☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8077

אשכול אן א טיטל #8077

135 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8077
בלאט: 1 2 3

— » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:12 pm

· #246097

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:44 pm

· #246100
אן אייגן לאנד מיינט: אייגענע לופטפעלדער, פאספארטן, דיפלאמאטישע אומיוניטעט, וואפן, ועוד.. אלעס כלים וואס קען גענוצט ווערן צום גוטן, אדער, גאט זאל באהיטן, פארקערט.

די פירערס פון די אזויגערופענע פאלעסטינער פאלק האבן דערווייל נאכנישט דעמאנסטרירט אז זיי זענען גרייט מקבל צו זיין אחריות אז דיזע כלים זאלן גענוצט ווערן אחריות'דיג.

אלזא די פרייע וועלט און אמעריקע בראש, האבן אן אחריות נישט צו דערלאזן אז דאס זאל אריינפאלן אין די הענט פון אומגעוואונטשענע פארשוינען און דערנאך זיין א צועק לשעבר.

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 5, 2015 9:44 pm

· #246109
מאטי
אן אייגן לאנד מיינט: אייגענע לופטפעלדער, פאספארטן, דיפלאמאטישע אומיוניטעט, וואפן, ועוד.. אלעס כלים וואס קען גענוצט ווערן צום גוטן, אדער, גאט זאל באהיטן, פארקערט.

די פירערס פון די אזויגערופענע פאלעסטינער פאלק האבן דערווייל נאכנישט דעמאנסטרירט אז זיי זענען גרייט מקבל צו זיין אחריות אז דיזע כלים זאלן גענוצט ווערן אחריות'דיג.

אלזא די פרייע וועלט און אמעריקע בראש, האבן אן אחריות נישט צו דערלאזן אז דאס זאל אריינפאלן אין די הענט פון אומגעוואונטשענע פארשוינען און דערנאך זיין א צועק לשעבר.

איך וואונדער זיך נאר פארוואס די איבריגע וועלט האט עפעס נישט געוואלדיגע רעכטפארטיגע אחריות און זעט נישט קיין פראבלעם אין א זעלבסטשטענדיגע פאלעסטינער שטאַט (חוץ אמעריקע און די צוויי אנדערע עקזעמפלארן פון מענטשן רעכט 'ניגעריע' און 'ראוואנדא').

אויך וואונדערט זיך מיר פארוואס אמעריקע (די וויכטיגסטע סופלייער פון וואפן צו מ.י., און די אויסגעשפראכענע פאליטישע שירעם פאר יעדע קריגס פארברעכן, מענטשן רעכט פארלעצונג, און צאללאזע יו.ען. רעזאלוציע פארלעצונגען דורך מ.י.) שפירט נישט די זעלבע "אחריות" לגבי מ.י. און אירע בלוטיגע שחיטות אין עזה יעדע יאר צוויי, וואס לאזט איבער עטליכע טויזנט ציווילע טויטע, צענדליגע טויזענטער ציווילע פארוואונדעט, און פילע צענדליגע טויזענטער איינוואוינער אריינגערעכנט טויזענטער קינדער און פרויען היימלאז, און וואונדער איבער וואונדער, די גאנצע איבעריגע וועלט וואס ליידט אויף אן 'אחריות' דעפיציט און א 'צועק לשעבר' סינדראם אין די פאל פון פאלעסטינער שטאַטהייט, זענען עפעס יא סענסיטיוו צו די עטליכע טויזנט טויטע ציווילע פרויען און קינדער??

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 9:55 pm

· #246112
כ'האב דיר שוין מערערע מאהל געזאגט, איך טראסט נישט די דזשאדזשמענט פון די "וועלט" ווען ס'קומט צו מאכן באשלוסן בנוגע די מד"י פאלעסטינער קאנפליקט. אז דו ווילסט יא טראסטן די וועלט, הארצן גערן, איך קען דיר נישט צוריקהאלטן.
אבער אזויפיל קען איך דיר יא בעטן זאלסט ביטע ערקלערן פארוואס טאקע איז דאס אזוי? אדרעסיר מיינע טענות דירעקט! זאג מיר אז דו האלטסט מ'קען יא טראסטן די חמאס פירער מיט פליגער און טאנקען, און פארוואס?

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:15 pm

· #246117
מאטי
כ'האב דיר שוין מערערע מאהל געזאגט, איך טראסט נישט די דזשאדזשמענט פון די "וועלט" ווען ס'קומט צו מאכן באשלוסן בנוגע די מד"י פאלעסטינער קאנפליקט. אז דו ווילסט יא טראסטן די וועלט, הארצן גערן, איך קען דיר נישט צוריקהאלטן.
אבער אזויפיל קען איך דיר יא בעטן זאלסט ביטע ערקלערן פארוואס טאקע איז דאס אזוי? אדרעסיר מיינע טענות דירעקט! זאג מיר אז דו האלטסט מ'קען יא טראסטן די חמאס פירער מיט פליגער און טאנקען, און פארוואס?

פארוואס נעמסטו אן אז אין פאל פון פאלעסטינער שטאַטהייט גייט כאמאס פירן דאס לאנד?
אפילו אויב איך זאל אננעמען אז יא, איז א אומאפפרעגבארע פאקט אז ווען א מיליטאנטישע גרופע קומט צו די מאכט ווערט עס מאדערעט, ווייניגסטנס צוליבן פשוטן חשבון אז זיי האבן שוין וואס צו פארלירן, זיי האבן אן עקאנאמיע, אימפארט, עקספארט, לופטפעלדער, האפענעס, אינפראסטרוקטור, עלעקטריק און וואסער גריד וואס לייגט אויף זייערע פלייצעס, און וואס זיי טוען דארפן זיי נעמען אין חשבון די רעאקציע פונעם קעגנער.

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:23 pm

· #246120
אלזא ביסט מודה אז אויב ס'איז דא מקום לחשוש אז זיי גייען זיך נישט טוישן דאן איז יא דא א מאראלישע אבליגאציע נישט צו דערלאזן א פאלעסטינער לאנד?

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:42 pm

· #246125
מאטי
אלזא ביסט מודה אז אויב ס'איז דא מקום לחשוש אז זיי גייען זיך נישט טוישן דאן איז יא דא א מאראלישע אבליגאציע נישט צו דערלאזן א פאלעסטינער לאנד?

