געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7988
געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
א חסידישע פארברענג:
ביי א חסידישער פארברענג ווערט איבערגעשמועסט אסאך ענינים וואס האט מיט עבודת השם. איבער א גלעזל משקה מיט דביקות'דיגע חסידשער ניגונים אינצווישן, רעדט מען אפענהארציגע נושאים. אסאך געדאנקן ווערן געעפנט און דורך געטוהן דארט. נאך א פאהר מאל זאגן לחיים די הארץ איז אפן און איז גרייט מקבל צו זיין זאכן, וואס בדרך כלל איז עס שווער צו אויפנעמען. די נפש הבהמי האט זיינס, און ער איז יעצט גרייט צו מאכן געוויסע שינויים אין זיין סדר העבודה.
דורך אויס א פארברענג וועט מען הערן געשמאקע ווערטלעך און מעשיות וואס מען קען זיך פון דעם אפלערנען געוויסע נקודות. דיע ווערטלעך וויל איך דא מאכן אן אשכול וואס מען זאל קענען ברענגן די געדאנקען וואס מען האט געהערט ביי חסידשע פארברענגענס. איך וויל לאדענען אלע מגיבים זאלן אויך ברענגן אזעלכע געדאנקען וואס זיי האבן געהערט ביי חסידישע פארברענגנס.
איידער איך הייב אהן וויל איך קלארשטעלן עטליכע נקודות וואס איז כדאי צו וויסן פאר איר זענט מגיב, אדער פאר איר לייגט א געדאנק:
1. יעדע געדאנק זאל האבן א נאמבער. דאס הייסט אויבן אין די טעמע שרייב נומער 1 אדער 2 אזוי ווייטער ווי מען האלט מיט די נומער'ס.
2. ווען איר זענט מגיב אויף א געוויסע געדאנק שרייבט אויך אריין אין די טעמע אויף וועלעכע נומער איר זענט מגיב.
3. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די געדאנקען און מעשיות על אף אז זיי האבן א תוכן, איז עס נישט הלכה למשה מסיני. עס מוז נישט זיין אז די מעשה האט אמאל טאקע פאסירט. עס מוז נישט זיין אז אויף וועמען מען זאגט אז ער האט עס פארציילט איז אמת. די איינציגסטע זאך וואס עס זאגט אז דער כותב האט עס געהערט ביי א חסידישע פארברענג, וזהו.
4. ולכן ווען דו צונעמסט א מעשה, טוה עס נאר אלס א המשך פון די פארברענג, דהיינו אויב דו האלסט אז מען קען אנדערש אפלערנען די געדאנק, שרייב דיין חוות דעת, וכדומה.
5. אזוי אויך איז דא אזעלעכע מעשיות וואס ברענגן א שמייכל און מאכן ווארעם אויפן הארץ, אבער לאו דוקא אז עס האט אזא קנאקעדיגע ובכן. מיר ברענגן עס צוליב דעם אז עס אז געזאגט געווארן ביי א חסידישע פארברענג.
איך וועל ברענגן מזמן לזמן בל"נ נאך א געדאנק אדער צוויי. דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן זייערע געדאנקן.
איך דאנק פון פאראויס פאר אלע ניקס וואס וועלן זיך משתתף זיין אין דעם אשכול. נאר בהשתתפות פון אנדערע קען דער פארברענג זיין געשמאק.
רבותי זאגט'ס לחיים און לאמיר פארברענגן מיט א געשמאק.
1
דער מהר"ם מרוטנבורג איז געשטארבען אין תפיסה. איז געקומען א איד א גביר און פארקויפט זיין גאנצע פארמעגן, מיט די געלט האט ער אויסגעלייזט די גוף קדוש פון די מהר"ם פון תפיסה א יאר און א האלב נאך ער איז נפטר געווארן, און געברענגט לקבירה.
די מהר"ם איז געקומען צו דעם איד אין חלום און אים באדאנקט פאר אים מקבר זיין און מאכן אן השראה פאר זיין נשמה. די מהר"ם האט געזאגט פאר דעם איד (בחלום) אז מען וויל אים באלוינען פאר דעם מן השמים. אדער קען ער באקומען אריכת ימים אדער קען ער באקומען עמי במחיצתי. דער איד האט בוחר געווען עמי במחצתי צו קענען זיצן אין גן עדן מיט די הייליגע מהר"ם מרוטנבורג. האט דער מהר"ם אים געזאגט אז ער זאל זיך געזעגנען מיט די משפחה מארגן ווייל ער וועט גלייך מוזן נפטר ווערן. וכן הוה די נעקסטע נאכט איז ער נפטר געווארן.
ווען רבי הלל פאריטשער האט געהערט די מעשה, האט ער געזאגט אז דער מענטש איז א שוטה!! וואס איז ווערד די גאנצע גן עדן, קעגן איין הנחת תפילין. א מצוה איז דביקות בשם ממש. גן עדן איז נאר די נהנה מזיו השכינה.
2
צום רבין מהר"ש איז געקומען א אפגעפארענע חסיד. ער האט געזאגט אז ער האט אסאך קשיות אין אמונה וואס ער וויל פארלייגן פארן רבין. האט די מהר"ש געענטפערט: זייטס אים קודם מסרס, און נאכדעם וועלן מיר זעהן אויב ער האט נאך קשיות.
