☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7584
בלאט: 1 2

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:49 am

· #481627
ס׳מיינט נישט אז א מענטש האט נישט קיין קאנטראל, וואס ס׳מיינט יא איז אז די קאנטראל וואס דער מענטש האט ווענדט זיך אין גאט׳ס ווילן איהם עס צו געבן, און טאקע דערפאר זענען דא מענטשן וואס האבן נישט קיין self control ווייל גאט האט זיי עס נישט געשאנקען.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:58 am

· #481633
רביה"ק זי"ע: אפשר איז עס געווען תחילתו ברצון וסופו באונס. (פארקערט ווי א געוויסע סיטואציע וואס די גמ' באשרייבט.). אזוי ווי מענטשן האבן שוין אויפגעוויזן די לעכערליכקייט פון דעם סטעיטמענט דורך נענסי רעיגן, די ווייב פונ'ם געוועזענעם פרעזידענט ראנאלד רעיגן, איבער דראג אדיקשאן..."דזשאסט סעי נאו"...! לויט איהר איז אויסגעקומען אז די מענטשן וועלכע זענען געפאנגען אין דראג עדיקשן קענען זיך זייער גרינג גובר זיין. נאר דורך זאגן..."ניין"...צו דראג באנוץ. כאילו זיי האבן קאנטראל איבער זייערע מעשים...!

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:22 pm

· #481655
עס איז א פסוק, גם מזדים חשוך עבדיך אל ימשלו בי, עבירות זענען מושל אויף דער מענטש. דער מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען נאר מיט תפלה.

לייבל שטילער » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:54 pm

· #481659
יתכן אז דאס איז אויך די פשט פון 'עבר ושנה נעשית לו כהיתר'.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:00 pm

· #481660
מצפצף
הקטן
אישתישבי
... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?


ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...

אפענע גמ' סוף מס' סוכה.
א"ר חמא ב"ח אלמלא שלשה מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאיהם של ישראל, ואשר הרעותי, וחד דכתיב כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל, וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם:
זאגט רש"י. שלשה מקראות - המעידין שהעונות והזכיות בידו.

מיין שאלה צי אים איז נישט געווען פין וואו ער נעמט דעם רעיון נאר פין וואו נעמט ער דעם מספר "רובא דרובא"

אישתישבי
עס איז א פסוק, גם מזדים חשוך עבדיך אל ימשלו בי, עבירות זענען מושל אויף דער מענטש. דער מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען נאר מיט תפלה.

פין דעם זען מיר ס'דא אזא זאך וואו "זדים" אנדערע שלעכטע מענטשען וואס קענען יא אדער נישט זיין "ימשלו בי"

והאיש משה » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:17 pm

· #481667
הרב חגי לונדין על טהרת הברית
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=T-PXdTh76KQ">https://www.youtube.com/watch?v=T-PXdTh76KQ</a>

צוויי » מיטוואך אפריל 10, 2024 3:05 pm

· #558649
Re:
אישתישבי #
עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.

אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.

דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.

ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.

דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.

ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.

און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.


ס'הערשט דא א שטיקל צומישעניש
איז עס א פראבלעם, אדער איז עס נישט קיין פראבלעם, אדער איז עס נאר א בדיעבד...
אז ס'איז א פראבלעם, דארף מען מסתמא ווייטער יא שטארק רעדן און מעורר זיין פון די הארבקייט א.ד.ג.
איז עס נישט קיין פראבלעם, דאן שטומט עס נישט מיט די גמ',

יאנעשאלמע » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:06 pm

· #558725
Re: Re:
מ'קען נישט זאגן קיין כללים. בחורים סוגיא לחוד, ואברכים סוגיא לחוד.

בחורים פארשטייט יעדער אז יעדער פאלט דורך איינער מער איינער ווייניגער. די פראבלעם איז די גילט און שעם וואס קומט מיט. ווען ער קלאפט על חטא יום כיפור טראכט ער נאר פןן דעם און ער שפירט ווי א אויסווארף. ער פארגעסט פון עבירות פון לשון הרע, כיבוד אב ואם אהבת חברים. אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא.