ניין.
קודם האב איך געצווייפלט אויף דיין הנחה אז כאמאס גייט פירן אין די עווענטואליטעט פון א פאלעסטינער שטאַט.
חוץ דעם האב איך געטענהט אז עס איז אומאפפרעגבאר אז מיליטאנטישע ארגאניזאציעס ווערן מעסיג ווען זיי ווערן די רעגירונג פון א לאנד, וואס דו האסט איגנארירט גענצליך.
איך קען דיר נישט קאמפעלן צו געטרויען די דזשאדזשמענט פון די וועלט, אבער עס ווייזט אויף א געוואלדיגע בייעס צו איגנארירן די מיינונג פון די איבערוויגנדע מערהייט פון דער וועלט, און איך גלייב אז עס ליגט אויף דיר א גרעסערע פליכט פארשטיין צו געבן פארוואס די דעה פון די איבערוויגנדע מערהייט פון דער וועלט איז אומגערעכט, (און די פאקט איז אז זיי זענען נישט חושש אויף דיין סצענאריע), ווי אויף מיר אפצואווענדן דיין חשש.

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:56 pm

· #246127
דו האלטסט איז "די איבערוויגענדע מיינונג פון די וועלט" איז א אננעמבארע סמך צו מאראלישע פליכטן? עפעס ליגט מיר אין קאפ א געוויסע מאמר וואס גייט בערך אזוי; "ווען שטימען וואלט ווען געמאכט א דיפערענס, וואלטן זיי דאס געמאכט אומלעגאל."

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:57 pm

· #246128
בכלל איגנארירסטו די פאקט אז די עיקר סיבה פון אמעריקאנער שטיצע פאר מ.י. איז די רעליגיעזע אידעאלאגיע פון עוואנגעליסטישע קריסטן (און אויף א קלענערע פארנעם אידיש-ציוניסטישע געלט און פאליטישע איינפלוס) וואס זענען די אנדיספיוטעד באזע פון די קאנגרעס-צענטרירטע פרא מ.י. שטיצע.

אינדרויסן פון די עטליכע אראבישע לענדער אין די מיטל מזרח צפון אפריקע איז נישט פאראן קיין איין רעגירונג אויף דער וועלט וואס איז אזוי באאיינפלוסט פון א רעליגיעזע אידעאלאגיע בנוגע מ.י.-פאלעסטינע ווי די אמעריקאנער קאנגרעס הייזער (ניטאמאל די מ.י. פארליאמענט זעלבסט!), ניטאמאל א פראקציע דערפון! דעריבער גלייב איך נישט אז די אנוס ליגט אויף מיר מסביר צו זיין מיין מיינונג וואס איז אין איינקלאנג מיט די אין-ערגסטן-פאל-עטוואס-אנטי-מ.י.-נויגונג פון אייראפע און די איבעריגע וועלט, נאר אויף דיר צו איבערווייזן דיין רעליגיע-באזירטע-מינאריטעט מיינונג פון אמעריקע מ.י.

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:12 pm

· #246133
איה"נ די עיקר סיבה פארוואס אמעריקע נעמט זיך אן פאר מד"י איז וואס דו זאגסט; ציוניסטישע איינפלוס און פאנאטישע קריסטן. זי מעג זיך טאקע שעמען דערפאר.

דאונט געט מי ראנג . איך האב באמת גארנישט קעגן די אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער פון די פאלעסטינע געביטן, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס זיי זאלן דארפן ליידן און נישט האבן קיין אייגן לאנד. איך האלט אבער אויך אז זיי זענען געפאלן א קרבן צו זייערע אייגענע פירער וועמען רוב שטיצן שטארק. אויב חמאס וואלט ארויסגעוויזן די מינדעסטע שטיצע פארן רעכט אויפן עקזיסטענץ פון מד"י און אפילו איינמאל יא אינגאנצן איינמאל!! פארדאמט דאס הרג'נען בכוונה אומשולדיגע פרויען און קינדער, וואלט איך געקענט פארשטיין אז מ'זאל זיי פרובירן איבער געבן די לייצעס פון זעלבסשטענדיגקייט.

אזוי ווי ס'איז יעצט בין איך מער באזארגט פאר מיינע אידישע ברודער וואס די השגחה פרטית האט צוגעפירט אז זיי זאלן פונקט זיין שכנים מיט די פאלעסטינער. און אויב האב איך א שמץ פון א ספק אין זייער זיכערהייט, וואלט איך געטון אלעס וואס א יעדע נארמאלע לאנד וואלט געטון זיך צו באשיצן.

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:22 pm

· #246139
מאטי
דו האלטסט איז "די איבערוויגענדע מיינונג פון די וועלט" איז א אננעמבארע סמך צו מאראלישע פליכטן? עפעס ליגט מיר אין קאפ א געוויסע מאמר וואס גייט בערך אזוי; "ווען שטימען וואלט ווען געמאכט א דיפערענס, וואלטן זיי דאס געמאכט אומלעגאל."

לגבי די ערשטע שאלה איז מיין ענטפער יא.
אבער מיין מאראלישע פליכט פאר די פאלעסטינער איז אומאפהענגיג פון די מאיאריטעט מיינונג פון די וועלט, עס איז מיין מיינונג, וואס עס ווערט נאר אונטערגעשטיצט פון די מאיאריטעט.

חכם די לאזונג האט זיך באצויגן אריגינעל צום אמעריקאנער קאנגרעס, און באנוצט געווארן דורך מיר דווקא לגבי די נעאקאנסערוואטיווע אמעריקאנער אויסערן פאליטיק!

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:23 pm

· #246140
איך וויל באמת נישט הערשן אויף זיי, הלואי וואלטן זיי געהאט פאראנטווארטליכע פירער אויף וועמען איך וואלט מיך געקענט פארלאזן זיי זאלן היטן אז אירע בירגער זאלן נישט אפשטאטן קיינע באזוכן ביי מיינע בירגער אינדערהיים, און אפטיילן די קעפ פון די קערפער פון די איינוואוינער.

דערפאר מוז איך בע"כ שטעלן מיינע סאלדאטן זאלן אבאכט געבן אז מיינע בירגערס קעפ זאלן בלייבן אומאפגעטיילט פון זייערע קערפער. איז דאס אפשר צופיל צו בעטן אנאנים?

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:32 pm

· #246142
מאטי
איך וויל באמת נישט הערשן אויף זיי, הלואי וואלטן זיי געהאט פאראנטווארטליכע פירער אויף וועמען איך וואלט מיך געקענט פארלאזן זיי זאלן היטן אז אירע בירגער זאלן נישט אפשטאטן קיינע באזוכן ביי מיינע בירגער אינדערהיים, און אפטיילן די קעפ פון די קערפער פון די איינוואוינער.

דערפאר מוז איך בע"כ שטעלן מיינע סאלדאטן זאלן אבאכט געבן אז מיינע בירגערס קעפ זאלן בלייבן אומאפגעטיילט פון זייערע קערפער. איז דאס אפשר צופיל צו בעטן אנאנים?

מיר רעדן דערווייל איבער אמעריקאנער וועטא (סטראשע, אין לעצטן פאל) קעגן פאלעסטינער שטאַטהייט.

