☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » "שושנים" שטים בודקע נומער 3 איז אפען!

"שושנים" שטים בודקע נומער 3 איז אפען!

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8038

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:12 am

· #244237
"שושנים" שטים בודקע נומער 3 איז אפען!
ברוכים הבאים צום "שושנים שטים בודקע".

די דריטע שושנים שטים בודקע איז אפן!

די ערשטע שטים בודקע איז נאך אפען ביז מארגן, מיטוואך, נאכמיטאג.

די צווייטע שטים בודקע איז אפען ביז דאנערשטאג אינדערפרי.


פאר מער אנווייזונגען און פרטים, זעט די ערשטע שטים בודקע.


אלע פיר געווינער וועלן זוכה זיין אין א ווערדפולן פרייז צו פייערן זייער זיג און צו אנערקענען זייער טאלאנט.

דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100

דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50

די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.


קוקט איבער די לעצטע 12 פאעמעס (פון נומער 25 ביז נומער 36) אין דעם "גן של שושנים", און מאכט אייער באשלוס. וועלכע דריי דארפן לויט אייער מיינונג זיין צווישן די געווינער?


<<קומט דא אריין, און געט אפ אייער שטימע אין דעם דריטען שטים בודקע>>


געדענקט צו וועלן פאר דריי פאעמעס אויף איינמאל. וועלט מיט ישוב הדעת - מ'קען נישט טוישן נאכ'ן שטימען, און מ'קען נישט צוריקקומען און שטימען נאכאמאל אויב מ'האט נישט געשטימט פאר אלע דריי.

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:36 am

· #244239
געשטימט

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:01 am

· #244241
אין די בודקע איז מיר די שווערסטע צו שטימען. צו פיל גוטע פארשטענדליכע ביטער זיסע הומארדיגע רעיונות. איך קען נישט פרעפערן איינס איבערן אנדערן

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:16 am

· #244246
געשטימט

שלא מן הענין איז דא איינער דא וואס די נאמבער"ס וויפיל די געווינערס גייען באקומען דערמאנט זיי פון א משנה אין ש"ס?

פלאוויוס » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:24 am

· #244249
איך קען נישט שטימען. איך בין שטום.

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:26 am

· #244250
איך קען מאכן א דיעל מיט דיר, איך שטום פאר דריי און דו פאר די אנדערע דריי...
איך האב מינומים זעקס אין מיינד.

פלאוויוס » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:17 pm

· #244258
ישמעאל הכהן
איך קען מאכן א דיעל מיט דיר, איך שטום פאר דריי און דו פאר די אנדערע דריי...
איך האב מינומים זעקס אין מיינד.


באמערק דעם חילוק צווישן "שטימען" און זיין "שטום". דאס זענען צוויי פארקערטע באדייטן. צו זאגן "איך שטום פאר דריי" הייסט אז דו ווילסט אויך נישט גיין שטימען...

לעצם הענין, קען זיין דאס געשעפט א גוטע, אויב די דריי וואס דו האסט אויסגעלאזט זענען צופעליג די דריי בעסטע וואס איך וואלט אויסגעקליבן 🙂

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:36 pm

· #244264
ארטאדאקסיע, פארדאקסיע

און ג-ט האט געשוויגען

א יווני קומט

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:42 pm

· #244289
לא נתקבל

מראה האצבע (סתם קארני, באט ווערי דיפערענט)

ארטאדאקסיע, פאראדאקסיע

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:47 pm

· #244291
ווי קען איינער נישט שטימען פאר "שיר החסידים"???

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:54 pm

· #244294
געשטימט

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:57 pm

· #244297
חרטה אז כ'האנישט געשטימט פאר אלו ואלו נשרפין. נישט צוגעלייגט גענוג קאפ צו מיין שטימע! מראה האצבע בין איך צופרידען, בלייבט איבער וועלכע צווישען לא נתקבל מיט ארטאדאקסיע האביך געזאלט מקריב זיין לטובת אלו ואלו. תיקו.

איש את רעהו » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 2:18 pm

· #244301
לא נתקבל-אקטועל און ווייטאגליך פאר אסאך

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:20 pm

· #244312
לית דין בר נש
שלא מן הענין איז דא איינער דא וואס די נאמבער"ס וויפיל די געווינערס גייען באקומען דערמאנט זיי פון א משנה אין ש"ס?

מיך דערמאנט עס די ערשטע משנה אין פרק שור שנגח ד' וה' פון מס' בבא קמא

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:29 pm

· #244315
גאט האט געשוויגן צוליב די קונצליכע סטיל און טיפע תוכן.

לא נתקבל די קונצליכע סטיל און ווייטאגליכע טעמע.

שיר החסידים צוליב אהערשטעלן א נאסטאלגישן פאלקלאר.

הערשי » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:09 pm

· #244363
#25 וכשאני לעצמי
שרייבט איבער די ציפעדיגע געפיל פון דיסאילוזשען אין מרנן אין זייער אייגן שפראך. עכ"פ אזוי פארשטיי איך.

