. כ'גלייב נישט זיי וועלן געבן דעם סקאור פון אלע 3 ביורא'ס, אבער לכה"פ עפעס איז בעסער ווי גארנישט.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 6:40 pm

· #248933
@שמעקעדיג
ב.ד.וו. מינט.קאם און קרעדיט קארמא שטעלן שוין צו א סקאור בחונם פאר א שטיק צייט.

טריפל אי » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:21 pm

· #248942
קורקלענד
@שמעקעדיג
ב.ד.וו. מינט.קאם און קרעדיט קארמא שטעלן שוין צו א סקאור בחונם פאר א שטיק צייט.


דען זאגט אז ס'איז גארנישט ווערט זייער סקאר אויסער אז עס קומט דירעקט פון פייקא

Q: Why is my credit score different depending on where I check it?
A: There are thousands of sites offering to give you your credit score for free. They advertise heavily but their goal is to get your info with which they can sell ads and sell you other products. Their scores are called FAKOs and are basically meaningless. They look at your report and based on their own criteria make up a score on the spot. No creditor is ever going to use that score.
The only place where a consumer can buy their real FICO credit score is from MyFico. If you’re you’re getting your score elsewhere it’s a fake. I can also look at your report and make up a score, but that doesn’t mean it has a basis in reality.

<a class="postlink" href="http://www.dansdeals.com/archives/53213">http://www.dansdeals.com/archives/53213</a> www.dansdeals.com/archives/53213

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:52 pm

· #248948
לויט קרעדיט קארמא נוצט די באנק וואס גיט דעם הלואה אדער קרעדיט קארטל אפט מאל אויך נאר דעם FAKO און דא האסטו די לשון

All of the scores and credit report information you see on Credit Karma come directly from TransUnion, one of the three major credit bureaus. This means a couple of things:

The scores we provide are real credit scores pulled from a major credit bureau, not just estimates of your credit rating. (This, by the way, is one of the reasons why we ask for your social security number and other sensitive information when you create an account--so we can match you up to what TransUnion has on file for you.)
Credit Karma isn't a credit bureau or credit reporting agency. We don't gather information from creditors, and creditors
don't report directly to Credit Karma.

You may have read reviews that say the scores Credit Karma provides are useless or deceiving because they're "FAKO" (not FICO) scores. However, it's important to keep in mind that there are dozens of different FICO models alone--49 at last count. Even if you got a FICO score, it may not necessarily match the score your lender pulls when you apply for a loan.

At Credit Karma, we believe that because you have so many different scores, the number you get isn't of foremost importance--what really matters is the changes that you observe over time in a single score, and where that number puts you in relation to other consumers. By using Credit Karma to monitor your score over time, you can have an easy point of reference to gauge your credit health.

מער אינפארמאציע ליגט דא <a class="postlink" href="https://www.creditkarma.com/article/is-credit-karma-accurate">https://www.creditkarma.com/article/is- ... a-accurate</a>

איז למסקנה איז דען 'טעכניש' גערעכט אבער די נפקא מינה איז נישט גרויס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:18 pm

· #249433
און ווידעראמאל.
הייאנדעי/קיע האבן לעצטנס אנגעהויבן מאכן גוטע קארס, און זיי פרובירן זיך ארייינצורוקן אין די מארקעט, און האבן די לעצטע פאר יאר אדווערטייזט אז זייערע קאר ציען אן גאר גוטע מיילעדזש, ביז אזויפיל ווי 40 מפ"ג אן קיין הייבריד און באטעריען וכו'.

דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א גרויסע בלאף, מענטשן האבן קאמפלעינד אז עס איז ניטעמאל נאנט דערצו!

די גאווערמענט האט געעפנט א אויספארשונג און עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אלס הוילע פראפעגאנדע.
יעצט האבן זיי באקומען א שטראף פאר די ליגנט. 360 מיליאן!

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:54 pm

· #250645
איך בין כסדר ביזי מיט קנסות...

