☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » העלפט איבערזעצן קאווע שטיבל אויף אידיש!

העלפט איבערזעצן קאווע שטיבל אויף אידיש!

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #768
בלאט: 1 2 3

Java » דינסטאג יוני 5, 2012 12:25 pm

· #16180
העלפט איבערזעצן קאווע שטיבל אויף אידיש!
קאווע שטיבל איז שוין ב"ה כמעט גענצליך איבערגעזעצט אויף אידיש, אבער עס זענען נאך פארבליבן געציילטע פלעצער ווי מיר זענען נישט אנגעקומען דאס איבערצוזעצן וכדומה. דערפאר עפענען מיר אויף דעם אשכול מיוחד פאר איבערזעצונגען. ווי אימער איר טרעפט א ווארט אדער פראזע וועלכע איז נאך נישט איבערגעזעצט געווארן אויף אידיש, לאזט אונז וויסן דא און מיר וועלן זיך דערמיט מטפל זיין במוקדם האפשרי. אזוי אויך אויב איר טרעפט ווערטער וועלכע זענען נישט ריכטיג איבערגעזעצט געווארן וכדו' אדער אנדערע איבערזעצונג אנגעלעגנהייטן איז דא די פלאץ איבערצולאזן א הודעה פאר די מנהלים און מיר ווילן דאס מסדר זיין אי"ה.

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 12:30 pm

· #16184
ווען מ'זוכט עפעס אדער ווען מ'עפנט די אקטיווע אשכולות בלאט שטייט אויבען אויף די לינקע זייט "דער זוך האט געטראפן 134 תוצאות". דאס דארף לכאורה זיין רעזולטאטן, נישט תוצאות.

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 12:31 pm

· #16185
ווען מען שיקט א פרייוואטע הודעה, ביי די אפציע פון צולייגן א אייקאן אדער זאל בלייבן אן א אייקאן, שטייט: "ללא סמל להודעה פרטית" וואס איז נאכנישט איבערגעטייטשט.

אזוי אויך ווען מען שרייבט א שנעלע תגובה שטייט אין די זייט (לינקס) "הסתר תגובה מהרה".

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 12:34 pm

· #16189
ווען מען שרייבט גאר שנעל א תגובה נאך א אנדערע שטייט "אתה לא יכול לשלוח הודעה נוספת בזמן קצר כל כך מאז ההודעה האחרונה".

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 12:38 pm

· #16190
ביי ווער איז יעצט דא
שטייט "מיקום בפורום"

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 12:42 pm

· #16193
אויך ווען איינער שרייבט צו א תגובה שטייט למשל: "מגיב להודעה בא שמייכל" וואס איז נאכנישט איבערגעטייטשט.

אגב; ווען איינער ליינט נישט קיין ספעציפישע אשכול אין א פארום, נאר ער איז אויפן הויפט בלאט פונעם פארום, למשל פון "אידישע און אלגעמיינע נייעס" שטייט: זע די טעמעס אין אידישע און אלגעמיינע נייעס, אנשטאט "זע" דארף שטייט "זעט" אדער "זעהט".

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 12:43 pm

· #16194
אזוי אויך ווען איינער זוכט עפעס אין די פארומס שטייט "מחפש בפורומים".

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 12:47 pm

· #16197
ווען מען צייכנט אן אלע פארומס ווי געליינט שטייט: "הפורומים הנבחרים סומנו כנקראו"

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 12:48 pm

· #16199
דאס זעלבע ווען מען צייכנט אן בלויז איין ספעציפישע פארום ווי געליינט, שטייט: "הנושאים בפורום זה סומנו כנקראו"

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 1:11 pm

· #16210
אויפן הויפט בלאט פון א ספעציפישע פארום שטייט אונטן: "הצג נושאים קודמים"

אזוי אויך גאנץ לינקס דארט איז דא א אפציע פון "יורד".

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 1:12 pm

· #16211
בשעת מ'איז אינעווייניג אין א אשכול איז שוין יא איבערגעזעצט די "הצג נושאים קודמים" צו "ווייזט הודעות אנגעהויבן פון"
אבער די "יורד" איז דארט אויך נאכנישט איבערגעזעצט.

