☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה

א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7542
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 4:14 pm

· #233851
א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה
מיין 9 יעריג זוהן איז אהיימגעקומען פרייטאג פון חדר מיט א בארג שאלות..

"אונז האבן געלערענט אין חדר וועגן אברהם אבינו'ס ברית, און מיין רבי האט געזאגט אז מ'טאר נישט דארט צורירין ווייל ס'איז זייער הייליג"


"טאטי, פארוואס מאכט מען א ברית"

"טאטי, מ'מעג פרעגן קשיות אויף די תורה"

יא, זאג איך, פרעג.

"פארוואס האט די אייבישטער געהייסן מ'זאל מאכן א ברית אויף אזא נישט צניעות'דיגע פלאץ?"

"פארוואס מאכט מען א ברית?"

"פארוואס האט דער אייבישטער געהייסן מאכן אזא בלוטיגע בובו פאר א קליינע בעבי?"

"דער אייבישטער האט נישט רחמנות?"

"וואס שניידט מען אראפ?"

"פארוואס מאכט מען נישט א ברית פאר א מיידל?"

איך האב אים אוועקגעזעצט און געזאגט ער זאל מיר געבן אפאר מינוט, און איך וועל עם פרובירן צו ענטפערן.


דער תפקיד וואס מיר האבן אלס עלטערן איז ח"ו נישט אוועקמאכן אזעלכע לעגעטימע פראגעס, און זאגן ביסט נאך א קינד בלא בלא בלא, ווייל א קינד זוכט דעם אמת. אונזער תפקיד איז צו ענטפערן אונזערע טייערע קינדער דער אמת אדער קרוב לאמת, אבער אין די זעלבע צייט אכטונג געבן אז מ'שניידט נישט אריין אין זייער אינעסינס וואס איז זייער וויכטיג פאר זייער אימאשענעל און ערליכע אנטוויקלונג.

יעדער מענטש וואלט מסתמא געענטפערט אנדערש אבער אזוי האב איך עם געזאגט:

דער יסוד פון יעדע זאך, איז די עיקר פון יעדע זאך. דער אבן שתיה איז דער יסוד פון די וועלט און לויט חז"ל איז זי דערפאר אינמיטן פון די וועלט. די ברית פון א מענטש ווערט אנגערופן יסוד ווייל זי איז די יסוד פון א מענטש (פאר פארשטענדליכע סיבות..) ווי אויך איז זי דערפאר בערך אינמיטן גוף. אזוי ווי דער מקום המקדש איז הייליג ווייל דארט איז די יסוד, איז דער מענטש, דער "ושכנתי בתוכם" אויך הייליג ביים יסוד. דערפאר האט דיין רבי מסתמא געזאגט אז מ'זאל דארט נישט צורירין, ווייל מיט די יסוד פון א בנין וויל קיינער נישט ארומשפילן...

דער סיבה פארוואס מיר מאכן א ברית, איז וויבאלד ווען אדם הראשון האט געגעסן פון די עץ הדעת איז דער מענטש געווארן פארשטאפט מיט קליפה. דער באשעפער האט באפוילן אז מיר זאלן אפשניידן די ערלת היסוד וואס איז נגד ערלת הלב, אז אונזער הארץ זאל זיין אפן פאר עבודת השם.

"טאטי, פארוואס ווערט מען נישט געבוירן אנדעם?"

ווייל דער מענטש דארף טוען א פעולה צו ווייזן אז ער וויל זיין א עבד ה', דערפאר טוט מען עס מיט בלוט, צו ווייזן אז א איד דארף דינען דעם אייבערשטען מיט מסירת נפש.

און מען טוט עס קליינערהייט, טאקע ווייל דער באשעפער האט זייער רחמנות, טוט מען עס ווען די קינד איז קליין און ער באגרייפט נישט די יסורים אזוי שטארק ווי אן ערוואקסענער.

"וואס שניידט מען"

מען שניידט אראפ א הויט וואס דעקט איבער די ברית. די הויט הייסט ערלה.

"א מיידל האט די הויט?"

ניין, א מיידל האט נישט די הויט. די גמרא זאגט אז א פרוי ווערט געבוירן אזוי ווי גע'מהלעט. ספרים זאגן אז דאס איז וועגן א פרוי'ס הארץ איז ריינער ווי א מאן'ס הארץ צו עבודת ה'. אויך זענען דא וואס זאגן אז א פרוי'ס הארץ ווערט גערייניגט, דורך די שטראפן וואס זי האט באקומען ביים חטא עץ הדעת.

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 4:27 pm

· #233853
דער שטיבל האט דיר אסאך אויסגעריבן. ווען איך בין גיוועהן ניין און איך האב דיר גיפרעגט דער שאלות האסטו געשטאטעט און נישט געוויסט וואס מיר צו ענטפערן

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:29 pm

· #233963
[ציטאט אראפגענומען]


האב איך שוין יוצא געווען מיט דעם? 🙂

גראף » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:00 am

· #233967
איך װאלט גענטפערט אז מען טאר נישט צי רירן װײל ס׳איז פיגול...
און אויכעט װײל אונזער באבעס האבן נישט צו גערירט וכו׳..

חכם עתיק » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:06 pm

· #234076
יישר כח רויטע.

באמת קלאר געענטפערט.

קעניך אריינשיקן נאך שאלות? גיב מיר דיין זונס אדרעסע?

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:01 pm

· #234117
ווייל דער אייבישטער האט אזוי באפוילן, און נאך איין קשיא דו האסט כאפסטע א פראסק

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:09 pm

· #234119
פליקער
ווייל דער אייבישטער האט אזוי באפוילן, און נאך איין קשיא דו האסט כאפסטע א פראסק

כאפסטע א פליק.
אזאנס ווי אויפן בילד.

פארוואס? » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:46 pm

· #234128
ווען מ׳זאגט מ׳טאר נישט צורירן, דערמאן איך זיך אט דעם מדרש:

ומפרי העץ אשר בתוך הגן וגו' ולא תגעו בו, הדא הוא דכתיב: (משלי ל) אל תוסף על דבריו פן יוכיח בך ונכזבת.