3
רבי מענדל מארוזאב (זקן מופלג לאורך ימים טובים וארוכים בבריאת השלימות) פארציילט אז לעצטנס חלומט ער אז מען רופט אים ארויף אין הימל. פרעגט ער וואס איז? זאגט מען אים אז מען דארף דארט א משפיע. זאגט ער אז עס איז דא ר' מענדל פוטערפאס אדער ר' ניסן נעמענוב ועוד. זאגט מען אים: שוטה דו מיינסט מיר דארפן דיר אין גן עדן, מיר דארפן דיר אין גיהנם.
4
שמעתי ממו"ר הגה"ח ר' חיים שלום שיחי' דייטש, אין רוסלאנד האבן דעם צאר'ס סאלדאטן אמאל דורכמארשירט די שטאט, זאגט איין חסיד פאר'ן אנדערן: גיב א קוק, ניטאמאל איז די הויזן וואס ער טראגט זיינער, איז ווי קומט צו איהם אזא שטאלץ? אזא ראשו מגיע השמימה?
און ער ענטפערט: היא הנותנת, אפי' זיין אייגענע לייב געהערט צו די מלוכה, איז אז א סאלדאט גייט - גייט די מלוכה, און די מלוכה איז רייך.
5
א חסיד האט זיך אפגערעדט פאר'ן אלטן רבי'ן - בעל התניא והשו"ע - אז די ברייהויז אין וועלכער ער פלעגט שאפן ביר פאר פרנסה האט אפגעברענט, ומאין יביא לחמו.
האט דער רבי איהם געזאגט: מכלכל חיים בחסד כתיב, נישט מכלכל חיים בברייהויז.
6
פעם, עת התוועד הגה"ח ר' זלמן גופין עם געווארענע חסידים, ענה אחד ואמר 'עה, דאס זענען הויכע זאכן', כטוב לבו הרים קולו בזעקה 'וואס ווילט איהר? נידריגע זאכן?'
2
ראש הישיבהצום רבין מהר"ש איז געקומען א אפגעפארענע חסיד. ער האט געזאגט אז ער האט אסאך קשיות אין אמונה וואס ער וויל פארלייגן פארן רבין. האט די מהר"ש געענטפערט: זייטס אים קודם מסרס, און נאכדעם וועלן מיר זעהן אויב ער האט נאך קשיות.
לאמיר זיך אביסל שמועסן איבערדעם.
זייער אסאך מאל איז דא מענטשן וואס זענען פארנומען מיט קשיות/ראיות /הוכחות בעניני אמונה וכדומה. דארף מען קלערן וואס איז די מקור פון די קשיות. זענען זיי אמת'דיגע ריינע קשיות וואס ער האט? אדער זענען די אלע קשיות גאר תירוצים. עס קען זיין אז ער איז פשוט א טראכטער אדער פון כת הספקנין אין קענען נישט גלייבן אלס וואס מען פארקויפט אים. ער קריכט און קריכט טיפער און טיפער. אויב אזוי איז עס קשיות.
אבער עס קען זיין אז דער מענטש איז א בשר ודם וואס איז נישט געמאכט פון ראבבער, און ספראוועט זיך מיט זיינע בהמיות'דיגע תאוות. נאכן האבן מערערע דורכפעלער (לדעתו) זיכט ער א תירוץ אויף דעם אלעס. נו פרעגט ער ווער זאגט אז איך מוז פאלגן וואס שטייט אין תורה? ווער זאגט תורה מן השמים איז אמת? און אזוי ווייטער. קומט אויס אז די קשיות זענען נישט קשיות, זיי זענען גאר תירוצים (אויף זיינע מעשים טובים).
דאס מיינט די רבי די מהר"ש 'קודם זייטס אים מסרס, און נאכדעם וועלן מיר זעהן אויב ער האט נאך קשיות'. איינמאל ער האט שוין נישט קיין מעגא תאוות, אפשר וועט ער שוין נישט דארפן די אלע קשיות צו פערענטפערן זיינע מעשים טובים.
לחיים לחיים!7
ביים מיטעלן ליובאוויטשער רבין זצ"ל האבן די חסידים זיך געקריגט וויפיל וויין אריינצוברענגן צום טיש. זאגט די רבי אז איבער וויין רעדט מען נישט ווי חז"ל זאגן כשם שהדיבור יפה לבשמים כך דיבור רע ליין. נאר מטוט וואס מדארף צו טאן. א ראיה פון די סדרה אז רשי זאגט אויף 'מטוב מצרים' אז סמיינט יין ישן. נו פארוואס זאגט דאס נישט דער פסוק ווייל וויין ברוינפן באהאלט מען מען דארף עס נישט אזוי מפרסם זיין. עמוק מאד
7
וואס איז די טיפקייט פון די ווארט?
סליגט דערינען פיל סודות. ואין לי הפנאי להאריך . עיין במהר"ל יין ישן בגימטריא ת"ל א רמז אז יעקב זאל זיך צויאגן ווייל מען דארף נאך אדורכגיין דעם גלות. די שייכות פון ת"ל מיט גלות מיט טוב מצרים מיט יין ישן מיט חסידים.
8
עס איז געקומען א מתנגד צום אלטן רבי'ו זיך מתלונן זיין, אז זיין איידעם פלעגט אמאל לערנען בהתמדה רבה, ממש יומם ולילה. אבער זייט ער איז פארכאפט ביי די חסידים כמעט וואס ער לערנט נישט. קוים א שעה צוויי לערנט ער.
