☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אשכול אן א טיטל #8108

אשכול אן א טיטל #8108

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8108
בלאט: 1 2

— » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 9:18 pm

· #247187

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אחד העם » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 11:11 pm

· #247219
כדי ריכטיג פארשטיין וואס פאר א סארט הרגשים סאיז געפלאסען און רבי חייםס הארץ פאר זיין רבין, וואלט איך רעקענמענדירט צו לייענען זיין נאוועל צמח אטלס.

פידלער » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 11:26 pm

· #247225
@אנאנים
Can you link to or provide the title of the book in which this poem appears? Thank you

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:29 am

· #247243
אנאנים: ייש"כ פאר ברענגען די הערליכע פאעמע פון דעם גרויסן שרייבער חיים גראדע. אלס איינער וועלכער האט געליינט עטליכע פון זיינע ביכער, קען איך אפשאצן דעם גרויסן טאלאנט וואס ער האט פארמאגט. אפילו אז ער איז שפעטער נחמץ געווארן, דאך איז געבליבן דער אידישער טעם אין אלע זיינע באשרייבונגען. ווען מ'ליינט, למשל די מעשה "זיידעס און אייניקלעך" אדער "לייבע לייזער'ס הויף" קענמען מיינען אז מ'געפינט דארט אין ווילנא בשעת די מעשיות שפילן זיך אפ. ער שרייבט מיט אזא געפיהל און ער שילדערט די גאנצע סצענע מיט אזא קלארקייט אז מ'קען ממש אנטאפן די אלע כאראקטערן איבער וועלכע ער פארציילט...!

אין אמת'ן וואלט זיך איהם געקומען דער נאבעל פרייז פאר ליטעראטור. נישט פאר אייזיק באשעוויס זינגער, וועלכער קומט אפילו נישט צו צו זיינע פוסטריט. חוץ די ניבול פה וואס ער שרייבט אין א סאך פון זיינע מעשיות. נאר דער מזל האט צוגעשפיעלט אז מ'האט נישט איבערגעזעצט די מערסטע פון זיינע (חיים גראדע) פארציילונגען. איז עס נישט אנגעקומען צו די נאבעל קאמיטע. אבער דער אמת איז אז נאר א איד קען הנאה האבן פון זיינע דערציילונגען. ווייל וויאזוי קענמען דען מסביר זיין פאר א נישט יוד דעם זיסן טעם וואס אן אלטער איד האט צו לערנען תורה מיט ארעמע אידישע קינדער. אדער א שקלא וטריא פון דעם ווילנער דיין'ס אן אייניקל מיט דעם ווילנער מגיד'ס אן אייניקל...אזוי ווי ער שילדערט עס אין זיינע מעשה ביכלעך...!

יאיר » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:34 am

· #247244
יישר כח, מעכעלע, פאר'ן מעתיק זיין דעם רירנדן הספד.
זיין תיאור פון דעם חזון איש אין צמח אטלס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים. איך בין געווען געוואוינט צו ליינען מעשיות און ביאגראפיעס איבער א פארמאכטער מענטש וואס גארנישט האט אים נישט אינטערעסירט אויסער תורה. אין גראדע'ס ביכער ווערט דער מענטש לעבעדיג, זיינע שטארקייטן, שוואכקייטן, קאנפליקטן, געפילן, אלעס ווערט אויסגעגאסן דורך דעם מייסטערהאפטיגן פענע פון גראדע. אזוי אויך ווערט יעדער כאראקטער פיל מיט לעבן, פון דעם בעל מוסר ביז די אידענע אין מארק. עס איז א חוב קדוש פאר יעדן וואס וויל באקומען א בליק איבער דעם ישיבה וועלט אין ליטע צו ליינען גראדע'ס ביכער.
אגב, עס קומט 'עלעגיע' נישט עלגיע.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:55 am