תני ר' חייא:
שלא תעשה את הגדר יותר מן העיקר, שלא יפול ויקצץ הנטיעות.
כך אמר הקב"ה: כי ביום אכלך ממנו וגו'. והיא לא אמרה כן, אלא: "אמר אלהים לא תאכלו ממנו ולא תגעו בו". כיון שראה אותו עוברת לפני העץ, נטלה ודחפה עליו.
אמר לה: הא לא מיתת, כמה דלא מיתת במקרביה, כן לא מיתת במיכליה, אלא כי יודע אלהים כי ביום וגו':

ודי למבין » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:33 pm

· #234136
רויטע האט באנת זייער גוט געענטפערט. אבער וואס איז וויכטיגער איז אז ער האט געלאזט פרעגן און געגעבן ליגיטימאציע פאר די קימדס שאלות.

פאר א קינד איז טייל מאל נישט אזויוויכטיג די עצם תשובה ווי די באקוועמקייט אז ער קען פרעגן, מ'הערט אים אויס, און ער באקומט א תשובה. איך זאג עס צוליב דעם, ווייל איך האב לעצטענס געהאט א שמועס מיט א חבר און איך האב אים געזאגט ווי וויכטיג עס איז פאר א קינד צו קענען פרעגן. האט ער מיך געזאגט, מיט די גאנצע האנעסטי, אז ער האט מורא פאר זיין קינדס שאלות ווייל ער האט נשיט קיין תשובות. אבער ווי געזאגט, איז די תשובה נישט די וויכטיגסטע.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:50 pm

· #234140
@ודי למבין זאגסט געוואלדיג.

דערמאנסט מיר א ווארט כ'האב אמאל געקלערט אין די הגדה.

די תירוץ פאר די קינד'ס מה נשתנה איז עבדים היינו. פרעגן שוין אלע, וואס פאר א תירוץ איז דאס? נאר די כוונה איז "עבדים היינו" אונז זעמער געווען קנעכט, און אזוי ווי א קנעכט פרעגט שאלות מיט טענות און ערווארט נישט קיין תירוץ פון דעם הער, די זעלבע דארף די קינד וויסן אז ער מעג פרעגן קשיות, מ'הערט אים טאקע זייער שיין אויס, אבער נישט אלעמאל איז דא אויף דעם א תירוץ.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:55 pm

· #234143
רויטע וואנצעס


"טאטי, פארוואס מאכט מען א ברית"

"טאטי, מ'מעג פרעגן קשיות אויף די תורה"

יא, זאג איך, פרעג.

"פארוואס האט די אייבישטער געהייסן מ'זאל מאכן א ברית אויף אזא נישט צניעות'דיגע פלאץ?"

"פארוואס מאכט מען א ברית?"

"פארוואס האט דער אייבישטער געהייסן מאכן אזא בלוטיגע בובו פאר א קליינע בעבי?"

"דער אייבישטער האט נישט רחמנות?"

"וואס שניידט מען אראפ?"

"פארוואס מאכט מען נישט א ברית פאר א מיידל?"

"טאטי, פארוואס ווערט מען נישט געבוירן אנדעם?"

"וואס שניידט מען"

"א מיידל האט די הויט?"


שיינע תשובות השבת לבנך, אבער וואס איז טאקע די תירוץ פאר די אלע שאלות? וואס זאגט דער עולם?

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:18 am

· #234153
לשון אחר: לזה דחית בק"ש, לנו מה אתה אומר?

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:02 am

· #234178
איך האב נישט געמיינט אזוי ווייט ווי יאיר, נאר לאמיר טאקע טראכטען וואס איז די תשובה צו די פראגעס.

ווי עס זעהט מיר אויס איז דא דא דריי אנדערע סארט פראגעס: איינס, על דרך טעמי המצוות, מה המצווה הזאת ומה טעם יש בה פון ברית מילה, און די טעם פון פרטי המצווה. צוויי איז די שאלה פארוואס מאכען אין אן אומצצניעותדיגע פלאץ, און די גאנצע קשר צו נישט אנרירען, דריטנס שאלות וואס איז תלוי פשוט אין די ידיעה פון דער גוף וואס דער יונגעל איז ווייזט אויס נישט קלאר.

איז אזוי, די ערשטע שאלה, פארוואס טוהן מיר די מצווה, איז דאך די ערשטע תירוץ ווייל דאס איז א מצווה, און מיר פאלגען די תורה וואס זי הייסט מאכען א ברית מילה. איך ווייס נישט פארוואס הר"ר רויטע האט נישט געפינען וויכטיג איבערגעבן די נקודה פאר זיין זוהן, דאס איז לכאורה די ערשטע כלל פון קבלת עול מלכות שמים. און אן דעם וועט עם דאך ממילא שווער ווערן פאר זיין זוהן ווען ער וועט אנקומען צו פרשת חוקת.. שבתי וראיתי אז לכאורה איז רויטע יא גערעכט, ווייל פון די הגדה של פסח ווייזט אויס אז כי ישאלך בנך ענטפערט מען טאקע יא טעמי המצוות קלאר צו מאכען און געבן א טעם פאר די קינדער פארוואס מיר טוהן דאס, ויש לעיין בזה.

יעצט לגבי וואס איז טאקע די טעם, האט רויטע אנגענומען די נקודה פון מילת ערלת הלב, דהיינו מצוות מילה איז אזא סימבאל אדער איז טאקע פועל ברוחניות די מילת ערלת הלב. דאס איז אוודאי א פיינע טעם און איז מבואר אין אסאך מקורות, אבער דאכציך עס איז נישט די עיקר און פשוט'סטע טעם פון מילה המבואר במקראות. די קלארע און פשוטע טעם פון מילה איז אז דאס איז אן אות ברית, א צייכן פון א ברית. דאס הייסט פשוט די מילה איז א צייכן בגוף אז מיר באלאנגען פאר עם ישראל און האבען אן עקסטערן ברית מיט'ן רבוש"ע, וואס אויף דעם האט דער אייבישטער געגעבן די אות הברית פאר אברהם אבינו ווי דער פסוק זאגט מפורש והיה לאות ברית ביני וביניכם. דאס איז אזוי דער פשוט'ער און גראדער מפורשער הסבר אז עס איז א פלא איינער זאל דאס איבערהיפען און טאנצן צו די חלק וועגן ערלת הלב. (@אנאנים אלערט).

