☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » די שובבי"ם טראמא

די שובבי"ם טראמא

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8076
בלאט: 1 2

קידוש » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 5:14 pm

· #491615
ביי מיר פארזענליך ברענגט שובבים נישט קיין טראמא, אלץ בחור האב איך פון קיין חטא הידוע נישט געוויסט צו זאגען סיי בפעול אין סיי במעשה( ערשט געוואר געווארען נאכען חתונה- א שמועס פאר זיך)
שובבים האט געמיינט ביי מיר געשמאקע חזרה, אביסל רצופות. גוטע גרולות אין קאווע בחינם...

yesiknow » פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:47 am

· #491634
סיי בפועל סיי במעשה, וואס פונקוטליך איז די חילוק? והשנית נאך די חתונה איז עס א מצווה הידוע נישט קיין חטא הידוע...
אשרי חלקך אשרי ילדותנו שלא בושנו זקנותינו
ביים הערן די טעפס האסטו מיטגעוויינט?

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג יאנואר 5, 2024 12:14 pm

· #543735
Re: די שובבי"ם טראמא
ארויפגעברענגט דעם אשכול לרגל שובבים תשפ"ד
און אז מען רעדט שוין פון בחורישע טראמא, איך קען כאטשיק 3 מענטשן וואס אלס בחור האבן זיי באקומען א נערווען-בראך צוליב פחד פון די גרויסע עונשים פון דעם חטא הידוע...

חכמים הזהרו...

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 5, 2024 12:44 pm

· #543741
Re: די שובבי"ם טראמא
שמחהלע קאפשטיק #
ארויפגעברענגט דעם אשכול לרגל שובבים תשפ"ד
און אז מען רעדט שוין פון בחורישע טראמא, איך קען כאטשיק 3 מענטשן וואס אלס בחור האבן זיי באקומען א נערווען-בראך צוליב פחד פון די גרויסע עונשים פון דעם חטא הידוע...

חכמים הזהרו...
משוגע געווארען קען איך נישט.
וואס יא, אסאך בחורים און יונגערלייט האבן גע-דאמפט די גאנצע עניני קדושה subject, וויבאלד מען האט עס געמאכט אוממעגליך צי געווינען, נו אין גיהנם גייט מען שוין מילא גיין כאטש זאל מען enjoy’ען אויף די וועלט….

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 5, 2024 12:47 pm

· #543742
Re: די שובבי"ם טראמא
שמחהלע קאפשטיק #
דערמאנט מיר א מעשה, א סאטמארער איד האט געפרעגט זיין בחור'ל אין א שובבי"ם מוצאי שבת: נו האסטו געהערט די שובבי"ם טעיפ פון רביה"ק?
האט דער בחור געענפערט "טאטי וואס זאל איך טוהן עס האט געקראצט"!
זאגט דער טאטע: דו שייגעץ רשע! די גמרא זאגט אז אפילו עס קראצט דארט טאר מען נישט דארט לייגען די הענט - שעם דיר אין פנים, דו אויסווארף!
ענפערט די בחור: נישט דארט האט געקראצט דער טעיפ האט געקראצט!!!!

ס'געוועהן א סקווירא יונגל וואס האט געפרעגט זיין טאטע וואס מיינט געי?
די טאטע ווערט פארלוירן, ער הייבט אן מסביר זיין אז ס'דא מענטשן וואס ציען צו זכרים וכו' וכו'
אה, זאגט דער אינגל, יעצט וואס מיינט צלמות?

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג יאנואר 5, 2024 12:50 pm

· #543744
Re: די שובבי"ם טראמא
אין די ליטווישע וועלט רעדט מען בכלל נישט פון די נושא. איך בין זיכער אז א תמימות'דיגע טיפיקל 17-18 יעריגע ישיבה בחור ווייסט נישט פון דעם גאנצע זאך 'איי דידנ'ט סי איט אין דע מישנע בערארא'...
מיינט איר אז דארט טוצעך עבירות ביז די לבנה?
אלא מאי? מ'פארדינט גארנישט פון רעדן דערוועגן!
בלאט: 1 2