אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7584
אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
א גוטן צו אלע מיטגלידער דא.
איך בין אן אלטע ליינער דא, אבער איך מיין אז דאס איז מיין ערשטע תגובה.
איך וויל אויסשמועסן א טעמע וואס איז מן הסתם נוגע נאך מענטשן דא, און איך האף אז מיט'ן שרייבען און אויסשמועסן דא וועט מען קענען אביסעל מברר זיין דעם ענין.
ס'איז שוין געשמועסט געווארען כמה פעמים בדרך אגב, אבער איך מיין אז ס'איז דערווייל נאכנישט ארויסגעברענגט געווארען מיט באק ציינער.
איך וועל עס רופן "אינטערנעט עדיקשאן" אבער באמת מיין איך צו רעדן פון סעק*ס עדיקשאן וואס עפ"י רוב ווערט היינט געטוהן אויפען אינטערנעט.
איך וועל אנפאנגען מיט די מציאות הדברים.
דער בוכ"ע האט באשאפען זיינע ברואים, מענטשן און בע"ח, אז זייער סיסטעם מאנט פון זיי זיך אויסצוגעבן די סעקסשואלע געברויך א יעדע שטיק צייט, אנדערש ווי א מענטש דארף עסן, טרינקען, שלאפן מיום הוולדו, ווערן אבער די סעקסשואלע געברויכען און הארמאנען דעוועלאפט צוביסלעכווייז, אויף פארשידענע אופנים, יעדער מענטש לויט זיין פיזישע און מענטאלישע געבוי, און פארשטייט זיך לויט די געזעלשאפט וואו ער ווערט ערצויגן.
פארשטייט זיך ביי יעדעם ארבעט עס אנדערש, ס'איז דא מענטשען מיט גאר סענסיטיווע היצליכע הארמאנען, וואס ווערט אנגערופן א הויכע ס**ס דרייוו, און ס'איז דא מער רואיגערע נאטורן וואס קענען זיך מער באהערשן זייערע הארמאנען.
דאס אלעס ביז אהער איז נארמאל.
ס'איז אבער דא אזאנע וואס דאס גייט צו א ווייטערדיגע שטאפל, ס'ווערט אן עדיקשאן.
בעפאר איך פאנג אהן וויל איך מקדים זיין, אז כמה פסיכאלאגען און דאקטורים זענען נישט מכיר אין די מציאות פון ס**ס עדיקשאן, והספרים פתוחים יעדער קען דאס נאכקוקן, אבער באמת צו ס'הייסט פונקטליך עדיקשאן צו נישט איז נישט אזוי ווייט נוגע, דער פראבלעם איז זיכער א פראבלעם וואס פלאגט א געוואלד פון מענטשן איבער די גאנצע וועלט.
מ'רעדט פון מענטשן וואס זייער סעקסשואלע געברויך נעמט זיי איבער און זיי האבען נישט קיין שליטה איבער דעם, זיי טוהען זאכן וואס זיי וואלטן נישט געוואלט טוהן, זיי פארברענגען שעות ע"ג שעות פון זייער טייערע צייט, זיי פארפאסן אפערטוניטיס אין לעבן, זיי גייען אויף פלעצער ווי זיי וואלטן נישט געוואלט גיין, ווען די בולמוס כאפט זיי אהן קענען זיי ארויסגיין פון גלייכגעוויכט בכמה מיני אופנים, איש איש כפי מצבו ועדיקשינו.
בכלל ווערט די סעקסשואלע געברויך א זאך וואס שטערט און לאזט נישט דעם מענטש אנקומען צו זיינע ריכטיגע לעבנס ציהלען, צוביסלעך ווערט ס**ס דער ענטפער אויף א יעדע קאנפליקט און א יעדע געפיל, דער מענטש הערט אויף צו שטייגן און פאלט אריין אין א סירקעל פון עדיקשאן, מ'לעבט אין א פארנעפעלטע חלום, מ'שפירט נישט קיין קאנסיסטענט געפילן. מ'קען שרייבען און שרייבען און נישט אויפהערן צו שרייבען וואס דאס טוהט צו דעם מענטש, די שורש איז אבער אז דער מענטש איז נישט אין קאנטראל פון זיך אליינס, און דאס צו'הרג'עט א מענטשנ'ס סיסטעם.
ווער ס'ליידט פון דעם, און ער איז אפן מיט זיך, ווייסט אליינס וואס פאר א חורבן דאס איז. די מציאות איז אבער אז זייער אסאך פון דיע וואס לעבן מיט דעם פראבלעם, לעבן אין denial, זיי גייען זיך אויסגעבן און נאכדעם לויפן זיי אוועק פון דעם, און פארגעסן בכלל ווי זיי זענען געווען. זיי קענען נישט משלים זיין אז איך "הרב פלוני" זיצט שעות אויף פארן וועבזייטלעך און איז זיך ממשמש בידים כמה פעמים ביום או בשבוע או בחודש, ס'שטימט נישט מיט זייער מציאות, מיט זייער בליק אויף זיך אליינס, מיט זייער קאמיטמענט צו זיין ווייב און קינדער, מיט זיין קאמיטמענט צו גאט וכו', ממילא לעבן זיי אין דינייעל, זיי דערשטיקן דעם אנגייענדיגע מציאות. דער פראבלעם פון לעבן אין דינייעל איז א צרה פאר זיך ,א מענטש וואס האט א גאנצע באהאלטענע לעבן וואס ער באהאלט פון זיך, פון זיין משפחה, פון זיין גאט, וכו', אזא מענטש ווערט דיסטארטעט, ער שטימט נישט, ער איז אפאר מציאות'ן, ער שטימט נישט מיט זיך אליינס, ער איז נישט בשלום מיט זיין מציאות, ער לויפט פון איין מציאות צום אנדערן.
די תוצאות פון אזעלכע מענטשן איז ביי יעדעם אנדערש, ס'דא אזוינע וואס ס'וועט גורם זיין צו מאכן פארשידענע דראסטישע שינוים אין זייער לעבן, זאכן וואס זיי האלטן נישט באמת ביי דעם,אבער דעם גרויסן דחף פנימי שטופט זיי און נעמט זיי איבער, און פון גרויס פרעשור טוען זיי זאכן וואס זיי האלטן אז ס'וועט זיי העלפען זיך באפרייען פון די עדיקשאן, ס'דא אזאנע וואס מאכען שלום מיט די מציאות איך קען מיך נישט באהערשן, און שטעלן זיך אויס אזא דאבעל לייף סיסטעם, זיי געבן אויף זייערע גאולס און זיי לעשן זיך אויס זייער סיסטעם, נישט זעענדיג קיין מהלך ארויס פון זייער תפיסה.
ס'וועט אוודאי זיין אזעלכע דא וואס וועלען צוטשעפענען דעם פראבלעם צו אונזער אזוי גערופענע "סיסטעם", די ווייבער זענען שולדיג, זיי זענען צו פרום, די תורה איז שולדיג מיט'ן געבן איסור נדה וכו', למעשה כד נעיין איז די פראבלעם א גלאבאלע, עס פלאגט מענטשן פון אלע ראסעס, רעליגיעס, בעקגראונדס, איז זעהט זיך אויס אז די וועלטליכע סיסטעם איז פונקט אזא גורם ווי אונזער לאקאלע סיסטעם.
(ס'איז דא ביי אונז אזעלכע וואס לעבן א דאבל לייף נישט אלץ עדיקשאן, נאר אלץ קאמיוניטי פרעשור, אבער איך רעד נישט פון דיע סארט).