אגב איז מיט דעם שוין פשוט פארענטפערט פארוואס מאכט מען דאס פאר א בעיבי, ווייל פון געבורט וויל מען און דארף מען ארייננעמען די קינדער אין דער ברית מיט השי"ת, די קשיא איז אפשר פארקערט, פארוואס ווארטן ביז די אכטע טאג, אויף דעם איז אפשר די תירוץ ווייל ביז דעמאלטס איז דער בעיבי נאכנישט גענוג געזונט דערצו וכדומה.

יעצט פארוואס פונקט אין דער אבר, איז ווייטער גאנץ פשוט לויט דעם, ווייל דאס איז דער אבר ההולדה, און איז די חשובסטע אבר וואס פון דעם איז א מענטש פרה ורבה, וואס דאס צייכענט עם אויס אלץ א פאלק וואס איז פרה ורבה, ממילא אז דער אייבישטער האט געמאכט א ברית לאברהם ולזרעו פאסט עס פשוט אויף די מקום ווי עס איז שייך זרעו.

יעצט דער יונגעל האט געפרעגט אנפאנגע גאר אן אינטרעסאנטער שאלה : "פארוואס האט די אייבישטער געהייסן מ'זאל מאכן א ברית אויף אזא נישט צניעות'דיגע פלאץ?" לכאורה קומט דער שאלה פון דעם וואס דער רבי האט דא אריינגעמישט דער נושא פון נישט טאטשען, נו וואסי טאקע פשט? עס קוקט אויס אז דא טוהט זיך א יסודישע חוסר הבנה אין די גאנצע נושא. וואס הייסט עס איז נישט צניעותדיג און וואס קומט דארט א ברית. איך ווייס נישט וואס מקען מסביר זיין פאר קינדער אבער קודם וואס פארשטיין אונז. דער אבר ההולדה איז נישט עפעס א שמוציגער אבר וואס מדארף באהאלטען, און אוודאי די בריתו של אברהם אבינו די אות וחותם פון אידישקייט ליגט נישט אויף עפעס א שמוציגער פלאץ. עס איז טאקע דא א בפירושע הלכה אין שולחן ערוך מדינא דגמרא אז ווען מוואשט זיך אין טייך טאר מען נישט צודעקן דווקא די מקום הברית שלא יהא נראה מתבייש בבריתו של אברהם אבינו. עיין שם פרטי ההלכה. די ענין פון צניעות איז דא דאס איז פריוואט און געהערט במקום היתר ומצווה נישט אין די גאס, וויבאלד עס איז דא חטא עץ הדעת ויצר הרע צו וואס. אבער עס איז נישט שמוציג אדער עפעס, ווייל אנדערש איז דאך דאס קינד גערעכט.

דאס ברענגט מיר צו די דריטע פוינט, שטייצעך די קשיא וועגן מיידלעך הייבט זיך נישט אן, וואס יא איז אפשר שווער אויב איז דאס דער אות ברית וואס צייגט אויף אידישקייט איז דען א מיידל נישט קיין איד, אויף דעם איז אפשר טאקע ריכטיג צו ניצען די לשון די גמרא אז איתתא כמאן דמהילא דמיא דהיינו זי איז שייך במצוות מילה ובברית היהדות, הגם דאס איז לכאורה סתם תורות און נישט די גראדער פשט. די גראדער פשט איז מסתמא אז די תורה רעכנט די זכרים פאר די עיקר המשכה פון דער פאלק וויבאלד זיי זענען טאקע די מולידים, און במשך תקופת האבות עכ"פ איז די גאנצע ברית היהדות אריבער דורך דער פאטער, ווייבער האבען זיי גענומען פון די פעלקער ארום, וממילא איז המול לכם כל זכר גענוג אויף צו מאכען דער ברית. די אנדערע חלקים ווייסיך נישט. עס איז מיר אביסעל אינטרעסאנט אז א יונגל פון ניין יאר זאל נישט וויסען די אנאטאמישער חילוקים פון א זכר מיט א נקבה, סיידן ער האט נישט קיין שוועסטער צו וואס..

ומכאן צו נישט טאטשען, א קינד וואס איז נאכנישט שייך צו הרהור (אפשר ביי 9 איז שוין יא שייך? זעהט מיר נישט אויס עס זאל אזוי זיין) ווייסיך נישט וועלכע איסור איז דא צו טאטשען, און איך פארשטיי נישט וואס עס וועט צוגעבן דער אנזאגאכץ אויף דעם ווען ער פארשטייט בכלל נישט וואס די נקודה איז, אפשר איז דאס אן ענין פון חינוך? אדער אז מוועט עם צוגעוואינען נישט טאטשען איז גם כי יזקין און וועט פארשטיין אויך נישט טאטשען? איך ווייס נישט, עס זעהט מיר נישט אויס אז די טעאריעס ארבעטן, און לכאורה ממה נפשך, אויב איז ער נישט גענוג גרויס צו פארשטיין סיבת וענין האיסור איז ער אויך נישט בתורת עם מחנך זיין דערויף, און אויב איז ער יא בתורת דארף מען עם נארמאל מחנך זיין וואס איז אסור און פון וואס מרעדט, אנדערש איז דאך גארנישט.

דאס איז אבער א שטיקל מאמר המוסגר וואס געהערט ערגעץ אנדערש, וואס איז נוגע צו דא איז אז זיכער האט די איסור טאטשאכץ נישט קיין שום שייכות מיט פרשת ברית מילה, און אז דער מלמד זוכט ווי עס אויסצולערנען זאל ער פליז ווארטן אויף פרשת וישב, אדער פרשת קדושים, אדער שוין אין פרשת נח. אין לך לך קומט עס נישט אריין און איז סתם גורם א צומישעניש וואס פון דער צומישעניש איז טאקע גם כי יזקין לא יסור ממנה.

(באופן כללי וועגן פארצוקערן אזוינע חיובים ואיסורים מיט אזוינע סעמי מיסטישע געבאבעטע תורות ווי "מטאר נישט אנרירען ווייל דאס איז אזוי הייליג", ביניך מסופק אויב דאס איז א גוטע זאך אדער פארקערט.)

