☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » די צווייטע "שושנים" שטים בודקע איז אפען!

די צווייטע "שושנים" שטים בודקע איז אפען!

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8031

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:09 am

· #244002
די צווייטע "שושנים" שטים בודקע איז אפען!
ברוכים הבאים צום "שושנים שטים בודקע".

די צווייטע שושנים שטים בודקע איז אפן!

די ערשטע שטים בודקע איז נאך אפען ביז מיטוואך נאכמיטאג.

מארגן דינסטאג וועט זיך עפענען די דריטע שטים בודקע פאר די פאעמעס פון נומער 25 ביז נומער 36.

פאר מער אנווייזונגען און פרטים, זעט די ערשטע שטים בודקע.


אלע פיר געווינער וועלן זוכה זיין אין א ווערדפולן פרייז צו פייערן זייער זיג און צו אנערקענען זייער טאלאנט.

דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100

דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50

די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.


א גרויסן ישר כח פאר דעם נדבן מחשובי חברינו, הרוצה בעילום שמו.

קוקט איבער די צווייטע 12 פאעמעס (פון נומער 13 ביז נומער 24) אין דעם "גן של שושנים", און מאכט אייער באשלוס. וועלכע דריי דארפן לויט אייער מיינונג זיין צווישן די געווינער?

<<קומט דא אריין, און געט אפ אייער שטימע אין דעם צווייטן שטים בודקע>>


געדענקט צו וועלן פאר דריי פאעמעס אויף איינמאל. וועלט מיט ישוב הדעת - מ'קען נישט טוישן נאכ'ן שטימען, און מ'קען נישט צוריקקומען און שטימען נאכאמאל אויב מ'האט נישט געשטימט פאר אלע דריי.

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:31 am

· #244007
שווערע החלטה געוועזן, צום סוף האב איך געשטימט פאר:

1) העלע געדאנקען >>> איינע פון די שטערקסטע שטיקלעך קונסט זייט די אויפשטייג פון ק"ש. עזרא הסופר אלערט.

2) והמבין יבין >>> א זעלטן געלונגענע, קורץ און שארפע, אמת-ווי-גיהנום שטיקל ארט.

3) דרא דייסא ודירה >>> כישרון. חכמה. סופר מהיר.

ונבנתה העיר » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:49 am

· #244010
שאון השעון

געזעץ פון שילוש

העלע געדאנקען

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:16 pm

· #244019
המבין יבין, כאפטעמיסט.

שאון השעון, א געהעריגע קאפיטל כתובים, אמת'ע טאלאנט.

סטארבאקס, כ'אידענטיפיציר מיך מיט'עס. פלאס ס'איז ביוטיפול.

יואב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:17 pm

· #244020
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני בחלומי. איך ברויך נאך כאטש עטליכע שעה צו קענען שטימען פון דעם דאזיגן אויסוואל. איך שטים נאכנישט.

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:19 pm

· #244021
איך מוז גראדע מודה זיין על האמת אז כ'האב נישט גרינטליך דורך געלייענט אלע פאעמעס אויפ'ן מארקעט.

יואב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:24 pm

· #244057
כ'האב אוועקגעשאנקען מיין מיטאג צייט דורכצולייענען די דאזיגע צוועלף שירים בעיון רב. ס'איז קיין לייכטן באשלוס נישט געווען.

אז כ'האב געמוזט וועלן בלויז דריי דערפון, זעען זיי אראפגעקומען צו רכבת מעצבנת, העלע געדאנקען און שאון השעון.

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:44 pm

· #244089
עסקנים געבן איבער בשם שמעון ראלניצקי בשם בעני פאלעטשעק בשם אהרן יוסף שפילמאן בשם יוסי געשטעטנער בשם אהרן ווידער אז פון די צד שכנגד איז דא א שטארקע טוירנאוט וכו', עד געספאנדערט ביי די טעלעריפיק קאלינג קארד.
ערנסט גערעדט, כבעט בכל לשון של בקשה, ווער סהאט נאכנישט געשטימט זאל שוין שטימען. כי בנפשינו הדבר.