· #247250
יאיר

יאיר: ייש"כ פאר דיין אפשאצונג איבער חיים גראדע'ס ווערק.
איך וויל נאר מאכן א באמערקונג איבער דיין לעצטע שורה. אז ס'איז א חוב קדוש צו ליינען זיינע שרייבונגען און באשרייבונגען אויב מ'וויל באקומען א בילד פון די תורה וועלט אין די ליטא. איך בין מסכים מיט דעם 100%. אבער אין עטליכע פון זיינע מעשיות איז דא חלקים וואס זענען נישט געאייגנט פאר קינדער. ספעציעל פון אונזערע חסידיש'ע קרייזן. למשל די אוואנטורעס (adventures) פון משה'לע מונוואס מיט ר' חזקיה טייטלבוים'ס טאכטער איטקע. און די סקאנדאלן וואס זענען געווען דארט אין הויף אום מוצאי תשעה באב...!
ווען מ'זאל קענען א ביסל פארדרייען די אלע פרטים וואלט עס געווען א הערליכע ליין מאטעריאל פאר היימישע חסידישע קינדער אויך...!

לא להנאת גופי » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:14 am

· #247255
וואס ווייסטו סתם אזוי בנוגע גראדע ושאר תלמידי חזו''א??
בנימין בראון טענה'ט אין זיין בוך, אז די חזו''א האט געהאט בעיות אין אמונה אין זיינע יונגע יארן, און פארדעם טאקע זעהט מען אז אסאך פון די תלמידי חזו''א זענען נישט געווען אזוי -פון אינזער חדר..
ס'איז טאקע א פלא וויאזוי אזויפיל פון די נאנטע תלמידי חזו''א זענען נחמץ געווארען?? [אפ' ר' גדליה, און ר' שטיימאן זענען האלבע אפיקורסים. [פארשטייטס זיך נאר לפי די עקסטרעמע שיטות]]

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:17 am

· #247256
לא להנאת גופי
וואס ווייסטו סתם אזוי בנוגע גראדע ושאר תלמידי חזו''א??
בנימין בראון טענה'ט אין זיין בוך, אז די חזו''א האט געהאט בעיות אין אמונה אין זיינע יונגע יארן, און פארדעם טאקע זעהט מען אז אסאך פון די תלמידי חזו''א זענען נישט געווען אזוי -פון אינזער חדר..
ס'איז טאקע א פלא וויאזוי אזויפיל פון די נאנטע תלמידי חזו''א זענען נחמץ געווארען?? [אפ' ר' גדליה, און ר' שטיימאן זענען האלבע אפיקורסים. [פארשטייטס זיך נאר לפי די עקסטרעמע שיטות]]

לא להנאת גופי: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן. הרב שטיינמאן איז ח"ו אן אפיקורס...? וואס די משוגעים זאגן איז דאך נישט נוגע. דאס אידישע פאלק איז ב"ה געבענטשט מיט משוגעים אויך...!

פלאוויוס » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:30 am

· #247259
זייער הארציג!! און אויב מיין אפשאצונג איז ריכטיג, דאכט זיך מיר אז ס'איז ווייניגער פאעטיש און מער דירעקט פון הארץ. אין דער עלעגיע באוויינט חיים נישט נאר זיין רבי'ן, נאר אויך זיינע אייגענע יארן, און דער סטיל פונעם ליד איז אפנים אויך ווי ער וואלט צוריק מיטן זייגער צו די בחור'שע יארן. שטימט אזוי?

כוכב » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:36 am

· #247261
http://onegshabbat.blogspot.com/2011/08/blog-post_22.html?m=1
קארעספענדאנץ צווישן חיים און דעם חזון איש

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:37 am

· #247262
פלאוויוס
זייער הארציג!! און אויב מיין אפשאצונג איז ריכטיג, דאכט זיך מיר אז ס'איז ווייניגער פאעטיש און מער דירעקט פון הארץ. אין דער עלעגיע באוויינט חיים נישט נאר זיין רבי'ן, נאר אויך זיינע אייגענע יארן, און דער סטיל פונעם ליד איז אפנים אויך ווי ער וואלט צוריק מיטן זייגער צו די בחור'שע יארן. שטימט אזוי?