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:35 pm

· #234261
יישר כח, לעיקוואוד.
לכאורה איז דער חשבון פארקערט, וויבאלד אידן האבן זיך נוהג געווען צו מל'ען די קינדער (משום איזה סיבה שיהיה) האט דער באשעפער דאס געמאכט אלס אן אות בינו וביניהם, ולפי זה נפלו רוב הקושיות.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:07 pm

· #234300
Re: א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה
יאיר
יישר כח, לעיקוואוד.
לכאורה איז דער חשבון פארקערט, וויבאלד אידן האבן זיך נוהג געווען צו מל'ען די קינדער (משום איזה סיבה שיהיה) האט דער באשעפער דאס געמאכט אלס אן אות בינו וביניהם, ולפי זה נפלו רוב הקושיות.

ודבר זה מרומז בנקודה ראשונה שהערתי שטעם מצווה מצווה ודו''ק.

שמערל » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:14 pm

· #234302
הייסט די מעשה מיט אן אלטן פאטריאך וואס גאט האט זיך באוויזן צו אים אין באפוילן אז ער און זיין הויזגעזינד זאלן זיך באשניידן, איז סתם א משל?

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:32 pm

· #234373
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Circumcision#Middle_East.2C_Africa_and_Europe">http://en.wikipedia.org/wiki/Circumcisi ... and_Europe</a>

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:04 am

· #234378
[ציטאט אראפגענומען]

אברהם איז דאך געווען א כופר!

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:03 am

· #234390
ער האט כופר געווען אין זיין טאטן'ס מסורה, די דרך הסלולה לו מימות מתושלח, משנה געווען די דרכים און מנהגים פון זיין טאטן זז"ג, אפגענויגט פונעם דרך, און אלעמאל געהאט קושיות, פארוואס דינט מען דעם גאט, ווער האט באשאפן יענע גאט, וכדו'. פרעגסטו אז אויב גאנץ אור כשדים האט זיך גע'מל'ט, פארוואזשע האט זיך אונזער פארפארטער אברהם נישט געמל'ט ביז די ניין און ניינציג? ענטפערט יאיר טאקע דערפאר, ווייל ער איז נישט נאכגעגאנגען די עבודת אלולים וואס די כשדים האבן זיך נוהג געווען.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:48 am

· #234411
געפילטע פיש
ער האט כופר געווען אין זיין טאטן'ס מסורה, די דרך הסלולה לו מימות מתושלח, משנה געווען די דרכים און מנהגים פון זיין טאטן זז"ג, אפגענויגט פונעם דרך, און אלעמאל געהאט קושיות, פארוואס דינט מען דעם גאט, ווער האט באשאפן יענע גאט, וכדו'. פרעגסטו אז אויב גאנץ אור כשדים האט זיך גע'מל'ט, פארוואזשע האט זיך אונזער פארפארטער אברהם נישט געמל'ט ביז די ניין און ניינציג? ענטפערט יאיר טאקע דערפאר, ווייל ער איז נישט נאכגעגאנגען די עבודת אלולים וואס די כשדים האבן זיך נוהג געווען.


וואו זעט מען אז אור כשדים האט זיך גע'מל'ט?
אין עגיפטן איז דא א בילד פון א גע'מל'טן וואס (זיי זאגן) איז פיר טויזנט יאר אלט, וואס האט מעסעפאטאמיע געהאט מיט קעמעט?

שמערל » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:36 am

· #234422
לא יתכן אז אברהם אבינו האט זיך נישט געמהל'ט ביז די ניין און ניינציג, היפך מנהג המקום, סתם ווייל ער איז געווען א או טי די. מחמת כמה טעמים.

איינס, ווייל אין א עפאכע וואס דער וואורקזאמסטער מיטל צו באהאנדלען אן א.ט.ד. איז געווען אים צו פארוואנדלען אין א בארביקיו אויף א שייטער הויפן, גלייבט זיך שווער אז אן ערל זאל זיך קענען אזוי דרייען פראנק און פריי אויפן גאס, די וועד הצניעות האט זיכער געהאט גענוג מעסערלעך מיט וואס קעיר צו נעמען פון אזא פארשוין, און אפשר גאר אפגעשניטן די גאנצע מעשה. כש"כ אויב מיר וועלן אננעמען אז מען האט געמהל'ט שוין אלטס קליין קינד און ביי די אכט יאר כמנהג ישראל, דאן קומט אברהם'ס מיינונג איבער דע נושא בכלל נישט אין באטראכט, תרח העט ווען זיכער געמאכט א גרויסן ברית און גאר מכבד געווען דעם רשכבה"ג נמרוד מיט די קאלירטע בעקישע מיט סנדקאות, און אברהם וואלט ווען אויסגעקוקט ווי אלע אונזערע אוי טי דיס וואס דרייען זיך ארום געמהל'ט און זוכן וועגן צוריקצולייגן די ערלה.

צווייטנס והוא העיקר, אויב וועלן מיר אננעמען אז אברהם האט לכתחילה פארשטאנען אז די מנהג הגויים פון מילה איז נישט עטיש און אכזריותדיג, דאן הדרא קושיא לדוכתיה פארוואס האט גאט באפוילן פאר אזא ענלייטעד מענטש אז ער זאל עס יא טון? בשלמא ביי קרבנות ווי דער רמב"ם זאגט אז עס קומט פון די גויים, איז עס נאר ווייל די אידן האבן אויך געהאלטן אז דאס איז א גלייכע וועג צו דינען א גאט, אבער טאמער האלטן די אידן נישט אזוי דאן איז דאך נישטא קיין שום סיבה פארן גאט צו באפעלן אזאך וואס נישט ער און נישט זיינע דינער האלטן איז מאראליש צו טון.

און בכלל פארשטיי איך אז נבואה וואס עס קומט צו א מענטש במשל ובחידה, איז פשוט אוממעגליך במציאות אז א נביא זאל באקומען א נבואה צו טון אזאך נגד שכלו, ער קען נישט פושט זיין א משל צו עפעס וואס מאכט אים נישט קיין סענס, ובפרט להרמב"ם אז נבואה קומט פון שכל, קען עס דאך נישט זיין נגד השכל. במילא אויב האט אברהם געהאלטן אז מילה איז נגד השכל, דאן וואלט ער פשוט נישט געקענט פארשטיין אז גאט קומט אים מצוה זיין אזא זאך. והבן.
ובזה מיושב ג"כ מש"כ סופר ומונה לענין העקדה, פשוט זיין גאנצע חקירה איז נישט שייך במציאות, אויב האט אברהם באקומען א ציווי העקדה מיז זיין אז ער האט געהאלטן אז עס מאכט יא סענס צו שעכטן א קינד פאר א גאט, משא"כ דו וועסט טאקע קיינמאל נישט באקומען אזא ציווי.

