"שושנים" שטים בודקע א'
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8027
"שושנים" שטים בודקע א'
ברוכים הבאים צום "שושנים שטים בודקע".נאך דעם קאלאסאלן סוקסעס פונעם שושנים פאעזיע פארמעסט, ווען עס איז אריינגעקומען 36 הערליכע פאעמעס, זענען ארויפגעקומען עטליכע מהלכים ווי אזוי אפצוהאלטן די וואלן אויסצואוועלן די שענסטע ווערק. למעשה זענען מיר געבליבען ביי די מסקנא אז מ'זאל פשוט צוטיילן די 36 שטיקלעך אין דריי גרופעס, און מ'זאל וועלן פאר יעדע גרופע באזונדער.
עס וועט ארבייטן אזוי:
[list][*]היינט עפענט זיך די שטים בודקע פאר די ערשטע 12 פאעמעס.
[/*:m]
[*]מארגן מאנטאג וועט זיך עפענען די שטים בודקע פאר די פאעמעס פון נומער 13 ביז נומער 24.
[/*:m]
[*]דינסטאג וועט זיך עפענען די שטים בודקע פאר די פאעמעס פון נומער 25 ביז נומער 36.
[/*:m]
[*]אלע מעמבערס וואס האבן שוין געשריבן 20 הודעות אדער מער קענען שטימען.
[/*:m]
[*]אין יעדע שטים בודקע קענט איר שטימען פאר די דריי פאעמעס וועלכע איר ווילט זעהן צווישן די פיינעליסטן.
[/*:m]
[*]אויב איר האט עטליכע ניקס, ביטע נאר שטימען מיט איין ניק.
[/*:m]
[*]אלע שטים בודקעס פארמאכן זיך דריי טעג נאכ'ן עפענען. דאס מיינט אז מיטוואך וועלן מיר האבן די דריי געווינער פון די ערשטע שטים בודקע, דאנערשטאג וועלן מיר האבן די דריי געווינער פון די צווייטע שטים בודקע, און פרייטאג וועלן מיר האבן די געווינער פון די דריטע שטים בודקע. דאס מיינט אז פרייטאג וועלן מיר האבן די 9 פיינעליסטן פאר די שושנים פאעזיע פארמעסט.
[/*:m]
[*]קומענדיגע וואך וועלן מיר עפענען די שטים בודקע פאר די ענדגילטיגע וואלן, וואו מ'וועט אויסקלויבן די פיר געווינער פון דעם פארמעסט פון צווישן די 9 פיינעליסטן. [/*:m][/list:u]
אלע פיר געווינער וועלן זוכה זיין אין א ווערדפולן פרייז צו פייערן זייער זיג און צו אנערקענען זייער טאלאנט.
דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100
דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50
די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.א גרויסן ישר כח פאר דעם נדבן מחשובי חברינו, הרוצה בעילום שמו.
קוקט איבער די ערשטע 12 פאעמעס אין דעם
"גן של שושנים", און מאכט אייער באשלוס. וועלכע דריי דארפן לויט אייער מיינונג זיין צווישן די געווינער?
<<קומט דא אריין, און געט אפ אייער שטימע אין דעם ערשטן שטים בודקע>>
געדענקט צו וועלן פאר דריי פאעמעס אויף איינמאל. וועלט מיט ישוב הדעת - מ'קען נישט טוישן נאכ'ן שטימען, און מ'קען נישט צוריקקומען און שטימען נאכאמאל אויב מ'האט נישט געשטימט פאר אלע דריי. די עמעזאן גיפט קארדס איז א וויץ אדער ערענסט? מיין סארקאזם דיטעקטאר איז צעבראכן.
אפגעגעבן מיין שטימע, בטעות נאר פאר איין פאזיע ... 🙄 😳 😈
די ריווארדס זענען בכלל נישט קיין וויץ. נאר א טאקען אוו אפרישיעישאן פאר אונזערע טייערע שרייבער.
