ביז די ווארט "שיסטו" ועד בכלל האב איך מיטגעהאלטן.
אשכול אן א טיטל #8077
135 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8077
ישראל קאפקעמאטינו אויף דעם האמיר ב"ה די איזראעלישע לאביס וועלכע מאכן זיכער אז אמעריקע בלייבט ווייטער שטיצן מדנ''י. ס'שאט פאר אמעריקע? פ*ק אמעריקע. קוק אהער.. אויב סאטמער'ע חדר פארמאכט זיך וועלן זיך עפענן צענדליגער אנדערע בדומיהן. אויב יואל ראטה'ס ישיבה פארמאכט זיך וועלן אירע בחורים בלייבן אויף די גאס.
פיין פיין.
אבער זיי כאטש מודא אז עס איז נישט בעניפיטירנד פאר אמעריקע.
די מאראלישע בארעכטיגונג פאר מ.י. פאליסיס, און די דעבאטע אויב זיי זענען בעניפישל פאר די איזראעלי פאפולאציע איז א צווייטע דעבאטע.
ס'קען זיין אז ס'איז יא בעניפעטירענד פאר אמעריקע, ס'קען זיין אז נישט. דער אמת איז, איך גיב נישט קיין דאמבע פאר אמעריקע, איך שפיר זיך נישט בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג.
פארן בענעפיט פון @שמערל
פראבירט איבערליינען, איך האב רעדאגירט דעם תגובה אז עס זאל זיין פארשטענדליך אויך פאר די איידעלע נשמות. 🙄
(כ'האב שוין אויסגעשווענקט מיין ווירטואלע מויל מיט זייף. 😈 )
פארגעס פאר יעצט פון מדינת ישראל, און אירע אינטערעסן.
קיינער טענהט זיך נישט יעצט איבער מ.י. אינטערעסן און סטראטעגיע, די שמועס איז איבער 'אמעריקע', איר סטראטעגיש אינטערעסע אין בלינד שטיצן מדינת ישראל און אלע אירע אינטערנאצינאלע געזעץ פארלעצונגען, און אמעריקע'ס מאראלישע בארעכטיגונג אין שטערן פאלעסטינער שטאַטהייט.

[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז טאקע א ווייטאג אז די מענטשן האבן נישט קיין אייגן לאנד, פונקט ווי ס'איז א ווייטאג ווען מ'שפארט איין א מערדער אין תפיסה און מ'לאזט איבער א משפחה, ווייב און קינדער אנע ברויט-געבער.
אבער דאס וויכטיגקייט פון נישט דערלאזן מערדערס זיך דרייען פריי אויף די גאסן וועגט איבער, טאקע מיט גרויס ווייטאג, דאס קאלאטעראל דעמעזדש
פארהאן א קבלה פון רבינו תם אז טענה'רייען איבער מדינת ישראל/פאלעסטינע קאנפליקט איז בטוח זיך צו ענדיגן מיט ביידע זייטן מער פארגלייבט אין זייער פריערדיגע מיינונג.
אלזא, איך בין מער נייגעריג צו וויסן גענוי די פרא-פאלעסטינער שטעלונג. היות ישראל איז זייער פראפאנענט דא וועל איך אים שטעלן די פראגע, אבער אנדערע קענען אויך ענטפערן.
וואס איז אייער מיינונג, וועלן די פאלעסטינער זיין צופרידן מיט א זעלבסטשטענדיגע לאנד, אדער וועלן זיי ווייטער זוכן צוריקצונעמען גאנץ מדינת ישראל? אויב די ערשטע, אויף וואס באזירט איר עס?
וויפיל שאנסן זענען דא אז טעראריסט אטאקעס וועלן זיך פארמערן מיט א פאלעסטינער זעלבסטשטענדיגער לאנד, און וויפיל שאנסן זענען דא אז זיי וועלן זיך פארמינערן אדער בלייבן די זעלבע?
ביטע ענטפערט קורצע תשובות, איך זיך נישט אריינצוגיין אין היציגע ארגומענטן.

יאירפארהאן א קבלה פון רבינו תם אז טענה'רייען איבער מדינת ישראל/פאלעסטינע קאנפליקט איז בטוח זיך צו ענדיגן מיט ביידע זייטן מער פארגלייבט אין זייער פריערדיגע מיינונג.
אלזא, איך בין מער נייגעריג צו וויסן גענוי די פרא-פאלעסטינער שטעלונג. היות ישראל איז זייער פראפאנענט דא וועל איך אים שטעלן די פראגע, אבער אנדערע קענען אויך ענטפערן.
וואס איז אייער מיינונג, וועלן די פאלעסטינער זיין צופרידן מיט א זעלבסטשטענדיגע לאנד, אדער וועלן זיי ווייטער זוכן צוריקצונעמען גאנץ מדינת ישראל? אויב די ערשטע, אויף וואס באזירט איר עס?
וויפיל שאנסן זענען דא אז טעראריסט אטאקעס וועלן זיך פארמערן מיט א פאלעסטינער זעלבסטשטענדיגער לאנד, און וויפיל שאנסן זענען דא אז זיי וועלן זיך פארמינערן אדער בלייבן די זעלבע?
ביטע ענטפערט קורצע תשובות, איך זיך נישט אריינצוגיין אין היציגע ארגומענטן.
צו קענען שאצן די שאנסן איבער טעראר אטאקעס אין פאל פון א גלייכע אנגענומענע שלום, דארף מען וויסן וואס די גורם פון די אטאקעס זענען אין די פירסט פלעיס.
אלץ איינער וואס איז (לדעתי) די מערסטע באקאנט מיט די גורם צו די אטאקעס, אין אונזערע קרייזן (סיי די פרא פאלעסטינער ווערסיע, און סיי די ציוניסטישע ווערסיע), וואלט איך געזאגט אזוי,
קיין צווייפל אז אטאקעס טעראר אטאקעס גייען זיך פארמינערן.
וועלן די פאלעסטינער זיין צופרידן מיט א שטאַט?
אוודאי וועלן זיי (מן הסתם אפי' רוב) זיין אומצופרידן, אבער די אומבאהאלפנקייט דערנידערונג, כעס און פרוסטרירונג וואס איז די גורם צו פאלעסטינער טעראר אטאקעס וועט נישט זיין מער, און מדינת ישראל מיט איינע פון די שטערקסטע מיליטערישע מאכטן איז גאנץ קעיפעבל זיך צו פארטיידיגן פון א פאלעסטינער 'מיליטערישע אינוואזיע' וואס די רעכטע דעמאגאגן ווילן דיר פארקויפן.
So the pullout of Gaza was a good move ? o
To have an idea what the Palestinians think. you must ask each one. Because all are at war with each other,
To believe that A goy would do wrong for our benefit. or that the world mean good. Is kfira in golus. And is worse than Zionism

THE COVENANT OF THE HAMAS - MAIN POINTS
Goals of the HAMAS:
------------------
'The Islamic Resistance Movement is a distinguished Palestinian movement, whose allegiance is to Allah, and whose way of life is Islam. It strives to raise the banner of Allah over every inch of
Palestine.' (Article 6)
On the Destruction of Israel:
-----------------------------
'Israel will exist and will continue to exist until Islam will obliterate it, just as it obliterated others before it.' (Preamble)
The Exclusive Moslem Nature of the Area:
----------------------------------------
'The land of Palestine is an Islamic Waqf [Holy Possession] consecrated for future Moslem generations until Judgment Day.
No one can renounce it or any part, or abandon it or any part of it.'
(Article 11)
'Palestine is an Islamic land... Since this is the case, the Liberation of Palestine is an individual duty for every Moslem wherever he may be.' (Article 13)
The Call to Jihad:
------------------
'The day the enemies usurp part of Moslem land, Jihad becomes the individual duty of every Moslem. In the face of the Jews' usurpation, it is compulsory that the banner of Jihad be raised.' (Article 15)
'Ranks will close, fighters joining other fighters, and masses everywhere in the Islamic world will come forward in response to the call of duty, loudly proclaiming: 'Hail to Jihad!'. This cry will reach the heavens and will go on being resounded until liberation is
achieved, the invaders vanquished and Allah's victory comes about.'
(Article 33)
Rejection of a Negotiated Peace Settlement:
-------------------------------------------
'[Peace] initiatives, and so-called peaceful solutions and international conferences are in contradiction to the principles of the Islamic Resistance Movement... Those conferences are no more than a means to appoint the infidels as arbitrators in the lands of Islam... There is no solution for the Palestinian problem except by Jihad. Initiatives, proposals and international conferences are but a waste of time, an exercise in futility.' (Article 13)
Anti-Semitic Incitement:
------------------------
'The Day of Judgment will not come about until Moslems fight Jews and
kill them. Then, the Jews will hide behind rocks and trees, and the rocks and trees will cry out: 'O Moslem, there is a Jew hiding behind me, come and kill him.' (Article 7)
'The enemies have been scheming for a long time ... and have accumulated huge and influential material wealth. With their money, they took control of the world media... With their money they stirred revolutions in various parts of the globe... They stood behind the French Revolution, the Communist Revolution and most of the revolutions we hear about... With their money they formed secret organizations - such as the Freemasons, Rotary Clubs and the Lions which are spreading around the world, in order to destroy societies and carry out Zionist interests... They stood behind World War I ...and formed the League of Nations through which they could rule the world.
They were behind World War II, through which they made huge financial gains... There is no war going on anywhere without them having their finger in it.' (Article 22)
'Zionism scheming has no end, and after Palestine, they will covet expansion from the Nile to the Euphrates River. When they have finished digesting the area on which they have laid their hand, they will look forward to more expansion. Their scheme has been laid out in the 'Protocols of the Elders of Zion'.' (Article 32)
Information Division, Israel Foreign Ministry - Jerusalem
URL: <a class="postlink" href="http://www.israel-mfa.gov.il">http://www.israel-mfa.gov.il</a>
<a class="postlink" href="gopher://israel-info.gov.il">gopher://israel-info.gov.il</a>
===================================
זייט מיר מוחל אויב איך נעם זיי סיריעסלי. מיינע ברודער און שוועסטער זענען אירע שכנים, וויפיל ווייניגער קראפט חמאס גייט פארמאגן אלס רואיגער און פארזיכערט וועלן מיינע ברודערס זיין.