העלא » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:58 am

· #234432
סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,


ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

פליישיגער » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:04 pm

· #234437
העלא
סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,


ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים


גוט געזאגט !
אז איר זענט א חוטא ביי זיך אין הארץ דארפט איר נישט אויסברעכן ברבים

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:16 pm

· #234440
העלא
סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,


ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

וואס איז די לאגיק אז אן אפיקורס זאל דארפן אויפהערן מיט דברי כפירה?

העלא » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:23 pm

· #234441
אלץ ספק אז אפשר איז יש דין ויש דיין,
סא וועסט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר יענעמס עבירות ווייל דו האסט אים געמאכט אפיקורס פון דיינע ווערטער,
סא שב ואל תעשה עדיף,

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:27 pm

· #234450
עס איז נישט דא קיין שום לאגיק אז א כופר זאל אויפהערן מיט דברי כפירה
אבער עס איז לאגיק אז א כופר זאל נישט פרעדיגן זיין כפירה אויף א היימישע סייט

פליישיגער » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:30 pm

· #234451
מאטי
העלא
סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,


ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

וואס איז די לאגיק אז אן אפיקורס זאל דארפן אויפהערן מיט דברי כפירה?


וואס איז די לאגיק צו משוגע מאכן ערליכע אידן המאמינים בד' ובתורתו? דא זיכט מען צו חנפענן כופרים?

נקודת החבדית » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:41 pm

· #234456

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:03 pm

· #234461
פליישיגער

וואס איז די לאגיק צו משוגע מאכן ערליכע אידן המאמינים בד' ובתורתו? דא זיכט מען צו חנפענן כופרים?

ר' איד, איר לעבט אין א באבל. קיינער מאכט אייך נישט משוגע, און נישט יעדער זוכט צו חנפ'ן איינעם. עס זענען פאקטיש דא מענטש וואס שרייבן דאס וואס זיי ווילן שרייבן, נישט ווייל זיי ווילן משוגע מאכן איינעם און נישט ווייל מען וויל חנפ'ען איינעם. אויב איר האלט אז עפעס איז נישט ריכטיג, אדער אז עפעס איז כפירה, זאגט וואס איר האלט אויף אן אנשטענדיגער רעספעקטפולער פארנעם, כדרך פון די משתגעים וחנפים וואס פירן דיסקוסיעס מיט זאכליכע טענות ומענות.

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:05 pm

· #234462
העלא
אלץ ספק אז אפשר איז יש דין ויש דיין,
סא וועסט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר יענעמס עבירות ווייל דו האסט אים געמאכט אפיקורס פון דיינע ווערטער,
סא שב ואל תעשה עדיף,

אויב די רעדע איז צו מ'גלייבט יא אדער נישט אין שכר ועונש וואלטסטו אפשר געהאט א טענה (הגם שיש לדון)
אבער דיין טענה איז דאך אז אפילו עימיצער וואס גלייבט יא אין שכר ועונש איז אויך אן אפיקורס אויב ער גלייבט נישט אין אלעס וואס דו האסט פריער אויסגערעכנט. קען דאך פונקט אזוי זיין אז דיין אפיקורס האלט אז ער גייט באקומען שכר פארן זאגן וואס ער האלט ס'איז דער אמת, און אן עונש אויב נישט.

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:19 pm

· #234561
העלא
סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,


ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

איך זע נישט וועם דו מיינסט דא, ווער האט ספיקות? און בכלל, ספיקות מאכט נישט קיין אפיקורס, סך הכל מיינט עס אז מ'איז א יומען ביאינג וואס טראכט פון מאל צו מאל. אדרבא, פרעג דיין רב אויב א מענטש וואס האט ספיקות איז אן אפיקורס. דריטענס פארשטיי איך נישט וויאזוי דו קענסט בעטן איינער וואס האט ספיקות זאל אויפהערן ספקנ'ן, כאילו ער האט א ברירה אויפצוהערן.

יעצט צוריק צום זיידן אברהם...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 3:35 pm

· #438294
מאטי
העלא
סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,


ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

וואס איז די לאגיק אז אן אפיקורס זאל דארפן אויפהערן מיט דברי כפירה?


אין דער דאזיגע פאל, ווייל ער זעט אויס ווי א שוטה וואס גלויבט אבי צו גלויבען.

אפילו וויקיפידיה האט נאר ראיות פון פיהר הונדרעט יאר איידער יאשקע איז געקומען. דאס איז היבש נאך דעם וואס די מצוה פון מילה איז געגעבען געווארען פאר אברהם אבינו. מ'האט געבויט א טעזע אויף גארנישט, אפילו לשיטת המאמינים אמונה עיוורת בוויקיפידיה.
און א בילד פון עקיפטן, וואס ווייזט נאר אז איין מענטש האט אזוי געדמיונ'ט א געשיכטע פון מל'ן א מענטש. דאס מיינט נישט אז עס איז געווען א מנהג, און אויך נישט אז מ'האט עס בכלל געטון, נאר אז איינער האט אזוי געדמיונ'ט, ותו לא.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 4:09 pm

· #438300
גראדע שטייט אין רש"י בשם א מדרש אז די מצריים פלעגן זיך מל'ן, פארשטייט זיך אז די תירוץ איז אז זיי האבן עס גענומען פון יוסף הצדיק, עכ"פ מ'זעהט אז די קשיא איז זיי אויך שווער געווען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 4:42 pm

· #438304
רביה''ק זי''ע
גראדע שטייט אין רש"י בשם א מדרש אז די מצריים פלעגן זיך מל'ן, פארשטייט זיך אז די תירוץ איז אז זיי האבן עס גענומען פון יוסף הצדיק, עכ"פ מ'זעהט אז די קשיא איז זיי אויך שווער געווען.


