☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ר' גדליה נאדל זי''ע

ר' גדליה נאדל זי''ע

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7718
בלאט: 1 2

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 3:36 pm

· #239944
ר' גדליה נאדל זי''ע
איך ווייס נישט טאמיר ס'איז שוין דא א אשכול בענין זה, טאמיר יא בעט איך איבער די עולם.
מ'זעט דא אויף קאווע שטיבל אסאך דעמאנט דער נאמען, ר' גדליה נאדל, און זיינע שיטות. כ'האב געקויפט זיין ספר און עס דורך געטון, ער שרייבט אסאך חידושים, איך חידוש זיך אז מ'לאזט עס פארקויפען. עכ''פ, כ'וול נאר פרעגן איין זאך, טאמיר איינער קען מסביר זיין.
ס'קומט מיך אויס אז ער גייט מוט די אויפגעקלערטע ליניע אז חז''ל זענען געווען קלוגע מענטשען און זיי האבן אויפגעטראכט הלכות ברוב בינתם, און זיי האבן ''משיג'' געווען די טיפקייט און די תורה, זיי האבן ''ארויסגעהאט'' די אמת'ע פשט ולפי זה גע'מאכט די הלכות.
יעצט, לויט דער מהלך וואלט איך עקספעקטיד אז אזיי איד ווען ער זעצט זיך לערנען זאל ער האבן א אויפגעקלערטע, 'חוקרישע' וועג פון לערנען סוגיות, נוסח y.u. אבער למעשה זעהט מען אז ר' גדליה איז געלעגן וואכען לאנג אין 'עמקות התורה', גע'הארעווט אויף לערנען שעות שעות - נוסח חזון איש, צוויי וואכען א בלאט, יעדער שירה א שעה, זיכען די אמת'ע פשט, יורד זיין לעומקו של הסוגיא.
לכאורה איז דאס א שטיקל סתירה, איינער וואס איז אפ' מער אויפגעקלערט ווי די רמב''ם, ער גלייבט בכלל נישט אין דער טראדעציאנאלע מהלך פון 'יעדער אות אין חז''ל הקדושים איז תורה מסיני', וואו קימט ער צו הארעווען אזוינע שעות אויף יעדער שירה אין די גמ'??
און בכלל ווינדער איך מיך. ס'שטייט אין מעשה איש, מ'איז אמאל געקומען פרעגן די חזו''א וועגן א בחור וואס גלייבט אז 'עוג מלך הבשן' איז א משל, האט דער חזו''א גע'פסקענט אז זיין וויין איז 'יין נסך'. נו וואס איז מוט ר' גדליה'ס וויין? ס'איז א ריזען גרויסע 'ממא נפשך'!

אחד העם » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 7:21 pm

· #240015
אז די גלייבסט נאך מעשה איש לאז דיך אפ פון רבי גדליה...
אויפגעקלערטע מהלך? נוסח yu?? וואס גייט מיט דיר פאר? האסט געזעהן אמאל א ספר פארפאסט דורך איינעם מיט די אויפגעקלערטע מהלך נוסח yu ער איז גראדע געווען עפעס א ספרדי, א דאקטער איז ער אויך, גערופען האט מען משה, זיין טאטע האט געהייסען מיימון, זיין ספר וואס ער מחבר האט גערופען מורה נבוכים, האסט שוין אמאל געזעהן עפעס אזא ספר???
רבע גדליה איז געווען א תלמיד און חבר פון דעם משה דער זוהן פון מיימון, ער איז געגאנגען מיט אלע זיינע מהלכים, וואס ווערט ביי דיר דעפענירט אלס אויפגעקלערט, yu....
און דיין קשיא פארשטיי איך נישט, וואס פרעגסטו, לערן דיך א לקח אז עס גייט צוזאמען און אזוי האבען אלע תנאים און אמוראים ראשונים געלעבט?!

מילכיג » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 8:49 pm

· #240027
[ציטאט אראפגענומען]

וואו קען מען טרעפן דעם ספר?

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 8:54 pm

· #240029
אחד העם
אז די גלייבסט נאך מעשה איש לאז דיך אפ פון רבי גדליה...
אויפגעקלערטע מהלך? נוסח yu?? וואס גייט מיט דיר פאר? האסט געזעהן אמאל א ספר פארפאסט דורך איינעם מיט די אויפגעקלערטע מהלך נוסח yu ער איז גראדע געווען עפעס א ספרדי, א דאקטער איז ער אויך, גערופען האט מען משה, זיין טאטע האט געהייסען מיימון, זיין ספר וואס ער מחבר האט גערופען מורה נבוכים, האסט שוין אמאל געזעהן עפעס אזא ספר???
רבע גדליה איז געווען א תלמיד און חבר פון דעם משה דער זוהן פון מיימון, ער איז געגאנגען מיט אלע זיינע מהלכים, וואס ווערט ביי דיר דעפענירט אלס אויפגעקלערט, yu....
און דיין קשיא פארשטיי איך נישט, וואס פרעגסטו, לערן דיך א לקח אז עס גייט צוזאמען און אזוי האבען אלע תנאים און אמוראים ראשונים געלעבט?!

יענער אויפגעקלערטער ר' משה בן מימון האט אויך געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען משנה תורה, מיט'ן ציל אז מען זאל אויפהערן פארברענגען אזויפיל צייט מיט פארפלאנטערטע סוגיות אין גמרא און וויסן אלע הלכות פון די אידישע רעליגיע דורכ'ן דורכליינען זיין חיבור (אן אלע מפרשים וואס האבן עס גענוצט פאר דעם פארקערטן ציל, פארשטייט זיך).

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:00 pm

· #240034
דא קענט איר ליינען און דאונלאודען דעם גאנצן ספר. (אגב, כ'מיין ס'איז דא ערגעץ אן אשכול וועגן דעם ספר).
<a class="postlink" href="http://seri-levi.com/admin/nadel.pdf">http://seri-levi.com/admin/nadel.pdf</a>

איש את רעהו » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:10 pm

· #240038
די בני משפחה האבן עס מעביר געווען אין אראפגענומען פון היברו בוקס ווייל הרב שילת פן די מזרחי שאפט נישט קיין כבוד פאר הרב רבי גדלי', תלמידים איז געבליבען פון אים אסאך גרויסע ת''ח.

מילכיג » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:11 pm

· #240039
יאיר
דא קענט איר ליינען און דאונלאודען דעם גאנצן ספר. (אגב, כ'מיין ס'איז דא ערגעץ אן אשכול וועגן דעם ספר).
<a class="postlink" href="http://seri-levi.com/admin/nadel.pdf">http://seri-levi.com/admin/nadel.pdf</a>

ש'כח.
און וואו קען מען שאפן דעם מילי דהספידא אויף א פידיאף?