לגבי מ.י. פארטיידיגונג קעגן פאלעסטינער טעראר, האסטו איין ברירה שטויס ארויס דיינע בירגער פון די פאלעסטינער געביטן וואו דו שיקסט זיי אומלעגאל זיך צו באזעצן, און איינמאל אלע דיינע מתנחלים/פארברעכער זענען סעיפלי ביי דיר אין לאנד שטעל אויף א שיינע שטארקע הויעכע גרעניץ צוים, באוואכט מיט אלע דיינע הויעך טעכנאלאגישע סענסארס און וואפן, און יעדער וועט פאטשן מיט די הענט.

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:35 pm

· #246144
ישראל קאפקע
מאטי
דו האלטסט איז "די איבערוויגענדע מיינונג פון די וועלט" איז א אננעמבארע סמך צו מאראלישע פליכטן? עפעס ליגט מיר אין קאפ א געוויסע מאמר וואס גייט בערך אזוי; "ווען שטימען וואלט ווען געמאכט א דיפערענס, וואלטן זיי דאס געמאכט אומלעגאל."

לגבי די ערשטע שאלה איז מיין ענטפער יא.
אבער מיין מאראלישע פליכט פאר די פאלעסטינער איז אומאפהענגיג פון די מאיאריטעט מיינונג פון די וועלט, עס איז מיין מיינונג, וואס עס ווערט נאר אונטערגעשטיצט פון די מאיאריטעט.

חכם די לאזונג האט זיך באצויגן אריגינעל צום אמעריקאנער קאנגרעס, און באנוצט געווארן דורך מיר דווקא לגבי די נעאקאנסערוואטיווע אמעריקאנער אויסערן פאליטיק!

אויב דיין ענטפער איז יא אויף מיין ערשטע שאלה, דאן דארפסטו צוריק-גיין אין חדר זיך לערנען הלכות עטיקעט און מאראל. פאר אן אנהייבער; קיינמאל נעם נישט אן א מיינונג אלס מאראליש אויסגעהאלטן בלויז ווייל רוב מענטשן האלטן אזוי. אויב איז דאס אן אומרעכט בלייבט דאס אן אומרעכט אומאפהענגיק וואס די גאנצע וועלט זאגט.

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:51 pm

· #246149

'בלויז' ווייל רוב וועלט האלט אזוי?
דערויף האב איך דיר געענטפערט אז מיין פליכט פאר פאלעסטינער רעכטן האט נישט בכלל מיט די מאיאריטעט מיינונג, עס איז גאנץ באשטימט "מיין" מיינונג, צו וועלכע איך בין צוגעקומען פון מיין אייגענע איבערצייגונג, גאנץ אומפארבינדן מיטן פאקט אז עס איז די מאיאריטעט מיינונג.
בשעת דו ביזט גאנץ קלאר אז דיין מיינונג איז באזירט אויף א עטנישע בייעס, און ביזט מודא אז די איבערוויגנדע מערהייט פון דיין (מינאריטעט מיינונג) איז רעליגיע-באזירט און עטניש-באזירט.

נאכאמאל, איך האב אנגענומען וואס איך האלט, ווייל 'איך' האלט אזוי, און דו, דאס וואס דו האלסט פילייכט אויך ווייל דו האלסט אזוי, די שאלה איז יעצט וועלכע מאראל אדער עטיק זאל זיין מאסגעבנד פאר די וועלט, (נישט וואס דו אדער איך 'מוזן' האלטן אדער אננעמען, נאר וואס זאל פאקטיש נעמען פרעפערענץ אויף די וועלט ארענע, די מינאריטעט אדער די מיאריטעט מיינונג?).

chusid » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:57 pm

· #246150
די סיבה פארוואס עס איז נישט פשוט אז עס קומט זיי אנערקענונג אלס א זעלבסשטענדליכע לאנד איז קודם ווייל די גרעניצן פון די לאנד זענען נישט באשטעטיגט, און פונקטליך וויאזוי מען צוטיילט די פאלעסטינע שטח אויף וואס מען שלאגט זיך שוין זיבעציג יאר איז במחלוקת, דא איז דא א יסוד'סדיגע מחלוקה צווישן פאלעסטינער מיט די ישראלים אויף וואס ביידע פאלעסטינע פארטייען ווילן אין א געוויסע זין די גאנצע. כאמאס כפשוטו און פאטאח דורך געבן בירגערשאפט פאר 4 מיליאן אראבער אין מ"י וואס דאן ווערן זיי די רוב. ווי אויכט איז דא זיכערהייט איינגעלעגענהייטן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט . דעריבער האלט אמעריקע אז די סכסוך דארף געשליכטעט ווערן דורך די צדדים אליין און נישט ארויפצווינגען די אופנים פון צוטיילן

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:57 pm

· #246151
ישראל קאפקע
מאטי
איך וויל באמת נישט הערשן אויף זיי, הלואי וואלטן זיי געהאט פאראנטווארטליכע פירער אויף וועמען איך וואלט מיך געקענט פארלאזן זיי זאלן היטן אז אירע בירגער זאלן נישט אפשטאטן קיינע באזוכן ביי מיינע בירגער אינדערהיים, און אפטיילן די קעפ פון די קערפער פון די איינוואוינער.

דערפאר מוז איך בע"כ שטעלן מיינע סאלדאטן זאלן אבאכט געבן אז מיינע בירגערס קעפ זאלן בלייבן אומאפגעטיילט פון זייערע קערפער. איז דאס אפשר צופיל צו בעטן אנאנים?

מיר רעדן דערווייל איבער אמעריקאנער וועטא (סטראשע, אין לעצטן פאל) קעגן פאלעסטינער שטאַטהייט.

לגבי מ.י. פארטיידיגונג קעגן פאלעסטינער טעראר, האסטו איין ברירה שטויס ארויס דיינע בירגער פון די פאלעסטינער געביטן וואו דו שיקסט זיי אומלעגאל זיך צו באזעצן, און איינמאל אלע דיינע מתנחלים/פארברעכער זענען סעיפלי ביי דיר אין לאנד שטעל אויף א שיינע שטארקע הויעכע גרעניץ צוים, באוואכט מיט אלע דיינע הויעך טעכנאלאגישע סענסארס און וואפן, און יעדער וועט פאטשן מיט די הענט.

וואס הייסט דאס אומלעגאל? וואספארא מין ראסיזם הער איך דא? דו וואלסט געשטיצט א לאנד וואס לאזט נישט אריין קיין אנדערע מענטשן באזירט אויף זייער ראסע? וואלטן די אראבער געהאט א פראבלעם אויב פראנצויזן קומען זיך באזעצן אויפן מערב ברעג?