יעצט האט די גאווערמענט (די FCC, טו בי עקזעקט) באשטראפט ווערייזאן ווייערלעסס מיט 5 מיליאן דאלער, וויבאלד קאסטומערס אין "רורעל עריע'ס" (ווי די סערוויס איז שוואך) האבן אריינגעגעבן קאמפלעינטס און ווערייזאן האט זיי איגנארירט.

געווענליך שפיר איך א פיצעלע רחמנות פאר א קאמפאני וואס באפאלט זיי אזא שטראף, אבער נישט יעצט. חוץ מזה וואס 5 מעלאנעס פאר ווערייזאן איז ווי מים אחרונים וואסער אקעגן נייעגרע פאללס (קרעדיט: לכתחילה אריבער פון אייוועלט), אבער ווערייזאן איז בעצם א רשעות'דיגע געלט-גייציגע קאמפאני וואס ענדיגט נישט אויסזויגן די טייערסטע פרייזן פון זייערע קאסטומער ווי אימער מעגליך, און האט אקארשט געמאלדן אז זיי גייען העכערן זייערע פרייזן פאר אפגרעיד'ס און אקטיוועישאנ'ס, כדי צו קענען אויסצאלן די קאסטן פון אקטיוועיטן נייע ליינס (נישטא ווער ס'זאל לאכן).

וואס באדערט מיר נאר איז פארוואס גייט די געלט פאר די FCC, עס האט געזאלט ווערן צעטיילט צווישן די קאסטומערס, א שטייגער ווי ביי א קלעס עקשאן, די געליטענע זאלן באקומען א שטיקל נחמה.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:35 am

· #250759
וויפיל געלט האט ווערייזאן בקומען פון די רעגירונג אהערצושטעלן די סערוויס אין די "רורעל עריע'ס"?
מן הסתם אסאך מער ווי די דאזיגע "גרויסע" קנס.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 13, 2015 12:26 pm

· #274718
און נאכאמאל...

די גארוועמענט האט באשטראפט סיי ווערייזאן און סיי ספרינט. ווערייזאן מיט 90 מיליאן; ספרינט מיט 68 מיליאן. די שטראף איז צוליב טשארדזשן קאסטומער'ס פאר געוויסע סערוויסעס וואס זיי האבן נישט פארלאנגט, ווי צ.ב.ש. פרימיום טעקסט מעסעדזשעס, און אנדערע טירד-פארטי טשארדזשעס.

דאס קומט נאך אן אינוועסטיגעישאן, וואס האט נאכגעפאלגט ווען פילע קאסטומערס האבן זיך באקלאגט אויף די מעשי גניבות. נאר א קליינע חלק פון די 158 מיליאן וועט ווערן ריפאנדעד פאר די קאסטומערס. דאס איבריגע פאקט די גאווערמענט אין טאש, וכנ"ל...

מהיום והלאה וועלן זיי מער נישט קענען טשארדזשן נאר וואס דער קאסטומער טוט אויסדרוקליך פארלאנגען, און אויפהערן אריינצושמירן אינטערן טיש אומגעבעטענע טובות און נאכדעם געבן די העלל ביים פארלאנגען א ריפאנד.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 7:32 pm

· #276979
די באקאנטע קאמפאני "פעיפעל", איז געווארן באשטראפט מיט 25 מיליאן דאלער, נאכן ארייננארן קאנסומער מיט קרעדיט אפליקאציעס (מער באקאנט אלס "Bill me later") און זיי מיט די געוואלד געבן אומגעבעטענע טובות, און נאכדעם האבן זיי געמאכט שוועריגקייטן צו באצאלן, כדי צו קענען טשארדזשן "LATE FEES".

די Consumer Financial Protection Bureau, באקאנט אין זייער ר"ת CFPB, וועלכע איז געשטעלט צו קעהר נעמען אויף פינאנציעלע מיסברויכן פון קאמפאניס וועלכע בא'עוולה'ן קאנסומער, האט בא'קנס'עט פעיפעל מיט 25 מיליאן - 15 וועט צוריקגיין צו די קאנסומער, און 10 מעלאנעס פאר די ביורא, אלס פענעלטי.

איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 8:44 pm

· #277039
אה ב''ה כ'בין געראטעוועט געווארן. זיי האבען מיר דאס געאפפערט אפשר א צוויי הונדערט מאל ממש געפעגרט איך זאל קויפן און צאלן שפעטער.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 5:33 pm

· #277418
אינטרעסאנט אז עס איז נאך נישט דערמאנט געווארן דא. אפשר ווייל עס האט גארנישט איינגעשטויסן מיטן סיסטעם?

ווען GM האט לעצטנס געהאט א ריקאול אויף איבער 30 מיליאן קארס צוליב א פראבלעם מיט די שליסל וועלכע האט גורם געווען במשך לאנגע יארן צענדליגער טויטע און GM האט עס ביודעים איגנארירט, האט זיך די וועלט איבערגעדרייט כמהפכת סדום. טראץ אלע תירוצים אז GM איז שוין אונטער נייע אונערשיפ און מען קען שוין נישט קלאגן אויף אלטע פראבלעמען וכו'.

אבער יעצט האלט מען ביי א גרעסערע, מאסיווע סענזאציע. מען האלט שוין ביי קרוב צו 35 מיליאן (!) אויטאס וועלכע האבן פאולטי FAULTY עירבעגס. די קאמפאני TAKATA טוט פראדוצירן עירבעגס פאר מערערע קאר קאמפאני'ס איבער די וועלט, און כמעט אין בית אשר אין שם פראבלעם, איבער 20 קאמפאני'ס האבן זיך אפגעבריעט דערמיט, און עס טוט זיך צוריקרופן איבעראל, די גאנצע וועלט פיבערט און איז אויף דערמיט.

די עירבעגס קענען אויפשיסן אויף אן אומריכטיגן אופן וואס קען ח"ו פארערגערן דעם מצב פון א קאליזשן, ווי אויך קען עס אריינשיסן שטיקלעך אייזן אדער גלאז אין פנים אריין.

עס האט זיך אנגעהויבן אינמיטן יאר 13', ווען עס האט געהייסן א רעגולער מינדערוויכטיגע ריקאול, אויף א קלענערע מספר עירבעגס. עס מאכט זיך כסדר ביי די שענסטע קאמפאני'ס אז מען פאדערט אויף א קול קורא, כ'מיין א ריקאול אויף געוויסע פראדוקטן. אבער צעביסלעך האט מען איינגעזעהן אז דער פראבלעם איז טיפער און ברייטער ווי מען מיינט, און יעדע חודש וואקסט דער מספר ווי אויף הייוון, און אינדערצווישן האט די רעגירונג זיך אויך אריינגעמישט, און מען האט אויפגעפאדערט צו מאכן דעם ריקאול, מסתמא די גרעסטע אין די היסטאריע.

פאר מער אינפא, גוגל'טס TAKATA AIRBAG RECALL

שמערל » מיטוואך מאי 20, 2015 5:55 pm

· #277426
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
דאכט זיך עס רייסט נאר אויף אין הייסע נאסע פלעצער, לדוגמה מיאמי.

אליצפן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:19 pm

· #277814
למעשה האב איך היינט געהערט אויף די נייעס אז די טשאנסן פון געשעדיגט ווערן דורך איינס פון די עירבעגס איז איינס אין פינף מיליאן, פיל א קלענערע טשאנס ווי ווערן געטראפן דורך א בליץ למשל, וואס איז איינס אין 250,000 מילא דארף מען נישט זיין צו באזארגט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:34 pm

· #280693
-
📎 Company.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:30 am

· #283526
יעצט איז געקומען די רייע אויף עי.טי.ענד.טי.
די FCC האט זיי בא'קנס'עט מיט 100 מיליאן טאלער, פארן צוזאגן אנלימיטעד דאטא פאר קאסטומערס און דאן נאך א געוויסע מאס איז עס געווארן שטייט (געטראוטעלט)

<a class="postlink" href="http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2486229,00.asp">http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2486229,00.asp</a>

אליצפן » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:56 pm

· #283559
א מחיה! נידער מיט די פארשאלטענע סעלפאון קאמפאניס און זייערע עקלהאפטיגע אויפפירונג.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 15, 2015 11:53 am

· #289502
עמעזאן מאכט היינט א ריזיגער סעיל מיט מציאות וואס (לויט זייערע ווערטער) שטייגט איבער דעם שווארצן פרייטאג.
דאס אלעס בלויז פאר PRIME מעמבערס.