אינגעלייט, אויב שטערט עס נישט דיין לעבן - דאס מיינט דיין רילעשינשיפ, דיין ארבעט, דיינע קינדער (אסאך מאל איז מען אין דינייעל אז ס'שטערט נישט קיינעם) דעמאלטס טוה תשובה אזויווי ווי די טוסט תשובה אויף לשון הרע. דו ווילסט רעדן לשון הרע? ניין. פאלסט דורך? יא. פילסט נאך א חלק פון כלל ישראל? זייער גוט. אזוי אויך פארן און ז"ל.

אויב פילסטו משוגע לאותו דבר גיי פאר העלפ. אפשר ביסטו נישט פרייליך אין דיין לעבן? אפשר ביסטו עדיקטעט. וכו וכו.

צוויי » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:29 pm

· #558738
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
איז עס נישט ערגער ווי לשון הרע?

אין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

איך מיין נישט אוועקצומאכן לשון הרע וואס איז אויך א הארבע עבירה, אויף וואס די חפץ חיים האט שטארק פארפירט און געמאכט צוויי ספרים דערויף. אבער איך מיין אז מ'קען נישט אוועקמאכן זרע לבטלה ניאוף ביד או ברגל, אז מער ווי א האלבע יאר קען זיך בחורים סייווי נישט איינהאלטן פון עס טוהן ממילא שוין געהערט אזאנס... און אינגעלייט אויב שטערט עס נישט דאס לעבן האק א לעבן דעיקר זיי פרייליך און דיין לעבן אזוי ווי די ביסט פרייליך אפי' די רעדסט לשון הרע...

צקון לחש » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:41 pm

· #558745
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
צוויי #
אין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

רצון ה' איז אז מיר זאלן בלייבן מיט א קלארע זינען אפילו נאכ'ן הערן די אלע גוזמאות

צוויי » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:43 pm

· #558747
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
רצון ה' איז צו גלייבן אין חז"ל אפי' די מאכסט מאנכע ליצנות'ן ארום דערויף

עמרם » מיטוואך אפריל 10, 2024 11:47 pm

· #558759
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
צוויי #
רצון ה' איז צו גלייבן אין חז"ל אפי' דו מאכסט מאנכע ליצנות'ן ארום דערויף

חז''ל זאגן אונז אז לשון הרע איז ערגער ווי עבודה זרה גילוי עריות און שפיכת דמים!!

צוויי » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:25 pm

· #558850
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
עמרם #
צוויי #
רצון ה' איז צו גלייבן אין חז"ל אפי' דו מאכסט מאנכע ליצנות'ן ארום דערויף
אקעי, יעצט ווייס איך אז לשון הרע איז אויך אזוי הארב ווי גילו עריות, למאי נפקמ"נ?
אפשר ווען איך וועל נעקסטע מאל דורכפאלן מיט לשון הרע, וועל איך תשובה טוהן אזוי ווי אויף ז"ל...
חז''ל זאגן אונז אז לשון הרע איז ערגער ווי עבודה זרה גילוי עריות און שפיכת דמים!!

חתן בחור » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:07 pm

· #558864
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
צוויי #
אין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

דערמאנט מיך פון א ספר וואס דער בעל מחבר האט געלעבט אין די צייטן ווען די ערשטע מיקראסקאפן זענען ערשינען. (אנטשולדיגט מיר, מיין זכרון לגבי ספרים ומחברים איז געפערליך שלעכט). מ׳האט דעמאלטס באטראכט זר״ע אינטערן גלאז, און מ׳האט געזעהן ווי ס׳געפונען זיך קליינע לעבעדיגע באשעפענישן וואס מאנעווערן זיך ארום איינס איבער׳ן צווייטן און לויפן ארום. פארשטייט זיך מ׳האט קיין סאך נישט געקענט זעהן אין יענע תקופה, און זיי האבן אנגענומען אז דאס וואס זיי זעהן זענען ממש גאר קליינע בעיביס מיט הענט און פיס, און איינמאל ס׳איז אינעם רחם פונעם מוטער הויבט עס אָן צו וואקסן גרעסער צו א פול סייז בעיבי.

דער מחבר פונעם ספר פירט אויס אז דאס צייגט אז מוז״ל איז ממש רציחה. צום אויספיר, בדרך כלל פסק׳ענט מען לויט די ידיעות און השגות פון יענע תקיפה וואס מ׳לעבט און. היינט ווייסט מען אז ס׳איז נער׳ישקייט, זר״ע פארמאגט בלויז צעלן, און מ׳הרג׳עט נישט קיינעם.