עס איז נישט קיין עוולה צו זאגן פאר וועמען מהאט געוועלט.
עס איז א חוב קדוש פאר יעדן איינציגן ניק מיט 20 תגובות אנטיילצונעמען אין די וואלן גארנישט ווייניגער ווי די חוב קדוש פון אי''ש צו לייגן בלומען ביי די פאליציי שיסעריי סצענע.
יעדער ניק וואס עקזיסטירט נאר, באהאלטענע צי אפענע, ווארט נישט איך זאל אייך טעגן, גיט אפ אייער שטימע ווי אמשנעלסטנס.
#פרייע קאטטאן קענדי ביי די רעכטע אריינגאנג
@כוכב, קיבלתי באישי:
איך האב געשריבן א פאעם פאר די פארמעסט. איך האב נישט געשריבן נאך גענוג תגובות צו וועלען. קענסט פרעגן כוכב?
ווי גייט מען שרייבען די טעמי המצוות פארוואס מהאט געוועלט אזוי אדער אזוי?
מ'קען וועלן פאר די אייגענע?
יא.
---
אמרתי
א בריוול פון דעם בית הכבוד
גיבורים ביד חלשים
געווען א שווערע טשויס, הרבה ראוים לאותו איצטלא, צו'ם סוף בין איך געגאנגען בדרך השירה און געוועלט פאר די דריי וואס האבען די מערסטע מיר בארירט צו וועלן פאר זיי.. איז סארי איך ווייס נישט פונקט מסביר זיין, אפשר מיט א פיוט וועט איר פארשטיין..
א גוט ווארט
ימי בינה
או חברותא
א גוט ווארט געוואונט פאר'ן האבען די מערסטע אגריעבעל מעסעדזש. ימי בינה פאר די מערסטע קונסטליכע פראזען. או חברותא פאר די בעסטע ארויסגעברענגט קאמפלעקס א הרגש.
קען זיין איך בין בייעסד ווייל נישט אלע האב איך מעיין געווען מיט די זעלבע אריכות ועומק, וואס זאל מען טוהן כבין נאר א מענטש..
יין שרףאפגעגעבן מיין שטימע, בטעות נאר פאר איין פאזיע ... 🙄 😳 😈
עבד שרבו מוסר לו לצבוע לשלשה ובחר רק בחד כלום תקנה יש לו??? @אנאנים
@כוכבימי בינה - פיוט בעומק
א גוט ווארט - שיינע נושא
א בריוול פון דעם בית הכבוד - הומאריסטיש
אפשר איז בעסער נישט שרייבען עס זאל נישט משפיע זיין די פאלס..
מקען יא שרייבן ווייל יעדער טוט ממילא וואס ער וויל...
קען זיין מיין וואוט איז די מערסטע בייעסד ווייל איך ווייס ווער סהאט אלעס געשריבן אבער כהאב דאך א רעכט צו שטימען...
איז איך וועל לכאורה שטימען פאר ימי בינה און אמרתי וואס האבן מיר געלערנט א דערהער אין קונסט און א לעקציע בדרכי הכתיבה והסגנון און די דריטע שטימע וועט לכאורה גיין פאר טב למתיב טן דו וועלכע איז בעיני א שלימותדיגע שטיק פאעזיע סיי אין אויסשטעל, קעפל, גראם, תוכן, ווערטער אויסוואל וכו' הגם איך אידענטיפיציר מיך נישט מיט דער טעמע, איך בין ב'ה העפעלי מעריד, אבער סאיז א ווייטאג וואס עקזיסטירט.
אבער כהאב נאכנישט געשטימט...
נו, פאר וועם האט דער עולם געשטימט?