פאר איצט לאמיר זאגן אזויפיל.
די שטיצע וואס כאמאס (אן ארגאניזאציע וואס מדינת ישראל האט געבויט אונטערצומינעווען די פי.על.או. און אראפאט) האט צווישן די פאלעסטינער באפעלקערונג איז א דירעקטע גורם פון די מדינת ישראל פאליסיס אין די פאלעסטינער געביטן.
די פאלעסטינער באפעלקערונג אין פאלעסטינע איז היסטאריש געווען מאדערעט רעליגיעז, און איז ביז היינט צוטאגס פון די מערסט טאלעראנטע מוסלעמענער געמיינדעס אין די מיטל מזרח.
די פאלעסטינער זענען כהיום אזוי פארצווייפלט אז אפילו סעקולארע פאלעסטינער און קריסטן שטיצן די ווידערשטאנד קעגן מדינת ישראל, (אפשר נישט כאמאס -אלס רעליגיעזע ארגאניזאציע- גופא, אבער יא די ווידערשטאנד בכלליות).

קאפקע, דיין קשיא אויב איז עס גוט מאי שנא אמעריקע מיט אייראפע איז עפעס אזוי תמימותדיג איך ווייס גארנישט ווי אנצוהייבען. קודם האסט מיר נאכנישט געזאגט ווער דאס איז אייראפע בכלל. די אי יו האט נישט קיין מיליטער און איז ממילא נישט משנה. נאטו איז אמעריקע מער ווייניגער. איז ווער רעדסטו פון? און צווייטענס וואסארא קשיא איז דאס? פארין פאליסי איז עפעס א סברא וואס איז גוט בעצם? יעדער לאנד האט זיך אירע חשבונות און מהלכים וואס זי וויל פון אנדערע וכו'. א מין פאני קשיא דאס. טאקע בשעת וואס מדנ''י פלעגט קויפען מער וואפען פון פראנקרייך פלעגט זי זיין מער אויף איר זייט. שפעטער האט זיך זאכען געטוישט, כמנהג המדינות. די זעלבע מיט רוסלאנד.
אז דו האלטסט אז עס איז נישט קיין תועלת פאר אמעריקע, איז גיי פראביר זיי מסביר זיין דיין סברא פארוואס איז אזוי. דערווייל עכ''פ רעדט זיך אמעריקע איין אז דאס איז זייער אינטערעס. א לאנד קען זיך פאררעכענען און מיינען עפעס איז זייער טובה בשעת עס איז נישט. מקען אויך חוקר זיין וואס איז דאס א אינטערעס זייערס בכלל. אבער דאס מיינט נישט אז זיי מיינען נישט דאס. אויך דער לאבי האט נישט מסביר געווען פאר אמעריקע וואסארע מצווה עס איז צו העלפן מדנ''י, נאר אז עס איז זייער אינטערעס.
יעדער פעולה וואס אמעריקע טוהט אין די וועלט זענען דא וואס שרייען אז דאס שאדט פאר אמעריקע. סיי אין אמעריקע און סיי מבחוץ. מיינט דאס אז אמעריקע האט נישט אינזין אירע אינטערעסן?
דיין קשיא וועגן פארוואס מדנ''י שטעלט זיך נישט צו אין איראק וכו' איזאויך פאני. אמעריקע פעלט נישט אויס אפאר סאלדאטן פון מדנ'תי זאלן קומן העלפן אין איראק, און זאגען בפירוש אפ די אידייע וויבאלד זיי ווילען נישט די אראבער זאלן זיין ברויגז. אין דער שפיל איז נישט אז אמעריקע דארף מדנ''י צו איר זייט, נאר אז זי וויל זיין איר שטיצער אז מדנ''י זאל זיין א סניף פון אמעריקע און שטופן אירע אינטערעסן אינעם געגנט.

ישראל קאפקעמאטיישראל קאפקעמאטידו האלטסט איז "די איבערוויגענדע מיינונג פון די וועלט" איז א אננעמבארע סמך צו מאראלישע פליכטן? עפעס ליגט מיר אין קאפ א געוויסע מאמר וואס גייט בערך אזוי; "ווען שטימען וואלט ווען געמאכט א דיפערענס, וואלטן זיי דאס געמאכט אומלעגאל."
לגבי די ערשטע שאלה איז מיין ענטפער יא.
אבער מיין מאראלישע פליכט פאר די פאלעסטינער איז אומאפהענגיג פון די מאיאריטעט מיינונג פון די וועלט, עס איז מיין מיינונג, וואס עס ווערט נאר אונטערגעשטיצט פון די מאיאריטעט.
חכם די לאזונג האט זיך באצויגן אריגינעל צום אמעריקאנער קאנגרעס, און באנוצט געווארן דורך מיר דווקא לגבי די נעאקאנסערוואטיווע אמעריקאנער אויסערן פאליטיק!
אויב דיין ענטפער איז יא אויף מיין ערשטע שאלה, דאן דארפסטו צוריק-גיין אין חדר זיך לערנען הלכות עטיקעט און מאראל. פאר אן אנהייבער; קיינמאל נעם נישט אן א מיינונג אלס מאראליש אויסגעהאלטן בלויז ווייל רוב מענטשן האלטן אזוי. אויב איז דאס אן אומרעכט בלייבט דאס אן אומרעכט אומאפהענגיק וואס די גאנצע וועלט זאגט.
'בלויז' ווייל רוב וועלט האלט אזוי?
דערויף האב איך דיר געענטפערט אז מיין פליכט פאר פאלעסטינער רעכטן האט נישט בכלל מיט די מאיאריטעט מיינונג, עס איז גאנץ באשטימט "מיין" מיינונג, צו וועלכע איך בין צוגעקומען פון מיין אייגענע איבערצייגונג, גאנץ אומפארבינדן מיטן פאקט אז עס איז די מאיאריטעט מיינונג.
דאן לאז ארויס די "גאנצע וועלט" פונעם בילד.
בשעת דו ביזט גאנץ קלאר אז דיין מיינונג איז באזירט אויף א עטנישע בייעס, און ביזט מודא אז די איבערוויגנדע מערהייט פון דיין (מינאריטעט מיינונג) איז רעליגיע-באזירט און עטניש-באזירט.
וואו זעט זיך אין מיינע ווערטער "עטנישע בייעס" איך דענק אז מיינע טענות זענען ריין לאגישע.
נאכאמאל, איך האב אנגענומען וואס איך האלט, ווייל 'איך' האלט אזוי, און דו, דאס וואס דו האלסט פילייכט אויך ווייל דו האלסט אזוי, די שאלה איז יעצט וועלכע מאראל אדער עטיק זאל זיין מאסגעבנד פאר די וועלט, (נישט וואס דו אדער איך 'מוזן' האלטן אדער אננעמען, נאר וואס זאל פאקטיש נעמען פרעפערענץ אויף די וועלט ארענע, די מינאריטעט אדער די מיאריטעט מיינונג?).
נע... ס'קוקט מיר נישט אויס ווי א גוטע עצה. ענדערש זיין צוקריגט מיט די וועלט מיט גאנצע גלידער, ווי איידער זיין אין גוטן מיט איר מיט צובראכענע.
אקעי.
אייראפע מיין איך מערב אייראפעאישע רעגירונגען, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, האלאנד, שווייץ, איטאליע, שפאניע, סקאנדענעווישע רעגירונגען, דענמארק, פינלאנד, שוועדן, און נארוועגיע.
אמעריקע פארדינט נישט עקאנאמיש פון געבן געווער פאר מ.י. זיי פארקויפן נישט, זיי געבן, און די דריי מיליארד דאלער איז בכלל נישט קיין עקאנאמישע שווה פריטה אין אמעריקעס אכצן טריליאן דאלער עקאנאמיע, אפי ווען עס איז יא פארקויפט פאר געהעריג געלט, און נאכאמאל די דריי מיליארד איז ניטאמאל פארקויפט, עס איז א מתנה, פון אן עקאנאמישן שטאנדפונקט קען אמעריקע נעמען די וואפן און זיי אריינטראסקען אינעם בערמיודא דרייעק.
דו זאגסט אז אמעריקע האט עפעס א מוראדיגע בעניפיט אין פאליטיק און איינפלוס אין מיטל מזרח דערפון, איך פרעג וואס? למען השם, זאג מיר שוין וואס די בעניפיט איז!!
מיר זענען פארשטענדליכע לייט, מיר קענען אליין אפשאצן אנגעגעבענע סיבות, אבער זאג עפעס! רעב שוין עפעס אן וואס איז לויט דיר א פארשטענדליכע בעניפיט דערפון.
די לאבי האט שוין 'מסביר' געווען! ווער ביזטו צו טראכטן אנדערש?
אבער די לאבי פארטרעט א צווייטן לאנד, האט א מוראדיגע איינפלוס אויף אמעריקאנער פאליטיק, און אויך איז דא אזא פופציג מיליאן עוואנגעליסטישע קריסטן וואס גייען שטיצן מ.י. קיין חילוק וואס זיי טוען, קיין חילוק בענעפיט צי לייעביליטי, סאו כאטש איך אנערקען די מציאות פון די לאבי און די עוואנגעליסטישע קירכע, ענטפערט דאס נישט מיין שאלה וואו דו זעסט בעניפיט.
אין איראק סיריע אפגהאניסטאן און ערשטן גאלף קריג, רעד איך נישט פון מ.י. טרופן, אאיך רעד פון לופטפעלדער, טרענירן אפאזיציע, סורוועילענס, טראנספארטירן סופלייס, אויפנעמען די מיליאנען פליטים וכו וכו',
איך בין נישט נאריש, איך פארשטיי אויך פארוואס מ.י. קען נישט אנטיילנעמען אין די אמעריקאנער מיליטערישע אפעראציעס אין די מיטל מזרח, אבער דאס איז טאקע מיין פונקט, מ.י. איז ווערדלאז פאר אמעריקע, אמעריקע האט נישט און קען נישט געניסן פון קיין שום הילף פון מ.י. אין דעם געגנט.
הדרא קושיא לדוכתא.
אדרבה אמעריקאנער שטיצע פאר מ.י. איז די גרעסטע סיבה וואס אנטאגאניזירט די אראבישע וועלט 'קעגן' אמעריקע, עס קויפט איר נישט איינפלוס, עס קאסט איר גאר איינפלוס אין די אראבישע וועלט, היינט און אין די פארגאנגענהייט, אמעריקעס שטיצע פאר מדינת ישראל האט פאראורזאכט די אויל קריזיס אין די זיבעציגערס, האט ארייגעשטיפט די אראבישע רעזשימען אין סאוויעטישע הענט, האט גורם געווען די אטאקעס אין לבנון אויף די אמעריקאנער באראקן, און איז פון די ווינקלשטיינער פון די אל קאידא אידעאלאגיע, און א גרויסע געצייג אין זייער פראפאגאנדע אפעראט.
אבער דעם לעגענדארן מיטאלאגישן בעניפיט איז נאכאלץ א מיסטעריע!