דאס איז אויך געווען מיין אבזערוואציע. אז דער פאעם איז מער פון הארצן ווי די גראמען זענען פונקטליך. נאר מיר דארפן געדענקען אז א סאך פון די ווערטער זענען ארויסגעזאגט מיט די ליטווישע הברה. איז דער גראם אויך נענטער צום רעאליטעט. אפילו אויפ'ן פאפיר שטימט עס נישט זייער.

אחד העם » זונטאג יאנואר 11, 2015 2:03 am

· #247264
אה, איך דערמאן זיך יעצט פון יענעם אויפדערנאכט ווען איך בין געזיצען אויפן סאפע, און מיינע אויגען זענען געווען צוגעבינדען צו חיים גראדעס ווערק, צמח אטלס, איך בין נישט געווען בעלמא הדין, חיים האט בנוסף פון א הימלישען פעדער האט ער געהאט א שפרודילדיג הארץ, אפענע אויגען צו אלעס וואס פאסירט ארום אים, און דאס געקענט פארטייטשען טיף און רירענד.
סאיז דא א בריוו פון הרב סאלאווייטשיק צו חיימ'ן טאקע איבער די ווערק אופן חוזה האלוקי, ער איז אויך געווארען באנומען פון זיי...דארף איך דאס אפיר זוכען.
דער וויכוח מיט הירשעל רייסיינער, קען מען אויך נישט אוועקמאכען.

אחד העם » זונטאג יאנואר 11, 2015 2:08 am

· #247267
פלאוויוס
זייער הארציג!! און אויב מיין אפשאצונג איז ריכטיג, דאכט זיך מיר אז ס'איז ווייניגער פאעטיש און מער דירעקט פון הארץ. אין דער עלעגיע באוויינט חיים נישט נאר זיין רבי'ן, נאר אויך זיינע אייגענע יארן, און דער סטיל פונעם ליד איז אפנים אויך ווי ער וואלט צוריק מיטן זייגער צו די בחור'שע יארן. שטימט אזוי?

מיין רעקעמענדאציע וואלט דיר אויסגעקלארט, ניין עס איז נישט אזוי ווי ביסט עס מתאר, סאיז טיפער פון דעם.

פידלער » זונטאג יאנואר 11, 2015 9:39 am

· #247288
berlbalaguleh
פלאוויוס
זייער הארציג!! און אויב מיין אפשאצונג איז ריכטיג, דאכט זיך מיר אז ס'איז ווייניגער פאעטיש און מער דירעקט פון הארץ. אין דער עלעגיע באוויינט חיים נישט נאר זיין רבי'ן, נאר אויך זיינע אייגענע יארן, און דער סטיל פונעם ליד איז אפנים אויך ווי ער וואלט צוריק מיטן זייגער צו די בחור'שע יארן. שטימט אזוי?

פלאוויוס: ייש"כ. איך האב פונקט געטראכט , ליינענדיג די פאעמע וואס א מבין אויף פאעזיע (וואס איך בין נישט) וואלט געזאגט צו דעם.

דאס איז אויך געווען מיין אבזערוואציע. אז דער פאעם איז מער פון הארצן ווי די גראמען זענען פונקטליך. נאר מיר דארפן געדענקען אז א סאך פון די ווערטער זענען ארויסגעזאגט מיט די ליטווישע הברה. איז דער גראם אויך נענטער צום רעאליטעט. אפילו אויפ'ן פאפיר שטימט עס נישט זייער...!

@פלאוויוס און
@berlbalaguleh

א מבין אויף פאעזיע
is much less concerned with rhyme than with the music of the piece. In fact, many contemporary poets consider poems that rhyme precisely too singsong-y and therefore, too forced = bad poetry. I noticed in this latest poetry contest that the kave shtiebel readership seems to be about 150 years behind in their understanding of poetry. I don't mean this as an insult, but simply as a way to say that there's plenty of room for education in that arena.

