☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משלי יאיר

משלי יאיר

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7630
בלאט: 1 2

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:21 am

· #237313
משלי יאיר
פרק א'

1. דאס שיינקייט פון אמת איז איר פשוט'ער קליידונג.
2. די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן.
3. זוך דאס פארשטענדליכקייט אין דאס אומפארשטענדליכע; אנערקען דאס אומפארשטענדליכקייט פון דאס פארשטענדליכע; און פארמייד דיך נישט פון אנטדעקן דאס זעלבסטפארשטענדליכע.
4. א פעסימיסט כאפט זיך אן אויף די גרעניצן פון דער וועלט און בלייבט דארט שטיין.
5. אפטימיזם איז א פאלשע גלויבן וואס ברענגט אמת'ע רעזולטאטן.
6. א הייליגער ליגן איז מטמא די וואס רירן עס אן.
7. רעספעקטיר מענטשן; נישט זייערע באפעלן.
8. האב ליב גאט, נישט זיין באשאף.
9. אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.
10. אנערקען דיין נישטיגקייט אין די ענדלאזע בריאה; פארגעס נישט דיין גרויסקייט אז דו קענסט עס אנערקענען.
11. נעם אן טובות ווייל עס קומט זיך דיר; באדאנק זיך ווייל יענער קומט דיר נישט.
12. דער אטעאיסט רופט אן גאט מיט אנדערע נעמען.
13. מען קען נישט באפרייען אן ארעסטאנט פון א תפיסה וואס ער האט זיך אליין געבויט.
14. מאטעמאטיק איז דער שפראך פון די אוניווערס; ליבשאפט איז דער שפראך פון דעם מענטש.
15. וויסנשאפט איז צו קלוגשאפט וואס נומערן זענען צו מאטעמאטיק.
16. דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס.
17. אלעס איז רעלאטיוו, אריינגערעכנט דאס רעלאטיוויטעט.
18. לאגיק שטייט אויף פאראדאקסן – וואס איז אליין א פאראדאקס.
19. מען קען נישט פארלייקענען קיין פאקטן, אבער מען קען האבן אנדערע פאקטן.
20. צופרידנקייט איז דער זעהל אין באלאנס.
21. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.
22. א פארלוירענער מענטש קען זיך נישט אפגעפינען; ווען יא וואלט ער נישט געווען פארלוירן.
23. א קאמפלימענט מעג זיין א ציגל; עס טאר נישט זיין דער פונדאמענט.
24. זאג דיין מיינונג נישט ווייל עס איז זיכער, נאר ווייל ס'איז דיינס.
25. נוץ דיין איגנאראנץ צו פארגרעסערן דיין וויסנשאפט, נישט עס צו פארקלענערן.
26. ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.
27. קלוגשאפט איז אן אדיקציע; גיב פאר א קלוגן, און ער וועט קלוגן נאכמער (טיילווייז פלאגיאיזירט).

פישלע העררינג » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:02 am

· #237323
ראויין הדברים למי שאמרם! תן לחכם ויחכם עוד (טיילווייז פליאגרירט), וישמע חכם ויוסיף לקח און ברוינפן - ספעציעל אין א פאל וואס די מאמע'ס מילך איז פארדארבן....

👍

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:00 am

· #237328
מורא'דיג.

ווען די קענסט לייגען אויף דעם א פאטענט. מען וועט עס גנב'נן און קאפירען. און כ'בין נישט קיין פעסימיסט, אבער סוכ"ס איז עס חי'שע אינטינקט.

יידל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:39 am

· #237334
יאיר


ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.

אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.

יואב » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:55 am

· #237336
פארוואס זע איך נישט דעם שפתיים קישאק סימבאל צווישן די סמייליס?

פישלע העררינג » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:19 am

· #237340
יידל
יאיר


ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.

אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.

לשון קדשו פון דער אור החיים הקדוש - למאן דבעי למידע.

מאטי » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:00 am

· #237347
פישל'ע העררינג
יידל
יאיר


ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.

אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.

לשון קדשו פון דער אור החיים הקדוש - למאן דבעי למידע.

מלפנים א "ישראל ווערדיגער ניגון..."

פלאוויוס » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:22 am

· #237356
אויסגעצייכנט!! יעצט ווארטן מיר נאר אויף א שיר השירים...

שפתים ישק » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:26 am

· #237357
שפתים קישאקTM!

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:28 pm

· #237365
איחוד פעלד
מורא'דיג.

ווען די קענסט לייגען אויף דעם א פאטענט. מען וועט עס גנב'נן און קאפירען. און כ'בין נישט קיין פעסימיסט, אבער סוכ"ס איז עס חי'שע אינטינקט.

דעם ערשטן משלי קאפירט מען אויך, והיינו שבחיה.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:29 pm

· #237366
יידל
יאיר


ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.

אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.

בעניי פארשטיי איך נישט דעם שייכות.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:31 pm

· #237367
פלאוויוס
אויסגעצייכנט!! יעצט ווארטן מיר נאר אויף א שיר השירים...

דאס האט מען מיר שוין אויסגעכאפט.

פלאוויוס » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:59 pm

· #237373
ס'איז נישט אייניג דער שיר השירים פון איין מענטש צום אנדערן. קענסט נאך פרובירן דיין אייגנס.

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:20 pm

· #237441
כ'האב אסאך הערות. כ'וועל אנהייבען ביים ערשטען.

דאס שיינקייט פון אמת איז איר פשוט'ער קליידונג.



לדעתי איז דער אמת נאקעט..

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:25 pm

· #237442
די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן



ווער איז די וועלט? אויב רעדט מען פין די חיות, פשיטא?!

ווידער אויב רעדט מען פין מיך און די, קען נישט זיין, אונזערע החלטות זענען לויטער שכל. ..

אלא מאי מוז זיין מ'רעדט פין בני אדם שמעשיהם דומה לבהמה.

ואכתי קשה, ווייל זייער וועלט שטייט נישט, זייער וועלט איז חרוב. וצ"ע

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:55 pm

· #237644
איך רעד טאקע פון איך און דיך און יעדער איינער. רוב שכל'דיגע באשלוסן ווערן געמאכט צו סערווירן חי'שע אינסטינקטן. מענטשן פארברענגען חדשים און יארן מיט קאפ און מוח אלעס אבי צו האבן נאך אביסל כבוד אדער געלט. די גאנצע רצון פון סורווייוועל און רעפראדוקציע איז א חי'שער אינסטינקט, נישט עפעס א גאוני'שע מסקנא וואס מען קומט צו נאך דורכטראכטן די סוגיא לאורכה ולרוחבה. וכמו שאמר רבינו מאורינו הגר"ד הום זי"ע Reason is the slave of the passion.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:02 pm

· #237647
כבוד און געלט זענען חי'שע אינסטינקטן?

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:03 pm

· #237648
פרק ב'