======
EDIT - לויט די רעפארטס איז עס געווען א היבשער דורכפאל, א אומגעלונגענע סעיל.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 12:30 pm

· #290185
היינט האט זיך די בארימטע פעיפעל קאמפאני אפגעטיילט פון איבעי, און צוריק געווארן אינדעפענדענט.

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג יולי 20, 2015 12:33 pm

· #290187
היינט גייט JET לאנטשן זייער וועבסייט פאר די פאבליק

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 28, 2015 7:03 pm

· #292425
סיטי באנק

.
📎 Citi.jpg

chusid » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:28 pm

· #296870

הרב_שלום » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:08 pm

· #298011
Jet.com Get $15 your first order of $50 and more use this code F3F378F

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:22 pm

· #305432
די ביזנעס וועלט רעש'ט זיך פון א דיעל וואס די קאמפיוטער קאמפאני "דעלל" האט געמאכט לעצטע וואך – די גרעסטע אין זייער היסטאריע. דעלל וועט אפקויפן די ריזיגע קאמפאני EMC, וועלכע צייכענט זיך אויס מיט דאטא טעכנאלאגיע פאר ביזנעסער, מיט פארשידענע פראגראמען און סטארעדזש, און אזוי ארום האפט דעלל אז זיי וועלן באקומען א גרעסערע פארציע פון די ביזנעס וועלט מארקעט ווען זיי קויפן קאמפיוטערס. זיי קויפן אפ די קאמפעני פאר די שטוינענדע פרייז פון 67 ביליאן (!) דאלער. שטייצעך נישט אלעס איז גלאטע קעש, מען וועט זיך שפילן מיט די סטאק/שעיר האלדערס און די גאנצע עקוויזיציע וועט נעמען לאנגע חדשים מיט אסאך שוועריגקייטן אדורכצושוויצן, אבער פארט איז דאס א היסטארישע אפקויף (אדער צוזאמעשטעל/מערדזש, ווי א טייל רופן עס) אין די טעק אינדוסטרי וואס איז ווערד צו פארצייכענט ווערן.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:23 pm

· #305433
אין אנדערע נייעס, היות די אלטמאדישע הארד דרייוו'ס גייען צעביסלעך ארויס פון סטייל, און די נייע, שנעלערע מאדערנע SSD דרייווס נעמען איבער די מארקעט, האט די קאמפאני "וועסטערן דיזשיטעל" – וועלכע איז געווען פון די גרעסטע דאמינירענדע קאמפאניס פונעם אלטן טעכנאלאגיע הארד דרייוו – באשלאסן אפצוקויפן די באקאנטע קאמפאני "סענדיסק" – וועלכע איז אייך ווארשיינליך באקאנט פון אייערע SD קארטלעך אדער USB פלעש דרייווס, און זיי ספעציאליזירן זיך אין די נייערע פלעש סטארעדזש טעכנאלאגיע, און האט שוין ערצייגט גאר שנעלע SSD דרייווס, און האט שוין עקספיריענס און א גוטע היסטאריע אין זייער פעלד איבער 27 יאר. אצינד וויל וועסטערן דיזשיטעל זיי אפקויפן פאר 19 ביליאן דאלער. אינאיינעם וועט עס זיין א פערפעקט מעטש, ווייל אויסער דעם וואס ביידע האבן עקסטער עקספערטיז אין זייער פעלד, איז היינט זייער גאנגבאר צו קויפן א "הייבריד" דרייוו, דאס איז א געמישטע פון ביידע טעכנאלאגיעס, די אלטע איז שטייטער אבער ביליגער אויף די גיגאבייט און די נייע איז טייערער אבער פיל שנעלער, און אזוי האט מען די מעלות פון ביידע. דאס וועט אויך פארקומען אין בערך א יאר ארום, סוף 16'.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 11:40 pm

· #307944
די באקאנטע דעפארטמענט געשעפט טארגעט האט געמאלדן אז נאך כסדר'דיגע פארלוסטן אין 13 לאקאציעס/ברענטשעס, וועלן זיי דאס אפשפארן. קיין איינע פון די 13 איז נישט אין ניו יארק.

