☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » נייעס פון גרויסע קאמפאניס

נייעס פון גרויסע קאמפאניס

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8114
בלאט: 1 2 3

החוקר » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:16 pm

· #352992
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
עפל האט אנאנסירט די נייע מעקבוק פרא, איינע פון פון די אפדעיטס איז א "טאטש באר" א נייע חידוש אין לעפטאפס.

#געניאלע_איידיעס

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:23 pm

· #352994
טוויטער פארשיקט 9% פון זייערע ארבייטער איבער די וועלט.

ווי אויך וועלן זיי פארשפארן די וויינשטאק ווידיא עפפ.

בן אדם » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:25 pm

· #352995
.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:28 pm

· #353008
החוקר
עפל האט אנאנסירט די נייע מעקבוק פרא, איינע פון פון די אפדעיטס איז א "טאטש באר" א נייע חידוש אין לעפטאפס.

#געניאלע_איידיעס

אין די זעלבע צייט גייען זייערע פראפיטן אראפ. זעהט אויס עס האט שוין דערגרייכט דעם העכסטן שטאפל, און דער גלגל החוזר הייבט אן ארבעטן.
די טבע'דיגע סיבה איז ווייל זיי האבן אסאך אינוועסטירט אין זייערע האנט-זייגערס (איי-וואטש) און איז נישט צו אויפגעכאפט, ווי אויך אז רוב מענטשן וואס ווילן האבן אן אייפאן האבן דאך שוין, טא איז דאך נישט שייך צו גיין ארויף.

(די אמת'ע סיבה, גיבט אן ראבינאוויטש הידוע, איז צוליב וואס רוב עולם דראפט לעצטנס די אייפאונס און מען קויפט פליפ-פאונ'ס ע"פ הוראת העסקנים)

החוקר » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:38 pm

· #353009
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
שמעקעדיג
ווי אויך אז רוב מענטשן וואס ווילן האבן אן אייפאן האבן דאך שוין, טא איז דאך נישט שייך צו גיין ארויף.

(די אמת'ע סיבה, גיבט אן ראבינאוויטש הידוע, איז צוליב וואס רוב עולם דראפט לעצטנס די אייפאונס און מען קויפט פליפ-פאונ'ס ע"פ הוראת העסקנים)

לאו דווקא, ווייל מענטשן קויפן א נייע יעדע צוויי ביז פיר יאר.

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:51 pm

· #353012
דאס אז מענטשן האלטן אין איין קויפן נייע יעדע פאר יאהר העלפט נישט די קאמפאני וואקסן (growth), עס האלפט נאר אנהאלטן (sustain) די יעצטיגע נומערן.

די טיפישע צווי וועגן צו אנהאלטן די וואוקס, איז אדער ארויסקומען כסדר מיט חדשות, אדער אריינגיין אין נייע מארקעטן (למשל אריינברענגן די אייפאן קיין טשיינע.)

פראבירענדיג די חדשות מהלך מיט די אייוואטש, זענען זיי מער ווייניגער דורכגעפאלן.

נייע מארקעטן איז אויך א פראבלעם. טשיינע און ס'איבריגע אזיע איז שוין איינגענומענע שטחים (ד.ה. פאריעהריגע וואוקס), און ארומערע לענדער קענען זיך נישט ערלויבן א $600+ טעלעפאן. דאס איז די גרויסע קאפשטיק פון די אייפאן SE, וואס גייט פאר $400 א שטיק, כדי עס צו קענען אריינברענגען אין די מארקעטן ווי די אלגעמיינע אייפאן האט נישט קיין פאטענציעל.

החוקר » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 7:23 pm

· #353021
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
שלום על ישראל
דאס אז מענטשן האלטן אין איין קויפן נייע יעדע פאר יאהר העלפט נישט די קאמפאני וואקסן (growth), עס האלפט נאר אנהאלטן (sustain) די יעצטיגע נומערן.

נו אויב אזוי דארף די סעילס פון אייפאונס אנהאלטען נישט טראסקען. עס איז נישט נאר אז די growth rate איז אראפ, וואס איז פארשטענדליך אויב יעדער וואס קען/גייט קויפן האט שוין געקויפט, די סעילס זענען אראפ.

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 7:37 pm

· #353024
החוקר
שלום על ישראל
דאס אז מענטשן האלטן אין איין קויפן נייע יעדע פאר יאהר העלפט נישט די קאמפאני וואקסן (growth), עס האלפט נאר אנהאלטן (sustain) די יעצטיגע נומערן.

