☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה

פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7666

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 7:21 pm

· #238400
פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן איבער דעם בעפארשטייענדן פאעזיע פארמעסט לכבוד דעם יו''ט חנוכה.
עס איז נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך בשטיבלנו גדולי פייטני הדור, דעריבער איז נישט מער ווי רעכטפארטיג צו פאררופן א פארמעסט און מרבה זיין דעם קנאת סופרי''ם צו יעדנס צופרידנהייט.

היות (כידוע מרבינו הק' להתחיל מכתב במילת היות שיש בזה שם הק' כידוע ליודעי חן) איך בין נאכנישט געווען א טייל פון קאווע שטיבל ביים פאריגן פארמעסט (פראמעס, איך בין נישט דער נישט יענער און אויך נישט יענער) ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי עס האט דעמאלט געארבעט דעריבער וועלן די טעכנישע דעטאלן מוזן נאכקומען.

דער פארמעסט וועט אי''ה געשלאסן ווערן דעם קומענדיגן זאת חנוכה. די פאעזיעס קענען זיין איבער סיי וואס פאר א נושא און אין סיי וועלכער שפראך, ווי פארשטענדליך וועלן זיך רוב ליינער אידענטיפיצירן מיט אזעלכע פאעזיעס וואס זיי זענען אויסגעקאכט אין יענער ספעציפישער שפראך למשל אידיש, יידיש און יודיש. (פרידיש פאר פרישער).

די פאעזיעס מוזן נישט לויפן מיט גראמען, סיי וואס פאר א סטיל איז וועלקאמד.

איך נאמיניר:
דעם בארימטן פאעט @לעיקוואד, פארפאסער פון דאס ליידיג בלאט. דעם בארימטן פאעט @יואב, פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט @רויטע וואנצעס, פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט @יאיר, גאון הפאעזיע. דעם בארימטן פאעט @מאראנצןזאפט, פארפאסער פון דער סבלן. דעם בארימטן פאעט @איש עברי פארפאסער פון אין אוישוויץ מיט ר' לעמיל וואס איז פאעזיע בתפארתו. דעם בארימטן פאעט @פשוט-קאמפליצירט, סדא דא נאך אשכולות אויסער א מינוט חסידות ווארט., דעם בארימטן פאעט @משה געציל, מוחל דיינע לייקס פליז קום צוריק. @ונבנתה העיר, @ישראל קאפקע, @שלום בערגער, בתוך שאר פייטני ישראל, יעדער איז נאמינירט.
דער עולם ווייסט שוין אז ווען כוכב זיצט אויפ'ן קאפ איז נישטא קיין צוויי ברירות דעריבער זאל מען זיך שוין נעמען אין דער האנט אריין ויפה שעה אחת קודם.
אויב זענט איר אין ביטע שיקט אן אישי.

אויב איינער האט קאנטאקט מיט @לעמאן דזשוס אויף סיי וואס פאר אן אופן ביטע אים איינלאדענען.
אויב כהאב איינעם אויסגעלאזט ביטע מוחל זיין איך שרייב פון א טעלעפאן און איך מוז זיך פארלאזן אויפ'ן זיכרון.
שיער פארגעסן, @קאווע טרינקער און @בן תמליון זענען אויך נאמינירט און פארשטענדליך איך נאמיניר מיך אליין.
עס ווערט געזוכט א נאמען פאר דעם קאמפיין פארשלאגן זענען וועלקאמד.
עס איז בשום אופן קיין ערזאץ פאר דעם למעשה קאמפיין פון @אנאנים וועלכער איז אגב אויך נאמינירט און פליז, נישט קיין פאעזיעס פון דער איד. מזה ומזה אל תנח ידך דער עולם זאל שרייבן סיי פאעזיע און סיי למעשה, (סארי ראובן 😉 ).

חנוכה און בין הזמנים, איז נישטא קיין נאכט סדר ביי אונז אין ישיבה האבן איך אביסל צייט, דער עולם כאפט דעם רמז, שידוכים אין אישי.
@פידלער ביזט אויך נאמינירט.
פלאגיאריזם איז נישט ערלויבט, ווער סוועט פלאגיאירן פון ערגעץ אנדערש וועט אויסגעשפארט ווערן פון שטיבל פאר א חודש (אויב איך וועל דעמאלט נאכאמאל זיין גבאי...).

