☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » נייעס פון גרויסע קאמפאניס

נייעס פון גרויסע קאמפאניס

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8114
בלאט: 1 2 3

החוקר » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:19 pm

· #447244
וואס פאלט דיר איין. פארקערט, בעצם גייט די פרייע ווערסיע זיין געצוימט צו 60 מינוט, אבער ביז סעפטעמבער גייען זיי דאס נישט אינפארסירן.
<a class="postlink" href="https://www.blog.google/products/meet/bringing-google-meet-to-more-people/amp">https://www.blog.google/products/meet/b ... people/amp</a>

לגבי דאס וואס זיי האבן אנדערע ווידיאו טשעט פראדוקטן, איז בעצם דא חילוקים צווישן זיי.
אבער באמת זיי זענען טאקע זייער נישט קלאר מיט וואס זיי ווילן צושטעלן, ווען נישט וואלטן זיי שוין לאנג געווען די גרעסטע אין דעם.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:55 pm

· #447252
גערעכט, כ'האב מיך טועה געווען,
שכוח פארן מיך אויפמערקזאם מאכן.

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:20 pm

· #483393
נאך יארן פון זיך עסן דאס געזונט אויף די עוולה וואס געוויסע פרינטערס באגייען מיט'ן נישט לאזן סקענען אויב עס איז נישטא גענוג טינט, האט מען ענדליך אריינגעגעבן א לאוסוט. יעצט איז עס אקעגן קענאן.

BleepingComputer: Canon sued for disabling scanner when printers run out of ink.

<a class="postlink" href="https://www.bleepingcomputer.com/news/legal/canon-sued-for-disabling-scanner-when-printers-run-out-of-ink/">https://www.bleepingcomputer.com/news/l ... ut-of-ink/</a>

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:10 am

· #483398
שמעקעדיג: מ'דארף א ביסל מער מסביר זיין. אז סקענינג און פעקסן זענען עטליכע פונקציעס פון א פרינטער, אויסער פרינטינג. ווייל אז ס'האלט סתם צוריק פון פרינטן ווען ס'איז נישט דא קיין אינק איז נאר א מעלה.
בלאט: 1 2 3