הערה קטנה, איך ווייס נישט צו ס'איז דא בעסערע וועג, אבער לויטן יעצטיגן וועג קען זיין אז ס'איז נישט איינגעטיילט יושרדיג, ווייל ס'קען זיין אז איין דריטל פון די וואל רונדן זאל איבערשטייגן מיט בעסערע דיכטונגן ווי די אנדערע און היות אז ס'איז נאר דא די מעגליכקייט צו וועלן פאר דריי קען אויסקומען אז א פערדע וואס שטייגט איבער א דריטע פון אן אנדערען טייל פון די וואלן ווערט ארויספאלן בעת ווען כאמור ס'שטייגט איבער נאר איר מזל איז צו האבן שטערקער קאמפעטישן.
#11 טב למיתב
פארשטענדליך, פליסיג מעטער און גראם, טעמע ערנסט, סטיל לייכט, מעסעדזש קלאר, ליינער מיטגעפיל ברייט.
#4 א בריוול פון דעם בית הכבוד
פארשטענדליך, גאנץ פליסיג, ליינער נאענטקייט ברייט, ארגינאל.
#7 שובה השיבנו
פארשטענדליך, באדייטנדער טייל פליסיג, אלטער טעמע אבער אין ביהמ"ד בלא חידוש.
במחילת כבוד חכמי הרזים, אין אייערע פאעמעס ליגן לכאורה פיל שעפערישקייט, אבער מחמת עומק המושג וקוצר המשיג, קען איך שטימען נאר פאר וואס איך פארשטיי. טאמער וואלט איר ארויסגעריקט א שטיקל ביאור, וואלט איך אפשר אנדערש געשטימט. ואיתכם הסליחה.
@נהורא
הדא דכתיב טאף לאק היות סאיז רענדאמלי.
גלייב מיר מיר זענען דורכגעגאנגען אלע אפציעס בכובד ראש במשך עטליכע טעג און דאס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די פראקטישסטע און מערסט עפעקטיוו.
אוי וויי הערשי דו וועלסט נישט פאר דיין אייגענע שחל בחשבוני.
כוכב@נהורא
הדא דכתיב טאף לאק היות סאיז רענדאמלי.
גלייב מיר מיר זענען דורכגעגאנגען אלע אפציעס בכובד ראש במשך עטליכע טעג און דאס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די פראקטישסטע און מערסט עפעקטיוו.
גוט, אבער ס'איז גוט צו וויסן צו האבן א בעסערן בליק לגבי די אויסגאנג
-נהי בכי תמרורים, נהי
דברים היוצאים מן הלב, גערעדט צו מיין הארץ
-הארץ צווייפלענישן
שיין מסדר צומישטע געפילן, און איך פארשטיי זיין הארץ
-אוי חנוכה, אוי חנוכה
הומאריסיטיש געשריבן, און לייגט אראפ א בילד פון א לעבנס מצב
אנדערע פאעמעס זענען זייער שיין מסודר, פול מיט שיינע און טיפע מליצות, אבל לא זכיתי להבין, עט ליעסט נישט דאס גאנצע
באמת אין א דילעמא. כאטש א האלבן דאזן זעה איך אויף די זעלבע ליניע. איך שפיר וועלן נאר פאר דריי וועט בעול'ען די אנדערע וואס האבן אריינגעלייגט קאפ און הארץ פונקט אזוי. וואס טוט מען?
א גוט ווארט
אוי חנוכה
טב למיתב
די לשון קודש'ע זענען ביי מיר נישט געווען קיין אפשען ווייל כ'האב פשוט נישט געהאט קיין נערווען זיך צו ברעכן קאפ דערויף. ס'איז יתכן אז ס'ליגט דארט אפשר מער כוחות, אבער איימסארי אז איך געפון מיך דא אין ק"ש ווייל איך ענזשוי א פלאץ ווי מ'פארברענגט אויף מאמע לשון. בכלל בין איך א קנאפער מבין אויף פאזיע, סא טאמער האב איך נישט געשטימט פאר אייער ארטיקל דארפט איר נישט ווערן אפענדעט.