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:42 pm

· #240047
עולם האט זעהט אויס נישט געליינט דעם ספר, ממושט צאם אייער מוט לעבער.
איך רעד בכלל נישט וועגן דעם וואס ר' גדליה האט אדפדירט עוועלוציע אז ס'שטומט מוט די תורה, דאס האט מען שוין גענוג דורך געקייט דא, וא''צ עוד. איך רעד בעיקר פונעס חלק וואו ער רעדט ארום וויאזוי חז''ל האבן גע'דרש'נט פסוקים לויט זייערע פארשטאנד, ווי ער זאגט קלאר ''שאין גז''ש מקובל מסיני'', און אזוי אויך 'אלע לימודים זענען פאבראצירט געווארען דורך חז''ל'' , און מ'האט נאר מקבל געווען די יסודות וויאזוי צי ''מאכען'' א גז''ש, אבער די עצם גז''ש איז בדרך כלל א 'אייגענע אויסגעטראכטע' חידוש. (ווייל אויב נישט וויאזוי איז שייך מחלוקת און ספיקות אין די אלע לימודים!?)
ווי קען מען צוגלייכען די רמב''ם\ספרדי\מיימון-אדער וועלעכע נאמען די ווילסט עם רופען, וואס אזיי סארט השקפה גייט אויסדרוקליך אקעגן אלע יסודות אין גאנץ מו''נ!!
#2 ווי קען אזיי איינער גלייבען באמונה שלימה אז עוג איז געווען א מיליאן פיס הויעך - בלויז ווייל אזוי זאגען חז''ל [געבויעט אויף פסוקים וואס זיי האבן אליין גע'דרש'ענט] - ווען ער גלייבט ניטאמאל אין פשטות פון פסוקי בראשית, ע''פ חז''ל, אין ער האלט חז''ל האבן זיך טועה געווען אין דיע נושאים, משא''כ א מעכטיגען ריז -וואס איז זיכער אפגעפרעגט לויט יעדער יסוד אין פיזיקס- דאס איז אמת ויציב?????
ממש איך הייב נישט אן צו כאפן דער מהלך.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 10:51 pm

· #240063
וועלכע יסודות פונעם מורה איז אין קאנטראסט מיט דעם שיטה?

אחד העם » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:14 pm

· #240065
יאיר
אחד העם
אז די גלייבסט נאך מעשה איש לאז דיך אפ פון רבי גדליה...
אויפגעקלערטע מהלך? נוסח yu?? וואס גייט מיט דיר פאר? האסט געזעהן אמאל א ספר פארפאסט דורך איינעם מיט די אויפגעקלערטע מהלך נוסח yu ער איז גראדע געווען עפעס א ספרדי, א דאקטער איז ער אויך, גערופען האט מען משה, זיין טאטע האט געהייסען מיימון, זיין ספר וואס ער מחבר האט גערופען מורה נבוכים, האסט שוין אמאל געזעהן עפעס אזא ספר???
רבע גדליה איז געווען א תלמיד און חבר פון דעם משה דער זוהן פון מיימון, ער איז געגאנגען מיט אלע זיינע מהלכים, וואס ווערט ביי דיר דעפענירט אלס אויפגעקלערט, yu....
און דיין קשיא פארשטיי איך נישט, וואס פרעגסטו, לערן דיך א לקח אז עס גייט צוזאמען און אזוי האבען אלע תנאים און אמוראים ראשונים געלעבט?!

יענער אויפגעקלערטער ר' משה בן מימון האט אויך געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען משנה תורה, מיט'ן ציל אז מען זאל אויפהערן פארברענגען אזויפיל צייט מיט פארפלאנטערטע סוגיות אין גמרא און וויסן אלע הלכות פון די אידישע רעליגיע דורכ'ן דורכליינען זיין חיבור (אן אלע מפרשים וואס האבן עס גענוצט פאר דעם פארקערטן ציל, פארשטייט זיך).

יאיר קומסט נישט אריין קלאר וואס די צילסט אאון וועם די מיינסט.

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:55 pm

· #240074
מאטי
וועלכע יסודות פונעם מורה איז אין קאנטראסט מיט דעם שיטה?

האסט שוין געלערנט הקדמה לפה''מ? יא צו ניין?

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:05 am

· #240077
אחד העם
יאיר
יענער אויפגעקלערטער ר' משה בן מימון האט אויך געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען משנה תורה, מיט'ן ציל אז מען זאל אויפהערן פארברענגען אזויפיל צייט מיט פארפלאנטערטע סוגיות אין גמרא און וויסן אלע הלכות פון די אידישע רעליגיע דורכ'ן דורכליינען זיין חיבור (אן אלע מפרשים וואס האבן עס גענוצט פאר דעם פארקערטן ציל, פארשטייט זיך).

יאיר קומסט נישט אריין קלאר וואס די צילסט אאון וועם די מיינסט.

דער פותח האשכול פארשטייט נישט ווי אזוי א מענטש וואס איז שטארק בעד ראציאנאליזם קען פארברענגען אזויפיל צייט איבער פלפולים און קוועטשערייען אויף סוגיות הש"ס. אויף דעם ענטפערסטו אז דער רמב"ם איז אויך געווען א ראציאנליסט און מפלפל, אויף דעם זאג איך אז דער רמב"ם האט דוקא געצילט צו מאכן א סוף צו פלפולים, טאקע ווייל ער איז געווען א ראציאנאליסט.

לא להנאת גופי
מאטי
וועלכע יסודות פונעם מורה איז אין קאנטראסט מיט דעם שיטה?

האסט שוין געלערנט הקדמה לפה''מ? יא צו ניין?

ער האט געבעטן דעם מורה, נישט פירוש המשניות.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:09 am

· #240080
יא
לא להנאת גופי
מאטי
וועלכע יסודות פונעם מורה איז אין קאנטראסט מיט דעם שיטה?

האסט שוין געלערנט הקדמה לפה''מ? יא צו ניין?

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:54 am

· #240093
האב איך אויך געהאט די זכי' צו ליינען דעם הויכשטאפלערישן ספר בתורתו של רבי גדלי' און כהאב נישט געקענט באשליסן ווער סאיז געווען אין דער גיסטע דער שילת אדער הרב נאדל אליין.
ורוח אלוקים מרחפת על פני המים האט ער דארט א פורים תורה, אז סאיז געווען אזעלכע וואסער בלעזלעך אין די לופט וואס האט געמאכט אזא גוטע געפיל און דאס מיינט ורוח אלוקים, סתם א לאקשן פשט אבי צו פארקריכן פון חז"ל און גדולי המפרשים.
אויף 'רוב' האט ער אויך א גאנצע שמועס ווי ער קומט אויף מיט עפעס א פארקוועטשטע סברא וויאזוי רוב ארבעט, אנשטאט דורכגיין די סוגיא לעומקן של דברים האט ער דארט עפעס א מהיכי תיתי'דיגע סברא מיט א משל פון א פעלד, כאילו דורכדעם גייט מען געהאלפן ווערן.
בקיצור נישט קיין גרויסע גליקן.
אויך האט מען געדרוקט חידושי רבי גדלי' חידושים אויף ש''ס צוויי שווארצע בענדער ווי ער מאכט נאך דעם סגנון פונעם חזון איש מיט גאנץ ווייניג הצלחה און ס'האט אוודאי נישט קיין טעם כידוע פון די אלע ספרים וואס פרובירן נאך מאכן דעם חזון איש אז ס'גייט נישט, עי' ערך ספרי רבי חיים גריינימאן וספר שארית יעקב.
הכלל אויף איין פלאץ האב איך געזען ווי ער פרעגט אן אייזערנע קשיא אויפ'ן נודע ביהודה, שפעטער האב איך געזען אז די קשיא שטייט שוין אין הגהות פון ברוך טעם.
כהאב געהערט אז די כתבים האט מען געטראפן אין שמות און ער האט בכלל נישט גערעכנט מ'זאל עס דרוקן.