#31 לא נתקבל
א באטריבנע טעמע אין אן עטוואס לייכטער שטימונג. אינטערעסאנטע גראמען.

#36 מראין באצבע
אדע צו די פינגער אין א לייכטער סטיל

בתוך שאר גוטע סחורה

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:23 pm

· #244396
איך האב געשטימט

יתגדל
לא נתקבל
ארטאדאקסיע

האביך געזאגט ''איך'' האב געשטימט? נישט ממש, ענדערש האט הימל געשטימט.
נישט קענענדיג ד'סיידן צווישן 7 פאעטליך, די א.ד. 3, און די פאלגענדע 4:

שיר חסידים
וכשאני לעצמי
יווני קומט
תוקד

האביך גענומען אומנת אבותינו נאו דזשאוק, כ'געמאכט א גורל און געשטימט פאר די געווינער.

און... כ'בין נאך אלס נישט זיכער מיט זיך. אלע, אויך די וואס זענען נישט אנגעקומען אין מיין גורל היט, אלע ממש זענען ווערד א שטימע.

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:22 pm

· #244421
25 – וכשאני לעצמי
26 – שיר החסידים
27 – ארטאדאקסיע, פאראדאקסיע

יואב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:59 am

· #244481
נארוואס אפגעגעבן מיין שטימע.

וכשאני לעצמי, לא נתקבל און ארטעדאקסיע פאראדאקסיע.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:00 am

· #244488
"א יווני קומט" אני באמת מתנצל, כ'האב דיר באמת ליב, ביסט געווען פון מיינע שטארקע מתמודדים. אבער מ'מעג ליידער נאר שטימען פאר דריי...
📎 2014-12-31 02.01.jpg

petergrifin » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:11 am

· #244491
ישמעאל הכהן
אין די בודקע איז מיר די שווערסטע צו שטימען. צו פיל גוטע פארשטענדליכע ביטער זיסע הומארדיגע רעיונות. איך קען נישט פרעפערן איינס איבערן אנדערן

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:16 am

· #244514
איך מוז זאגען עס איז מיר נישט געווען קיין שווערע טשויס, כמעט וואס איך האב געדארפט צאמקראצען דריי וואס איך האב ליב. די סיבות ונימוקים קען מען זעהן במה שהגבתי לכל אחד בנפרד.

קען זיין איך בין שוין אביסעל מיד נאך אזויפיל שטיקלעך. איך בעט איבער פון די געהערטע מחברים פון די לעצטע רונדע וואס איך איך האב מבקר געווען אביסעל מער געאיילט און נישט אזוי פיל צייט געגעבן צו יעדער איינער דן זיין לכף זכות לפי ערכו, נאר מער לפי השקפה ראשונה. דאס דערקענט זיך אויך אין די תגובות וואס איך האב געשריבען אויף די שירים היינט. קען זיין לאחר מחשבה וואלט מען געטראפען מער. וואס זאל מען טוהן.. אפשר ביי די נעקסטע מאל זאל מען מאכען א גבול וויפיל שטיקלעך קען זיין, די מוח פארנעמט נישט אזויפיל..

מיינע בחירות:
-און גאט האט געשוויגען
-יתגדל
-וכל ישראל מראין באצבע

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:28 am

· #244525
שיר החסידים
לא נתקבל
וכל ישראל מראין באצבע

אמת'ע טאלאנט אין אלע דריי.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 6:57 pm

· #245133
געשטימט פאר "און גאט האט געשוויגן"

ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 2, 2015 7:13 am

· #245268
עורו ישינים משוגעים!

בלויז דריי שעה פארבליבן צו שטימען

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:02 am

· #245283
שיר החסידים האט א אמאליגע אידישיסטישע חן, כעין בעלז מיין שטעטאלע בעלז, אז דער רבי טאנצט, ראמעניא ראמעניא ראמעניא. בקיצור ס'דארף מעורר צו זיין נאסטאלגיע צו יענע גוטע צייטן ווען מיר פלעגן עסן א מאמעליגעלע מיט וויין.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:02 am

· #245284
וכשאני לעצמי איז פראפעסיאנעל. קיינער? קיינער נישט. די לשון הקודש ריין און ציכטיג. דער תוכן שטעכעדיג. ווערד א שטימע.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:03 am

· #245285
אלו ואלו נשרפין האט גאר גוטע שיינע חרוזים, לייטיש געמאכט. כאטש אויבנאויף זעהט אויס ווי ערחזר'ט זיך איבער, איז ער אבער מרמז אין יעדער פאר בתים אויף אן אנדערע אדמו"ר מיט זיין קופה של שרצים, ממילא איז עס נישט אזוי באררינג. זעלבע טעמע ווי וכשאני לעצמי. ווערד א שטימע'לע.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:03 am

· #245286
וכל ישראל מראין באצבע איז אוט אוו לעפט פיעלד. איינער וואס האט שוין נישט וואס צו באטראכטען אויף ג-ט'ס גרויסע וועלט אויסער זיינע פינגער איז טאקע ווערד א שטימע...

