☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » "פאעזיע פארמעסט" אדער "פאעזיע קאמפיין"?

"פאעזיע פארמעסט" אדער "פאעזיע קאמפיין"?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7691

כוכב » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 1:30 pm

· #239050
"פאעזיע פארמעסט" אדער "פאעזיע קאמפיין"?
כ'האב לעצטענס געשריבן איבער א פאעזיע פארמעסט, און כ'וואלט געוואלט הערן די דעה פונעם עולם צו עס זאל זיין א פארמעסט אזוי ווי עס איז געוועהן בשנת תשע"ג, ווען מ'האט געשטימט און אויסגעקליבן געווינערס, אדער בלויז א קאמפיין נוסח אראומע און למעשה.

כוכב » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 2:20 pm

· #239057
איך האב געשטימט פאר א קאמפיין, איך זע נישט דער צורך פון א פארמעסט.
וואס האלט דער עולם?

ישראל קאפקע » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 2:26 pm

· #239059
פארמעסט, אזוי וועל איך אפשר פראבירן שרייבן מיין ערשטן שטיקל פאעזיע אין מיין איצטיגן גילגול.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 3:04 pm

· #239064
איך האב געשטימט פארמעסט. די סיבה איז א פארמעסט האט מער חיות ווי א קאמפיין. אויך וועט די סחורה לכאורה ארויסקומען בעסער ווען די שרייבערס ווייסן אז ס'איז א קאנטעסט.

בשבילי! » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 3:19 pm

· #239065
געשטימט פארמעסט

יתרו » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 4:14 pm

· #239069
פארמעסט

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 4:21 pm

· #239071
פארמ'עסט. נאךמ'עסט בין איך מיד.

מאטי » מוצ"ש דעצעמבער 6, 2014 11:48 pm

· #239129
יעצט האסטו דאס אינגאנצן אנגעמעסט.

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:12 am

· #239190
האב איך א רעכט אריינצורעדן דא אויב איך הייב נישט אהן צו קענען פאעזיע איך גיי פשוט ליינען און נהנה זיין?

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:54 am

· #239197
דער קאסטומערס דעה איז זייער וויכטיג. איך האף נאר וועסט דיר בארעכענען און אויפגראבן דיינע כשרונות, ווייל יעדע נפש איז א שטיק פאעזיע.

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:46 pm

· #239217
יישר כח רויטע, געוואו"ט
איך האב זיך גראדע גענומען איך ארבעט אויף א אנשי שם ארטיקל איך האף עס ארויס צושטעלן חנוכה לכבוד די פאעזיע איבערקערעניש (עס וועט האבן מיט מיין נפשיותדיגע פאעזיע אבער גארנישט מיט גשמיותדיגע פאעזיע)

כוכב » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:49 pm

· #239219
ווי די עקזיט פולס צייגן וועט זיין א פארמעסט נישט קיין קאמפיין.
דער פארמעסט וועט דעריבער זיין אנאנים זיך צו היטן פון בייעס אויב רעכנט איר צו שרייבן א פאעזיע ביטע נישט מודיע זיין אין דער עפנטליכקייט און געוויס נישט די טעמע.
שיקט מיר אן אישי.
ביטע גארנישט ארויסשטעלן אן דאס דיסקוסירן מיט מיר. א דאנק.

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 1:45 pm

· #239244
ס'מוז האבן צו טאהן מיט חנוכה?

כוכב » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 2:21 pm

· #239256
ניין.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 2:31 pm

· #239927
מ'קען שוין זען די רעזולטאטן.
א דעטאלירטע געים פלאן וועט נאכפאלגן אין די קומענדיגע שעות.
הכינו, אויסשארפן די בלייען, א פארמעסט איז אונטערוועגנס!