לא להנאת גופי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:08 pm

· #240174
וואס פארקרוכסטו פון די שמועס.
נאך אמאל קלאר צו מאכען, ר' גדליה נאדל זאגט [לפי כתבי הרב שילת] אז חז''ל האבן מקבל געווען א 'דרך הלימוד' וויאזוי צו אפלערנען פסוקי התורה, דאס הייסט למשל א גז''ש פון קיחה קיחה משדי עפרון, איז נישט פשט אז מ'האט מקבל געווען אז 'סאיז דא א גז''ש קיחה קיחה' , נאר מ'האט סך הכל מקבל געווען א 'וועג' וויאזוי און ווען צו צוגלייכען פסוקי התורה,דהיינו ווען חז'ל 'פארשטייען' אז דא ברויעך מען א לימוד אדער א גילוי, האבן זיי 'רשות' דאס צו פאבראצירען-אפלערנען, און אזוי האבן די חכמים געלערנט\געמאכט גאנץ תורה שבע''פ. [!!] און ער איז שטארק מאריך מבאר צו זיין פון ווי ער נעמט זיין יסוד, איינע פון די ראיות איז , ווייל טאמער מ'האט טאקע מקבל געווען אלעס מסיני וויאזוי איז שייך מחלוקת אין געוויסע לימודים? אלא מאי מ'האט נאר מקבל געווען די 'מושג'..

דיע ווערטער לכשעצמו זענען הימעל שרייענדע חידושים, אזאך וואס רוב כלל ישראל וואלטן אנגענומען אלס פשוטע אפיקורסות, ווייל מיר גלייבען דאך אז אפ' נועם אלימלך איז געשריבען געווארען מוט רוח הקודש [אקעי, דעיס איז נישט די פוינט, טאנץ נישט ארויף אויף דעם], און דא זאגט איינער אז אפ' דרשות פון חז'ל זענען 'פאבראצירטע' געבויעט אויף 'דעת חזל'..
די רמב'ם שרייבט אויסדריקלעך אז אזאי מהלך גרעניצט זיך מוט צדוקות.
און קיינער האט נאכנישט פארענפערט וויאזוי דאס גייט צוזאמען מוט די עקסטרעם רעכטע חזו''א מהלך, כ''ש אויב ער פראבירט נאכצו טאנצען דעם חזו''א?
העט מען מוזען זאגען אז ר' גדליה האט אזוי שטארק געגלייבט אין 'חכמת חז''ל' אז טאמיר זיי זאגעו אז עוג איז געווען א ריז 'כדי הם חכז''ל לסמוך עליהם, אפ' קעגן די 'ידענים' און אויב אזוי שטייט איז עס א מציאת. נו, לפי זה קומט אויס אז ער האט מער מחשיב געווען חז''ל ווי דער עצם פסוקי התורה?? אתמהה!

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:45 pm

· #240187
ווי אזוי ביסטו זיך מתמודד מיט דאס פאלגענדע:

רמב"ם הלכות מלכים פרק י"ב
ויש מן החכמים שאומרים שקודם ביאת המשיח יבא אליהו וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות ולא יאריך במדרשות האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן ולא ישימם עיקר שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר כמו שבארנו.

לא להנאת גופי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:06 pm

· #240215
וואס טוסטו מוט דער רמב''ם [בהקד']:
החלק הראשון – פירושים מקובלים [שהתקבלו באמצעות המסורת] מפי משה, ויש להם רמז בכתוב [בתורה], ואפשר להוציאם בדרך סברא [על-פי ההגיון ושיקול-הדעת], וזה [ובפירושים מקובלים אלה]- אין בו [בהם] מחלוקת, אבל [אלא] כשיאמר האחד: ‘כך קיבלתי [במסורת]‘, אין לדבר עליו [אין להתווכח על זה]‘.

’החלק השני – הדינים שנאמר בהם: “הלכה למשה מסיני” ואין ראיות עליהם [אינם נגזרים על-פי טיעוני הגיון ושיקול-הדעת, מהכתוב בתורה]… וזה כמו כן – אין חולק עליו [אין בהם מחלוקת]‘.

‘
החלק השלישי – הדינין שהוציאו על דרכי הסברא [בדרך הגיונית] ונפלה בהם מחלוקת [בין החכמים]… ונפסק הדין בהם על-פי הרוב. וזה יקרה כשישתנה העיון [שיקול-הדעת וההבנה לגבי הנושא]… ותמצא בכל התלמוד שהם [החכמים] חוקרים על טעם הסברא [הסיבות והטיעונים] שהוא גורם המחלוקת בין החולקים’.

קלארע ווערטער נגד הרב נאדל!!!

פארוואס? » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:50 pm

· #240228
דער פותח האשכול האט א ריכטיגע טענה. און ס׳וואונדערט מיר אויך אסאך מאל.

איך טראכט אז אוב זאלן מיר אננעמען אז הרב שילת האט נישט מגזים געווען, וואלט איך געזאגט אז עס איז טאקע משנה אחרונה. און ער האט נישט געהאלטן ביים אויפגעבן זיין געשמאק אין זיך ארומשפילן מיטן מוח, (זאל ער גיין לערנען מאטעמאטיק אויפן עלטער), און ער האט ממשיך געווען צו בונה וסותר זיין און מחדש זיין חידושים מתוקים מדבש מצוצים מן האצבע עם סברות כרסיות.

ומבשרי אחזה, והוא רחום יכפר וכו׳.

----

געהערט אמאל פון א תלמיד זיינעם, (בנוגע זיין הסכמה צו עוועלוציע):
איך בין זייער דיסאפוינטעד פון איהם, אזא גאון ווי איהם וואלטן מיר געדארפט צו אויפווייזן די פאלשקייט, צו מסכים זיין מיט די סייענטיסטן דארף איך נישט קיין גאונים, דאס קען איך אויך. עכ״ל. והמבין יתבונן בדברים אלו.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:20 pm

· #240241
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Compartmentalization_%28psychology%29">http://en.wikipedia.org/wiki/Compartmen ... chology%29</a>

לא להנאת גופי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:00 pm

· #240257
און ער האט ממשיך געווען צו בונה וסותר זיין און מחדש זיין חידושים מתוקים מדבש מצוצים מן האצבע עם סברות כרסיות.

