געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7988
19
רבי מענדל פוטערפאס איז געקומען קיין אמעריקא, האט ער געהערט אויף א חבר זיינע פון רוסלאנד וואס איז ארויס פון דארט לאנג פאר אים, אז ער האט א סעווינגס אקאונט. האט ער געזאגט, אזוי? איז ער ניט קיין חסיד. דער אלטער רבי האט זיך געקאכט אז מען דארף אלעס אוועקגעבן פאר צדקה, און ער לייגט זיך אוועק געלט? קען נישט זיין אז ער איז א חסיד.
20
רבי מענדל פוטערפאס, איז נעבעך געווען אין סיביר פאר צעהן יאהר. ער האט א סאך מיט געמאכט. דערווייל איז זיין ווייב אין קינדער אנטלאפן פון רוסלאנד. קיין כשר'ע פלייש האט ער דארט נישט באקומען. ער האט זיך געמוזט באגניגן מיט קוים אביסל עסן. ווען ער איז ארויס האט מער קיינמאל נישט געגעסן קיין פלייש. ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס? האט ער געזאגט אז ער האט געזען אז ער געקענט לעבן אין סיביר אהן די פלייש, וואס פעלט עס מיר אויס איצטער?
21
עס גייט א שליח צו א איד וואס איז דערווייל נישט קיין שומר תו"מ, און ער איז אים מציע אז ער זאל לייגן תפילין. דער איד פרעגט אים וואס איז דאס תפילין? דער שליח איז אים מסביר. זאגט דער איד אז עס קען נישט זיין אז גאט דארף אז ער זאל דאס טוהן! זאגט דער שליח פאר דעם איד: הער גאט איז נישט קראנק און ער קען אליינס זאגן וואס ער וויל. ער האט געשריבן אין זיין תורה פונקט וואס ער וויל. איר דארפט זיך נישט ברעכן קאפ וואס ער וויל יע און וואס ער וויל ניט, ער האט קלאר געזאגט וואס ער וויל.
תלמידי המגיד שאלו אצל המגיד אודות ענין מסויים מנא לי', והשיב, ששמע זאת מאליהו הנביא, ותשובה זו סיפקה את כולם, מלבד את אדמו"ר הזקן, שאמר שרוצה הוכחה... ואמר המגיד: "דאָס קען נאָר אַ ליטוואַק
[עוד נוסח\סיפור]המגיד אמר פעם לאדמו"ר הזקן איזה ענין הקשור עם גילוי אליהו, ואמר אדמו"ר הזקן שרוצה לראותו, ואמר המגיד שזוהי דרכו של "ליטוואַק"...
"וראו כל בשר"
23
דער הייליגער ריזשינער זי"ע איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד ביי א פארברענג פון חסידים, און געפרעגט פון וואס מען רעדט יעצט, האבן זיי געזאגט, מען שמועסט אויס די כח פון א רבי איז שטערקער פון כח החברים אדער נישט.
וייזט דער ריזשינער אויף איינע פון די חסידים אז ער זאל ענטפערן, יענער פארשעמטערהייט, אז די רבי הייסט ענטפערן מוז מען ענטפערן, אז די כח החברים איז שטערקער, פארצייילט ער אז לעצטענס איז עם אונטערגעקומען א גרויסע נסיון לדבר עבירה, האטער זיך געוואלט שטארקן איך בין דאך א איד, אבער דער יצה"ר זאגט עם, נע אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, עס איז צו א שווערע נסיון א. א. וו.
איז עם אריבערגעלאפן א מחשבה, אבער וואס וועט זיין אז איך וועל קומען צום רבין, ווי אזוי וועל איך זיך באווייזן מיין פנים פארן רבין, אבער דער יצה"ר זאגט עם, נע דער רבי איז דאך א גוטער, און ער וועט דיר נישט פארשעמען, ער וועט פארשטיין אז דו האסט געהאט א שוואכע מינוט, ער האט שוין כמעט געהאלטן ביים דורכפאלן אין דעם נסיון.
איז עם איינגעפאלן די מחשבה, וויאזוי ועל איך זיך פילן ביים זיצן מיט די חברים, נאכן דורכפאלן אזא נסיון, מיט וואספארא פנים וועל איך זיצן דארט, צווישן אזעלכע עובדים, און דאס האט מיר געגעבן דעם שטופ זיך גובר צו זיין אויפן נסיון.
האט דער ריזשינער צוגענדיגט, נו איז וועלמענס כח איז שטערקער דעם רבינס, אדער די חסידים?
וגם אני הקטן האב מיט דעם געדאנק דורכגעשטופט אסאך נסיונות גרויסע ווי קליינע, ווי אויך האט עס מיר געגעבן א שטופ בעבודת השם, צו לערנען און דאווענען ביתר שאת וביתר עז, ותקותי לקל חי, אז עס זאל אויפטוהן פאר נאך חברים וידידם בהשטיבל.
און בפשטות, אויב מען טוט אן עבירה און די חבירים געפינען אויס איז ביטער ווי א זית.
אויך א גוטע פשט, ניט געטראכט דערפון.
דאס הייסט תורה לשמה, ווייל עס איז פרה ורבה
24
עס איז געווען א אינגערמאן אן איידעם פון א מתנגד, וואס איז פארכאפט געווארן ביי די כת החסידים. ער איז געווארן א שטארקער חסיד פון די הייליגער רוזשינער. דער שווער האט פארפירט אויף דעם אז זיין איידעם איז א חסיד. דער חסיד האט זיך אויפגעהויבן אין אנטלאפן צו דער רוזשינער. אזוי איז ער געזעצן עטליכע וואכן ביי זיין רבי.
ווען ער איז צוריק איז דער שווער געלאפן מיט אים צום רב אז ער פארלאנגט א גט פון זיין איידעם. דער איידעם האט זיך געבעטן אז מען זאל אים געבן א טשאנס. דער רב האט פארלאנגט אז ער זאל צוזאגן מיט א תקיעת כף אז ער גייט מער נישט פארן צו זיין רבי. בצר לו האט דער איידעם צוגעזאגט מיט א תקיעת כף אז גייט מער נישט פארן צום רבי'ן.
עס אריבער א שטיק צייט און דער איידעם האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און איז געפארן נאכאמאל צום רבי'ן, עובר געווען מיט דעם זיין תקיעת כף. ווען ער איז אהיים געקומען איז דער שווער ווידער געלאפן צום רב מיט א שטערקערער טענה, אז יעצט האט דער איידעם עובר געווען אויף די תקיעת כף. דער רב האט געזאגט אז דער שווער איז גערעכט און פארלאנגט פון די איידעם א גט. דער איידעם האט בלית ברירה געגעבן דעם גט.
דער איידעם וואס איז געווען א שוואכער בעל נפש, האט נישט געקענט אריבערטראגן די בישות, און מרוב צער, איז ער געשטארבן.
דער הייליגער רושינער האט אויף דעם געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען דן זיין אויף דעם מעשה, און ער וועט פסק'נן אז דער שווער איז גערעכט ווייל דער איידעם האט דאך עובר געווען אויף א תקיעת כף. דער רב איז גערעכט וועל דער איידעם האט עובר געווען אויף דעם תקיעת כף. דער איידעם איז נישט גערעכט, ווייל ער האט דאך עובר געווען אויף א תקיעת כף.
אבער ער וועט זאגן: אז איך בין געקומען צו דיע וואס זענען נישט גערעכט!