אפשר באלאנגט די נייעס דא?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7741">viewtopic.php?f=51&t=7741</a><!-- l -->

בלויע רעקל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:09 pm

· #315933
Chipotle Mexican Grill איז אויף געהאקטע צרות
סימבאל CMG, זיי זענען א מעקסיקאנער רעסטוראנט, די עסן דארט איז געווען פארדארבן, און מען איז חושש אז די חברה האבן געוואוסט דערפון, און געקויפט ביליגע רייז כדי צו האבן ב בעסערע P/L, די סטאק איז שוין אראפ כמעט 50 פראצענט, די מומחים זאגן אז עס איז נישט ווערט קיין פרוטה.

בלויע רעקל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:42 pm

· #315978
נייקי - Nike, האט געהאט א גוטע פערטל, אבער זי איז געפאלן ווייל די אינוועסטארס האלטן אז זי האט נישט קיין פלאץ צו וואקסן מער.

בלויע רעקל » מיטוואך יאנואר 6, 2016 12:17 pm

· #316299
chipotle איז אונטער אינוועסטיגעשאן, די סטאק איז יעצט $429, גיי ווייס פארוואס עס איז ווערט א דאלאר.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:34 pm

· #316339
די אויטא קאמפאני "וואלקסוואגען" האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה ווען זיי האבן פרובירט אויסצושפילן דעם סיסטעם, און געמאכט א שפיצל ווען מען האט געטעסט זייערע קאר'ס פאר אמישענ'ס (ווי גוט עס איז פאר די ענווייראנמענט ואכמ"ל), זיי האבן אונטערגעשטעלט א ספעציעלע טריק אז בשעת'ן טעסטן זאל עס ווייזן ווייניגער ווי עס גיט באמת ארויס, און דורך דעם באקומען דעם תעודת אישור פון די אי.פי.עי. אגענטור.

מען האט זיי אפאר חדשים צוריק געכאפט, און עס איז ביטער ווי א זית. די שטראפן פאר אזא עוון בל יכופר במזיד איז גאר שווערע.
עס דראעט יעצט פאר וואלקסוועגאן צו באצאלן די אסטראנאמישע סומע פון 48 ביליאן דאלער!! (דאס איז 95 מאל מער ווי @שלמה המלך'ס גרויסע לאטערי)

שלמה המלך » מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:39 pm

· #316341
איך האב מיך געוואונדערט וואס "וואלקסוועגאן" וויל יעצט פון מיר???
איך האב געמיינט פשוט אזוי ווי אלע בעטען מיך יעצט איך זאל דרייווען זייערע וויקעלס, אבער ניין! זיי גייען פשוט צי פילאנטראפען פאר נדבות!
#נישטגעראכטן

בלויע רעקל » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 10:47 pm

· #316727
וואלקסוועגן גייט נישט אונטערגיין, עס העט אביסל פאלן...

שלמה המלך » זונטאג יאנואר 10, 2016 1:24 pm

· #316799
שמעקעדיג
עס דראעט יעצט פאר וואלקסוועגאן צו באצאלן די אסטראנאמישע סומע פון 48 ביליאן דאלער!! (דאס איז 95 מאל מער ווי @שלמה המלך'ס גרויסע לאטערי)

שעפעלע: עס איז שוין נישט 95 מאל מיין פארמעגען!, און נאך אביסל קיקט אויס ווי איך שטיי אין א סורפלאס!

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 15, 2016 4:37 pm

· #317662
וואלמארט פלאנט צו שפארן דעם קומענדיגן יאר 269 געשעפטן! 159 דערפון אין די פאראייניגטע שטאטן, און די איבריגע אויף אנדערע פלעצער. עס וועט אפעקטירן ארום 16,000 ארבייטערס וואס וועלן בלייבן אן פרנסה.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:29 am

· #320924
נעקסט אין די רייע קומט SEARS. זיי גייען פארשפארן 50 געשעפטן ביז 2 חדשים.