למעשה ווער ס'דרייעט זיך אויף די אינטערנעט ווייסט פון די וועבזייטל guard your eyes, זיי גייען מיט די 12 סטעפ מהלך וואס איז אריגינעל פארמירט געווארען פאר אלקאהאל עדיקשאן, ווי מיליאנען מענטשען איבער די וועלט וואס האבען טרינקען פראבלעמען קומען זיך צאם יעדען טאג צו די סארט גרופעס און ארבעטן אויף די 12 סטעפס. די וועבזייטל ווערט אנגעפירט דורך דעם אלעמען באקאנטן ד"ר ר' אברהם יהושע טווערסקי, ובלע"ז A J Twerski, ווער ס'האט נאר אמאל מעיין געווען אין זיינע ביכער ווייסט צו זאגען פון זיין גרויסע אנהענגעניש אין די 12 סטעפ פראגראם, ביי עם איז עס א בחינה פון הפך בה והפך בה דכולא בה, און ס'ווערט גע'חזר'ט אין זיינע 50 ביכער בכמה אנפין, און ווי ער שרייבט גייט ער אליינס צו די מיטינגס און ער ארבעט אוכט אויף די 12 סטעפס (וצ"ע אם סיבת בואו הוא משום איזה אחיזה של עדיקשאן שיש לו, או רק שנראה לו מהלך החיים של הי"ב מדריגות, ויש כמה מצדדים לכאן ולכאן, ולא אאריך בדברים שאינם נוגעים למעשה. יש לו ג"כ ב"א מרדכי טווערסקי מפלטבוש, אדמו"ר מהארנאסטייפעל או אדמו"ר מהאגאטשאוו בפי כמה, והוא כמו דודו ג"כ חסיד נלהב מכל הנ"ל, ואכמ"ל).
די 12 סטעפס איז א סוגיא ארוכה מאד, ס'האט אין זיך אסאך אינטרעסאנטע חלקים, און איך וועל אפשר שרייבען אמאל מער באריכות.
למעשה די סטאטיסטיקס ווייזן אן אז ווען ס'קומט צו ס**ס עדיקשאן האט די 12 סטעפס א קליינע סוקסעס רעיט.
מיין מטרה אין דעם אשכול איז:
ווער ס'ווייסט מער וועגן דעם נושא, ווער ס'וויייסט פון אזאנע וואס זענען ארויס פון דעם, סעלף העלפ ביכער, טעראפיסטן, וכו', ווערט געבעטן בואו לאחיכם לעזרה, ס'איז זיכער דא צווישען די ליינערס וואס קענען נוצן הילף למחצה לשליש ולרביע.
ווי אויכעט אויב איינער וויל עפעס מגיב זיין און איז נישט באקוועם צו ניצען זיין ניק, קען מיר אישי'ען און איך וועל עס ארויפשטעלן.
ניקסאן, האסט זייער גוט אראפגעלייגט דעם פראבלעם, יעצט ווארטן מיר צו הערן אן עצה. דו זאגסט אז די 12 סטעפ טויג נישט, נו וואס איז יא די ריכטיגע וועג?
איך וועל אנפאנגען אביסעל מיט די ערשטע סטעפ פון די 12 סטעפס מהלך.
די ערשטע סטעפ איז ארויסצוגיין פון דינייעל און מכיר זיין אז מ'איז ערענסט אין פעקל, מ'איז אין א תפיסה פון די אייגענע עדיקשען, און מ'האט נישט קיין וועג ארויס! מ'איז overpowered פון א עדיקשאן און מ'האט נישט קיין שום אייגענע כח עס איבערצוקומען, אויף אזוי ווייט, אז מ'דארף זיך באטיטלען אלץ אן אלקאהאליק אדער סעקסאהאליק,אדער געמבאהאליק וכו'.
ד.ה. איך בין א סארט מענטש וואס האט א מיחוש פון א עדיקשען וואס די עדיקשען איז חי וקים and Here to stay,
ס'גייט נישט קומען עפעס א מצב אין לעבן וואס גייט פארגרינגערן די עדיקשאן, די עדיקשאן איז דא אין מיין סיסטעם.
יעצט בעצם די ערשטע נקודה פון די סטעפ, אז דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם וואס פליהט נישט אוועק, און מכיר זיין אז מ'איז עדיקטעט, דאס איז א מאסט אין יעדע מהלך. אויב א מענטש לויפט אוועק פון דעם פראבלעם גייט ער עס קיינמאל נישט לייזען.
די 12 סטעפ זאגט דיר אבער נאך א זאך, פרוביר נישט צו אויספיגורען א וועג וויאזוי איבערצוקומען דאס, ווייל דו גייסט נישט קענען! דאס איז שטערקער פון דיר.
ווי די ספרים לייגען אראפ א משל ווען מגייט אין מלחמה איז די סדר אז אויב האט מען געפאנגען די גענעראל האט מען אויטאמאטיש געווינען די מלחמה , די זעלבע ביי מלחמת היצר אויב איז מען מכניע די תאווה וואס איז די שפיץ אין די שווערסטע פון אלע האט מען געווינען די מלחמה. אשר על כן עס איז שווער אין סדארף אזוי זיין אבער דעס איז די שליסעל צי אלעס ...
איך וויל נאר ארויסברענגען ווי וויכטיג ס`איז יעצט לאמיר צוריקגיין צי הערן די עצות . אז נדברו איש אל רעהו
Yossyווי די ספרים לייגען אראפ א משל ווען מגייט אין מלחמה איז די סדר אז אויב האט מען געפאנגען די גענעראל האט מען אויטאמאטיש געווינען די מלחמה , די זעלבע ביי מלחמת היצר אויב איז מען מכניע די תאווה וואס איז די שפיץ אין די שווערסטע פון אלע האט מען געווינען די מלחמה. אשר על כן עס איז שווער אין סדארף אזוי זיין אבער דעס איז די שליסעל צי אלעס ...
איך וויל נאר ארויסברענגען ווי וויכטיג ס`איז יעצט לאמיר צוריקגיין צי מטכס עצות זיין. אז נדברו יראי ה איש אל רעהו
זיי זענען נאך יראי ה'? די סעקסאהאליקס.? הא...!
איך מאך נאר א ווערטל. שרעקט אייך נישט' קינדערלעך... 😂
זעט אויס האסט שוין פארגעסן וואס די יצר פון ימי הבחרות איז, 😃
פארשטייט זיך אז יעדער לפום דרגא דיליה האט זיך זיינע שוועריקגייטן, אמאל אפילו נאר במחשבה, טאמער נישט לכאורה דארף מען באזוכען א דאקטער, נישט אזוי?
[ציטאט אראפגענומען]
ער טוט עס נישט
ווער זאגט ס'איז דא אן עצה?
אפשר איז דאס זיין חובת האדם בעולמו, צו פייטען יעדען טאג, און אמאהל אויפטוהן און אמאהל נישט.
בכלל איז עפעס דא אן איינרעדעניש אז פאר יעדעס קרענק איז דא א רפואה. אמאהל איז די קרענק אליין די רפואה. יעדעס עדיקשאן טוט פלאצען ווען עס גייט ארויס פין די גדרים, און אויב איז עס נאך אין די גדרים דארף עס אפשר נישט הייסען א קרענק.
לאמיר זאגען למשל איינער האט א תאווה אז לכל הפחות איינמאל א וואך טאפט ער זיך
ווען די בולמוס כאפט זיי אהן קענען זיי ארויס גיין פון גלייכגעוויכט בכמה מיני אופנים איש איש כפי מצבו ועדיקשינו.
מאי כל הרעש?
