☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » הפייטן Ari Lesser

הפייטן Ari Lesser

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8111

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:58 pm

· #247371
הפייטן Ari Lesser
אין ליכט פונעם אויפוואכונג אין קונסט אויף קאווע שטיבל אדאנק דעם ״שושנים״ פארמעסט, און אלץ א המשכה צו דעם געשמועס דא בנוגע פאעזיע בכלליות, וויל איך ווידמען דעם אשכול אלץ א פארשטעלונג און אפשאצונג אויף די ווערק פון הפייטן הנפלא ארי׳ לעססער, וואס כמדומני, איז ער נאך נישט אויסגעשמועסט געווארן כדבעי׳ דא אין שטיבל.

ארי (היינט שוין ר׳ אריה), איז א בעל תשובה וועלכער שטאמט פון ארעגאן און איז געבענטשט מיט זעלטענע טאלאנטן אינעם תחום פון פאעזיע. זיין מהלך איז ריין ראפ, אבער אנדערש ווי אלגעמיין ראפ פלעכט ער אריין רעליגיעזע אבזערוואציעס אין זיין ווערק וואס באשטייט היינט בעיקר פון לויבן גאט און ארויסברענגן די שיינקייט פון די בריאה.

זיין פאעזיע איז היפנאטיש, ער שמעלצט צוזאם גאנץ פארצווייגטע נושאים און געדאנקען, אבער ברענגט זיי ארויס אויף א גאר פליסיגן אופן וואס איז שווה לכל נפש. ער שעמט זיך אויך נישט פון מאכן פאליטישע סטעיטעמענט׳ס, אויף א באשיידענעם אופן.

הגם ער זעצט זיינע פראזן מייסטענ׳ס אין גראמען, איז דאס אבער מער פונעם ראפ פאעטישן סארט וואו דאס קלינג הערט זיך דאס זעלבע, און ס׳איז לאו דוקא אז די ווערטער שטימען אייניג. ס׳איז גאר קונצליך, און די שידוכים זיינע קומען פאר ממש ווי געבוירענע צווילינג׳ס.

כ׳ווייס נישט וויפיל פראצענט פון זיין ווערק ווערט געמאכט אויפ׳ן פלאץ, פארהאן שטיקלעך ווי ס׳איז משמע אז ס׳איז ריין נאטורליך בבחינת פאעזיע מדברת מתוך גרונו, אבער אפילו אן דעם, איז זיין זכרון געוואלדיג, ס׳פליסט ווי א קוואל און ער פארמישט קיינמאל נישט די יוצרות.

ער פארמאגט אן אפיציעלער אלבוים אויף אייטונס, און אויף יוטויב איז דא אן א שיעור קליפ׳ס זיינע, סיי אפיציעלע וואס ער שטעלט אליין פאר, און סיי אומצאליגע אומאפיציעלע וואס יחידים האבן ארויף געשטעלט.

ער דרייט זיך אסאך אין צפת און איז מהנה עולם ומלואו, בדרך כלל שלא ע״מ לקבל פרס.

ס׳איז דא עטליכע ארטיקלען און קורצע אונטערוויו׳ס פון אים אויפ׳ן געוועב, דא איז איינס, און דא נאך איינס (ביידע באציען זיך צו זיין שטארק פאפולערער קליפ Boycott Israel).

כ׳וועל פרובירן אין די קומענדיגע תגובות מלקט צו זיין עטליכע פון זיינע קליפ׳ס וואס זענען אינטערעסאנט לדעתי, זאל דער עולם הנאה האבן, וישמעו רחוקים ויבואו.

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:59 pm

· #247373
מכרכר בכל עוז

דאס איז די ערשטע קליפ וואס כ׳האב געזעהן פון אים, און ס׳האט מיר לגמרי איבערגענומען. ס׳איז מיר פארגעקומען ווי א ראפ רענדישאן באזירט אויף גאספעל סטייל מוזיק, זיין תמימות איז ריין און זיין געזאנג הערליך, ער איז מפרש דעם קאפיטל תהלים אויף זיין אייגנארטיגן אופן, ובבחינת כל עצמותי תאמרנה. ונפשי נבהלה מאוד.