האט דער אלטער רבי געזאגט: יע אמאל פלעגט ער לערנען אדע צוליב די שוויגער אדער צוליב די קאץ. פרעגט די שווער מה הפשט? זאגט ער אז די איידעם פלעגט לערנען אין א שטוב ביי די שווער אינדערהיים. האט ער אלץ מורא געהאט אז די שוויגער וועט אריינקומען אין די ספרים שטוב, האט ער געמוזט לערנען. אסאך מאל האט ער געהערט ווי עפעס קראצט אויף די טיר פון די שטוב, געמיינט האט ער אז די שוויגער הערט אונטער, למעשה איז עס געווען די קאץ. האט ער מורא געהאט אדער פון די שוויגער אדער פון די קאץ.
shem-tovנאר מטוט וואס מדארף צו טאן
ראש הישיבהוואס איז די טיפקייט פון די ווארט?
י"ל
שלהי העמוד4
ונבנתה העירשמעתי ממו"ר הגה"ח ר' חיים שלום שיחי' דייטש, אין רוסלאנד האבן דעם צאר'ס סאלדאטן אמאל דורכמארשירט די שטאט, זאגט איין חסיד פאר'ן אנדערן: גיב א קוק, ניטאמאל איז די הויזן וואס ער טראגט זיינער, איז ווי קומט צו איהם אזא שטאלץ? אזא ראשו מגיע השמימה?
און ער ענטפערט: היא הנותנת, אפי' זיין אייגענע לייב געהערט צו די מלוכה, איז אז א סאלדאט גייט - גייט די מלוכה, און די מלוכה איז רייך.
פשטות איז משמע פון די ערשטע חסיד אז אויב דער הויזן וואלט געהערט פארן סאלדאט איז פארשאנדיג פארוואס דער סאלדאט וואקט ארום מיט א שטאלץ. לאמיתו של דבר, וואס נאר א מענטש וועט נאר וועלן זיך גרויס האלטן איז גאוה של שקר. ווי הויך א מענטש וועט נאר אהנקומען האט נאך נישט מיט וואס צו זיין שטאלץ מיט זיך. כעין א משל, ווען מען זעהט א גאנצע מחנה מיט מארעטשקעס, זיי דרייען זיך אהין און צוריק. קען זיין אז בעולמם אין זייער וועלט טוהן זיי אויף גדולות ונצורות. אבער זיי האבן זיך מיט וואס גרויס צו האלטן??? עס איז דאך נישט תופס מקום ביי אונז. על אחת כמה וכמה, אונז כלפי מעלה, וואס אונז וועלן נאר טוהן, איז כלפי שמיא כלא חשיב. וכל שכן אז מיר ווילן זיך פראבירן גרויסהאלטן מיט גשמיות'דיגע זאכן.
אבער אז מען געהערט צום רבש"ע, מיר זענען בטל צו אים, מיר זענען עבדים למקום, דעמאלס קומט אונז שוין יא א שטאלץ. דא גייט עבד מלך, וואס איז כמלך. מיר זענען שטאלץ צו זיין בטל צו השם יתברך.
כך נראה לי לענ"ד
לחיים לחיים!9
עס איז געווען א מתנגדישער שטאט וואס האט מורא געהאט אז די חסידישע מגידים גייען מאכן די שטאט פאר חסידים. האבן זיי געמאכט א תקנה אז ווען עס קומט א מגיד וואס וויל רעדן, מוז קודם איבערגיין די תוכן פון זיין דרשה מיט די ראש הקהל, כדי צו קענען צענזערירן אויב דער מגיד איז נישט פון די חסידים. נאר נאך די ראש הקהל האט געזעהן אז ער איז נישט קיין חסיד האט ער באקומען ערלויבעניש צו רעדן פארן גאנצע שטאט.
איז געקומען א חסידישער מגיד. פרעגט אים די ראש הקהל וועגן וואס גייט איר רעדן? זאגט ער איך גיי רעדן אז חסידים טראכטן פון זיך א גאנצע טאג און מתנגדים טראכטן פון באשעפער א גאנצע טאג. זאגט דער ראש הקהל. זייער גוט, און געלאזט אויסרופן אז דער חשובער מגיד גייט רעדן שבת פארן גאנצע שטאט.
ביים דרשה איז ער מסביר אז חסידים ווייסן אז אין עוד מלבדו, עס איז נישטא עפעס חוץ פון באשעפער. ווערט זיי שווער ווי בין איך? ער זאט נישט קיין נתינת מקום אז ער זאל עקזעסטירן. מוטשעט ער זיך ווי איך בין??
אבער דער מתנגד ווייסט אז ער איז דא. ער איז דא כפשוטו, מיטן גאנצע קנאק. ער דארף נישט קיין ביאורים אז ער איז דא. אבער מוטשעט זיך ווי איז די בורא? טראכט ער א גאנצע טאג וויאזוי איז דער בורא דא?
דער חסיד'ס עבודה איז אז אלהות זאל זיין בפשיטות, און דער וועלט זאל זיין בהתחדשות. ואכמ"ל
לחיים לחיים
10
ר' מענדעלע ווארקער איז אמאל געזעצן פארברענגט מיט די חסידים זיינע אגאנצע נאכט און נישט געזאגט קיין ווארט, ביים זיך אויפשטעלן אינדערפרי האט ער געגעבן א זאג, וואויל איז דער וואס ווייסט אז אחד איז טייטש איינס.