האסט א געוואלדיגן חוש צו פארדרייען זאכען. קענסט מאכען געלט דערפון. רש"י זאגט אז יוסף האט זיי געהייסען מל'ן. האסטו געמאכט א פלגינן, אז רש"י זאגט אז מצריים פלעגן מל'ן, און א תירוץ איז אז יוסף האט געהייסען.

עס איז נישט דא קיין שום סבה צו טראכטן אז אברהם אבינו האט גענומען מילה פון די ארומיגע גוים, און ער האט גאנץ ווייניג צייט געדרייט אין מצרים אז ער זאל עס פון זיי נעמן. און דער וואס נעמט אן די מיינונג אלס די פשטות, ווייזט וואס פארא ריסערטש ער טוט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 5:29 pm

· #438307
פארשטייט זיך אז איך גיי מיט'ן הנחה פשוטה אז די אלע מדרשים זענען נישט מקובל מסיני, איז ווען איך זעה אזא מדרש פרוביר איך צו פארשטיין וואס האט זיי געמאכט זאגן אזעלכע זאכן, איז די גרינגסטע פשט איז אז זיי האבן עס געזאגט מכח די קשיא ווי קומט מילה קיין מצריים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:15 pm

· #438325
דו דרייסט נאכאלס. עס איז נישט דא קיין מקור אז די מצריים האבען זיך געמל'ט און זיכער נישט אז די כנענים האבען אזוי געטון, כדי איינער זאל נאך בייפאלען אז אברהם אבינו האט עס געטון זיי נאכצומאכען.
נאר עפעס א בילד האט מען פון א מילה פון ארום די טעג פון די אבות אין מצרים, און פון דעם האט איינער געבויט א טעאריע אז אלע מצרים האבען זיך געמל'ט. דערפון האט מען באשטימט די דאטום אז עס איז איינגעפיהרט געווארען איידער אברהם אבינו'ס צייטען. און דערפון איז געבויט אז אברהם אבינו האט זיי נאכגעמאכט. ווען די תורה וואלט געזאגט אז אלע מצריים מל'ן זיך, און נישט אז אברהם אבינו האט זיך געמל'ט, וואלט דער פקח אויך געבויט דערפון אז אברהם אבינו האט זיי נאכגעמאכט? טאמער יא, איז ער נאך א גרעסער טפש ווי יעצט. אבער ער איז שוין א פיינעם טפש אזוי אויך.

און דיין פלגינן אין דער מדרש איז אויך אבסורד ביז גאר. אז דער מדרש איז נישט אמת, אן קיין שום באווייז פון ערגעץ, פיין. גלויב נישט און די מצריים האבען זיך נישט געמל'ט. אבער צו נעמען פון די מדרש, וואס זאגט אויס קלאר זיין מקור, אז די מצריים האבען זיך געמל'ט, אבער לייקענען די מקור פון די מדרש אז דאס איז פון יוסף'ס ציווי, איז סתם נישט צום זאך.

דאס קען מען נאר ווען מ'האט א פעלזענע גלויבונג אז וואס עס שטייט אין די תורה איז זיכער נישט אמת. נאך דעם זוכט מען לעכערליכע פשטים אין די מציאות וואס מ'ווייסט גארנישט דערפון. דאס איז נישט קיין חכמה, נישט קיין סקעפטיסיזם, און נישט קיין פארש ארבעט, נאר א בלינדע גלויבונג אז די תורה מוז זיין נישט אמת. נאר ווייל עס שטייט אזוי אין די תורה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:17 pm

· #438326
ליטוואק פון בודאפעסט
אבער לייקענען די מקור פון די מדרש אז דאס איז פון יוסף'ס ציווי, איז סתם נישט צום זאך.

ווער האט געלייקנט? נישט איך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:22 pm

· #438328
און פון וואנעט האט יוסף געהערט פון די ענין פון מל'ן? פארוואס זאלען זיי זיך מל'ן? דאס האט ער אויך גענומען פון די גיפטען?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:36 pm

· #438330
כו"ע מודי אז ער האט עס גענומען פונעם אלטן טאטן יעקב, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע יצחק, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע אברהם. די נקודת המחלוקת איז נאר פון וועם אברהם האט עס גענומען, לויט'ן ספר בראשית האט ער עס גענומען פון גאט, לויט די גוי'אישע וויסנשאפטלער האט ער עס גענומען פון די מצריים. פארשטייט זיך אליינס אז די מדרש קען נישט שטימען מיט די גוי'אישע וויסנשאפטלער, קלאר?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:36 pm

· #438341
רביה''ק זי''ע
כו"ע מודי אז ער האט עס גענומען פונעם אלטן טאטן יעקב, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע יצחק, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע אברהם. די נקודת המחלוקת איז נאר פון וועם אברהם האט עס גענומען, לויט'ן ספר בראשית האט ער עס גענומען פון גאט, לויט די גוי'אישע וויסנשאפטלער האט ער עס גענומען פון די מצריים. פארשטייט זיך אליינס אז די מדרש קען נישט שטימען מיט די גוי'אישע וויסנשאפטלער, קלאר?


דאס הייסט וויסען? זיי האבען נישט קיין טראפ ראיה דערצו. אז מ'באהאלט זיך אונטער גוים, איז מען די זעלבע טפש ווי פאר דעם.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:41 pm

· #438343
איך ווייס נישט וואו אהין דו צילסט, ווילסט זאגן אז זיי האבן נישט קיין הונדערט פראצענטיגע ראיות מוכרחות? מסכים. זאגסט אז איך בין א טיפש? אויך מסכים. ביזדערווייל האט זיי נאך קיינער נישט אפגעפרעגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:55 pm

· #438347
ביזדערווייל, האבען זיי קיין שום באווייז נישט געברענגט. גארנישט, זילטש.
נאר איין באווייז האבען זיי געברענגט. אז זיי ווייסען נישט וואס זיי רעדן. יעדער וואס ליינט זייער היסטארישער פארש ארבעט דארף נשתומם ווערן ווי לייכט זיי נעמן זייער ארבעט, און וויאזוי זיי מאכען זיך נישט וויסענדיג פון געוויסע באווייזען אן קיין שום עכטע סבה. היסטאריא איז נישט קיין חכמה, עס איז מער ווייניגער פיקציע.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:00 pm