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:23 am

· #246160

That's all you've got? Seriously.
Are the Palestinians obliged to condone unobstructed immigration from foreigners, be it Jews french or Englishmen?
How about accepting second class status, and minority status on their own land?
How about accepting members of the of the group of ideology that displaced 90% of their ancestors, one generation ago?
Or the fact that most of the settlements are located on private Palestinian property.
Or the fact that that their freedom of navigation has been severely restricted as a result of those settlements.
Or the fact that they live under brutal military rule for the past forty years.
You're also ignoring the fact that it's clearly illegal according to international law, for an occupying power to transfer their population to the occupied erea.
And in the case of Israel specifically there are several UN resolutions to that effect.
Ridiculous brazen hypocrisy!!
מאטי, טו מיר א טובה און צי צוריק דיין לעצטע קאמענטאר, עס פארגייט מיין גאנצע אפעטיט צו דעבאטירן מיט דיר אויף דעם נושא.

אויסגערוט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:32 am

· #246161
קאפקע איין קשיא האב איך. ווען משיח עט קומען וועסטו אויכעט שרייען חוצפה אז מען דיספלעיסט 100% פון די אראבער???
Just Curious#

פלאוויוס » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:38 am

· #246162
ישראל, איך גלייב אז מ'וועט נאר שטענדיג פארן ארום און ארום, אן קענען צוקומען צו א געמיינזאמען פארשטאנד, וויבאלד דער ויכוח הייבט זיך באמת אן סאך פריער. די פראגע צי מדינת ישראל קען ווערן באטראכט ווי פארברעכער (אפגעזען וואס די סיבות זענען פאר זייער אקופאציע, היינט צוטאגס/פון אנהייב אן, וכו' וכו') ווענדט זיך זייער שטארק אינעם צוגאנג וואס מ'האט מתחילה צו דעם באגריף פון אידישער הערשאפט איבער ארץ ישראל.

בלויז איין ביישפיל: דאס באטראכטן די פארטריבענע פאלעסטינער ווי קרבנות, ווענדט זיך היבש אינעם אופן ווי מ'באטראכט דעם עצם קאנפליקט. אויב האבן די אידן געהאט א רעכט אויף ארץ-ישראל, כאטש וועלכע רעכט, דאן האבן די אראבער נישט געהאט קיין רעכט צו גיין אין מלחמה. די תוצאות פון דער מלחמה קען מען נישט אנלייגן אויף איינעם מער ווי אויפ'ן צווייטן (סיידן ס'איז געווען עפעס גאר אומגעווענליך ווי ביי אנדערע מלחמות). בקיצור, מ'דארף אנהייבן פון אלף. ביסט מסכים מיט מיר?

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:51 am

· #246164
מאטי

וואס הייסט דאס אומלעגאל? וואספארא מין ראסיזם הער איך דא? דו וואלסט געשטיצט א לאנד וואס לאזט נישט אריין קיין אנדערע מענטשן באזירט אויף זייער ראסע? וואלטן די אראבער געהאט א פראבלעם אויב פראנצויזן קומען זיך באזעצן אויפן מערב ברעג?

אוי קאט דע קרעפ!
ראסיזם??
ראסיזם איז דאס אז פיר מיליאן פאלעסטינער האבן נישט קיין שטימרעכט, בשעת זייערע שכינים די מתנחלים/פארברעכער האבן יא.

ראסיזם איז די אויסשלוסליך אידישע שטעטלעך אין די מערב ברעג.

ראסיזם איז די מיליטערישע געזעץ אונטער וואס די פאלעסטינער לעבן שוין פערציג יאר.

ראסיזם איז די אויסשלוסליך אידישע אימיגראציע, וואס ווערט שטארק געשטיצט פון די מ.י. רעגירונג, און די כמעט אוממעגליכע אראבישע און מוסלעמענער אימיגראציע.

ראסיזם איז דאס שטערן די פליטים פון די 1948 און 1964 מלחמות זיך צוריק צו קערן צו זייערע הייזער.

ראסיזם איז די פארנאכלעסיגונג פון די רעגירונג מוניציפאלע ווירטשאפטן אין די אראבישע שטעט אדער אראבישע געגנטער אין די גרינע ליניע.

ראסיזם איז די מיליטער וואס שליסט אויס די פאלעסטינער בירגער פון מ.י. און די אלע רעגירונג שטעלעס וואס גייען אויסשלוסליך צו וועטעראנען פון די מיליטער.

ראסיזם איז די פאקט אז קיין איין נייער שטאט אין מ.י. איז נישט באשטעטיגט געווארן פאר פאלעסטינע אראבער אין זינט 1948, און בלויז איין דרוזישע שטאט (פארגאגענעם יאר).

ראסיזם איז דאס געבן מאדערן העברעאישע נעמען פאר די פיר הונדערט אויסגעמעקטע פאלעסטינער שטעט און שטעטלעך דורכאויס מ.י.

ראסיזם איז די שטאטישע, נאציאנאלע און נאטור-רעזערוואציע פארקס געבויט אויף חרובע פאלעסטינער דערפער.

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:56 am

· #246167
@פלאוויוס
קלאר אז איך קריג זיך מיט דיר אויך איבער די ציוניסטישע רעכט אויך פאלעסטינע אין 1948, אבער לאמיר איגנארירן און נישט אריינגיין אין די רעכט/אומרעכט שולד/אומשולד פון די ציוניסטן און פאלעסטינער אין 1948.
לאמיר זיך באצוען צו די ליסטע וואס איך האב אויסגערעכנט אויבן (וואס איך האב געשריבן נאך פאר איך האב געזען דיין קאמענטאר).
ענטפער מיר איבער דעם, און דערנאך וועט מען דעבאטירן 1948.

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:08 am

· #246169
ישראל דו דארפסט דאס נעמען איזי, מיר ליפטערן זיך אויס אינאיינעם, איך צו צוריק פון אלעם אבער קיין הארץ-אטאקע כאפ מיר נישט...

איך בין שוין כמעט ביי מיין קישן, אלזא באריכות קען איך דיר נישט ענטפערן, אבער בקיצור נמרץ נעם דיר אריין די כללים אין קאפ. לא יומתו בנים על אבות, ס'איז מיטל-אלטערדיג געטראכט פיינט צו האבן א מענטש וועגן זיין פאלקס/עלטערנ'ס עבירות.

נומער 2) איין ראסיזם קעשט נישט אויס א צווייטע. איך רעדט פון א' זאגסטו ב'. און דאס שוין להניח אז דו ביסט גערעכט.

א גוטע נאכט כ'וועל מארגן ממשיך זיין באריכות אויב מיין פעשאן וועט נישט ווערן אויסגעוועפט. דערווייל שלאף רואיג! איי לאוו יו...

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:51 am

· #246179
מאטי
ישראל דו דארפסט דאס נעמען איזי, מיר ליפטערן זיך אויס אינאיינעם, איך צו צוריק פון אלעם אבער קיין הארץ-אטאקע כאפ מיר נישט...