נעמטס א פעדער אין דער האנט
גיסטס טאלאנט
מאכט אייך א נאמען באקאנט
נישט ווארטן אויף מארגן שוין היינט
קרעש קורס געספאנסערט דורך אלעזר לאנדא פון סנעפ אהעד.

שמאעזיעס זענען אויך וועלקאמד אבער טרייטס ס'זאל פיטן די קונסט קרייטעריע.
טענק יום פאר ליסטענינג, עני ריידס טו טאהש נייטרא קאשוי בלומינגבורג נאו לאגעזש.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 8:28 pm

· #238411
מיט גרויס וואס?

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 8:34 pm

· #238413
שמעקעדיג
מיט גרויס וואס?

פארראכטן . ביזט אויך נאמינירט. דיין יו'ט פאעזיע פון אחות קטנה איז הערליך georguous

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 10:16 pm

· #238414
😳

חסיד » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 11:28 pm

· #238420
חדש חידש ר' כוכב להאיר בימי חנוכה האלו להודות ולהלל
נסחנים פייטנים יכתבו בכת''ב מלא בק''ש שבחם מי ימלל
ושיצאו דברים ומתוקים מדבש ונופת צופים לד' נפלל
כשאור חדש בציון יאיר בקרוב ובמהרה כולנו נתפלל
האי שתא נזכה לראות אור המנורה כמו שעשאו בצלאל

לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 11:41 pm

· #238421
.

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:28 pm

· #238537
כוכב איך זוך דיך דא... א דאנק פאר'ן פראיעקט. איך בין אין. ראובן איך גיי זיין וואויל, די נעקסטע פאר טעג ב"ה.

פארוואס? » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:32 pm

· #238540
לעיקוואד
[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:52 pm

· #238572
אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:04 pm

· #238583
איך גרייט צו א פאעם וועט האבן א שייכות מיט חנוכה.

קינות גירושין » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:19 pm

· #238587
שלום עליכם!
קודם א ישר כח פאר אלע ניקס וואס פרעגן מיך באישי וואס איך מאך, כהאב שוין לאנג חתונה געהאט, בה כהאב נישט צופיל צייט צו שרייבען,
כוועל נאר אזויפיל זאגען, די צער פון נישט קענען זעהן די קינדער, דורך די רשעות פון מיין עקס איז אין לשער, פון די אנדערע זייט פיל איך זיך
אסאך בעסער מיט דעם וואס כהאב א נייע שטוב,
צום ענין כוועל טרייען צו מאכען עפעס אויף חנוכה, ארויסברענגען מיינע געפילען, נאר אויב מגייט טיילען מעדאלען!

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:22 pm

· #238589
שלום קינות, דיין חתימה האט שוין לאנג עקספייערט....

קינות גירושין » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:33 pm

· #238590
דער מין אנישי ווי בדחן קומט דא אייביג צוריק נאר מיט א אנדער נאמען, סא סאיז גוט אז מהאט עס פאר די אויגען

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:34 pm

· #238591
פארוואס?
לעיקוואד
[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

(שפעטער האב איך געכאפט אז למעשה האב איך עס נישט ריכטיג געמאכט וויבאלד קאווע שטיבל האט א בלויע בעקגראונד וואלט עס געדארפט ענדערש זיין בלוי נישט ווייס)

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:39 pm

· #238593
יאיר
אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

משם ראיה להיפך, מ'האט דאך באשטעלט ביי בלעם נבואה.. ער האט נאר געזאגט מקען נישט באשטעלן די תוכן, אבער ער האט נישט געזאגט, 'אם ישים דבר בפי אדבר'.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:59 pm

· #238601
אויב האט איר א פאעזיע גרייט, ביטע אריינשיקן צו <!-- e --><a href="mailto:shternks@gmail.Com">shternks@gmail.Com</a><!-- e -->
די מהלך פונעם פארמעסט וועט לויפן בערך ווי דעמאלט כאטש איך פרוביר נאך צו לערנען וויאזוי סהאט זיך אפגעשפילט.