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:23 pm

· #244126
אקעי נאך לענגערע קאפ געבראכאכטס האב איך אפגעגעבן מיין שטימע. די ערשטע צוויי זענען געגאנגען פאר ראדני און שאון השעון, די דריטע האט זיך געוואקלט צווישן העלע געדאנקען און סטאר באקס און האט למעשה געלאנדעט ביי סטארבאקס צוליב די ראמאנטישע קיצל אין די נאז עס שמעקט מיר אריין די קאווע נאך פונעם ליינען די ארטיקל.
אבער וואסזשע קען מען טון, כהאב געוואלט שטימען פאר נאך, אבער די הענט זענען געבינדן. געזעץ פון שילוש איז קריסטאל פאעזיע איך האב אבער נישט געקענט טרעפן א פערזענליכע קאנעקציע דערצו.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:32 pm

· #244128
ס'איז צרות קיינער וויל מיך נישט לייקן.

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:07 pm

· #244136
איך האב שוין ב"ה אפגיגעבן מיין שטימע פאר ביידע שטים בודקעס און אויסגיוועלט אלעס צוזאמען 6 געווינערס אדערווייל!
אבער פאר נייגעריגקייט בין איך די איינציגסטע וואס האט באקומען א אישי פון הער קעלנער אז איך זאל אפגעבן מיין שטימע? אדער האט מען דאס ארומגעשיקט צו אלע ניק"ס היושבים בשטיבלינו?
דאס מיינט אידן געבן זיך אוועק לטובת המקום בלי שום תשלום גמול!!! געוואלדיג!!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:56 pm

· #244141
רבותי דאס אז טייל שרייבן וואס זיי האבן געשטימט פאר איז נישט קראנט פאר עקזיט פאולס. רוב וואטערס זענען שטיל איבער זייער אפציעס. חזק! אן קיין יאוש, און איך מיין מיך אויך..

בן תמליון » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:59 pm

· #244142
וואס איז די דין אז איטליכע וועלן האבן די זעלבע צאל שטימען?

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:04 pm

· #244144
[ציטאט אראפגענומען]

@אנאנים, קענסט געבן א בערך'דיגע נאמבער פון ניקס וועלכע האבן געשטימט? 10? 50? אין די מאות?

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:04 pm

· #244145
געווען ניקס וואס האבן קאמפלעינט אז די שטים בודקעס זענען נישט אפען גענוג לאנג. פאר געוויסע נעמט עס גאנצע פירענצוואנציג שעה אפצו ליינען איין פאעם.. איז געווען א קלער צו פארלענגערען די צייט צו שטימען אין אלע בודקעס ביז אל''ף שמות. אבער דאס איז גלייך אראפ פון טיש כאפענדיג וואס פארא כאאס דאס וועט פאראורזאכן ווען יעדער וועט אפמאכן ביי זיך ווען אלף שמות איז. איז אדערווייל געבליבן אזוי ווי געשמועסט און יעדער זאל זיך צויאגן מיטן שטימען.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:06 pm

· #244146
עס איז דא א פרינטיבעל ווערסיע, פאר וועמען עס מאכט גרינגער כשלחן הערוך.

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:12 pm

· #244148
פישל'ע העררינג
[ציטאט אראפגענומען]

@אנאנים, קענסט געבן א בערך'דיגע נאמבער פון ניקס וועלכע האבן געשטימט? 10? 50? אין די מאות?

מיר וועלן זיך האלטן צו די כלל אז מ'ווייזט נישט קיין האלבע ארבעט. ענדגילטיגע נומערן וועלן ערשיינען מיט'ן שלוס פון די וואלן.

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 8:42 pm

· #244159
געשטימט

פלאוויוס » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:18 pm

· #244174
רכבת מעצבנת. שאון השעון. ערבוביא.

וואלט געקענט זיין נאך אפאר...

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:25 am

· #244221
פישל'ע העררינג
עס איז דא א פרינטיבעל ווערסיע, פאר וועמען עס מאכט גרינגער כשלחן הערוך.