לדעתי ווען איינער איז אן אלעקהאליק, און טרינקט אינדערפרי עד כדי שכרות און קען נישט אנגיין מיט דער טאג, איז עס א פראבלעם, נישט אז ער טרינקט נאר אז ער קען נישט ארבעטען און האבען א טאג.
די זאך פין די אינטערנעט, איז לאו דוקא א זאך וואס מאכט חרוב א דאס לעבען פין א מענטש, נאר ווען ער לאזט עס גיין אזוי ווייט אז ער מאכט חרוב. און לדעתי געשעהט עס נישט אזוי אפט.
כבוד פרעזידענט ניקסאן ירום הודו
געוואלדיג! גוט אראפגעלייגט און ארויסגעזאגט די מציאות, אבער היצט דארף מיר איינער דעם אנדערן געבען עצות, נישט בלייבן ביי דעם, ביים פארשטיין אז דאס איז א צרת רבים און ממילא א חצי נחמה.
זייער שווער צי אנרופען א מענטש סעקססוהאליק וכדו', פונקט ווי א מענטש איז נישט אטעמאליק און עסענאליק און טרינקענאליק, אפילו איינער עסט מער און איינער נאך מער אבער דער בוכ"ע האט אזוי באשאפען דער מענטש, אין דאס איז אן הכרחי און אין די טבע, אלקעהאל איז נישט קיין הכרח אבער טאמער כאפט ער זיך צי צי דעם ביטערן טראפ אויף א אבנארמאלען אויפן איז אלקאהאליק וכדו', און טאמער ווערט ער געכאפט אין ניאוף לויפט נאך זכרים און נקיבות איז ער סעקסוהאליק, אבער מיר רעדען פון אפילו סתם המון עם וואס עסן טרינקען שלאפען און משגל איז אויף א נארמאלען אופן, עכ"ז הערשט א גרויסע עדיקשאן פראבלעם, און אוף דעם האט אים די בוכ"ע געגעבען דעת מער ווי א בהמה וואס נאר ער עסט טרינקט שלאפט און משגל'ט ארום ער זאל קענען ארבייטן און זיך אויס'מענטש'לען.
דער מבחר אנושי האט דער דעת וואס דארף שולט זיין אויפ'ן לב, דהיינו אפילו א גוי להבדיל מיז זיין עטוואס מח שליט על הלב ווייסט אז אנדעם איז ער קיין מענטש נישט, טאמער ער באהערשט זיך נישט גארנישט אויף זיינע גליסטעניטן איז ער בגדר בהמה/חיה, כש"כ א איד וואס איז עם הנבחר מוז מער ארבעטן אויף דעם געביט פון שליט זיין דער מח על הלב אזוי קען ער מער מגדיר זיין עריות, כיעור וכדו' און אוטומאטיש אנקומען נענטער צו קדושה.
פארשטייט זיך אז דער יצר איז בוער כתנור אויף יעדעם איינעם אן אויסנאם, נאר די טעמפרעטור פונעם תנור איז נישט ביי יעדעם גלייך, און ביי וועם דער אויווען איז הייסער האט א שווערער ארבייט זיך צי באהערשען ער זאל קענען ווערען אנגערופען מענטש / איד, און ביי וועם די פלאם איז אויף א קלענערעם גראד איז די ארבייט אביסעל לייכטער, אבער אן עבודה איז דאס פאר יעדעם.
דאס איז קלאר אז די אינטערנעט והמסתעף האט אונז געמאכט די ארבייט פילפאכיג שווערער און ביטערער! ווייל ווי נישט ווי איז די בושה פארלאפען דער וועג - ביי אייינעם איז עס געוועהן בושות אויף צי קויפען מאגאזינען, און ביים לעצטען צו גיין אין טיאטער און אלעס אינדערצווישן, אין ביי מאנכע ווי די כלי המעשה האט שוין גומר געוועהן, אבער די בושה און די זעלבסט עהרע, פאר זיך אדער פאר די משפחה / גיטע פריינט וכדו' האט אסאך אפגעהאלטן, און מיט די דיע ביטערע אינטערנעט נסיון איז די אויבנדערמאנטע נישט שייך, און אויך איז דאס אזוי גרעפיקל ווי קיינמאל בעפאר, ממילא איז עס אזוי פלאקערדיג און כמעט גארנישט שטייט אים נישט אין וועג אזש ביז ער ווערט קראנק ל"ע און עדיקטעד וכדו' און ביי יעדעם איינעם ווי ווייט עס גרייכט.
עצות:
זייער שווער צי זאגען... ווייל ביי יעדעם איז די מציאות אנדערש, סיי ווי ער האלט, ווי עדיקטעד ער איז שוין, וויפיל עס שטערט אים נאך, און ווי ווייט ער האט שוין ליידער שלום געמאכט מיטן מצב, וכדו' וכדו', אבער דאס איז איינמאל זיכער אז אנדעם וואס ער אליין זאל מחליט זיין עד כאן אומרים בשבת הגדול וועט קיינער אים נישט קענען העלפען אדער אפהאלטען! נישט קיין כינוס כללי און אויך נישט קיין כינוס פרטי, אפשר אויף א קורצע וויילע יא - הגם דאס איז אויך זייער חשוב - אבער נישט קיין לאנג טערמיניגע עצה.
דאס איז אויך קלאר אז מיט'ן זיך נאכגעבן דער פת בסלו איז א שטיקעל ישועה און מהלך, דהיינו זוכן עצות אז זיין בעדרום לייף זאל אים שטארק זעטיגען, און אויפן געוועלבעל זאל ער כאטש זיצען אביסעל מאחורי (וואס איך טוה היצט 😳 ) און אנדערע סייטס וואס איז נישט פארנאגראפיע, און א פילטער וואס וועט אים אביסעל העלפן זיין אייגענען רצון זיך עטוואס צוימען און דערנאך מאכען אייגענע גדרים און סייגים קנסות וכדו', ווי איך ווייס פון איינעם וואס גיט 100 דאלער פאר ר' מאיר בעל הנס נאך יעדע פארנאגראפיע סייט וואס ער האט באזוכט (זיך מקבל געוועהן נישט צו באקומען כבוד אויף דעם נאר עס געבן אין פושקע וואס נאר גאט ב"ה אליין וועט וויסן פון דעם און קיינער מער) אזוי ארום איז ער האלב פטור פון די צרות... אויב ביי איינעם איז 100 נישט גענוג קען ער מאכען מער, אבער די ווארט איז עס זאל ציפן אביסעל אין טאש וכדו' ווי דאס קען העלפען זיי אייגען אינערליכע רצוניות זיך זעהן אינדרויסן פון די דרע*ק.
און פארשטייט זיך א תפילה לקל חי אז עס זאל אים גיין גרינג דער וועג ארויס און אז ער האלט זיך נאר אפ פארן זיין א גאט'ס פארכטיגער מאן - אפילו וויזוי ער קוקט אויס - און בעזהשי"ת קריכט מען צוביסליך ארויס, ווי יענער האט גאזאגט: מיט סייעתא דשמיא, דעם רבי'נס כח און אייגענעם רצון קען מען אלעס גרייכען.
ר' שלמה המלך: יחי המלך: כ'האב פונקט נעכטן אינדערפריה ביי שחרית געזעהן אין מיין ביהמ"ד ווי איינער רוקט אריין א פאר מאות אין די ר' מאיר בעל הנס פושקע. כ'האב מיך זייער שטארק געווינדערט "וואס האט ער שוין געקענט אנשטעלן"? יעצט פארשטיי איך...!
berlbalagulehר' שלמה המלך: יחי המלך: כ'האב פונקט נעכטן אינדערפריה ביי שחרית געזעהן אין מיין ביהמ"ד ווי איינער רוקט אריין א פאר מאות אין די ר' מאיר בעל הנס פושקע. כ'האב מיך זייער שטארק געווינדערט "וואס האט ער שוין געקענט אנשטעלן"? יעצט פארשטיי איך...!