#נישטנארחבדווייסטצופארברענגען
11
געווען אמאל א גוי וואס האט באזוכט ביי א טיש פונ'עם הייליגער רוזשינער. האט מען עם שפעטער געפרעגט וואס האט ער געזעהן דארט. האט ער געזאגט ער האט געזעהן ווי דער רבי שווייגט און די חסידים הערן זיך צו.
#מדארף נישט אזויפיל פלוידערן.
2
יענער חסיד הנ"ל אז דער מהר"ש האט עם אזוי אוועקגעמאכט האט ער מחליט געווען שוין ער האט נישט וואס צו זיכען אין ליובאוויטש, האט ער זיך געדרייט אזוי אויף דער וועלט, ביז ער איז אנגעקומען אין א שטעטל געטראפען א ברעסלבער חסיד. האט ער עם געזאגט די זעלבע זאך ער האט קשיות אזוי און אזוי. האט עם דער ברעסלבער אנגעקוקט, דו פרעגסט מיר קשיות, וואס ווייס איך, איך בין א פשוט'ער איד. רעדט מיט'ן אייבערשטען פרעג עם דיינע אלע קשיות, ער איז א גרעסערע חכם.
#האט געדארפט געשעהן
12
חסידים פלעגן זינגען אזא ניגון
גייט א איד אויף גלייכע שטיינער
פאלט אראפ און ציברעכט זיך די ביינער
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן
ביז ער קומט קיין ווארקע צו פארן
נישט געדאווענט, נישט געלערנט
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר פון בורא עולם נישט פארגעסן
מ'קען עס
דא הערן (קורטעסי אייוועלט וויע גוגל)
ראש הישיבה
אבער אז מען געהערט צום רבש"ע, מיר זענען בטל צו אים, מיר זענען עבדים למקום, דעמאלס קומט אונז שוין יא א שטאלץ. דא גייט עבד מלך, וואס איז כמלך. מיר זענען שטאלץ צו זיין בטל צו השם יתברך.
כך נראה לי לענ"ד
[/[/r]
נאר איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זיין
שטאלץ צו זיין
בטל? עס הערט זיך א תרתי דסתרי. מדארף אין דעם שטארק נזהר זיין.
זהו דוקא דרגת רשב"י,ואפס קצהו וכו
לעיקוואד האט עם דער ברעסלבער אנגעקוקט, דו פרעגסט מיר קשיות, וואס ווייס איך, איך בין א פשוט'ער איד. רעדט מיט'ן אייבערשטען פרעג עם דיינע אלע קשיות, ער איז א גרעסערע חכם.
די מעשה איז געוועהן אנדערש מיין איך - אדער איז עס אנאנדערע מעשה מיט די זעלבע בחינה...
אן אפיקורס האט אמאל געטראפען ר' נתן ברסלב'ער זצ"ל און אנגעפאנגען מסביר זיין אז עס חלילה נישטא קיין גאט! ענפערט אים ר' נתן 'וויזוי קען דאס זיין? איך האב דאך ממש פריער גערעדט צו אים'
כ'האב געהערט א גוט ווארט אן ענליך ווארט... איינער האט געשיקט א שאלה צו ר' חיים: הגם מ'זאגט שוין נישט התכבדו מכובדים איידער מ'גייט אין בית הכבוד ווי עס שטייט און שו"ע צוליב וואס אונז האבן מער נישט קיין שייכות מיט די מלאכים סייווי, פרעגט אים יענער אן אז וויבאלד ער האט יא א שייכות מיט מלאכים, אפשר ברויך ער עס יא זאגן? האט אים ר' חיים צוריק געשריבן: "תשאל אותם"
נ.ב. איך האב זייער הנאה פון דיזע אשכול! תוכן.....
ראש הישיבהונבנתה העירשמעתי ממו"ר הגה"ח ר' חיים שלום שיחי' דייטש, אין רוסלאנד האבן דעם צאר'ס סאלדאטן אמאל דורכמארשירט די שטאט, זאגט איין חסיד פאר'ן אנדערן: גיב א קוק, ניטאמאל איז די הויזן וואס ער טראגט זיינער, איז ווי קומט צו איהם אזא שטאלץ? אזא ראשו מגיע השמימה?
און ער ענטפערט: היא הנותנת, אפי' זיין אייגענע לייב געהערט צו די מלוכה, איז אז א סאלדאט גייט - גייט די מלוכה, און די מלוכה איז רייך.
פשטות איז משמע פון די ערשטע חסיד אז אויב דער הויזן וואלט געהערט פארן סאלדאט איז פארשאנדיג פארוואס דער סאלדאט וואקט ארום מיט א שטאלץ. לאמיתו של דבר, וואס נאר א מענטש וועט נאר וועלן זיך גרויס האלטן איז גאוה של שקר. ווי הויך א מענטש וועט נאר אהנקומען האט נאך נישט מיט וואס צו זיין שטאלץ מיט זיך. כעין א משל, ווען מען זעהט א גאנצע מחנה מיט מארעטשקעס, זיי דרייען זיך אהין און צוריק. קען זיין אז בעולמם אין זייער וועלט טוהן זיי אויף גדולות ונצורות. אבער זיי האבן זיך מיט וואס גרויס צו האלטן??? עס איז דאך נישט תופס מקום ביי אונז. על אחת כמה וכמה, אונז כלפי מעלה, וואס אונז וועלן נאר טוהן, איז כלפי שמיא כלא חשיב. וכל שכן אז מיר ווילן זיך פראבירן גרויסהאלטן מיט גשמיות'דיגע זאכן.