1. קויף נישט דעם אמת עס צו פארקויפן ווייטער; די סטאקס דערפון פאלן יעדן טאג.
2. דאס געשריבענע ווארט איז דער עלעקטרישער שטראם וואס פארבינדט איין חכם צום צווייטן.
3. א גרינגער וועג צו איגנארירן דעם הוה איז זיך צו באהאלטן אין דעם עבר.
4. א גרינגער וועג צו איגנארירן דעם עתיד איז צו ערפינדן א יוטאפיע.
5. פאליטיק איז דער קונץ פון זאגן ליגן אויף דעם פאלשסטן וועג.
6. דאס איינציגע אמת איז דאס אומגרייכבארע.
7. סימבאלן איז א מיטל צו דערגרייכן דאס אומגרייכבארע.
8. ווען נישט חלומות און דמיונות, קעגן וואס וואלטן מיר פארגליכן רעאליטעט?
9. געלט איז די געלונגנסטע אילוזיע וואס די מענטשהייט האט ערפינדן.
10. די שווערסטע באגרעניצונגען זענען די וואס עקזיסטירן נישט.
11. אלעס שטימט ביז מען הויבט אן פארשטיין.
12. יעדער מענטש איז אזוי גרויס ווי דער וועלטל וואס ער באשאפט זיך.
13. די שארפסטע אויגן קענען נישט זען ווייטער ווי דעם מענטשנ'ס האריזאנט.
14. א וואנדערנדער מוח קומט אן איבעראל.
15. דער וואס פארשטייט נישט פילאזאפיע איז אין אפלטון'ס הייל; דער וואס גלייבט עס איז אין זיין קבר.
16. א חכם פילט אן דעם לאך פון נייגער מיט וואונדער.
17. ווען דער נאר האט זיך באקלאגט אויף זיין גורל האט אים גאט געשאנקען שמחה.
18. דעפרעסיע איז די גרעסטע ראי' אויף דעם מענטשנ'ס פאטענציאל צו זיין צופרידן.
19. כדי צו דערגרייכן דעם ציל פון לעבן דארף מען עס קודם באשאפן.
20. דאס לעבן איז קורץ; נישטא קיין צייט זיך צו יאגן.
21. א ליידיגער קאפ דארף האבן א פולער סדר היום.
22. די וועלט איז ווי א רעדל וואס דרייט זיך; וואס נענטער צום צענטער אלס ווייניגער שפירט זיך די שטרויכלונגען.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:32 pm

· #237659
גם אלה משלי יאיר אשר העתיקום אנשי אגם העץ.

וואס איך זאג קען מען אנדערש זאגען: דאס וואס איך זאג נישט קען גאר אנדערש נישט זיין.
דער מענטש ריידט אויף דער חיה, ער ברויך עם געבן א דאנק און א שמייס.
שטרעב ווי א פעסימיסט, ארבעט ווי א אפטעמיסט, און ביידע וועסטו איבערנעמען.
א חכם פרייט זיך פאר זיך און פאר דער נאר. דער נאר איז נאריש פאר ביידע.
עס איז מיין ווארט קעגן דיין זאץ. מיין זאץ קעגן דיין מעשה. אז מ'גייט קערצער קומט מען אן שנעלער.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:35 pm

· #237708
ישראל קאפקע
כבוד און געלט זענען חי'שע אינסטינקטן?

זיי זענען אינסטינקטן פון דעם מענטשליכן חיה.
אפשר כבוד נישט. מ'דארף אריינקלערן.

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:47 pm

· #237745
האב ליב גאט, נישט זיין באשאף




מה נפשך, איז דא וואס ליב צו האבען אין דער באשאף, פארוואס זאל איך עס נישט ליב האבען.

איז נישטא, פארוואס זאל איך ליב האבען דער באשאפער דערפין?

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:50 pm

· #237749


אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.




ווי זאל איך עס אויסשפייען, דא אויף קאווע שטיבל?

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:57 pm

· #237750



. דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס






לא הבנתי כלל.

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:00 am

· #237753


. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.

. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.




פארוואס? איז עקזיסטענץ פאזאטיוו?

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:05 am

· #237754
איחוד פעלד
האב ליב גאט, נישט זיין באשאף




מה נפשך, איז דא וואס ליב צו האבען אין דער באשאף, פארוואס זאל איך עס נישט ליב האבען.

איז נישטא, פארוואס זאל איך ליב האבען דער באשאפער דערפין?

כוונתי, אנשטאט צו האבן אן אויבערפלעכליכע ליבשאפט צו געוויסע חפצים אין די בריאה, ענדערש האב ליב דער כלליות'דיגער אלהות וואס ליגט אונטער דעם. דאס איז אסאך א טיפערע ליבשאפט.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:05 am

· #237755
איחוד פעלד


אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.




ווי זאל איך עס אויסשפייען, דא אויף קאווע שטיבל?

ביטע נישט. דא איז שוין אנגעפילט מיט אויסגעשפייטע מילך. 😂

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:08 am

· #237756
איחוד פעלד


. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.

. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.




פארוואס? איז עקזיסטענץ פאזאטיוו?

עקזיסטענץ מיינט אז עפעס איז א מציאות. בעת נעגאטיוויטעט איז העדר. צו זאגן אז דער העדר איז נמצא איז א תרתי דסתרי.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:11 am

· #237757
איחוד פעלד



. דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס






לא הבנתי כלל.

כוונתי אויף דעם וואס מענטשן "פארענטפערן" שלעכטס דורך אנווייזן אז עס האט עפעס גוטס. אויף דעם זאג איך, דאס אליין אז דער גוטס באהאלט זיך אין טעראריסט אטאקעס וכדו' ווייזט אז עפעס טויג נישט מיט דעם גוטס.

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:57 am

· #237764
יאיר, ברוך אתה ה' אלקינו שנתן מחכמתו לבשר ודם

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:00 am

· #237771
נולד מאוחר
יאיר, ברוך אתה ה' אלקינו שנתן מחכמתו לבשר ודם

איך כאפ נישט דעם נמשל 😂

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:52 am

· #237776
יאיר
איחוד פעלד
האב ליב גאט, נישט זיין באשאף




מה נפשך, איז דא וואס ליב צו האבען אין דער באשאף, פארוואס זאל איך עס נישט ליב האבען.

איז נישטא, פארוואס זאל איך ליב האבען דער באשאפער דערפין?

כוונתי, אנשטאט צו האבן אן אויבערפלעכליכע ליבשאפט צו געוויסע חפצים אין די בריאה, ענדערש האב ליב דער כלליות'דיגער אלהות וואס ליגט אונטער דעם. דאס איז אסאך א טיפערע ליבשאפט.


סא דאס איז קלאסישע חסידות, די אהבה זאל זיין לחלק אלוקי המוסתר הסתרה בתוך...

אבער פארוואס האסטו יאיר מקבל געוועהן דער הדרכה?

שרייבסט אז דער אהבה איז טיפער, פארוואס?

למשל איינער האט ליב א פרוי, איז דער אהבה גרעסער ווען ער טראכט אז ער האט ליב דער באשאפער דערפין?

איינער האט ליב א פיצא, זאל ער טראטען פין מר מענדעלסאן?

קינד_אן_קייט » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:41 am

· #237786
יאיר
2. די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן.
איחוד פעלד

ווער איז די וועלט? אויב רעדט מען פין די חיות, פשיטא?!
ווידער אויב רעדט מען פין מיך און די, קען נישט זיין, אונזערע החלטות זענען לויטער שכל. ..
אלא מאי מוז זיין מ'רעדט פין בני אדם שמעשיהם דומה לבהמה.
ואכתי קשה, ווייל זייער וועלט שטייט נישט, זייער וועלט איז חרוב. וצ"ע

נ״ל, שיאיר התכוון בזה ליסוד דארוויניזם, והבן.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:54 pm