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:03 am

· #245287
און ג-ט האט געשוויגן זאגן די מבינים אז עס לוינט זיך צו שטימען פאר דעם.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:04 am

· #245288
לא נתקבל האט אן אינטרעסאנטע גאנג אין חרוז, און ער טוישט עס צוויי מאהל אינמיטן צו אן אנדערע מהלך מיט איין צד השווה - קורצע שורות. דער תוכן איז ווייטאגלעך, און ער ברענגט עס גוט ארויס. פאר ווער עס עסוישיעיט זיך מיט זיין מעססעדזש איז עס ווערד א שטימע.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 9:04 am

· #245289
יתגדל איז אויסנאם גוט. עס נעמט א כאראקטער ועמען מיר אלע קענען, און מאלט איהם אראפ ווי א הומען-ביאינג וואס לעבט זיך אין זיין אייגענע באבעל, און אויף יענע וועלט וועט ער טאקע באקומען זיין זעליגע באגער: יתגדל... ווערד א שטימע לכל הדיעות, אדער כאטש א מחאה קעגן שטימען דערפאר...

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:12 am

· #245302
[ציטאט אראפגענומען]

10:12 שוין...

כוכב » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:20 am

· #245307
ווידעראמאל א פראסק פאר ריין פאעזיע, און גאט האט געשוויגן איז אריינגעקומען די שוואכסטע...

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:22 am

· #245309
כוכב
ווידעראמאל א פראסק פאר ריין פאעזיע, און גאט האט געשוויגן איז אריינגעקומען די שוואכסטע...

אין שטים בודקע 2 האט ריין פאעזיא געוואונען מיט א לענדסלייד.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:24 am

· #245311
פאקט איז אז מענטשן האבן ליב פאזעטיוויטי. עפעס וואס איז סעלף העיטינג און מאכט חוזק פון ס'אייגענע נאר, ציהט נישט אן קיין סך.

מאטי » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:26 am

· #245313
נישט צום גלייבן, "און גאט האט געשוויגן" די ווייניגסטע! ווען איך וואלט געוואוסט ווי פאראדאקסיש ארטאדאקסן שטימן אויף פאעזיע, וואלט איך ווען צוגעלייגט נאך א שורה אין מיין פאעמע....

פלאוויוס » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:38 am

· #245320
פאר "לא נתקבל" איז זיך געקומען צו געווינען. אפאר אנדערע ווייטאגט מיך אז זיי זענען אינגאנצן ארויסגעפאלן.

יאיר » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:46 am

· #245322
מאטי
נישט צום גלייבן, "און גאט האט געשוויגן" די ווייניגסטע! ווען איך וואלט געוואוסט ווי פאראדאקסיש ארטאדאקסן שטימן אויף פאעזיע, וואלט איך ווען צוגעלייגט נאך א שורה אין מיין פאעמע....

איך האב גראדע יא געוואוסט. אבער הדבר אשר ישים אלקים בפי אותו אדבר. די נביאי אמת זענען קיינמאל נישט געווען איבריג פאפולער.
עניוועי, איך בין שטאלץ צו טיילן מיין חלק מיט לעיקוואד און 'איך אויך' אלס די פארלירער פון דעם פארמעסט. ענדליך האבן מיר געגרייכט אן עמק השוה 😂

מאטי » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:54 am

· #245325
לכאורה האט דאס פארלוירן מחשש כפירה.

מאטי » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:56 am

· #245327
פישל'ע העררינג
פאקט איז אז מענטשן האבן ליב פאזעטיוויטי. עפעס וואס איז סעלף העיטינג און מאכט חוזק פון ס'אייגענע נאר, ציהט נישט אן קיין סך.


ולא נתקבל תוכיח.....

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:22 am

· #245337
מען האט געציילט די קולות און
פאעזיע האט געשוויגען קעגן
שירים פון געוויסע אבער
מיר זענען דאס נישט מקבל עס
איז א פארדאקס כשאני
לעצמי וואס גייט עס אן, א מעשה
שהיה, ביני ובינך א נפקא
מינה, עס ברענט דיר? פרעג
א יווני, אפשר ער
ווייזט מיט די פינגער ווער
שטימט בעסער אין דער
ערד עס ליגט, פאברענט ביידע
פאר פייער און וואסער זאגט
קדיש זאל שוין זיין
יתגדל.

יאיר » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:25 am

· #245338
לעיקוואד אפשר לייגסטו דאס אוועק פאר נעקסטע יאר 😂

כוכב » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:35 am

· #245344
די ביינער פון דער פינטל איד שאקלען זיך אין קבר צו זען ווי די ''גרויסע'' און די ''טאטעס'' זענען אזוי במאכטעיכא.