מיין איינציגסטע פראבלעם מוט דעם איז, אז דאס וואלט געשטומט מוטן גאלעציאנע מהלך הלימוד, אדער אפ' די ליטווישע שך\קאטלער\בריסק סטייל, אבער תורת חזו''א איז דאך שווערע עקסטרעמע פארפייניגטע 'יורד זיין אל האמת' אויפלייכטען סוגיות'דיגע פשטים. און מ'לעקט נישט קיין גרויס האניג צום סוף. די מערסטענס וואס די קענסט טון איז ענדיגען א סוגיא מוט א הענגעדיגע ''אין לי כח לעיין עוד בזה''. ממילא איז מיר שווער ציגלייבען אז אזאי איינער קען טאנצען אויף צוויי חתונות.
אויך איז שווער צו מאכען אויף עם א יוחנן כהן גדול-סארט מעשה, נארמאל טשעידשען מענטשען נישט זייער מהלך ביי די 70...
מבשרי אחזה, והוא רחום יכפר וכו׳.

די ליגסט אין חזו''א, טאמיר יא, אפשר זאגסטו מיך וויאזוי די מאכסט עס? וואס שטופט דיך מעיין זיין אין א שירה'לע אין חז'ל אויף מער וואו 15 מינוט??

chusid » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:28 pm

· #240286
מאטי
ווי אזוי ביסטו זיך מתמודד מיט דאס פאלגענדע:

רמב"ם הלכות מלכים פרק י"ב
ויש מן החכמים שאומרים שקודם ביאת המשיח יבא אליהו וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות ולא יאריך במדרשות האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן ולא ישימם עיקר שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר כמו שבארנו.

איך קען נישט די רמבם אבער אויבן אויף קוקט אויס ווי ער רעדט דוקא פון די סארט מיסטישע זאכן און איז מסביר אז עס איז נישט וויכטיג

פארוואס? » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:51 pm

· #240306
לא להנאת גופי
אבער תורת חזו''א איז דאך שווערע עקסטרעמע פארפייניגטע 'יורד זיין אל האמת' אויפלייכטען סוגיות'דיגע פשטים. און מ'לעקט נישט קיין גרויס האניג צום סוף. די מערסטענס וואס די קענסט טון איז ענדיגען א סוגיא מוט א הענגעדיגע ''אין לי כח לעיין עוד בזה''. ממילא איז מיר שווער ציגלייבען אז אזאי איינער קען טאנצען אויף צוויי חתונות.
אויך איז שווער צו מאכען אויף עם א יוחנן כהן גדול-סארט מעשה, נארמאל טשעידשען מענטשען נישט זייער מהלך ביי די 70...

חדא מתורצת בחבירתה, טאקע צוליב דעם ווייל א מענטש טשעינדזשט נישט זיין מהלך ביי די 70, איז ער געבליבן מיט זיין אינטערעסע איו תורת חזו"א.


לא להנאת גופי
דו ליגסט אין חזו''א, טאמיר יא, אפשר זאגסטו מיך וויאזוי די מאכסט עס? וואס שטופט דיך מעיין זיין אין א שירה'לע אין חז'ל אויף מער וואו 15 מינוט??

וואס איך טוה, איז נישט אזוי וויכטיג לגוף הענין, אבער איך קען מיר זעהן הנאה האבן פון מעיין זיין און מחדש זיין חידושים אין דברי יואל (לדוגמא) כאטש איך וועל זיין פאר 100% זיכער אז איך בין נישט מכוון אל האמת, ווייל די שרייבער פונעם ספר האבן נישט געטראכט אזוי טיף.

לא להנאת גופי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:02 pm

· #240313
און וואס איז מוט 'קוראן'?? קענסט דיך זעהן אויפקומען מוט א 'באמבע' פשט אין א שטיקל קוראן וואס פארענטפערט באופן נפלא א שווערע סתירה, קענסט דיך זעהן מאכען עפעס א לשיטתיה פון סאני'ס לשיטתם, און שיאט לשיטתם??

פארוואס? » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:05 pm

· #240315
אויב וואלט איך געבוירן געווארן אלס א מוסלעמעינער און געלערנט 20 יאהר זייער רעליגיעזע שריפטן, וואלט איך

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:38 am

· #240364
לא להנאת גופי
און ער האט ממשיך געווען צו בונה וסותר זיין און מחדש זיין חידושים מתוקים מדבש מצוצים מן האצבע עם סברות כרסיות.

מיין איינציגסטע פראבלעם מוט דעם איז, אז דאס וואלט געשטומט מוטן גאלעציאנע מהלך הלימוד, אדער אפ' די ליטווישע שך\קאטלער\בריסק סטייל, אבער תורת חזו''א איז דאך שווערע עקסטרעמע פארפייניגטע 'יורד זיין אל האמת' אויפלייכטען סוגיות'דיגע פשטים. און מ'לעקט נישט קיין גרויס האניג צום סוף. די מערסטענס וואס די קענסט טון איז ענדיגען א סוגיא מוט א הענגעדיגע ''אין לי כח לעיין עוד בזה''. ממילא איז מיר שווער ציגלייבען אז אזאי איינער קען טאנצען אויף צוויי חתונות.
אויך איז שווער צו מאכען אויף עם א יוחנן כהן גדול-סארט מעשה, נארמאל טשעידשען מענטשען נישט זייער מהלך ביי די 70...
מבשרי אחזה, והוא רחום יכפר וכו׳.

די ליגסט אין חזו''א, טאמיר יא, אפשר זאגסטו מיך וויאזוי די מאכסט עס? וואס שטופט דיך מעיין זיין אין א שירה'לע אין חז'ל אויף מער וואו 15 מינוט??