לחיים לחיים25
דער אלטער רבי האט געהאט א חסיד וואס האט געהייסן לאזשער דער קרומער.
דער סיפור מיט אים איז, אז ער האט געוואונט אין ירושלים. ער איז געווען א גרויסער מתמיד און א למדן. לימים איז אהנגעקומען א שד"ר פון די אלטער רבי. דער שד"ר האט געחזר'ט מאמרי חסידות. דער לאזשער איז נתפעל געווארן פון די מאמרים. האט ער געפרעגט די שד"ר ווי שטייט די אלע מאמרים, אין וועלעכע ספר. זאגט דער שד"ר אז דאס שטייט נישט אין א ספר. דאס הערט מען אין ליאזנע ביי דער אלטער רבי.
דער לאזשער האט באקומען גרויס חשק צו פארן צום אלטן רבין. ער האט אבער געוויסט אז זיינע ב"ב וועלן אים בשום אופן לאזן פארן. האט ער זיך אויף געהויבן באישון ליל, און אנטלאפן קיין ליאזשנע. פארשטייט זיך אז דער וועג בימים ההם איז נישט געווען אזוי פשוט. אינמיטן וועג איז ער געפאלן און ציבראכן זיינס א פיס. זעענדיג אז ער האט מניעות ועיכובים, האט ער פארשטנען אז דאס איז א זאך וואס דער יצר הרע איז מנגד צו דעם, האט ער זיך מער אהנגעשטרענגט. נישט קוקנדיג אויף זיין ציבראכענע פיס איז ער אזוי געפארן צום אלטן רבי. ער האט אלעמאל געהינקעט, ולכן האט מען אים גערופן לאזשער דער קרומער. ביז ער איז אהנגעקומען קיין ליאזנע אין געוואקן א תלמיד מובהק.
ביי אים אין שטוב האט מען געזען אז ער איז נעלם געווארן. מען האט אים געזיכט אבער אהן ערפאלג. די נעקסטע מאל וואס דער שד"ר איז געקומען צופארן, האט מען אים געפרעגט צו ער האט אפשר במשך פון זיינע נסיעות אפשר באמערקט דער לאזשער. זאגט ער יא, ער איז אין ליאזשנע ביים אלטער רבי. זיי האבן זיך טאקע דערמאנט אז זייט דער שד"ר איז געווען לעצטע מאל איז ער נעלם געווארן. האבן זיי אים געבעטן אז ווען ער גייט צוריק זאל ער אים בעטן אז ער זאל צוריק קומען, אדער לכל הפחות שיקן א גט פיטורין, און נישט לאזן זיין ווייב זיין אן עיגונה אויף אייביג.
דער שד"ר איז צוריק געפארן. ווען ער טרעפט דעם לאזשער פרעגט ער אים פארוואס ער לאזט איבער זיין ווייב. זאגט ער וואס זאל איך טוהן איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון פארן. איך האב נישט געפלאנט צו בלייבן. אבער איצטער אז איך בין שוין דא, קען איך זיך נישט זעהן צוריק פארן. ממילא האט ער געשיקט א גט פאר זיין ווייב.
26
לאזשער פלעגט זאגן אז ער האט געהאט א שאלה פאר ער איז געווארן א חסיד און א תירוץ. ער האט געהאט א פארקערטער שאלה נאך ער איז געווארן א חסיד, און ער האט עס פארענטפערט מיט די זעלבע תירוץ.
פאר ער איז געווארן א חסיד פלעגט אים אלעמאל שווער זיין: אז ער איז מתמיד שאין כמוהו. אזוי אויך איז ער געווען א עובד שאין כמוהו. ווי וועט דער באשעפער האבן אזא גרויסער גן עדן פאר אזא עובד ווי אים????????????
ער פלעגט זיך פארענטפערן אז דער באשעפער איז א כל יכול, און ער וועט זיכער קענען מאכן א גן עדן פאר אים.
נאך ער איז געווארן א חסיד איז אים שווער געווארן: ווי וועט דער באשעפער קענען מאכן אזא גרויסער גיהנם פאר אזא זינדיגער מענטש ווי אים?
ער פלעגט זיך פארענטפערן אז דער באשעפער איז א כל יכול, און ער וועט זיכער קענען מאכן א גיהנם פאר אים.
לחיים לחיים27
רבי שואל ברוק (א באקאנטער משפיע אין חב"ד) האט אמאל אינמיטן א פארברענג איבערגעזאגט א שטיקל זוהר בעל פה. האט אים א בחור געפרעגט אויב ער לערנט זוהר, און ווען ער לערנט עס? (דער בחור האט אים קיינמאל נישט געזען לערנען זוהר)
זאגט רבי שואל, אז אין מיינע עלטער מאכט זיך אז איך וועק זיך איבער אינמיטן די נאכט, ווייל איך דארף קטנ'ן. בעצם וויל איך זיך גלייך צוריק לייגן. אבער ווען מיין נשמה וועט צוריק ארויף למעלה ביי די צווייטע שלאף, וועט מען איר פרעגן וואס האסטו דארט געטוהן? וועט זי ענטפערן אז רבי שואל האט געדארפט קטנ'ן, האב איך געמיזט אראפגיין. וועט זיין בזיונות. ממילא לערן איך פאר עטליכע מינוט אביסל זוהר, אזוי וועט נישט זיין אזעלעכע בזיונות.
לחיים לחיים
לחיים ולברכה
28
ר' חיים וויסאקיער (ר"י און משגיח אין בית התלמוד אין נ.י.) האט אמאל געפרעגט א בחור א חסידיש'ער וואס האט ער אין זין ביים שרייען שמע ישראל. ענטפערט ער איהם "מ'האט אין זין אז מ'איז גרייט אריינצוטאנצען אין פייער למען קדושת שמו ית'".
האט ער איהם געזאגט "דו ענדעריש האב אין זין זיך ארויסטאנצען פון בעט למען קדושת שמו ית'!"
א חסב"ד'סקער בעל דרשן איז אנגעקומען אין א מתנגדיש שטאט און געבעטן רשות צו האלטן א דרשה האט מען איהם געגעבן רשות נאר בתנאי אז ער זאגט נישט קיין ווארט וואס שטימט נישט אינגאנצן מיטן פסוק.
האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט וישלח יעקב איז מרמז אויף די אידן אז זיי שיקן מלאכים דאס זענען די מלאכים וואס ווערן באשאפן פון אידן'ס מצות אל עשיו צו השי"ת,
איז דער רב צוגעקומען מיט טענות היתכן אנרופן השי"ת עשיו? האט ער געזאגט ענק האבן פארזעהן א בפירוש'דיגע זוהר (ויקרא צ"ח:) כל התורה כולה שמותיו של הקב"ה...
29
דער חפץ חיים איז אמאל געווען אין א האטעל אין ווארשא און שפעט ביי נאכט האט ער געזוכט א שטיקעל פאפיער עפעס אפצושרייבען. דער ליובאוויטשער רבי איז געווען אין יענער האטעל און ער האט איהם געשיקט אפאר שטיקלעך. דער ח"ח האט צוריק געשיקט פרעגענדיג וויפיל ס'קאסט. דער ליובאוויטשער רבי האט עס אוועק געמאכט 'נע, ס'איז אפאר פרוטות, נישט וויכטיג'.