די אלע קשיות גיי פרעג פאר אמעריקע. נישט פאר מיר.
אפשר דארף מען אנהייבן ערגעץ אנדערש. וואס איז דאס א בענעפיט? פונקט ווי דיר שרייען מענטשען אז די קאלטע קריג האט נאר שאדן געמאכט פאר אמעריקע, אז די וויעטנאם קריג האט זיי נאר שאדן געמאכט, אז די איראקער קריג האט זיי נאר שאדן געמאכט, וכו' וכו'. קומט דאך אויס אז אמעריקע איז אזוי נאריש זי טוהט נאר קעגן אירע אינטערעסן.
קאן טאקע זיין אבער וואס איז ביי דיר א חסרון קען ביי א צווייטער זיין א מעלה. אז דו פרעגסט מיר מיט מיין שכל האט די גאנצע פארין פאליסי פון די וועלט נישט קיין זין. פארדעם בין איך טאקע נישט קיין פאליטיקאנט צווואס. פאר איינער וואס טראכט מדיניש אבער האט אנדערע מהלכים.
צו שרייען לאבי מאכט נישט אויס ווייל דער לאבי האט איינגערעדט פאר אמעריקע אז עס לוינט זיך זיי. סאו גיי מאך דו א לאבי מסביר זיין עס לוינט נישט אולי ירחם. עס איז אויך דא א סיבה פארוואס עס לוינט נאכגעבן פאר לאביס. און פארוואס דאס אליינס לוינט.
די געווער מאכט מען נישט בחינם. איינער (אמעריקע) צאלט פאר די קאמפני (אמעריקע) אדער מיליטער (אמעריקע) וואס מאכט עס. בקיצור אמערקע צאלט זיך אליינס דערפאר. גאנץ א גוטער ביזנעס. ס'רוב אמעריקאנער מילטערי אינדוסטריעל קאמפלעקס ארבעט אזוי. און דאס איז משפיע אויף אסאך פון אמעריקאנע פאליסי וכבר צווחו על כך קמאי דקמאי.

ווען דו שרייסט אמעריקע פארלירט איינפלוס בלא בלא ביסטו אויך נישט מסביר וואס האט אמעריקע פון די איינפלוס וואס דו באדויערסט אז זי פארלירט.
אין אנדערע ווערטער דו נעמסט אויך אן פאר א פשטות די אמעריקאנע אימפיריאליסטישע תאווה פון שולט זיין אויף דריי פערטל וועלט. נאר דו האלטסט עס וואלט זיי געלוינט ענדערש גיין מיט איין צד און נישט מיט די אנדערע. נו קען מען זיך דינגען אויף דעם. אבער האסטו שוין אליינס מודה געווען וואס איז די מאטיוויציע בכלל זיך אריינשטופען די נאז אין אנדערע זייט וועלט. איז פונקט דאס פארשטיי אז דער אמעריקאנער חשבון איז צו נעמן דער צד און אזוי האבען איינפלוס.

@מאטי
'וואו זעט זיך אין מיינע ווערטער עטנישע בייעס'

מאטיאיה"נ די עיקר סיבה פארוואס אמעריקע נעמט זיך אן פאר מד"י איז וואס דו זאגסט; ציוניסטישע איינפלוס און פאנאטישע קריסטן. זי מעג זיך טאקע שעמען דערפאר......
......אזוי ווי ס'איז יעצט בין איך מער באזארגט פאר מיינע אידישע ברודער וואס די השגחה פרטית האט צוגעפירט אז זיי זאלן פונקט זיין שכנים מיט די פאלעסטינער. און אויב האב איך א שמץ פון א ספק אין זייער זיכערהייט, וואלט איך געטון אלעס וואס א יעדע נארמאלע לאנד וואלט געטון זיך צו באשיצן.
ישראל קאפקע@מאטי
'וואו זעט זיך אין מיינע ווערטער עטנישע בייעס'מאטיאיה"נ די עיקר סיבה פארוואס אמעריקע נעמט זיך אן פאר מד"י איז וואס דו זאגסט; ציוניסטישע איינפלוס און פאנאטישע קריסטן. זי מעג זיך טאקע שעמען דערפאר......