פלאוויוס » זונטאג יאנואר 11, 2015 10:31 am

· #247293
@פידלער, די עלעגיע פון חיים גראדע איז דוקא זייער גראמעריש, און כ'וואלט געזאגט צו גראמעריש... די אויסדרוקן אין דער פאעמע זענען נישט קיין האנט-געקליבענע, און נישט קיין חידוש'דיגע, נאר דוקא קינדיש הארציג. קען זיין אז כ'בין מיך טועה, אבער דאס איז ווייניגסטנס געווען מיין כוונה.

אחד העם » זונטאג יאנואר 11, 2015 10:44 am

· #247295
פידלער האט געוואלט ארויסברענגען א וויכטיגע און ריכטיגע נקודה, אבער כמיין דער אשכול איז נישט דער פלאץ פאר דעם, כמדומה איז זיין עיקר כוונה נישט געווען גראדעס פאעט.

פידלער » זונטאג יאנואר 11, 2015 11:56 am

· #247308
אחד העם
פידלער האט געוואלט ארויסברענגען א וויכטיגע און ריכטיגע נקודה, אבער כמיין דער אשכול איז נישט דער פלאץ פאר דעם, כמדומה איז זיין עיקר כוונה נישט געווען גראדעס פאעט.

I agree. This topic requires a separate eshkol. One day, if I have time, I'll write it. Or -- if there are any others here who would like to take up the topic of poetry as an art form, not merely a series of rhymes, I'd be thrilled to see it

אחד העם » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:06 pm

· #247309
פידלער, כמש"כ בין איך מיט דיר, גראם מיט די אינערע באדייט פון פאעט, זענען זייער ווייט איינער פון צוייטען, מקען זיין טויט און אויסגעלאשען און מאכען שיינע גראמען, אבער א לעבעדיג טיפער הארץ און מח קען שאפען טיפע פאעזיע, אפילו קיין איינס גראמט נישט מיטען צווייטען, שוין לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול...

אחד העם » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:09 pm

· #247310
פלאוויוס
@פידלער, די עלעגיע פון חיים גראדע איז דוקא זייער גראמעריש, און כ'וואלט געזאגט צו גראמעריש... די אויסדרוקן אין דער פאעמע זענען נישט קיין האנט-געקליבענע, און נישט קיין חידוש'דיגע, נאר דוקא קינדיש הארציג. קען זיין אז כ'בין מיך טועה, אבער דאס איז ווייניגסטנס געווען מיין כוונה.

כמש"כ, פון דיינע ווערטער איז מיר משמע אז די קענסט נישט ריכטיג גראדעס ווערק, און נאכמער פעלט דיר, כמדומה, די ריכטיגע טיפער און אינערע אפשאצונג אויפען חזון, גראדעס חוזה וועסטו נישט טרעפן און מעשה איש...

יואב » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:12 pm

· #247311
גם אני מצטרף. פון הימל האט מען מיך לעצטנס צוגעשיקט דעם "צמח אטלאס". ווי זאגט יאיר: "ע מאסט ריעד". די אידישע שפראך האט זעלטן זיך באגעגנט מיט אזא פענע. זאל ער רוען וואו ס'איז פאר עמען דאס בעסטע. ס'איז נישט מעגליך צו מאכן דעם ריכטיגן review דערויף אין סתם א זונטאג אינדערפרי פונעם סעלפאון. אויב ס'איז בכלל שייך אפילו.

 זיינע מייסטער שרייבווערק זענען טעכניש זייער געצוימט, איך מיין ס'איז נישטא זיי צו לעזן אויף דער געוועב. 