דע רח"ח האט צוריק געשיקט "זאג דעם ליובאוויטשער רבי'ן אז פון אפאר פרוטות פון גזילה און אונאה ווערען באשאפען מלאכי חבלה אזעלכע וואס קענען אונטערברענגען גאנץ ווארשא".
דער חפץ חיים האט געגעבען דער ליובאוויטשער רבי'ן צו פארשטייען אז דער הארבקייט פונ'ם איסור גזל איז נישט דער שאדען וואס מ'מאכט פאר א צווייטען געמאסטען מיט וויפיל געלט, נאר דער מרי פון דברי פיו פון הקב"ה 'לא תגזול'. דאס איז נישט געמאסטען מיט גשמיותדיג'ע חשבונות פון פרוטות, אדרבה וואס ווייניגער דער נסיון ווייל ס'איז נאר 'אפאר פרוטות', וואס גרעסער דער מרי.
30
דער אלטער פון נאווארדאק האט אמאל ארומגעשמועסט דער גדלות פון ר' ישראל סאלאנטער ווי ער האט אוועק געגעבען אלס פאר כבוד שמים, ער האט אפילו אוועק געגעבען די אייגענע רוחניות אויף מפיץ צו זיין כבוד שמים. א בחור איז געשטאנען דאר און האט זיך אויסגעדרוקט "איך פיהר זיך אויך אזוי".
האט דער אלטער פון נאוואהרדאק געזאגט "דו גיב אוועק דיין גשמיות פאר כבוד שמים!"
אודות גודל דביקותו של אדמו"ר האמצעי בהיותו שקוע בלימודו מסופר, שפעם נפל תינוק מן העריסה (שעמדה בחדרו) ופרץ בבכי, ולא הרגיש בדבר. ואילו אדמו"ר הזקן – שישב באותה שעה בחדר אחר, והי' גם באמצע דביקותו בתורה ותפלה – שמע צעקת התינוק, נכנס לחדרו של בנו (אדמו"ר האמצעי), הרים את התינוק, הרגיעו והשכיבו בעריסה, וחזר לחדרו.
והמשך הסיפור – שלאחר זמן הוכיח אדמו"ר הזקן את בנו, באמרו, שכל ענין החסידות הוא שלא תהי' סתירה בין דביקות רוחנית לענין גשמי, היינו, שגם כאשר נמצאים בדביקות הכי נעלית ירגישו דבר גשמי, וגם בשעה שמרגישים ועוסקים בדבר גשמי יהיו בדביקות הכי נעלית.
וכך כותב גם אדמו"ר האמצעי בספרו תורת חיים סוף פרשת ויחי: "מספרים בשבחי הבעש"ט ז"ל שהתפלל כמה תפלות והתענה תעניתים שיוכל להשיב לשואלו דבר בעת עליות נשמתו", כי, בשעה ש"הי' נשמתו עולה במדרגה גבוה מאד . . לא הי' יכול להשפיל את עצמו למטה כלל להשיב לשואלו . . ולזה התפלל כמה תפלות שיוכל לירד למטה דוקא בעת עליות נשמתו הגבה למעלה . . כי כל הגבוה יותר כו'".
וזהו גם תוכן הענין ד"אחד בארץ" – המודגש במיוחד אצל אדמו"ר האמצעי – שצ"ל ההמשכה למטה דוקא (התרחבות והתפשטות בגילוי תורת החסידות בהבנה והשגה דוקא), ועי"ז מגיעים למעלה יותר.
32
געווען א מענטש וואס האט אלס געזיכט די אמת'ע דרך. ער איז געגאנגען צו אלע מיני גלויבינגען, און נישט געקענט געפונען די אמת. ער איז געגאנגען צו משפיעים למיניהם, און צו אלע איזים'ס וואס איז דא על פני האדמה. אבער איבעראל האט ער צום סוף איינגעזעהן אז עס איז נישט ריינע אמת.
ביז ער האט געהערט אז אויף א בארג אין אינדיע איז דא אן אור וואס דאס איז דער אמת. מען דינט דארט א מענטש בדמות מלאך וואס דארט און נאר דארט קען מען טרעפן די ריינע אמת. אבער די נסיעה איז נישט קיין פשוטע נסיעה. עס איז אן עבודה קשה וואס מפרכת את הגוף. אבער אלע זאגן אז לוינט זיך די יגיעה צו קענען טרעפן די אמת.
ער האט זיך ארויס געלאזט אויפן וועג. נאך פארן עטליכע חדשים קומט ער אהן צום בארג. ער טרעפט דארט א גאנצע מחנה פון מענטשן וואס געהערן צו דעם גלויבן. זיי זאגן אים אז מען גייט נישט ארויף אהן קיין הכנה כדבעי. מען דארף קודם אויסלייטערן די גוף, מען דארף מעדאטעטן פאר א לענגערע תקופה, און ערשט דערנאך קען מען אהנהייבן די עבודה פון ארויף גיין דעם הייליגן בארג.
דער מענטש איז געווען גרייט אלעס צו טוהן אז ער זאל קענען צוקומען צום אמת. ער האט זיך אפגעטוהן פון גשמיות. געלעבט נאר אויף ירקות. א גאנצע טאג האט ער מעדאטעטעד. נאך עטליכע וואכן האבן אים די משפיעים געזאגט אז ער זאל ארויף קריכן די בארג.
די בארג צו קריכן איז נישט געווען קיין לייכטע ארבעט. די בארג איז געווען גאר גרויב און גאר הויך. יעדער פאר טעג האט ער געטראפן נאך א קבוצה, וואס זיי האבן אים געגעבן אהנווייזונגן די עבודה וויאזוי צו קענען אהנקומען צו די שפיץ און טרעפן די פירער און מנהיג פון די גלויבן וואס איז ריין אמת.
אהנקומענדיג צום שפיץ טרעפט ער א אדם בדמות מלאך, וואס איז געגאנגען אהנגעטוהן בלבנים, זיין געשטאלט האט געשיינט ביז די מרחקים. עס האט אים געכאפט א פחד ווען ער האט געזען דעם גרויסן אור.
דער פירער פרעגט דעם מענטש, וואס ביסטו געקומען צו מיר? זאגט ער אז כל ימי חיי זיך איך נאר דעם אמת. איך בין געקומען צו אייך צו טרעפן דעם ריינעם אמת. זאגט דער פירער אז ער האט זייער גוט געטוהן, ווייל ביי אים האט שקר נישט קיין מקום, און אמת איז נר לרגליו.
דער פירער האט אים צוגעפירט צו א פלאץ ווי ער האט געזעהן מיליאנער ליכטאלעך. דער מענטש פרעגט דעם פירער, ילמדני רבנו, וואס איז פשט פון די אלע ליכטאלעך? זאגט דער פירער, אז יעדער נשמה האט די א לעכט, און ווילאנג די לעכט ברענט לעבט די נשמה אויף דער וועלט. ווען די שמן ניצט זיך אויס, גייט ארויף די נשמה למעלה.
פרעגט די מענטש אויב ער האט אויך א לעכט דארט? זאגט דער פירער יא, און איך קען דיר צופירן צו די לעכט. ער נעמט אים ביי די האנט, און מען גייט אזוי אויף שמאלע וועגן צווישן די לעכט, ביז ער ווייזט אים אז דארט איז זיין לעכט.