מבין ריסי עיניך איז ניכר שלא ירדת לסוף דעתו של החזו'א מעולם. אזעלכע שטותים האב איך נאך מימי נישט געהערט, און תורתו של החזו''א איז דער גן עדן אליין לעמלים בה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:02 pm

· #240443
מ'פארציילט אז מ'איז געגאנגען צום סטייפלער גאון זצ"ל מיט כמה דעות פון ר' גדליה'ן און ער האט זיך גערעגט אז ס'טויג נישט. ווען מ'האט מודיע געווען אז ר' גדליה האט עס געזאגט, האט ער אנגעשריגען דער רוכל היתכן ער רעדט אויף אזא אדם גדול.
כפי הנראה, דער יסוד פון כפירה און אפיקורסות איז נישט אזוי פיל דער דעה זעלבסט, נאר דאס אז ס'גראבט אונטער די יסודות אויף וואס דער היטען פון תורה ומצוות איז געבויט. פאר דעם הייסען זיי 'עיקרים', וע"ע ספר העיקרים ווי ער איז מבאר בארוכה. ווען מ'הערט אזעלכע רייד איז מען חושש נארמאל אז איינער קומט אונטערגראבען אידישקייט, ווייל נאר אזעלכע רעדען אזוי, עי' ערך סליפקין וכדו'. אבער ר' גדליה איז געווען אן אויסנאם. ער האט געלערנט מיט הכנעה צו חז"ל און זיך געלאזט קאסטען אויף יעדער זאך. כשיטת הרמב"ם איז ער געגאנגען ארבעטען נישט נעמען געלט פאר לערנען. ער איז גרייט געווען צו גייען אין מיליטער ביים מלחמת תשכ"ז, ווייל 'מיין לעבען איז אין געפאר, און איך דארף שוץ. ווי קען איך עס פאדערען פון א צווייטען און נישט ארבעטען אליינס?' און נאך אסאך אזעלכע משלים איז דא. ביי איהם האט עס נישט געהאט מיט זיך אויסדרייען פונ'ם תורה, נאר פארקערט. א מהלך פון הבנת התורה. דעריבער לאזט מען איהם לעבען. אבער טאקע בעסער אז זיין תורות בלייבען פנימי און נישט אינ'ם גאס, ווייל לאו כל מוחא סביל דא.

לא להנאת גופי » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:46 pm

· #240471
קודם כל סליפקין קען איך גוט, ער איז א פיינע שומר תורה ומצוות. ער האט מיר אליין געזאגט ווען כ'האב עם געשטופט צום וואנט, בנוגע סייענס מוט חז''ל בזה''ל:
???what's a different, were anyways going to keep every chazal, so why should we do it with heartache
שנית, וואס ר' גדליה'ס התנהגות איז געווען ווייס איך אויך, און טאקע דאס איז געווען א ריזען חלק פון מיין תמיה גדולה.
די מעשה מוט'ן חזו''א זעהט אויס ווי א 'שווער שטיקל חזו''א, וואס קיינער פארשטייט נישט', ווייל וואס עפעס 'מעג' ר' גדליה יא זאגען אזעלעכע 'נישט טויגעדיגע' ענינים?? ער האט עפעס א ספעשיל פון גאט?? כפירה איז נאר טאמיר מ'וויל אפשניידען די פיאות?? פליז...[ממש קליין קעפיג]

כוכב האט געשרובען:
מבין ריסי עיניך איז ניכר שלא ירדת לסוף דעתו של החזו'א מעולם. אזעלכע שטותים האב איך נאך מימי נישט געהערט, און תורתו של החזו''א איז דער גן עדן אליין לעמלים בה.

ווען נישט איך וויל בשום אופן נישט אריין פירען דער שמועס אין שואל תחתית, וואלט איך געגאנגען שמוציג אויף דער תגובה. ''מימי נישט געהערט''??? האסט אמאל געלערנט אין ישיבה??? קענסט אויסרעכענען סך הכל '5' מגידי שיעור וואס זאגן נאך שטיקלעך חזו''א מוט א שמייכעל ס'זאל באמבע'ן??? קענסט אויסרעכענען ''1'' לומדישע ספר וואס ברענגט חזו''א אויף א הערליכע מהלך אינעם סוגיא???
יעדער וואס קען אביסל 'עפעס' אין סיי וועלעכע מקצוע בתורה ווייסט אז חזו'א איז א ספר וואס מ'קוקט נאר אריין ווען מ'איז 'סטאק' און 'ממוז' ציקומען צו עם. [חוץ די גריינימאן'ס אין בני ברק].

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:59 pm

· #240478
איך האב גוט מסביר געווען דער ענין. נישט ווייל ער איז גרעסער פון דיר מעג ער עס זאגען. ווייל זיין כוונה און צוגאנג איז אנדעריש, ממילא איז דאס נישט די זעלבע זאך.
איך קען נישט סליפקין פערזענליך (ער איז ארויס פון מאנשעסטער איידער איך בין אנגעקומען) אבער פון זיין שרייבאכץ זעט מען אז נישט דער אמת צו דער שיטת הרמב"ם האט איהם געדרוקט, נאר די ווענט פונ'ם געט"א אין וואס ער האט זיך געטראפען. איך בין גאנץ ווייניג נתפעל פון איהם בכלליות. ס'זעט נישט אויס אז ער האט דורכגעלערנט רמב"ם אין מורה און אין יד כדי צו פארשטיין זיין שיטה. ער האט כנראה געהערט און געליינט געוויסע זאכען אין עפעס א בוך און ער נעמט עס אן ווייל ס'שטימט מיט זיין פריערדיג'ע אנגענומענער הנחות. Not too intellectual or intellectually honest.
(אגב, מיין מעשה איז נישט געווען מיy'ן חזו"א נאר זיין שוואגער דער סטייפלער)
איך האב גאנץ אסאך צו פארציילען פון הרב גדליה זי"ע פון וואס איך האב זוכה געווען צו הערען פון א תלמיד קרוב הגאון ר' אליהו הלוי לוין שליט"א פון לעיקוואוד. אפשר מיט צייט וועל איך עס פארשרייבען.

לא להנאת גופי » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:20 pm

· #240489
בכלל דיין גאנצע קשיא בראש האשכול פארשטיי איך נישט, לכאורה ר' גדליה האט גיגלייבט אין תורה שבע''פ אין אז זיי האבן מקבל געווען הלכות דורך די מסורה ביז משה אין אויף דעם זאגט די רמב''ם אז עס פאסט נישט קיין מחלוקת, נאר אויב עס האט זיך געמאכט א פאל אויף וואס זיי האבן נישט געהאט א מסורה דערויף האבן זיי מחדש געווען מסברא אין דא מאכט זיך מחלוקת , איך גלייב אז ר' גדליה האט זיך געפילט מחיוב צי כל דברי חז''ל

פארדעם האב איך מקדים געווען, איך רעד 'אויסדריקלעך נישט' פון די באקאנטע שיטה שלו בענין עוועלוציע. דא איז די שמועס בנוגע א צווייטע זאך וואס ער שרייבט, וואס איז אסאך מער פלאותדיג און גרעניצט זיך טאקע מוט... כ'וועל מוזען ברענגען א קוואוט. דא האסטו פון ספר בתורתו:
יש להבין שהדרשות עצמו לא ניתנה למשה מסיני. אולי נאמרו למשה מסיני לא היה עליהם שום וויכוח. אלא בסיני נמסרה רק הכללים. איך לקרוא בתורה קריאה מדיוקת. ואיך למצוא בו כל ההלכות. משה רבינו בחכמתו העמוקה, למד עם הזקנים את התורה אשר קיבל, ופירוש את התורה לפי הכללים שקיבל, כך שיכול היה למסור את עיקרי ההלכות לדורות הבאים. [דהיינו משה האט געטון די חכמים א טובה אז ער איז געגאנגען לערנען און מפרש זיין אנשטאטס זיי זאלען דארפען טון די ארבעט..]
אמנם מלשון הרמב''ם לפה''מ, ובשורש השני בסה''מ, לא משמע כן. ''אבל נראה שאין צרוך לומר כן''...
וודאי שאף למשה רבינו היה ספיקות והוא מסרם לדורות הבאים, או הכריע אותם יחד עם הזקנים..