נו אויב אזוי דארף די סעילס פון אייפאונס אנהאלטען נישט טראסקען. עס איז נישט נאר אז די growth rate איז אראפ, וואס איז פארשטענדליך אויב יעדער וואס קען/גייט קויפן האט שוין געקויפט, די סעילס זענען אראפ.

א גוטע פראגע, אבער איך גערעדט מער פון די לענגע טערמין, וואס דאס איז געווענליך די אינוועסטאר'ס דאגה.

איך ווייס נישט די אמת'ע ענטפער צו דיין פראגע, אבער טים קוק האט מסביר געווען (א וויילע צוריק) אז עס האט צו טוען מיט צוויי זאכען:
א') פוריגע יאהר זענען די סעילס געווען נישט-נארמאל הויך, און דערפאר קוקט די יעצטיגע יאהר אויס ווי ס'פאלט. (כלומר: עס באלאנסירט זיך).
ב') די שוואכע עקאנאמיע

לפענ"ד זענען ביידע תירוצים שוואכע, און בנוסף צו סעמסאנג'ס דראמאטישע חלשות, וואלט עפל ווען געמעגט כאפען א גרעסערע מוציא פון די סמארטפאן פּיי.

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 12:35 pm

· #356239
Amazon Go
עמעזאן עפנט א גראסערי סטאר אן קיין קעשיערס און טשעקאוט:

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 12:46 pm

· #356241
כלבא שבוע: ייש,כ. נאר איך האב געהאט אמאל אזא חזיון. א וויזיע. נאר מיט א דרגה אדער 2 העכער. אז ס'וועט קומען א צייט ווען א העד אוו האוזהאולד (מאן אדער פרוי) וועט צו פארן צום געיט פון א סופערמארקעט און אלע אייטעם'ס וואס זיי האבן געארדערט אויפ'ן פאון וועללן אויטאמאטיש ליגן אין א קארט אין וועלכן די אייטעמס וועללן אריינפארן מיט קאנוועיארס. און דאס אלעס וועט ווערן אריינגעלאדנט אין דעם טראנק אדער ליפט געיט פון די קאסטומערס קארס. גערעכנט און באצאלט...!
עניוועי. זייט אדם הראשון און זיין ווייב חוה זענען פארטריבן געווארן פון גן עדן איז נאכנישט געווען אזא צייט פון פארגעשריטענע טעכנאלאגיע ווי אין די היינטיגע טעג...!

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 7:47 pm

· #356290
וואס עפעס פארן צים געיט, האסט פארגעסן אז א קאר דארף נישט קיין מענטש צים דרייווען?
וואס איז מיט דראנס וואס וועלן פליען ןוי פייגלעך איבער די הימלען, פארוואס קענען זיי דיר נישט ברענגען דיינע פראדאקטן?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:06 pm

· #356295
נולד מאוחר: איכ'ל דיר ענטפערן. היינטיגע צייטן, ווען די פייגלעך פליען אריבער העכער דיין קאפ, איז די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן, אז זיי מאכן א טעות. זיי מיינען אז דער מענטשנ'ס הוט וואס וואקט אויפ'ן גאס איז א בית הכסא. אבער ווען דראונס וועללן דעליווערן גראסעריס, קען זיך אמאל א קען אדער ח"ו א וואטערמעלאן ארויסגליטשן פונ'ם בעסקעט און לאנדן אויף איינעם'ס קאפ. איז דאך נישטא וואס יענעם מקנא צו זיין. וועטציך אויפשטעללן א שאלה. וועמען דארף מען סוען. די מאנופעקטשורער אדער די סופערמארקעט... 😂 🙄

שמעלקא'לע » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:53 pm

· #356302
😂 😂 😂 😂

גראף » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 4:22 pm

· #356371
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
דער סופריעם קאורט האט געאורטיילט אין דער ריזיגע פאטענט קעיס צווישען עפל און סעמסאנג. די אורטייל געט א גרויסע געווינס פאר סעמסאנג בפרט און פאר טעקנאלאגיע בכלל צו קענען וואקסן און פראדעצירן.