איך בין שוין כמעט ביי מיין קישן, אלזא באריכות קען איך דיר נישט ענטפערן, אבער בקיצור נמרץ נעם דיר אריין די כללים אין קאפ.
1) לא יומתו בנים על אבות, ס'איז מיטל-אלטערדיג געטראכט פיינט צו האבן א מענטש וועגן זיין פאלקס/עלטערנ'ס עבירות. דאס רופט זיך וועסטרן ציוויליזאציע.

נומער 2) איין ראסיזם קעשט נישט אויס א צווייטע. איך רעדט פון א' זאגסטו ב'. און דאס שוין להניח אז דו ביסט גערעכט.

א גוטע נאכט כ'וועל מארגן ממשיך זיין באריכות אויב מיין פעשאן וועט נישט ווערן אויסגעוועפט. דערווייל של אף רואיג! איי לאוו יו...

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיר זאגן מיט נומער איינס, וואו האב איך אדוואקאטירט שנאת בנים על חטא אבותם?
(אלענפאלס וועסטערן ציוויליזאציע איז נישט עפעס וואס דו קענסט ארויפצווינגען אויף א צווייטן פאלק).

צוויי, איך זאג אז עס האט נישט מיט ראסיזם זיי זענען נישט מחיוב אריינלאזן קיין שום פרעמדע אימיגראנטן, פינטל.
זיי מעגן -פונקט ווי יעדן אנדערע פאלק אויף דער וועלט- זוכן אנצוהאלטן זייער אינדידזשינעס קאמפאזישאן.
דאס איז בנוגע פאר 1948,
איינמאל ציוניזם האט פארטריבן זייער פאלק, און דינייט זיי זייער רעכט זיך צוריק צו קערן אהיים, אדער שטימרעכט פאר בערך פינף און זיבעציג פראצענט פון די וואס וואוינען נאך יא אינטער מ.י. קאנטראל, איז היפאקריטיע און הוילע טיפשות צו פארלאנגען אז זיי זאלן אריינלאזן פרישע ציוניסטן, צי אין מ.י. צי אין די פאלעסטינער געביטן, גאנץ פשוט ציוניזם איז זייער שונא, און ראסיזם קומט גארנישט אריין דא.
דאס אלס ווערט נאר אויסגעשארפט ווען מען רעכנט אויס די אלע שוועריגקייטן און אומרעכטן וואס זיי שטיין אויס פון די פרעמדע אקופירנדע ציוניסטישע מאכט זינט 1948 און 1964.
זייער'ס איז נישט ראסיזם, (כאטש איך גיי נישט, און איך קען נישט וואוטשען פאר יעדן פאלעסטינער אויב ער איז ראסיסט אדער נישט) וויכטיג איז אויב זייער קעגנערשאפט צו ציוניזם, ציוניסטישע אקופאציע, און ציוניסטישע אימיגראציע איז ראסיסטיש, און אויף דעם איז די ענטפער אז פונקט ווי יעדן פאלק האבן זיי די רעכט זיך קעגן שטעלן די אקופאציע, און דאס איז לגמרי נישט ראסיזם.
דאס וואס איך האב אויסגערעכנט עטליכע קאמענטארן צוריק איז קלאר יא ראסיסטיש, און שארפט נאר אויס די היפאקריטיע חוצפה און טיפשות אין דעם טענה דיינער.

עניוועי, האסט דאך צוריק געצויגן, און קענסט זיין רואיג אז איך וואלט אויך געשלאפן גאנץ פיין (וויפיל מיין צייטווייליגע שלאפלאזיגקייט וועט ערלויבן) אפגעזען צי דו האסט יא אדער נישט צוריק געצויגן.

diff » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:27 am

· #246198
הייסט, מגייט גארנישט האבן פון צירוגעבען . נו דארף מען זיין א טיפש

diff » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:45 am

· #246205
Am respecting your request that your evangelist / money theory bla bla , remain undisputed

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:02 am

· #246211
@diff
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט, קענסט ביטע איבערפרעגן קלארער?

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:05 pm

· #246250
ווער האט ענק איינגערעדט אז פאליטיק האט עפעס מיט בארעכטיגט איינגעלייגט? ווער האט בארעכטיגט פאר אמעריקע זיך אנצונעמען פאר איין געוויסע צד אין קאריע, וויעטנאם, קאמבאדיע, קובא, איראן, איראק, יאפאן, און יעדער אנדערער לאנד ווי ער פארמישט זיך? אמעריקע, פונקט ווי יעדער אנדערע לאנד, דאגה'ט פאר אירע אינטערעסן. עס איז די מזל, אדער שלימזל, פון מדינת ישראל, אז עס שטעלט זיך אויס צו זיין אין אמעריקע'ס אינטרעס צו זיין אויף זייער זייט. די אלע שמועסעריי פון בארעכטיגקייט איז נישט מער ווי פראפאגאנדע אויף איינרעדן די פאלק וואס האט קיין מושג וויאזוי אינטערנאציאלע פאליטיק ארבעט ווי כלומר'שט זיין לאנד קעמפפט פשוט פאר די גערעכטיגקייט.

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:39 pm

· #246265
אמת, אבער איך רעדט כסדר וואס די פליכטן וואלטן ווען געדארפט זיין. און ס'קען זיך מאכן אז פונקט זענען די אינטערעסן און די פליכטן נישט מנוגד.

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:44 pm

· #246271
יא מיין תפקיד איז טאקע צו רעדן וועגן וואס דארף זיין, עס איז אבער שטארק מחשיד ווען איינער טראכט אז פונקט די צד ווי ער שטייט איין איז געלונגען אז עס איז די ריכטיגע.. געווענטליך איז די סיבה דערצו נישט די גערעכטיגקייט. עס געשעהט נישט אזעלכע מופתים.

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 6:31 pm

· #246426
וועלכע אמעריקאנער פאליטישע אינטערעס איז דאס שטיצן מדינת ישראל?
וועלכע בענעפיט האט אמעריקע דערפון מער פון אייראפע, אז דווקא אמעריקע שטיצט מדינת ישראל?

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:13 pm

· #246510
אמעריקע זוכט צו שולט זיין ווי זיי קענען אין די גאנצע וועלט. המכונה אמעריקאנער מילטיערישע עיד צו א מדינה מיינט ביזנעס פאר אמעריקאנע קאמפעניס וואס זענען געבונדען מיט די אמעריקאנע מיליטער. קיין איין דאלער געבן זיי נישט אויף צדקה, רעד זיך נישט איין.. עס גיט אמעריקע א אחיזה אין די געגנט קעגן אנדערע וואס וואלטען געהאט א השפעה קעגן אמעריקע. אמאל איז דאס געווען בעיקר רויסלאנד היינט איז עס אויך איסלאמישע באוועגונגען. וכו' וכו' וכו'.