איך זע נישט וואס דו זעסט אינעם ערשטן באווייז, אדרבה איך שרייב אז זיי מעגן זיך שעמען פארן שטיצן מד"י "בלויז" וועגן זייטיגע אינטערעסן.
לגבי דיין צווייטן באווייזן, איה"נ אויב וואלט איך באזירט מיין טענה "בלויז" וויבאלד ס'האנדלט זיך פון מיינע ברודער וואלטסטו געהאט א טענה.
אבער דער אויסדרוק איז געווען ליתר שאת א בלויזער עמפעסיס, און לאו דוקא דער עיקר אויף וואס מיין לאגיק איז געווען מבוסס. ס'וואלט געווען פונקט אזוי רעלעוואנט ווען ס'האנדלט זיך פון א יעדע פאלק, אפילו פאלעסטינער.
לעיקוואדדי אלע קשיות גיי פרעג פאר אמעריקע. נישט פאר מיר.
אפשר דארף מען אנהייבן ערגעץ אנדערש. וואס איז דאס א בענעפיט? פונקט ווי דיר שרייען מענטשען אז די קאלטע קריג האט נאר שאדן געמאכט פאר אמעריקע, אז די וויעטנאם קריג האט זיי נאר שאדן געמאכט, אז די איראקער קריג האט זיי נאר שאדן געמאכט, וכו' וכו'. קומט דאך אויס אז אמעריקע איז אזוי נאריש זי טוהט נאר קעגן אירע אינטערעסן.
קאן טאקע זיין אבער וואס איז ביי דיר א חסרון קען ביי א צווייטער זיין א מעלה. אז דו פרעגסט מיר מיט מיין שכל האט די גאנצע פארין פאליסי פון די וועלט נישט קיין זין. פארדעם בין איך טאקע נישט קיין פאליטיקאנט צווואס. פאר איינער וואס טראכט מדיניש אבער האט אנדערע מהלכים.
צו שרייען לאבי מאכט נישט אויס ווייל דער לאבי האט איינגערעדט פאר אמעריקע אז עס לוינט זיך זיי. סאו גיי מאך דו א לאבי מסביר זיין עס לוינט נישט אולי ירחם. עס איז אויך דא א סיבה פארוואס עס לוינט נאכגעבן פאר לאביס. און פארוואס דאס אליינס לוינט.
די געווער מאכט מען נישט בחינם. איינער (אמעריקע) צאלט פאר די קאמפני (אמעריקע) אדער מיליטער (אמעריקע) וואס מאכט עס. בקיצור אמערקע צאלט זיך אליינס דערפאר. גאנץ א גוטער ביזנעס. ס'רוב אמעריקאנער מילטערי אינדוסטריעל קאמפלעקס ארבעט אזוי. און דאס איז משפיע אויף אסאך פון אמעריקאנע פאליסי וכבר צווחו על כך קמאי דקמאי.
איבער די אמעריקאנער מיליטערישע אינדוסטריעל קאמפלעקס ביזטו גערעכט, אבער דאס איז נישט קיין סטראטעגיש געווינס ווייל דו ביסט מודא אז קענסט עס אריינווארפן אין ים מיט די זעלבע בעניפיט.
פון די צווייטע זייט דארפסטו נעמען אין באטראכט די מיליטערישע וואפן 'פארקויפונגען' צו סאודי אראביע און די גאלף מאנארכיעס, -אין דאלאר טערמינען פילפאכיג גרעסער- וואס די לאבי האט צעשטערט, און מען רעדט פון פאקטישע 'סעילס' צוואנציג דרייסיג ביליאן אין 2012 אדער 2013, וואס איז פאקטיש א געלט אינפלאו צו די אמעריקאנער עקאנאמיע.
מען קען טאקע אויפברענגען פראגעס אויף די בעניפיט פון די איראק קריג (און רוב אמעריקע האלט טאקע אז עס געווען א שלעכטע זאך פאר אמעריקע) אדער די וויעטנאם קריג, אבער איך מיין אז אמעריקאנער איינפלוס אין די מיטל מזרח איז אביעקטיוו גונסטיג פאר אמעריקע, אמעריקעס בלינדע שטיצע פאר מ.י. טוט אונטערצומינעווען דעם איינפלוס.
סך הכל זאגסטו אז דו פארשטייסט בכלל נישט די לאגיק אונטער אויסערן פאליטיק בכלל,
פיין, דאן האב איך נישט וואס צו טענהן מיט דיר.
בלייבט מיר נאר איבער צו דעבאטירן מיט דיע וואס זאגן אז זיי פארשטייען יא.
איך זאג נישט אז "איך" פארשטיי נישט די לאגיק אונטער פאליטיק. איך זאג אז "פאליטיק" בכלל ארבעט נישט אמת'דיג מיט די סארט לאגיק וואס דו (און א גרויס חלק פון די לינקע) לייגסט דא אראפ. וויבאלד אסאך פון די קשיות וואס דו פרעגסט זענען טאקע גוטע קשיות זיי זענען אבער נישט שווער אויף איין געוויסע פאליסי נאר אויף די גאנצע מושג וואס הייסט פאליטיק. און די רגע וואס דו וועסט פארשטיין אז דאס איז פאליטיק און נישט קיין וויכוח ווער עס איז גערעכט איז ממילא א לאבי למשל פונקט אזוי א חלק דערפון ווי יעדער אנדערער חשבון.
דיין חשבון אז די אנדערע צד איז חשוב'ער פאר אמעריקע איז נישט אזוי גוט ווייל דו מאכסט עס כאילו מדנ"י איז גארנישט. זיי זענען דאך אויך א שטארקע צד מיט אסאך איינפלוס, וואס איז א משקל קעגן די אנדערע צדדים אין געגנט. איז עכ"פ זיי מודה אז עפעס האט ווער עס שטייט ביי זייער זייט. שפעטער קען מען דן זיין וועלכער צד עס לוינט ענדערש צו נעמען. דו מאכסט עס אבער כאילו ישראל איז בכלל נישט קיין צד. כאילו ווען זיי עקזעסטירען נישט וואלט בעסער געווען פאר יעדער איינער. און דאס איז א השערה רחוקה מאד. עס איז מסתם בעסער פאר אמעריקע אז עס איז דא מדנ"י צו זיין א משקל נגד קעגן אנדערע.
מקען נישט די זעלבע אריינווארפען די וואפן אין ים ווייל וויפיל מקען אומגעשטערט אריינווארפען אין ים האט מען שוין אזוי געטוהן..