כ'האב נישט קיין כח מער קוק עס אליין נאך:
http://seri-levi.com/admin/nadel.pdf

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:22 pm

· #240568
ליטוואק דו וואוינסט אין מאנטשעסטער?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:35 pm

· #240571
ניין, איך האב געלערנט אין ישיבת שערי תורה.

איש חזון » מיטוואך יולי 6, 2016 4:16 pm

· #340631
כוכב
אויך האט מען געדרוקט חידושי רבי גדלי' חידושים אויף ש''ס צוויי שווארצע בענדער ווי ער מאכט נאך דעם סגנון פונעם חזון איש מיט גאנץ ווייניג הצלחה און ס'האט אוודאי נישט קיין טעם כידוע פון די אלע ספרים וואס פרובירן נאך מאכן דעם חזון איש אז ס'גייט נישט, עי' ערך ספרי רבי חיים גריינימאן וספר שארית יעקב.

לא להנאת גופי
יעדער וואס קען אביסל 'עפעס' אין סיי וועלעכע מקצוע בתורה ווייסט אז חזו'א איז א ספר וואס מ'קוקט נאר אריין ווען מ'איז 'סטאק' און 'ממוז' ציקומען צו עם. [חוץ די גריינימאן'ס אין בני ברק].

לענ"ד זענען ספרי חזון איש ותלמידיו הגדולים (ווי חדושים ובאורים און שארית יעקב*) טאקע נישט קיין נחלת הכלל אבער דער וואס פארשטייט יא צו דעם, איז די אינטערעסע זיינע אין די ספרים מַשלים דאס אינטערעסע וואס פעלט אין זיי. און ווי מורנו ר' כוכב שרייבט:
מבין ריסי עיניך איז ניכר שלא ירדת לסוף דעתו של החזו'א מעולם. אזעלכע שטותים האב איך נאך מימי נישט געהערט, און תורתו של החזו''א איז דער גן עדן אליין לעמלים בה.

און ב"ה גם אני מבשרי אחזה.

הגר"ל לייזר אדמו"ר מפשעווארסק האט ביי א באזוך ביים בעל חדושים ובאורים זללה"ה (בסוף ימיו) אים געזאגט איך בין אייערס א תלמיד, האט אים מו"ר ר' חיים געפרעגט וואס הייסט, האט ער געזאגט דורך לערנען זיינע ספרים. (אגב, אין טריביון איז געשטאנען בשעתו אז ר' לייבוש לערנט אויפ'ן דרך פון חזו"א).
בילד פון באזוך📎 האדמור-מפשעוורסק-בביקור-בבית-הגרח-גריינמן-צילום-שוקי-לרר-5-470x311.jpg


*אגב, זיי זענען געווען שוואגערס, און אין ספר חו"ב ב"מ פ"ק ברענגט ר' חיים א סברא וואס כמדומה לו אז שמעו מגיסו בעל השארית יעקב.

איש חזון » מיטוואך יולי 6, 2016 4:24 pm

· #340635
ר' יצחק הוטנר שרייבט (אגרות וכתבים עמ' קפח) "עס איז דאך באקאנט אז די דרך הלימוד פון חזון איש קען מען נישט נאכטוהן נאר מיט א געוואלדיגע יגיעה און נידוד שינה - - - איך האב געהאט א גרויסע ספק אויב דאס אמת'דיגע וועג פון חזו"א האט די מעגליכקייט צו מגדל זיין יונגע גאונים, אבער ווען איך זעה די ספר "שארית יעקב" זעה איך אז ס'איז מעגליך".

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 9:39 am

· #350813
איך האב יעצט געלייגט אין אן אנדערע פורום א פאר מעשה'ס מיט הרב גדליה, אויף לשה"ק, און איך האב מיר געטראכט אז אונזער אלטע ידידים קומען פאר די נייע און איך וועל עס לייגען דא אין שטיבעל אויך.

א. הרב גדליה היה אכן ממושב בלפוריה, והאבא שלו היה שמש בביהכנ"ס שם. הרב שם היה הרב משה לוין זצ"ל, תלמיד הח"ח וישיבת מיר ואביו של הרב עמיהוד מנתניה (יו"ר מערכת אוריתא), הרב אליהו (שסיפר לו שמר נדל היה זה שלימד אותו ברכות כשהיה ילד פעוט) והרב יהודה לוין מלעיקוואוד, וחמיו של הרב מרדכי שטרנברג. הוא מעולם לא היה חוץ מגדרי הישיבות, עד שהלך לעבוד אחרי שפטרו אותו מישיבת וויזניץ.

ב. כשפורסם בעת מלחמת תשכ"ז שרצה הרב גדליה להתגייס, שמחו בזה כמה מרבנים הקרובים למזרחי, בחושבם שהיה בדעה אחת אתם. הוא היה מתפלל ערבית ליל שבת בישיבת פונוביז באותה תקופה ואחדים מהם ניגשו אליו אחרי התפלה כאילו לומר 'אחים לדעה אנחנו'. שאל אותם "אתם משלמים מיסים על כל מה שאתם מקבלים מאנשי עדתכם?", וגמגמו ולא רצו לענות. אמר להם "אני לא משלם מסים, בגלל שאני מתנגד להמדינה הזאת ואני אוחז שאין שום חיוב לשלם. אבל אתם, שדעתכם עם המדינה, אם אתם מתחמקים מפרוטה אחת של המסים, הרי אתם שקרנים!"

ג. פעם הגיע הרב גדליה לאמריקה לטיפולים רפואיים. אחרי כמה שבועות נודע לתלמידיו שעבר מישיבת וויזניץ הגרים כעת בארה"ב שהוא נמצא כאן והלכו לבקר אותו. כששאלו אותו למה החביא את נוכחותו מהם, אמר להם "בשביל מה להגיד?" אמרו לו "כדי שנוכל להתפלל לרפואת הרב". אמר להם "באמת א"א להתפלל עבור האחר, כל אחד יכול להתפלל רק עבור עצמו. רק מי שמרגיש בצרת חבירו כצרת עצמו, מתפלל על צרת עצמו. כהיום אין אחד שמרגיש בצרת חבירו, כך שאין סבה לפרסם את החולי".
ד. פעם נסע הרב גדליה ברכב עם אחד מתלמידיו ותפשו שהם ברחוב חד סטרי והולכים בכיוון לא נכון. הרב גדליה אמר לו להתעלם ולהמשיך, והנהג רצה ללכת אחור (רעווערס) שלא תהיה סתירה מפורשת להחוק. הרב גדליה אמר לו "זה כבר שקר ואסור".