<a class="postlink" href="https://www.cnet.com/news/samsung-apple-scores-supreme-court-win-patent-design-infringement-case/">https://www.cnet.com/news/samsung-apple ... ment-case/</a>

החוקר » מיטוואך יוני 7, 2017 5:00 pm

· #373751
@עמאזאן איז דאון די אינטערנעט גייט באנאנאס.

Amazon Down עס איז דא זיסע קאמענטס דארט
#עמאזאןדאון
The Verge
רויטער'ס נייעס

גראף » מיטוואך יוני 7, 2017 5:15 pm

· #373752
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
ארבעט ביי מיר יעצט.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

בן ישי » מיטוואך יוני 7, 2017 5:19 pm

· #373753
האט געמאכט פראבלעמען ביי מיר פריער איך האב געמיינט אז ס'איז מיין פראבלעם, יעצט ארבעט עס שוין ביי מיר געהעריג.

בן ישי » מיטוואך יוני 7, 2017 7:40 pm

· #373773
סעמסאנג מיט די קאמפעני "עסקן" קימט ארויס מיט א כשר'ע געלעקסי S8
ווידיא <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=cD3A2PpmC7U">https://www.youtube.com/watch?v=cD3A2PpmC7U</a>

החוקר » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:24 pm

· #398094
טויס ר אס
Toys R Us איז אויף געהאקטע צרות, זיי גייען זיך פארמאכן גאר בקרוב.

היינט האט ביליאנער יצחק לאריאן, CEO פון די גרעסטע פריוואטע טוי קאמפאני, געעפענט א גאו פאנד מי צו ראטעווען ToysRUs. זיין ציל איז א ביליאן דאלאר, עס האלט שוין יעצט ביי איבער צוויי הונדערט מעלאנעס.

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus">https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus</a>

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:34 pm

· #398123
החוקר
Toys R Us איז אויף געהאקטע צרות, זיי גייען זיך פארמאכן גאר בקרוב.

היינט האט ביליאנער יצחק לאריאן, CEO פון די גרעסטע פריוואטע טוי קאמפאני, געעפענט א גאו פאנד מי צו ראטעווען ToysRUs. זיין ציל איז א ביליאן דאלאר, עס האלט שוין יעצט ביי איבער צוויי הונדערט מעלאנעס.

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus">https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus</a>

זייער שאקירנד אז מענטשן לאזן זיך קאסטן מיליאנען רייך צו מאכן דעם לאריאן מיט זיינע קאלעגעס, שלא על מנת לקבל פרס..........

בן ישי » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:34 pm

· #398124
החוקר
Toys R Us איז אויף געהאקטע צרות, זיי גייען זיך פארמאכן גאר בקרוב.

היינט האט ביליאנער יצחק לאריאן, CEO פון די גרעסטע פריוואטע טוי קאמפאני, געעפענט א גאו פאנד מי צו ראטעווען ToysRUs. זיין ציל איז א ביליאן דאלאר, עס האלט שוין יעצט ביי איבער צוויי הונדערט מעלאנעס.

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus">https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus</a>

ער האט געגעבן 200 מעלאנעס ווייל 20% פון זיין הכנסה אויף דאליס פלעגט ער מאכן פון זיי.

בן ישי » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:36 pm

· #398125
קורקלענד
החוקר
Toys R Us איז אויף געהאקטע צרות, זיי גייען זיך פארמאכן גאר בקרוב.

היינט האט ביליאנער יצחק לאריאן, CEO פון די גרעסטע פריוואטע טוי קאמפאני, געעפענט א גאו פאנד מי צו ראטעווען ToysRUs. זיין ציל איז א ביליאן דאלאר, עס האלט שוין יעצט ביי איבער צוויי הונדערט מעלאנעס.

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus">https://www.gofundme.com/helpsavetoysrus</a>

זייער שאקירנד אז מענטשן לאזן זיך קאסטן מיליאנען רייך צו מאכן דעם לאריאן מיט זיינע קאלעגעס, שלא על מנת לקבל פרס..........

מענטשן געבן נישט קיין מעלאנעס, ער האט געגעבן 200 מעלאנעס אין די איבריגע איז קליינע סכומים.

החוקר » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:18 am

· #398155
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
בן ישי
מענטשן געבן נישט קיין מעלאנעס, ער האט געגעבן 200 מעלאנעס אין די איבריגע איז קליינע סכומים.