ווער איז אייראפע? זיי האבען זיך זייערע אייגענע אינטערעסן וואס גיין לאו דווקא צוזאמען מיט די אמעריקאנע. די אי יו אדער יו ען וואס לאזט ארויס סטעיטמענטס קעגן מדינת ישראל איז ברובו סתם א חברה משועממים וואס האבען נישט קיין סאך אמת'ע פאליטישע כוח און האבען צייט צו נארישקייטן ווי מאראלישע הכרזות. אמעריקע ווי אלע אנדערע לענדער וואס האבען ערנסטע פאליטישע און מיליטערישע אמביציעס און כוח מאכן זיך נישט צוטוהן פון אזוינע שטותים.

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:39 pm

· #246517
איך האלט גראדע אז די טענה וואס מאטי האט דא געברענגט האלט נישט אויס. די גאנצע איידיע פון לאזן יענער מאכן זיין אייגן לאנד איז טיייטש אז ער זאל מאכן די החלטות וויאזוי צו פירען זיין לאנד, נישט אז איך זאל עם געבן ברוב טובתי א לאנד אויף מיינע תנאים. ממילא אז דו האסט מורא ער וועט דיר שיסען, טאקע א פראבלעם, פראביר צו פארהאנדלען וכו', אבער עס טוישט נישט די נקודה אז עס קומט עם א לאנד פונקט ווי יעדער. אויב גלייבן מיר אין אזא סארט הנחה. איך טראסט אויך נישט אמעריקע אדער מדינת ישראל זי זאל נוצען איר כוח ריכטיג. און דער אראבער דארף עס אויך נישט טראסטן. סאו דאס איז אפשר א לעגיטימער פחד פון מדנ"י, און עס איז די אינטערעס זייערע זיך מתנגד זיין וועגן דעם, אבער נישט קיין מאראלישע טענה מיט וואס א דריטער קען זיך רעכענען. וואס חסיד זאגט מאכט מיר מער סענס פאר א דריטער צו האלטן.

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:55 pm

· #246527
כ'מיין אז ס'איז דא אן אוניווערסועל קאנסענצוס אז מ'דארף מער מעריץ זיין לעבן ווי טויט כדי צו זיין בארעכטיגט צו געוועלטיגן אויף אנדערע.

איינעם וואס מ'וואלט ווען איינגעשפארט אין תפיסה אויף זיינע מעשים אין א ציווילע געזעלשאפט איז א קל וחומר אז מ'טאר אים נישט איבערגעבן די לייצעס פון א מלוכה.

איך זאג נישט אז מ'דארף גיין דיסמענטלן אלע מאכטן וואס באגייען אומרעכטן, אבער נישט אנהייבן קיין פרישע איז עפעס אנדערש.

וואס בעט שוין מד"י סך הכל, "אנערקען אין מיין עקזיסטענץ, נעם ארויס פון דיין טשארטער די פאראגראף וואס רופט צו פארטיליגן מיינע בירגער.

יא די פאלעסטינער האבן א רעכטע פאר אן אייגן לאנד, זיי זענען אבער קרבנות פון זייערע אייגענע טאטעס.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:00 am

· #246529
אין די הלכה ווער עס פארדינט זיך אן אייגן לאנד שטייט נישט "בתנאי אז דו פירסט זיך לויט ווי איך וויל". עס שטייט נישט אפילו די הנחות וואס דו לייגסט. יעדער לאנד אין די וועלט הרג'ט מענטשען לפי דעתה און טוהט אנדערע זאכן וואס לויט אנדערע איז עס אסור. ממילא קומט זיי נישט קיין לאנד?
די זעלבע טענה קען דאך די צווייטר טענה'ן פארקערט אז עס קומט זיך נישט פאר אמעריקע אדער מדינת ישראל קיין לאנד והא ראיה די ליסטע פון עוולות וואס קאפקע וועט דא ברענגען.
וואס דער וויל און וואס יענער וויל דאס זענען וויכוחים אין די משא ומתן איך גיי נישט אריין אין דעם ווען יענערס טענה איז בעסער ולהיפך, דאס דארף מען זיך אויסקומען.
שטייצעך די גאנצע מעשה ווי כלומר'שט זייערע טאטעס מאכען זיי פראבלעמען איז נאריש. זייערע מנהיגים טוהן בסך הכל פאר זייערע אינטערעסן און נישט פאר דיינס. טאקע אויך בדרכי מלחמה, אזויווי יעדער אנדערע לאנד טוהט אויך. אז דו ביסט דער צווייטער צד אין דער געפעכט און דו האסט מורא מילא, דאס האט נישט מיט ווער עס איז גערעכט צוטוהן.

קרימינאלן זענען זיי לויט דיינע געזעצן, פונקט ווי דו ביסט לויט זייערע..

מאטי » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:26 am

· #246540
ביסט בארעכטיגט צו דיין מיינונג פונקט ווי אסאמא בין לאדין איז בארעכטיגט צו זיינס. איין זאך נאר; נאטורליכע סעלעקציע פלאס סורווייוועל אף די פיטעסט האט מחליט געווען צו רוטן פאר מיין זייט אין סוף פון איצטיגן מאלעניאם.

ס'איז נישטא קיין הלכות, תקנות אדער לענדער, ס'איז איך און דו, איך פרוביר דיר צו געבן א פראסק און דו פאר אומפארשטענדליכע סיבות (עכ"פ אין מיינע אויגן) האט מחליט געווען זיך צו פארטיידיגן. יא, אביסל מער פענסי.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:33 am

· #246543
זאלסט נאר האלטן די זעלבע מיינונג ווען מ'שלאגט דיר...

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:49 am

· #246549
לעיקוואד
אמעריקע זוכט צו שולט זיין ווי זיי קענען אין די גאנצע וועלט. המכונה אמעריקאנער מילטיערישע עיד צו א מדינה מיינט ביזנעס פאר אמעריקאנע קאמפעניס וואס זענען געבונדען מיט די אמעריקאנע מיליטער. קיין איין דאלער געבן זיי נישט אויף צדקה, רעד זיך נישט איין.. עס גיט אמעריקע א אחיזה אין די געגנט קעגן אנדערע וואס וואלטען געהאט א השפעה קעגן אמעריקע. אמאל איז דאס געווען בעיקר רויסלאנד היינט איז עס אויך איסלאמישע באוועגונגען. וכו' וכו' וכו'.