אבער אז מען געהערט צום רבש"ע, מיר זענען בטל צו אים, מיר זענען עבדים למקום, דעמאלס קומט אונז שוין יא א שטאלץ. דא גייט עבד מלך, וואס איז כמלך. מיר זענען שטאלץ צו זיין בטל צו השם יתברך.
כך נראה לי לענ"ד
לחיים לחיים!
כך נראה גם לרש"י הק' ז"ל. באומרו. "הדבק לשחוור וישתחוו לך"...!
סליחה. פאר נישט לייגן א נומבער בראש העמוד. איני יכול... 😂
4
לעיקוואדראש הישיבה
אבער אז מען געהערט צום רבש"ע, מיר זענען בטל צו אים, מיר זענען עבדים למקום, דעמאלס קומט אונז שוין יא א שטאלץ. דא גייט עבד מלך, וואס איז כמלך. מיר זענען שטאלץ צו זיין בטל צו השם יתברך.
כך נראה לי לענ"ד
[/[/r]
נאר איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זיין
שטאלץ צו זיין
בטל? עס הערט זיך א תרתי דסתרי. מדארף אין דעם שטארק נזהר זיין.
ביסט גערעכט. איך האב עס נישט גוט געשריבן
ווען דער מענטש איז שטאלץ מה יתרון לאדם. אבער ווען מען דער מענטש איז נישט ביי זיך גארנישט, זיין גאנצע עקזיסטענץ איז נאר אז ער איז אן עבד למקום, ער איז דא א חלק פון די כוונה עליונה, איז וואז אימער ער איז און ער האט, איז אלס א חלק פון די בורא.
עס איז דא געשריבן פון געוויסע צדיקים ווי זיי רעדן פון זייערע מדריגות. אין זוהר רעדט רבי שמעון בר יוחאי פון זיינע מדריגות. רבי חיים וויטאל זעהט מען אז ער ברענגט בשם די אר"י הקדוש ווי ער האט גערעדט פון זיינע געהויבענע מדריגות. אזוי אויך האט רבי נחמן גערעדט פון זיינע מדריגות. עס דאכט מיר אז איך האב אויך אמאל געזען ברענגן אז ווי דער בעש"ט האט גערעדט פון זיינע מדריגות.
פון זיין זעהט עס אויס ווי זיי זענען נישט אזוי געווען אויסגעארבעט אין מדת הענוה. אבער דער אמת איז אז זייער אייגענע מציאות און ישות האט נישט געהאט ביי זיי קיין שום תפיסת מקום. זיי אלס געווען א בטל ומבטל צו די באשעפער. ולכן ווען זיי האבן גערעדט וועגן זייערע מדריגות, האבן זיי געפילט ווי זיי רעדן פון מדריגות פון בורא.
לחיים לחייםשלמה המלךלעיקוואד האט עם דער ברעסלבער אנגעקוקט, דו פרעגסט מיר קשיות, וואס ווייס איך, איך בין א פשוט'ער איד. רעדט מיט'ן אייבערשטען פרעג עם דיינע אלע קשיות, ער איז א גרעסערע חכם.
די מעשה איז געוועהן אנדערש מיין איך - אדער איז עס אנאנדערע מעשה מיט די זעלבע בחינה...
אן אפיקורס האט אמאל געטראפען ר' נתן ברסלב'ער זצ"ל און אנגעפאנגען מסביר זיין אז עס חלילה נישטא קיין גאט! ענפערט אים ר' נתן 'וויזוי קען דאס זיין? איך האב דאך ממש פריער גערעדט צו אים'...
דערמאנסט מיר, די מעשה וואס מען דערציילט אין ברסלב איז ר' נתן האט געפלעגט זיך דינגען מיט משכילים בציווי ר נחמן. איינמאל שמועסענדיג אויב גאט עקזעסטירט האט ר נתן זיך אנגערופען וואס רעדט עטס מיט מיר פון גאט, איך זאג אייך ואראה את השם.
שלמה המלךלעיקוואד האט עם דער ברעסלבער אנגעקוקט, דו פרעגסט מיר קשיות, וואס ווייס איך, איך בין א פשוט'ער איד. רעדט מיט'ן אייבערשטען פרעג עם דיינע אלע קשיות, ער איז א גרעסערע חכם.
די מעשה איז געוועהן אנדערש מיין איך - אדער איז עס אנאנדערע מעשה מיט די זעלבע בחינה...
אן אפיקורס האט אמאל געטראפען ר' נתן ברסלב'ער זצ"ל און אנגעפאנגען מסביר זיין אז עס חלילה נישטא קיין גאט! ענפערט אים ר' נתן 'וויזוי קען דאס זיין? איך האב דאך ממש פריער גערעדט צו אים'
האט דער אפיקורס געענטפערט, לא קשיא, הא לן והא להו.
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז שווער צו פארשטיין?
13
ביי וועלכע נומער האלט מען דא? א מין חסידים די קאוועשטיבעלדיגע, זיי ווילען מזאל האלטען חשבון פון די נומער פון ווערטער ווען איך האלט שוין נישט חשבון וועלכע נומער לחיים מ'האלט..
ר' זלמן אהרן דער ברודער פון דער רבי רש"ב מליובאוויטש האט מען אמאל געפרעגט וואס איז דער חילוק פון חסידות ביז חקירה, ביידע זענען דאך עוסק אין דער זעלבער נושא. האט ער גענטפערט, ווען מ'לערנט חקירה טוהט מען זיך אויס דער הוט און רעקל, משא"כ ווען מ'לערנט חסידות טוהט מען זיך אן א גארטעל.