אמת, אבער די "קליינע סכומים" איז איבער 25 טויזענט דאלאר אין ווייניגער ווי א טאג. טאקע א שפיי אין ים אנטקעגן א ביליאן, אבער פארט מער וויפיל איך וואלט געקלערט.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 25, 2018 11:08 am

· #398317
דאס איז א געהעריגע בעילאוט.... אבער איך פארשטיי נישט די כוונה דערפון. עס קוקט נישט אויס ווי די געשעפטן האבן פאטענציאל אינעם לענגערן טערמין, אלזא פארוואס אינוועסטירן אין א קראנקע קאמפאני? אפשר גאר ווילן זיי טאקע יא סוכ"ס באנקראטירן, אבער נישט בלייבן מיט אזעלכע גרויסע חובות? ווער ווייסט.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 25, 2018 12:24 pm

· #398323
און נאכדעים זאגטמען אז אמעריקע איז א קאפיטאליסטישע מדינה. דאס איז געהעריג סאציאליזם. אדער קארפארעיט וועלפעיר. אז דו מאכסט נישט קיין פראפיט, פארמאך די קאמפעני. געב אויף...! נאר דער תירוץ איז א סאך ארבעטערס גייען פארלירן זייערע דזשאבס. מ'דארף פארשטיין וואס די הויפט סיבה איז פארוואס זיי מאכן נישט קיין געלט. ס'איז זייער פשוט. די אנליין ארדערס הרגנ'ען אוועק זייער ביזנעס. פריער אדער שפעטער וועט מעיסי'ס אויכעט גיין בדרך כל האדם. אויסער אז עפעס אויסערגעווענדליך וועט (ח"ו) געשעהן, זעהט אויס ווי עמעזאן און וואל-מארט זענען די..."וועיוו אףף דהע פיוטשור"...!

לאמיר נעמען א קליינעם משל טאקע פון מיר אליינס. נישט לאנג צוריק האביך געדארפט האבן נייע ספיקערס פאר מיין קאמפיוטער. א סעט פון 2 גוטע קוואליטי ספיקערס וואלט מיך געקאסט בערך $40.00 פאר א מציאה אין סיי וועלכען עלעקטראניקס סטאר. ווי סטעיפלס אדער די אנדערע געשעפטן. איך האב די זעלבע סעט געקויפט ביי עמעזאן פאר $16.95 אנליין. און מ'האט עס נאך דעליווערט פאר דעם זעלבן געלט אויך. פארוואס זאלל א מענטש משוגע זיין צו גיין אין א סטאר. און זיך מוטשען מיט פארקינג און צאללן מער. ווען מ'קען עס באקומען פאר העלפט פרייז אנליין. אריינגערעכנט שנעלע, 2 טעג דעליווערי...!

בן ישי » מאנטאג מערץ 26, 2018 2:51 am

· #398398
אפדעיט געשריבען אויף די גאו פאונד מי פעידזש (אגב חוץ פון זיין נתינה האלט עס יעצט ביי קרוב צו פופציג אלפים).
Isaac Larian launched the #SaveToysRUs GoFundMe to get EVERYONE involved to save this American icon, and in doing so save jobs. He is confident that, regardless of the outcome of the GoFundMe, he will raise the necessary money through his network. Isaac hopes that those who want to see Toys"R"Us continue on will participate in the campaign in some way, by taking action or even just sharing words of support. We have heard from Toys"R"Us employees that they are grateful for this effort to help save their jobs. He hopes folks will focus on the true goal of this movement. It's not about crowdfunding, it's about community action and saving jobs. Let's #SaveToysRUs.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:31 pm

· #398442
OK. I have a business venture that will potentially provide hundreds of jobs worldwide.

Also. it involves great humanitarian and compassionate work. Namely. International Ambulatory service for patients who want to overcome their immobility due to their health condition. The idea is for the patients/travelers to be picked up at their residence. And transported to the special air services. These planes will be staffed with nurses and physicians. With full medical and surgical capabilities. Also, accommodations will be made for family members to accompany them.

The only problem is that a business/service of that nature can not turn a profit. After appealing to the state and Federal governments, and their refusal to fund this venture, we're appealing to the public to fund the venture described above.

Maybe we should open a go-fund-me page...!

p.s.: The above article is only the figment of an individual person's imagination. And is posted only to demonstrate a point...!

החוקר » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:50 am

· #399661
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
Mark Zuckerberg’s net worth increased by $3 billion Tuesday as the Facebook CEO appeared before Congress to field questions following the recent Cambridge Analytica leak that exposed 87 million users’ data.