אחד העם » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:31 pm

· #247314
אנאנים,
די לינק צו גראדעס פארלייענען דעם פאעט, וואלט איך, כשאני לעצמי געלייגט אינעם אשכול 'זאכען וואס האבען מיר געברענגט טרערן'... איך הער עפעס אינעם הונטערגרונד דער אינערער קול פינעם חוזה זעלבסט... עס האט מיר געהאט א טיפער איינדרוק...

די ווערטער האבען מיר מוראדיג בארירט:

זיין נאקעט בעטל אין זיין לייב אויף דער מזבח
אין טלית אין תפילין אנגעטון ער האט עס
ווי ווייט איך בין ניט אין דער וועלט אנטלאפן
גיי איך ווייטער ביים שיין פון זיין רחמנות

ער איז געווען פין זיין געבוירן טאג א מלאך
וואס האט פארבארגן זיינע פליגל צווישן מענטשן
מיט דער אפשיין פין זיין גרויסע ליבשאפט שטראל איך
כאטש ער האט ניט געוואלט מיין וועג אין לעבן בענטשן

ווען איך האב דאס געזעהן, האב איך מיר דערמאנט און די ווערטער פינעם חוזה זעלבסט און זיין ספר יו"ד סימן ב ס"ק ט"ז:
ונראה דאין דין מורידין אלא בזמן שהשגחתו גלויה כמו בזמן שהיו נסים מצויין ומשמש בת קול, וצדיקי הדור היו תחת השגחה פרטית הנראית לעין כל,והכופרין אז הוא בנליזות מיוחדות בהטיית היצר לתאוות והפקרות, ואז היה ביעור רשעים גדרו של עולם שהכל ידעו כי הדחת הדור מביא פורעניות לעולם ומביא דבר וחרב ורעב בעולם, אבל בזמן ההעלם שנכרתה האמונה מן דלת העם אין במעשה הורדה גדר הפרצה שיהיה בעיניהם כמעשה השחתה ואלמות ח"ו וכיוון שכל עצמנו ותקן, אין הדין נוהג בשעה שאין בו תיקון ועלינו להחזירם בעבותות אהבה ולהעמידם בקרן אורה במה שידינו מגעת.

די השראה פון גראדעס ווערטער איז אן ענדליכער צו די השראה פון ליבע און רחמנות אינעם פסק פון דעם חוזה בנוגע נושרים ועוזבי הדת, ער לייגט זיין האנט אויף זייער פלייצע, און מיט א ליבליכער בליק שמייכעלט ער צו זיי און ער איז זיי מקרב. דאס איז געווען גראדעס כוונה ווען ער האט געשריבען די ווערטער ' גיי איך ווייטער ביי די שיין פון זיין רחמנות' 'מיט דער אפשיין פון זיין גרויסען ליבשאפט שטראל איך', ווי עס שטעלט זיך טאקע ארויס אזוי סיי און גראדעס ווערק, און אויך און בריוו פינעם חוזה צו חיימען. באמערקט די ענדליכקייט און די אויסדריקען, גראדע שרייבט 'ביי די שיין פון זיין רחמנות וכו' מיט דער אפשיין פון זיין גרויסען ליבשאפט שטראל איך, דער חוזה שרייבט ' ועלינו להחזירם בעבותות האהבה וכו' ולהעמידם בקרן אורהוכו', היינו, עס איז דא א ענדליכע קוו וואס לויפט צווישען די שורות פון ביידע, דאס איז דער דגוש פון באלייכטעניש און ליבע מיט רחמנות, מערקוועדיג....
כהאב אמאל געהערט אן אינטערוויאו מיט גראדע, איינער פרעגט אים אויס וואס איז דער סיבה פון זיין שאפונג, ער ענפערט אז דאס זיך דרייען מיט די מוסרניקעס, און דאס זיין ביים חוזה האט אסאך געווירקט אויף אים, און נאך געדענק איך ווי ער זאגט אז ווי לאנג דער חזון איש איז געווען און ווילנא האט ער נישט געקענט פארלאזען דאס בית מדרש...
סוואלט געווען א תועלת דאס אהער צו לינקען.