לחיים!
האט יענער זיך אויסגעטון די הוט און רעקל און געפרעגט, דאס אנטון א גארטל פארוואנדלט חקירה אין חסידות, אדער ווען מען פארוואנדלט חקירה אין חסידות טוט מען זיך אן א גארטל?
די משכילים צווישען חסידים האבען מסביר געווען אז דער גארטל איז נאר א משל אויף א תנועה בלב. עס איז נישט קיין חילוק צו מען גייט א גארטל בפועל אדער נישט. ווידער די עובדישע האבען זיך געדינגען און געזאגט אז ניין עס מוז זיין דווקא א גארטל וויבאלד האדם נפעל כפי פעולותיו. אלו מביאים ראיה לדבריהם פון א מעשה אז אמאל איז דער רבי געווען אויף וואקאציע און מ'האט עם געזעהן שטיין אויף א פלאץ צוועלף שעה מיט די נאכט קליידער און געטראכט חסידות. זעהט מען אז ווען מ'קען קען מען אפילו אן א גארטל. ואלו מביאים ראיה לדבריהם אז אמאל איז דער רבי געווען אין א שטעטל און האט נישט געטראפען זיין גארטל האט ער ענדערש נישט געדאווענט ווי צו דאווענען אן א גארטל. אלו ואלו מודים שיש להפסיק בין לבו לערווה.
יאירהאט יענער זיך אויסגעטון די הוט און רעקל און געפרעגט, דאס אנטון א גארטל פארוואנדלט חקירה אין חסידות, אדער ווען מען פארוואנדלט חקירה אין חסידות טוט מען זיך אן א גארטל?
װי גײט דער ניגון.
כאפטס איהם אן,
װארפטס איהם ארויס,
װײל ער איז ניט פון אונזערע.
😃
צוויי חסידים פון דעם חוזה האבן זיך אמאל ארומגע'טענה'ט. דער ערשטער האט געזאגט אז קוגל איז אזוי הייליג ווי דאווענען, דער צווייטער האט גע'טענה'ט פארקערט, אז דאווענען איז אזוי הייליג ווי קוגל. אינמיטן איז דער חוזה אריינגעקומען און ער האט געפרעגט וואס מען טענה'ט זיך דא. די חסידים האבן זיך געשעמט צו זאגן, אבער דער חוזה האט גוזר געווען אז זיי מוזן אים מגלה זיין. נישט האבנדיג קיין ברירה האבן זיי אים דערציילט. האט זיך דער חוזה צושמייכלט מיט הנאה און זיך אנגערופן: און איך זאג אז ענקער טענה'ריי איז הייליגער ווי קוגל און דאווענען צוזאמען... (מכתביו של ר' לייזערקע חסיד, הנקרא ר' לייזשער בטלן).
עס איז ידוע ביי חסידים אז עס איז קלאר אז די קוגל איז העכער פונ'עם דאווענען, וויבאלד מ'עסט נאכ'ן דאווענען, און מעלין בקודש ואין מורידין.
דער רבי ריי"צ האט געזאגט: א בהמה גסה גייט שטייט מיט א רואיגקייט, עס קען זיך דאכטן אז עס קומט פון גרויס ישוב הדעת, למעשה איז עס פשוט ווייל עס האט א גרויסע אחוריים...
רב ייב"י מאוסטראה איז אמאל געזעסן ביים טיש, און איז געווען שטארק פאר'דביקה'ט. אינמיטן איז דורכגעגאנגען א דייטשל און האט געגעבן א שפיי אויף דעם פענסטער. די חסידים האבן באלד ארויסגעשפרונגען פון פענסטער און געוואלט מאכן א משכנתא אויף אים. און רב ייבי"י האט זיך געגעבן א וועק אויף און געזען וואס דא קומט פאר, האט ער געזאגט, לאזט אים אפ, ער האט דאך ממש צוגעטראפן דעם סוד פון די יריקה פון דעם יבם. די חסידים האבן אים אפגעלאזט אבער זיי האבן נישט פארשטאנען וואס דער רבי האט געזאגט. ווען דער דייטשל איז אוועקגעגאנגען האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, אז אונז זענען חלוצי נעל (די חסידים זענען געגאנגען מיט האלבע שיך) און ער וויל אונז נישט מיי"בם זיין, דארף ער דאך מקיים זיין דעם וירקה בפניה... (ספר ירושת הסיפורים, זולקווא תרס"א).
יאירהאט יענער זיך אויסגעטון די הוט און רעקל און געפרעגט, דאס אנטון א גארטל פארוואנדלט חקירה אין חסידות, אדער ווען מען פארוואנדלט חקירה אין חסידות טוט מען זיך אן א גארטל?
מ'קען מאכן גלגול שלג אונטער א ווארימע דאכענע, ממלא זיין רוב תאותו בשעתן זיך קוילערן אין שניי.
מאכן התבודדות אין א פולן זאל, פארקערן מיט די גאנצע וועלט אינמיטן וואלד.
מפסיק זיין בין לבו לערוה בעירום ובחוסר, זיין מקושר בלב מיטן ערוה מיט א ברייטן געשטריקטן גארטל.