ה. הרב גדליה הגיע מהעיר ציעטוואן, עיר רבנותו של הרב יעקב קמנצקי. כאשר היה באמריקה בא אליו לבקרו הרב שמואל קמנצקי, והציע לו כסף בחשבו שהוא בא לכאן לאסוף כסף. הרב גדליה מיאן באומרו שיש לו מספיק. אחר כך אמר הרב גדליה לאחד ממקורביו, " אם הוא חושב שאני רציתי כסף, מסתמא הייתי צריך להציע לו כסף שהוא אכן נצרך ", ולא חשב כלל שיש איזה הו"א שהוא יהיה נצרך. (לציין שעל אף, או מחמת, שהיה נהנה מיגיע כפו, היה חי בדחקות גדולה ובצמצום נורא כיהודי של פעם שקימץ מעיסתו פשוט כדי ללמוד תורה)

ו. שמועה נפוצה אצל כמה אנשים שהרב גדליה היה הולך כל מוצאי שבת, לתקופה מסויימת, לביתו של הרב שך והיו דנים על עניינים העומדים על הפרק, באשר הרב שך החשיב את דעתו מאד.

ז. כאשר היו הולכים להסטייפלר להתלונן עליו ועל דעותיו, בתחילה היו מוסרים להסטייפלר שיש אחד האומר דעות כאלו, והסטייפלר היה מתרגז על זה. ברגע שאמרו לו שהרב גדליה אמר דברים אלו היה מתרגז על המתלונן ומוציאו מביתו. אני הבנתי הסיפור שהרבה מדעות מחודשות אינם אלא עילה להתחכם על מוסכמות ולצאת מן הכלל, וכן הוא החזקה במי שאוחז בדעות כאלו. ברגע ששמע הסטייפלר שהרב גדליה הוא בעל הדעות, וידע שהיה מוכן לשלם מחיר דעותיו ולא היו אלו תירוצים אלא דעות מחושבות, לא אבה לשמוע שום לשה"ר.

ח. אחד מאמריקה שאל את הרב גדליה על אודות הלימוד בשפת אידיש הנהוג בחדרים באמריקה. אמר לו הרב גדליה שעדיין יש ענין בזה, כדי שיוכלו לדבר עם הדור הישן ולהבין את שיחותיהם.

ט. דרכו בלימוד, כנראה, היתה לגבש כל פרטי הסוגיא לאחד, שתהיה הלומדות והבעלעבאתישקייט והמוסר של הסוגיא הולכים בכיוון אחד. למשל ראיתי ממנו על מצות יבום 'כי ישבו אחים יחדו ומת אחד מהם', דדרשינן דרש אחים שהיו בעולם מחוייבים ביבום. וביאר הרב גדליה שיש בזה יסוד ענין היבום, דהואיל והיו האחים ביחד בעולם, האחד יכול לתקן את אחיו ולהקים לו שם. דבריו הם בבהירות הרבה יותר ממה שהבאתי, אמנם הענין הזה הוא אופייני לתורותיו.

י. היה פעם ראיון באחד העיתונות באמריקה עם אחד ממקורביו, והלה סיפר גם מרבו כמה דברים. אחד מהם על ענין הצבא שאמר על כל הטענות המפורסמות למה אין אנו הולכים לצבא שאינם אמיתיים. זה שלומדים תורה ומגינים על תושבי א"י ע"י הלימוד אין לה שום מקור מוסמך. מה שמביאים מדברי אגדה הוא נגד הכלל שאין למדין מן האגדות ובהלכות מלחמות לא מצינו פטור של לומד תורה. עוד אמר על מה שטוענים שהסביבה של הצבא הוא סביבה של שמד, שאם זה נכון עלינו לתקן את הענין ולא להתחמק מהחיובים שלנו. כמו שאם אין אלא בית חנות טריפה בעיר היינו מקימים חנות כשרה, ולא מפסיקים לאכול, כמו"כ יש לתקן את הצבא ולא להשתמש בזה שלא לשרת. הטענה היחידה שיש נגד השתתפות בצבא הוא שאין המלחמות שלהם מלחמתינו, שאינם נוהלים מלחמות משום בטחון או סבה ישרה אלא עבור פוליטיקה, ואין אנו חלק מהפוליטיקה שלהם להתחייב להשתתף בה.

זה מה שמונח לי בזכרון ממה ששמעתי במשך השנים. אני לא הכרתי אותו אף פעם, ואיני יודע שום דבר על אמיתות הסיפורים, רק שכן שמעתי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:41 am

· #350818
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
ניין, דאס איז יהודה שיין. יהודה לוין איז א ביזנעסמאן אין לעיקוואוד, מער באקאנט אלס דער ברודער פון הרב אליהו

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:22 am

· #350829
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
יענער איז נישט פון לעיקוואוד

ירמי' » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:01 pm

· #350842
שמעתי מבנו של הגאון.... מתלמידי ר' גדליה.

ווען ער איז אהיים געפארן פון אר"י צו אמעריקה צו זיין חתונה איז ר' גדליה מיט געפארן מיט עם אין די זעלבע פליגער פארענדיג צו זיך באטייליגן ביי זיין חתונה, און די סטאפ איז געווען אין פאריז, האט עם ר' גדליה געבעטן מיט צו קומען מיט עם, ער איז אריין אין שטאט פאריז און זיך געדרייט אויף די גאסן פאר א 2 שעה, און צוריק צום פליגער ממשיך זיין די נסיעה.

און בנו הנ"ל האט זיך געווינדערט אויף די פליאה'דיגע התנהגות, און זייענדיג נישט קיין חסיד טייפ און א שטיקל אויבער-חכם האט ער מחליט געווען אז ער גייט קאנפראנטן דעם טאטן היתכן ער האט אזא רבי וואס דרייט זיך אויף פריצות'דיגע גאסן.

אנקומענדיג אהיים האט ער באוואשען זיין טאטען היתכן אזא רבי.... געווענטלעך פלעגט ער עם נישט ענטפערן אויף אזעלעכע אטאקעס... אבער דא האט ער זיך יא אפגעשטעלט אז ער גייט עם פרעגן.

ווען ער האט זיך געטראפן מיט די רבי האט ער עם געזאגט וואס די בנו זיינע פארציילט עם וכו'
הערטס אן ענטפער: די ראשונים ווי באקאנט האבן געוואינט אין פראנקרייך, און ווען ער שפאצירט אויף די פראנצויזישע גאסן און באטראכט די בנינים די וועג ווי עס איז געבויעט וכו' פארשטייט ער דערפון די פראנצויזישע שכל הישר און דאס העלפט עס עם פארשטיין די רייד פון די ראשונים.