שאולדיספריםפאקער » פרייטאג מאי 13, 2016 10:58 am

· #332892
עפל אינוועסטירט א ביליאון אין טשיינע רייד שערינג מארקעט
ווי וויכטיג איז די טשיינע מארקעט פאר עפל ? די קאמפעני האט יעצט אינוועסטירט א ביליאון דאללער אין א קאמפעני וואס הייסט Didi Chuxing וואס דאס איז אובערס גרעסטע קאמפעטישין אין טשיינע, מיטן ציהל צו בעסער פארשטיין די טשיינע מארקעט

מיר מאכן די אינוועסטמענט פאר א עטליכע סטארטיגיק סיבות אריינגערעכנט איז צו לערנען די מהלכים פון די טשיינע מארקעט האט עפל סי אי או טים קאוק געזאגט פאר רויטערס נייעס אגענטור . וודאי האלטן מיר אויך אז די אינוועסטמענט וועט ברענגען גוטע ריטורנס .

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג מאי 16, 2016 12:56 am

· #333142
עמעזאן האט געמאלדן אז זיי קומען ארויס מיט פרייוועט לעבעל פאר די היים און עסן און ווייטעמינען פראדוקטן.
זיי נעמען איין די וועלטס מארקעט זיי פארגרעסערן זייער מאנאפול פון טאג צו טאג.
זייער סטאק איז געשטיגן די לעצטע 52 וואכן פון 418 צו 715 זיי זאגן אז ער איז גאר נאנט צו דערגרייכן צו 1000 א שעיר

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 27, 2016 9:02 pm

· #339270
שמעקעדיג

עס דראעט יעצט פאר וואלקסוועגאן צו באצאלן די אסטראנאמישע סומע פון 48 ביליאן דאלער!!

שוין, מען האט געסעטלט פאר 'בלויז' 15 ביליאן דאלער.

כלבאשבוע » מאנטאג יולי 25, 2016 12:51 am

· #343390
Verizon קויפט אפ Yahoo פאר 4.8 ביליאן דאללער.

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2016/07/25/business/yahoo-sale.html">http://www.nytimes.com/2016/07/25/busin ... -sale.html</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:23 pm

· #344919
וואלמארט האט אפגעקויפט JET.COM פאר ארום 3.3 ביליאן, כדי צו קאמפיטן מיט עמעזאן.

כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 4:01 pm

· #348930
5,300Wells Fargo employees fired for creating over 2 million phony accounts
<a class="postlink" href="http://money.cnn.com/2016/09/08/investing/wells-fargo-created-phony-accounts-bank-fees/index.html">http://money.cnn.com/2016/09/08/investi ... index.html</a>

כלבאשבוע » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:36 pm

· #350573
עליזאבעט ווארען נעמט דעם CEO אויפן צימבל, דברים כדרבונות!

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:41 pm

· #350599
Wow! Good job by senator Warren.

The one thing that I am upset about Obama's presidency is that he never prosecuted even one Wall Street Exec for what they did prior to the recession. Not one exec was prosecuted and they are all out there doing the same thing that they did prior to 2008, lining their pockets at the expense of millions of regular people, who would get harsh jail sentences for stealing a 20 dollar bill or smoking a joint. Wait and see how 2008 happens again very shortly and how the government will bail out the big companies again. Obama helped the US gain a nice economic recovery but he made no changes whatsoever.

I was a happy Wachovia customer for many years, I had my personal account and business account with them. After 2008 they were swallowed up by Wells Fargo. It didnt take me too long to experience their grubby greediness and I left the bank within 2 or 3 month. I never looked back.

I would say that I hope that this scandal does them under, but it will have an effect on everyone. I do hope that these guys rot in jail. 5300 low level employees were fired while the real crooks are still flying their private jets. Scumbags! I


.
בלאט: 1 2 3