אחד העם » זונטאג יאנואר 11, 2015 10:25 pm

· #247483
אנאנים,
יעצט קומט זיך דיר אן אמת'ען דאנק, האסט מיר איינגעשפארט ארבייט, כמוטשע זיך שוין די לעצטע האלבע שעה ארויפצולייגען א בילד פינעם בריוו פון הרב סולובייציק. תודה, כה לחי!
און דאס וואס די האסט געשריבען איין תגובה פארדעם, האב איך אויך געוואלט שרייבען, די שרייבסט בלשון ספק, איך וואלט דאס געזאגט בלשון וודאי, דאס איז זיכער וואס האט געטריבען חיימען. נכונים דבריך.
און דעם אינטערוויאו וואס מיר האבען געשמועסט, איז רבי חיים מסביר באריכות די השפעה פון די מוסרניקעס אויף אים, מיט א ביאור אז די מוסרניקעס זוכען אלס דעם אייגענעם אמת, דעם אמת פון זיך, די עיקר עבודה איז געווען זיך נישט צו נערן, ער זאגט אז אפילו ער האט פארלאזט גאט און זיין הויז, דעם אמת ווייסט ער נאך אלס און נערן וועט ער זיך נישט, איך זאג עס אזוי איבער מען דארף דאס אויסהערן.
דאס וואס די שרייבטס אז ער האט נישט געוואלט גיין קיין ארץ ישראל ווילאנג די חזון איז לעבט, עס איז ענדליך צו דעם פאקט אז ער האט נישט געקענט פארלאזען דאס בית מדרש ווילאנג דער חזון איש איז געווען און ווילנא, דער פשט פון דעם איז גאר א טיפער, עס עקזיסטירט אינעם אינערען גייסט, עס איז נישט דווקא משום טעכנישע און פיזישע בושה, כאילו אז ער קען זיך נישט זעהן מיט זיין רבין אזוי, עס איז עפעס טיפער און גייסטישער.

אחד העם » מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:52 am

· #247498
לאנג לעבן @אנאנים!!
איך בין דיר זייער דאנקבאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:44 am

· #265872
כ'וויל בעטען דער עולם, טאמער איינער קען מיר ווייזען א לינ"ק צו ווי מ'קען באקומען דער בטך "צמח אטלס" אויפ'ן אינטערנעט אין א PDF. איך האב עס דוכט זיך אמאל געזען, ואיננו כי לקח אותו...
סתם אזוי וואלט געווען ראטזאם ווען מ'עפענט אן אשכול פאר די סארט לינק"ס צו ביכער און ארטיקלען מיט א מראה מקום פאר היימישע היסטאריקער.

Chuchem » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:51 pm

· #293758
ליטוואק פון בודאפעסט
כ'וויל בעטען דער עולם, טאמער איינער קען מיר ווייזען א לינ"ק צו ווי מ'קען באקומען דער בטך "צמח אטלס" אויפ'ן אינטערנעט אין א PDF. איך האב עס דוכט זיך אמאל געזען, ואיננו כי לקח אותו...
סתם אזוי וואלט געווען ראטזאם ווען מ'עפענט אן אשכול פאר די סארט לינק"ס צו ביכער און ארטיקלען מיט א מראה מקום פאר היימישע היסטאריקער.

Is it available to purchase online a second hand copy?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 4:05 pm

· #293784
איך האב דער בוך אין PDF אויף עברית. טאמער מ'איז אינטרעסירט קען איך עס ארויפלייגען.

chaims » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 4:14 pm

· #293787
יא ביטע

I can't believe I just said that...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 4:20 pm

· #293788
איך וועל עס לייגען אויף dropbox האפעדיג מארגען פאר מיטאג

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 7:51 am

· #293859
איך האב געניצט אן אנדערע וועבסיי"ט ארויף צו לייגען דער פייל. נא דיר <a class="postlink" href="http://www.sup.co.il/74138210">http://www.sup.co.il/74138210</a>

chaims » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:53 am

· #293866
ישר כוח ליטוואק!!