@הערשי,
אמרתי און ימי בינה האבן ביידע באקומען עקסטענסיוו ביאורים, בכמה אנפין, סיי פון אנכי הדל און סיי פון לעיקוואד, ועוד.
נישט אויף אלע שורות, און נישט מכוון געווען אינגאנצן לפי האמת, לפי דעתי.
"ימי בינה" הוא פיוט מסוג אחר!
נראה לי אשר לא אחר מ"דונש" בעצמו התגלגל לכאן לתרום לנו את הימי בינה... חבל שיש שלא מבינים את לב המתפייט בלשון הקודש. איזה חן יש לפיוט מקצועי בשפה שבה ניתנה התורה!
השני בתור, עבורי, הוא "השבינו". יפה מאוד בסגנון ובטעם נעים.
כל השאר, לטעמי בלבד, הם בדרגת מצוה טאנץ גראמען, בלי כושר פיוטי כלל, ולכן לא הצבעתי זולת על השנים האלו.
אשאל לך שאלה ידידי המתווח, איך הכניסו אותך אל תאי הבחירות, הלא אין לך העשרים תגובות הנדרשים?
אפטעמיסטאשאל לך שאלה ידידי המתווח, איך הכניסו אותך אל תאי הבחירות, הלא אין לך העשרים תגובות הנדרשים?
ער האט בייגעשטייערט איינער פון די 36 שושנים. זעה די ליסטע.
[ציטאט אראפגענומען]
וואו איז "פראדאקטיוו" ווען מ'דארף זיי?
א גוט ווארט, שטארקע נקודה.
שובה/השבינו, גוט אויסגעלייגט און שיינע גראמען.
טב למיתב, רייך און שיין צולייגט.
אשאד מ'קען נאר שטימען פאר דריי. איך האב געברויכט שטיין און וועלן עידית מעידית.
נאך א לענגערער זיצונג מיט אני הקטן בכבודי ובעצמי האב איך דערלאנגט מיין שטימע נומער איינס פאר "בני בינה". א הערליך שטיקל, שטארק פאעטיש, רייכע שפראך, טיף און שיין מסודר.
או חברותא האט פשוט גערעדט צו מיין הארץ, האט די פאעמע באקומען מיין צווייטן קליק.
פארן בית הכבוד האב איך געשטימט ווייל ער איז דער קאנדידאט וועמען איחוד הרבנים און יונייטעד-רבינו-תם גאטקעס האבן אינדארסירט און באפוילן טף וזקנים אפגעבן זייערע שטימען משום הכרת הטוב. דער קאנדידאט וואס האט אונז געהאלפן, העלפט אונז און וועט ווייטער שטיין צו דער רעכטער האנט פון אנ"ש מיט א געטריישאפט. מפי השמועה האט ער זיך אויסגעדריקט די וואך ביי א בליץ-באזוך אצל קאק אדמו"ר שיט"א גרויס פארשטענדעניש צו אונזערע ספעציעלע געברויכן, און האט פארשפראכן צו צושטעלן מער בודקעלעך און שטערקערע עקזאסטינג-כוחות דורכאויס שבתים וימים טובים ווען כלל ישראל איז זקוק לסייעתא דשמיא מרובים.
טב למיתב איז געווען א קאנדידאט וועמען כ'האב מתחילה שטארק אין אכט גענומען, זיינע שטעלונגען האבן אויסגעקוקט צו אדרעסירן מיינע אינטערעסן. זייענדיג אבער שוין אויפ'ן וועג צו דער שטים-בודקע האב איך געטריפט אויף פאשקעווילן וועלכע האבן געשריגן מיט פיר-קאנטיגע אותיות אז דער טב שטיצט תועבה בפומבי און צו שטימען פאר עמען איז בהרג ואל יעבור.
שפעטער האב איך געכאפט אז ס'איז בלויז געווען א מיטל פון voting intimidation, אבער ווי זאגן זיי, מ'קען מער נישט צוריקדרייען.