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 1:18 pm

· #16213
אויפן הויפט בלאט פון א ספעציפישע פארום דארט ווי ס'שטייט די מעגליכקייטן וואס מ'האט, דהיינו צו שרייבן, רעאדיגירן וכו' (אונטן רעכטס) שטייט: "הרשאות הפורום".

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 1:21 pm

· #16214
ביי אפט געפרעגטע שאלות איז נאך דא געוויסע שאלות און תשובות וואס איז נישט איבערגעזעצט.
אגב; אפשר אנשטאט "שאלות" קומט "פראגעס".
(טייל פון די איבערגעזעצטע האבן אויך ספעלינג טעותים)

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 5, 2012 5:48 pm

· #16288
ווען מען טוישט עפעס אינעם פראפייל, ערשיינט א הודעה:

הפרופיל שלך עודכן.

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 6:19 pm

· #16297
ביים זיך איינשרייבן, אויב לייגט מען א נישט ריכטיגע פעסווארד קומט ארויף: "ציינת סיסמה שגוייה. בדוק את סיסמתך ונסה שנית. אם אתה ממשיך להתקל בבעיות צור קשר עם המנהל הראשי של המערכת." אויב לייגט מען אריין א נישט ריכטיגע ניק קומט ארויף "ציינת שם משתמש שגוי. בדוק את שם המשתמש שלך ונסה שנית. אם אתה ממשיך להתקל בבעיות צור קשר עם המנהל הראשי של המערכת.".

zurich » מיטוואך יוני 6, 2012 2:02 am

· #16367
בכלל די אי מעילס איז עברית!!

Java » מיטוואך יוני 6, 2012 10:28 am

· #16398
zurich
בכלל די אי מעילס איז עברית!!

רוב אימעילס (ווי די לייק אימעילס און די אימעילס פאר פריוואטע הודעות וכדו') זענען שוין איבערגעזעצט אויף אידיש. עס וועט אונז שטארק באהילפיג זיין אויב קענט איר אנצייכענען וועלכע אימעילס זענען נאך אין עברית.

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 10:32 am

· #16400
ביים שרייבן א תגובה (נישט דורך שנעלע הודעה) איז איינע פון די אפציעס אונטן "הודע לי כאשר תגובה נשלחת".
ביי "צולייגען א פייל" שטייט ביי איינע פון די אפציעס "הערה לקובץ".

---
גלייכצייטיג וויל איך דא אויסדרוקן מיינע הערצליכע געדאנקען פאר די געטרייע הנהלה פאר די איבערמידליכע שווערע ארבעט - שלא על מנס לקבל פרס - וואס איר לייגט אריין טאג טעגליך להגדיל הסייט ולהאדירה.

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 10:37 am

· #16403
אזוי אויך ביים שרייבן א תגובה ביי די אפציע פון צולייגן א קעפל, שטייט "נושא".

אונטן פון די סמייליס שטייט "תקציר הנושא".

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 10:39 am

· #16405
אונטער די באקסל ווי מען שרייבט א תגובה אויף די לינקע זייט איז דא א אפציע פון "הרחב תצוגה" און צמצם תצוגה".

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 11:24 am

· #16417
ווען מ'דרוקט אויף "פארמעק אלע קוקיס" קומט ארויף: "אתה בטוח שאתה רוצה למחוק את כל העוגיות אשר נקבעו על-ידי המערכת?"

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 11:33 am

· #16418
אויב מ'האט בטעות געשריבן א תגובה (למשל ס'האט זיך געשיקט בטעות צוויי מאל) און מ'וויל עס פארמעקן, שטייט "לאחר מחיקת ההודעה לא ניתן לשחזרה".

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 11:35 am

· #16419
ביי "באניצער ליסטע" נעבן די ABC'ס, איז רעכטס דערפון דא א אפציע "כולם" און לינקס דערפון "אחר".

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 11:37 am

· #16421
אגב; קומט נישט אנשטאט "פארגעשריטענע זוך", "פארגעשריטענע זוכן" אדער "זוכעניש"?

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 1:48 pm

· #16441
שמואל הלוי
אגב; קומט נישט אנשטאט "פארגעשריטענע זוך", "פארגעשריטענע זוכן" אדער "זוכעניש"?