· #243485
פרק ג


אויף יעדע עולה וואס דער טיפש באגייט איז דא ערגעץ א חכם וואס איז אחראי דערויף.
צושטעלן פאר דעם נאר זיין נארישקייט איז פונקט אזוי הייליג ווי צושטעלן פאר'ן חכם זיין קלוגשאפט.
מייחס זיין אוממאראלישע מעשים צו גאט מאכט נישט די מעשים מאראליש; עס מאכט גאט אוממאראליש.
אויב אינסופיות עקזיסטירט נישט, וואס איז די דעפיניציע פון א סוף?
עס איז אסאך גרינגער צו לייקענען אין גאט ווי אים צו איגנארירן.
די סיבה פארוואס מען קען נישט דעפינירן גאט איז ווייל יעדער האט אן אנדערער דעפיניציע.
אויב שלעכטס עקזיסטירט נישט איז עס נאך פיל מער רשעות'דיג.
מאראל און ליבשאפט זענען צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע.
דער נביא זעט נישט דעם עתיד; ער זעט דעם הוה בעסער.
א סעלפיש מענטש האט נישט א גרעסערער 'איך' נאר א קלענערער.
מען קען נישט פיינט האבן עפעס וואס מען קען נישט ליב האבן.
אויב מען האלט זיך נישט גענוג גרויס ווערט מען א בעל גאוה.
מען קען נישט באגראבן דעם שקר; עס איז נישטא וואס.
די גרעסטע חידושים זענען די וואס האבן אלעמאל עקזיסטירט.
אלעס ווייסן מיר סוביעקטיוו, אריינגערעכנט אביעקטיוויטעט.
זעלבסטמארד זאגט אונז מער איבער לעבן ווי איבער מארד.
דער העכסטער מצב פון עקזיסטענץ איז די יכולת צו צווייפלען דערין.
שיינקייט איז באהאלטענע מאטעמאטיק; מאטעמאטיק איז באהאלטענע שיינקייט.
אויב שיינקייט איז שקר, ווי אזוי קען זיין אז שקר איז מיאוס?

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:19 am

· #243521
נורא נוראות! הערליך יאיר.

איין שאלה נאר, דאס קומט ארויס פון איין זיצונג, סתם ארויסגעשארצט פון ארבעל, אדער דרייסט דיך ארום מיט א נאוט-פעד אדער ריקארדער און ווען ס'פאלט דיר איין א תנועה זינגסטו עס אריין?

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:40 am

· #243523
אינטערעסאנטע שאלה, געפילטע. האמת אגיד, איך האב שוין פרובירט ביידע וועגן, און צו מיין ערשטוינונג ארבעט דער ערשטער מהלך פילפאכיג בעסער. דאס געשעט ביי מיר ביי סיי וועלכער קריעיטיוו זאך אין וואס איך בין עוסק. ווען עס איז דא אן עת רצון און איך זעץ מיך אראפ מחדש זיין, קומט אראפ א רוח ה' ממרום און קען איך ערצייגן פיל מער ווי ווען איך פרוביר צו כאפן איינצלנע בליצן אויפאמאל.
איך בין נייגעריג אויב ביי אנדערע איז אויך אזוי. אפשר קען מען דאס פארענטפערן לויט דעם פסוק אין משלי יאיר: "די גרעסטע חידושים זענען די וואס האבן אלעמאל עקזיסטירט."
די מפרשים זאגן פשט לויט ווי עס ווערט געברענגט בשם רבינו אברהם אבן אחד, וועלכער האט געשריבן:
Mozart is of such purity and beauty that one feels he merely found it-that it has always existed as part of the inner beauty of the universe waiting to be revealed.
לויט דעם איז פארשטענדליך אז עס איז אסאך גרינגער זיך אריינצוברעכן אין דעם היכל החידושים און צו כאפן וויפיל ס'גייט, ווי צו שטיין און ווארטן אז די הויפן חידושים זאלן ווערן אזוי גרויס ביז אפאר פון זיי פליען ארויס דורכ'ן פענסטער.

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:57 am

· #243524
איך מיין אז אין די ארט וועלט איז דא פון ביידע סארטן, ס'דא שרייבער\פאעטן\מעלער וואס זאגן אז ס'איז א מין השראה וואס רוהט אויפן מענטש ווען דעמאלס קומען ארויס אלע חידושים, ס'דא וואס קענען מעורר זיין די השראה אן דימענד, צו מיט די הילף פון געווירצן, און ס'דא וואס דאס מוז קומען מיט אן איתרעיתא דלעילא, זיי קענען גארנישט טוהן דערצו. און זיי דרייען זיך טאקע ארום מיט א נאטיץ ביכל, א פיזישע צו א גייסטישע, אראפ צו כאפן די נבואות.

מ'קען טאקע משלב זיין די צוויי פסוקים אין משלי יאיר פרק ג', אז די גרעסטע חידושים זענען נישט תלוי אין זמן, נאר זענען אינעם הווה און דעם עבר, און אז דער נביא זעט נישט דעם עתיד, נאר ער איז מער קאננעקטעד צום הווה.