אויב מען גיבט פריער באקומט מען א דיסקאוינט, האלב די פרייז.....
😃 גיט גיט אלקא דמאיר ענני 😃
כא'געהערט אז קופת העיר שיקט אראפ א ספעציעלע אויסגעקליבינע מנין מיידלעך פאר 180$... אגב וואס אויב כ'מאך א גדר אז איך קוק נאר אויף סייטס וואס קאסטן געלט, הייסט דאס א קנס, אדער ס'מוז זיין צדקה ?
קומסט מיר פאר ווי דער בחור אין ישיבה ווען די משגיח האט אים פארגעהאלטען היתכן ער עסט א אייזקרים קוין אינמיטען די גאס מיט זיין חאלאט און הוט, פרעגט ער אים די שעמסט דיך נישט? ענטפערט דער בחור יא! איך האף מיט די בושה אפצוקומען די גראבע עבירה פון עסן אייז קרעם.....
עכ"פ די ווילסט מיטן באצאלן פארן שמיץ יוצא זיין די קנס אין גדר ערוה.... כ'הער.. אפ טו יא, איטס יאר אוין טשויס,
#סמארט איידיע
, און אויפן געוועלבעל זאל ער כאטש זיצען אביסעל מאחורי (וואס איך טוה היצט 😳 )nv vpay czv
ואימא איפכא, און אויפן געוועלבעל זאל ער כאטש זיצען אביסעל מאחורי (וואס איך טוה היצט 😳 )nv vpay czv
וואס מיינט איר מוט דעם
א מענטש רעדט צו זיך.
# פאני
בכל דור ודור איז געווען גילו עריות במלואו. אויב מיינט איר אז פאר טויזענט יאר צוריק איז די וועלט געווען בעסער אן פארנאגראפיע האט איר א טעות. עס איז אמת אז פארנאגראפיע האט געצויגן דעם שטריקל מיט א שטארקן קראפט, אבער עריות האט אייביג געבוזשעוועט מאז בריאת העולם. באוויסט די מעשה אז איינער פון די תנאים האבן אראפגעריסן א תנא פארן דינען עבודה זרה, איז ער געקומען צו אים אין חלום און געזאגט: אז ווען דו וואלסט געלעבט בימי וואלסטו געלאפן דינען עבודה זרה, מה הפשט?
עבודה זרה מיינט נישט נעמען א ציגל און זאגן דו ביסט גאט. עבודה זרה מיינט ווערן פאר׳כישופ׳ט אין זאך וואס נעמט דיר ארויס פון די גלייזן. ״א פרעמדע דינעריי״. אין ברסלוו צירקולירט א שטארקן מאמר: ווען דו זעסט א שיינע פרוי און כלתה עליו הרעה, דו ווערסט נשתגע, דינסטו עבודה זרה. אלעס באלאנגט דאך צו גאט, עס איז זיינס! וואס ווערסטו משוגע פארן באדינער אינדרויסן פונעם פאלאץ? גיי אריין אינעווייניג און קוק אויפן קעניג אליין! דאס מיינט עבודה זרה.
די דמיונות פון עריות זענען שרעקליך נגד השכל, איך וויל נישט אריינגיין גראפיק, אבער ווען איינער נעמט די ביישפיל אז מען פלעגט ׳ארויסגיין אויפן געטשקע״ איז דאס נישט געווען סתם א טראדיציע, דאס איז געווען א ראמענטישע תאוה וואס האט געהויבען די הערמאנען פונעם מענטש פונקט ווי ״פארן ואביזירייהו״.. עס איז געווען א אויסטערלישע תאוה אן קיין גרעניץ. עס איז געווען די אינטרנעט אין 3D...
נחזור לענינינו, אן פארשטיין גרינטליך די פאראלעל, וויל איך ארויסברענגן די געדאנק הנכתב למעלה. פארנאגראפיע האט געשטורעמט די וועלט בכל דור ודור, נאר יעדענס מאל אין א אנדערע פארום און ווערסיע.
די מלבי״ם אין פרשת בראשית שרייבט א מוראדיגע זאך ביי די פרשת הבריאה, ער זאגט: א בהמה האט די תאות המשגל נאר ווען ער דארף עס האבן פאר די המשכת הבהמה צו געבוירן, די רגע כשהסתיים פארלירט די תאוה ביזן קומענדען מאל. ווייל אויב נישט וואלט ער אויסגעגאנגען, וויבאלד ער האט נישט קיין שכל וואלט ער געוואוינט בלי הרף. א מענטש אבער האט די תאוה קשורה בו ככלב, יעדן רגע פון טאג, און זיין טשעלענדזש איז זיך מתגבר זיין וויבאלד ער האט שכל.
די עצה?
רחבה מני ים.
עס איז א שרעקליכן חרב המהפחת וואס פארלענדט די מין אנושי סיי פון אידן און גויים צוגלייך. אסאך לענדער בלאקירן טאקע פארנאגראפיע אויף זייערע אינטרנט. וואס הייסט, מען דארף דאך פרידאם? זיי פארשטייען אויך דאס צושאקעלט די מענטשהייט. רוף זיי דיקטאטורן אז דו ווילסט.
ביל געיטס האט געהאט מציע געווען אז אלע פארן סייטס זאל לויפן אויף איין דאמעין נאמען און אזוי וועט מען גרינג קענען קאנטראלן פארן. אבער עס האט זיך גארניקס אויסגעלאזט מאמענטאל.
פילטער?
שוואכע עצה. רוב מאל מאכט דאס ערגער, ווייל עס האט נישט אויסגעלאשן דיין פראבלעם, נאר פשוט עס באהאלטן, נו, וועט ער דאך מער וועלן קוקן א דאנק דעם.
עס זענען דא פאקטארן וואס שפילן צו דעם מענטש צו פארנאגראפיע, און אויב מען טוט דערגיין דעם פאקטאר און עס לעזן, קען עס צומאל דערשטיקן דעם עדיקשען. ווי למשל פת בסלו.
ע"ז איז ע"ז, ג"ע איז ג"ע. מ'דארף נישט מאכן א קוגל פון די צוויי צו פארשטיין די תאוה פון ע"ז, צו פארשטיין תאות ע"ז דארף מען נישט מער ווי זיך אומקוקן ווי אזוי ס'גייט צו א היינטיגע רבי'שע מצוה טאנץ.
מאטיע"ז איז ע"ז, ג"ע איז ג"ע. מ'דארף נישט מאכן א קוגל פון די צוויי צו פארשטיין די תאוה פון ע"ז, צו פארשטיין תאות ע"ז דארף מען נישט מער ווי זיך אומקוקן ווי אזוי ס'גייט צו א היינטיגע רבי'שע מצוה טאנץ.
איך וואלט אויך נישט געוואלט מאכן א קוגל פון די צוויי, אבער הנסיון יורה אז זיי זענען אינטערגראלע שותפים לדבר עבירה. איך פארשטיי אויך אז דאס שמעקט נישט דעם מענטש. ווען איינער איז מבוסם בעריות וויל ער נישט מען זאל האקן א טשייניק פון עבודה זרה, אבער די מדע וחכמה טוען ערקלערן אז שניהם עולים בקנה אחד. פון איין עבירה פארשטייט מען דעם צווייטן. עס איז דברים פשוטים מאוד. אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין.