· #438349
ווען ספר בראשית מיט איר ארטאדאקסישע פרשנות שטייט אויף הונדערט פראצענטיגע באווייזן, האסטו א טענה, אבער ווען אלס שטייט אויף הינערישע פיס זעה איך נישט די פראבלעם מיט נאכזאגן דאס אויך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:24 pm

· #438355
איך ווייס נישט ווער ס'האט דיר אויסגעלערנט טראכטן, אבער קענסט זיכער טענה'ן מקח טעות און צוריק באקומען דיין געלט. עס איז דא א ריזיגע מרחק צווישען הונדרעט פערצענט און זערא פערצענט. הונדרעט איז מער ווי א מיליאן מאל מער ווי זערא. דאס איז די חכמה פון רעכענן, וואס 'וויסענשטעלער' ווייסען מעגליך נישט.

די 'וויסענשטעלערס' טענה'ן עפעס עפ"י אן א.ג. באווייזונגען. דערווייל ברענגן זיי זילטש, גארנישט. הייסט'ס זיי רעדן נארישקייטן. נישט נאר ווייל תורה איז אמת, נאר ווייל זיי זענען אביעקטיוו גארנישט ווערט. ווילסט זיך דינגען? פיין. ברענג א באווייז אז סיי וועלכע פאלק פלעגט מל'ן זייער קינדער. נישט אז איינער האט אמאל גערעדט פון די נושא, נאר אז זיי פלעגן עס טון. דערנאך ברענג א ראיה אז די פאלק איז געווען טעטיג אין די לענדער ווי אברהם אבינו איז געווען, נישט אין די נעקסטע לאנד. דערנאך קענסטו מצדד זיין צו אברהם האט עס פון זיי געלערנט, אדער אפשר האבען זיי עס גענומען פון איהם.

די תורה איז נישט באוויזען אדער נישט באוויזען, נישט אויף דעם שטייט עס. ממילא איז עס נישט שווה בשווה מיט די א.ג. וויסענשטעלערס, און עס דארף נישט געמאסטען ווערן מיט די זעלבע קנה מדה. וואס איך האב געליינט אין מיין לעבן קעגן די תורה, איז געווען בערך אזוי קלוג ווי די מילה טענה. לופט באזירט אויף רויך באזירט אויף גארנישט, וואס ער זעלבסט איז גענצליך אומבאזירט.

די עיקר ראיה ביי זיי איז 'די תורה איז נישט אמת, און ממילא מוזען אלע טעאריעס זיין אמת'.

א מין גלויבונג אזא.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:53 pm

· #438356
זיי טענה'ן אז זיי האבן געטראפן מצרישע באשרייבונגען פון ברית מילה פון פאר אברהם אבינו'ס צייטן, דו זאגסט אז ס'איז זילטש? זיי טענה'ן אז די תורה איז זילטש. איך טענה אז ביידע זענען זילטש... גייטס טענה'טס ענק אויס און קומטס מיר מודיע זיין ווען ענק קומען צו א פארשטענדעניש, און ביז דאן זייטס מיר געזונט און שטארק. דאס איז איינמאל זיכער, דורך זיך אויס'טענה'ן מיט מיר אדער הערן ווי ר' אביגדור מיללער מאכט חוזק פון די סייענטיסטן וועסטו קיינמאל נישט געוואר ווערן וואס די חברה האלטן טאקע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:26 am

· #438357
באשרייבונג פון ברית מילה מיינט נישט אז מ'האט עס געטון, נאר אז איינער האט גערעדט דערפון. און אפילו אז די באשרייבונג וואלט געווען אז איינער האט עס געטון, מיינט עס נישט אז דער ציבור האט עס געטון, נאר אז איינער האט עס געטון. און אפילו דעמאלס האט עס נישט מיט אברהם אבינו וואס האט נישט געוואוינט אין מצרים. אלזא, עס איז מעגליך אז מצרים האבען געמל'ט און מעגליך אז נישט, עס איז נישט דא קיין שום באווייזונג דערצו. אבער וויבאלד עס מוז זיין אז די תורה איז פאלש, ממילא איז דאס שוין א באווייזונג.

אין א דין תורה אויף מקח טעות ביסטו פארזיכערט מיט א געווינס.

אגב אורחא, איך בין מסתמא די גרעסטע מתנגד הרב אביגדור מיללער האט אין די אידישע וועלט. נישט נאר זיין סייענס, נאר זיין מוסר און זיין פאליטיק און זיין גאנצע טראכטסגאנג איז אלס פון וואס איך אנטלויף.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:28 am

· #438370
איך גיי נאר צולייגען איין נקודה צום שמועס. מיר האבען אלע מיטגעהאלטען די ארטיקלן אין דער וועקער וועגן פרופ' היילמאן. ער איז א טיפישע היסטאריקער, וואס נעמט א פאר קליינער באווייזונגען, און בויט א נאראטיוו, און לערנט יעדער נייע שטיק אינפארמאציע לויט די נאראטיוו זיינער, און איגנארירט אלס וואס שטימט נישט דערמיט. נאר ער האט עס געטון מיט א היסטאריא וואס אסאך פון אונז האבען געהערט פון אונזער זיידעס און גערעדט מיט מענטשן וואס זענען דארט געווען, ממילא איז שטארק קענטיג די לעכערליכקייט פון זיין פארש ארבעט. ווען זיי טון עס מיט געשיכטעס פון טויזענט יאר צוריק, ווייסען מיר נישט די באווייזען קעגען זיי, אבער עס איז נישט דא קיין שום סבה צו גלויבען אז אין א מצב פון ירחיק עדותו זאלען זיי זיין מער ארנטליך.

דאס אליינס אז די בייבל איז ביי זיי נישט קיין ראיה, ווען די שכל דארף עס אננעמן אלס כאטש איינער פון די ראיות, איז איין מקור צו זייער לעכערליכקייט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:53 am

· #438376
ליטוואק פון בודאפעסט
באשרייבונג פון ברית מילה מיינט נישט אז מ'האט עס געטון, נאר אז איינער האט גערעדט דערפון. און אפילו אז די באשרייבונג וואלט געווען אז איינער האט עס געטון, מיינט עס נישט אז דער ציבור האט עס געטון, נאר אז איינער האט עס געטון..