דער מענשט באטראכט זיין לעכט, און ער באמערקט אז עס איז קוים דא שמן פאר נאך איין טאג! עס ווערט אים פינסטער פאר די אויגן. ער זעהט אז ער גייט ממש שטארבן. ער איז געווארן ציבראכן אויף שברי שברים. ער טראכט וואס ער קען טוהן צו ראטעווען זיין לעבן. ביז עס איז אים איינגעפאלן אן עצה ער האט גענומען די לעכט וואס איז געווען נעבן זיין לעכט און איבערגעגאסן אביסל אריין אין זיין לעכט.
דער פירער איז געקומען צו לויפן, אין שרייט אויף דער מענטש, און דו ווילסט מיר זאגן אז דו זיכסט די אמת???
לחיים לחיים33
פרייטאג איז די יאהרצייט פון די פריערדיגע רבי זי"ע (ריי"צ)
מען פארציילט אז ער האט אריינגעלייגט אין די חסידים אז מסירת נפש ממש זאל קומען נאטירלעך.
איין מעשה פארציילט מען אז ער האט אמאל געטראפן א חסיד וואס איז געווען ציטראגן בפנים זועפות.
פרעגט דער רבי: די חסיד מאי האי?
ענטפער די חסיד: עס איז ביי מיר געבוירן געווארן א אינגל!
פרעגט די רבי: און?
זאגט דער חסיד: אז די חברה (KGB) זענען שוין געווען ביי מיר.
פרעגט די רבי: און?
זאגט די חסיד: זיי זאגן אז אויב זיי געפונען אויס אז ער האט געמלה'ט זיין קינד, באקומט ער צעהן יאהר אין סיביר.
זאגט די רבי: פארט געזונטערהייט!!!
דאס אז זיי גייען מקיים פסק זיין און זיי זענען עומד בדיבורם איז נישט געווען קיין ספק. אזוי אויך איז נישט געווען קיין הוה אמינה אז ער זאל נישט מלה'ן זיין זוהן. ממילא האט אים די רבי געזאגט פאר געזונטערהייט.
לחיים לחיים
34
רבי מענדל פוטערפאס ע"ה האט פארציילט ביי א פארברענג וויאזוי מען האט געבויט א נשים מקוה אין זיין שטאט. מען האט געמאכט די אריינגאנג דורך א פענסטער. ווען די אינסטאנצען האבן געכאפט דעם מענטש, האבן זיי אים געשיקט קיין סיביר אויף אכט יאר. איז געקומען א צווייטע חסיד מיטן נאמען רבי בערל, און ער האט ממשיך געווען מיט בניית המקוה. עס גייט אריבער עטליכע וואכן און די אנסטאנצן האבן אויסגעפונען ווער עס בויעט די מקוה, און מען האט אים פארמשפט צום טויט רח"ל.
דערנאך האט רבי מענדל עוסק געווען און גומר זיין די מקוה.
רופט זיך אהן איינער פון די משפתתפים און פרעגט אים: איר האט נישט מורא געהאט צו בויען די מקוה?
זאגט רבי מענדל: האט מען דען געהאט א ברירה? וואס האב איך געקענט טאהן? מען דארך א מקוה, דארף מען בויען.
דאס איז געווען די פשיטות'דיגע מסירות נפש פון די פריערדיגע רבי.
לחיים לחיים
לחיים ולברכה
35
רבי מענדל האט עוסק געווען נאך די מלחמה מיט העלפן אידעם איבערשווערצן די גרעניץ קיין פולין. דעמאלס איז געווען א געזעץ אז אלע מעטשן וואס זענען אנטלאפן קיין רוסלאנד פון פולין, און קענען אויף ווייזן אז זיי קומען פון פולין האט געקענט צוריקגיין קיין פולין. יעדער פאר וואכן איז געווען א טראנספארט פון די מענטשן וואס גייען צוריק קיין פולין.
רבי מענדל האט געהאט א גאנצע אפאראט וואס האבן געפעלטשט דאקיומענטן, מיט דעם קענענדיג שווערצן קיין פולין. ווען די מצב איז געווארן אהנגעצויגן האט ער געהאלטן ביין אריבערשווערצן די גרעניץ צוזאמען מיט זיין ווייב אין קינדער און זיין מאמע.
זענען געקומען עטליכע גוטע פריינט און געטענה'ט אז ער האט נישט קיין רעכט צו אוועקגיין. ווייל אויב ער גייט אוועק פון רוסלאנד, ווער וועט זיך אפגעבן צו העלפן שווערצן די אידן אריבער די גרעניץ. רבי מענדל איז געווען אין א פארלעגנהייט. ער האט זיכער נישט געוואלט אז זיין ווייב און קינדער מיט זיין מאמע זאלן בלייבן. ער האט נאר געהאט א מחשבה אז ער זאל כאטש בלייבן פאר א קורצע צייט ביז ער וועט שווערצן וועם ער קען.
איז ער געגאנגן צו זיין מאמע זיך דורך רעדן וואס צו טוהן. האט זיין מאמע אים געזאגט אז אויב דו וואלסט מיר געפרעגט פריערד אויב דו זאלסט דיך באשעפטיגן מיט דעם וואלט איך דיר נישט גאלאזט. אבער וויבאלד דו האסט שוין אהנגעהויבן, און עס איז נישטא ווער זאל דיר איבערנעמן מיט די עבודה, ממילא האלט איך זאלסט בלייבן דא צו העלפן נאך אידן שווערצן די גרעניץ.
וכן הוה. רבי מענדל איז געבליבן, און זיין משפחה איז געפארן. אבער אינצווישן איז רבי מענדל געכאפט געווארן און געזעצן א צוועלף יאהר אין סיביר. ער איז ערשט ארויס כמעט צוואנציג יאר שפעטער. טרעפנדיג אלע זיינע קינדער חתונה געהאט.
36
רבי מענדל איז אמאל געווען אויף א פארברענג ביי איינעם אין שטוב אין וויליאמסבורג בשנות המ'. די מצב פאר חב"ד איז נישט געווען אזוי מקובל (ווייניג געזאגט) אין וויליאמסבארג בימים ההם. רופט זיך אהן איינער פון די חסידים אז דא האט מען מסירת נפש אזויווי אין רוסלאנד.
זאגט רבי מענדל: אויך מיר מסירת נפש. מען מאכט זיך א גאנצע בער און מען האט מסירת נפש. ווער האט אייך געהייסן מאכן דעם בער?
37
רבי מענדל האט געהאט א זוהן וואס איז נפטר געווארן בחייו. פארציילט איינער וואס איז געגאנגען מבקר חולה זיין אין שפיטאל. קומענדיג אין שפיטאל הערט פון דרויסן פון די שטוב אז די טאטע רבי מענדל איז אינעווייניג אין די שטוב.
איז ער געבליבן אינדרויסן נישט צו שטערן רבי מענדל. הערט ער ווי רבי מענדל רעדט זיך אויס צום רבש"ע אז ער זאל היילן זיין זוהן. זאגט ער זיך אין וועלעכע זכות זאל ער אויסגעהיילט ווערן? צוליב מיין תורה? עה עס שטינקט! צוליב מיין דאווענען? עה עס שטינקט! צוליב מיין השפעה? עה עס שטינקט! איך בעט דיר הייל אויס מיין זוהן צוליב דעם וואס איך בין קיינמאל ניט אוועק פון א פארברענג פאר עס האט זיך געענדיגט.