דעם אינסופיות האב איך נישט אינגאנצען פארשטאנען. דאס איז אזויווי צו זאגן אז אויב אינפיניטי עקזעסטירט נישט וואס איז די דעפיניציע פון איינס. אויב דאס איז א ראי' איז א שאד די ארבעט פון אלע מאטעמאטיקער וואס האבן זיך געפלאגט צו טרעפן ראיות צום אינפיניטי.

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:09 am

· #243525
יאיר
אינטערעסאנטע שאלה, געפילטע. האמת אגיד, איך האב שוין פרובירט ביידע וועגן, און צו מיין ערשטוינונג ארבעט דער ערשטער מהלך פילפאכיג בעסער. דאס געשעט ביי מיר ביי סיי וועלכער קריעיטיוו זאך אין וואס איך בין עוסק. ווען עס איז דא אן עת רצון און איך זעץ מיך אראפ מחדש זיין, קומט אראפ א רוח ה' ממרום און קען איך ערצייגן פיל מער ווי ווען איך פרוביר צו כאפן איינצלנע בליצן אויפאמאל.

קען זיין סנישט קיין סתירה, א גאנצער טאג דרייט זיך דאך די חידושים אין קאפ, עס איז נישט קיין יש מאין וואס דו שרייבסט ביים עת רצון עס איז דאך מלוקט פון פארשידענע מחשבות און זאכען פון אגאנצע טאג, נאר אנשטאטס אריינזאגען יעדער שטיקל עקסטער און זיך ארומשלעפן מיט דער צעטל חלילה נישט פארגעסן, זעצסטו זיך אוועק איין מאל דאס אלעס אריינשרייבען, עס איז אבער די מחשבות פון א גאנצע טאג, בערך אזויווי ביי שמונה עשרה דערמאנט מען זיך די שטותים פון א גאנצע טאג..

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:27 am

· #243527
געפילטע פיש

דעם אינסופיות האב איך נישט אינגאנצען פארשטאנען. דאס איז אזויווי צו זאגן אז אויב אינפיניטי עקזעסטירט נישט וואס איז די דעפיניציע פון איינס. אויב דאס איז א ראי' איז א שאד די ארבעט פון אלע מאטעמאטיקער וואס האבן זיך געפלאגט צו טרעפן ראיות צום אינפיניטי.

איך רעד נישט פון דעם מאטעמאטישן אינפיניטי נאר פון דעם פילאזאפישן מושג פון אין סוף. אזוי אויך דער ארגומענט איז א פילאזאפישער נישט א מאטעמאטישער. ס'גייט בערך אזוי: אויב זאלן מיר אננעמען אז עס איז נישטא אזא זאך ווי אן עקזיסטענץ וואס איז ביאנד יעדער מוגבל'דיגער קאנצעפט (דהיינו גאט), דאן מיינט דאס אז עקזיסטענץ באשטייט נאר פון מוגבל'דיגע זאכן. אויב אזוי, וואס איז בכלל דער פשט פון א מוגבל'דיגע זאך? א גבול איז פשט אז עס זאגט עד פה תבא. עס האט די פאטענציאל צו גיין ווייטער אבער עס גייט נישט. אויב איך מאך למשל א גרעניץ ארום מיין הויז איז פשט אז עס איז דא א ריזיגער שטח ארום מיין הויז, און פון דעם טייל איך אפ א חלק און איך מאך עס מיין הויז. אויב מיר גלייבן אז אינדרויסן פון די אוניווערס איז אלעס א גרויסער אין סוף'דיגער קוגל (so to speak), דעמאלט קען איך זאגן אז די אוניווערס איז באשאפן געווארן און אנגעהויבן מגביל זיין זאכן. אבער עס איז בכלל נישט שייך עפעס בלתי מוגבל זאל עקזיסטירן, דעמאלט פון וואס איז מען מגביל אלע אנדערע זאכן?
דער וואס גלייבט נישט אין אין סוף קען אפשר ענטפערן אז אין הכי נמי, עס עקזיסטירן אויך נישט קיין מוגבל'דיגע זאכן. אלעס וואס מיר זעען איז איין גרויסע געמיש פון עקזיסטענץ וואס איז נישט מוגבל און נישט בלתי מוגבל.

