ישראל קאפקענאכאמאל, איך האב נישט געליינט דעם בוך, אבער דאכט זיך פון אלע ריוויוס וואס איך האב געזען ווארפט ער דווקא אפ די 'צוזאמענשטויס פון ציוויליזאציע'ס,' טעזיס.
ער הייבט אן זיין בוך מיט אן אנטי-ציוניסטישן אריינפיר, אבער ציוניזם פיגורירט גאנץ ווייניג אין זיין בוך, לפי ערך צו אלע ארומיגע פאקטארן אינעם צוזאמענטשויס. איך רעד בלויז פון זיכרון. שוין אריבער אפאר יאר פון ווען כ'האב עס געליינט, אבער איך געדענק יעדנפאלס אז ער האט מיר געגעבן די ערשטע וואכזאמקייט צו דער ברייטקייט פונעם מערב-מזרח סכסוך.
איך זאג נישט אז אראבישע צו אמעריקע און די מערב וועלט איז בלויז צוליב מ.י. אבער מ.י. איז געווען די הויפט פאקטאר פון אראבישע באציאונגען צו די מערב וועלט אין איר פארמילינדע יארן זינט זעלבסטשטענדיגקייט נאך די צווייטע וועלט קריג, און איז ביז היינט די אונטערליגענדע און סינגל מאוסט יוניפייאינג פעקטאר פון די אראבישע ווידערווילן לגבי אמעריקע און די מערב וועלט.
נאך אלעס דארפסטו אנערקענען אז די שנאה קעגן פראנקרייך און ענגלאנד 'די פאקטישע אקופירער' איז ווייט נישט אזוי פונדעמענטאל און קאנסיסטענט ווי קעגן אמעריקע, און ספעציפיש איר מ.י. שטיצע.
אמעריקע שטייט היינט אויפ'ן סאמע פראנט אינעם פארטיידיגן דעם מערב פונעם מזרח, אזוי אז ס'איז נאר נאטירליך אז די שנאה קעגן אמעריקע זאל זיין די העכסטע. די אייראפעישע מדינות וועלכע ווערן צוביסלעך אסימילירט אין די מאסן אימיגראציע פון איסלאמישע מדינות, פרובירן צו שפילן מה-יפית מיט דער אראבישער וועלט, אויף ווי ווייט מעגליך (פארשטייט זיך, דאס איז נאך א פאקטאר אין דעם אוטערשייד אין צוגאנג כלפי מדינת-ישראל/פאלעסטינע, צווישן אמעריקע און אייראפע).
דיין חלום פון אנגעווארימטע באציאונגען צווישן מ.י. מיט די אראבישע און מוסלעמענער פאפולאציעס אין מיטל מזרח איז בלויז דאס א חלום פון חלומלאנד.
איך פארשטיי אז דו האסט געשלאסן די מעגליכקייט פון דעבאטירן דעם פרט. בין איך מכבד דיין רצון... 😎
די איפעריאליסטישע גרעניצן אין די אראבישע וועלט, איז טאקע א נאכאנאנדע קוואל פון אנגעצויגקייט, אבער צו זאגן אז 'דאס' (אומגעלוגענע גרעניצן זעצער) איז די אורזאך פון די איצטיגע שנאה צו די מערב וועלט (לכאורה לויט דעם דווקא פראנקרייך און ענגלאנד) איז נאריש, עגיפטן איז עגיפטן איז עגיפטן, גארנישט ווייניגער די ארטיגע אנטי מערב וועלט שנאה ווי איראק (ארטיגע אינוואזיע נישט אריינגערעכנט) סיריע, אראביע ירדן וכו.
די גרעניצן זענען גורם אינערליכע רייבערייען צווישן סעקטעס שבטים וכו', דאס איז נישט די אורזאך פון אנטי מערב וועלט שנאה.
אין אנדערע ווערטער די קריסטן-שיא-סוני-אלאוויט קאמפעטישן אין סיריע-לבנון, די אראבער-קורדן-פערסן-טערקן קאמפעטישן אין איראק-איראן-טערקיי-ארמעניע-אזערביידזשאן, איז א אורזאך פון אינטערנל אנרעסט, און די איפעריאליסטישע גרעניצן זענען א (אדער די) פאקטאר וואס אנאליסטן און געאפאליטיק ספעציאליסטן קענען מיט רעכט אנצייגן, אבער איז נישט קיין פאקטאר אין אנטי מערב וועלט סענטימענט (צו סיי וועלכע עקסטענט).
גענוי דאס! מיין כוונה איז געווען ארויסצוברענגען אז דער קאנפליקט צווישן אראבער און אידן אין פאלעסטינע, איז א רעזולטאט פון א געקינצלטער גרעניצן-איינטיילונג וואס די אייראפעער האבן צוגעטיילט לויט זייערע פערזענליכע פאליטישע אינטערעסן. דאס איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט ווען מ'וויל באשולדיגן די אידן אין אנמאכן א סכסוך אין דער געגנט.
דער ספעציפישער פרט איז נישט געקומען ערקלערן די שנאה קעגן דעם מערב, נאר צו צייגן וויאזוי דער מערב האט איבערגעלאזט כאאס אין דער גאנצער סביבה.
דיין ירדן-פאלעסטינע פאלעסטינע-מ.י. פארשלאג איז אזוי פארקרומט אז איך דארף עכט נישט רעאגירן דערצו.
איך הער וואס דו זאגסט. 😉
האסט מסתמא א טעות געהאט אין מיינע ווערטער. כ'האב נישט גערעדט וועגן א פארשלאג, נאר וועגן דער היסטארישער הינטערגרונט צום קאנפליקט. ליין איבער מיינע ווערטער. וואס מ'דארף יעצט טון למעשה, איז א שמועס פאר זיך.