מאטיישראל קאפקע@מאטי
'וואו זעט זיך אין מיינע ווערטער עטנישע בייעס'מאטיאיה"נ די עיקר סיבה פארוואס אמעריקע נעמט זיך אן פאר מד"י איז וואס דו זאגסט; ציוניסטישע איינפלוס און פאנאטישע קריסטן. זי מעג זיך טאקע שעמען דערפאר......
......אזוי ווי ס'איז יעצט בין איך מער באזארגט פאר מיינע אידישע ברודער וואס די השגחה פרטית האט צוגעפירט אז זיי זאלן פונקט זיין שכנים מיט די פאלעסטינער. און אויב האב איך א שמץ פון א ספק אין זייער זיכערהייט, וואלט איך געטון אלעס וואס א יעדע נארמאלע לאנד וואלט געטון זיך צו באשיצן.
איך זע נישט וואס דו זעסט אינעם ערשטן באווייז, אדרבה איך שרייב אז זיי מעגן זיך שעמען פארן שטיצן מד"י "בלויז" וועגן זייטיגע אינטערעסן.
לגבי דיין צווייטן באווייזן, איה"נ אויב וואלט איך באזירט מיין טענה "בלויז" וויבאלד ס'האנדלט זיך פון מיינע ברודער וואלטסטו געהאט א טענה.
אבער דער אויסדרוק איז געווען ליתר שאת א בלויזער עמפעסיס, און לאו דוקא דער עיקר אויף וואס מיין לאגיק איז געווען מבוסס. ס'וואלט געווען פונקט אזוי רעלעוואנט ווען ס'האנדלט זיך פון א יעדע פאלק, אפילו פאלעסטינער.
בייעס! דעטס קי!
נישט אז דו קענסט נישט אראפלייגן א טענה לטובת דיין שיטה, אין אנדערע ווערטער אז קיין ווארט גייט נישט קלעבן צום צווייטן, נאר אז דו ביסט עטניש בייעס וואס דאס לאזט דיך נישט זען קלאר די מצב.
חוץ פון דעם וואס דו ביסט בכלל נישט באקאנט, טאטעלי אנעקספאוזד צו די צווייטע זייט, איך בין בכל כרחי יא עקספאוזד צום ציוניסטישע זייט, פשוט מיטן זיין א היימישע איד און אמעריקאנער בירגער, אינטערעסירט אין פאליטיק, און אין מ.י.-פאלעסטינער קאנפליקט ספעציפיש, (וואס צוליב דעם האב איך געעפנט דעם אשכול 'די מאראלישע און לעגאלע רעכט/אומרעכט אין די מדינת ישראל אקופאציע' אויב איינער איז אינטערעסירט אין א רואיגע קאהערענט פארשטעלונג פון די פאלעסטינער זייט).
לגבי די עוואנגעליסטישע ציוניזם האב איך געוואלט אנצייגן אז די גרויסע מאיאריטעט פון די וואס טיילן שוין יא מיט דיין מינאריטעט מיינונג זענען (בלינד) רעליגיעז מאטיווירט, און אינאיינוועגס געבן מיין הסבר פון וואו די בלינדע פרא איזראעל שטיצע פון אמעריקע שטאמט.
אין אנדערע ווערטער, קענסט זיכער זיין, פאליטיש גערעדט (עכ"פ אין קאלטע מלחמה טערמינען), אז די רגע וואס אמעריקע גייט אריבער צו די פאלעסטינער זייט, וועט פלוצלינג רוסלאנד זיין אויף די ישראלישע זייט. דאס שטימט טאקע נישט מיט דיין שכל וואס פרעגט אויב אמעריקע האט נישט פון דעם איז וואס האט רוסלאנד פון דעם, א שיינע קשיא ווען דא וואלט געווען א שטיקל תוספות, פאליטיש אבער מאכט עס מורא'דיג סענס.
ישראל מיט וועלכען רעכט מאכסטו אן החלטה אז דער וואס נעמט זיך נישט אן פאר די פאלעסטינער איז בע"כ נישט עקספויזט צו זייער נאראטיוו. ס'קוקט מיר אויס אביסל בייעס, דאונט יו טהינק?
לעיקוואדאין אנדערע ווערטער, קענסט זיכער זיין, פאליטיש גערעדט (עכ"פ אין קאלטע מלחמה טערמינען), אז די רגע וואס אמעריקע גייט אריבער צו די פאלעסטינער זייט, וועט פלוצלינג רוסלאנד זיין אויף די ישראלישע זייט. דאס שטימט טאקע נישט מיט דיין שכל וואס פרעגט אויב אמעריקע האט נישט פון דעם איז וואס האט רוסלאנד פון דעם, א שיינע קשיא ווען דא וואלט געווען א שטיקל תוספות, פאליטיש אבער מאכט עס מורא'דיג סענס.
מ.י. איז א קליין לאנד, מיט עטליכע מיליאן איינוואוינער, זיי האבן נישט קיין קולטורעלע און עקאנאמישע פארבינדונגען מיט די ארומיגע לענדער, און קען דעריבער נישט האבן קיין דעמאקראטישע קולטורעלע אדער עקאנאמישע איינפלוס אויף קיינעם אין די געגנט חוץ זיך, מיליטערישע איינפלוס איז אנדערש, פארדעם דארף מען נישט קיין קולטורעלע איינפלוס, גענוג איז נאר די מעגליכקייט עס צו נוצן,
אבער אויב צוליב מ.י. אייגענע מצב קען נישט אמעריקע נוצן מ.י. מיליטערישע מאכט אין דעם ראיאן בכלל, און נוצט ענדערש טערקיי, ירדן, ס. אראביע, קואוועיט, קאטאר און באכראין אנשטאט דעם, אדער די צענטראל-אזיאטישע לענדער אין די פאל פון אפגהאניסטאן, דאן וואס איז יא געבליבן?
מאטיישראל מיט וועלכען רעכט מאכסטו אן החלטה אז דער וואס נעמט זיך נישט אן פאר די פאלעסטינער איז בע"כ נישט עקספויזט צו זייער נאראטיוו. ס'קוקט מיר אויס אביסל בייעס, דאונט יו טהינק?
עס איז נישט קיין רעכט, עס איז א פשוטע חשבון, א אידישע איינוואוינער פון אמעריקע אדער מ.י. איז נישט עקספאוזד צום פאלעסטינער זייט.
(נישט אז איך רעד זיך איין אז א חרידישע איד אין מ.י. האט דאס מינדעסטע פארבינדונג מיט די לינקן פרעסע אין מ.י. אבער אין א געוויסע זין איז די פרא ציוניסטישע צענזור פיל פיל שטרענגער אין די אמעריקאנער מעין סטרים מידיע ווי אין די פרעסע אין מ.י.)
דו ענטפערסט נישט מיין קשיא. וואלט רוסלאנד זיך אנגענומען פאר מדנ"י קעגן אמעריקע? (כבר היה לעולמים)
פארוואס?
דו ביסט זיך כסדר מתעלם פון מדנ"י אליינס. כאילו זיי זענען גארנישט. אמעריקע האט אן אינטערעס צו האבען א השפעה אויף זיי. נישט נאר דורך זיי האבען א השפעה אויף אנדערע (וואס איז אויך אמת גראדע). דיין הגדרה פון צוהעלפען אמעריקע ווי כאילו די גאנצע זאך איז נוצן זייערע באזעס צו אטאקירען זייערע שכנים פארפאסט די עיקר דינאמיק פון אינטערנאציאנאלע רילעישינס.

ישראל קאפקעלעיקוואדאין אנדערע ווערטער, קענסט זיכער זיין, פאליטיש גערעדט (עכ"פ אין קאלטע מלחמה טערמינען), אז די רגע וואס אמעריקע גייט אריבער צו די פאלעסטינער זייט, וועט פלוצלינג רוסלאנד זיין אויף די ישראלישע זייט. דאס שטימט טאקע נישט מיט דיין שכל וואס פרעגט אויב אמעריקע האט נישט פון דעם איז וואס האט רוסלאנד פון דעם, א שיינע קשיא ווען דא וואלט געווען א שטיקל תוספות, פאליטיש אבער מאכט עס מורא'דיג סענס.
מ.י. איז א קליין לאנד, מיט עטליכע מיליאן איינוואוינער, זיי האבן נישט קיין קולטורעלע און עקאנאמישע פארבינדונגען מיט די ארומיגע לענדער, און קען דעריבער נישט האבן קיין דעמאקראטישע קולטורעלע אדער עקאנאמישע איינפלוס אויף קיינעם אין די געגנט חוץ זיך, מיליטערישע איינפלוס איז אנדערש, פארדעם דארף מען נישט קיין קולטורעלע איינפלוס, גענוג איז נאר די מעגליכקייט עס צו נוצן,
אבער אויב צוליב מ.י. אייגענע מצב קען נישט אמעריקע נוצן מ.י. מיליטערישע מאכט אין דעם ראיאן בכלל, און נוצט ענדערש טערקיי, ירדן, ס. אראביע, קואוועיט, קאטאר און באכראין אנשטאט דעם, אדער די צענטראל-אזיאטישע לענדער אין די פאל פון אפגהאניסטאן, דאן וואס איז יא געבליבן?
@לעיקוואד
איך האב דיר נישט וואס צו זאגן מער ווי די אויבנגעשריבענע.
אויב נעמסטו אוועק מ.י. פאליטישע מאכט, וואס איז אומנוצבאר פאר אמעריקע, איז מ.י. איררעלעווענט!!
דאס האלט ישראל קאפקע, אמעריקע (ווי אויך רוסלאנד, אייראפע, און די רעשט פון די וועלט מיט אימפיריאליסטישע אמביציעס) האלט אנדערש.
לעיקוואדדאס האלט ישראל קאפקע, אמעריקע האלט אנדערש.
אויף דעם האב איך דיר נישט וואס צו ענטפערן חוץ די לעצטע פאראגראף וואס איך שרייב פאר @מאטי 4:31 pm.
לעיקוואדדאס האלט ישראל קאפקע, אמעריקע (ווי אויך רוסלאנד, אייראפע, און די רעשט פון די וועלט מיט אימפיריאליסטישע אמביציעס) האלט אנדערש.
וואו זעסטו אז די איבעריגע וועלט חוץ אמעריקע שטיצט בלינדערהייט מ.י.?
זיי ווילען האבען א השפעה אין דער געגנט ווען נישט אמעריקע האט זיי אויסגעכאפט אדער אנדערע פאליטישע פראבלעמען. און היינט טוהן זיי דאס דורך קאנדעמען מדינת ישראל וואס דאס גיט זיי א השפעה מצד שני. דו האלטסט אין איין נישט האבען קיין מושג וואס דאס איז פאליטיק. אייראפע קען בהגדרה נישט שולט זיין די זעלבע פלאץ ווי אמעריקע איז שולט.
ישראל קאפקעפאר איצט לאמיר זאגן אזויפיל.
די שטיצע וואס כאמאס (אן ארגאניזאציע וואס מדינת ישראל האט געבויט אונטערצומינעווען די פי.על.או. און אראפאט) האט צווישן די פאלעסטינער באפעלקערונג איז א דירעקטע גורם פון די מדינת ישראל פאליסיס אין די פאלעסטינער געביטן.
די פאלעסטינער באפעלקערונג אין פאלעסטינע איז היסטאריש געווען מאדערעט רעליגיעז, און איז ביז היינט צוטאגס פון די מערסט טאלעראנטע מוסלעמענער געמיינדעס אין די מיטל מזרח.
די פאלעסטינער זענען כהיום אזוי פארצווייפלט אז אפילו סעקולארע פאלעסטינער און קריסטן שטיצן די ווידערשטאנד קעגן מדינת ישראל, (אפשר נישט כאמאס -אלס רעליגיעזע ארגאניזאציע- גופא, אבער יא די ווידערשטאנד בכלליות).
דיין נייאיווקייט מאכט מיר שמייכלן. די היסטארישע פארגעשריטענע פאליסטאנער, זענען נעבעך ראדיקליזירט געווארן צוליב די ציונים... אפשר זאגסטו מיר אויס די היסטארישע סוד פארוואס טאקע זענען די פאליסטאנער די מערסט מאדערעט אראבער? איז די פאקט אז זי זיצט אונטער די ציוניסטישע אקיופאציע, די איינציגסטע סעקולארע דעמאקראטיע אין מיטל מזרח, נישט די סיבה גאר פאר זייער פארגעשריטענקייט? און די ביסט גאר דער גרעסטער חרידישער שטודירטער אין פאליסטאנער אנגעלעגנהייטן...
ישראל קאפקעלעיקוואדדאס האלט ישראל קאפקע, אמעריקע האלט אנדערש.
אויף דעם האב איך דיר נישט וואס צו ענטפערן
זייער גוט זאגסטו.
לעיקוואדזיי ווילען האבען א השפעה אין דער געגנט ווען נישט אמעריקע האט זיי אויסגעכאפט אדער אנדערע פאליטישע פראבלעמען. און היינט טוהן זיי דאס דורך קאנדעמען מדינת ישראל וואס דאס גיט זיי א השפעה מצד שני. דו האלטסט אין איין נישט האבען קיין מושג וואס דאס איז פאליטיק. אייראפע קען בהגדרה נישט שולט זיין די זעלבע פלאץ ווי אמעריקע איז שולט.
אהא.
וואס איז נאר די אייראפעאישע-אמעריקאנער פאליסי אין אוקראינע? (או סארי, איי מין די אנדערע פאליסיס).
וואס זענען די צוויי אנדערע צוגענג צו אייסיס פון אמעריקע און די אייראפעער?
איראן? סיריע?
זיי זענען טאקע אנדערש. יעדער פאל האט זיך זיינע חשבונות. ביי א חלק האלט מען נאך אינמיטען מאכן די חשבונות. רוסלאנד האלט אזוי אמעריקע האלט אזוי ענגלאנד האלט אזוי פראנקרייך האלט אזוי וכו'. עס איז נישטא איין פאליסי.
אגב אייראפע שטיצט בפועל מדנ"י. סטעיטמענטס מיט שטיצען בפועל זענען צוויי אנדערע זאכן כפי שכבר הסברתי. קיין שום איירעפישע לאנד האלט נישט ביים לאזן מדנ"י אונטערגיין. נאר 'אייראפע' פון וואס דו רעדסט האלט נישט ביי גארנישט. רעדן האבען זיי ליב.
ווען דו וועסט אויפהערן טראכטן וועגן פאליטיק כאילו עס איז א שטיקל גמרא וועט מען קענען עפעס אנהייבן צו שמועסן. דערווייל זענען מיר נאכנישט מסכים אויף די עיקר יסוד.