אבער הנסיון יורה אז זיי זענען
אבער די מדע וחכמה טוען ערקלערן
דאס זענען נעמען פון ספרים? טערמינען? ווי קען איך זיי נאכקוקן? מוז איך נעמען דיין ווארט דערפאר?
איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין גראפיק דערפאר האב איך עס געשריבן בקצרה. און מיט קורצע זאצן. קענסט זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי אויב דו ווילסט עס בעסער אויסוועלגערן.
הצלחה.
די דמיונות פון עריות זענען שרעקליך נגד השכל, איך וויל נישט אריינגיין גראפיק, אבער ווען איינער נעמט די ביישפיל אז מען פלעגט ׳ארויסגיין אויפן געטשקע״ איז דאס נישט געווען סתם א טראדיציע, דאס איז געווען א ראמענטישע תאוה וואס האט געהויבען די הערמאנען פונעם מענטש פונקט ווי ״פארן ואביזירייהו״.. עס איז געווען א אויסטערלישע תאוה אן קיין גרעניץ. עס איז געווען די אינטרנעט אין 3D...
אמ''ג ווי האסטו אויפגעפיקט דער געדאנק?? טאמיר כ'מעג זאגען מיין איך ביסט דיך אביסל טועה, אבער מ'האט געשמועסט אז מ'גייט נישט גרעפיג..
זייער שיין ניקסאן פארן עפענען אזא אשכול. איף האב שוין מיטגעהאלטען אפאר קעיסעס כ'ווייס נישט צו מ'קען עס אנרופען עדיקשען אבער זיכער ערגער פון עוורידש, ביי יענע קעיסעס איז די עדיקשען געווען א תוצאה פון אן אנדערע פראבלעם. ס'האט געפעלט שמחת חיים אדער א נישט פאסיגע דזשאב אדער נישט אינגאנצען מסודר מיט שלום בית דהיינו ער האט נישט געפילט אז מ'דארף אים באמת האבען. און וועגן דעם איז געווארען א מיני דיפרעשען און פון דעם האט זיך דעוועלאפט א שטיקל עדיקשאן נאכדעם וואס די אנדערע זאכן זענען געווארן מסודר ב"ה איז געווען סאך גרינגער צו ארבעטען אויף די עדיקשען.
ס'דא א ווארט פון ר"ר פנחס קאריצער זי"ע אז ס'דא מענטשן וואס זייער עבודה אויף די וועלט איז זיך אויסצוארבעטען צו זיין פריילעך נישט בעצבות, וועגן דעם פלאגען זיי זיך מיט מרה שחורה, און ווען מ'איז מרה שחורה פאלט מען דאך אריין אין תאוות, ממילא ווערן זיי נאך מער בעצבות איז דא נאך מער תאוות וחוזר חלילה. די עצה איז צו ארבעטען אויף שמחה אין יעדע פאל. דער שערי תפילה שרייבט אז די וועג איבערצודרייען דעם יצה"ר פאר א יצ"ט איז דורך שמחה!
ניקסאן
למעשה ווער סדרייעט זיך אויף די אינטערנעט ווייסט פון די וועבזייטל guard you're eyes,זיי גייען מיט די 12 סטעיפ מהלך וואס איז ארגענעל פארמירט געווארען פאר אלקוהול עדיקשעין,ווי מיליאנע מענטשען איבער די וועלט וואס האבען טרינקען פראבלעמען קומען זיך צאם יעדען טאג צו די סארט גרופעס,און ארבעטען אויף די 12 סטעיפס,די וועבזייטל ווערט אנגעפירט דורך דעם אלעמען באקאנטען ״דר׳ ר׳ אברהם יהושע טווערסקי ובלע״ז A J Twerski,ווער סהאט נאר אמאל מעיין געווען און זיינע ביכער ווייסט צו זאגען פון זיין גרויסע אנהענגיניש און די 12 סטעפ פראגראם,בא עם איז עס א בחינה פון הפך בה והפך בה דכולא בה,און סווערט געחאזערט און זיינע 50 ביכער בכמה אנפין,און ווי ער שרייבט גייט ער אליינס צו די מיטינגס און ער ארבעט אוכט אויף די 12 סטעפס,(וצ״ע אם סיבת בואו הוא משום איזה אחיזה של עדיקשעין שיש לו,או רק שנראה לו מהלך החיים של הי״ב מדריגות, ויש כמה מצדדים לכאן ולכאן,ולא אאריך בדברים שאינם נוגעים למעשה,יש לו ג״כ ב״א מרדכי טווערסקי מפלטבוש,אדמו״ר מהארנאסטייפעל או אדמו״ר מהאגאטשאוו בפי כמה, והוא כמו דודו ג״כ חסיד נלהב מכל הנ״ל ואכמ״ל).
ארויפגעברענגט לרגל די פטירה פון דעם אדם גדול ע"ה.
עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.
אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.
דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.
ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.
דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.
ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.
און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.
תשבי רעדסט ווי א צולייגער, אבער ביסט נישט גערעכט.
ס'איז קלאר יא פאראן, ואכמ"ל.
אלו ואלו דברי אלוהים חיים, פון א פעסטע אמונה׳דיגע פערספעקטיוו איז עס זיכער מעגליך, ווי שוואכער די אמונה אלס שוואכער עס צו האלטן ווי שוין
דא באשריבן. (הגם איך מיין אז ס׳דא
זייער ווייניג מענטשן וואס האבן אזא שטארקע אמונה אין דעם איסור, אבער מעגליך איז עס.)
שמעקעדיגתשבי רעדסט ווי א צולייגער, אבער ביסט נישט גערעכט.
ס'איז קלאר יא פאראן, ואכמ"ל.
ואין כאן המקום להאריך.
ווי יא?
איך קען פארשטיין אז מען טוט אויף אז מען גיבט מענטשן וואס ליידן א מסגרת ווי מען איז זיך מחזק, און ממילא לעבט מען אויף יענעמ'ס געפילען, דהיינו אבער ווייל זיי מיינען איך בין א צדיק, אדער ווייל מען גיבט חיזוק פאר אנדערע און מען באקומט סיפוק פין דעם.
איך שיהיה איז עס א גרויסע פארס.
איך פארשטיי נישט, מ’קען דאך לייגן א פילטער אויף די כלים, אזוי דארף מען איינמאל צוברעכן די יצר הרע, און נאכדעם קען מען שוין נישט צוקומען צו די טריפהנע סייטס.
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף.
קיין איין פילטער איז נישט פערפעקט (חוץ א ווייטליסט).
און אסאך עפפס קען מען נישט פילטערן, א שטייגער ווי טעלעגראם.
עס העלפט אז מען זאל נישט דורכפאלן אזוי אפט, אבער אז די תאוה ברענט איז עס נישט קיין אפהאלט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
זעה ווי די זאגסט די תאווה ברענט, מען מישט צופיל תאווה מיט עדיקשען.
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף.
חוץ פון תאווה איז דא עדיקשאן. תאווה האט יעדער געוויסע דעוועלאפן אויך אן עדיקשאן (כ'מיין עס ווייזט זיך ארויס אין ווי אפט עס "ברענט").
איך בין נישט זיכער אויב מען מעג ברענגען פון א נישט-פרומע פרוי, אבער איך מיין אז די לינקס און רעסארסעס וואס ווערן אראפגעברענגט אין די דיסקריפשן פון דעם ווידיאו קען אפשר ארויסהעלפן פאר די וואס מוטשען זיך מיט דעם און ווערן באשולדיגט פאר׳ן וואטשן אסך porn
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Sejn8dEEdVg&list=PLTMBsSa7Ay-sd-TGN9sEbx1HAY3HcIzV-&index=1">https://www.youtube.com/watch?v=Sejn8dE ... V-&index=1</a>
פאליטיקאנטחוץ פון תאווה איז דא עדיקשאן. תאווה האט יעדער געוויסע דעוועלאפן אויך אן עדיקשאן (כ'מיין עס ווייזט זיך ארויס אין ווי אפט עס "ברענט").