איך האב מורא אז דו האסט געשטימט פארן בית הכבוד פאר מער פערזענליכע סיבות...
עפעס שמועסט מען אויף ק"ש וואטסעפפ גרופע אז נידערמאן ארבעט אויף א בלאק-וואוט. איינער קען באשטעטיגן?
במר נפשי אבקש פון יעדע איינציגסטע ניק, גייט ארויס שטימען, נעמט אנטייל אין די וואלן, כ'קען נישט יעצט מאריך זיין מחמת קישוי השעבוד, אבער נעמט דאס נישט פאר לייכט, אויב האט איר נאכנישט געשטימט גייט שטימען.
טענקס
דער מערכת שטעלט צו פרייע טראנספארטאציע צו די שטים בודקעס. עסקנים וטובי הציבור זענען גרייט צוצוהעלפן די וואס זענען נישט קיין רעגיסטרירטע וויילער. געדענקט! יעדע שטימע איז קריטיש וויכטיג. א שטימע פאר רעמפא איז א שטימע פאר זיך. פאר מער דריקט דריי.
איך זעה כוכב קען נישט מאריך זיין, ער איז שוין הייזעריג פונעם קאמפיין, וועל איך נעמען די מייק:
טייערע ברודער כלנו בני איש אחד! איך שרייב צו אייך היינט מיט זודיגע טרערן, ציטערדיגע הענט און א פעדער פון א בת היענה,
גייטס ארויס שטימען!!!
דער עתיד פונעם שטיבל איז אין אייער הענט! דער עתיד פון די מושג קאווע איז אין אייער הענט! דער עתיד פון עמעזאן איז אין אייער הענט! דער עתיד פון נאך פארמעסטן ליגט אין אייער הענט! דער עתיד פון כוכב זאל מיט אונז בלייבן, ליגט אין אייער הענט!
נארמאל איז אומלעגאל פאר טויטע צו שטימן, אבער מיט ספעציעלע ערלויבעניש האבן מיר ארלעדיגט ביי די באהערדע אז אפילו טויטע אדער פארשלאפענע ניקים קענען שטימן. איש בל יעדר! יעדער וואס איז 20 תגובות אלט און העכער איז בארעכטיגט צו שטימן!
שטימטס אין די מאסן!!!
.
שוין אפגעגעבן די שטימע פאר די ערשטע צוויי רונדעס וואלן. איך האב געשטימט פאר די פאעזיעס וואס האבן די מערסטע גערעדט צו מיין הארץ. די פינקטליכע אויסוואלן זענען אפגעהיטן ביי די רעדאקציע, משום עינא בישא.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז אקוראט וואס איך פיל!! כ'דריי מיך מיט ייסורי חרטה פאר'ן נישט שטימען פאר דעם אדער פאר יענעם. את הנעשה אין להשיב, בין איך מיך מצטרף צו דיין גילוי דעת.
מיין גרעסטע דגוש גייט פאר "קונסט". קונסט מיינט אז סיי עס איז קונסטלעך און סיי עס איז פארשטענדלעך.
אבער געקונסטלט מוז עס זיין.
איך גיי מיט דריידל'ס מהלך, איך שטים נישט, איך פייף אריין אין דעם חוב קדוש גענוי ווי מיינע רבי'ס האבן מיר געלערנט זינט די וויגעלע, בכלל גלייב איך שוין נישט די אלע הבטחות, הערסטו, "א שטימע פאר מיר", כ'מיין, יענער וויל אן עמעזאן קארטל ממילא זאל איך זיך יעצט גיין ברעכן קאפ אויף פאעיעס און חרוזים וועלכע איך פארשטיי נישט צו זיי?, כ'פארשטיי נישט צו פאליטיק און וואלן, און נישט צו קיין שמאעזיעס. ביטע לאזט מיר ארויס, הערט אויף צו רופן מיין טעלעפאן יעדע 5 מינוט, ובזה יצאתי, לטב ולחיין ולשלם אמן.