שמערלישראל קאפקעפאר איצט לאמיר זאגן אזויפיל.
די שטיצע וואס כאמאס (אן ארגאניזאציע וואס מדינת ישראל האט געבויט אונטערצומינעווען די פי.על.או. און אראפאט) האט צווישן די פאלעסטינער באפעלקערונג איז א דירעקטע גורם פון די מדינת ישראל פאליסיס אין די פאלעסטינער געביטן.
די פאלעסטינער באפעלקערונג אין פאלעסטינע איז היסטאריש געווען מאדערעט רעליגיעז, און איז ביז היינט צוטאגס פון די מערסט טאלעראנטע מוסלעמענער געמיינדעס אין די מיטל מזרח.
די פאלעסטינער זענען כהיום אזוי פארצווייפלט אז אפילו סעקולארע פאלעסטינער און קריסטן שטיצן די ווידערשטאנד קעגן מדינת ישראל, (אפשר נישט כאמאס -אלס רעליגיעזע ארגאניזאציע- גופא, אבער יא די ווידערשטאנד בכלליות).
דיין נייאיווקייט מאכט מיר שמייכלן. די היסטארישע פארגעשריטענע פאליסטאנער, זענען נעבעך ראדיקליזירט געווארן צוליב די ציונים... אפשר זאגסטו מיר אויס די היסטארישע סוד פארוואס טאקע זענען די פאליסטאנער די מערסט מאדערעט אראבער? איז די פאקט אז זי זיצט אונטער די ציוניסטישע אקיופאציע, די איינציגסטע סעקולארע דעמאקראטיע אין מיטל מזרח, נישט די סיבה גאר פאר זייער פארגעשריטענקייט? און די ביסט גאר דער גרעסטער חרידישער שטודירטער אין פאליסטאנער אנגעלעגנהייטן...
איך וויל נישט ח''ו שטערן דיין שמייכל.
פארוואס זיי זענען היסטאריש געווען פון די מערסט מאדערעט מוסלעמענער געמיינדעס אין די מיטל מזרח? ווייל זיי (אינאיינעם מיט סיריע און עגיפטן) האבן געהאט א קריסטליכע געמיינדע וואס איז געווען מער פרעמינענט ווי אין אנדערע אראבישע לענדער, אויך האבן זיי געהאט פראצענטועל א גרעסערע אידישע געמיינדע ווי אין די ארומיגע לענדער, מיט נאכאנאנדע אריינפלוס פון פרישע אשכנזישע און ספרדישע אידישע רבנים, פערזענליכקייטן און איידיעס, דאס זעלבע מיט די פארשידענע קריסטליכע גרופעס און סעקטעס וואס האבן געהאט אן אנוועזנהייט אין און אין ארום ירושלים, און אין די גליל און א פארבינדונג מיט די קאטוילישע, גריכישע, און ארמענישע קירכעס.
די אידן און קריסטן האבן אלץ געהאט פראמינענטע (אין קאנטעקסט פון די פאלעסטינער באפעלקערונג און קולטור) ערטער, קברים וכו' און ימים טובים און להבדיל חגאות און פייערונגען, סיי די אידן און סיי להבדיל די קריסטן.
לעיקוואד
אגב אייראפע שטיצט בפועל מדנ"י. סטעיטמענטס מיט שטיצען בפועל זענען צוויי אנדערע זאכן כפי שכבר הסברתי. קיין שום איירעפישע לאנד האלט נישט ביים לאזן מדנ"י אונטערגיין.
ווער האט געזאגט אנדערש? מיין פראגע איז פארוואס אמעריקע, אנדערש ווי די מערב אייראפעאישע רעגירונגען, שטיצט מ.י. בלינד אין אלע אינטערנאצינאלע פאליטישע קאנטעקסטן?
אויף דעם איז מיין הסבר די ציוניסטישע לאבי, און נאכמער וויכטיג די צענדליגע מיליאנען עוואנגעליסטישע קריסטן וואס שטיצן מ.י. צוליב זייער פאנאטישע (און, אגב, אנטיסעמיטישע, אבער דאס איז נישט וויכטיג יעצט) דאגמע.
Say it seven more times maybe it will become true
אלזא פארוואס זענען די פאליסטאנער "מער" מאדערן ווי די עגיפטער און די לעבעניז היינט צו טאגס, בעת וואס פאר אכטציג יאר צוריק איז קאירא און ביירוט געווען פיל מער מאדערן ווי ירושלים?
diffSay it seven more times maybe it will become true
You my friend -on the other hand- will use the monkey at a typewriter strategy.
שמערלאלזא פארוואס זענען די פאליסטאנער "מער" מאדערן ווי די עגיפטער און די לעבעניז היינט צו טאגס, בעת וואס פאר אכטציג יאר צוריק איז קאירא און ביירוט געווען פיל מער מאדערן ווי ירושלים?
Oy! It was lost in translation.
'Moderate' not modern'.
You ignore What I wrote you b4 and just keep repeating yourself
Neturei Karta is based on accepting golus and relying on hashem. Here we see their great activist denying golus and the others takes matters in his own hands