די גדר פין עדיקשען איז נישט די שטארקייט פין תאווה אדער וואו אפט עס "ברענט"
דער גדר איז אויב דער מענטש טוט דאס כאטש ער ליידט דערפין זייער שטארק
(למשל פארלירען א דשאב, שלום בית..)איך האב דאס זייער סימפלעפייד, באט יא געט די איידיע .
ווארט זאגערזייער שיין ניקסאן פארן עפענען אזא אשכול. איף האב שוין מיטגעהאלטען אפאר קעיסעס כ'ווייס נישט צו מ'קען עס אנרופען עדיקשען אבער זיכער ערגער פון עוורידש, ביי יענע קעיסעס איז די עדיקשען געווען א תוצאה פון אן אנדערע פראבלעם. ס'האט געפעלט שמחת חיים אדער א נישט פאסיגע דזשאב אדער נישט אינגאנצען מסודר מיט שלום בית דהיינו ער האט נישט געפילט אז מ'דארף אים באמת האבען. און וועגן דעם איז געווארען א מיני דיפרעשען און פון דעם האט זיך דעוועלאפט א שטיקל עדיקשאן נאכדעם וואס די אנדערע זאכן זענען געווארן מסודר ב"ה איז געווען סאך גרינגער צו ארבעטען אויף די עדיקשען.
ס'דא א ווארט פון ר"ר פנחס קאריצער זי"ע אז ס'דא מענטשן וואס זייער עבודה אויף די וועלט איז זיך אויסצוארבעטען צו זיין פריילעך נישט בעצבות, וועגן דעם פלאגען זיי זיך מיט מרה שחורה, און ווען מ'איז מרה שחורה פאלט מען דאך אריין אין תאוות, ממילא ווערן זיי נאך מער בעצבות איז דא נאך מער תאוות וחוזר חלילה. די עצה איז צו ארבעטען אויף שמחה אין יעדע פאל. דער שערי תפילה שרייבט אז די וועג איבערצודרייען דעם יצה"ר פאר א יצ"ט איז דורך שמחה!
איך האב געלייקט אייער תגובה צוליב דעם ערשטן חלק אבער מיט׳ן צווייטן חלק האב איך א שטיקל פראבלעם. נישט ווייל איך גלייב נישט אז שמחה קען באמת ארויסהעלפן אבער איך פארשטיי פעלער ווי שמחה איז באמת נישט קיין טובה און איך וועל עס מסביר זיין לויט׳ן ביכל listening to depression
גאט ברוך הוא האט אונז געשאנקען א מח וואס האט די וואונדערליכסטע אייגנשאפטן. די איינציגסטע און העכסטע אויפגאבע פונ׳ם מח איז סערווייוול. ווען א מענטש איז אין א ביטערן מצב ווי ער האט נישט צו וועמען זיך צו ווענדן פאר הילף, איינער וואס זאל אים פארשטיין און באמת אן קיין נגיעות און אגענדעס צוהערן און פרובירן ארויסהעלפן ווי ווייט מעגליך - דאן איז עס באמת א סערווייוול מעקאניזם פון די מח צו ברענגען א דיפרעשן און ס׳איז א מיטל פונ׳ם מח צו אפעלירן פאר הילף- כאילו א מעסידש: עד כאן, דו קענסט נישט קאנטיניוען צו גיין אין דעם זעלבן מהלך ווייל דאס ארבעט מער נישט און דערגייט דיר די יארן. דו מיזט דיך אפשטעלן און זיכן א נייע וועג וואס וועט דיר ערמגליכן צו לעבן מער נארמאל ווי דו פילסט נישט אזוי מיזערעבל און ביטער סטאָק.
אנשטאט צו פארשטיין די יסוד פון דיפרעשן און עדיקשן איז די גרינגסטע סעלאשן וואס פּלאטשיקע מענטשן האבן: שטאפּ יענעם מיט פּילן. אנשטאט צו פארשטיין אז די פראבלעם דא איז נישט דער מענטש, נאר פשוט די מצב איז אומדערטרעגליך, פרואווט מען טריטן די סימפטעם אנשטאט די פראבלעם
איך האב שוין ב״ה געראטעוועט א שיינע צאל מענטשן פון נעמען זיך דאס לעבן, אוו איך רעד מענטשן וואס האבן שוין געהאט א פונקליכע פלאן אין פלאץ וויאזוי צו טון די מעשה
איך זיך מיך נישט דא צו בארימען, אדער חלילה אוועקמאכן אז אין געוויסע פעלער קען פילן אויך צוהעלפן אבער נאר ווען מען גייט טאקע צום שורש און מען גיבט דעם מענטש א געלעגנהייט צו פארגריגערן זיין פיין און מיזערי. ראטעווען מענטשן פאסירט נישט מיט׳ן לייגן א ״בענדעידש״ און לאזן יענעם שימלען אין די אייטער פון זיין לעבן
פונקט ווי ווען א ניי געבוירן קינד וויינט פאר הונגער וועט די מאמע אמאל געבן דאס קינד א צוציקל ביזדערווייל וואס זי גרייט צו דעם באטל... מעדיצין איז ווי א צוציקל, עס קען זיין א צייטווייליגע הילף, אבער פונקט ווי קיין שום בארעמהארציגע מוטער וועט נישט טראכטן: אה, דאס קינד איז שטיל מיט׳ן צוציק, מ׳דארף אים נישט מער געבן צו עסן.... אויפ׳ן זעלבן אופן איז א טפשות צו טראכטן אז מעדיצין קען זיין א לעזונג ווען באמת דער מענטש גייט אויס פאר הונגער, זיין נפש דורשט צו לעבן נארמאל ווי יעדע מענטש דעזערווט צו לעבן.
אנטשולדיגט אויב ס׳איז אביסל א לאנגע מגילה, אבער דאס איז נאר כדי ארויסצוברענגען פארוואס ארויפ-פּלאסטערן א שמייכל קען צומאל זיין נאר צולייגן אויל צום פייער ווייל אויב לאזט מען נישט דעם מענטש זיך אויסגיסן דאס הארץ און טרעפן וועגן צו אדרעסירן דעם פראבלעם דאן ענדיגט זיך עס ביטער (פונקט ווי אינ׳ם משל פונ׳ם קינד וואס מ׳שטאפט עס צו דאס מויל מיט א צוציק- ס׳האלט נישט אָן לאנג אזא ״לעזונג״...
מ׳מיז אדרעסירן די אמת׳ע סיבה פונ׳ם וויינען- נישט צולייגן צום פיין דורכ׳ן געבן עצות פון זיין בשמחה (אויב א מענטש טרעפט פאר זיך אליין אז ס׳העלפט אים שמחה, good for you- אבער יעדער מענטש האט אנדערע פראבלעמען און מ׳קען קיינמאל נישט פארגלייכן צוויי מצבים ווייל יעדע מענטש האט אנדערע אייגנשאפטן, נאטורן און אויפבראך און ממילא דארף יעדער א ״קאסטמייזד״ עפּרויטש...
In general you are very correct you make it very strong point and I must agree with what you're saying.
On the other hand there are many times a situation would a person cannot do anything to change the the facts on the ground I will give you an example the loss of a loved one the loss of an organ or any similar situation that you cannot change the facts you could only change how to accept it and live with it and be happy at that point happiness is a very great tool to survive!