ווער איז אייראפע? זיי האבען זיך זייערע אייגענע אינטערעסן וואס גיין לאו דווקא צוזאמען מיט די אמעריקאנע. די אי יו אדער יו ען וואס לאזט ארויס סטעיטמענטס קעגן מדינת ישראל איז ברובו סתם א חברה משועממים וואס האבען נישט קיין סאך אמת'ע פאליטישע כוח און האבען צייט צו נארישקייטן ווי מאראלישע הכרזות. אמעריקע ווי אלע אנדערע לענדער וואס האבען ערנסטע פאליטישע און מיליטערישע אמביציעס און כוח מאכן זיך נישט צוטוהן פון אזוינע שטותים.

נאכאמאל, וועלכע פאליטישע אינטערעסן האט אמעריקע אין מדינת ישראל וואס אייראפע האט נישט?
פארקויפן וואפן איז בעניפיטירנד פאר אייראפע פונקט ווי פאר אמעריקע, עס איז נאריש אנצורופן אמעריקאנער מיליטערישע הילף צו מ.י. עניטינג באט 'צדקה'.

פאקט איז אז אמעריקע פארשווענדעט גאר אסאך פאליטישע קאפיטאל אין די וועלט ארענע צו פארטיידיגן מ.י. פארלעצונגען פון אינטערנאצינאלע געזעץ, א זאך וואס קאסט איר איינפלוס אין די גאנצע אראבישע וועלט, זיי מיר מסביר פונקטליך 'וואס' אמעריק פארדינט סטראטעגיש דערפון.
די דריי ביליאן דאלער מיליטערישע הילף פאר מ.י. איז א מתנה פון אמעריקע, עס איז נישט בעניפיטירנד פאר אמעריקע, חוץ די אמעריקאנער מיליטערישע אינדוסטריע קאמפלעקס, אבער איז פיסקאלי נישט אויסגעהאלטן, און איז נישט קיין נעט געין פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע, אין קאנטראסט צו די עטליכע מאל די ווערד וואפן וואס אראבישע לענדער 'קויפן' פון אמעריקע יערליך, און צענדליגע ביליאנען דאלארן וואפן פארקויפונגען צו די גאלף וואס די ציוניסטישע לאבי האט טארפעדאירט אין די לעצטע עטליכע יאר.

די שטות איז נאך דאס מערסטע בולט ווען עס קומט צו 'אמתע' אקטועלע אמעריקאנער מיליטערישע אינטערעסן אינעם מיטל מזרח, נישט אין די ערשטע איראק האט מ.י. ארויסגעהאלפן אמעריקע, נישט אין די צווייטע איראקער אינוואזיע, אפגהאניסטאן אינוואזיע, די קריג קעגן אייסיס אדער סיריע, וכו' וכו' אמעריקע האט טרופן און טרענירט די סירישע אפאזיציע אין ירדן, טערקיי, באכראין, סאודי אראביע וכו' וכו', איבעראל נאר נישט אין מ.י. עס איז אויסדרוקליך א מיטאס, א לעגענדע, עס איז קיינמאל נישט געווען ריכטיג און איז נישט ריכטיג היינט צוטאגס.

א איד » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:10 am

· #246563
איך בין נישט אזוי באקאנט אין פאליטיק, אבער מען הערט זיך אן דא און דארט, וויל איך פרעגן
די פאלעסטינע האבן דאך געוויזן וויפיל זיי שחטן אויס, פאר עס פירט זיך נישט ווי זיי, נו ווען זיי וועלן האבן אן אייגן לאנד וועלן זיי עס טוהן אסאך מער סאפיסטיקירט, נו פארוואס זאל מען זיי עס געבן?
מיין קשיא איז אסאך שטערקער אויף אלע אנדערע לענדער פארוואס זיי שטופן עס יא?

diff » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:19 am

· #246564
His imaginations are always undisputable. Anyone else is silly mitus legends. Why are you wasting time on him
What reward them for 1967 war. We should've done them what they wanted to do with us.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:35 am

· #246566
פליז די לעצטע זאך וואס אמעריקע זאל צולאזן איז אז מד''י זאל זיי ארויסהעלפן אין א מלחמה 'צוזאמען' קעגן אן אראביש לאנד . וואס מד''י טוט צו העלפן בשתיקה וועסטו מעגליך קיינמאל נישט וויסן.

יאיר » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:14 am

· #246573
ישראל קאפקע
מאטי
אלזא ביסט מודה אז אויב ס'איז דא מקום לחשוש אז זיי גייען זיך נישט טוישן דאן איז יא דא א מאראלישע אבליגאציע נישט צו דערלאזן א פאלעסטינער לאנד?

ניין.
קודם האב איך געצווייפלט אויף דיין הנחה אז כאמאס גייט פירן אין די עווענטואליטעט פון א פאלעסטינער שטאַט.
חוץ דעם האב איך געטענהט אז עס איז אומאפפרעגבאר אז מיליטאנטישע ארגאניזאציעס ווערן מעסיג ווען זיי ווערן די רעגירונג פון א לאנד, וואס דו האסט איגנארירט גענצליך.
איך קען דיר נישט קאמפעלן צו געטרויען די דזשאדזשמענט פון די וועלט, אבער עס ווייזט אויף א געוואלדיגע בייעס צו איגנארירן די מיינונג פון די איבערוויגנדע מערהייט פון דער וועלט, און איך גלייב אז עס ליגט אויף דיר א גרעסערע פליכט פארשטיין צו געבן פארוואס די דעה פון די איבערוויגנדע מערהייט פון דער וועלט איז אומגערעכט, (און די פאקט איז אז זיי זענען נישט חושש אויף דיין סצענאריע), ווי אויף מיר אפצואווענדן דיין חשש.

איך האב יעצט גערעדט מיט א נעא נאצי, זאגט ער מיר, וואס מיינסטו, די גאנצע וועלט איז משוגע? פאר זיבעציג יאר צוריק האט דייטשלאנד אויסגעשאכטן די אידן אין גאנץ אייראפע, און אין יעדן לאנד האט מען זיי אדער צוגעהאלפן אדער געמאכט א שווייג. כמעט קיין איין לאנד אין די וועלט האט נישט געוואלט ארייננעמען די פארשאלטענע אידן און זיי ראטעווען פון זיכערע טויט. און דאס איז נישט נאר אמאל. היינטיגע צייטן זענען פארהאן איבער א ביליאן מענטשן וואס האבן אנטיסעמיטישע מיינונגען. א זיבעטל פון די וועלטס פאפולאציע! עס מוז זיין אז עפעס איז סיריעסלי ראנג מיט דעם אידישן פאלק.

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:23 am

· #246574
@ישמעאל הכהן
דעטס מיי ווהאל פוינט.
מדינת ישראל איז גענצליך ווערדלאז פאר אמעריקע אין יעדע געאפאליטישע, מיליטערישע און עקאנאמישע רעלם.