With the gain, Facebook added $21.3 billion in market value, reaching $479.4 billion. That reverses some of the company’s 15% in lost valuation since March, when the news about Cambridge Analytica first erupted.

<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/amp.timeinc.net/time/money/5235718/mark-zuckerberg-net-worth-facebook-cambridge-analytica-congress-testimony">https://www.google.com/amp/amp.timeinc. ... -testimony</a>

בן ישי » זונטאג אפריל 29, 2018 12:45 pm

· #400926
Sprint, T-Mobile Said to Close In on $26.5 Billion Combination
<a class="postlink" href="https://www.bloomberg.com/news/articles/2018-04-29/sprint-t-mobile-said-to-agree-to-combine-in-26-5-billion-deal">https://www.bloomberg.com/news/articles ... llion-deal</a>

דער דאס » זונטאג אפריל 29, 2018 3:55 pm

· #400942
וואס מיינט דאס, ספרינט גייט ווערן בעסער?? אדער טי מאביל גייט ווערן ערגער??

טרויבן88 » מאנטאג אפריל 30, 2018 12:57 am

· #400965
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
לדעתי איז דאס א גרויסע חורבן פאר קאנסומערס די פרייזן וועלן ווארשיינליך שטייגן מיטן תירוץ פון 5G, וואס איז אמת, אבער מיט קאמפעטישן וואלט עס געהאלטן געווארן אין קאנטראל, יעצט בלייבן מיר נאר מיט האפענונג אז זיי וועלן רחמנות האבן אויף די קאסטימערס

בן ישי » מאנטאג אפריל 30, 2018 2:41 pm

· #400988
Dans deals שרייבט וועגן t mobile sprint , ער זאגט אז אויב וועט די גאווערמענט עס לאזן דורך גיין וועלן פרייזן זיך הייבן.
אויב וועט עס נישט דורך גיין וועט עס זיין גיט פאר ספרינט קאסטימערס ווייל זיי וועלן באקומען t mobile roaming
<a class="postlink" href="https://www.dansdeals.com/shopping-deals/electronics/cell-phones/thoughts-sprint-t-mobile-merger/">https://www.dansdeals.com/shopping-deal ... le-merger/</a>

אונטער חכם » דינסטאג מאי 1, 2018 2:18 am

· #401046
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
טרויבן88
לדעתי איז דאס א גרויסע חורבן פאר קאנסומערס די פרייזן וועלן ווארשיינליך שטייגן מיטן תירוץ פון 5G, וואס איז אמת, אבער מיט קאמפעטישן וואלט עס געהאלטן געווארן אין קאנטראל, יעצט בלייבן מיר נאר מיט האפענונג אז זיי וועלן רחמנות האבן אויף די קאסטימערס

איך פארשטיי נישט פונקטליך, זיי זאגן אז אנדערע וועלן נישט קענען אזוי שנעל אנקומען צו 5g, אויב זאגסטו אז אנדערע קענען יא וועט דאך ווייטער זיין קאמפעטישאן, און אויב נישט איז בעסער אז עס זאל אינגאנצן נישט זיין ווי איידער טייערע פרייזן?

בן ישי » דינסטאג מאי 1, 2018 4:18 am

· #401049
אונטער חכם

אלע קענען אנקומען אלינס אבער אויב גייט דאס דורך וועט זיין ווייניגער קאמפעטישען, ס'וועט זיין דריי גרויסע קאמפעניס נישט פיהר.

טרויבן88 » דינסטאג מאי 1, 2018 6:47 am

· #401050

טי-מאביל קען נישט געהעריג אנקומען צי 5 G אן ספרינט וויבאלד עס פעלט זיי בענדס, bands, frequencies און ספרינט האט אסאך בענדס, אבער ספרינט אליינס וועט אויך נישט אנקומען אין ערגעץ וויבאלד די קאמפעני איז אין די ערד, מה שאין כן ווערייזאן און עי-טי-טי האבן עפעס גוטע בענדס פאר 5-גי און האבן אסאך געלט צי שפענדן, אבער דריי קאמפאניס איז נישט גוט, ווען נישט ספרינט וואלט טי-מאביל געווען טייערער

בן ישי » דינסטאג מאי 1, 2018 12:16 pm

· #401091

איינער פרעגט אין די קאמענטס

They say it’s important for 5G… Do you think they would be as efficient and effective at 5G implementation without a merger? What are your thoughts of pros vs cons of 5G implementation vs. increased costs?