כהאף סאיז נאר סארקאסטיש. עס איז חיוב גמור פאר אלעמען צו שטימען איש וביתו (אויב זי האט א ניק... )
אוודאי געוויס. איך האב מיך געטרויט ארויפצולייגן דעם איסור קעגן בחירות בלויז נאכדעם ווי כ'האב קלארגעשטעלט אז איך האב שוין אפגעגעבן מיין שטימע.
א גוט ווארט- עס קומט אלץ און ווי אימער צוניץ.
כוכב@נהורא
הדא דכתיב טאף לאק היות סאיז רענדאמלי.
גלייב מיר מיר זענען דורכגעגאנגען אלע אפציעס בכובד ראש במשך עטליכע טעג און דאס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די פראקטישסטע און מערסט עפעקטיוו.
אויב וואלט דא געווען א לאטערי, וואלט רענדאמלי געווען א ריכטיגע תירוץ, אבער היות מ׳וועלט דא לויט די איכות פון די ווערק, האט - לדעתי -
@נהורא נפישא א ריכטיגע טענה.
1 אמרתי
8 ימי בינה
10 או חברותא
אגב, אינטערסאנט אז נאך איידער איך האב געקוקט וויאזוי די גרופעס זענען צעטיילט, האט זיך מיין ליסטע, אין וועלכע איך האב מסדר געווען די פאעטן אין א רייע לויט פרעפערענצן, פונקט שיין אויסגעשטעלט אזוי אז די ערשטע 9 זענען געפאלן אין די דריי באזונדערע גרופעס. אויסגעוועלט האב איך לכתחילה די 20! פון וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט, געליסטעט לפי העדפה. א שאד ס'נישטא א טויזנטער צו ספענדן אין ווערט פון וואוטשערס.
📎 2014-12-30 26.jpg
טאמבל סאס אויסגעוועלט האב איך לכתחילה די 20! פון וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט, געליסטעט לפי העדפה. א שאד ס'נישטא א טויזנטער צו ספענדן אין ווערט פון וואוטשערס.
וכך הייתי מונה
18 שאון השעון
1 אמרתי
10 או חברותא
25 וכשאני לעצמי
8 ימי בינה
24 דרא דייסא ודירה
14 רכבת מעצבנת
26 שיר החסידים
27 ארטאדאקסיע פאראדאקסיע
36 וכל ישראל מראין באצבע
28 און גאט האט געשוויגן
22 העלע געדאנקען
16 ראדני
11 טב למיתב ארמלי
12 מיין בקשה, איך בעט
31 לא נתקבל
34 מעשה שהיה
7 השיבה/השיבינו
15 הארץ סטרונעס
32 תוקד בקרבי
איך מוז אבער מודה זיין, כ'בין ווייט נישט גענוג געזיצן דערויף. כ'בין דאך נייגעריג ווער נאך ס'האט געהאט, אפילו ענליך.
געזעצן און געלײנט אלע (מער אדער װײניגער) פאעזיעס און געשטימט פאר נײן פון זײ (ס'ערשטע מאל מען פרעגט מיך מײן אפיניאן, נישט נאר אײנמאל נאר פאר נײן מאל..). עניװעיס װאס פארשטײ איך צו פאעזיע, אבער העי אביסל הכרת הטוב, יא? עפעס פארשטײ איך, רוב מסתם נישט. האב איך פרובירט צו לײנען די פאעזיעס בשעת איך הער צו אברמ'ל זינגן "יאקאב", אבער עס האט נישט געהאלפן.
עניװעיס, סאם גאט טו מי, אדערס נאט. די דריטע סעט מײן איך האט די מערסטע שטיקלעך װאס איז מיר געפאלען אבער מען קען נאר װעלן פאר דרײ, סאו טו בעד.