שיר השירים ו'
קאפיטל (א) (ב) (ז) דא.
אנה הלך דודך היפה בנשים..
ווי איז ער דיין ליבער, דו פרוי מיט שיינע שטריכן
ווי איז ער געגאנגען קום לאמיר איהם זוכן
דודי ירד לגנו..
מיין ליבער איז אין גארטן פון בשמים צווייגן
רויזן צו קלויבן אין גערטנער זיך צו לייגן
אני..
איך בין צו איהם און ער איז צו מיר
וואס רויזן טוט ער קלויבן פון יעדן קאליר
יפה את רעיתי..
שיין ביסטו מיין ליבע ווי תרצה די שטאט שטאלצירט
הערליך ווי ירושלים די הויפט שטאט באצירט
ווארפסט א ציטער ווי אן ארמיי וואס מארשירט
הסבו עיניך מנגדי..
דריי אוועק דיינע אויגן פון מיר אה! זיי נעמען מיר איבער
דיינע האר ווי א טשערדע שאף גלישטן זיך גלעד אריבער
שיניך..
דיינע ציין ווי א סטאדע שאף געוואשן ריין
יעדע האט איר פאר עס פעלט נישט קיין איין
ששים המה..
קעניגנס זענען אפילו זעכציג אויפאמאל
פלגשים פיר צענדליק און מוידן אן א צאל
אבער..
אחת היא יונתי..
מיין טייבעלע איז איינציק און גאנץ
צו איר מוטער וואס האט געבארן א קראנץ
זיי קוקן די מיידלעך און לויבן איר גלאנץ
די קעניגנס מיט פלגשים גייען פאר איר א טאנץ
מי זאת..
ווער איז זי וואס שיינט ווי דער מארגן
שיין ווי די לבנה, ווי די זון לעכטיק
פארכטיק ווי אן ארמיי מעכטיק
אל גנת אגוז..
צום ניסלעך גארטן בין איך אראפ פרוכטן צו קלויבן
דער מילגרוים שפראצט שוין עס בליען די טרויבן