אישתישביעס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.
אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.
דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.
ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.
דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.
ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.
און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.
Very well said, I just have one question to you,
Do you really believe that
רבי נחמן ?had all the challenges that we have
I will quote you saying that the priest and the rabbi
have the same challenges
Take for example the biggest rabbi of the past generation and tell me if you believe that he and the ?priest are on the same level of challenges
yesiknowIn general you are very correct you make it very strong point and I must agree with what you're saying.
On the other hand there are many times a situation would a person cannot do anything to change the the facts on the ground I will give you an example the loss of a loved one the loss of an organ or any similar situation that you cannot change the facts you could only change how to accept it and live with it and be happy at that point happiness is a very great tool to survive!
שמחה איז נישט א מלבוש וואס מ'קען זיך דערמיט פאַרשטעלן. ס'איז א נאטורליכע רעזולטאט וואס קומט ווען א מענטש האט די פרייהייט צו לעבן לויט זיינע values. ס'איז נישט א זאך וואס מ׳דארף "ארבעטן דערויף".
If anything דארף מען ארבעטן זיך נישט צו לאזן איינרעדן אז מ'דארף זיין בשמחה מיט אומדערטרעגליכע לאגעס.
דאנקבארקייט ווידעראום איז א צווייטע מעשה. מ'קען אלעמאל טרעפן עפעס אויף וואס דאנקבאר צו זיין, נאר וואס דען? דאס איז נישט א זאך וואס איז יושר אדער אפילו מעגליך ארויפצוצווינגען אויף יענעם. מ'קען עס פארגלייכן צו זון שטראלן: אויב איך ווייס אז עפענען די פארהאנג אין מיין שטוב לאזט די זון אריינשיינען און ס'קען ברענגען א פרישקייט א נייע גייסט אינעם טאג, וועט מיר קיינער נישט דארפן הייסן עס טון... די צרה איז אבער מיר זענען אויפגעוואקסן אין א סיסטעם פון בעל כרחך אתה חי און צוואנג איז ליידער געווארן א חלק פון אונזער באציאונג איינער מיט'ן צווייטן, אבער שטעל זיך פאָר איינער ליגט צובלוטיגט אויף דער ערד און קען זיך נישט רירן, וועסטו דען זאגן ר' איד עפן נאר די פירהאנג - די זון קען דיך מאכן פילן אסך בעסער?! אודאי נישט, נאר א שוטה וועט אזוינס זאגן צו איינעם וואס ליגט אויף דער ערד פארוואונדעט, נאר וואס דען, מ'פרובירט וואס מ'קען צו העלפן און גרינגער מאכן, נישט נאר צו קענען אריבערטראגן די יסורים אבער אויך צו נעמען אין שפיטאל צו ווערן ריכטיג באנדאזשירט ער זאל קענען זיך היילן... משל דומה לנמשל. דעפרעשן איז פונקט די זעלבע צובלוטיגטקייט נאר ס'נישט פונדרויסן, ממילא זענען פילע מענטשן פשוט בלינד דערצו.
די עיקר האב איך פארגעסן. דא איז אן עפיזאד פון א טראגישע אומגליק וואס האט פאסירט צו א משפחה און וויאזוי מען קען באהאנדלען די ווייטאג אויף א געזונטן אופן. אויך איז שטארק בולט וואספארא חילוק עס מאכט ווען מען קען האבן מענטשן וואס קערן care מיט אן אמת. ווי שטארק דאס מאכט א חילוק אין די מעגליכקייט זיך צו קענען שטעלן צוריק אויףדי פיס
<a class="postlink" href="https://podcasts.apple.com/ca/podcast/moving-forward-with-my-sister-sara/id1515385282?i=1000491165871">https://podcasts.apple.com/ca/podcast/m ... 0491165871</a>
yesiknow
Very well said, I just have one question to you,
Do you really believe that
רבי נחמן ?had all the challenges that we have
I will quote you saying that the priest and the rabbi
have the same challenges
Take for example the biggest rabbi of the past generation and tell me if you believe that he and the ?priest are on the same level of challenges
איך גלייב אז יעדער האט נסיונות, זה בכה וזה בכה. דער גרעסטע רבי האט געהאט נסיונות. און דער גלח פונקט אזוי. ווייל זיי האבן איין צד השווה, זיי זענען ביידע בשר ודם. ווען איינער זאגט ער האט נישט קיין נסיונות איז ער אזוי ווי פרעה וואס פלעגט זאגן אז ער דארף נישט טוילעט. היינו הך.
נסיון איז איין זאך וואס דער אייבירשטער האט באשפאן יעדעם איינעם, און דורכפאלן איז נאך אזאך וואס ס'האט שוין די אייגענע איגא אין זיך, וואס אויב פארמאגט מען צו סאך פון דעם פאלט מען דורך נאכאמאל און נאכאמאל, און די גילטי פילינגס שטופן עס אן קיין אויפהער.
ואל תביאיני לא לידי נסיון, אז איך זאל אפילו נישט האבן א נסיון צו זינדיגן, ולא לידי עבירה ועון, אז איך זאל נישט סוף כל סוף דורכפאלן מיט די עבירה וואס איז מסתמא געקומען פון א נסיון.
יעצט איז די שאלה, וואס טוט א מענטש וואס האט נסיונות, און ער פאלט אויך כסדר דורך, נאכנישט אויף אזוי ווייט אז ס'איז אן עדיקשן, אבער לויט ווי איך ליין דא, פאלן רוב מענטשן דורך אפילו די רב און גלח, כאטש איין מאל א חודש, און א מערהייט דערפון איין מאל א וואך, און א גרויס חלק איין מאל א טאג, איז אויב ס'איז אמת, וואס דארף מען טוהן דערצו, עס לאזן לויפן? און שוין? מ'מאכט קישו אבר, און זרע לבטלה, און מ'לויפט זאגן א קאפיטל תהלים, נעקסטע מאל מ'גייט הכנות טוט מען עס נאכאמאל און מזאגט נאכאמאל תיקון הכללי?
מיין שאלה איז בכלל ס'איז לעגעטים אדורך צו פאלן איין צוויי מאל א טאג מיטן טאפן און רייבן און שפריצן, ליידער!?! און נאכדעם וואס מ'קען טוהן דערצו פאר ווער ס'איז טאקע אזוי?
אישתישביעס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.
אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.
דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.
ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.
דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.
ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.
און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.
אזוי גייט עס אז בחורים דארפן אמאל דורך פאלן, אדער נעבעך זיי פאלן אמאל אדורך
האסט געמאכט א סערוועי ביי די בחורים צו יעדער פאלט דורך,
אפשר זענען דא א ריזיגע פראצענט וואס היטן זיך מנגיעת אותו מקום, און זיכער נישט קישו, און זיכער נישט הוצאה?????????
איך וועל פרעגן פארקערט, אפשר זענען דא א פראצענט וואס היטן זיך נישט אדער ווייל זיי האלטן נישט דערביי, אדער זייער יצר איז צו שטארק, אדער זיי כאפן נישט די פראבלעם, אדער זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן? אבער ריבו דריבו זענען נישט אזוי ווי די פראצענט??????????
אפשר איז טאקע דא צוויי וועלטן , ווי ביידע זייטן ווייסן נישט פון די אנדערע, די זייט וואס ליינט און שרייבט דא האבן נישט קיין אנונג אז ס'איז דא א חלק וואס האבן נישט קיין מגע ומשא מיט אינטערנעט און אזעלכע סייט'ס און טוען נישט משגל באיסור, און יענע חלק ווייסט נישט אז די וואס זעהן אינטערנעט און ווערן נתעורר מפעם לפעם בקרי בשעת'ן רוקן דעם מייזל, ביי זיי איז עס אן אנגענומענע נארמע.