כו"ע מודי אז מ'קען אלס פארענטפערן, שערי תירוצים לא ננעלו, אבער זיי וואוסן אז זיי האבן זיך אויך זייערע תירוצים. אוודאי קען מען זאגן אז דער באשעפער האט באהאלטן דיינעסאור ביינער צו פאפן די וויסנשאפטלער, אבער ס'איז פונקט אזוי מעגליך אז משה רבינו איז געווען א שליח פון די שטן אונז צו פארדרייען א קאפ און אונז אלע פארשיקן אין גיהנם אריין לעולם ועד, קרומקייט האט נישט קיין גבול. די מחלוקת איז נאר וואס מ'וועט פארטייטשן מיט'ן נארמאלן שכל און וואס מ'וועט פארטייטשן קרום.

נאכאמאל, איך בין נישט מחולק מיט דיר אז אמונה איז זייער א וויכטיגע זאך, און אזא איינער וואס ווען ער וועט נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער מיט זיין פשט אין די פרשה פון מילה וועט עס איהם אונטערברעכן די אמונה, יתכן אז ער זאל זיך בכלל נישט אריינגיין דארט. אין סייענס זאל ער אבער נישט אריינרעדן, איזהו חכם המכיר את מקומו.

דו האסט א פראבלעם אז די בייבל מיינט ביי זיי גארנישט, דו ווילסט טאקע פארשטיין פארוואס ס'איז אזוי? אויב ווילסטו טאקע וואוסן קענסטו עס זייער שנעל אויסגעפינען, איך האלט אבער נישט ביים ארייינגיין דא אין דעם ענדלאזן וויכוח, איך דארף נישט זאלסט מיר קומען נאכדעם מיט טענות פון "למה גנבת את אלוהי."

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:41 am

· #438384
איך זאג נישט קיין תירוץ, די קשיא האט זיך נישט אנגעהויבען. ווען איינער פרעגט 'פון וואנעט שטאמט דער ענין פון מילה?' וועט נאר אן אומוויסענדע שוטה זאגען אז עס האט מיט עפעס א מאלעריי אין גיפטן פון פיהר טויזענט יאר צוריק. אפילו ווען ער וואלט די תורה נישט באגעגענט אין זיין לעבן. דיין 'אמונה' אז זיי האבען א תירוץ צו אלעם איז ממש א ליצנות, איך האפ דו זעסט עס.
ווער האט גערעדט פון אמונה? דו מוזט לערנען וויאזוי צו ליינען. די 'וויסענשטעלערס' האבען אמונה אז די תורה איז נישט אמת, ממילא בויען זיי הבל הבלים. איך האב נישט דערמאנט גארנישט וועגען אמונה. אמונה קומט דא נישט אריין בכלל.
און דאס גופא איז וואס איך זאג דיר. עס האט גארנישט מיט מיין אמונה אין די תורה, עס האט מיט די ספעציפישע פאל דא, אז זיי רעדן נאנסענס. גראדע פאסירט עס אזוי אפט אין די עניינים אזש עס צינד ביי מיר א רויטע לאמפ אז זיי זענען אלע איין אדזשענדע, אבער די תירוץ צו זיי איז נישט אמונה נאר כפירה. ווען מענטשן וואלטען געווען עכטע סקעפטיקער, וואלט קיינער נישט נאכגעגאנגען זייער 'פארשונגען'.

איך האב נישט קין מורא פון די 'למה גנבת את אלוהי', ווייל איך האב שוין געליינט פיהל ענייני כפירה און איך ווער יעדעס מאל נתפעל פון די לעכערליכקייט פון די טענות. די טענות זייערע הייבען זיך נאר אן וויבאלד זיי גלויבען נישט. די 'ראיות' קעגן די מבול, די 'ראיות' פון די חקים פון פארשידענע מדינות אין די געגענט, די 'ראיות' קעגן די בריאת העולם געשיכטע, זיי זענען אלע געבויט אויף א לייכטזיניקייט און אן אי יכולת זיך ארויס צו שלעפן פון די באקס אין וואס מ'געפונט זיך. די וועלט היינט פארט מיט א געוויסע וועג, און אלס דארף שטימען אין די וועג וויאזוי די היינטיגע וועלט גייט. א זאך וואס וואלט היינט עפעס פאראורזאכט, וואלט עס פאראורזאכט די זעלבע פיהר טויזענט יאר צוריק. אלס וואס היסטאריא האט אונז איבערגעלאזט איז אמת, און אלס וואס מ'האט נישט געטראפען, האט מסתמא נישט עגזיסטירט.
איך וועל דיר געבן איין עקספערימענט דערפאר. זיי טענה'ן אלס אז עוואלוציע איז שוין אויפגעוויזען מער ווייניגער צו זיין קראנט. וויל איך וויסען פון איין שטודיע צו פארש ארבעט, וואס האט גענומען צוויי וועגן פון די בריאה, דרך החומש און דרך העוואלוציע, און אויפגעוויזען אז געוויסע זאכען וואלטען נאר געקענט פאסירען לויט די צווייטע גאנג און נישט די ערשטער.

זוך נישט צופיהל, ווייל עס עגזיסטירט נישט.

ט'ווי קענען זיי זאגען אז עוואלוציע איז אויפגעוויזען ווען זיי האבען בכלל נישט שטודירט די אלטערנאטיוו?
וואס וועלן זיי זאגען? אז זיי האבען נישט קיין וועג צו פארשען געטליכע זאכען, און ממילא קענען זיי עס נישט אריין רעכענן אין די שטודיע. הוא הדבר אשר דברתי, אז זיי מוזען אנהויבען מיט'ן איגנארירען די בורא עולם, נישט אז זייער פארשונג האט דאס צו זיי צוגעברענגט. ווי דער ווערטל גייט "ווען מ'האט א האמער אין האנט, איז אלס א טשוואק".

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:42 pm

· #438388
ליטוואק פון בודאפעסט
דיין 'אמונה' אז זיי האבען א תירוץ צו אלעם.

כ'האב קיין אהנונג פון וואס איר רעדט.
בלאט: 1 2