ישראל קאפקעשמערלאלזא פארוואס זענען די פאליסטאנער "מער" מאדערן ווי די עגיפטער און די לעבעניז היינט צו טאגס, בעת וואס פאר אכטציג יאר צוריק איז קאירא און ביירוט געווען פיל מער מאדערן ווי ירושלים?
Oy! It was lost in translation.
'Moderate' not modern'.
די האסט בכלל געמיינט צו ענטפערן מיין פראגע, אדער האסט במחשבה תחילה געפירקלט אין די וועלט אריין.
בדרך אגב, וויאזוי איז עיפעק אזוי מאכטפול? איז דאס אויכט אלץ רעליגיע? איך זע דו צעטיילסט לאבי און רעליגיע
chusidבדרך אגב, וויאזוי איז עיפעק אזוי מאכטפול? איז דאס אויכט אלץ רעליגיע? איך זע דו צעטיילסט לאבי און רעליגיע
עיפאק איז אידישע ארגאניזאציע, און די פאליטישע כוח וואס זיי האבן איז געלט, מערסטנס פון ציוניסטישע אידן אין אמעריקע, אבער די אונטערליגנדן באזע וואס מולטיפלייט זייער כוח פילפאכיג איז די עוואנגעליסטישע קירכע.
אמת זיי האבן געלט, פאליטישע מאכט און א גאר גאר עפעקטיווע לאביאינג ארגאניזאציע, אבער דאס אלעס האט א גרעניץ ווי ווייט עס קען גיין, די בערך פופציג מיליאן עוואנגעליסטישע קריסטן אין אמעריקע, וואס גלייבן אין די צווייטע ווידערערשיינוג פון זייער יאשקע, און די עווענטועלע מאסן טויפונג פון די אידישע פאלק, און די אינסטעט טויט פון די וואס אנטזאגן זיך פון טויפן, גלייבן אז כדאי יאשקע זאל קענען ערשיינען נאכאמאל מוזן די אידן הערשן אויף ארץ ישראל, און זיי זענען די עיקר כוח וואס די ציוניסטישע לאבי האט אויף אמעריקאנע פאליסי לגבי מדינת ישראל, און אויסערן פאליטיק בכלל.
וואס הייסט געלט? פאר קאמפיין קאסע?
chusidוואס הייסט געלט? פאר קאמפיין קאסע?
יא.
געלט פאר סענאט און קאנגרעס קאמפיינס, און לאביאינג אין וואשינגטאן ביי אמטירענדע קאנגרעסלייט און סענאטארן.
לעיקוואדדו ענטפערסט נישט מיין קשיא. וואלט רוסלאנד זיך אנגענומען פאר מדנ"י קעגן אמעריקע? (כבר היה לעולמים)
פארוואס?
דו ביסט זיך כסדר מתעלם פון מדנ"י אליינס. כאילו זיי זענען גארנישט. אמעריקע האט אן אינטערעס צו האבען א השפעה אויף זיי. נישט נאר דורך זיי האבען א השפעה אויף אנדערע (וואס איז אויך אמת גראדע). דיין הגדרה פון צוהעלפען אמעריקע ווי כאילו די גאנצע זאך איז נוצן זייערע באזעס צו אטאקירען זייערע שכנים פארפאסט די עיקר דינאמיק פון אינטערנאציאנאלע רילעישינס.
אויב ביזטו אינטערעסירט זיך צו איבערצייגן די שאדן פאר אמעריקע אין איר אנזען אין די אראבישע וועלט און דורך דעם איר איינפלוס אויף די אראבישע וועלט צוליב מ.י. שטיצע, דא האסטו א לענגערע (1.5 שעה) פארום אפגעהאלטן דורך די מידל איסט אינסטוטוט איבער א לעצטיגע זאגבי אנקעטע פון די אראבישע וועלט (עגיפטן, סאודי אראביע, לבנון, עמיראטן), און אנדערע מוסלעמענער לענדער אין די מיטל מזרח געגנט (טערקיי, איראן, און פאקיסטאן),
Today's middle east: A snapshot of regional attitudes.
דיין טענה איבער רוסלאנד איז אינגאנצן קעגן לאגיק פון געאפאליטישע איינפלוס, איז מיין ציל מ.י. (8 מיליאן איינוואוינער) אדער די מיטל-מזרח צפון-אפריקע (275 מיליאן אראבער, אכציג מיליאן טערקן, אכציג מיליאן פערסן, צוויי הונדערט מיליאן אפגאנער-פאקיסטאנער?).
אן מעגליכקייט צו נוצן מ.י. מיליטערישע מאכט ביזטו אינגאנצן אויסגעשפילט.
איך האב געשריבן א לאנגע הסבר, אבער עס האט זיך פארמעקט. 😞
מיר לעבן אין א צייט וואס איסלאמישער עקסטרעמיזם טעראריזירט די וועלט - און אמעריקע שטייט אין צענטער פון דעם היסטארישן צוזאמענשטויס פון די צוויי ציוויליזאציעס, דער מזרח מיט'ן מערב. וואונדערט מיך וויאזוי עמיצער קען נאך אנהענגען היינט צוטאגס די שנאה אין דער אראבישער וועלט אויסשליסליך אויף מדינת ישראל? דאס איז א טעות וואס מ'האט געקענט מאכן ביזן עלפטן סעפטעמבער, אפשר ביז איייסיס איז אויפגעקומען. אבער היינט נאך אויך??
איך וואלט פאר דעם צוועק געראטן צו ליינען דאס בוך "No God But God" פון רעזא אסלאן, אן אמעריקאנער מוסולמענער וואס ערקלערט די הינטעגרונט צום היינטיגן קאנפליקט צווישן די צוויי וועלטס-ציוויליזאציעס.