14
דער ליובאויטשער רבי זי"ע פלעגט צוענדיגען אלע פארברענגענס מיט די אזהרה "נישט פארגעסן מאכען א ברכה אחרונה"
האב איך געהערט אמאל א הסבר דערויף (בנוסף צו די פשט אז ער האט געוואלט דערמאנען די חסידים צו מאכען א ברכה אחרונה..), אז נאכן רעדן טיפע הויכע חסידישע תורות, דארף מען זיך דערמאנען אז מבלייבט נאך א איד וואס דארף נאך מקפיד זיין אפילו אויף די פשוט'ע הלכות ווי מאכען די ברכה אחרונה נאכ'ן עסן.
כי בשמחה תצאו..
#רייכער תוכנ'פולער אשכול.
אמאל איז א חסיד א בעל עבירה געקומען צו די רבי די ריי"צ און געבעטען א תיקון און א סדר תשובה, אבער היות ווי ער האט זיך געשעמט האט ער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז זיין חבר דארף א תיקון נאר ער שעמט זיך צו קומען בעטען.
האט די ריי"צ בחכמתו גע'ענפערט "האט דאך דיין חבר געקענט קומען און זאגען אז ער האט א חבר וואס דארף א תיקון" ודפח"ח
[ציטאט אראפגענומען]
נו אוודאי יעדער זאך קען מען מפלפל זיין לכאן ולכאן, אבער דאס שמועסט מען שוין נישט אין א חסידישע פאברענג.. ערגעץ דא איז דא אן אשכול וועגן קדמות העולם דארט געהערט עס.
ונבנתה העירדער רבי ריי"צ האט געזאגט: א בהמה גסה גייט שטייט מיט א רואיגקייט, עס קען זיך דאכטן אז עס קומט פון גרויס ישוב הדעת, למעשה איז עס פשוט ווייל עס האט א גרויסע אחוריים...
מיט מער טעם האב איך געהערט דיע מימרא פון רבי חיים שלום דייטש שיחי'
א אינגער קעלבעל איז לעבעדיג און ווילד, ער שפרינגט און שטויסט. ווען ער ווערט עלטער וואקט ער שטאט ער איז גרעסער, עס קען זיך דאכטן אז ער זיינע מוחין זענען געווארן מער רחב, ברייטער, ער איז מער דורך געטראכט. אבער למעשה איז זיינע אחוריים געווארן מער רחב.
דער זעלבע איז אין עבודה. א אינגע בחור איז לעבעדיג. ער שפרינגט ער האט עליות און ירידות כדבעי. ער דאווענט מיט א פלאם ער זינדיגט מיט א ברען, אלעס איז לעבעדיג. ער וועט עלטער ער ווערט מער סאליד, ער דאווענט רואיג, ער זינדיגט נישט אזוי ציווילדיוועט. וואס איז געשען. עס קען זיך דאכטן אז זיינע מוחין זענען מער רחבים. אבער ביי סאך מענטשן איז עס פשוט ווייל זיינע אחוריים זענען געווארן מער רחבים!!!
לחיים לחיים16
ירח בן יומואמאל איז א חסיד א בעל עבירה געקומען צו די רבי די ריי"צ און געבעטען א תיקון און א סדר תשובה, אבער היות ווי ער האט זיך געשעמט האט ער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז זיין חבר דארף א תיקון נאר ער שעמט זיך צו קומען בעטען.
האט די ריי"צ בחכמתו גע'ענפערט "האט דאך דיין חבר געקענט קומען און זאגען אז ער האט א חבר וואס דארף א תיקון" ודפח"ח
מען זאגט עס נאך פון ראפשיצער רב זי"ע
ר"ר אלימלך און ר"ר זושא זענען געגאנגען גלות, זענען זיי אנגעקומען צו א גאסט הויז, זיי האבן זיך געוואלט אפרוהען אביסל, אבער דער באשעפער האט אנדערש גטראכט, ווי נאר זיי לייגן זיך אראפ, קומען צו א פאר שיכורים דארט, און כאפן אן ר" זוא און מען הייבט אן צו טאנצן, ר"זושא האט דאס אנגענומען בשמחה אוף דעם ווארט ער דאך שוין אזוי לאנג, אביסל זיך אויסצולייטערן דעם גוף, טאנצט ער דארט א שטיק צייט, און זיי האבן עם אפגעלאזט, ווען ער זעצט זיך אראפ, זאגט עם ר"ר אלימלך, זושא מיין ברודער, האסט דאך שוין גענוג געטנצט, געב מיר איבער דעם ברעטל אביסל, ר"ר זושא ווי א גוטער ברודער האט מסכים געווען.
גייט אריבער א פאר מינוט און די חברה אודך קומען צו און ווילן נעמען דעם ר"ר אלימלך צו טאנצן אביסל, רופט זיך אן איינער פון די פויערן, לאזט עם צורוה, ער האט שוין פריער געטאנצט, נעמטס דעם שותף זיינעם וואס שלאפט דארט אינעוויניג אזוי באקוועם, און אזוי האט ר"ר זושא געטאנצן א גאנצע צייט.
צומארגנס האט ר"ר זושא געזאגט פאר ר"ר אלימלך מיילעך קוק אז עס איז באשערט צו טאנצן העלפט נישט גארנישט, נאר מ'טאנצט.
ומלכי צבאות ידודון ידודן17
די הייליגע בעש"ט האט אמאל פארציילט פאר זיינע חסידים די פאלגענדע מעשה.