לחיים לחיים
לחיים ולברכה
38
עס גייט ארום א קליפ פון ר' מענדל מאראזאוו, ער שמועסט איבער א געוויסע איד וואס האט געלעבט מיט מסירת נפש אין די סאוויעטישע רוסלאנד. ווען ער איז געווען קראנק האט ער געבעטן זיין שוואגער אז ער זאל ערלעדיגן א מנין ביי זיין בעט ביי יציאת נשמה.
ענטפערט אים די שוואגער, "גענוג אז מ'לעבט ווי א שוואנץ, דארפסטו נאך שטארבן ווי א שוואנץ? מיט א מנין... א מנין דארפסטו... גיי זאג עפעס תחנון און ווידוי, און גיי דיר געזונטערהייט".
.
39
די רבי נ"ע (רש"ב) איז אמאל געקומען אויף א באזוך עסן מיטאג ביי זיין זוהן די פריערדיגע רבי (די ריי"צ). האט די רש"ב געזאגט אז עס שטייט דאך בעל הבית מברך תחילה, ממילא זאל דער זוהן ערשט מאכן א ברכה. האט דער זוהן געזאגט: איך בעט פון טאטע'ן אז ער זאל מיר רופן וואס ער וויל, אבער נישט 'בעל הבית'.
דער מושג בעל הבית איז געווען א דבר מאוס ביי חסידים.
ביאור על הנ"ל
[צום העשירי יהפך בקרוב לששון. ולשמחה, ה'תשכ"א]
... ומזכירני זה פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר - שסיפר שבעת התחילו בעניני מסחר, בקש -בתור פ"נ - מכ"ק אביו אדמו"ר "ער זאל ניט האבען די בעלי בתעשע הנחות", והוסיף בסיפורו לי, בע"ב-הנחות מזוהמות הן כמובן בדקות, שהרי הדברים אמורים בבע"ב שומרי תורה ומצוה במילואם, אלא שכביאור החסידות - נמצאים במצרים, מצרים וגבולים, כל משך חייהם, דכל משך חייהם היום הוא כהאתמול, והמחר - כהיום, ואפילו המחר שלאחר זמן, ולא עוד אלא ששאיפה לשינוי-הרי זה ענינו של משוגע בעיניהם, ז.א. חוץ למסגרת שכל הבריא.
וכמה מאירים דברי רבנו הזקן בספר התניא שלו, שבלשון המשנה בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, הוסיף רבנו הזקן המלות "ובכל יום ויום".
39
נקודת החבדיתטעמע: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגעןראש הישיבהדי רבי נ"ע (רש"ב) איז אמאל געקומען אויף א באזוך עסן מיטאג ביי זיין זוהן די פריערדיגע רבי (די ריי"צ). האט די רש"ב געזאגט אז עס שטייט דאך בעל הבית מברך תחילה, ממילא זאל דער זוהן ערשט מאכן א ברכה. האט דער זוהן געזאגט: איך בעט פון טאטע'ן אז ער זאל מיר רופן וואס ער וויל, אבער נישט 'בעל הבית'.
דער מושג בעל הבית איז געווען א דבר מאוס ביי חסידים.
למען הדיוק
אות ה'
כ"ק מו"ח אדמו"ר סיפר שכאשר דרו ברסטוב היתה דירת אביו כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע בדיוטא העליונה, ודירתו (של כ"ק מו"ח אדמו"ר) בדיוטא התחתונה. ולפעמים הי' אדמו"ר נ"ע הולך לדירת בנו כ"ק מו"ח אדמו"ר לערוך קידוש והתוועדות. בא' ההתוועדויות אמר כ"ק אדמו"ר נ"ע אל בנו כ"ק מו"ח אדמו"ר: "לחיים, בעל-הבית". וביקש כ"ק מו"ח אדמו"ר מאביו כ"ק אדמו"ר נ"ע שיסיר ממנו את התואר "בעל-הבית", כי, "בעל-הבית" הוא דבר מזוהם. – כן הי' לשון כ"ק מו"ח אדמו"ר27.
והיינו, שגם "בעל-הבית" שמתנהג כדבעי בכל הענינים, ובמילא לא שייך לומר עליו דבר בלתי-רצוי, דבר האסור או אפילו דבר שאינו טהור – הרי זה בכל זאת דבר מאוס, דבר מזוהם.
וכיון שחסידות שונאת ביותר "בעל-הבית'ישע הנחות", הנה סוף-סוף יהי' זה דבר מופרך אצל כל בנ"י, שהרי תורת החסידות היא לכל בנ"י, כדברי כ"ק מו"ח אדמו"ר28 בשם אדמו"ר הזקן שתורת החסידות אינה עבור איזו מפלגה או כתה, אלא עבור כל בנ"י.
יישר כח
@נקודת החבדית פאר די לינק.
ראש הישיבהרבי מענדל פוטערפאס ע"ה האט פארציילט ביי א פארברענג וויאזוי מען האט געבויט א נשים מקוה אין זיין שטאט. מען האט געמאכט די אריינגאנג דורך א פענסטער. ווען די אינסטאנצען האבן געכאפט דעם מענטש, האבן זיי אים געשיקט קיין סיביר אויף אכט יאר. איז געקומען א צווייטע חסיד מיטן נאמען רבי בערל, און ער האט ממשיך געווען מיט בניית המקוה. עס גייט אריבער עטליכע וואכן און די אנסטאנצן האבן אויסגעפונען ווער עס בויעט די מקוה, און מען האט אים פארמשפט צום טויט רח"ל.
דערנאך האט רבי מענדל עוסק געווען און גומר זיין די מקוה.
רופט זיך אהן איינער פון די משפתתפים און פרעגט אים: איר האט נישט מורא געהאט צו בויען די מקוה?
זאגט רבי מענדל: האט מען דען געהאט א ברירה? וואס האב איך געקענט טאהן? מען דארך א מקוה, דארף מען בויען.
דאס איז געווען די פשיטות'דיגע מסירות נפש פון די פריערדיגע רבי.
לחיים לחיים
לחיים ולברכה
דער פריערדיגע רבי האט גהעייסען ר' מענדעל פוטערפאס?
דאס איז דער מסירות נפש פון א איד וואס רופט זיך ר' מענדל. מיש נישט אויס די יוצרות.
40
(הריי"צ מספר) פעם נודע לאאמו"ר [הרש"ב] שחבורת המשכילים נועדו והחליטו להלשין למלוכה על כל האורטודוכסים. הם ערכו חומר רב ובו ראיות והוכחות בכתב שענין הדת פוגע בתרבות, ועוד כתבי פלסתר כיוצא בהם. ובהם תובעים תביעות מוחלטות לאסור דברים רבים ונוראים, ובפרט את הקבלה. אחד מראשיהם, שמו קרעפס, והוא מונה ע"י הממשלה לרב באודיסה. הוא אשר ערך את כל הניירות הללו, אסף את כל החומר הדרוש ונסע לפטרבורג כדי להגיש זאת לממשלה כאשר נודע לכ"ק אאמו"ר עדכ"ז, קרא אותי ואמר: סע לפטרבורג והשתדל לבטל את כל הענין.
הואיל וזה הי' צריך להעשות בסודי סודות, לכן — מספר כ"ק אדמו"ר — לקחתי עמי את רעייתי הרבנית נחמה דינה ופרסמנו שנוסעים אנו לרופא.