פלאוויוסמיר לעבן אין א צייט וואס איסלאמישער עקסטרעמיזם טעראריזירט די וועלט - און אמעריקע שטייט אין צענטער פון דעם היסטארישן צוזאמענשטויס פון די צוויי ציוויליזאציעס, דער מזרח מיט'ן מערב. וואונדערט מיך וויאזוי עמיצער קען נאך אנהענגען היינט צוטאגס די שנאה אין דער אראבישער וועלט אויסשליסליך אויף מדינת ישראל? דאס איז א טעות וואס מ'האט געקענט מאכן ביזן עלפטן סעפטעמבער, אפשר ביז איייסיס איז אויפגעקומען. אבער היינט נאך אויך??
איך וואלט פאר דעם צוועק געראטן צו ליינען דאס בוך "No God But God" פון רעזא אסלאן, אן אמעריקאנער מוסולמענער וואס ערקלערט די הינטעגרונט צום היינטיגן קאנפליקט צווישן די צוויי וועלטס-ציוויליזאציעס.
נישט האבנדיג געליינט אסלאנ'ס בוך, וואונדערט מיר וויאזוי דו נעמסט זיין בוך צו דערקלערן א 'קריג פון ציוויליזאציעס' ווען די עיקר פון די בוך ווארפט אפ דעם טעאסיס, די ריוויוס וואס איך האב געליינט לייגן עס אראפ אזוי און די קריטיק דערויף אויך.
עניוועי, די אראבישע וועלט פאוסט טערקישע אימפעריע און קאלאניאליזם איז געווארן אויסגעפארעמט אין א גרויסן זין אין רעאקציע צו ציוניזם, די פאלעסטינער קאנפליקט אין 1948, די אראבישע ארמייען אטאקעס און פארלוסט צו מ.י. סופעריער מיליטערישע מאכט, די זעקס טאגיגע קריג, און אמעריקעס שטיצע פאר מ.י.
מען דארף נישט זיין קיין גרויסער אנטי ציוניסט צו אנערקענען די פארסמנדע איינפלוס וואס ציוניזם האט געהאט אויף די אראבישע וועלט, זינט גלייך נאך זעלבסטשטענדיגקייט פון די קאלאנינעלע אייראפעאישע מאכטן, און נאך ביז היינט די יוניווערסאלע קעגנערשאפט און ריזענטמענט צו אמעריקעס מ.י. פאליסי.
זאגבי אנקעטע פון די אראבישע וועלט, אין עגיפטן לבנון ס. אראביע, די עמיראטן און קואוועיט, פלוס איראן און פאקיסטאן און אינדיאנעזיע.
ישראל קאפקע
נישט האבנדיג געליינט אסלאנ'ס בוך, וואונדערט מיר וויאזוי דו נעמסט זיין בוך צו דערקלערן א 'קריג פון ציוויליזאציעס' ווען די עיקר פון די בוך ווארפט אפ דעם טעאסיס, די ריוויוס וואס איך האב געליינט לייגן עס אראפ אזוי און די קריטיק דערויף אויך.
יא יא, איך האב דירעקט נישט אויסגעזוכט א בוך פונעם אידישן אדער אמעריקאנער לאגער. דאס בוך האט מיך בשעתו איבערצייגט צו סימפאטיזירן מיט די פאלעסטינער, אבער ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז דאס איז דער עיקר טעזע (אויב איך געדענק גוט פון ווען כ'האב עס געליינט). דער שרייבער גייט דורך די געשיכטע פון איסלאם, אריינגעבנדיג א טיפע ליבשאפט אינעם ליינער צו איסלאם, און ער מאלט אפ דעם ריס וואס דער אימפעריאליזם האט אנגעמאכט צווישן דעם מזרח און דעם מערב. דער ריס איז שפעטער פארשארפט געווארן מיט דער אויסערן-פאליטיק פון דער מערב-וועלט (איבערהויפט אמעריקע) אינעם מיטל מזרח אויף מערערע פלעצער, ווי איראן (בימי השאח), מדינת ישראל, רוסלאנד-אמעריקע-אפגאניסטאן, און נאך. ער איז א פיפיגער שרייבער און ס'איז קלאר אז זיין אגענדע איז אריינצוגיסן שולד-געפילן אינעם מערב מענטש, קעגן די חטאים וואס מ'איז באגאנגען אין די לעצטע איבער הונדערט יאר, אבער דעם קאנטעקסט וואס ער גיט צום מערב-מזרח קאנפליקט איז אסאך אסאך ברייטער ווי בלויז מדינת ישראל.
ובכן, אויב וויל מען פארשטיין די הינטערגרונט צום ברייטן קאנפליקט איז וויכטיג צו באטראכטן דאס גאנצע בילד. צו זאגן אז מדינת ישראל איז שיריים פונעם קאלאניאליזם וועט גארנישט העלפן אין דעם פאל, וויבאלד ירדן, סיריע, לבנון און פאלעסטינע (!) זענען אלע שיריים פונעם קאלאניאליזם. די גרעניצן זענען נישט געמאכט געווארן דורך די איינגעבוירענע בירגער, נאר דורך די דרויסנדיגע אימפעריעס. וואלטן די בריטן זיך געקימערט א טראפעלע מיט דעם וואס קומט פאר אין דער סביבה, וואלטן זיי דערקלערט גלייך ביים אנהויב פונעם מאנדאט אז היסטארישע ארץ-ישראל וועט צעטיילט ווערן אין צווייען: דער גרעסטער טייל אויף דער מזרח זייט פאר די אראבער, און דער פיצעלער מערב טייל פאר די אידן. זיי האבן דאס נישט געטון, נאר אנשטאט דעם געגעבן ירדן פאר דער האשימיטער משפחה (געברענגט פון דער פרעמד), און "דערקלערט" פרישע גרעניצן אויף דער מערב זייט, וואס האבן קיינמאל פריער נישט עקזיסטירט. אונטער די טערקן האט חיפה געהערט צו דעם "מחוז ביירות", מטולה האט געהערט צום "מחוז עמאן", און פון יפו ביז נאך באר-שבע איז געווען "מחוז ירושלים".
ס'איז קלאר אז דער קאנפליקט איז צו פארדאנקען דעם אימפעריאליזם, אבער ווען מ'קוקט אויפ'ן גרויסן בילד איז מדינת ישראל נישט מער פראבלעם ווי די איבריגע צענדליגער גרעניצן וואס די אייראפעער האבן אוועקגעשטעלט, איגנארירנדיג אינגאנצן דעם עטנישן מצב אויפ'ן שטח. דאס איז אגב איינע פון די סיבות פארוואס ס'ברעכן אויס אפטע בירגער-קריגן צווישן מוסולמענער שבטים אין די זעלבע מדינות, ווען די גרעניצן וואס פאראייניגן זיי זענען ארויפגעצוואונגען. דער מדינת ישראל קאנפליקט איז גאלד קעגן דעם וואס קומט פאר אין אנדערע פלעצער, און בכל אופן איז די שנאה קעגן דעם מערב נישט קיין תוצאה פון מדינת ישראל, נאר צו דער אלגעמיינער השפעה, געצוואונגענע און נישט געצוואונגענע, וואס דער מערב האט אויפ'ן מזרח. אפילו די מערערע רעוואלוציעס אין דער אראבישער וועלט צו שאפן דעמאקראטיע ("די אראבישע פרילינג" וועלכע דערמאנט אביסל אין דער "פעלקער פרילינג" פון 1848), זענען אלע ווי איינע אינספירירט פונעם מערב.
אסלאן גלייבט אז דער מצב אין וועלכן מיר זענען אנגעקומען, נעמליך "דער צוזאמענשטויס פון ציוויליזאציעס" (clash of civilizations), איז געווען א היסטארישער הכרח. פאר די אייראפעער האט גענומען אפאר הונדערט יאר פון בלוטיגע מלחמות אנצוקומען וואו זיי שטייען היינט, און פאר די אראבער/מוסולמענער דארף מען געבן כאטש אביסל צייט, אז זיי זאלן קענען אנקומען דארט וואו מיר שטייען היינט. רעזא אסלאן שלאגט פאר אז דער מערב זאל זיך ווי ווייניגער אריינמישן אין ענינים פונעם מזרח (און צווישן אונז גערעדט, וואלט עס געקענט זיין א תועלת פאר מדינת ישראל אויך. דאס איז אבער אן ענין פאר זיך), נאר ס'איז פשוט נישט קיין פראקטישער פארלאנג, וויבאלד מיר לעבן היינט אין א גלאבאלער וועלט, וואו אלעס מישט זיך אריין אין אלעמען.
דערווייל קניפט מדינת ישראל כסדר אן אלס ווארעמערע באציאונגען מיט ארומיגע אראבישע מלוכות אין דער סביבה, ווי אויך ווערט די אינערליכע קולטור אין ארץ-ישראל אלס מער מזרח''דיג. פאר דער מערב-וועלט דאכט זיך בטעות אז ס'ווערט פאשיסטיש, בשעת דער אמת איז אז ס'שפיגלט בסך הכל אפ די מאפע פונעם מזרח אלץ מער, מיט יעדן יאר וואס ס'גייט פארביי. נתניהו געהערט נאך צום אלטן דור, אבער דער עתיד פון מדינת ישראל, ווי א חבר פאר דער אראבישער סביבה (אבער ליידער נישט פאר פאלעסטינע) איז פול מיט האפנונג. די איינציגע וואס קענען אונטערברענגען די מדינה זענען די אייראפעער מיט זייער גוטהארציגקייט. און פארשטייט זיך, אז אידן קענען זיי צוהעלפן אין דעם.
צו זאגן אז מדינת ישראל איז פאראנטווארטליך פאר דעם זשיהאד וואס אל-קאידא, אייסיס, און נאך אומצאליגע טעראר גרופעס, האבן אויסגערופן קעגן דעם מערב (אריינגערעכנט אייראפע) שטאמט לכאורה פון אן אולטרא-רעדוקציאניסטישן בליק אויף דער וועלט, לויט וועלכע אלע געשעענישן מוזן זיך אריינפאסן אין איין היקף'דיגן הסבר פאר אלעמען. (א בחינה ווי אנווארפן אלע פראבלעמען אויפ'ן אינטערנעט...)
נאכאמאל, איך האב נישט געליינט דעם בוך, אבער דאכט זיך פון אלע ריוויוס וואס איך האב געזען ווארפט ער דווקא אפ די 'צוזאמענשטויס פון ציוויליזאציע'ס,' טעזיס.
איך זאג נישט אז אראבישע צו אמעריקע און די מערב וועלט איז בלויז צוליב מ.י. אבער מ.י. איז געווען די הויפט פאקטאר פון אראבישע באציאונגען צו די מערב וועלט אין איר פארמילינדע יארן זינט זעלבסטשטענדיגקייט נאך די צווייטע וועלט קריג, און איז ביז היינט די אונטערליגענדע און סינגל מאוסט יוניפייאינג פעקטאר פון די אראבישע ווידערווילן לגבי אמעריקע און די מערב וועלט.
נאך אלעס דארפסטו אנערקענען אז די שנאה קעגן פראנקרייך און ענגלאנד 'די פאקטישע אקופירער' איז ווייט נישט אזוי פונדעמענטאל און קאנסיסטענט ווי קעגן אמעריקע, און ספעציפיש איר מ.י. שטיצע.
דיין חלום פון אנגעווארימטע באציאונגען צווישן מ.י. מיט די אראבישע און מוסלעמענער פאפולאציעס אין מיטל מזרח איז בלויז דאס א חלום פון חלומלאנד.
די איפעריאליסטישע גרעניצן אין די אראבישע וועלט, איז טאקע א נאכאנאנדע קוואל פון אנגעצויגקייט, אבער צו זאגן אז 'דאס' (אומגעלוגענע גרעניצן זעצער) איז די אורזאך פון די איצטיגע שנאה צו די מערב וועלט (לכאורה לויט דעם דווקא פראנקרייך און ענגלאנד) איז נאריש, עגיפטן איז עגיפטן איז עגיפטן, גארנישט ווייניגער די ארטיגע אנטי מערב וועלט שנאה ווי איראק (ארטיגע אינוואזיע נישט אריינגערעכנט) סיריע, אראביע ירדן וכו.
די גרעניצן זענען גורם אינערליכע רייבערייען צווישן סעקטעס שבטים וכו', דאס איז נישט די אורזאך פון אנטי מערב וועלט שנאה.
אין אנדערע ווערטער די קריסטן-שיא-סוני-אלאוויט קאמפעטישן אין סיריע-לבנון, די אראבער-קורדן-פערסן-טערקן קאמפעטישן אין איראק-איראן-טערקיי-ארמעניע-אזערביידזשאן, איז א אורזאך פון אינטערנל אנרעסט, און די איפעריאליסטישע גרעניצן זענען א (אדער די) פאקטאר וואס אנאליסטן און געאפאליטיק ספעציאליסטן קענען מיט רעכט אנצייגן, אבער איז נישט קיין פאקטאר אין אנטי מערב וועלט סענטימענט (צו סיי וועלכע עקסטענט).
דיין ירדן-פאלעסטינע פאלעסטינע-מ.י. פארשלאג איז אזוי פארקרומט אז איך דארף עכט נישט רעאגירן דערצו.
אבער אפשר וועט א מאפע העלפן.