א סוחר האט געהערט שמועות אז זיין ווייב זינדיגט אבער ער האט עס נישט געגלייבט. איין טאג האט ער מחליט געווען איר אויסצופרובירן. ער האט איר געשוקט מיט א "וויכטיגע שליחות" אליינס אויף א שיף אין די ים. די סוחר זעלבסט האט זיך גוט פארשטעלט אלץ די קאפיטאן פון יענע שיף. אינמיטען די רייזע האט די קאפיטאן געזאגט פארן ווייב אז אויב גייט זי נישט זינדיגען מיט אים וועט ער איר נישט געבן קיין עסן. די פרוי האט זיך פרובירט צו טענה'ן מיט אים אבער בלית ברירה האט זי געמוזט זינדיגען מיט אים א יעדעס מאל וואס זי האט געוואלט עסן.
ווען די פרווי איז אהיים געקומען איז זי געווען שבור ורצוץ. זי האט זיך אויסגעוויינט צו איר מאן און פארציילט פונקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגן און פארוואס זי האט בלית ברירה געמוזט נעבעך זינדיגן. די מאן, זעהנדיג ווי צובראכן די ווייב איז און וויסנדיג אז זי האט עס באמת נאר געטון ווייל זי איז געווען געצוואונגען דורך אים אליין, האט זיך געפרייט און פארשטאנען אז אלע שמועות אז זיין ווייב איז א זינדיגער קענען פשוט נישט זיין אמת.
האט די בעש"ט צוגעענדיגט, "אט דאס איז די גאנצע גלות".
ווער איז די ווייב?
ווער איז די סוחר/שיפ'ס קאפיטאן?
.
דאכציך די משל גייט אז ער האאט ער גענומען פון איר די רינגל אירע אלץ א סימן און ווען זי איז צוריק אהיים האט ער איר געו
די נמשל איז אז אלע חטאים זענען באמת דער אייבישטער אליינס. ויש להאריך בזה לאחר עוד כמה לחיים.
18
כ'האב אמאל געהערט די פאלגענדע מעשה ביי א פארברענגן. (שפעטער האב איך עס אויך געליינט אין ר' זלמן שעכטר'ס בוך.)
א חבד'סקער חסיד איז אמאל געקומען קיין קאצק. האט אים די קאצקער געפרעגט, "וואס האט איר אינזינען ביי שמע ישראל?" האט ער אנגעהויב צו מסביר זיין איבער ייחוד עילאה און ייחוד תתאה. ווען ער האט געענדיגט, זאגט אים די קאצקער, "יא יא, דאס האסטו אין קאפ! אבער וואס הערט זיך אין פופיק?" (פופיק אין ענגליש איז gut.)
.
17
לעיקוואדדאכציך די משל גייט אז ער האאט ער גענומען פון איר די רינגל אירע אלץ א סימן און ווען זי איז צוריק אהיים האט ער איר געו
די נמשל איז אז אלע חטאים זענען באמת דער אייבישטער אליינס. ויש להאריך בזה לאחר עוד כמה לחיים.
אוודאי אזוי!
די חלק מיט די רינגל האב איך ארויס גענומען ווייל עס פעלט נישט אויס להבנת הענין.
אגב, ווער עס מיינט אז די פשיסכער/קאצקער/איזביצער האבן עפעס מחדש געווען איבער די בעש"ט, זאל זעהן דער משל אז די בעש"ט האט פונקט אזוי געהאלטן. אדרבא, אנדערע תלמידים האבן משנה געווען.
.
הוגה17
ווער איז די ווייב?
ווער איז די סוחר/שיפ'ס קאפיטאן?
.
כנסת ישראל כלה קרואה בנעימה
דער אויבערשטער פירט דאך אלעס
הוגה17
די חלק מיט די רינגל האב איך ארויס גענומען ווייל עס פעלט נישט אויס להבנת הענין.
.
דער בעש"ט האט עס אבער פארציילט מסתמא מוז עס האבען עפעס א פשט אין דער נמשל.
אקעי, דאס האסטו עס.
די מעשה פאנגט זיך אן אז די מאן האט זיך גרויס געהאלטן מיט די ערליכקייט און געטריישטפט פון זיין פרוי. א פויער האט דאס געהערט האט ער געמאכט א bet מיט די מאן אז ער קען איבערעדן די פרוי צו זינדיגען מיט אים, און אלץ א ראיה וועט ער אים ברענגן די פרוי'ס רינגל. אפאר טעג שפעטער האט די פויער טאקע געברענגט די פרוי'ס רינגל, צייגנדיג דערביי אז זי האט געזינדיגט מיט אים. לאור פון דער מעשה האט ער מחליט געווען איר צו מנסה זיין. וממשיך הסיפור כמש"כ. ביים סוף פון די מעשה געפינט די מאן טאקע אויס אז די פויער האט גע'גנב'ט די רינגל פון די פרוי און זי האט נישט געזינדיגט מיט אים.
אפשר ביסטו מסביר די נמשל פון דער טייל,
@לעיקוואד?
.
דער פויער, דער יצר הרע, די חיצונים גנבענען אוועק אידישע קינדערס מעשים טובים
און נאכדעם וואס דער הייליגער בורא כל עולמים דער אבינו שבשמים, איז אונז מנסה און ער זעהט אז אונז גיי מיר דורך אלע נסיונות, וועט ער אונז צוריק געבן די תורה ומצוות שנבלעו בין הקליפות, ומלאה הארץ דעה את הוי״ה כמים לים מכסים.