איחוד פעלד » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 6:36 am

· #243533
אויב איז עס בדרך השראה, וויאזוי געדענקסטו וואס די כוונה איז געוועהן בשעת'ן שרייבען?

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:37 am

· #243570
איך פארשטיי אז דו רעדסט נישט פון מאטעמאטישע אין סוף, כ'האב עס נאר געברענגט פאר א משל.

יידל » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:09 pm

· #243596
פארוואס נעמט איר אן פאר א פשטות אז פילאזאפישע אין-סוף איז אנדערש ווי מאטעמאטישע אין-סוף? בעיני איז דאס איינס און די זעלבע.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:30 pm

· #243811
עני ליבשאפט. דער קאנצעפט פון ליבשאפט איז מיסודו אן ענין פון חיבור. דער קאנצעפט פון מאראל איז מיסודו אויך אן ענין פון חיבור, פון שפירן אז יענעמ'ס צער איז מיין אייגענע צער און יענעמ'ס פרייד איז מיין פרייד.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:33 pm

· #243813
יידל
פארוואס נעמט איר אן פאר א פשטות אז פילאזאפישע אין-סוף איז אנדערש ווי מאטעמאטישע אין-סוף? בעיני איז דאס איינס און די זעלבע.

שוין פארהאן ערגעץ אן אשכול דערוועגן. אבער בקיצור: מאטעמאטישע אין סוף האט א פונקטליכע דעפיניציע. פילאזאפישע אין סוף האט נישט קיין דעפיניציע. למשל דער קאנצעפט פון אין סוף בענקלעך איז א מאטעמאטישע אין סוף, אבער קיינער וועט נישט זאגן אז די אלע אין סוף בענקלעך זענען דאס זעלבע ווי דער מושג פון גאט איבער וואס פילאזאפן רעדן.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:08 pm

· #244579
איינער שרייבט מיר יעצט נאך א פסוק במשלי יאיר:

באווייז דיין חכמה דורך דיינע ווערק, אן יענעמס טפשות.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:40 pm

· #244588
כוכב
איינער שרייבט מיר יעצט נאך א פסוק במשלי יאיר:

באווייז דיין חכמה דורך דיינע ווערק, אן יענעמס טפשות.

😂

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:53 pm

· #248338
פרק ד'

פאלשע קשיות ברענגען פאלשע תירוצים.
יעדער חכם רעזערווירט אן ארט אין מוח צו פראקטיצירן טפשות.
ליבשאפט ברענט ווי א פייער; אויב מען פרובירט עס צו דערשטיקן פלאמט עס אויף.
דער זכרון נארט נישט דעם מענטש; דער מענטש נארט דעם זכרון.
א חלום איז א דוגמא וויאזוי עס קוקט אויס א וועלט וואס פירט זיך לויט אונזערע פאנטאזיעס.
דער חילוק צווישן דער בהמה און דעם מענטש איז אז דער מענטש פרעגט צי ס'איז דא א חילוק - אויב ער פרעגט.
דער גורל פון דעם מענטש איז צו דארפן אויסקלויבן צווישן דער אבסורדיזם פון עקזיסטענץ אדער פון רעליגיע.
דער געפיל צעווארפט אין סעקונדעס וואס דער שכל בויט אויף אין יארן; דער געפיל בויט אויף אין סעקונדעס וואס דער שכל קען קיינמאל נישט בויען.
דער איינציגער ארט פאר חילוקי דעות איז אין דעם נפש.
ווען חכמה האט חתונה מיט שקר ווערט געבוירן טפשות.
רעליגיע איז דער תירוץ פאר געוואלדטאטן, נישט דער סיבה דערפון.
לאגיק איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן משוגע."
די בעסטע ראיות צו גאט'ס עקזיסטענץ זענען געשריבן געווארן דורך באך.
דער וואס פארשטייט די ענדלאזיגקייט פון עקזיסטענץ האט דערגרייכט א נייער לעוועל אין קאנשעסנעס.
סאציאלע מידיע איז ווי א רעליגיע – עס לאזט נישט לעבן אבער מען קען נישט לעבן אן דעם; דער מענטש מיינט אז ער קאנטראלירט עס אבער דערווייל ווערט ער קאנטראלירט דורך דעם; עס מאלט אראפ א וועלט וואס עקזיסטירט נישט.
יעדן איינעם קען מען שטיל מאכן אויסער זיך אליין.
לאנגווייליגקייט איז דער שטומער געשריי פון דעם מענטשנ'ס פסיכא.
וואס איז ערגער ווי טויט? א טויטער לעבן.