וואס א חילוק זוכן צו זוך? איך מיין אז זוך קען אויך זיין א שם עצם. אזוי ווי search אין ענגליש איז סיי א verb און סיי א noun.

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 1:56 pm

· #16443
ווען מ'האווערט איבער "באניצער ליסטע" קומט ארויף "צפה ברשימת משתמשים המלאה".

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 4:19 pm

· #16471
יידל
שמואל הלוי
אגב; קומט נישט אנשטאט "פארגעשריטענע זוך", "פארגעשריטענע זוכן" אדער "זוכעניש"?

וואס א חילוק זוכן צו זוך? איך מיין אז זוך קען אויך זיין א שם עצם. אזוי ווי search אין ענגליש איז סיי א verb און סיי א noun.

נו אז יידל זאגט אזוי, בין איך מבטל דעתי מפני דעתו.

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 4:24 pm

· #16473
דאס האב איך שוין געשריבן איינמאל אין דעם אשכול, אבער ווי עס זעהט אויס וויבאלד איך האב עס געשריבן בהבלעה מיט עפעס אנדערש איז עס פארזעהן געווארן, אלזא שרייב איך עס איבער.
---
ביי די אפציע פון "צולייגן א פייל", איז איינע פון די אפציעס "הערה לקובץ".

א איד » מיטוואך יוני 6, 2012 5:50 pm

· #16491
ביי שמואל הלוי שטייט חבר ותיק עס וואלט געדארפט שטיין אלטגעזעסענער פריינט

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 5:52 pm

· #16492
פארוואס קוקסטו נאר ביי יענעם?
ביי דיר שטייט "ידיד השטיבל", עס וואלט געדארפט שטיין "פריינט פון שטיבל" 😎

א איד » מיטוואך יוני 6, 2012 5:56 pm

· #16494
גערעכט, אבער דו ביזט דא געווען דער לעצטער מגיב (בלע"ז) צולייגער האב איך דאס גענוצט

ידען » מיטוואך יוני 6, 2012 9:03 pm

· #16510
שמואל הלוי
פארוואס קוקסטו נאר ביי יענעם?
ביי דיר שטייט "ידיד השטיבל", עס וואלט געדארפט שטיין "פריינט פון שטיבל" 😎

ידיד נוצט מען אויך אין אידיש משא״כ ותיק.

דבילה » מיטוואך יוני 6, 2012 11:48 pm

· #16527
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/16509">viewtopic.php?p=16509#p16509</a><!-- l -->

ביי דעם ציילער, אנשטאט "הודעות" זאל שטיין "רעאקציעס"

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 12:14 am

· #16536
"הודעות" באדערט מיך אויך אבער "רעאקציעס" איז שוין צו אידיש... איך האלט פון "קאממענטס" סיז מער אין ביטווין.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:58 am

· #16547
זר זהב
"הודעות" באדערט מיך אויך.

ס'באדערט דיר ממש? כ'נישט געכאפט ביז יעצט אז די כוונה איז אויסראטען די טריפהנע היברעישע שפראך. איט דשאסט היט מי...

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:02 am

· #16549
וואס זאגסטע ? כ'פארשטיי נישט

אלבערט » דאנערשטאג יוני 7, 2012 9:29 am

· #16559
זר זהב
"הודעות" באדערט מיך אויך אבער "רעאקציעס" איז שוין צו אידיש... איך האלט פון "קאממענטס" סיז מער אין ביטווין.

איך האלט יא אז מען דארף זען צו נוצן בלויז אידישע ווערטער, פארשטייט זיך ווי ווייט מעגליך.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 9:54 am

· #16562
"רעאקציע" איז נישט די ריכטיגע ווארט פאר "קאממענט"-- גוגעל טייטש איבער "קאממענט" צו "באמערקן", און זיי זענען גראדע גערעכט דא.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:30 pm

· #16650
זר זהב
וואס זאגסטע ? כ'פארשטיי נישט

ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט... 😉

אלבערט » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:43 pm

· #16657
זר זהב
"רעאקציע" איז נישט די ריכטיגע ווארט פאר "קאממענט"-- גוגעל טייטש איבער "קאממענט" צו "באמערקן", און זיי זענען גראדע גערעכט דא.