כי לעולם חסדו:
http://vid.me/kVsV

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:59 pm

· #247375
בראשית יארן

עטליכע קליפס פון שנים קדמוניות זיינע, ווי ער נייגט שוין קענטליך לאביו שבשמים אבער איז נאך אלץ מער היפפי ווי גאט-דינער.

The Hippie
https://www.youtube.com/watch?v=UN3WGnsrC10

Wild
http://www.youtube.com/watch?v=DDp7-n4Bgss

Consumerism
http://www.youtube.com/watch?v=wtVW0Loj9MI

31Flavors
http://www.youtube.com/watch?v=XetVuWmdD28

Give Thanks
http://www.youtube.com/watch?v=ONlUiw0bl1U

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:59 pm

· #247376
הורני ד׳ דרכך

אין די אנהייב פאזעס אלץ מער ערנסטער מבקש:

צווישן די בערג אין צפת:

אל תטשנו ואל תעזבנו:
http://www.youtube.com/watch?v=n0LEYsTZrLM

כי לעולם חסדו (בחוצות צפת):
http://www.youtube.com/watch?v=mhZYpxOL2Hs

תהלים (שיינט ווי באשאפן אויפ׳ן פלאץ):
http://www.youtube.com/watch?v=32l9BIP8COE

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 11, 2015 4:00 pm

· #247378
טשיקאוועס / פארשידענס

א זיס שטיקל בנוגע וועדזשעטעריעניזם / כשרות:

גם זו לטובה:
http://www.youtube.com/watch?v=5a07dRMlG44

:Garden of Eden
http://www.youtube.com/watch?v=VBPb8QD0oNg

שלמה, מלך ישראל, וחכמתו:
http://www.youtube.com/watch?v=jyBNsVRM61Y

Give Thanks - Chanukah:
http://www.youtube.com/watch?v=5JcJAWK6tCQ

מענינא דיומא - ט״ו בשבט:
http://www.youtube.com//watch?v=mDPviM49nTI

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 11, 2015 4:00 pm

· #247379
ונפשי יודעת מאוד

א בא׳חן׳טער טרויעריגער הספד אויף א באבע:

ער האט אויך אן ענליכער שטיקל אויפ׳ן אלבוים מיט׳ן נאמען Rose, טרויעריג און שיין פאעטיש (דא קען מען הערן א שטיקל דערפון, אבער ס׳איז כדאי זיך איינצושאפן דעם גאנצן ניגון פאר א נישטיגען ניין און ניינציגער, וחי אחיך עמך).

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 11, 2015 4:01 pm

· #247380
בית ד׳ נהלך ברגש

ר׳ ארי׳ האט לעצטענ׳ס חתונה געהאט, און זיך היפש געשטעלט אויף די פיס.

אפאר פון זיינע לעצטיגע חידושים:

אשת חיל:

על חורבן בית מקדשינו:
http://www.youtube.com/watch?v=POgIoIKZ55E

א קאפיטל תהלים, ערליך אפגעטייטש:
http://www.youtube.com/watch?v=iMn5EqIV_XM

ויה״ר אז ער זאל זוכה זיין ווייטער מזכה צו זיין כלל ישראל כאוות נפשו הפיוטית ולקורת רוחינו.

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 11, 2015 4:18 pm

· #247389
שכוח, קא"ק, לכשאפנה.

דאס איז די ערשטע וואס כ'האב געהערט פון איהם:

אחד העם » מיטוואך אפריל 1, 2015 8:48 pm

· #263670
Re: הפייטן Ari Lesser
עשר מכות

https://m.youtube.com/watch?v=-9ki5FycGyQ