I can't believe I just said that...

אחד העם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:19 am

· #293880
ארבייט נישט ביי מיר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:32 am

· #293881
ס'שטייט אויפ'ן סקרי"ן 'הורד את הקובץ עכשיו' אויפ'ן טמא'נעם שפראך. דרוק דארט ותמצא הרבה נחת.

אחד העם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 12:49 pm

· #293890
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'שטייט אויפ'ן סקרי"ן 'הורד את הקובץ עכשיו' אויפ'ן טמא'נעם שפראך. דרוק דארט ותמצא הרבה נחת.

כהאב געדריקט דארט, אבער איך קען נישט עפענען די פייל.
און די נאמען פון די פייל קומט אויס מוראדיג מאדנע.

chaims » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 12:53 pm

· #293891
אויף מיין פאן האט עס טאקע נישט געארבעט אבער אויפן קאמפיוטער איז עס. אויסגעקומען זייער גוט

I can't believe I just said that...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:19 pm

· #293897
דער מלחמת היצר אויף אידיש איז 'מיין קריג מיט הירש ראסיינער', ניין?
איך האב עס אויף ענגליש

אחד העם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 7:22 pm

· #293955
א דאנק אייך מיכל

chaims » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 5:35 pm

· #294205
האט איינער די ארגינאלע בוך אין יידיש אדער ווייסט ווי מען קען עס באקומען?

I can't believe I just said that...

chaims » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 5:41 pm

· #294208
ישר כוח מיכל
ביי ייווא קען מען נאר ליינען אויפען פלאץ און איך האב נישט די צייט דערפאר

I can't believe I just said that...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:45 am

· #358309
א גוטען אידען.

איך האב געוואלט הערען דער שמועס וואס חיים גראדע האט געהאט אויפ'ן חזו"א, וואס ס'ווערט געלינקט דא, און מ'קען הערען דא, אבער איך קען עס נישט דאונלאודען. טאמער איינער קען א טובה טוהן און ברענגען א פלאץ ווי מ'קען עס דאונלאודען, נישט הערען אנליין, וואלט עס מיר געהאלפען. ס'איז עפעס אויסנאמליך, אבער איך וויל עס אויף מיין קאמפיוטער. ער רעדט דער זעלבע סארט וועג ווי הרב שמואל רוזובסקי, פאר דער וואס איז באקאנט אין זיין טעיפס, נישט ווי הרב שך צו ר' משה פיינשטיין וכדו'.

א דאנק

זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:10 pm

· #422198
דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.

סקרן » מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:25 pm

· #422204
האט איינער אפשר די פול ווירזשין פון די בוק וואס ער האט געשריבען?
איך האב נאר געזעהן די צענזורטע חלקים איך וויל זעהן דער חלק וואס מען האט ארויסגענומען

זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:45 pm

· #422211
ליטוואק פון בודאפעסט
א גוטען אידען.

איך האב געוואלט הערען דער שמועס וואס חיים גראדע האט געהאט אויפ'ן חזו"א, וואס ס'ווערט געלינקט דא, און מ'קען הערען דא, אבער איך קען עס נישט דאונלאודען. טאמער איינער קען א טובה טוהן און ברענגען א פלאץ ווי מ'קען עס דאונלאודען, נישט הערען אנליין, וואלט עס מיר געהאלפען. ס'איז עפעס אויסנאמליך, אבער איך וויל עס אויף מיין קאמפיוטער. ער רעדט דער זעלבע סארט וועג ווי הרב שמואל רוזובסקי, פאר דער וואס איז באקאנט אין זיין טעיפס, נישט ווי הרב שך צו ר' משה פיינשטיין וכדו'.