איך פרעג נישט צום זאך, טאמער יא זאל מען אריינהאקן.
ס׳איז קלאר צוויי באזונדערע פאראלעל יוניווערסן, איך וואס האב שוין טיעף אריינגעביסן אין ביידע קען מעיד זיין דערויף. אלס בחור האב איך נישט גע׳חלומ׳ט אז ס׳איז אפילו שייך אזא מין זאך אז א איד וואס פאררופט זיך רעליגיעז זאל מוז״ל זיין במזיד, פארמאגן אינטערנעט, קוקן מאוויס, קוקן אויף א פרעמדע פרוי, וכו׳, מ׳טאר נישט און פערטיג! קעיס קלאוזד. היינטיגע צייטן ווען איך הער מיינע אינגע פלימעניקעס רעדן איבער אינטערנעט און פאפ-קולטור והמסתעף כאילו יעדער וואס האט אינטערנעט איז פארזונקען אין שמוץ, מענטשן וואס הערן אויס ביאנסע און קעשא אפט באקומען הרהורים יעדעס איינציגסטע מאל, פרויען וואס טראגן cami tops און daisy dukes וועלן שלאפן מיט יעדער וואס וועט זיי נאר בעטן, א.ד.ג., ווייס איך נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען.
און אז מ׳רעדט שוין, כ׳האב מיך אלץ געוואונדערט פארוואס אזויפיל פאפ-קולטור ליעדער רעדן איבער ליעבע און די ערשטע מצווה (שמוץ aka), ווען איך בין געווען אינג האב איך מיך איינגערעדט אז איך פארשטיי ווייל די שמוציגע גוים ליגן דאך אין דעם אגאנצן טאג, אבער ווען איך בין עלטער געווארן און אנגעפאנגען מער מיטלעבן די אלגעמיינע וועלט און געזעהן אז ס׳פאנגט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס האט מיר אנגעפאנגען עגבערן דיעס קשיא. ממש לעצטנס האב איך געכאפט אז פונקט די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויף אונזערע היימישע ליעדער, אלעס דרייט זיך ארום גאט און זיין תורה כאילו אינעם עכטן לעבן גיבט איינער א דעמן פאר די זאכן, איינער וואס הערט אויס אונזערע ניגונים קען זיך ממש דאכטן אז מיר זענען עפעס א מוסולמענע שבט פון אפגאניסטאן ווען אין רעאליטעט זענען מיר גאר ווייט דערפון, די זינגער און קאמפאזיטער וואס זינגען און פארפאסן דיזע ״הייליגע״ ניגונים זענען זיכער ווייט דערפון... נאר פשט איז אזוי, נגינה איז אן ארט, די גאנצע פוינט פון ארט איז אז ס׳איז פאנטאזיע און האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט׳ן מציאות. נעמען א טעארעטישע אידיאל און רעדן דערפון כאילו ס׳איז א לעבעדיגע מציאות למטה מעשרה טפחים דאס איז פונקט וואס פאעזיע איז, ביי אונז איז די טעארעטישע אידיאל גאט, ביי זיי איז עס ליעבע, מיט׳ן פאקטישן טאג-טעגליכן לעבן האט עס אבער נישט קיין שייכות.
רביה''ק זי''ע איינער וואס הערט אויס אונזערע ניגונים קען זיך ממש דאכטן אז מיר זענען עפעס א מוסולמענע שבט פון אפגאניסטאן ווען אין רעאליטעט זענען מיר גאר ווייט דערפון, די זינגער און קאמפאזיטער וואס זינגען און פארפאסן דיזע ״הייליגע״ ניגונים זענען זיכער ווייט דערפון... נאר פשט איז אזוי, נגינה איז אן ארט, די גאנצע פוינט פון ארט איז אז ס׳איז פאנטאזיע און האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט׳ן מציאות. נעמען א טעארעטישע אידיאל און רעדן דערפון כאילו ס׳איז א לעבעדיגע מציאות למטה מעשרה טפחים דאס איז פונקט וואס פאעזיע איז, ביי אונז איז די טעארעטישע אידיאל גאט, ביי זיי איז עס ליעבע, מיט׳ן פאקטישן טאג-טעגליכן לעבן האט עס אבער נישט קיין שייכות.
שני נביאים מתנבאים...
יחזקאל ל''ג פסוק 31 32
אני-הק'אישתישביעס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.
אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.
דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.
ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.
דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.
ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.
און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.
אזוי גייט עס אז בחורים דארפן אמאל דורך פאלן, אדער נעבעך זיי פאלן אמאל אדורך
האסט געמאכט א סערוועי ביי די בחורים צו יעדער פאלט דורך,
אפשר זענען דא א ריזיגע פראצענט וואס היטן זיך מנגיעת אותו מקום, און זיכער נישט קישו, און זיכער נישט הוצאה?????????
איך וועל פרעגן פארקערט, אפשר זענען דא א פראצענט וואס היטן זיך נישט אדער ווייל זיי האלטן נישט דערביי, אדער זייער יצר איז צו שטארק, אדער זיי כאפן נישט די פראבלעם, אדער זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן? אבער ריבו דריבו זענען נישט אזוי ווי די פראצענט??????????
אפשר איז טאקע דא צוויי וועלטן , ווי ביידע זייטן ווייסן נישט פון די אנדערע, די זייט וואס ליינט און שרייבט דא האבן נישט קיין אנונג אז ס'איז דא א חלק וואס האבן נישט קיין מגע ומשא מיט אינטערנעט און אזעלכע סייט'ס און טוען נישט משגל באיסור, און יענע חלק ווייסט נישט אז די וואס זעהן אינטערנעט און ווערן נתעורר מפעם לפעם בקרי בשעת'ן רוקן דעם מייזל, ביי זיי איז עס אן אנגענומענע נארמע.
איך פרעג נישט צום זאך, טאמער יא זאל מען אריינהאקן.
איך ווייס אז יעדער פאלט אדורך ווייל עס שטייט אזוי אין ספרים, און מען רעדט דערפין ביי דרשות, און איך בין נישט סטופיד צו זאגן נאר איך האב נסיונות.
בכלל איז דאס א קרענק ביי מענטשן וואס זיי מיינען אז זיי קענען מאכן א אנשטעל אז זיי זענען צדיקים און האבן נישט קיין סיי וועלכע נסיונות, ווייל זיי זענען נישט נידריג.
מען דארף נישט גיין ביז מוז"ל, מען קען נעמען קנאה, נעם א איד מן השורה, פרעג אים אויב ער האט אמאהל הרגשות פין קנאה, און וויאזוי ער ספראוועט זיך דערמיט. מען וועט דיר מכחיש זיין אז ער האט נישט קיינמאל קיין קנאה. עס איז מיאוס, נאר גוים זענען מקנא.
דאס איז דער סדר ביי אונז, מען רעדט איין אז מען דארף מאכן דער אנשטעל, מען לערנט נישט וויאזוי צו לעבן מיט די נסיונות.
אישתישבי... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.
מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?
ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...הקטןאישתישבי... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.
מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?
ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...
אפענע גמ' סוף מס' סוכה.
א"ר חמא ב"ח אלמלא שלשה מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאיהם של ישראל, ואשר הרעותי, וחד דכתיב כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל, וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם:
זאגט רש"י. שלשה מקראות - המעידין שהעונות והזכיות בידו.