בבואנו לפטרבורג שהינו שם ימים אחדים ואני השתדלתי בכל כוחי לפעול בענין, אולם לא יכולתי לעשות מאומה. הודעתי זאת לאבי וקבלתי תשובה במברק שבכל זאת אתאמץ יותר ואשתדל לפעול לבטול הענין. עברו כמה ימים נוספים וכל השתדלותי היו לריק. קניתי כרטיס ונסעתי חזרה אל אבי כדי להודיע לו בעצמי שכל השתדלותי עלתה בתוהו.
בבואי לחדר אאמו"ר — מספר כ"ק אדמו"ר — היה זה בבוקר, ויתכונן הוא לתפילת שחרית. טליתו היתה מונחת מקופלת על כתפו והוא בדק את הציציות.
לאחר שסיפרתי לו את פרטי ההשתדלויות ומאמצי אשר לא הועילו לי לגמור את הענין ולבטלו, שזו היתה עיקר הכוונה. אמר לי כ"ק אאמו"ר:
פעם שלח אדמו"ר הזקן את בנו אדמו"ר האמצעי לשליחות מסוימת. והוא לא יכול הי' לעשות מאומה בענין זה. ויחזור אל אביו ויאמר לו שאיננו יכול לפעול מאומה בשליחות זו. ובשעה
שבא אדמו"ר האמצעי אל אביו אדמו"ר הזקן, טליתו של אדמו"ר הזקן היתה על כתפו ובדק את ציציותיו.
ואמר לו אדמו"ר הזקן:
רואה אתה? זוהי טלית, וטלית הוא ענין המקיף7, ומקיף מסמא את עיני החיצונים.
בשמוע זאת אדמו"ר האמצעי, חטף בידיו את ציציותיו של אביו, נשקם, ונסע חזרה לדרכו כדי לבצע את שליחותו. ואמנם בפעם הזאת הצליח.
ואמר כ"ק אדמו"ר[הריי"ץ]: בשמעי זאת מפי אאמו"ר, עשיתי כך גם אני, חטפתי את הציציות מטליתו של אבי, נשקתי. ונסעתי ברכבת מיד חזרה לפטרבורג. שוב התחלתי להסתובב וחשבתי מחשבות כיצד למלא את שליחותי. לפתע צץ רעיון במוחי. מה עשיתי? הלכתי אל המלון בו התאכסן קרעפס, וביקשתי ראיון אצלו. הוא קבלני בכבוד, משום שהכירני, או משום שהכיר את אבי. ישבנו ושוחחנו על הא ועל דא. נתגלגלו הדברים בדבר מזימותיהם. הוא לא הכחיד ממני מאומה. והתפאר לפני ואמר: בקרוב נראה מי ינצח. יש לנו — למשכילים — תכנית כזו שעוד מעט ויבוטלו הרבה מעניני הדת וכו' וכו', וכבר נמצא בידי חומר רב המקובץ על ידי, ומוכן כדי להגישו בעוד ימים אחדים לממשלה.
אמרתי לו: אולי יואיל כבודו להראות לי את החומר אשר הוא מתפאר בו כל כך? וענה: מדוע לא? הנה אראהו לכבודו, אינני מפחד כלל? משום שבעוד ימים אחדים יתברר הכל בממשלה, והם כבר יביאו לידי גמר את כל השיטות המיושנות שלכם אשר מתנגדות להשכלה. בדברו זאת הביא לי מחברות אחדות הכתובות בכתב ידו הטמאה. אני — מספר כ"ק אדמו"ר — לקחתי את כל כתב היד מידו. ובאין אומר ודברים התחלתי מיד לקרוע את הכל. קרעתי את כל כתבי השטנה לפסות נייר קטנות.
קרעפּס, בראותו זאת, בהלה גדולה אחזתהו. והתחיל לצעוק עלי, לשמצני ולגדפני:
מה עשית לי? אני יגעתי על זה חדשים רבים, עד שקבצתי, ערכתי וסדרתי הכל בסדר. הרצאות, בהן סימנים וסעיפים וכו' וכו' ועכשיו לא אוכל להשיג זאת בזמן קצר, ובעוד ימים אחדים עלי להגיש כל זה. וימשיך לצעוק, ויתמלא כעס וחימה עד כדי כך שסטר לי סטירת לחי. ואני, ברחתי מהמלון, ותיכף ומיד נסעתי לביתי, כדי לבשר לאבי את הבשורה. כל הענין התבטל ב"ה משום שלא היה למשכילים את החומר כדי להגיש. לאחר זמן קצר נודע לנו שקרעפס חלה בשחפת הגרון ומת מיתה חטופה.
41
היו שני אחים, אחד חסיד שהי' עני, כמובן, והיו לו בנות, והשני מתנגד, שהי' עשיר ובעל בנים. כשבנותיו של החסיד הגיעו לפירקן, החליט לפנות לאחיו המתנגד לבקש עזרתו להשיא את בנותיו. כשנפגשו האחים, הוליך המתנגד את החסיד והראה לו את ביתו המרווח והגדול בעל חדרים רבים, באמרו, חדר זה הוא חדרי המיוחד, בחדר זה אני ישן, בחדר זה אני אוכל, ובחדר זה אני מקבל אורחים, וכן הלאה. ואח"כ שאל המתנגד את אחיו החסיד: נו, מה דעתך על ביתי? ענה לו החסיד: מתפעל הנני מכך שביכלתך לחיות ב"פיזור הנפש", חדר מיוחד לכל דבר, בחדר זה הנך ישן, בחדר זה הנך אוכל, ובחדר זה הנך לומד תורה ומקיים מצוות. לי – אומר החסיד – יש רק שתי חדרים, ואינני מסוגל לחלק מקומות מיוחדים לשינה לאכילה ולקיום התומ"צ...
בית יהודי אינו מתחלק לחלקים שונים, חלק מיוחד לעניני קדושה, והשאר לעניני חולין; התורה צריכה לחדור וחודרת בכל הבית כולו.
אדמו"ר הריי"ץ בעת סעודת פורים בפאריז תרצ"ח:
בעת אסיפת הרבנים בפט״ב, שנת 1910, היו צריכים להשיג איזה צעטיל מאת שר רשע א׳ — ארלאוו — אשר בנייר הזה הי׳ צריך ר״א גינזבורג ללכת לסגנו של פראספוב, ולהשיג צעטיל זה הייתי צריך, והייתי ירא פשוט בגשמיות ללכת לארלאוו שהי׳ רשע גדול, האט מיר דער טאטע געזאגט וואס איז דאס? והשבתי: קיר, ואמר לי עבודה איז מען זאל מיט דעם שטערן מאכן א לאך אין וואנט, פון דער לאך מאכן א טיר און דער שטערן זאל בלייבן גאנץ...
א בחור האט אמאל געזאגט פאר ר' שלמה חיים קעסלמאן (דער משפיע פון אלע היינטיגע משפיעים אין חב"ד) אז עס זעהט איהם אויס אז ער איז שוין ערגעץ אנגעקומען, ווייל ביי קר"ש שעה"מ מאכט זיך אז ער וויינט, אבער לעצטנס האט ער פארלוירן א שיינע סכום געלט און ער האט נישט געוויינט.
זאגט איהם רש"ח: אבער נאכאמאהל וועסטו דאס געלט 'נישט' פארלירן...
זאגט א חבר מיינער פשט: טאקע ווייל ער איז פארנומען צו פארזיכערן דעם עתיד, האט ער ווייניגער צייט צו וויינען אויפן עבר.