א דאנק

איך האב דעם קליפ אראפגענומען. לאז וויסן אויב ס'איז נאך וויכטיג.

זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:06 pm

· #422220
דעם אינטערוויו פון חיים גראדע

ביידע חלקים
חיים גראדע אינטערוויו - 2 טיילן

זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 8:03 pm

· #422227
מ׳קען זיך באלעקן די פינגער פון דעם פענאמענעלן אפשאצונג פון חיים גראדע, ווי ער לייגט אראפ דעם חזון איש מיט לעבעדיקע פארבן.

פון זיין בליק קעגן חסידות, זיין ליבשאפט צו יעדן מענטש.

זוכער » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:28 pm

· #422504
זוכער
דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.

חוץ אין לייבערערע איז נישט צו געפינען דעם בוך אין אידיש. אויף קיין שום אקשן-סייט, אלטע ביכער.
אלע האבן די ענגליש אדער העברעישע ווערסיעס. די ארגינאלע אידישע בוך איז עפעס נישט צום געפונען

זוכער » מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:21 pm

· #422521
עס ווילט זיך פרעגן, וויפיל פון צמח אטלס זענען באזירט אויף הויל פיקציע, און וויפיל פראצענט איז כאטש באזירט אויף אמת'ע איבערלעבענישן פון חיים גראדע מיט'ן חזון איש?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:38 pm

· #422622
זוכער
עס ווילט זיך פרעגן, וויפיל פון צמח אטלס זענען באזירט אויף הויל פיקציע, און וויפיל פראצענט איז כאטש באזירט אויף אמת'ע איבערלעבענישן פון חיים גראדע מיט'ן חזון איש?

זוכער: איך ווייס נישט אויב מ'קען עס קוואנטיפיצירן מיט פראצענט. אבער אין די אנדערע סיפורי מעשיות פון חיים גראדע. אזוי ווי ..."לייבע לייזער'ס הויף. זיידעס און אייניקלעך אדער ..."דער שטומער מנין". אדער די מעשה פון ר' נחומ'קע דער מלווה...ווען דו ליינסט די מעשה האסטו דעם פיעלינג ווי דו ביסט ממש דארט אין די שטאט און דו לעבסט מיט די גאנצע דראמאטישע געשיכטע. אפילו די פלעצער וועלכע ח.ג. געט אן אזוי ווי די שולן. און די בעקערי. און דאס אייזן געשעפט פון ר' שעפטל. די אלע קענסטו געפונען אפילו בלינדערהייט. ווייל ער ברענגט עס ארויס מיט אן אויסערגעווענליכע קלארקייט...!

סקרן » זונטאג יאנואר 27, 2019 1:13 pm

· #423376
איך האב געענדיגט די פייל וואס איינער האט אהער געלייגט פון צוויי ביכער מלחמת היצר און צמח אטלס
די שרייבער איז עפעס אויסער געווענליך
אבער לדאבוני שטעלט זיך עס אפ ביי דף 192 פון די צווייטע בוף אינמטען די מעשה ווייסט איינער ווי מען קען באקומען די דבר השלם?
איך וויל וויסן
1. וואס איז דעווארן מיט צנח און סלאווה נאכדעם וואס צמח האט צוריקגעווארפען דאס געלט צום שוואגער אין פנים
2. איז חייקל מיטדעדאנדען מיט'ן מחזה אברהם קיין ווילנא
3. וואס מאכט הרצקא
4. וואס מאכט הירשה גורדון
5. וואס מאכט מלכקה
ועוד ועוד

איש חזון » מאנטאג פעברואר 4, 2019 10:47 am

· #423851
סקרן
איך האב געענדיגט די פייל וואס איינער האט אהער געלייגט פון צוויי ביכער מלחמת היצר און צמח אטלס

ואיו?

סקרן » מאנטאג פעברואר 4, 2019 11:47 am

· #423859
[ציטאט אראפגענומען]

דא
בלאט: 1 2