ירמי' » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:02 pm

· #350844
עוד שמעתי מהנ"ל.
וויילענדיג אמאל אין אמעריקה האט עם ר' גדליה געבעטן עם צו נעמען צום ברוקלין בריק, אנקומענדיג צום בריק האט ער געזאגט אז דאס איז נישט גוט געבויעט...

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 1:33 am

· #350971
ירמי': און ווען די רבי האט געגעסן א סטעיק און צוגעטרונקען מיט א גלעזל וויין אין די ניין טעג האט ער מיט דעם מפגין געווען אז דאס איז זיין דרך אויף זיך מתאבל זיין אויפ'ן חורבן ביהמ"ק...און ווען ער האט געשפילט דעם פידל ערב תשעה באב ביי די סעודה המספקת* האט ער מכוון געווען די פסוקים פון על נהרות בבל...!

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 1:54 pm

· #350994
ריכטיג: די היינט-צושטיפטע דירות אין וויליאמסבורג בשעת זיי זענען געבויעט געווארן זענען זיי געווען זייער רחבות'דיגע הייזער. נישט נאר דירות. דארט האבן געוואוינט די גרעסטע פריצים ועשירים וועלכע האבן נישט געחלומ'ט פון שיבת ציון. ביי זיי איז אמעריקע געווען די תכלית און ציל פון זייערע האפענונגען...!
איך מיין די זעלבע היסטאריע איז געווען מיט מאה שערים. ס'האט געדארפט הייסן אז מ'גייט ארויס פון די צושטופטקייט פון אלטשטאט צו א נייע רחבות'דיגע גאס. דוכטציך בנדבת באראן רוטשילד...!

איש חזון » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:11 pm

· #351002
האגדה מספרת כי אחד הקנאים הגיע אל המחסן של הרב נדל, והודיע לו כי השקפתו היא כשל כופר ולכן דין יינו הוא כדין יין נסך. אשר על כן הוא אסף מכל מקורביו את ארגזי 'יין נדל' שלהם, והחזיר אותם ליצרן. האיש החל לפרוק ארגז אחר ארגז, והניח אותם בכעס במחסנו של הרב. "אני לא מבין למה אתה כועס", לגלג הרב נדל, "הרי אתה עושה מצווה".

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 27, 2018 3:40 pm

· #407379
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
מ׳האט געבעטען מ׳זאל ארום שמועסען הרב גדליה, ברענג איך דאס ארויף, ותן לחכם ויחכם עוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך יוני 27, 2018 4:04 pm

· #407382
וועלכע יאהרן איז ער געוועהן ראש ישיבה אין ווינזיץ? אויף זיין וויקי בלאט שטייט נישט וועלכע יאהרן.

שעפטאל » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:23 am

· #539507
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
געהערט פון א תלמיד. ר' גדליה האט געפרעגט ביים מחלוקת רב ושמואל אויב אחשורוש איז געוועהן א פיקח צו א טיפש.

ווי אזוי קען מען דא זאגן אלי ואלי?

נאר ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז עס עם פארענטפערט געווארן. דער איז א פיקח און די זעלבע צייט א טיפש.
־־־


אגב. אויב רב האלט אז ער איז געוועהן א טיפש, האלט ער אויך אז שמואל איז א טיפש ח"ו?.. ומצוה ליישב.

סקעפטיקער » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:46 pm

· #539520
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
שעפטאל #
געהערט פון א תלמיד. ר' גדליה האט געפרעגט ביים מחלוקת רב ושמואל אויב אחשורוש איז געוועהן א פיקח צו א טיפש.

ווי אזוי קען מען דא זאגן אלי ואלי?

נאר ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז עס עם פארענטפערט געווארן. דער איז א פיקח און די זעלבע צייט א טיפש.
־־־


אגב. אויב רב האלט אז ער איז געוועהן א טיפש, האלט ער אויך אז שמואל איז א טיפש ח"ו?.. ומצוה ליישב.
Don't believe everything you read on the Internet. - Abraham Lincoln

(ר' גדלי' איז אוועק תשס"ד)

ברוך שפינוזה » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:55 pm

· #539521
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
שעפטאל #
געהערט פון א תלמיד. ר' גדליה האט געפרעגט ביים מחלוקת רב ושמואל אויב אחשורוש איז געוועהן א פיקח צו א טיפש.

ווי אזוי קען מען דא זאגן אלי ואלי?

נאר ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז עס עם פארענטפערט געווארן. דער איז א פיקח און די זעלבע צייט א טיפש.
־־־


אגב. אויב רב האלט אז ער איז געוועהן א טיפש, האלט ער אויך אז שמואל איז א טיפש ח"ו?.. ומצוה ליישב.
ר׳ גדליה אליין איז געבליבן מיט א קשיא אדער ער האט עס אריגינעל געזאגט אויף א צווייטן?

שעפטאל » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:11 pm

· #539523
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
דער תלמיד האט עס נאכגעזאגט בשמו. (כ'געדענק אז כ'האב עם געפרעגט "ער האט נאך געלעבט ביי טראמפ'ס צייטן?!" ער האט געזאגט אז יא..)

מיז זיין ר' גדליה האט געהאט א ווייטן בליק..

האו'עווער כ'גיי עם איבער פרעגן בל"נ

שעפטאל » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:48 pm

· #539524
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
טעיתי. ער האט גערעדט פון ר' לייב מינצבערג (בן מלך). כ'האב געמאכט א קיגל צעווישען די צוויי. 🫣

רוני » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:44 pm

· #539657
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
מ'זאגט נאך א גוט ווארט.

בעת די מרידה אין וויזניץ איז מען געקומען צו איהם מיט א טענה, היתכן אז מען גיבט דיר א פאסטן און דו ניצט דאס אויס צו ממריד זיין און אויפקלערן די בחורים אנטקעגן די מענטשן וואס האבן דיר אויפגענומען?
האט ער גענטפערט: איך האב זיי גארנישט געזאגט, איך האב זיי נאר אויסגעלערנט זיי זאלן גוט פארשטיין וואס תוספות האט געפרעגט, און גוט פארשטיין וואס תוספות האט גענטפערט, דאס איבריגע האבן זיי שוין אליין פארשטאנען...

רוני » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:50 pm

· #539728
Re: ר' גדליה נאדל זי''ע
ס'איז געווען א איד וואס האט געקויפט א אתרוג אין א פארמאכטע באקס [אהן צו קענען בודק זיין], און נאכן עפענען האט ער געזעהן אז ס'איז ממש נישט שיין,
איז ער געקומען צו ר' גדליה פרעגן וואס זאל ער טוהן, פרעגט איהם ר' גדליה ווער האט דיר געבעטן קויפן א אתרוג אין א פארמאכטע פושקע? זאגט ער אז זיין רבי האט אזוי באפוילען דעם ציבור, פרעגט איהם ר' גדליה ווער האט דיר געבעטן קויפן א רבי אין א פארמאכטע פושקע?...
בלאט: 1 2