ווען מען טוישט עפעס אינעם פראפייל, קומט ארויף א הודעה:
אייער פראפיל איז דערהיינטיגט געווארן.
אוי מיין גאט!
מיינט דאס א איבערטייטש פון "אפ-טו-דעיט"?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/9767">viewtopic.php?p=9767#p9767</a><!-- l -->
שמעקעדיגגעפילטע פישסא ווי אזוי וואלסטו געטייטשט Create new post אויף אידיש?
אפשר "ערצייג א פרישע תגובה" ?
ערצייג איז זייער ריכטיג
אויב וויל מען שרייבן "באשאף" איז א סך ענדעשער "שאף א פרישער תגובה"
די חכמה פון שרייבן אידיש איז צו שרייבן ווי קורצער און ס'זאל נאך אלץ בלייבן פארשטענדליך, ווער ס'ווייסט די אמאליגע אידיש איז פיהל קערצער געווען ווי היינט, ווען אלעס גייט מיט צענדליגע איבריגע - פונ'ס, די'ס, און אלף'ס (א), און ער'ס, אז'ן, עס'ן, איז'ן, און'ס, מיך'ס, און איך'ס. (א אנדערע פראבלעם איז צופיהל קליינטשיגע ווערטער, מ'דארף זיך אויסלערנען צאמצוקלעבן עטליכע ווערטער אינאיינעם)
מ'דארף עס איינמאל פאר אלעמאל קאָטן. דויטש איז אויך אזוי, נישט נאר ס'רעדט זיך קורצער, נאר אפ' שרייבן וואס איז געווענליך לענגער, שרייבט זיך אעפ"כ קורצער. ממילא דארף מען די ערשטע זאך קודם קוקן צו פארלירן דעם אלף, "שאף א פרישע תגובה" און נאכדעם זיך שטעלן אויף די איבריגע.
די בעסטע דערווייל איז מיין איך געווען שמעקעדיג'ס "ערצייג פרישע (נייע) תגובה (רעאקציע)" אדער אויב וועט ווער וועלן טענה'ען אז ערצייג איז ווייטער דעם זעלבן מושג ווי "באשאף" דאן קענען מיר אויב אזוי ערצייגן א נייע אידישע ווארט - "ערשאף" ווייל "שאף" מיינט אין אידיש "שאף אהער צוויי רעפטלעך ברויט" ד.ה. ס'איז ערגעץ וואו פארהאן, דו זע נאר ס'זאל אהער אנקומען.
און בשעת הדחק קענמען בלייבן מיט "שרייב פרישע הודעה"
"ערצייג פרישע רעאקציע" (אן דעם "אֵ") איז נאטיץ פארמאט
כ'פארשטיי נישט דיין פוינט. (וואס דו זאגסט)
ווען איך האלט מיין מייזל איבער א פארום קומט ארויף דעם מעסעדזש:
אין הודעות שלא נקראו
📎 אין הודעות.jpg
ווען מ'וויל סעיוון (נו אידיש! אפהיטן) א תגובה אין דרעפט קומט ארויף דאס פאלגענדע
שים לב שטיוטות שנשמרו כוללות את הכותרת וההודעה בלבד, כל פריטים אחרים יוסרו. אתה רוצה לשמור את הטיוטה שלך כעת?
אין דעם געזעלשאפט פארום זעהט מען דאס.
📎 2012-09-15 23.22.46.png
עיבריט ביים מעקן א תגובה.
כ'האב פריער אויסגעמעקט א תגובה וואס איך געשריבן באמערקענדיג אז די פאקטן זענען אנדערש ווי איך האב דארט געשריבן.
עכ"פ וואס ס'איז נוגע צו דעם אשכול, אז ביים מעקן קומט ארויף די קשיא צו קאנפערמען אז מ'וויל טאקע אינגאצען אויסמעקען, איז די קשיא אויף עיבריט.
משה רוקחאין דעם געזעלשאפט פארום זעהט מען דאס.
ווי אזוי איז דיין בעטערי נאך האלב פיל 11:20PM?
שפעטער האב איך אויכעט אויסגעמעקט אפאר מודעות אינעם פריוואטע מעסעדזש קעסטל, טון אודך כי עניתני איז דער קאנפירמינג געווען אויף עיבריט!
sunbarמשה רוקחאין דעם געזעלשאפט פארום זעהט מען דאס.
ווי אזוי איז דיין בעטערי נאך האלב פיל 11:20PM?
איך האב א טשארדשזער אינדערהיים, ביי די ארבעט און אין קאר און איך האב אויך א ספעיר בעטערי מיט מיר.