☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » בתורתו של ר' גדליה איבערגעדרוקט מיט נייע הוספות

בתורתו של ר' גדליה איבערגעדרוקט מיט נייע הוספות

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #772

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 7:20 pm

· #16316
בתורתו של ר' גדליה איבערגעדרוקט מיט נייע הוספות
די גרויסע נייעס איז אנגעקומען אז בתורתו של ר' גדליה נדל פון זיין תלמיד מובהק הרב יצחק שילת (גרינשפאן) איז יעצט איבערגעדרוקט געווארן מיט פרישע חידשוים און נייע הוספות. די ספר בתורתו של ר' גדליה ענהאלט די אייגנארטיגע מהלך אין תורה פון הגר"ג נדל מגדולי תלמידי החזו"א, אזוי ווי הגר"י שילת האט דאס מקבל געווען. בשעתו האט די ספר ארויסגערופן א שטורעם צוליב אפאר שטארקע חידושים וועלכע זענען נישט געווען מקובל אין בני ברק און יו"ח פון ר' גדליה האבן אפגעקויפט אלע עקזעמפלארן וואס איז געווען צו באקומען. יעצט אז עס איז איבערגעדרוקט געווארן איז צום ערווארטן אז די שטורעם וועט פון פריש באנייט ווערן.

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 8:57 pm

· #16328
ווי איך הער איז צוגעקומען דערצו 20 נייע בלעטער. די שאלה איז צו ס'איז א נייע פרק אדער מרוב הוספות האט זיך עס אויסגעברייטערט מיט 20 בלעטער. עלעמר זען.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:51 am

· #16544
כ'מיין אז ער טרייט צי מאכן שטימען בראשית מיט אוועלאציא.

ידען » דאנערשטאג יוני 7, 2012 9:23 am

· #16558
גרויסע נייעס?

וואס הייסט?

כאב נישט געהערט פון זיי און אויך נישט געלייענט אין דער איד וועגן זיי .

שמעי' » מאנטאג יוני 8, 2020 12:40 am

· #450815
Re: בתורתו של ר' גדליה איבערגעדרוקט מיט נייע הוספות
איך מיין אז ר' גדלים איז געווען איינגעשטעלט און ויזניץ'ע ישיבה און ב"ב, עפעס האט ער געהאט צי טון מיט די מרידה.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 8, 2020 6:23 am

· #450836
שמעי'
איך מיין אז ר' גדלים איז געווען איינגעשטעלט און ויזניץ'ע ישיבה און ב"ב, עפעס האט ער געהאט צי טון מיט די מרידה.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

עי' כאן

כספי » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:23 am

· #545051
Re: בתורתו של ר' גדליה איבערגעדרוקט מיט נייע הוספות
יידל #
די גרויסע נייעס איז אנגעקומען אז בתורתו של ר' גדליה נדל פון זיין תלמיד מובהק הרב יצחק שילת (גרינשפאן) איז יעצט איבערגעדרוקט געווארן מיט פרישע חידשוים און נייע הוספות. די ספר בתורתו של ר' גדליה ענהאלט די אייגנארטיגע מהלך אין תורה פון הגר"ג נדל מגדולי תלמידי החזו"א, אזוי ווי הגר"י שילת האט דאס מקבל געווען. בשעתו האט די ספר ארויסגערופן א שטורעם צוליב אפאר שטארקע חידושים וועלכע זענען נישט געווען מקובל אין בני ברק און יו"ח פון ר' גדליה האבן אפגעקויפט אלע עקזעמפלארן וואס איז געווען צו באקומען. יעצט אז עס איז איבערגעדרוקט געווארן איז צום ערווארטן אז די שטורעם וועט פון פריש באנייט ווערן.
די לינק פון דעם ספר ארבעט נישט, אויב איינער קען שאפן דעם לינק למצוה גדולה יחשב

טליתנאה » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 7:31 am

· #545068
Re: בתורתו של ר' גדליה איבערגעדרוקט מיט נייע הוספות

להודיע » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:06 am

· #545073
Re: בתורתו של ר' גדליה איבערגעדרוקט מיט נייע הוספות
ווי קען מען קויפן דע נייע מהדורה?