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:13 am

· #248352
יאיר
פרק ד'

די בעסטע ראיות צו גאט'ס עקזיסטענץ זענען געשריבן געווארן דורך באך.
.

כהא דאמרי אינשי
Bach gave us God's Word. Mozart gave us God's laughter. Beethoven gave us God's fire. God gave us Music that we might pray without words.

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:16 am

· #248354
איך מיין אבער אז דער פערדער פרק משלי יאיר איז שוין א שפעטערדיגע הוספה, עס האט נישט די גלאנץ פון די אריגענעלע, אויזער עטליכע פסוקים וואס זענען ווייזט אויס פונ'ם ערשטען מחבר. ואלו הן לויט די לעצטיגע פארשונגען.
יאיר
פרק ד'

פאלשע קשיות ברענגען פאלשע תירוצים.

א חלום איז א דוגמא וויאזוי עס קוקט אויס א וועלט וואס פירט זיך לויט אונזערע פאנטאזיעס.

דער חילוק צווישן דער בהמה און דעם מענטש איז אז דער מענטש פרעגט צי ס'איז דא א חילוק ( - אויב ער פרעגט - זה גליון שנשתרבב לפנים )

לאגיק איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן משוגע."

די בעסטע ראיות צו גאט'ס עקזיסטענץ זענען געשריבן געווארן דורך באך.

יעדן איינעם קען מען שטיל מאכן אויסער זיך אליין.

לאנגווייליגקייט איז דער שטומער געשריי פון דעם מענטשנ'ס פסיכא.

פלאוויוס » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:20 am

· #248358
יאיר טייערער, דיינע שורות נעמען מיך דורך איינס ביי איינס!! אויב איך זאל דארפן אויסקלויבן דאס בעסטע וואלט איך גענומען "די ראיה צו גאט'ס עקזיסטענץ אין באך..." האסט אודאי געמיינט די ניינטע סימפאניע. ריכטיג?

אייגנטליך איז יעדע שורה אן אוצר פאר זיך. ס'נעמט מיר אפ די ווערטער פון מויל.

יאיר » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:43 am

· #248365
פלאוויוס
יאיר טייערער, דיינע שורות נעמען מיך דורך איינס ביי איינס!! אויב איך זאל דארפן אויסקלויבן דאס בעסטע וואלט איך גענומען "די ראיה צו גאט'ס עקזיסטענץ אין באך..." האסט אודאי געמיינט די ניינטע סימפאניע. ריכטיג?

די ניינטע סימפאניע איז קאמפאזירט געווארן דורך בעטהאווען. באך האט א גרינגערע שפראך צו מיין נשמה צוליב די הימלישע הארמאניע וואס ליגט אין זיין מוזיק, אבער איך גיב רשות פאר דעם שפעטערידגן רעדאקטאר צו טוישן לויט ווי אזוי עס שמעקט אים און אויסקלויבן דאס בעסטע פון אלע מקורות. 🙂
בלאט: 1 2