ייש"כ פישעלע.
כ'וואלט ווען הנאה געהאט ווען די PDF וואלט געהאט באצייכענט נומערן אויף יעדן פאעזיע, און אזוי ארום פארגרינגערן דאס שטימען.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:09 am

· #244236
געזעץ פון שילוש
סטארבאקס
ערבוביא

די זענען מיין טעיסט אין פאעזיע. ועל טעם וריח. עס איז דא אנדערע וואס זענען אפשר גרעסערע קונצען, איך האב אבער נישט מקדיש געווען אזויפיל צייט צו לערנען און מפרש זיין אזויווי ביי די ערשטע רונדע, איז בלייבט מען ביי די פשוטע טעיסט.

באלד וועט נתגלה ווערן ווער האט אלץ וואס געשריבען און איך וועל האבען בושות פון מיינע חברים..

הערשי » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:08 pm

· #244347
#17 סטארבוקס
קאמפאקט, געוואויגען מעטער און גראם, ערוועקט א געפיל מיט א ברייטער אפיעל

#18 שאון השעון
א שיין מליצות'דיג אדע צו צייט. דער מחבר איז שטארק טאלאנטפול מיט ווערטער. ניקוד איז בבחינת כל המוסיף גורע.

#16 ראדני
שמא קגרים, ירדנו פלאים. שיין ארויסגעברענגט די פלעקן וועלכע מען קען נישט מעקן. ראדני וועט בלייבן פיל לענגער ווי די מחלוקות וועלן געדענקט ווערן, מסתמא.

נח געציל » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:07 pm

· #244360
-געזעץ פון שילוש
-ערבוביא
-העלאו געדאנקען

׳פאעזאפיע׳ האט גערעדט צו מיר היינט.

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:21 pm

· #244419
14 רכבת מעצבנת
18 שאון השעון
24 דרא דייסא ודירה

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:09 am

· #244489
.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:09 am

· #244490
כ'בין נאך נישט גרייט צו שטימען, כ'מיין כ'וועל מוזן ווארטן אויף די לעצטע מינוט, דאס צווייטע בודקע באדט זיך אין טאלאנט!!... ממש נישט קיין יושר! כ'בין אובד עצות.

petergrifin » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:22 am

· #244492
די צװײטע סעט איז מיר די שװערסטע צו שטימען פשוט װײל איך פארשטײ עס די װײניגסטע. יעצט װײס שוין זיכער אז איך הײב נישט אן צו פארשטײן פאעזיע אבער כ'האב סײװי געשטימט.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:50 pm

· #244741
באזירט אויף דער ערשטער שטים אויסגאנג (א שאק!), וועלכער פון די 12 קלערט דער עולם וועט געוואונען מארגען?

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:54 pm

· #244888
די שטים בודקע פארמאכט זיך ביז צוועלף שעה.
געדענקט אייער שטימע קען מאכן א דיפרענץ.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 2:22 am

· #244927
📎 2015-01-01 02.16.54.png
שאון איז געווען מיין נומער איינס, פראפעסיאנעליזם, פיוט, און אויך פארשטענדליך. ראדני האט טיפע אינטערסאנטע חידושים. וכן געזעץ פון שילוש איז א געוואלדיקער קריעטיוויטי.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 2:30 am

· #244929
געשטימט כדלהלן:

[list]רכבת מעצבנת - זייער טרעפליך, געוואלדיג שעפעריש, ריכטיגע פאזעזיע,
שאון השעון - נישט מעגליך נישט צו שטימען דערפאר! עוד לא נראה כבושם הזה!
והמבין יבין - געשמאק, שפיגלט אפ אונזער קולטור מיט אמת׳ע פארבן.[/list:u]

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:29 am

· #244968
דעדליין איז אין א האלבע שעה.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:35 am

· #244973
רויטע וואנצעס
דעדליין איז אין א האלבע שעה.

אץ בדרכו... לא יודע נופש... בורח הלאה... לא תשיגו עוד...

(קרעדיט: "שאון השעון", פאעזיא נומער 18)

מוזיקאנט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:49 am

· #244984
.