סביב העולם » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:08 pm

· #558865
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
כמעט אויף זיכער ס'איז דער שבט מוסר

עמרם » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:11 pm

· #558866
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
איך האב עס אמאל געזעהן אין ספר הברית

חתן בחור » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:35 pm

· #558868
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
איך פלעג זיין שטארק אריינגעטוהן אינעם ספר הברית, גאנץ מעגליך.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:48 pm

· #558872
יאפ, ס'געוועהן די איינציגסטע סייענס בוק אין די ישיבה'ס אוצר הספרים 🙂

חתן בחור » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:31 pm

· #558882
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
״סייענס״ 😂

כספי » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:50 pm

· #558883
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
חתן בחור #
צוויי #
אין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

דערמאנט מיך פון א ספר וואס דער בעל מחבר האט געלעבט אין די צייטן ווען די ערשטע מיקראסקאפן זענען ערשינען. (אנטשולדיגט מיר, מיין זכרון לגבי ספרים ומחברים איז געפערליך שלעכט). מ׳האט דעמאלטס באטראכט זר״ע אינטערן גלאז, און מ׳האט געזעהן ווי ס׳געפונען זיך קליינע לעבעדיגע באשעפענישן וואס מאנעווערן זיך ארום איינס איבער׳ן צווייטן און לויפן ארום. פארשטייט זיך מ׳האט קיין סאך נישט געקענט זעהן אין יענע תקופה, און זיי האבן אנגענומען אז דאס וואס זיי זעהן זענען ממש גאר קליינע בעיביס מיט הענט און פיס, און איינמאל ס׳איז אינעם רחם פונעם מוטער הויבט עס אָן צו וואקסן גרעסער צו א פול סייז בעיבי.

דער מחבר פונעם ספר פירט אויס אז דאס צייגט אז מוז״ל איז ממש רציחה. צום אויספיר, בדרך כלל פסק׳ענט מען לויט די ידיעות און השגות פון יענע תקיפה וואס מ׳לעבט און. היינט ווייסט מען אז ס׳איז נער׳ישקייט, זר״ע פארמאגט בלויז צעלן, און מ׳הרג׳עט נישט קיינעם.
יא, אבער דאס אז א מחבר ספר האט זיך טועה געווען, נעמט נאך נישט אוועק וואס חז"ל און דער תנדב"א זאגן.
אויסער אויב דו האלסט אז זיי האבן זיך אויך אזוי טועה געווען.

חתן בחור » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:25 pm

· #558890
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
כספי #
יא, אבער דאס אז א מחבר ספר האט זיך טועה געווען, נעמט נאך נישט אוועק וואס חז"ל און דער תנדב"א זאגן.
אויסער אויב דו האלסט אז זיי האבן זיך אויך אזוי טועה געווען.

דאס איז נישט עכט געוועהן מיין סיבה פאר׳ן עס שרייבן, ס׳האט מיך פשוט דערמאנט דערפון. אבער יעצט אז די דערמאנסט שוין, איך זעה נישט אז דער תנדב"א זאל זיין מאסגעבענד, ס׳איז נישט קיין הלכות, איך מוז עס נישט אננעמען. ווייטער וואס חז״ל זאגן איז דאך שוין באקאנט וואס די רמב״ם שרייבט איבער ידיעות חז״ל, זיי האבן זיך באצויגן צו וויסנשאפט וואס איז געוועהן אנגענומען אין זיייערע צייטן.

און ווי ס׳איז שוין געווארן גוט דורכגעשמועסט אין דעם אשכול.

צוויי » פרייטאג אפריל 12, 2024 12:39 pm

· #558982
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
חתן בחור #
צוויי #
אין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

דערמאנט מיך פון א ספר וואס דער בעל מחבר האט געלעבט אין די צייטן ווען די ערשטע מיקראסקאפן זענען ערשינען. (אנטשולדיגט מיר, מיין זכרון לגבי ספרים ומחברים איז געפערליך שלעכט). מ׳האט דעמאלטס באטראכט זר״ע אינטערן גלאז, און מ׳האט געזעהן ווי ס׳געפונען זיך קליינע לעבעדיגע באשעפענישן וואס מאנעווערן זיך ארום איינס איבער׳ן צווייטן און לויפן ארום. פארשטייט זיך מ׳האט קיין סאך נישט געקענט זעהן אין יענע תקופה, און זיי האבן אנגענומען אז דאס וואס זיי זעהן זענען ממש גאר קליינע בעיביס מיט הענט און פיס, און איינמאל ס׳איז אינעם רחם פונעם מוטער הויבט עס אָן צו וואקסן גרעסער צו א פול סייז בעיבי.

