אין די ראשונים טרעפט מען כמעט נישט זיי זאלן זיך אפגעבן מיט'ן מפרש זיין די דרשות חז"ל, אפילו נישט אין די מפרשי התורה. ביי די ספרד'ישע ראשונים וואו מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אויף דקדוק קען מען יא זען אז זיי מאכן זיך אביסל צוטון דערפון. למשל דער רמב"ם שרייבט אז די סיבה פארוואס עס שטייט אין די תורה עין תחת עין איז צו מרמז זיין אז באמת וואלט מען יענעם געדארפט אויסהאקן די אויג, נאר די תורה האט רחמנות געהאט און פארלאנגט געלט.
פאלגנד איז א מאמר אין כוזרי מאמר ג' אות עב:
:אֲבָל נֹאמַר אֶחָד מִשְּׁנֵי דְבָרִים. יָכוֹל שֶׁהָיָה לָהֶם סוֹדוֹת נַעֲלָמוֹת מִמֶּנּוּ בְדֶרֶךְ פֵּרוּשׁ הַתּוֹרָה, הָיוּ אֶצְלָם בְּקַבָּלָה בְּהַנְהָגַת 'שְׁלֹשׁ עֶשְׂרֵה מִדּוֹת', אוֹ שֶׁיִּהְיֶה הֲבָאָתָם לַפְּסוּקִים עַל דֶּרֶךְ 'אַסְמַכְתָּא', שֶׁהֵם שָׂמִים אוֹתָהּ כְּסִמָּן לְקַבָּלָתָם,
ער גיבט צוויי אופנים צו מסביר זיין די דרשות. איינס אז זיי האבן געהאט מקובל די י"ג מידות הלכה למשה מסיני, צוויי, אז די דרשות זענען נאר אן אסמכתא אויף די הלכות. ווי איך האב שוין פריער געשריבן, איז די ערשטע וועג נישט אזוי מסתבר, ווייל די דרשות זענען נישט סטאטיק, נאר מען קען זען ווי אזוי עס האט זיך עוואלווד, ממילא קען דאס נישט זיין ממש הל"מ. די צווייטע וועג איז אז די הלכות זענען מקובל אדער מסברא, און די דרשות זענען אסמכתא בעלמא. דער וועג איז לדעתי אויך נישט מסתבר, איך וועל שפעטער מסביר זיין פארוואס. אבער קודם קען מען זען אז עס איז אים נישט ניחא צו זאגן אז מען קען מסביר זיין פשוט אז זיי האבן גע'דרש'נט די פסוקים מיט זייער אייגענער שכל און ארויסגעדרינגען הלכות.
איך קען עס זייער גוט פארשטיין, ווייל די דרשות פון חז"ל זענען אפטמאל נישט בלויז וואס עס ליגט נישט אין פסוק, נאר עס איז אפילו נגד השכל. ואבאר דברי. עס איז דא א באקאנטע מאמר חז"ל, שמעון העמסוני היה דורש כל אתים שבתורה כיון שהגיע לאת ה' אלהיך תירא פירש אמרו לו תלמידיו רבי כל אתים שדרשת מה תהא עליהן עד שבא ר"ע ודרש וכו'. פון דעם מאמר זעען מיר אז ער האט גע'דרש'נט יעדע איינציגע 'את' פון די תורה, עס איז נישט בדרך גוזמא, ווייל דעמאלט שטימט נישט דער מאמר. היעלה על הדעת צו זאגן אז יעדע איינציגע את איז טאקע איבריג אין די תורה? עס איז דאך נישט מעגליך צו שרייבן א גאנצע תורה אן נוצן קיין איין את. נאכמער, וואס האט אים געבאדערט אז איין את קען ער נישט דרש'נען, צו דען מוז זיין אז אויף יעדע את האט דער באשעפער געהאט א רמז, אלא מאי מוז זיין אז די דרשות זענען נישט מכח סברא, נאר ער האט געהאלטן מסברא אדער מקבלה אז אונטער יעדע קוץ ותג ואות ליגט באהאלטענע דרשות, און אויב אין איין את שטימט נישט קיין איין דרש, מוז זיין אז אויף אלע אתין קען מען נישט דרש'נען.
דא קען מען זען נאך א סיבה פארוואס חז"ל האבן אזוי שטארק איינגעפירט די דרשות. ווייל זיי האבן געפילט אז אדער גאר אדער גארנישט. אויב איז אונטער איין ווארט דא א באהאלטענע רמז, וואס מחכ סברא וואלט מען עס נישט געזאגט, דאן מוז זיין אז אונטער אנדערע ענליכע ווערטער זענען אויך דא רמזים. יעצט, דאס איז געווען א דבר פשוט אז עס זענען דא באהאלטענע רמזים, ווייל עס זענען דא אזויפיל סתירות אין די תורה וואס מען קען נישט פארענטפערן נאר על פי דרש, ווי איך האב אויבן געשריבן אז אפילו אזא פשוט'ע פסוק חומש ווי ושמי ה' לא נודעתי להם קען מען נישט אפלערנען כפשוטו, ממילא האבן זיי פון דעם ארויסגענומען אז די גאנצע תורה איז אויך געשריבן אזוי.
מען קען אפילו זען אז זיי האבן נישט נאר אריינגעלייגט דרשות וואס ליגן נישט אין פסוק, נאר אפטמאל האבן זיי עוקר געווען דעם פסוק ממשמעותו. למשל דער פסוק לא תאכלו על הדם, וואס די גמרא דרש'נט אויף עטליכע דרשות, איינע פון זיי אז מען זאל נישט עסן פאר'ן דאווענען. דער פשוט'ער פשט איז אבער ווי עס שטייט אין מורה נבוכים אז די אמאליגע עובדי ע"ז האבן געשאכטן א בהמה און אויסגעגאסן די בלוט און געגעסן די פלייש העכער די בלוט. דער אופן פון ע"ז ווערט אויך דערמאנט אין שמואל א' פרק י"ד: וַיִּקְחוּ צֹאן וּבָקָר וּבְנֵי בָקָר וַיִּשְׁחֲטוּ-אָרְצָה; וַיֹּאכַל הָעָם, עַל-הַדָּם. זעט מען קלאר אז מען רעדט נישט פון עסן פאר'ן דאווענען.
דער געדאנק ווערט שוין דערמאנט אין גמרא, לגבי דעם פסוק וואס שטייט ביי יבום: והיה הבכור אשר תלד יקום על שם אחיו המת. בפשטות גייט עס ארויף אויפ'ן קינד וואס ווערט געבוירן פון די יבמה אז ער באקומט די נחלה פון דעם פארשטארבענעם ברודער. זענען געקומען חז"ל און געזאגט אז דאס גייט ארויף אויפ'ן מייבם, אז ער באקומט די נחלה, און יעדן ווארט האבן זיי גע'דרש'נט פארשידענע דרשות, והיה הבכור מיינט אז מצוה על הגדול ליבם, אשר תלד פרט לאיילונית, ועוד. און די גמרא זאגט שוין אויף דעם (יבמות כד ע"א) אמר רבא אע"ג דבכל התורה כולה אין מקרא יוצא מידי פשוטו הכא אתאי גזרה שוה אפיקתיה מפשטיה לגמרי. זעען מיר קלאר אז חז"ל האבן גע'דרשנ'ט אפילו ס'איז נגד השכל והפשט.