פעם נכנס אחד ל"יחידות" אצל הצ"צ והתאונן שאין לו חשק ורצון ללמוד תורה, והשיב לו הצ"צ: פּעטאַך! מה אעשה אני שיש לי חשק ורצון ללמוד.
45
שמעתי פון הרב חיים שלום אז איינער איז געקומען צום מיטעלן רבי פאר א תיקון אז ער האט בועל געווען א פנויה. פרעגט דער רבי און וואס איז מיט איסור נדה האט ער געענטפערט אז ער האט זיכער געמאכט אז זי איז ריין. האט ער געענטפערט אז פאר די עבירה קען זיין אז מען קען האבן א תיקון, אבער פאר דעם וואס דו האסט דיך אזוי אויסגערעכנט די עבירות כדי נישט צו טוהן א הארבערע עבירה דאס ווייס איך נישט וואס איך קען דיר העלפן.
וסיים הרב ח"ש אז דאס איז די בעיה פון די היינטיגע דור. מען וויל זיין א בעל תאוה און נאך זיין אויסגעהאלטן על פי תורה. כסדר קומט שאלות צו אים ווי מען פרעגט אים וויאזוי מען געבט זיך אן עצה מיט דער מצוה און מיט דער עבירה.
46
די פריערדיגע רבי (ריי"צ) איז געווען אין תפיסה. זיינע חוקרים וואס האבן אים אויסגעפארשט זענען נעבעך געווען קינדער פון ליובאוויטשער חסידים. ווען ער איז באפרייט געווארן האבן די טאטעס פון די חוקרים זיך געשעמט צו באווייזן די פנים פונם רבין. דער רבי האט זיי געלאזט רופן.
ווען זיי זענען אריינגעקומען האבן די טאטעס געזאגט פארן רבי'ן דער עפל פאלט נישט ווייט פון די בוים (נעמענדיג די שולד אויף זיך אז זיי זענען שולדיג אז זייערע קינדער פירן זיך אזוי אויף). האט די רבי געענטפערט הני מילי ברוח מצוייה אבער ברוח שאין מצוייה קען אן עפעל יא פאלן ווייט פון די בוים.
47
איין יאהר סוכות אין די שטאט ווי רבי הלל פאריטשער האט געוואונט איז באקאנט געווארן אז דער ראש הקהל-א מתנגד האט זיך געשאפן גאר א מהודר'דיגע אתרוג. די ערשטע טאג יום טוב אינדערפרי איז רבי הלל גאר פרי געגאנגן צום ראש הקהל צו קענען בענטשן אויף דעם שיינעם אתרוג. דער ראש הקהל וויסנדיג אז רבי הלל האט אן אייגענעים אתרוג האט ער אויפגענומען רבי הלל מיט גרויס כבוד. דאר רב פון די שטאט- א מתנגד האט געהערט אז רבי הלל איז געקומען האט ער געטראכט אז עס פאסט נישט אז ער זאל נישט גיין. נאכן דאווענען אז ער אויך געגאנגן בענטשן אויף דעם ראש הקהל'ס אתרוג. דער ראש הקהל האט אים קאלט אויפגענומען. האט דער רב געפרעגט וואס עפעס רבי הלל האט ער שיין אויפגענומען און אים נעמט ער אויף קאלט? האט דער ראש הקהל געענטפערט: רבי הלל האב איך געזעהן אז ער קומט צוליב חביבות און הידור מצוה האב איך אים שיין אויפגענומען, אבער דו קומסט דאך נאר צוליב 'כן עשה הלל', פארוואס זאל איך דיר שיין אויפנעמען?
48
י חידושי הרי"ם האט באמערקט אז א חסיד קוקט אויף אים. פרעגט ער דעם חסיד ציוואס קוקסטו אויף מיר? ענטפערט ער ראיית פני צדיק ברענגט דאך יראת שמים. זאגט דער חידושי הרי"ם נו עס שטייט דאך ועמך כלם צדיקים, קוק אויף דיר אליינס.
וסיים רבי חיים שלום: פשוט זעהט אויס אז דער חידושי הרי"ם האט אים געענטפערט א שארפע ענטפער. אבער באמת האט ער געוואלט מגלה זיין ביי אים דער כח הנשמה וואס ליגט ביי אים און ביי יעדער איד אז ועמך כלם צדיקים און יעדער קען האבן די כוחות וואס הצדיק.
49
הרב חיים שלום פארציילט אז אין כפר חב"ד האבן געלערנט די קינדער פון די זעווילער רבי, דהיינו צאנז זעוועילער רבי פון יוניאן סיטי און זיינע ברודער. רבי שלמה חיים קעסלמאן (מחשובי חסידי חב"ד ומשפיע בישיבת תומכי תמימים בכפר חב"ד) האט געוואלט מעורר זיין איינער פון די זעווילער בחורים אז זיי זאלן לאזן זיך ווארעמען. זאגט ער אים איך ווייס אז איך בין גארנישט לגבי דיינע הייליגע זיידעס, אבער אז דו וועסט דיך לאזן ווארעמען וועט פון דיר וואקסן גאר גרויס.
משל למה הדבר דומה א בת היענה האט געלייגט אן איי, און זי איז געשטארבן. קומט א הינדל און זעצט זיך אויף די איי און ווארעמט עס. נאך א קורצע צייט איז געבוירן געווארן פון דעם איי. אבער עס איז געווען א בת היענה. וועט איינער איינפאלן אז דער בת היענה קומט פון דעם הינדל? בסך הכל קומט עס פון די בת היענה און דער הינדל האט נאר געווארענט. זאגט רבי שלמה חיים דו ביסט דאך א בן אחר בן פון רבי מיכל זלאטשובער אויב דו וועסט דיך לאזן ווארעמען וועט פון דיר וואקסן גאר גרויס.
50
הרב חיים שלים פארציילט אז עס איז געווען א רב א מתנגדישע רב וואס האט געהאלטן ביי גסיסה. געווענטליך פלעגט די חברה קדישא גיין זאגן ווידוי מיט יעדן פארן שטארבן. אבער דא דארף מען שוקן מער א חשובע איד. האבן זיי מכבד געווען דעם חסידישע רב פון די שטעטל זאל גיין זאגן ווידוי מיט די אנדערע רב.
קומט אריין דער רב און ער פרעגט דעם רב אויף וואס וויל ער תשובה טוהן. דער רב טראכט ער ווייסט גארנישט אויף תשובה צו טוהן. פרעגט ער אפשר ביטול תורה? זאגט דער רב ניין איך מורא'דיג מקפיד געווען אויף ביטול תורה. אזוי גייט מען ווייטער און דער רב זאגט אלץ אז ער האט נישט וואס תשובה צו טוהן. עס איז געווען ניכרים אז דער רב זאגט נישט קיין ליגנד, ער האט דאך געהאלטן אזוי ממש פאר יציאת נשמה. פרעגט דער חסידישער רב אפשר האט איר געהאט ספיקות אין אמונה. זאגט דער קראנקער רב, יא דאס איז דאך נארמאלער זאך!!