בשעת וואס אמעריקאנער שטיצע פאר מדינת ישראל איז דאס וואס אנטאגאניזירט די אראבישע לענדער 'קעגן' אמעריקע און אירע אינטערעסן.

יעדער פלאפלט איך די ציוניסטישע טאקינג-פוינטס איבער מדינת ישראל'ס 'בעניפישל אליאנץ' מיט אמעריקע, אבער נאך אלע מיליטערישע, שפיאנאזש, פארטיידיגונג, און פאליטישע שטיצע וואס אמעריקע גיט פאר מדינת ישראל, ווען עס קומט צו פאקטישע סטראטעגיש הילף פון מדינת ישראל צוריק צו אמעריקע איז עס אומעקזיסטירנד! נול, זילטש!

טערקיי ירדן סאודי אראביע קואוועיט און די גאלף לענדער קאטאר באכראין אָמאַן און די עמיראטן, אדער צענטראל-אזיאטישע לענדער אזערביידזשאן טורקמעניסטאן וכו', אלע העלפן ארויס אמעריקע למחצה לשליש ולרביע, און האבן געטון אזוי אין איראק, אפגהאניסטאן, די ערשטע גאלף קריג, איצט קעגן אייסיס און אסאד.
מאנכע וועלן זאגן אז די אלע מלחמות זענען לטובת מדינת ישראל, אבער אפילו אויב נישט, קיין סטראטעגישע עסעט פאר אמעריקע איז מדינת ישראל זיכער נישט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:32 am

· #246578
U didn't read my last line.
אגב די איזרעלי 1981 באמבאדירונג אויף סאדאם כוסעינס נוקלעארע רעאקטארס איז נישט געווען צו אמעריקע'ס בענעפיטן?

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:55 am

· #246581
ישמעאל הכהן
U didn't read my last line.
אגב די איזרעלי 1981 באמבאדירונג אויף סאדאם כוסעינס נוקלעארע רעאקטארס איז נישט געווען צו אמעריקע'ס בענעפיטן?

יא עס איז אוודאי געווען עפעס א מוראדיג בראווע כמעט ניסים'דיגע אפעראציע, ממש לעגענדאר!
(דו ווייסט דאך זיכער נישט אז עס איז געווען טיף אינמיטן די איראן-איראק קריג, און טאקע די זעלבע רעאקטארן זענען עטליכע חדשים פארדעם באמבאדירט געווארן דורך איראן! פארשטייט זיך נישט אזוי סוקסעספול ווייל איראן האט נישט געהאט די זעלבע פארגעשריטענע וואפן).
אדער אז אמעריקע איז דאן געווען די גרעסטע וואפן סופלייער 'צו' סאדאם, אדער אז אמעריקע האט ארויסגעהאלפן איראק אין זייער אגרעסיע קעגן איראן, יא מ.י. האט געגעבן א קליינער פליק פאר איראק, ווייל זיי האבן געשאצט אז גייט ארויסהעלפן זייער זיכערהייט, אבער דאס איז נישט די זעלבע ווי א 'בעניפישל אלייענס'.

I did read your last line, but speculation isn't worth arguing about, especially when it's plainly obvious to anyone objective that the blind American support for Israel is hurting its own influence and interests in the middle east and the wider Arab and Muslim world.

שמערל » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:55 am

· #246582
מען טענה'ט זיך דא סתם אויף עסקי קש ותבן.

איז דען בכלל די דין ודברים פון די פאליסטאנער און ישראל יא לאנד נישט לאנד? מדינת ישראל האלט אן א אקיופעישן אין די געביטן צו פארזיכערן איר אייגענע זיכערקייט, הכ"פ זי האלט אז זי מיז אזוי טוהן.
יעצט וואס א נפקא מינה אויב הייסט עס לאנד פאליסטאנע אונטער מדינת ישראל אקיופעישן, אדער א חלק פון ישראל גופא? מדינת ישראל'ס פאלעסיס כלפי איר, וועט זיך נישט טוישן קיין כי הוא זה, וואס וועט א לאנד בעסער מאכן דאס לעבן פון אירע בירגער?

די גאנצע זאך איז סתם א פאליטישע מלחמה צו ברענגען מער קאפ וויי פאר מדינת ישראל צו דארפן מורא האבן פונעם אינטערנאציאנאלן געריכט וכו' . נו אמעריקע איז נישט גרייט מיטצושפילן די געים, מה כל הרעש?

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 7, 2015 11:03 am

· #246584
פ*ק מדינת ישראל, און אירע אינטערעסן.

קיינער טענהט זיך נישט יעצט איבער מ.י. אינטערעסן און סטראטעגיע, די שמועס איז איבער 'אמעריקע', איר סטראטעגיש אינטערעסע אין בלינד שטיצן מדינת ישראל און אלע אירע אינטערנאצינאלע געזעץ פארלעצונגען, און אמעריקע'ס מאראלישע בארעכטיגונג אין שטערן פאלעסטינער שטאַטהייט.

מאטי » מיטוואך יאנואר 7, 2015 11:10 am

· #246588
נו אויף דעם האמיר ב"ה די איזראעלישע לאביס וועלכע מאכן זיכער אז אמעריקע בלייבט ווייטער שטיצן מדנ''י. ס'שאט פאר אמעריקע? פ*ק אמעריקע. קוק אהער.. אויב סאטמער'ע חדר פארמאכט זיך וועלן זיך עפענן צענדליגער אנדערע בדומיהן. אויב יואל ראטה'ס ישיבה פארמאכט זיך וועלן זיינע בחורים בלייבן אויף די גאס.

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 7, 2015 11:14 am

· #246589
מאטי
נו אויף דעם האמיר ב"ה די איזראעלישע לאביס וועלכע מאכן זיכער אז אמעריקע בלייבט ווייטער שטיצן מדנ''י. ס'שאט פאר אמעריקע? פ*ק אמעריקע. קוק אהער.. אויב סאטמער'ע חדר פארמאכט זיך וועלן זיך עפענן צענדליגער אנדערע בדומיהן. אויב יואל ראטה'ס ישיבה פארמאכט זיך וועלן אירע בחורים בלייבן אויף די גאס.

פיין פיין.
אבער זיי כאטש מודא אז עס איז נישט בעניפיטירנד פאר אמעריקע.
די מאראלישע בארעכטיגונג פאר מ.י. פאליסיס, און די דעבאטע אויב זיי זענען בעניפישל פאר די איזראעלי פאפולאציע איז א צווייטע דעבאטע.

שמערל » מיטוואך יאנואר 7, 2015 11:18 am

· #246590
ביז די ווארט פ*ק האב איך מיטגעהאלטן, ועד בכלל. פון דארט און ווייטער פארשטיי איך שוין נישט. די פרעגסט? ענטפערסט? אדער שיסטו סתם א סטעיטמענט אין די וועלט אריין?
בלאט: 1 2 3