פארוואס? » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 10:59 pm

· #238610
לעיקוואד
פארוואס?
לעיקוואד
[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

(שפעטער האב איך געכאפט אז למעשה האב איך עס נישט ריכטיג געמאכט וויבאלד קאווע שטיבל האט א בלויע בעקגראונד וואלט עס געדארפט ענדערש זיין בלוי נישט ווייס)


דאס קענסטו נישט אויסרעכענען, ווייל יעדער קען אנשטעלן די קאלער ווי אזוי ער וויל.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 12:11 am

· #238621
לעיקוואד
יאיר
אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

משם ראיה להיפך, מ'האט דאך באשטעלט ביי בלעם נבואה.. ער האט נאר געזאגט מקען נישט באשטעלן די תוכן, אבער ער האט נישט געזאגט, 'אם ישים דבר בפי אדבר'.

און טאמער גאט הייסט מיר שרייבן א ווייסע פינטל? 😂
אגב, אויב געדענק איך גוט פון חדר, האט בלעם אויך געזאגט אז ער דארף פרעגן גאט אויב ער מעג בכלל גיין זאגן א נבואה אויף אידן.

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 12:25 am

· #238625
פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 1:34 am

· #238633
אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

ידען » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 4:41 am

· #238636
בשבילי!
פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

פארוואס?
וואס איז נישט גוט מיט גאט?

(סיז דא עפעס אין א ספר אז מע זאל נישט זאגען גאט סתם אזוי אבער סע זעהט נישט אויס אז וועגען דעם באדערט דיך)

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 9:06 am

· #238642
מאטי
אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

איין מאל איז אקעי. אבער שרייבן בלויז גאט איינמאל און נאכאמאל קוקט אויס מער ווי עפעס אן אגענדע. ווארף כאטש אריין א 'באשעפער' דא און דארט, זאל עס נישט אויסזען ווי דאס שרייבן 'גאט' קומט באגלייט אזוי באוויסטזיניג מיט א לשם יחוד...
אגב איך זאג נישט גאט פון אברהם

אחד העם » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 10:58 am

· #238649
בשבילי!
מאטי
אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

איין מאל איז אקעי. אבער שרייבן בלויז גאט איינמאל און נאכאמאל קוקט אויס מער ווי עפעס אן אגענדע. ווארף כאטש אריין א 'באשעפער' דא און דארט, זאל עס נישט אויסזען ווי דאס שרייבן 'גאט' קומט באגלייט אזוי באוויסטזיניג מיט א לשם יחוד...
אגב איך זאג נישט גאט פון אברהם

באשעפער איז נאר א כינוי גאט איז עצם.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:52 pm

· #238745
וואס האלט דער עולם, זאל עס זיין א פארמעסט, אדער בעסער נישט נאר לויפן ווי די אראומע קאמפיין אז במשך ימי חנוכה זאל מען ארויסשטעלן פאעזיעס.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 8:36 pm

· #238748
אראומע איז געוועהן א געלונגענע אקציע! מצד השני איז פאעזיע טאקע מער קאמפעטעטיוו.

@כוכב, אויב מען שיקט דיך אין אישי, שטעלסטו עס דאן ארויף מיט א נאמבער, בלי שם המחבר, און דער עולם שטימט? וויאזוי שפילט מען דעם געים?

אויך, וואס זענען כללי פאעזיע? מיין מעכיל רעכיל גראם איז גענוג, אדער עס מוז האבן טיפע משמעות? למשל, יאיר'ס משלי איז פאעזיע?

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 9:23 pm

· #238752
יא, בערך אזוי. ס'ווערט ארויסגעשטעלט אנאנים און משיקט אריין א שטומע.
כווייס אויך נישט פונקטליך כדארף מברר זיין ביי די מנהלים וויאזוי עס האט דעמאלט געארבעט.
בנוגע וואס איז פאעזיע, עס קען יעדער אליין באשליסן צי זיינע יצירות פאסן אלס פאעזיע 😉.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 9:36 pm

· #238753
מכמה סיבות קלער איך עס פעלט נישט אויס קיין פארמעסט.
אפשר זאל מען מאכען וואלן וואס דער עולם וויל..