דניאל ענטפערט

They each managed to upgrade to 2G, 3G, and 4G on their own. Sure it will cost less if they are together, but it will cost even less if they all get together and create one giant monopoly…

The question is what will it do to the marketplace?

נאך א קאמענט פון דניאל

Canada has 3 total carriers and among the highest wireless rates in the world.

Hopefully we keep 4…

טרויבן88 » דינסטאג מאי 1, 2018 12:29 pm

· #401092
מוראדיג שיין, די קאמעטס זענען גוט און פארשטענדליך, פאקט איז וואס האט געמאכט סעלפאן פלענס ביליגער איז 4 קאמפעניס, סא דערפאר איז דא א גוטע סיבה צי זאגן אז פיר איז די נאמבער, אבער אויב עס איז דא 3 שטארקע און זיי קריגן זיך ארום מיליאנען קליענטן קען זיין אז דריי איז גענוג, לגבי די חלק אז אלע זענען אנגעקומען צי 4G אן זיך צוזאמשטעלן איז נישט אזוי מוכרח וויבאלד טי-מאביל איז נאר לעצטנס אנגעקומען צי א פולשטענדיגע 4G און מיט ספרינט /די ספעקטרום, בענדס, פריקענסיס פון ספרינט וואלטן זיי אסאך שנעלער אנגעקומען צו 4G איבעריג גערעדט אז עלטערע טעלעפאנען און איי-פאונס זענען נאכאלץ שטאט אויף טי-מאביל און ארבייטן בעסער אויף ווערייזאן/עי-טי-טי, לגבי 5G האט טי-מאביל נישט גענוג ספעקטרום אויפצושטעלן 5G און זיי ווייסן עס אויך, נאר זיי האבן פרובירט צו בולשיטן ווי כאילו זיי קענען יא, יעצט אז זיי האבן אסאך ספעקטרום צוזאמען מיט ספרינט קענען זיי ענדליך זאגן די אמת, אבער מיין הארץ זאגט אויך אז עס וועט נישט טויגן מיט 3 קאמפעניס.

גראף » דינסטאג מאי 1, 2018 1:18 pm

· #401094
טי מאביל האט דאך געצאלט גרויס געלט פאר לאו ספאקטראם. פארוואס קענען זיי נישט עס ערלעדיגן אליינס? איך גלייב נישט אז זיי מוזן עס טיען מיט ספרינט ווייל אפילו אויב עס איז אמת האבן זיי א ברירה צו מאכען א יד אחת אויף צו ניצן זייער טאוער'ס און בענדס ציזאמען און בלייבן זעלבסשטענדיגע קאמפאניס.

עס איז סתם ב.ש. און עטליכע גייען מאכן זייער אסאך געלט אויב דער דיעל גייט אדורך און יעדער איינער גייט צאלן מער צוליב דעם.
גענוג מיט די מאנאפעליס.

טרויבן88 » דינסטאג מאי 1, 2018 6:12 pm

· #401138
יפה דברת, לאו ספעקטרום איז נישט 5G דערפאר מיזן זיי האבן ספרינט/ספעקטרום, איך גיי נישט אריין אין די אנדערע חלק

גראף » דינסטאג מאי 1, 2018 7:04 pm

· #401140
פארדעם האב איך געשריבען אז זיי קענען מאכען א דיעל און ניצן ספרינט היי בענד און בלייבן צוויי קאמפאניס. נאר פאר roaming קען מען?

טרויבן88 » דינסטאג מאי 1, 2018 7:09 pm

· #401141
די שאלה איז אויב ספרינט וואלט מסכים געווען, מסתם נישט,

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 9, 2018 3:29 pm

· #402090

בן ישי » מיטוואך מאי 9, 2018 6:47 pm

· #402129
ונבנתה העיר

I, For One, Welcome The Google Assistant To Make My Credit Card Reconsideration Phone Calls…
<a class="postlink" href="https://www.dansdeals.com/more/dans-commentary/one-welcome-google-assistant-make-credit-card-reconsideration-phone-calls/">https://www.dansdeals.com/more/dans-com ... one-calls/</a>

החוקר » דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:10 am

· #406807
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
ווערייזאן האט אפגעשטופט די פלענער צו אויפהערן אקטיוויזירן נייע 3G טעלעפאנען פון יוני 30 צו סוף יאר דעצעמבער 31.