דער מחבר פונעם ספר פירט אויס אז דאס צייגט אז מוז״ל איז ממש רציחה. צום אויספיר, בדרך כלל פסק׳ענט מען לויט די ידיעות און השגות פון יענע תקיפה וואס מ׳לעבט און. היינט ווייסט מען אז ס׳איז נער׳ישקייט, זר״ע פארמאגט בלויז צעלן, און מ׳הרג׳עט נישט קיינעם.
וואס חז"ל זאגן טוישט זיך נישט,

ווילאנג ס'האט זיך נישט געטוישט די מציאות, טוישט זיך נישט זייערע מאמרים ופסקים, נישט קיין חילוק אין וועלכע דור מ'שטייט, און נישט קיין חילוק ווער ס'זאגט אנדערש.

טוישן די מציאות מיינט נישט אז מ'איז געוואר געווארן (אדער זיך איינגערעדט אז מ'איז געוואר געווארן) אנדערש ווי אין יענע צייטן, נאר די מציאות האט זיך טאקע געטוישט, למשל מיט נייע סארט כלים און אנדערע מדינות און אנדערע מענטשן.
ולאליבא דאמת, אין חז"ל איז אסאך מאל דא גזירות ושבות (שמא יעברנו וכו'), וואס זייער אסאך זאכן אפי' מ'האט שוין שפעטער נישט געדארפט מורא האבן פאר די גזירה, האט זיך די הלכה נישט געטוישט און מיר נעמען עס נאך אן אזוי עד היום הזה. (נישט אלעס איז אזוי, אבער זייער אסאך מאל איז עס אזוי, און אסאך מאל האבן אפי' חז"ל אליינס נישט צוריקגעצויגן דערפון אפי' ס'איז אוועק די גזירה נאך אין זייערע צייטן)

איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין מציאות'ער אין סייענס וכדומה צו וואס חז"ל האבן געזאגט האבן זיי געזאגט סתם וויאזוי ס'איז געווען אנגענומען אין יענע צייטן, און שפעטער איז מען געוואר געווארן נאך זאכן, (וואס אין אמתן זעט מען דאס שוין אין גמרא איבער די מהלך שנת וחודש הלבנה והחמה, וואס ס'איז געווען א מחלוקת פון שמואל מיט? (געדענק שוין נישט אויסענווייניג יעצט), און איינע פון דעי האבן געלעבט מיט איך מיין עטליכע הונדערט יאר פריער ווי די צווייטע, ממילא האט די צווייטער געזאגט מער פונקטליכער די חלקים וחלקי חלקים וויפיל טעג ס'איז א חודש און א יאר, און איך מיין מ'נעמט טאקע אן ווי די צווייטער, הגם אויב איינער גייט היינט זאגן אנדערש ווייל מ'גייט מיט די היינטיגע כלים געוואר ווערן אנדערש, גייט עס קיינער נישט אננעמען אין די אידישע וועלט)

איך וויל נאר אריינגיין אין די מציאות'ער לגבי די הלכה, וואס אויב חז"ל האבן געפסקנט עפעס געבעיסט אויף די מציאות, אפי' מ'האט שפעטער געזעהן אז ס'איז נישט ממש אזוי ווי זיי זאגן, טוישט זיך אבער נישט די הלכה, און נאכדערצו ווען חז"ל זאגט נישט פונקטליך ארויס די סיבה בפרטית פארוואס זיי האבן געזאגט אזוי, נאר שפעטער האט מען אליינס געטראכט די סיבה לויט די דעמאלטס'דיגע מציאות'ן, און נאך שפעטער איז מען געוואר געווארן אז ס'איז נישט אזוי, אדער גייט איינער אליינס טראכטן וואס די סיבה פון חז"ל איז געווען לויט די ידיעות אין מציאות וואס מ'האט דעמאלט'ס געהאט, און לויט דעם וויל ער זאגן אז היינט קען מען זיך פירן אנדערש לקולא או לחומרא, נעמט מען נישט אן וואס ער זאגט (ואולי נחשב לכפירה בדברי חז"ל), און דאס איז אויך לגבי סוחטי שוחטי ילדים.
בלאט: 1 2