51
הרב יוסף וויינבערג ע"ה (באקאנט פון תניא אויף די ראדיא, סיפרי צדיקים אויף די חסידות טלפון ליין, שיעורים בספר התניא-געדריקט אויף אידיש לשה"ק ענגליש ועוד עטליכע שפראכן) פלעגט ארום פארן נאך געלט פאר די ליובאוויטשער ישיבה דאהי אין קרוין הייטס. מענטשן פלעגן שיקן דורך אים הזכרות וואס געווענטליך פלעגט ער עס איבערגעבן פאר איינע פון די מזכירים זאלן עס איבערגעבן פארן רבי. איינמאל האט מען נישט געעפנט די טיר, האט ער אונטערגעשטיפט די צעטליך אונטער די טיר. נאכן אונטערשטופן האט ער באמערקט אז רב חדוקוב האט עס נישט באמערקט און דער רבי איז צוגעגאנגן און זיך אראפגעבויגן און עס אויפגעהויבן. הרב וויינבערג האט געהאט עגמת נפש אז ער האט מטריח געווען דעם רבי'ן. האט ער אריינגעשיקט א צעטיל ווי ער ברענגט ארויס אז ער האט צער פון דעם און ער בעט מחילה. האט דער רבי צוריק געשיקט, איני מבין למה הוא מצטער, הלא כל עניני איז צו אויפהייבן, און בפרט וואס אנדערע האבן פארזעהן.
52
צום צמח צדק איז געקומען א חסיד מיט א בעיה אז ער האט ספיקות אין אמונה. פרעגט אים צו ער איז זיכער אז ניקאלאי איז דא? זאגט דער חסיד יא. פרעגט ער דו האסט אים געזעהן? אפשר עקזעסטירט ער נישט? זאגט דער חסיד אז זיין ברודער האט אים געזעה און ער גלייבט אים. פרעגט ער אפשר זאגט דיין ברודער ליגנט? זאגט דער חסיד אז ניין ער איז זיכער אז זאגט נישט קיין ליגנט. זאגט דער צמח צדק אז אויב אזוי זאג איך דיר אז איך האב געזעהן גאט, גלייבט מיר אז ער איז דא אסאך מער ווי דער ניקעלאי איז דא.
ראש הישיבהי חידושי הרי"ם האט באמערקט אז א חסיד קוקט אויף אים. פרעגט ער דעם חסיד ציוואס קוקסטו אויף מיר? ענטפערט ער ראיית פני צדיק ברענגט דאך יראת שמים. זאגט דער חידושי הרי"ם נו עס שטייט דאך ועמך כלם צדיקים, קוק אויף דיר אליינס.
וסיים רבי חיים שלום: פשוט זעהט אויס אז דער חידושי הרי"ם האט אים געענטפערט א שארפע ענטפער. אבער באמת האט ער געוואלט מגלה זיין ביי אים דער כח הנשמה וואס ליגט ביי אים און ביי יעדער איד אז ועמך כלם צדיקים און יעדער קען האבן די כוחות וואס הצדיק.
דער מעשה איז געברענגט אין עובדות והנהגות לבית בריסק אויף ר' חיים בריסקער, און דארט שטימט עס בעסער, ווייל ביי די פוילישער חסידים האט מען שטארק געשטיפט דער ענין פון אנקוקען דער פנים פונ'ם רבי'ן\צדיק. גיי אין גער היינו וועסטו זען.
געדענק וואס איך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול:
ראש הישיבהא חסידישע פארברענג:
3. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די געדאנקען און מעשיות על אף אז זיי האבן א תוכן, איז עס נישט הלכה למשה מסיני. עס מוז נישט זיין אז די מעשה האט אמאל טאקע פאסירט. עס מוז נישט זיין אז אויף וועמען מען זאגט אז ער האט עס פארציילט איז אמת. די איינציגסטע זאך וואס עס זאגט אז דער כותב האט עס געהערט ביי א חסידישע פארברענג, וזהו.
4. ולכן ווען דו צונעמסט א מעשה, טוה עס נאר אלס א המשך פון די פארברענג, דהיינו אויב דו האלסט אז מען קען אנדערש אפלערנען די געדאנק, שרייב דיין חוות דעת, וכדומה.
53.
עס איז ידוע אז רבי יהונתן אייבישיץ פלעגט פירן וויכוחים מיט גלחים. על פי רוב פלעגט ער געווינען די וויכוח. פארציילט מען אז איינמאל האט די גלח אים געזאגט אז לאמיר זעהן וויאזוי א פשוטע איד וועט זיך אן עצה געבן מיט מיין גלויבן. איז דער גלח ארויס אין גאס און אהנגעטראפן א בעל עגלה. דער גלח לאזט רופן די בעל עגלה און ער זאגט אים אז אויב ער טוישט צו זיין גלויבן זאגט ער אים צו טוב ארץ מצרים מיט א בארג געלט. דער בעל עגלה ענטפערט אים, איך בין נישט קיין גרויסע מבין אויף דעם, אבער מיין טאטע דער בעל עגלה ז"ל האט מיר אויסגעלערנט די ביזנעס פון פערד. ער האט אים געזאגט אז אויב איינער וויל טוישן מיט דיר פערד דיר געבן זיין פערד נעם עס נישט פון אים. אויב איינער וועט דיר זאגן אז אויב דו נעמסט זיין פערד צאל איך דיר גרויס געלט נעם עס נישט פון אים, דער פערד איז גארנישט ווערד. אויב איינער זאגט דיר אז פאר גרויס געלט פארקויף איך דיר מיין פערד, דעמאלס לוינט זיך אריינצוקוקן און זעהן צו דער פערד איז גוטע אדער נישט.
54
ממו"ר החסיד ר' חיים שלום שיחי' דייטש:
ס'איז פארהאן א פתגם ביי חסידים [אולי מהרבי הקודם] אז י' כסלו, דער חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, איז די לידה פון א חסיד, און י"ט כסלו איז די ברית.
שטעלט זיך די שאלה, קומט דאך אויס לפי"ז אז דער ערשטער דור חסידים פונעם אלטן רבי'ן, ביז'ן מיטעלען רבי'ן, האבן נישט געהאט די לידה.
ואמר, די ערשטע דור זענען דאך אלע געווען 'געווארענע' חסידים, 'געבארענע' חסידים איז דאך ערשט געווען ביים מיטעלען רבי'ן, און א געבוירענער חסיד דארף גאר אן אנדערע ישועה...
זעט אויס אין חב"ד איז מען נישט מקפיד אויף געל ביי א ברית. והראיה, י"ט כסלו - "חג הגאולה" מלשון "געלע" כדאיתא מצדיקים על שבת געלע מצות - שבת הגאולה.
די וועלט זאגט אז א נער לאכט אויף די אייגענע ווערטלעך. איך האב שוין לאנג נישט מגיב געווען. איך האב צוריק געקוקט וואס איך האב דא געשריבן אין דעם אשכול, איך טרעף דא געשמאקע זאכן וואס איך אליינס געדענק שוין נישט.
ממילא וויל איך דאנקן @ראש הישיבה .... און אלע אנדערע מגיבים דא פארן שרייבן דאס.
שלום שלום לרחוק ולקרוב
אין די צייט זענען געוואקסן די מאס ליובאוויטשער חסידים דא אין שטיבל, בשעת אז אונז מתנגדים בלייבן אליינס.
לייג צו, לאמיר הערן און ליינן נאך
אן ענין אין אהבת ישראל במשנתו של החסיד רבי מענדל פוטרפס ז"ל...
📎 ענין באהבת ישראל.mp3
יין שרףאן ענין אין אהבת ישראל במשנתו של החסיד רבי מענדל פוטרפס ז"ל...
איך פריי זיך מיט דער פארציילער אז עס איז אים לייכטער געווארן נאכ'ן פארציילן די מעשה.