בן ישי » דינסטאג יולי 10, 2018 2:58 am

· #408413
סטאר קעי געבט מער נישט השגחה אויף סטארבאקס קאווע.

PLEASE BE ADVISED THAT STARBUCKS CORPORATION HAS DECIDED TO END THE EXPANDED STAR-K KOSHER INFORMATION PROGRAM.

CONSUMERS ARE ADVISED THAT EFFECTIVE IMMEDIATELY THE STAR-K CAN NO LONGER VOUCH FOR THE KASHRUS OF ITEMS PREVIOUSLY LISTED THAT DO NOT BEAR A RELIABLE KOSHER SYMBOL THIS INCLUDES FRAPPUCCINOS AND ALL FLAVORED DRINKS.

UNFLAVORED COFFEE RECOMMENDATION REMAIN THE SAME AS BEFORE.

IN ADDITION, THE KOSHER-FRIENDLY STORE PROGRAM IS NO LONGER UNDER OUR AUSPICES.

OUR WEBPAGE HAS BEEN UPDATED TO REFLECT THESE CHANGES.

CONSUMERS WHO WOULD LIKE TO SEE THIS PROGRAM REINSTATED SHOULD CONTACT STARBUCKS DIRECTLY.

CUSTOMERS MUST CONFIRM KASHRUS OF ADDITIVES TO COFFEE BY THEMSELVES BY CHECKING FOR RELIABLE KOSHER SYMBOLS.

<a class="postlink" href="https://www.star-k.org/articles/kosher-lists/1709/starbucks/">https://www.star-k.org/articles/kosher- ... starbucks/</a>

בן ישי » פרייטאג יולי 13, 2018 4:47 pm

· #408698

📎 IMG_20180713_164642_610.jpg

טרויבן88 » זונטאג יולי 15, 2018 10:17 am

· #408744
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
סתם אזוי צי וויסן, אסאך ווייסן נישט אז די סטאר קעי געט א הכשר נאר פאר די וואס טרעוולען, וואס מיינט אז מ'איז אויפן וועג, א סטאר אין בארא פארק איז "נישט" אריינגערעכנט, צווייטנס די רעגולערע קאווע אין אומגעפלעווערטע דרינקס קען מען יא טרינקן און עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם דערמיט אפילו איצט

החוקר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 5:47 pm

· #412459
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
עמעזאן איז היינט פאר אפאר מינוט געווען ווערד מער פון א טריליאן דאללער. מיט דעם זענען זיי געווארן די צווייטע סטאק אין די היסטערי צו אנקומען צו די מעדשזיק נאמבער.

בדרך אגב, זשעף בעזאס דער גרינדער פון עמעזאן, איז נישט נאר דער רייכסטער מענטש אין די וועלט, ער האט מער ווי געטאפלט זיין פארמעגן אין די לעצטע יאר. ער איז כמעט אזוי רייך ווי די צווייטע (ביל געיטס) און דריטע (ווארען באפעט) רייכסטע צוזאמען.
<a class="postlink" href="https://www.forbes.com/sites/billions/2018/09/04/jeff-bezos-is-18-billion-richer-as-amazons-market-cap-briefly-hits-1-trillion/amp/">https://www.forbes.com/sites/billions/2 ... llion/amp/</a>

החוקר » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:42 am

· #447193
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
זום, קינד און קייט ווייסט צו זאגן פון די ווידאו טשעט זום. וואס נישט יעדער ווייסט, איז אז גוגל האט אן ענדליכע סערוויס 'גוגל מיעט' פאר די וואס צאלן פאר זייער G Suite.

גוגל האט געמאלדן אז זיי גייען מאכן 'גוגל מיעט' אומזינסט פאר אלעמען. מיט דעם פראבירן זיי אביסל צו אוועק כאפן פון זום'ס לעצטיגע פאפולאריטעט.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:24 pm

· #447219
עס גייט אבער הערשט זיין בחינם אין סעפטעמבער.

ווי אויך איז אינטערעסאנט אז דאס איז זייער דריטע ווידיאו פלאטפארמע נאך געהעריגע הענגאוטס, דואו (duo), און יעצט מיעט......
בלאט: 1 2 3