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 10:31 pm

· #238763
עס ווערט געזוכט א נאמען פאר'ן פאעזיע קאמפיין.
איין פארשלאג איז אריינגעקומען דורך רויטע וואנצעס מיטן נאמען '' קבעו שיר''. זייער טרעפליך.
אנדערע אפציעס?

יואב » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 11:08 pm

· #238768
בשבילי!
פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש


בפשטות איז דאס סתם א זינלאזע געפיל וואס א פסיכאלאג וואלט העכסט-ווארשיינליך רעקאמאנדירט עס צו איגנארירן ווי איידער דאס צו קארמען. אינעם אקטועלן קאווע שטיבל האבן מיר שוין מענטשן מערערע מאל מעורר געווען אז דאס זיך באנוצן "גאט" במקום די ערוועלטע טראדיצינאלע שמות נרדפים טוט זיי שאפן איבל. גיי ווייס. אז ס'שטערט דיך דווקא קען איך גערן ארויסגיין פון מיין וועג צופרידנשטעלן דיינע סענטימענטאלן. געזונטערהייט. אבער וואססא חילוק? גאט איז גענוג גרויס אז יעדער זאל אים קענען רופן אנדערש. מ'ברויך זיך נישט אראפבינדן צו א האנדפול טערמינען וואס מלמדים מיט באבעס האבן צוזאמען באשטימט גענוי וואספארא אויסדרוק זאל גיין צו וועלכער צייט אדער געשעעניש.

און אז מ'רעדט שוין יא: גאט איז א שם הכולל.

דער פון אויבן לכאורה איז ריין אפיקורסות ווארום גאט געפינט זיך דאך איבעראל, מלא כל הארץ כבודו. וה"ה לגבי "אייבערשטער".

רבונו של עולם וואלט אויך נישט געווען מיין ערשטע אפציע. כאילו נאר פון דער דאזיגער וועלט, און איבער די אנדערע וועלטן פארמאגט ער נישט דאס פולקאמע בעלות.
 

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 11:26 pm

· #238771
ערליכע אידן האבן געשריבן ג-ט

נקודת החבדית » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 11:41 pm

· #238773
יואב


דער פון אויבן לכאורה איז ריין אפיקורסות ווארום גאט געפינט זיך דאך איבעראל, מלא כל הארץ כבודו. וה"ה לגבי "אייבערשטער".

 
אות ה' והערה 57

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:03 pm

· #238864
בשבילי!
פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט.

אויב גאט שמעקט נישט גוט איז עס זיין שולד נישט מיינס.
בשבילי!
כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

האסט מיר נישט געקענט זאגן פריער?

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:05 pm

· #238866
יאיר ,ביטע ,מען ווארפט זיך נישט מיט אזוינע ווערטלעך.

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:47 pm

· #238874
יאיר
בשבילי!
פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט.

אויב גאט שמעקט נישט גוט איז עס זיין שולד נישט מיינס.
בשבילי!
כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

האסט מיר נישט געקענט זאגן פריער?

אקעי איטס נעווער טו לעיט. לאמיר זען פון יעצט און ווייטער...

יואב » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 3:12 pm

· #239938
יאיר
אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

 כיאיר ועוד.
סתם שמאעזיע קען מען קאמפאזירן אזוי שנעל ווי א בדחן טוישט ארום אויף זיינע צעטלעך די נעמען פון די מחותנים, נאר בחינם שטייצעך.

פאעזיע אין מיין מיינונג ווערט באשאפן ווען דאס הארץ שטויסט זיך צוזאם מיט דעם מח. זאל זיין ווען ס'איז נפשי חולת אהבה, צו מער אזוי ווען ס'איז נפשי חולת סתם, ווען מ'איז פאראומערט און דערשלאגן. לב נשבר ונדכה פאעזיע לא תבזה.