קען זיין אז די אפטייטש פון "קאממענט" איז "באמערקונג" אבער די ווארט אנשטאט "תגובה" איז רעאקציע.

שמואל הלוי » דאנערשטאג יוני 7, 2012 4:00 pm

· #16662
ביי די אפציע פון "דרעפטס" איז דא א שיין ביסל וואס איז נאך נישט איבערגעזעצט. (אריינגערעכנט אויך די מעסעדזשעס וואס קומט ארויף ווען מען היט אפ אדער ווען מען באפרייט א דרעפט).

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 4:33 pm

· #16674
אלבערט
זר זהב
"רעאקציע" איז נישט די ריכטיגע ווארט פאר "קאממענט"-- גוגעל טייטש איבער "קאממענט" צו "באמערקן", און זיי זענען גראדע גערעכט דא.

קען זיין אז די אפטייטש פון "קאממענט" איז "באמערקונג" אבער די ווארט אנשטאט "תגובה" איז רעאקציע.

"רעאקציע" קומט פון REACT, REACT אין אידיש איז "רעאגירן"

בכל אופן "רעאקציע" איז נישט גוט.

אברעמעל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 4:44 pm

· #16679
ס'אמת אז ס'איז געשמאקער מאמע לשון, אויב אבער טייטש מען איבער ממש יעדע ווארט אפילו ס'איז נישט עכט באניצט צווישן אונז פילט זיך עס ווי סתם אידישיסטיש, וואס רוב ווערטער שטאמען נאר פון אידיש, אויב דאס יא,
כנלע"ד.

ניו יארק » דאנערשטאג יוני 7, 2012 5:53 pm

· #16710
לויט מיין אינפאמאציע איז די ווארט "לייק" נישט אידיש

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 6:13 pm

· #16719
ס'נישטא א אידישע ווארט פאר "לייק"

"ליעב" איז פאר LOVE נישט פאר LIKE

אפשר קען מען זאגן "גלייך" , אזוי ווי איך "גלייך" דעם מאכל... אבער "גלייך" האט נאך א באדייט, מאך עס יעצט = גלייך.

Java » דאנערשטאג יוני 7, 2012 6:57 pm

· #16723
אברעמעל
ס'אמת אז ס'איז געשמאקער מאמע לשון, אויב אבער טייטש מען איבער ממש יעדע ווארט אפילו ס'איז נישט עכט באניצט צווישן אונז פילט זיך עס ווי סתם אידישיסטיש, וואס רוב ווערטער שטאמען נאר פון אידיש, אויב דאס יא,
כנלע"ד.

דערפאר האבן מיר טאקע געלאזט "הודעות" און "אשכול".

smart » דאנערשטאג יוני 7, 2012 7:10 pm

· #16726
ווען מען וויל לייגען א נאמען ביי צו שיקען א פריוואטע הודעה און אויב די נאמען איז נישט גוט קומט ארויס המשתמשים המבוקשים להוספה לא קיימים

שמואל הלוי » פרייטאג יוני 8, 2012 5:35 pm

· #16906
ווען מען שיקט א הודעה מיט צו ווייניג ווערטער שטייט "ההודעה שלך מכילה מעט מדי תווים"

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 10, 2012 10:47 am

· #17005
שמואל הלוי
ווען מען שיקט א הודעה מיט צו ווייניג ווערטער שטייט "ההודעה שלך מכילה מעט מדי תווים"

דאס באמערקט מען נאר אויב מען איז אקטיוו אין די צוויי ווערטער אשכול...

שמואל הלוי » זונטאג יוני 10, 2012 10:53 am

· #17009
משולם שטיינפעלד
שמואל הלוי
ווען מען שיקט א הודעה מיט צו ווייניג ווערטער שטייט "ההודעה שלך מכילה מעט מדי תווים"

דאס באמערקט מען נאר אויב מען איז אקטיוו אין די צוויי ווערטער אשכול...

סתם געשאסן אין די וועלט אריין...
דאס קומט ארויף ווען מ'שיקט א ליידיגע תגובה אן קיין שום ווערטער (למשל ווען מ'אטעטשט א בילד, און מ'שרייבט נישט צו קיין ווערטער), אויב אבער איז דא אפילו איין אות שיקט זיך די תגובה.
בלאט: 1 2 3